אויב איינער קען מיר ביטע מסביר זיין ליוט גוגל מעפס איז היברו יונעווערסיטי געווען א חלק פון מדינת ישראל (פאר תשכ"ז) אבער עס איז אריבער די גרעניץ פון די ירדן גרעניץ, וויאזוי האט דאס פונקציאנירט? און ווען מד"י האט איינגענימן אלט שטאט (שנת תשכ"ז) זענען זיי אריינגעקומען דורך שער אריות וואס איז די זייט צו מזרח ירושלים, איז די שאלה פארוואס האבן זיי נישט געקענט גיין דורך שער יפו וואס איז ממש א שפאן אוועק פון די גרעניץ נאר איידער ארומגיין אלט שטאט צו די אנדערע זייט? (איך טראכט אפשר קען איין ענפער פארענפערן ביידע שאלות)
חוקר האט געשריבן:

א פשוטע סיב נישט צו דורך גיין שער יפו אין יא אריות איז ווייל אזוי דארף מען נישט דורך גיין אויף די שמאלע געסלאך אין באהאגלט ווערן פון די אראבער, אבער די אמת איז אז זיי זענען געקומען פון דארט ווייל די מלחמה איז גיווען אויף יענע זייט! מתחילה איז נאכנישט גיווען אין פלאן איינצונעמען ירושלים העתיקה אגב עס איז יא גיווען א חלק פון די מיליטער וואס איז אריין דורכן שטאט אין מ'האט זיך צאמגעטראפן ביים כותל המערבי.
שמחות תורה יאר תשפ״ד אקט. דעם זיבעטען פון יארע 2023, האבן כאמאס טעראריסטען אינוואדירט מדינות ישראל, פון די ערד ליפט און ים, און דורכגעפירט א שחיטה אויף ארץ ישראל אויף א פארנעם וואס איז נאכנישט געווען זייט די צווייטע וועלט מלחמה, אומברעגענדיג איבער פערצען טויזענט א מערהייט פון דעם אידן, און פארכאפענדיג איבער צוויי הונדרעט און פערציג משכונות.
וואס דאס האט געפירט צו דעם אז מדינות ישראל זאל דערקלערן קריג קעגן כאמאס, וואס פירט אן די רעגורונג אין עזה, צוויי ואכן שפעטער איז מדינות ישראל מעליטער אריין אין עזה, ווי זיי פראבירן צו אויסראטן כאמאס.
ביי די לבנון גרעניץ קומט אויך פאר מערערע פייער אויסטוישונגען מיט חיזזבלה.