עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3669
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

קומט נישט קיין רעיט קאטס סאו פאַר.

😣😣
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29474
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ירמי' פאוועל: לאמיר זיין אנעסט, דאס איז א גוטע עקאנאמיע.

האלט כנראה נישט ביים שניידן אין מערץ דערווייל, מצב גענוג גוט אז ער וויל נישט נעמען די ריזיקע.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3669
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

פוילער: לאמיר זיין אנעסט, די עקאנאמישער מצב טויגט נישט!

קאמפעניס פייערן ארבעטערס, נייע מענטשן וואס קומען אריין און די ווארק פארס טרעפן שווער א דזאב.

די פעי טשעק טאָ פעי טשעק ארבעטערס קומען שווער אויס חודשליך.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41291
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די אמעריקאנער דזשאבס מארקעט האט צוגעזעהן 353 טויזנט דזשאבס אין יונואר למספרם
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7317
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

@פוילער די הארטע ציפערן זאגן אנדערש, ליידער.
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

האלצשטיין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 10:07 am
@פוילער די הארטע ציפערן זאגן אנדערש, ליידער.
נאו
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7317
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

דו ביסט פוילער נאר ביסט יעצט פשוט אריינגעסיינט מיט א צווייטע ניק?

נעה...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29474
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אמאזאן האט באריכטעט א מעכטיגן קווארטאל פון 170 ביליאן דאלער רעוועניו, 575 פארן גאנצן יאר, ארויף מיט 12% פון 2022. (עס איז געווען 75 ביליאן פאר 2013..)

עס איז געווען ערווארטעט 166, פאריגע קווארטאל איז געווען 143.1 פאריגע יאר איז דער פערטער קווארטאל געווען 149 ביליאן. (דער פערטער קווארטאל קומט גרעסער אלץ דער חגא סעזאן.)

ריטעיל בומט, @שאינו יודע , דאס איז דער מציאות, דאס איז דער פאקט.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3669
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

האלצשטיין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 10:07 am
@פוילער די הארטע ציפערן זאגן אנדערש, ליידער.
מיינע ציפערן נעמען זיך פון רעדן צו מענטשן און זעהן ווי די המון עם מיטשעט זיך און גרויסן.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6868
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

צל עובר האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 11:05 am
אמאזאן האט באריכטעט א מעכטיגן קווארטאל פון 170 ביליאן דאלער רעוועניו, 575 פארן גאנצן יאר, ארויף מיט 12% פון 2022. (עס איז געווען 75 ביליאן פאר 2013..)

עס איז געווען ערווארטעט 166, פאריגע קווארטאל איז געווען 143.1 פאריגע יאר איז דער פערטער קווארטאל געווען 149 ביליאן. (דער פערטער קווארטאל קומט גרעסער אלץ דער חגא סעזאן.)

ריטעיל בומט, @שאינו יודע, דאס איז דער מציאות, דאס איז דער פאקט.
די באבל בומט זיכער.

ריטעיל איז דעפיינד ביי דיר אלס ״עמעזאן״, אזוי ווי אפיס סעילס איז אראפ דעפיינד עס אז די אינפלעישאן איז אווער

אגב, אז מען רעדט פון רעועניו וואוקס אן אראפנעמען אינפלעישן (3.5%) און פאפולעישאן (1%) איז סתם אבסורד
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3844
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אויך רעכנט מען נישט אריין עמעזאנ'ס אויפגעבלאזענע פי'ס וואס זיי האבן צוגעלייגט, וואס באדייט מער רעוועניו - אפגעזעהן צו דער קאנסומער האט געספענדט מער געלט.

אויך רעכנט מען נישט אריין דאס אז עמעזאן האט אנגעהויבן העווי אדווערטייזן אויף זייער סטרימינג סערוויס, וואס האט אליין ארויפגעטריבן מיט נאנט צו צוויי ביליאן זייער אומערווארטעטע פרישע רעוועניו סטריעם.

איך האב נישט דורכגעקוקט דעם רעפארט מילא ווייס איך נישט וואס נאך איז מיסלידינג, אבער קוק אויף קלענערע פאבליקלי טרעידעד ריטעילערס, און דוקא די מיט נארמאלע און סטאבילע פראפיט מארדזשין, רעוועניו האט דארט ווייט פון געשטיגן.

ס'א חילוק.
געשטימט פאר ראשעק הול
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29474
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פליעז, מאך מיר נישט פאר קיין בעיבי.

לויט אלע ציפערן פון די רעגירונג בומט די עקאנאמיע

לויט אלע ציפערן פון יעדן איינעם בומט ריטעיל.

איי פארוואס ברענג איך עמעזען, ווייל איך רעד זיך אז טייל מענטשן וואלטן דאס נישט אוועקגעמאכט מיט די נארישע "טשארט" טענה.

אויך איז עמעזען פאקטיש דאס פון וואס ער רעדט ווען ער וויינט אז ריטעיל איז שוואך, פלאס וואס זיי זענען למעשה א מעכטיגע פראצענט פון די ריטעיל ביזנעס.

אגב, 170 איז מיט איבער פופצן פראצענטמער ווי 2022, מילא איז נאריש צו נוצן די 3% אינפלאציע מיט די איין פראצענט באפעלקערונג וואוקס (א זאך וואס ווערט נישט גערעכנט בנוגע רעסעסיע ווערסוס עקספענשן, קיינמאל נישט) אלץ קאנטער ארגומענט.

אין א מצב וואס ריטעיל איז שוואך, וואקסט נישט אמאזאן מיט עניטינג אין די געגנט פון 15%, אפגעזען אינפלאציע.

טשארטס פון די עקאנאמיע איז נישט גוט, "טשארטס" מאכטפולע רעפארטס פון א ספעציפישע פירמע איז נישט גוט, נייגעריג וואס מען וועט זאגן ווען מע וועט אויך ברענגען טארגעט וואל מארט קאסטקא וכו' עז דעי קאם אוט. מסתמא וועט דער קיבארד אויך האבן ווערטער דעמאלטס.

אבער פאועל רעדט שטותים.

זייטיגע נאטיץ
פאועל העלפט נישט ביידן ווען ער זאגט אז די עקאנאמיע בומט איך האלט נישט ביים שניידן, בכלל נישט.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7317
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

עס איז א חלק פון די קענסל טשארט קולטור.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6868
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

האלצשטיין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 11:31 am
עס איז א חלק פון די קענסל טשארט קולטור.
די טשארטס איז א חלק פון די קענסל ריעליטי מאוומענט

עס איז פיין

מען רעכנט קיינמאל נישט דאס און אייביג יענטס און די עקאנאמי בומט.

איי יעדע דיסענט קאמפאני בלוטיגט? הא! קענסל קולטור פאקס טראמפ בלינד שוטה וכו׳ ענדיג צו די גאנצע קללה ליסט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7317
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

מ'האט פלוצים באשלאסן צו קענסלען די טשארטס בלויז וויבאלד עס קומט אויס בעסער פאליטיש אז די עקענאמיע זאל זיין אין דער ערד.

די אלע טשארטס האט מען אלע יארן גענוצט, נאר היות עס איז א וואל יאר און אויב די עקענאמיע וועט זיין גוט איז עס דאך א פראבלעם, האט מען אנגעהויבן קענסלען די טשארטס.

אין די ערשטע קאוויד חדשים איז ארויסגעקומען א קנאקעדיגע דזשאבס באריכט, אנדערש ווי ערווארטעטע באריכטן אז הונדערטער טויזנטער גייען פארלירן זייערע דזשאבס, דעמאלט האבן רעפובליקאנער ארומגעטאנצן פאר פרייד דערמיט, דעמאלט זענען די טשארטס גוט געווען. יעצט מיינט עס גארנישט ווייל ביידען איז פרעזידענט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29474
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אקעי, רעכן יא אראפ די 1% פאפולאציע וואוקס, עס איז געוואקסן מיט פ-ו-פ-צ-ן פראצענט!

(אבי מען האט אויף וואס זיך ארויפצוכאפן, אבער עס איז גלייך צו אוועקמאכן מוסדות וואוקס אלץ באפעלקערונג וואוקס, עניוועי.)
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13673
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

Go woke, go...
אטעטשמענטס
Screenshot_2024-02-02-11-55-47-18_f9ee0578fe1cc94de7482bd41accb329.jpg
Screenshot_2024-02-02-11-55-47-18_f9ee0578fe1cc94de7482bd41accb329.jpg (273.22 KiB) געזען 411 מאל
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6868
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

צל עובר האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 11:48 am
אקעי, רעכן יא אראפ די 1% פאפולאציע וואוקס, עס איז געוואקסן מיט פ-ו-פ-צ-ן פראצענט!

(אבי מען האט אויף וואס זיך ארויפצוכאפן, אבער עס איז גלייך צו אוועקמאכן מוסדות וואוקס אלץ באפעלקערונג וואוקס, עניוועי.)
הונדרעט פראצענט.

רעדן אויך אראפ די 3.5 פראצענט אינפלעישאן.

און אויב א מנהל המוסדות (קהל׳יש״ע מוסד הפרט) קומט זיך מיר אויפטון אז זיין מוסד וואקסט שיק איך אים צו ביידענס בעיסמענט זיך אויסלופטערן

דו האלטסט באמת אז עס איז 1% קרעדיט פאר א קהל מוסד אז די מוסד איז געוואקסן?? עס איז די קרעדיט פון הייליגע ציבור עלטערן וואס שטעלן אויף דורות כאטש די משוגע׳נע אינפלעישאן און שוואכע עקאנאמי

בעצם הדבר לגבי טשארטס, דיין קאפ לויפט דיר גראד צו טראמפ און ביידען, מיר גייט אן די גאנצע סאבדזשעקט אין לינקע פיאה. נאמבערס זאגן נישט קיין ליגענט אבער ליגענערס ניצן נאמבערס לויטעט די ווערטל

היות פאר פרנסה קומט מיר אויב צו האבן א שטיקל פוירסט הענד ידיעה איבער געוויסע אינדוסטריס בנוסף וואס מען הערט פון אחינו בני ישראל בנוסף וואס מען זעט די לעכעריקייט אויף געוויסע טשארטס בנוסף עס איז א וואל יאר, איז עס נישט נאר א חלה דעקל נאר א גאנצע ריזיגע טישטוך
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

פוילער האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 11:11 am
האלצשטיין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 10:07 am
@פוילער די הארטע ציפערן זאגן אנדערש, ליידער.
מיינע ציפערן נעמען זיך פון רעדן צו מענטשן און זעהן ווי די המון עם מיטשעט זיך און גרויסן.
פוילער דו רעדסט פון פרישע זאכן אדער פון א יאר צוויי צוריק?

צווישן די המון עם איז זיכער יעצט מער סטאביל ווי א יאר צוויי צוריק, ע''פ רוב מענטשן האבן צוריקגעטוישט פון זייער אויפרייסערישע ברייטע וועג פון לעבן נאכן באקומען טריליאנען פון טראמפ און ביידן און האבן צוריק איינגעצוימט, ע''פ רוב מענטשן לעבן נישט יעצט ארעם אדער אין די ערד.

איי. לויט די נומערן וואלט די אקענאמיע געדארפט זיין פיל בעסער ווי סוף אבאמא יארן אנפאנג טראמפ?? די תירוץ איז פשוט אז מ'קומט יעצט ארויס פון א פארקריפעלטע אקענאמיע און די נומערן דארפן אזוי אנהאלטן לענגער אז ס'זאל צוריקקגיין צו נארמאל און אז יעדער בחור'ל מיט קעש אין טאש זאל אויך שפירן די רעקאווערי.

ס'איז זיכער אז די אקענאמיע פארבעסערט זיך טעגליך.

ס'איז פונקט ווי דו זאלסט זאגן אנפאנג אבאמא יארן אז די אקענאמיע איז אין די ערד ווייל אזוי שפירט מען, און די אלע טשארטס זענען נישט ריכטיג..

יעדער האט פארשטאנען אז בוש האט אנגעזעצט די אקענאמיע און אבאמא האט געדארפט ארבעטן עס צוריקצובויען און ס'נעמט צייט.

לייקענען טשארטס און פאקטן און בשעת מעשה פלעגט מען זיין פון די טראמפ טוויט גלויביגע וואס איז געווען קעגן קלארע הארטע נומערן איז גאר מאדנע, און נאך מער מאדנע איז ווען די חברה רייסן נאך אראפ די וואס נעמען אן הארטע נומערן.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8855
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

צוויי גילדען האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:14 pm

קיין איינונג פון וועלכע המון עם איר רעדט, די המון עם צו וועמען איך רעד בליטיגט און גרויסן ליידער,
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!

אויב רוב מענטשן האבן איינגעצוימט וויאזוי ״בומט״ ריטעיל?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

ניס קראכער האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:43 pm

קיין איינונג פון וועלכע המון עם איר רעדט, די המון עם צו וועמען איך רעד בליטיגט און גרויסן ליידער,
קיין שום טויש פון צוויי יאר צוריק..? אינטערסאנט.

--
@מי יודע . כ'ווייס נישט, אבער כ'טראכט ריטעיל גלייב איך נישט איז ווי מ'האט זיך אויפגעריסן ענדערש אנדערע איבריגע זאכן.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8855
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

צוויי גילדען האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:48 pm
ניס קראכער האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:43 pm

קיין איינונג פון וועלכע המון עם איר רעדט, די המון עם צו וועמען איך רעד בליטיגט און גרויסן ליידער,
קיין שום טויש פון צוויי יאר צוריק..? אינטערסאנט.

--
@מי יודע . כ'ווייס נישט, אבער כ'טראכט ריטעיל גלייב איך נישט איז ווי מ'האט זיך אויפגעריסן ענדערש אנדערע איבריגע זאכן.
שוין איינמאל א טויש, אבער ליידער נישט צו בעסער, פאר א צוויי יאר האסטו נישט געהערט כמעט קיין איין ביזנעס מאן אזוי וויינען ווי יעצט,
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29474
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

1) היימישע עקאנאמיע עקס איקוועלס די אלגעמיינע עקאנאמיע

2) די היימישע עקאנאמיע איז געווען פיל מער דזשוסד פון ביזת הקאוויד

3) די היימישע עקאנאמיע כאפט פיל מער פון די הויכע צינזן וואס אפעקטירט בעיקר ריעל עסטעיט און קאנסטראקשן

4) ממילא איז די היימישע עקאנאמיע יוניק סיי מיט די אומנארמאלע גאלד וואס האט זיך דעמאלטס געגאסן אין די גאסן, סיי מיטן כאפן יעצט.

5) דער אשכול רעדט בעיקר פון די אלגעמיינע עקאנאמיע

6) ממילא איז אונזער מיט אונזער משפּחה מיט אונזערע חברים'ס עקספיריענס פשוט אומרעלעוואנט אלץ אינדיקעיטאר אויף די אלגעמיינע עקאנאמיע

7) וואס איז יא אן אינדיקעיטאר? רעגירונג באריכטן, פירמע באריכטן, מארקעט אנאליזן, וכדו'.

8) נישט נאר איז ריטעיל שטארק, נאר טאקע די עירליינס און קרוז שיפן ראקן אוועק.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

@ניס קראכער כ'מיין נאר די וואס 'לעבן' אויף לאונס! אויב גייט עס אנהאלטן לאנג די לאונס פראבלעמען וועט עס מעגליך אפעקטירן די מארקעט.

כ'האב ספעציעל געשריבן 'המון עם'.

בכלל א געזונטע ביזנעס לעבט נישט אויף 120 פראצענט לאונס.. מ'זעהט דאס בעיקר ביי די היימישע מארקעט..
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”