בלאט 2פון 3

געשריבן: דינסטאג יולי 29, 2014 2:22 pm
דורך מאגר
Gevald Geshrigen האט געשריבן: עס איז שוין אן אלטער שערורי׳ און פאר איבער דרייסיג יאר צוריק כמעט אלע רבנים געפסקנט להיתר. אויסער רב וואזנער שליט״א וואס האט דאן גע אסרט די ווערים.
מיעוט המצוי ואינו מצוי קומט נאר אריין נאכדעם וואס עס איז קלאר אז עס איז אסור .
די בי״ד פון רב וואזנער האט פארשטייט זיך אנגענומען דעם פסק אבער רוב פוסקים ובתוכם הויען יוסף , מנחת יצחק, ר׳ משה פיינשטיין זי״ע ור׳ יחזקאל ראטה שליט״א פסקו להיתר


דער רווח גיין שוין יארן לאנג, און האט קיינמאל נישט געהאט קיין אוזן קשבת ביים חסידישן ציבור.

ביז ער האט זיך צוזאם געשטעלט מיט הרה"ג סיקסא רב שליט"א (מומחה לתולעים) viewtopic.php?p=530605#p530605 וואס איז געווארן לאיסור א דאנק אים.

לבסוף כפי זכרוני האט שוין סיקסא רב שליט"א צוריק געצויגן.

מער איבער די נאמען "סיקסא" און אירע רבנים viewtopic.php?t=18306

געשריבן: דינסטאג יולי 29, 2014 2:58 pm
דורך קיקיון
מאגר האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן: עס איז שוין אן אלטער שערורי׳ און פאר איבער דרייסיג יאר צוריק כמעט אלע רבנים געפסקנט להיתר. אויסער רב וואזנער שליט״א וואס האט דאן גע אסרט די ווערים.
מיעוט המצוי ואינו מצוי קומט נאר אריין נאכדעם וואס עס איז קלאר אז עס איז אסור .
די בי״ד פון רב וואזנער האט פארשטייט זיך אנגענומען דעם פסק אבער רוב פוסקים ובתוכם הויען יוסף , מנחת יצחק, ר׳ משה פיינשטיין זי״ע ור׳ יחזקאל ראטה שליט״א פסקו להיתר


דער רווח גיין שוין יארן לאנג, און האט קיינמאל נישט געהאט קיין אוזן קשבת ביים חסידישן ציבור.

ביז ער האט זיך צוזאם געשטעלט מיט הרה"ג סיקסא רב שליט"א viewtopic.php?p=530605#p530605 וואס איז געווארן לאיסור א דאנק אים.

לבסוף כפי זכרוני האט שוין http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=90 צוריק געצויגן.

מער איבער סיקקסא רבנים viewtopic.php?t=18306


וואס איז דער המשך ??

:?::?:טרויבען = פיש:?::?:סיקסא רבנים נשמתם עדן ולהבחל"ח הרה"ג סיקסא רב שליט"א


=====
דא האסט די רב רווח'ס סיכום
לויט ווי איך האב פארשטאנען פון דורכבליקען די לעצטע פאר בלעטער איז דער מבוכה ניט וועגען אן הכרעה בדברי רבותינו הפוסקים
נור ווי ווייט מען איז חושש אויף דעת ה"סייענטיסטס" אז דער ANISAKIS קומט פון אינדרויסען

געשריבן: דינסטאג יולי 29, 2014 3:17 pm
דורך msp
דא א ענליכע שמועס וועגען הורג כינה
איך מיין אז אין מגדים חדשים אויף מס' שבת ברענגט ער איינער וואס מחמת דעת הוויסענשאפטלער האלט ער אז עס דארף זיין אסור והוא פלא

געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2014 12:03 am
דורך Gevald Geshrigen
די מבוכה בעיקר איז אז לפי הסייענטיסטן קומט עס פון דרויסן אויף א מציאות וואס די גמרא זאגט מינייהו קרבי. הגאון הרב וואזנער שליט״א (וואס איז כמעט א יחיד בפסקו) איז מסביר פארוואס עס איז נישט קיין סתירה צווישן די צוויי. רב פאלק מאכט אוועק די גאנצע סייענטיפיק זאך.

געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2014 12:14 am
דורך Gevald Geshrigen
חזקאלע שיינער. דארפסט פארשטיין איין זאך. ווען עניבאדי מיט א לעטערהעד שרייבט א איסור האבן שוין די בעלי מכשירים א פראבלעם אפילו ער האלט במציאות אנדערש ווייל אויב לדוגמא התאחדות פסקנט מותר און בי״ד שעל ידי יאהיפעץ אסר׳ט ווערט שוין א שטינק ממילא. פארוואס רב רווח האלט אזוי ווייס איך נישט אבער וואס ר׳ יחזקאל ראטה שליט״א האט געזאגט פאר די חברה נאכן ווייזן אלע צעטלעך און קול קורא׳ס עז פאללאוס. ער האט אויפגעמישט דעם טרוקענעם שולחן ערוך און געוויזן אז דא אינעווייניג שטייט אז עס איז מותר .
אגב רב וואזנער אסרט אלס דבר היוצא מן הטמא טמא און ״נישט״ אלס דער ווערעמל אליינס

געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2014 10:34 am
דורך קיקיון
Gevald Geshrigen האט געשריבן: אגב רב וואזנער אסרט אלס דבר היוצא מן הטמא טמא און ״נישט״ אלס דער ווערעמל אליינס

קענסט מיר מסביר זיין ?

״נישט״ אלס דער ווערעמל אליינספארוואס ? ווייל איך פייפ אויף די סייענטיסטען און עס איז מיניה קא גבלי ווי אזוי ווערט עס דבר היוצא מן הטמא ??

תלמידי חכמים וואס ווילען לערנען בעיון דעתו הגדולה פון דעם זקן ההוראה זז"ג מפי כתבו
חלק ד תשובה פ"ג
חלק ז תשובה קכ"ג אות ג
דא איז די סוף פון תשובה פ"ג
Capture.GIF

געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2014 10:43 am
דורך יוסף שרייבער
גלייכגילטיג האט געשריבן: רוב רבנים האלטן אז עס איז מותר. עס זענען אויך פאראן אוסרים. און פאר סיי-וועלכע סיבה האבן דאס געוויסע מענטשן גענומען אלס א פריוואטע אגענדע און דרייען דעם קאפ פון כלל ישראל.

דער גאנצער אנדרייער איז א ספרדישע (דאכט זיך א בעל תשובה) ר' שלמה זלמן רווח און וויפיל מען האט עם שוין אויפגעוויזען אז עס איז מותר לפי הפסוק בשו''ע וגדולי הפוסקים דרייט ער ווייטער א קאפ.

רב לאנדא (וואס איז זייער מחמיר ביי פיש, אין ב''ב איז ביז גאר לעצטנס נישט געווען צו באקומען טונא סאלאט!) למשל האלט עם אפילו נישט ביים אויסהערען ווייל אז חז''ל זאגען די ווערים נוצרים בתוך הדגים עצמם אינטרעסירט עם נישט כהוא זה וואס א סייענטיסט זאל היינט אויסטרעפען.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2014 3:44 am
דורך msp
איך האב נעכטען אויפגעזוכט
עס איז טאקע אין מגדים חדשים בשם דער פחד יצחק לאמפרונטי בערך צידה
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 4&pgnum=45
פעידזש 45

ווערים 'אויף' די פיש

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 6:15 pm
דורך שויתי'ניק
א נייע אנטדעקונג געווען אין די טעגליכע מודעות אז די פיש האט ווערים.

עס זעט אויס ערגער ווי די פריערדיגע סומאטאכע ווייל דאס קומט נישט פון אינעווייניג נאר פון אינדרויסן און עס איז אויף די הויט....

עני מאר אינפא...

עצות למעשה?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 6:18 pm
דורך אייער_קיכל
ווי זעסטו א ווארט וועגן אינדרויסן אדער הויט?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 6:20 pm
דורך שויתי'ניק
כך שמעתי

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 6:22 pm
דורך אייער_קיכל
סא פארוואס איז עס ערגער ווי די פריערדיגע? מ'שינדט אראפ די הויט און מ'וואשט עס גוט אפ און מ'מאכט א ברכה

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 6:23 pm
דורך ערליכער גרעפיקער
געהערט נאכזאגן פון א געוויסן גדול אויף דעם וואס די גמ' אז "בעקבתא דמשיחא וועט נישט זיין צום געפינען פיש פאר חולה"
איז ער מסביר אז פיש איז א מאכל וואס דארף די ווייגסטע זהירות נישטא קיין שחיטה וכדו' קיין טבל וכדו', און פאר א חולה קען מען די גרינגסטע מתיר זיין אבער עכ"ז בעקבתא דמשיחא וועט מען זיין אזוי פרום אז ...כנ"ל

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 6:51 pm
דורך בערקא
גרעפיקער נהניתי מאד פון דיין תגובה...!

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 7:58 pm
דורך ערליכער גרעפיקער
געהערט אמאל אז סאטמאר רב זי"ע האט געזען אין גאס א צעטל מיט א שרייעדיגען קעפל "לאפרושי מאיסורא" האט ער זיך אנגערופן "א פרישע מסירה..."

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 8:42 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
ערליכער גרעפיקער האט געשריבן: געהערט נאכזאגן פון א געוויסן גדול אויף דעם וואס די גמ' אז "בעקבתא דמשיחא וועט נישט זיין צום געפינען פיש פאר חולה"
איז ער מסביר אז פיש איז א מאכל וואס דארף די ווייגסטע זהירות נישטא קיין שחיטה וכדו' קיין טבל וכדו', און פאר א חולה קען מען די גרינגסטע מתיר זיין אבער עכ"ז בעקבתא דמשיחא וועט מען זיין אזוי פרום אז ...כנ"ל


דאס ווארט שטאמט פון חיים'ל דער בריסקער רב'ס זוהן.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 8:47 pm
דורך ענדע צדיק!
למעשה, יש דברים בגו?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 10:18 pm
דורך אייער_קיכל
מיר האט מען אויסגעלערנט אז א צעטיל אן קיין אונטערשריפט איז א פאקשעוויל, לענינינו, אויב איז דא א ערענסטע חשש איז דא א צעטיל פון רבנים, המעוררים איז גארנישט, זיי האבן א געסיינטע קאנטראקט מיט אלע טעגליכע פלוג בלעטלעך אנצפילן די שורות מיט פוסטע הבלים יעדע שני וחמישי

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 11:44 pm
דורך קיקיון
עפעס שמועות איז דא וועגען סקאטישע סעלמאן אבער נישט וועגען תולעים נור סם

קאוד: וועל אויס אלע

 Salmon health alert
By SEAN POULTER, Daily Mail
Scientists Issued a devastating new warning last night about the safety of Scottish farmed salmon.
They said the fish is so contaminated with toxic chemicals it should be eaten no more than three times a year


Read more: http://www.dailymail.co.uk/health/article-205547/Salmon-health-alert.html#ixzz3IM3DenFx
[

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:51 am
דורך שויתי'ניק
ענדע צדיק! האט געשריבן: למעשה, יש דברים בגו?

כ'ביניש א בעל מכשיר אבער א כשרות ארגאניזאציע האט מיר געזאגט אז מען מעג נאר נוצן מיט א גוטן הכשר.

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: דאס ווארט שטאמט פון חיים'ל דער בריסקער רב'ס זוהן.

חיים דער רב'ס.:wink:

ערליכער גרעפיקער האט געשריבן: געהערט אמאל אז סאטמאר רב זי"ע האט געזען אין גאס א צעטל מיט א שרייעדיגען קעפל "לאפרושי מאיסורא" האט ער זיך אנגערופן "א פרישע מסירה..."

מקור???

אייער_קיכל האט געשריבן: סא פארוואס איז עס ערגער ווי די פריערדיגע? מ'שינדט אראפ די הויט און מ'וואשט עס גוט אפ און מ'מאכט א ברכה


קען זיין אז ס'העלפט. לע"ע בין איך נאכנישט קיין רב.
ערגער מיין איך, ווייל ביי די פריערדיגע טומל איז דא גרויסע מחלוקת צווישן די פוסקים.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:54 am
דורך ענדע צדיק!
שויתי'ניק האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן: למעשה, יש דברים בגו?

כ'ביניש א בעל מכשיר אבער א כשרות ארגאניזאציעהאט מיר געזאגט אז מען מעג נאר נוצן מיט א גוטן הכשר.

וועלכע (אין אישי אז דו ווילסט)

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 1:01 pm
דורך מאגר
יוסף שרייבער האט געשריבן:
גלייכגילטיג האט געשריבן: רוב רבנים האלטן אז עס איז מותר. עס זענען אויך פאראן אוסרים. און פאר סיי-וועלכע סיבה האבן דאס געוויסע מענטשן גענומען אלס א פריוואטע אגענדע און דרייען דעם קאפ פון כלל ישראל.

דער גאנצער אנדרייער איז א ספרדישע (דאכט זיך א בעל תשובה) ר' שלמה זלמן רווח און וויפיל מען האט עם שוין אויפגעוויזען אז עס איז מותר לפי הפסוק בשו''ע וגדולי הפוסקים דרייט ער ווייטער א קאפ.

רב לאנדא (וואס איז זייער מחמיר ביי פיש, אין ב''ב איז ביז גאר לעצטנס נישט געווען צו באקומען טונא סאלאט!) למשל האלט עם אפילו נישט ביים אויסהערען ווייל אז חז''ל זאגען די ווערים נוצרים בתוך הדגים עצמם אינטרעסירט עם נישט כהוא זה וואס א סייענטיסט זאל היינט אויסטרעפען.



viewtopic.php?p=909190#p909190

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 1:07 pm
דורך לכתחילה אריבער
עס האט נישט ממש מיט נאר דעם אשכול, אבער כ'וויל וויסען צו איך בין פאני!!

ווען איך זעה א התעוררת אין איינע פון די בלעטער, און עס איז פארשטייט זיך נישט פארמישט קיין פאליטיק וכדו', מיין ערשטע מחשבה איז "אפשר האט ער א פוינט"? און אמאל בלייבט עס מיט די מחשבה, אמאל הערט מען שפעטער נאך אינפא, און עס איז מחזק די מחשבה, און אמאל פארקערט.

אבער כקזעה אז ביי געוויסע איז די מהלך פארקערט! די ערשטע מחשבה איז "שוין ווייטער דרייט איינער א קאפ"? "שוין ווייטער איז איינער ביזי מאכען דאס לעבן שווער"?

איך האלט מיך נישט פאר קיין ספעציעלער "איבערגעפרימטער", און נישט קיין בעל מדרגה בכלל (כ'האף אז איין טאג וועט עס נאך זיין...) וויל איך וויסען צו כ'בין פשוט פאני אז כ'טראכט די וועג, אדער בינעך צו תמימות'דיג?

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 2:29 pm
דורך שוועמל
אניסאקיס איז די ווייסע לענגלעכיגע ווערים וואס מאכט זיך ביי קינדער אונטן אדער אין בויך, אויך גערופן פאראסייטס.

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 7:48 pm
דורך קיקיון
שוועמל האט געשריבן: אניסאקיס איז די ווייסע לענגלעכיגע ווערים וואס מאכט זיך ביי קינדער אונטן אדער אין בויך, אויך גערופן פאראסייטס.

דאס וואס טרעפט זיך ביי קינדער הייסט PINWORM

קאוד: וועל אויס אלע

 Pinworms are a type of little worm that commonly infects the intestines, often in kids. Many of the kids in your school have probably had pinworms at one time, . 

Anisakis איז מצוי אין פיש און חיות הים
פאראזיטען PARASITE איז א שם הכולל פאר בעלי חיים וואס טשעפען זיך צו צי אנדערע בעלי חיים און לעבען פון זיי

קאוד: וועל אויס אלע

 par·a·site
ˈperəˌsīt/
noun
an organism that lives in or on another organism (its host) and benefits by deriving nutrients at the host's expense.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: