לילהאמער - דער ביטערער דורכפאל

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

לילהאמער - דער ביטערער דורכפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

די ארטיקל האט איך געשריבן אין 2007, און עס איז דאן פארשפרייט געווארן אין איינע פון די צייטונגען אין ניו יורק. משום חביבת הדברים וועל איך עס נאכברענגען דא.

די דורכגעפאלענע אקציע אין לילהאמער

ווען די ציוניסטישע געהיימע שפיאנאזש אגענטור האט פאראורזאכט א שרעקליכן חילול השם דורך א שלימזל'דיגע אקציע אין לילהאמער, נארוועגיע




פאר ערליכע אידן, שלומי אמוני ישראל, ברויך מען נישט קיין באווייזן אז די ציוניסטישע מדינה איז איין גרויסער קייט פון חילול השם און התגרות באומות. אבער אפילו סימפּאטיקער פון מדינת ישראל, רעליגיעז ווי אומרעליגיעז, בלייבן אָן קיין ענטפער כלפּי די אנגייענדיגע ווילדע סארט שפיאנאזש אקציעס – טיילמאל ווילדע בחור'ישע אקציעס – וועלכע זענען פארבינדן מיט שוידערליכן התגרות באומות, און ברענגען ארויס בייז-בלוט אפילו ביי זייערע נאנטע פריינד ווי אמעריקע, קאנאדא אדער אנדערע דעמאקראטישע לענדער, וואס איין ביישפּיל דערפון איז ווען די ציוניסטישע שפיאנאזש אגענטורן נוצן פאלשע אמעריקאנער אדער קאנאדישע פּאספּארטן, וואס האט שוין אין דער פארגאנגענהייט געפירט צו ערנסטע דיפּלאמאטישע קריזיסן.

איינע פון די טרויעריג-באקאנטע געשיכטעס, איז דער שאנדפולער דורכפאל אין שטעטל לילהאמער אין נארוועגיע, וואס אין די טעג איז געווארן 34 יאר פון יענע פאסירונג.

אין אנגעווארעמטן שטאטישן שווים באסיין אין שטעטל לילהאמער, זענען קינדער געמיטליך געשווימען און זיך ארומגעשפילט אין א ווארעמען זומער נאכמיטאג. נעבן זיי איז געשווימן א גרופע פון ארום צוועלף מענטשן אהין און צוריק די לענג פונעם באסיין. אינדרויסן נעבן סווימינג-פּול איז געשטאנען א מאן אין די דרייסיגער יארן, טונקל-הויטיג, מיט א מיטל-מזרח'דיגען אויסקוק, און געשמועסט מיט א באבערדעלטן אייראפּעאישן מאן פון זעלבן יארגאנג. ביידע האבן נישט באמערקט וויקטאר גאלדניקאף, וועלכער איז אריינגעשפּרינגען אין וואסער און אנגעהויבן שווימען אין זייער ריכטונג. גאלדניקאף איז דורכגעשווימען נעבן זיי, ער האט באטראכט דעם טונקלהויטיגען פון דער נאנט, ער האט אויפגעכאפּט אז זיי רעדן פראנצויזיש, אבער צוליב דעם גערודער פון די קינדער אינעם באַסיין האט ער נישט געקענט אויפכאפן וואס זיי רעדן.

וויקטאר איז געווען דער יונגסטער מיטגליד אין די "קיסריה" גרופּע (פאר אונזערע ליינער: קיסריה איז די שעדליכסטע טעראריסטישע גרופע אינערהאלב דעם "מוסד", די ציוניסטישע אויסערליכע שפיאנאזש אגענטור – זיי האבן דורכגעפירט כמעט אלע געהיימע רציחות פאַר מדינת ישראל), וואס איז געשיקט געווארן אין איילעניש צום שטעטל לילהאמער, ארום 160 קילאמעטער (100 מייל) פון צפון אָסלאָ – די הויפּט שטאט פון נארוועגיען כדי צו כאַפּן דעם "שלאַנג" (וויאזוי זיי האבן געריפן זייער איצטיגן ציל) וועלכער פלעגט אסאך ארומפארן אין אייראפע און איז יעצט אנגעקומן – לויט זייער אינפארמאציע – צו די פאַרשלאָפענע שטאט לילהאמער.

דער פּארשוין מיטן מיטל-מזרח'דיגן אויסקוק איז אידענטיפיצירט געווארן אלס עלי חאסאן סאלאמא, דער פירער פון די "17 איינהייט" פון פאטאך און א נאנטער פריינט פון יאסיר אראפאט, וואס לויט די ציוניסטישע שפיאנאזש איז ער געווען א מיטגליד פון די "בלעק סעפטעמבער" גרופּע און געהאט א חלק אין פלאנירן די פארכאַפונג פון די 11 איזראעלישע ספארטלער אין מינכן, דייטשלאנד וועלכע זענען אלע אומגעברענגט געווארן דורך אראבישע טעראריסטן אין תשל"ב (1972 למספרם).

מייק הררי, דער פירער פון די קיסריה גרופע, און זיינע מענטשן האבן זיך פארגעשטעלט אז סאלאמא נוצט דעם שווים באסיין אלס פארזיכערטער טרעפונגס ארט, וואו ער קען רעדן אָן זארג פון אונטערגעהערט ווערן. ווי אויך האבן זיי זיך פארגעשטעלט אז דער צווייטער שמועסער איז א העלפער אין צוגרייטן נאך א גרויסע טעראר-אטאקע קעגן איזראעלישע צילן.

נאך שווערע הארעוואניע וואס האט זיך פארצויגן וואכן און חדשים, טויזנטער שעות נאכקוקן, נערווירענדע ווארטונגען און האפענונגען, איז געלונגען פאר די קיסריה גרופּע צו קומען אויף די שפורן פון סאלאמא. אין געציילטע שעות וועלן זיי אים שיקן רוען צוזאמען מיט אלע דזשיהאדס אינאיינעם. די וויכטיגקייט פון די דאזיגע אקציע איז געווען קריטיש, און האט געזאלט זיין די וויכטיגסטע פון סיי וועלכע אקציע וואס די גרופּע האט ביז היינט דורכגעפירט. אונטער מייק הררי'ס רוקן האט מען שוין געשמועסט אז די הצלחה וועט אים גרינגערהייט ארויפשטיפן צו ווערן מוסד הויפּט.

דער געיעג נאך סאלאמא האט זיך אנגעהויבן תיכף נאך די מינכן שחיטה פון די איזראעלישע ספּארטלער. מען האט אים געזוכט אין גאנץ מערב אייראפע. אין זומער פון 73' האט די איזראעלישע שפיאנאזש באקומען א באריכט אז סאלאמא געפינט זיך אין די געגנט פון די שטאט אולאם אין מערב דייטשלאנד. שפעטער האט מען געהערט אז ער איז אריבער צו די שטאט ליל אין פראנקרייך, און פון דארט איז ער צוריק קיין מערב דייטשלאנד און פון דארט איז ער ארויף קיין צפון, דער וועג קיין האמבורג וואס איז ביים ברעג פונעם טייך אלבא, פון וואו מען פארט ווייטער קיין צפון, מיט שיף אדער פליגער, קיין דענמאַרק, אדער נאך ארויפציר קיין צפון, שוועדן, פינלאנד און נארוועגיע. אבער אין האמבורג זענען זיינע פיסטריט פארשווינדן געווארן.

אין יולי 14 73' איז אנגעקומען א באריכט צום מוסד, אַז א יוגענטליכער אפּשטאמיגער פון אלדזשיריע, כאמאל בנאמאן, 28 יאר אלט, וועלכער וואוינט היינט אין זשעניווע, איז ארויסגעפארן מיט א פליגער קיין קאפענהאגן, דענמארק. אויך דעם פארשוין האט דער מוסד חושד געווען אלס געהילף פון די "בלעק סעפטעמבער" גרופע, און זיי האָבן געהאלטן אַז ער איז איצט ארויסגעפארן פון זשענעבע כדי זיך צו טרעפן מיט זיין ארבייטסגעבער, עלי חאסאן סאלאמא. אין די הויפטקווארטירן פון מוסד איז מען געווען זיכער אז סאלאמא גייט זיך טרעפן מיט בנאמאן כדי צו צוגרייטן א פרישע גרויסע טעראר אטאקע. בנאמאן איז צום לעצט געזען געווארן אין עירפארט אין קאפענהאגן וואו ער איז אויפגעשטיגען אויף א פליגער קיין אָסלאָ, און פון דארט זענען זיינע פיסטריט פארשווינדן געווארן.

א גרויסער שטאב פון מוסד אַגענטן, ארום צוועלף אין צאָל, איז אין איילעניש צוזאמגעשטעלט און אָפּגעשיקט געוואָרן קיין אסלא. זייערע אויפגאבע איז געווען צו אויפזוכן די צוויי פארשוינען, סאלאמא מיט בנאמאן, וועלכע האָבן, לויטן מוסד, זיך געדארפט טרעפן און פּלאנירן זייערע טעראָר פּלענער.

יולי 18, נאך 4 טעג פון שווערע זוכונגען, איז די דער מוסד גרופּע געוואויר געווארן אז בנאמאן איז ארויסגעפארן פון אסלא קיין צפון זייט, צום שטעטל לילהאמער. די שפיאנאזש באריכטן זענען געזאַמעלט געוואָרן מיט פלייס; אין מוסד האט מען געוואוסט אַז ס'איז נישט דאָ קיין צייט צו פאַרברענגען צייט. אבער צוליב דעם גרויסן געאיילעניש האָט מען אינעם מוסד פאַרזען דעם פאַקט אַז אַסאַך פון די באַריכטן זענען נישט 100% קראַנט. די באַגלויבטקייט שטאַפּל פון טייל באַריכטן איז געוען בלויז פון מיטלגאַטונג און אַראָפּ. אינפאָרמאַטארן פון נידעריגע שטאַפּלען האבן איבערגעגעבן אינפאָרמאַציע פון "סעקאנד הענד".

די "צומת" אָפּטיילונג אינערהאלב מוסד (וואס איר פליכט איז זיך צו טרעפן מיט די אַנגאַזשירטע אַגענטן אינעם שונא'ס לאַגער און ברענגן אינפארמאציע), האט נישט געקענט צושטעלן קיין געהעריגע סחורה. עס איז שוין אריבער א יאר פון ווען ס'איז פארכאפט געווארן דער "סאבענא" פליגער, און 10 חדשים פון די מינכן שחיטה, און צומת טאַפּט אַ וואנט, נישט קענענדיג צושטעלן געהעריגע אינפארמאציע אויף די אלע געזוכטע וועלכע שטייען אונטער די טעראריסטישע אטאקעס. טראָץ זייערע אגענטן זענען געווען פארשפרייט אין גאנץ אייראפע און געארבעט "אווער טיים", האבן זיי נישט געקענט צושטעלן גענוג באגלייבטע סחורה.

די 12 מוסד אגענטן זענען אָנגעקומען קין לילהאמער, אבער אין משך פון 24 שעה האבן זיי נישט מצליח געווען צו טרעפן די מינדעסטע שפּורן פון סאלאמא אין די גאנצע געגענט. אויף בנאמאן האבן זיי יא געהאַלטן אַן אויג, אבער סאלאמא האבן זיי נישט געקענט לייגן קיין האנט. די נאכשפּיאניר איינהייט, איינגעטיילט אין 4 קארס, האבן דורך געאַקערט די גאַנצע שטאט, אלע האטעלן אלע פּארקס, אבער זיי האבן גארנישט געטראפן. פרייטאג יולי 20 נאכמיטאג האט זיך בנאמאן אנידערגעזעצט אויף די טאראסע פון די "קאראליין" רעסטוראנט, נאנט צום שטאָטראַט הויז פון לילהאמער, צוויי מענער מיט א מיטל מזרח'דיגען אויסקוק האבן זיך דערנענטערט צו אים און זיך אוועקגעזעצט. די דריי האבן געשמועסט אריבער א שעה, און אין די אויגן פון איינעם פון די נאכשפיאָנירער האט איינער אויסגעזען ווי עלי חאסאן סאלאמא.

דער קיסריה פירער, מייק הררי, און זיין וויצע אברהם גאמאר, זענען ארויס פון די גלייזן: "מיר זענען געקומען אויף זיינע שפּורן". דער פארשוין האט קורץ דערנאך פארלאזט דעם רעסטוראנט, פארנדיג אויף א ביציקל. די נאכשפיאניר גרופע האט זיך צוגעטשעפעט צו אים. כדי צו זיכער מאכן האבן זיי אריינגעשיקט וויקטאר גאלדניקאף אינעם שווים באסיין צו קענען כאפן א נענטערן בליק אויף עלי. וואס האט נאך מער באשטעטיגט זייערע פארדאכטן, איז געווען אז דער פּארשוין ביים שווים-באסין האט גערעדט א פליסיגן פראנצויזיש, א שפראך וואס עלי האט ליב געהאט צו רעדן, און בנאמאן האט לויט זייערע שפיאנאזש באריכטן זיך דאך געדארפט טרעפן מיט עלי, און די בילדער פון עלי און בנאמאן זענען געווען אויסערגעווענליך ענליך צו די צוויי פּארשוינען ביים וואסער. מער האט שוין נישט אויסגעפעלט פאר דעם מענטש אַריינצוגיין אינעם "שווארצן פאלדער" אין די שאפע אויפן 11'טן שטאק אויף רחוב הדר דפנה אין תל אביב (די געביידע פונעם מוסד), וואס ווערט ס'האט דעם "כבוד" אריינצוגיין אין יענע פאלדער איז זיין לעבן אין א שרעקליכן געפאר.

די נאכשפיאניר גרופע האט נאכגעפאלגט סאלאמא ווען ער האט פארלאזט דעם שווים באסיין. ער איז אריין אינעם "בערגסאנג" געשעפט וואו זיין ווייב האט געארבעט, און קורץ דערנאך איז ער פון דארט ארויסגעקומען צוזאמען מיט זיין ווייב און ארויפגעגאנגן אויף א שטאטישע באס. די נאכשפיאנירער קאר פאלגט זיי נאך. די צוויי זענען אראפ פון באס אין די באוואוינטע ניבאו געגענט אין די מערב זייט פון די שטאט, און אריין אין איינע פון די נייע דירות אויף די ראגעדוויאן גאס.

די אנפירער פון די אקציע האבן באפוילן אוועקצושטעלן ארום דעם הויז פיר קארס צו באוואכן אלע אריינגענג און ארויסגענג. אברהם איז אנטשלאסן אז דאס מאל וועט ער אים נישט ערלויבן זיך ארויס צו גליטשען פון אונטער די הענט. די נאכשפיאנירער זענען אָנגעזאָגט געווארן צו זיין גרייט און ווען עס קומט דער באפעל, זיך אויסמישן מיט די ארומיגע...

אינצווישן זענען אָנגעקומען צוויי פרישע אגענטן פון קיסריה צום שטעטל. די צוויי זענען געווען די שטענדיגע שיסער פארן מוסד, און האבן יעצט זיך קווארטירט אינעם "אופלאנד טוריס" האטעל אין לילהאמער. די צוויי שיסער האבן געווארט אויף א באפעל פון הררי. רוב קיסריה אגענטן זענען געווען טונקל הויטיג מיט טונקעלע האר, און זענען געפארן מיט געדונגענע קארס. דער פּלוצימער גערויש פון אזויפיל מאדנע עלעמענטן אינעם פארשלאפענעם שטעטל לילהאמער האט ווי פארשטענדליך געצויגן אויפמערקזאמקייט.

אין די נאכט שעות, איז דער מאן מיט זיין פרוי ארויס פון זייער דירה. דער מאן איז געגאנגען אנגעטאן מיט אַ געלע רעגן מאנטל, וואס האט פארגרינגערט פאר זיינע נאכפאלגער אים צו נאכצוגיין. דאס פּארפאָלק האט נישט אויסגעזען אָנגעצויגן אדער באזארגט, זיי האבן נישט פּרובירט צו אנטלויפן פון זייערע נאכפאלגער, זיי זענען זיך רואיג געגאנגען זייער וועג און זיך אוועקגעזעצט אין א פּארק. איינער פון די נאכשפּיאניר אגענטן, אינגאנצן אויפגעהייטערט און ענטוזיאסטיש, האט אלארמירט אלע אנדערע אגענטן וועלכע זענען אינצווישן געגאנגען עסן נאכטמאל, אז מען דארף זיין גרייט. די גאנצע איינהייט האט זיך אויסגעשטעלט אויף זייערע פון פאראויס באשטימטע פלעצער, אנגעצויגן ווי א ספּרינג.

קיינער פון די גאנצע איינהייט האט זיך אפּגעשטעלט און געפרעגט א פּאר הארבע פראגעס: פארוואס זאל עלי חאסאן סאלאמא, וועלכער וואוינט אין ביירוט, לבנון פארן אויף א ביציקל אין א פארשטיפטע שטאט ווי לילהאמער? וויאזוי קען ער אזוי גוט די גאסן פון דעם קליין שטעטל? פארוואס פירט ער זיך נישט אויף פארזיכטיג ווי יעדער טעראריסט וואלט זיך געפירט? עלי חאסאן סאלאמא האט א פרוי און צוויי קינדער אין ביירוט, וואו זענען זיינע פיצלעך קינדער פארשווינדן געווארן?

קיינעם איז אויך נישט בייגעפאלן אריינצוברענגן די "קשת" איינהייט (ספעציעליסטן אין זיך איינברעכן אין יענעמ'ס הויז אָן איבערלאזן סימנים) כדי "בודק-חמץ" זיין אין זייער הויז צי עס איז דא דארט א סימן פון א מייסטער טעראריסט, ווי צב"ש פלענער, געווער אד"ג. הררי מיט זיינע מענטשן האבן געגלייבט מיט'ן גאנצן הארץ אז זיי האבן ענדליך באוויזן צו טרעפן דעם אזוי-לאנג געזוכטן טעראריסט. אפילו עס לייגט זיך נישט אויפן שכל, אבער נאך אזויפיל אים פארלירן, האבן זיי נישט צוגעלאזט צו זיך אזעלכע געדאנקען אז פילייכט איז דער מענטש גארנישט עלי סאלאמא.

די אקציע האט שוין געהייסן אזא סוקסעס, אז צבי זאמיר, דער דעמאלטדיגער אנפירער פון מוסד, איז שוין געווען אויפן וועג קיין לילהאמער, מיט א געפעלשטן פאספארט. אזויווי אלע פריעדיגע אקציעס, האט ער געוואלט מיטהאלטן דעם סוקסעס פון דער נאנט. צו זיין מזל – שפּעטער ארויסגעשטעלט אלס "גוטער" מזל – איז ער יענע נאכט געבליבן שטעקן אינעם אמסטערדאם לופטפעלד, ווארטענדיג אויף א "קאנעקטינג פלייט" וואס זאל אים נעמען קיין אסלא.
" איז ער אונזער מענטש?", האט זאמיר געפרעגט, ביים טעלעפאנירן פון אמסטערדאם קיין לילהאמער.
"יא", האט הררי געענפערט.
"זענט עטץ זיכער? ", האט זאמיר געפרעגט.
"יא", ענפערט הררי.
"אקעי, איך ערלויב!"

דאס איז געווען זייער צווייטע שמועס יענעם טאג. אין זייער ערשטע שמועס האט זאמיר געהייסן אז הררי זאל נאכאמאל זיכערמאכן צי יענער פאדעכטיגער איז טאקע סאלאמא. יעצט האט אים הררי פארזיכערט, אז זמיר האט געגעבן דעם "אקעי" פאראויסצוגיין מיט די אקציע.

אום 11:30 ביינאכט האט דאס פּארפאלק פארלאזט דעם פּארק און געגאנגען מיט א רואיגקייט צום באס סטאנציע. הררי האט געשיקט די צוויי שיסער צו די פאראבאקיקן גאס, דארט האבן זיי זיך אריינגעזעצט אין א קאר וואס זיי שוין פריער אפגעווארט אין א פּארקינג לאט. דער באס איז אנגעקומען צום סטאפ אויף די פאראבאקיקן גאס. דאס פּארפאלק איז אראפ פון באס, פון דארט ביז זייער הויז איז נישט ווייט. זיי זענען געגאנגען מיט א רואיגקייט און גערעדט מיט א שטילקייט. די נאכשפיאניר איינהייט איז געווען אויף זייער פיסטריט.

די קאר וואס איז געווען געפארקט איז יעצט ארויסגעפארן מיט א שארפן קוויטש, אין זיך אפגעשטעלט עטליכע פיס קעגן זיי. צוויי מענער וואס זענען געזעצן אין די אונטערשטע זיצן זענען ארויסגעשפרינגן מיט א פלינקייט, ביידע האבן עקסטער ארויסגעצויגן א גראנאט און עס געשליידערט אין זיין ריכטונג. די גראנאטן האבן אויפגעריסן מיט א גרויס גערודער, א ווייסע שטויב האט זיך פארשפרייט אויף זיין פנים און קליידער, די צוויי מענער זענען צוריק אריינגעשפרונגען אין קאר, און מיט א ווילדן קוויטש פון די רעדער אפגעטראגן פון דארט.

עס האט נישט גענומען מער ווי געציילטע סעקונדן און דער מאן איז אראפגעפאלן אויפן שאסיי מיטן פּנים אראפּ. זיין פרוי האט זיך אראפגעבויגן נעבן אים און געקוויטשט מיט שרעקליכע קולות. פון איינע פון די דערנעבנדיגע הייזער האט ארויסגעקוקט א שכנ'טע, א יונגע קראנקן-שוועסטער, וועלכע האט אלארמירט די פאליציי. אין דריי מינוט איז אנגעקומען די ערשטע פּאליציי אויטא, און צען מינוט שפעטער איז אנגעקומען דער אמבולאנס. אלע פּרואוון אים צוריקצוברענגען האבן נישט מצליח געווען. פופצן מינוט נאכן אנקומען אין שפיטאל איז זיין טויט באשטעטיגט געווארן. די דאקטוירים האבן ענדגילטיג באשטימט אז ער איז פאר'סמ'ט געווארן. די גראנאטן האבן געהאט אויף זיך א ספעציעלן סם וואס ביים אויפרייס ווערט דאס אנגעקלעפט אויפן קרבן, און אין געציילטע מינוטן ווערט יענער פארשיקט אויף אייביג.

לויטן פּלאן האט הררי מיט די צוויי שיסער געדארפט פארלאזן לילהאמער יעדער עקסטער, און פארן מיט די שנעלסטע מעגליכקייט דרום זייט קיין אסלא. צומארגענס, אין די פריע פארטאגס שעה'ן, האבן זיי זיך געדארפט צעשפּרייטן איבער גאנץ אייראפע. א ספּעציעלע "נאכפאלגן" גרופע (גומרים) האט געדארפט צוריקגעבן די געדונגענע קארס, די שליסלען פון די געדונגענע דירות, און זיכער מאכן אז עס איז נישט איבער געבליבן קיין "וויידלען". די גרופּע האט נאך געדארפט בלייבן עטליכע טעג אין אסלא און דאן ארויספארן קיין מדינת ישראל.

אין מדינת ישראל, אין די פארטאגס שעה'ן, האט אבנר, (דער אפיציר פון די קיסריה גרופע אין מדינת ישראל), אנגערופן זיין קאלעגע, א יונגער אפיציר אין "אפטיילונג 4", (וואס איז געשטעלט איבערצוגעבן יעדן צופרי פאר די רעגירונג פירער די לעצטיגע נייעס אינערהאלב די אגענטור) און אים געמאלדן: "מיר האבן אים אראפגענומען! מיר האבן ערלעדיגט סאלאמא אין נארוועגיע".
"וואס? ס'קען נישט זיין", ענטפערט דער אפיציר פון "אפּטיילונג 4".
"איך זאג דיר, מיר האבן אים אראפגענומען", עקשנ'ט זיך אבנר.
"אבער ס'קען נישט זיין", שרייט יענער אפיציר און זעצט מיט זיין פויס אויפן טיש: "ער איז אפילו נישט דארט... דאס איז א גרויסער דורכפאל! "

שפּעטער אינדערפרי ווען דער אפיציר פון "אפטיילונג 4" האט געמאלדן פאר זיינע אויבערהארן איבער די וואונדערליכער אקציע, האט יעדער איינגעשטימט און אויף יעדן האט זיך דערקענט א שרעק: "ס'קען נישט זיין, ער איז אפילו נישט דארט".

צומארגנס האבן ריזיגע העדליינס אין די נארוועגישע צייטונגען געמאלדן איבער דעם מארד פון א יונגען מאראקאנער מיטן נאמען אחמאד באשיקא אין שטעטל לילהאמער. די אגענטן פון קיסריה האבן אנהייב געטראכט אז דאס איז נאך א פאלשער נאמען פון עלי חאסאן סאלאמא. אבער זיי האבען זיך מיאוס טועה געווען; די אגענטן פון קיסריה האבן ערלעדיגט דעם נישט ריכטיגן מאן.

פאר א רעפּארטער וואס איז אנגעקומען אין לילהאמער צו דעקן דעם מארד, האבן עדות וועלכע האבן צוגעזען די געשעעניש פארציילט וועגן פרעמדע עלעמענטן וועלכע זענען געפארן מיט טייערע מערצעדעס און מאזדא קארס, און האבן גענישטערט אין די געגענט, און זיך אויפגעהאלטן פארנט פון די דירות אין יענעם טאג פונעם מארד. דער רעפּארטער האט געוואוסט אז ער האט א דא צו פארקויפן פאר די צייטונגען א גרויסע געשיכטע: שוין פערציג יאר האט נישט פּאסירט א מארד אין לילהאמער. ער האט אבער נישט געוואוסט ווי גרויס זיין נייעס געשיכטע איז ווירקליך.

דער רעפארטער האט פּערזענליך געקענט באשיקא. אין זיין באשרייבונג אויף צוויי זייטן האט ער באשריבן באשיקא אלס א מאראקאנער, בערך דרייסיג יאר אלט, וועלכער האט געוואוינט אין לילהאמער די לעצטע פיר יאר. זיין פרוי איז א נארוועגישע. באשיקא איז אהערגעקומען פון מאראקא אין א האפענונג צו פארבעסערן זיין לעבן, ער האט געארבייט אלץ סארווירער און אין זיינע זייטיגע שעות האט ער געארבייט אלס שווים-וועכטער אין שטאטישן שווים באסיין. יארן שפעטער איז מען ארויפגעקומען אז די אנגעבליכע באגעגעניש מיט כמאל בנאמאן אויף די טאראסע פון די "קאראליין" רעסטוראנט איז געווען אַן אומשולדיגע פון צוויי צפון אפריקאנער וועלכע האבן אויסגענוצט די געלעגענהייט אויסצוטוישן אביסל ווערטער אויף אראבישן "מאמע לשון", און געוואויר ווערן אביסל נייעס וואס ס'הערט זיך אינדערהיים אין אפריקע.

א טאג שפּעטער האבן די אסלא צייטונגען געשריבן אז די פּאליציי האט געטראפן א פארבינדונג פון דעם מארד מיט פיר פרעמדע בירגער וועלכע זענען צופעליג ארעסטירט געווארן יענעם טאג, וויקטאר גאלדניקאף, דן אראד-ארבל, לעסלי אורבוים און נאך א פרוי ראקסבערג. די ערשטע באריכטן זענען נישט געווען קלאר און מ'האט נישט געקענט ערקלערן די פארבינדונג פון די פיר צום מארד. טייל צייטונגען האבן צוגעשריבן די אורזאך פונעם מארד צו א דראג ביזנעס וואס האט זיך פארהאנקערט.

דעם ערשטן טאג אינדערפרי האט מען ארעסטירט דן אראד, אן איזראעלי אפּשטאמיגער וועלכער האט היינט געוואוינט אין דענמארק און אין ארץ ישראל האט מען אים גערופן דן ארבל. ער האט געהאט בלויז א צווייט-ראנגיקע פאזיציע אין די אקציע, און דערפאר האט ער געניצט זיין ריכטיגע פאספארט. ער איז גערופן געווארן צו די אקציע אין איילעניש צוליב זיין קענטעניס אין די נארוועגישע שפראך, ער האט געקענט ליינען די שטאטישע גאסן טאוולען; זיכער מאכן אדרעסן דורכ'ן טעלעפאן, באשטעלן צימערן אין די האטעלן, דינגען קארס און טרעפן פּאסיגע דירות זיך צו באהאלטן. אויך האט מען ארעסטירט וויקטאר גאלדניקאף, א שוועדישער בירגער וועלכער איז ארויף קיין מדינת ישראל, און א קורצע צייט שפעטער איז ער אנדעקט געווארן געווארן אלס פּאסיגער שפּיאן אגענט פאר קיסריה אקציעס אין יענע סקוואנדאנישע לענדער (שוועדן, פינלאנד, נארוועגיע און דענמארק).

גאלדניקאף איז ארעסטירט געווארן צוזאמען מיט אראד-ארבל אין פארנאבא לופטפעלד אין נארוועגיע, בשעת די צוויי האבן צוריקגעקערט זייערע געדונגענע קארס וואס האט זיי באדינט לענגאויס די אקציע. זיי האבן נישט געהאט גענוג א גוטע פארדעקונגס-מעשה פארוואס די "לייסענס פלעיט" נומערן פון די צוויי קארס ווערט געזוכט דורך די פאליציי – די צוויי קארס זענען געזען געווארן דורך די פאליציי ארויספארנדיג פון לילהאמער אין א ווילדן געיעג, און עס האט ערגעוועקט א חשד ביי איינעם פון די פאליציאנטן וועלכער האט אפּגעשריבן די פּלעיט נומערן און עס איז פארעפנטליכט געווארן אן ארעסט-ווארענט אויף די דרייווערס.

די צוויי זענען נישט געווען געהעריגע-טרענירטע קיסריה אגענטן, און באלד נאך זייערע ארעסט האבן זיי אנגעהויבן "זונגען" פאר די פאליציי אינפארמאציע וואס האט געברענגט צום ארעסט פון צוויי וויכטיגע מיטגלידער פון די נאכשפּיאנירן-איינהייט. די צוויי מיטגלידער האבן יא געהאט פאלשע פאספארטן, איינער א בריטישער מיטן נאמען לעסלי אורבוים, און די אנדערע א קאנאדישע פּאספּארט מיטן נאמען ראקסבערג.

לעסלי אורבוים איז געווען אברהם גאמער, דער וויצע פירער פון די אקציע. ער איז געווען א הארטנעקיגער און אַן עקשן. ער האט נישט קאאפּערירט מיט די אויספארשער, ער איז געווען "צוגעקלעבט" צו זיין פאלשע מעשה וואס איז געווען פיל מיט לעכער, אז ער איז א בריטישער, 29 יאר אלט, א לערער פון די שטאט לידס, וואס איז געקומען קיין נארוועגיע אויף א באזוך.
"ס'קען נישט זיין אז דו ביסט לעסלי אורבוים", האט געשריגען דער אויספארשער. "אזא מענטש איז נישט דא, מיר האבן דאס גוט נאכגעקוקט".
"דעטמאלט האב איך נישט קיין נאמען", האט אברהם גאמער צוריקגעענפערט מיט כעס.

די פרוי ראקסבערג, וואס איז ארעסטירט געווארן, איז געווען סילביה רפאל, אַ פרוי-אגענטין פון קיסריה וואס האט אנטייל גענומען אין פילע אקציעס אין אייראפע, לבנון, סיריע און עגיפטן. רפאל איז געווען 36 יאר, זי איז געבוירן אין קעיפטאון, אין דרום אפריקע. זי איז געווען א געלערנטע פאטאגראפירער. אין 63' למס' איז זי ארויף קיין מדינת ישראל און צוויי יאר שפעטער איז זי שוין אריין אין די קיסריה איינהייט. באלד פון אנהייב האט זי ארויסגעוויזן געוואלדיגע טאלאנטן אלס אגענט. זי איז געווען קלוג און ראפינירט. אין פאליציי סטאנציע האט זי גע'טענה'ט אז זי איז א רעפארטער אויף וואקאציע.

איר פאלשע געשיכטע האט נישט באאיינדרוקט די אויספארשער, פּונקט ווי די געשיכטעס פון די אנדערע אגענטן האט זיי נישט געכאפּט. עס איז געווען צו סאך סתירות צווישן זייערע גירסאות און אויך האט נישט געשטימט די צייט ווען זיי האבן אינאיינעם געדונגען די דירה.

נאכן אריינבליקן אין רענצל פון דן אראד האט מען געטראפן צעטליך און טעלעפאן נומערן פון צוויי אנדערע איזראעלי אגענטן, צבי שטיינבערג און מיכאל דארף, וועלכע זענען איינגעשטאנען אין די פריוואטע דירה פון יגאל אייל, דער זיכערהייטס אפיציר פון די איזראעלישע אמבאסאדע. שטיינבערג איז געווען דער אויספלאנירער פון די גאנצע אקציע און דארף איז געווען דער פארבינדונגס מאן. זיי האבן געטראפן וואו איינצושטיין אומזיסט. אין מאנטל טאש פון שטיינבערג האט מען געטראפן אַן ערשטע קלאס בילעט מיטן באַן קיין קאפענהאגען וואס האט געדאַרפט ארוי פארן יענע נאכט אום 10:00 אווענט. א זוך אין זיינע רענצליך האט געברענגט נאך באשולדיגונגס באווייזן. מיטן ארעסט פון שטיינבערג און דארף איז די צאל ארעסטירטע אנגעקומען צו זעקס.

דער פירער פון די גאַנצע אַקציע, מייק הררי, האט באוויזן צו אנטלויפן מיט די נשמה אין די הענט אין די לעצטע מינוט.

די פּאליציי האט נישט לאנג געדארפט פארשן וואס דא איז פארגעגאנגען. דער גאנצער פּלאן צו ערמארדן עלי חאסאן סאלאמא דורך די קיסריה איז שנעל ארויסגעקומען בשעת זיי האבן אויסגעפארשט דן אראד-ארבל, וועלכער איז געווארן ביטער אנטוישט אינעם מוסד נאכדעם וואס ער האט איינגעזען אז דער מארד האט נישט געהאט קיין שום בארעכטיגונג, און עס האט בכלל נישט געהאט קיין הענט און פיס צו טראכטן אז דער אומשולדיגער באשיקא איז דער ארכי-טעראריסט עלי חאסאן סאלאמא.

די אויספארשונג פון די פאליציי און דאס מודה-זיין פון די ארעסטירטע האט איבערגעוויזן דאס שלימזל'קייט און ווילדקייט פון די ארעסטירטע. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די איבערגעטריבענע עקסטאַז אין די הויכע פענסטערס פונעם מוסד צו אומברענגען איינמאל פאר אלעמאל סאלאמא האט געברענגט אַן אקציע אָן די מינימאלסטע זיכערהייט באווארענונגען. די אגענטן זענען געווען ווילד און צעלאזט, מיט אַן איבערגעטריבענע זעלבסט-זיכערהייט, און אַן אומ'אחריות'דיגע פירונג וואס האט געברענגט דעם טויט פון אַן אומשולדיגען מאראקאנער – און אויך די אַנטפּלעקונג פון די געהיימע קיסריה איינהייט און די אקציע.

מדינת ישראל האט נישט געוואוסט ווי אזוי צו באהאנדלן די ארעסטן פון זעקס מוסד אגענטן אין נארוועגיע. די עליטע אין לאנד, אין שפּיץ פון דאן-פּרעמיער-מיניסטער גאלדא מאיר, האבן נישט געוואוסט וואו זיך צו באהאלטן ס'פּנים פאר בושה. לאנגע מיטינגען זענען פארגעקומען וויאזוי צו באהאנדלן די אומאנגענעמע פרשה. די הויפט פראגע איז געווען, זאל מדינת ישראל לייקענן די גאצע געשיכטע אדער יא נעמען אחריות דערויף?

דער קאבינעט האט למעשה דעמאלט אנגענומען דעם מיטעלן וועג און געשיקט דעם אדוואקאט פונעם אויסערן מיניסטעריום, מאיר ראזען קיין נארוועגיע. שפּעטער האט מען אויך נאכגעשיקט אליעזר פאלמויר, דער הויפט ראטגעבער פארן אויסערן מיניסטעריום. זיי האבן געדארפט מיטצוהאלטן דעם פּראצעס פון דער נאנט און זיך פארבינדן מיט די פאליציי זען צו העלפן די ארעסטירטע מיט וואס נאר מעגליך.

צבי זמיר, דער מוסד אנפירער, און מייק הררי, דער אקציע אנפירער, האבן אריינגעגעבן זייער רעזיגנאציע פונעם מוסד. גאלדא מאיר האט דאס אבער אפגעשטיפט: "זעקס מענטשן אין טורמע, איר קענט אייך נישט אויפהייבן און גיין, עס דא ארבייט וואס עס ברויך געטאן ווערן".

דער פּראצעס פון די זעקס אגענטן האט באקומען ברייטע דעקונג אין די לאקאלע מידיא, ווי אויך אין די גאנצע וועלט. ווען אברהם גאמער איז ארויפגערופן געווארן אויפן אויספארשונג באנק איז ער געזעצן שטיל, פארהארטעוועט, און נישט ארויסגעוויזן קיין שום צייכן פון שרעק. ער האט געשאלטן פאר כעס, שפיאנאזש סודות ווערן פארשפרייט ברבים. ער האט געפאדערט דורך זיין אדוואקאט אז דער פּראצעס זאל געפירט ווערן אונטער פארמאכטע טירן.

נאָר דן אראד-ארבל האט אויסגעזען דערשראקן און פארלוירן, ער האט זיך געשפילט מיט די פינגערס נערוועזערהייט, און ער האט ערקלערט פארן געריכט-אויספארשער פארוואס ער האט אונטערגענומען די "משוגענע אקציע" (לויט ווי ער האט עס אנגערופען), ווייל "איך האב געברויכט קויפן נייע מעבל פאר מיין דירה". אויף די פראגע פון ריכטער: "האסטו אמת'דיג געגלויבט אז מדינת ישראל וועט זיך אננעמען פאר אַן אומלעגאלע גרופע וואס ארבעט אין נארוועגיע?" האט אראד-ארבל געענפערט, "אמת'דיג, לויט די גוטע באציאונגן צווישן מדינת ישראל און נארוועגיע, האב איך געגלייבט אז עס וועט קומען צו א שטילע פארהאנדלונג צווישן די צווי לענדער, אזוי האב איך געגלייבט מיט טיפשות".

פעברואר דער ערשטער אין 74' איז ארויסגעקומען דער אורטייל. מיכאל דארף, דער פארבונדונגס מאן, איז געווען דער איינציגסטער וואס איז תיכף באפרייט געווארן. די 5 אנדערע זענען ארויס שולדיג און באקומען די פאלגענדע אורטיילן: צבי שטיינבערג, דער אויספלאנירער פון די אקציע, איין יאר תפיסה פאר זאמעלען שפיאנאזש פאר א פרעמד לאנד. וויקטאר גאלדניקאף, צוויי און א האלב יאר תפיסה, פארן זיין פארמישט אין א מארד. דן אראד-ארבל, פינף יאר טורמע, אברהם גאמער און פרוי רפאל צו פינף און א האלב יאר טורמע, פארן וויסן פונעם מארד. דאס געריכט האט זיי אלע גאנץ מילד באשטראפט, אלס קלענערע מיט-פאברעכער, קעגן דעם אמת'ן מערדער, וועלכער איז אנטלאפן אין די לעצטע מינוט.

דער ביטערער טעות וואס האט געקאסט דאס לעבן פון דעם אומשולדיגען אחמאד באשיקא האט זייער אסאך שאדן געמאכט פאר מדינת ישראל, וועלכע האט זיך דאן איינגעקויפט א נאמען אלס א מדינה מיט אייגענע טעראריסטן. די פאסירונג האט געהאט א שלעכטע ווירקונג אויף די אייראפּעאישע לענדער; יארן האט עס גענומען פאר מדינת ישראל צוריק אויפבויען זייערע פארבונדונגען מיט נארוועגיע.

מיט דעם אַלעם האט מדינת ישראל יארן לאנג נישט גענומען פּערזענליכע פאראנטווארטליכקייט אויף דעם מארד. ערשט אין יוני 96' האט דער דעמאלטדיגער ראש הממשלה שמעון פערעס באשלאסן צו טוישן די לאנגיעריגע מדינת ישראל פאליסי און ער האט געשיקט קיין אסלא א לאנגיעריגער אדוואקאט מיט צענדליגער יאר עקספיריענס, ער זאל פירן פארהאנדלונגן מיט די פאמיליע פון באשיקא. אבער אויך דאן האט מדינת ישראל מסכים געווען צו באצאלן איבערבעטונגס געלט, אָן צו נעמען אחריות. די פארהאנדלונגען האבן גענומען געציילטע שעות, עס איז געבליבן אז מדינת ישראל וועט זיך אנטשולדיגען אויף וואס עס האט פאסירט יענע נאכט אין לילהאמער, און באצאלן פיר הונדערט טויזענט דאלא פאר די משפחה.

אזוי האט זיך געענדיגט איינע פון די בזיונות'דיגע פרשיות פון מדינת ישראל, וואס ביז היינט שעמען זיי זיך ווען עס ווערט דערמאנט.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

זייער אינטערסאנט, ישר כח
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

שמעלקא טויב האט געשריבן: זייער אינטערסאנט, ישר כח
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

זייער שיין, און אויך גוט באלאנצירט געשריבן, יישר כח
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
בארן קלאפער
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 11, 2014 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארן קלאפער »

pdf ביטע
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

יעצט אדורכגעליינט, א שיין שטיקל היסטאריע, גוט באשריבן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זייער אינטערסאנט און גוט אראפגעשריבן, א דאנק אייך!
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע:דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

אינטערסאנט באשריבן, טענקס!
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

זייער אן אינטערסאנט שטיקל היסטאריע, יישר כח יקיר פארן אראפשרייבן.
אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע:אין i-בערשטענס וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליקים געציל »

בארן קלאפער האט געשריבן: pdf ביטע

די דורכגעפאלענע אקציע אין לילהאמער.pdf
(176.4 KiB) געווארן דאונלאודעד 161 מאל

דאנקע שיין מיין טייער קינד!
ידידכם
אליקים געציל
[email protected]

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זייער אינטערעסאנט, גוט און געשמאק געשריבן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אלץ א סוף צו די געשיכטע.

"סאלאמא" איז למעשה געהרגעט געווארן פון א אינטערגעשטעלטע אויפרייס. ער איז געשטארבן, און זיינע וועכטער, און נאך אומשילדיגע מענטשען, חוץ פארוואנדערטע, אין א אקציע געגלויבט צו זיין אויך פון די מוסד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: אלץ א סוף צו די געשיכטע.

"סאלאמא" איז למעשה געהרגעט געווארן פון א אינטערגעשטעלטע אויפרייס. ער איז געשטארבן, און זיינע וועכטער, און נאך אומשילדיגע מענטשען, חוץ פארוואנדערטע, אין א אקציע געגלויבט צו זיין אויך פון די מוסד.

וויפיל שפעטער פון דאן?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עקבי הצאן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: אלץ א סוף צו די געשיכטע.

"סאלאמא" איז למעשה געהרגעט געווארן פון א אינטערגעשטעלטע אויפרייס. ער איז געשטארבן, און זיינע וועכטער, און נאך אומשילדיגע מענטשען, חוץ פארוואנדערטע, אין א אקציע געגלויבט צו זיין אויך פון די מוסד.

וויפיל שפעטער פון דאן?

יאנואר 22 יאר 79'.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”