ס'איז אביסל יא אריינגעקומען דא, ווייל איך האב געוואלט אויפווייזן אז דער שייגעץ האט יא געמאכט אייגענע ווערטער, פארקערט פון די אנגענומענע כללים, הגם ס'איז נישט ממש "ארויס-פון-די-בלוי".
ס'איז ווי א בעל קורא וואס מאכט אייגענע טראפן נישט אז ער פארמישט די טראפן, וואס דאן איז ער נישט קיין בעל קורא בכלל ער באלאנגט ענדערש אין די טראפן-ליין א שטייגער ווי הרב יוראוויטש אדער גריינימאן.
גערעכט... גערעכט... ר' יענקל! דער תוקף הגלות וכובד השעבוד פון די תיישעס הימים, האט מיר פארמישט צווישן 'טריה' און 'רטיה'. זאל דיר צו מצוה פארעכנט זיין, דער אויפריכטיגער באמערקונג.
דאס וואס דו זאגסט וועגן בן יהודא מיט לשון הקודש. כ'מיין ביסטאך א סאטמארער, ווייסטו דען נישט אז דער סאטמער רב האט געהאלטן, און געהאט ראיות, אז צענדליגע און צענדליגע ווערטער פון היברו האבן קיין שייכות נישט צו לשון הקודש???
אגב, האב איך אמאל געהערט אז דער ווארט "סקונדע", וואס אין היברו זאגט מען דאס "שניה", שטאמט פונעם ענגלישן אויסדריק SECOND, (מלשון TWO), וואס דער איינפאכער אפטייטש אין לשה"ק אויפן נומער 'צוויי' איז 'שניה', כך שמעתי. איך בין נישט זיכער צי ס'ריכטיג, ווייל אין רמב"ם, אין הל' קידוש החודש, געפונען מיר דארט, ביי די חשבונות הלבנה, מעלות, שניות ודקות, און קען זיין אז פון דארט איז זייער מקור. ווייסעך נישט.
זארעכפעפער האט געשריבן:

1) אמן, אויפ'ן רעכענען מיינע מצוות.
2) סאטמאר רב האט אזוי געהאלטן? יעדער רעכט-דענקענדער מענטש האלט אזוי, אבער ס'איז כו"ע מודי אז עברית איז באזירט אויף לשה"ק (בני היכלא ז"ל וואלט געזאגט יעדע טומאה ברויך האבן אן אחוזה אין די קדושה) און ווען ער האט געקענט האט ער זיך באנוצט מיט די אריגינעלע לשה"ק ווערטער, העכסטענס האט ער עס אביסל צוגעפיצט.
3) שניות-סעקונדעס, איך בין נישט קיין חסיד פונעם לחומרא מקשינן, אויב האסטו א רמב"ם וואס נוצט שניות פאר עפעס ענליכס און פון די אנדערע זייט האסטו א שיינע בדיחותא אויף סעקאנד-שני, נעם ענדערש אן דעם פשוטען מהלך. אויף אויפציווייזן בן-יהודא'ס פארדארבנקייט האב איך גענוג ראיות ברורות אנע דעם וואס מ'זאל דארפן פאבריצירן היימישע.