רבי אברהם מרדכי אלתר זצ"ל האמרי אמת מגור - שבועות תש"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

רבי אברהם מרדכי אלתר זצ"ל האמרי אמת מגור - שבועות תש"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הרה"ק רבי אברהם מרדכי זצוק"ל איז געבוירן לאביו הרה"ק רבי יהודה ארי לייב בעל השפת אמת ז' טבת תרכ"ו לפ"ק.
חתונה געהאט בזיווג ראשון מיט הרבנת חיה ראדא יהודית בת רבי נח שחור פון ביאלא זצ"ל בזיווג שני מיט הרבנית פייגא מינטשע בת גיסו רבי יעקב מאיר בידערמאן הי"ד .(מאמע פון הרה"צ רבי פנחס מנחם זצ"ל בעל הפני מנחם מ'גער).
אלס פיצל קינד איז ער נאך געווען אויף די זיידע'ס הרה"ק החידושי הרים'ס זיע"א שויס.

געוון א'מתמיד עצום ממש לא פסיק פומיה מ'גירסא א'לעבעדיגע ספר תורה.
א'קדוש עליון א'אפענע בעל רוח הקודש. ס'האט זיך געוואלגערט מופתים אינטער זיין טיש.
געהאט עיבער הונדערט טויזענטע חסידים און איבער טויזענט שטיבלעך איבער פולין ,געווען די גרעסטע רבי בשעתו.

אוועק בעצם יום השבועות שנת תש"ח.
ומנוחתו כבוד בחצר ישיבת שפת אמת גער בירושלים עיה"ק (אלס דעם וואס מ'האט נישט געקענט באגראבן און הר הזתים וואס איז געווען אינטער די הענט פון די אראבער די יארענער.
זיע"א .

די אויבערשטע בילד רעכטס איז בנו הרה"ק הבית ישראל זצוקל,לעבן אים אן די ספאדיק איז די גערער רבי זיע"א די אינגעלע האלטן די רבי'ס ספאדיק איז בנו הרה"צ רבי פנחס מנחם זצ"ל בעל הפני מנחם פון גער ,אויף די לינקע זייט דער מיט די ספאדיק איז הרה"ק רבי מאיר הי"ד בנו בכורו פונעם אמרי אמת זצוק"ל.
די מיטליסטע בילד איז די רבי מיט זיין גבאי רבי בונם ליבל ז"ל.
אטעטשמענטס
האדמור_בעל_האמרי_אמת_מגור.jpg
אדמור-האמרי-אמת-מגור.jpg
orig_433E430931E24FC29C646DE4ADECA7B9.JPG
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג אוגוסט 03, 2014 3:30 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

אפענע רוח הקודש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט מיר הרה"ח רבי שלום אייזיקאוויטש שליט"א איידים פון הרה"צ רבי יעקב האלברשטאם אבדק"ק טשאקעווא זצ"ל (טאטע פון הרה"צ רבי משה האלברשטאם זצ"ל דיין העדה החרדית )געווען פאר לאנגע יארן מנהל רוחני און ת"ת סאטמאר און וויליאמסבורג, א'מורא'דיגע מעשה וואס בדידו הוי עובדא.

אז זיינס א'חבר רבי וואלף יאקאב ז"ל איז געווען א'חתן (ביידע זענען געווען סאטמארע חסידים)זענען זיי אריין צום גערער רבי הרה"ק רבי אברהם מרדכי זצוק"ל נעמען א'ברכה .

און די חתן גיט דעם רבין זיין קוויטעל אין ס'שטייט דארטן אז ער גייט חתונה האבן פרייטאג (כנהוג בימים ההם ).
האט די רבי געליינט די קוויטעל און געזאגט די חתונה זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת דינסטאג און אנגעווינטשען א' בנין עדי עד דורות ישרים מבורכים וכו' .
האט רבי שלום זיך אנגערופן אז פרייטאג גייט זיין די חתונה ,

האט די רבי נאך אמאל געזאגט אז די חתונה דינסטאג זאל זיין בשעה טובה ומצלחת און אנגעוונטשען ברכות לרוב.


מעשה שהיה כך היה יענעם פרייטאג וואס די חתונה האט געזאלט פארקומען איז געוון א'קארפיו (די ענגלענדער האבן געמאכט א'עוצר אז קיינער טאר נישט ארויס גיין פון שטוב ,און אז יא אחת דתו להמית ר"ל) ביז דינסטאג און טאקע דינסטאג איז געווען די חתונה אזוי די רבי האט פון פאראויס געזאגט.
זיע"א.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג אוגוסט 04, 2014 9:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

קברו .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

דא האט איר בילדע מ'ציונו ואוהלו הקדוש אונעם חצר פון ישיבת שפת אמת גער בירושלים עיה"ק.
די רבי זצוק"ל איז אויף די רעכטע זייט
און לינקס זעט זיך אן ציון בנו אדמו"ר הרה"צ רבי פנחס מנחם זצ"ל בעל הפני מנחם מ'גער .
אטעטשמענטס
גער קבר.jpg
Imrei_Emes_and_Pnei_Menachem_graves.jpg
OhelGURjerusalem.jpg
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג אוגוסט 03, 2014 6:40 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

טויזנטער שטיבלעך אין פוילן?
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

מיללער האט געשריבן: טויזנטער שטיבלעך אין פוילן?


דאס איז אהן די גוזמא - ווי האט יענער געזאגט: אין גור אין פולין זענען נישט געווען אזויפיל חסידים ווי היינט, אבער א הונדערט טויזענט חסידים זענען זיכער געווען!!!!!!!!!
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

http://www.yeshiva.co/midrash/shiur.asp?id=2340
איבער א האלבע מיליאן גור'ע חסידים, מאות אלפים האבן זיך געקוויטלט צי געזעגנט יעדע יאר..
א יאר האט בערך פופציג טויזנט מינוט.
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

50.000?
525.600!
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

גערעכט.
יעצט מאך א חשבון, ווילאנג דויערט אויפצונעמען איין מענטש, וויפיל מינוט א טאג איז געווען מוקדש אויף צו געזעגענען.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

איבער טויזענט שטיבלעך.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מיללער האט געשריבן: טויזנטער שטיבלעך אין פוילן?

כבוד הרב מילער שליט"א
וואו איר הערט.
יא יא, איר האט געהערט זייער גוט.

ועיין בספר ראש גולת אריאל (תולדות חייו של הרה"ק האמרי אמת פון גער זיע"א )בהקדמה של הסופר והידען המפורסם רבי אהרן סוראסקי שיחי' (מ'חסידי סלונים) בדף ח' וזה לשונו.

בתקופת הנהגתו ב'35 השנים האחרונות לפני חורבן בית ישראל באירופה, גדלה והתעצמה מאוד עדת החסידים שחסו בצלו.
הן בכמות והן באיכות והגיעה לשיאים לא נודעים אולי מימות הבעש"ט:
יותר מ'אלף שטיבלך של גור התקיימו בפולין ערב השואה.
עד כאן לשונו אות באות.

בדרך אגב האב איך גערעדט מיט גערע חסידים און אויך געזען געשריבן אז גער פאר די צווייטע וועלטס מלחמה האט פארמאגט מער וואו הונדערט טויזענט חסידים.

וואס רובם זענען אומגעקומען על קידוש השם.
השם יקום דמם.
אטעטשמענטס
ger.jpg
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג אוגוסט 03, 2014 5:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הונדערט טויזנט נפשות אנשים נשים וטף קען מען אפשר אנפילן 500 שטיבלעך, דוק ותשכח.

פתי יאמין לכל דבר
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3353
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

פיינע צייטן געווען אמאל viewtopic.php?f=63&t=6243

יעצט צוריק צום אמרי אמת זי"ע;
וויפיל מאל איז דער דער א"א געקומען קיין א"י פארן קריג? און וואס איז געווען די תכלית פון דיזע נסיעות?
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

פינעף מאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ער האט באזוכט פינעף מאל פארן קריג ארץ ישראל.

די ערשטע מאל בשנת תרפ"א ער האט זיך דעמאלטס גטראפן מיט הרב רבי יוסף חיים זאנענפעלד און אויך מיט הרב קוק פראבירט צו מאכן שלום און האט זיך אויך געטראפן מיט די בריטישע מאנדאט הארבערט סאמוא'ל,
ער האט געוואלט דערגיין אויב מ'קען דארטן באזעצען חסידים.

און ער האט אסאך געשטיצט און מעודד געווען רבי יצחק גערשטנקארן ז"ל די גרינדער פון בני ברק צו גרינדען די שטאט בני ברק און ער האט אים צו געזאגט זיין שטיצע דורך זיינע חסידים.

די צוויטע מאל איז ער געווען בשנת תרפ"ד און ער האט דעמאלטס געזאגט אזוי וואו א'חסיד דארף וויזיטן זיין רבי אזוי מיז ער ארויף גיין א'יעדע פאר יאר באזיכען די מאמע ארץ ישראל.
צו די נסיעה איז מיט געקומען זיין שוואגער הרב הצדיק רבי הערש העניך לעווין זצוק"ל אבד"ק בענדין מיטן סאקאלאווער רבי זצוק"ל
די וויזיט האט זיך געצויגן ארום זעקס וואכן וואו זיי האבן באזוכט ירושלים צפת טבריה חברון תל אביב.און ער האט זייער מעודד געווען זיינע חסידים וואס זענען שוין ארויף געקומען און האבן זיך געמוטשעט פאר פרנסה.


און ער האט זיך אנגערופן אויב ס'וועלן ארויף קומען פינעף הונדערט ערליכע פרומע פארמעגליכע משפחות וועט מען קענען אזוי איינמען ארץ ישראל ברוחניות ובגשמיות.

בשנת תרפ"ז האט ער נאך אמאל באזוכט ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין שוואגער הרה"צ רבי הערש העניך זצ"ל בענדינער רב .

בשנת תרצ"ב האט ער באזוכט צום פערטע מאל ארץ ישראל און ס'איז מיט געקומען בנו הרה"ק רבי ישראל זצוק"ל בעל הבית ישראל
און פארבליבען דארטן פאר ארום פינעף וואכען.

אלול תרצ"ה האט ער באזוכט צום פיפטען מאל ארץ ישראל און פסח תרצ"ו האט ער נישט געהאלטן יום טוב שני של גליות
ווייל ס'איז געווען דעתו להשתקע און ער האט זיך געהאלטן א'תושב ארץ ישראל.

מיט אסאך דרוק פון זיינע חסידים איז ער צוריק געפארן קיין פולין און געבליבן דארטן ביז צום צווייטען וועלט מלחמה.
און ממש מיט ניסי ניסים האט ער זיך בחסדי הבורא די לעצטע מינוט געראטעוועט פון די דייטשע נעגל.
ראש חודש ניסן ת"ש האט ער פארלאזא ווארשא און חול מועד פסח איז ער ארויף אויף די שיף וואס פארט קיין פאלשתינא.

און שנת ת"ש איז ער בעז"ה אנגעקומען און באזעצט און ירושלים עיה"ק.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג אוגוסט 03, 2014 7:44 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3353
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

ייש"כ רימנובער!
הנותן לשכוי בינה...
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3353
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

ווען האט דער אמרי אמת מייסד געווען די ישיבה שפת אמת? און ווי? ירושלים אדער תל אביב?
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ישיבת שפת אמת.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

תרנגול האט געשריבן: ייש"כ רימנובער!

המברך יתברך .

בדרך אגב בשנת תרפ"ה האט מען גערינדעט בפ'קודת האמרי אמת זצוק"ל ישבת שפת אמת און ירושלים עיה"ק.
און די אמרי אמת האט ממנה געווען אחיו הגאון הקדוש רבי נחמיה'לע אלתר הי"ד אלטס ראש ישיבה.
וואס האט געוואינט און ארץ ישראל ,און מכהן געווען אלטס ראש ישיבה ביז שנת תרפ"ט ווען ער איז דעמאלטס צוריק געפארן קיין פוילין.
אטעטשמענטס
בית_המדרש_בגור.JPG
ger (2).jpg
250px-Goor_replica.JPG
250px-Goor_replica.JPG (17.5 KiB) געזען 4480 מאל
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג אוגוסט 03, 2014 6:35 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אויבערשטע בילד אויבן איז פון די גערער שוהל און פוילין.
די אינטערשטע צוויי בילדער איז א'וואנט לעבן ישיבת שפת אמת ירושלים נאגעמאכט די גערער שוהל און פוילין.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

צדיק גוזר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט הגה"צ רבי פנחס מנחם אלתר זצ"ל אדמו"ר בעל פני מנחם פון גער.

ביי זיין בר מצוה כ"א תמוז תרצ"ט האט זיין טאטע די אמרי אמת זצ"ל מכבד געווען גיסו הגה"ק רבי יעקב מאיר ביעדערמאן זצ"ל מיט בענטשען (וואס איז געווען די זיידע פון די בר מצוה בחור שווער פונעם אמרי אמת בזיווג שני,און א'איידים ביים שפת אמת זצ"ל).
האט רבי יעקב מאיר זצ"ל זיך אנגערופן אז ער וויל מכבד זיין די רבי מיט בענטשען,

האט די אמרי אמת געזאגט יאך וועל בענטשען ביין זיין חתונה
וכך הוה רבי יעקב מאיר איז אוועק י"ג סיוון תש"א און געטא ווארשא אינמיטן די קריג ( נישט דערלעבט די חתונה )און די גערער רבי זצוק"ל האט געבענטשט ביי זיין זון'ס חתונה.

דא האט איר א'בילד פון הגה"ק רבי יעקב מאיר בידערמאן זצ"ל.
אטעטשמענטס
image299.jpg
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מיללער האט געשריבן: הונדערט טויזנט נפשות אנשים נשים וטף קען מען אפשר אנפילן 500 שטיבלעך, דוק ותשכח.

פתי יאמין לכל דבר

לידיעתך הרבה
איך האב נייעס פאר אייך איך וואלט 'מיך געוונטשען בעסער צו זיין א'פתי און גלייבן און דעם,
וואו איידער גלייבען און אנדערע שטותים מיט נארישקייטן ירחם ה'.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: הונדערט טויזנט נפשות אנשים נשים וטף קען מען אפשר אנפילן 500 שטיבלעך, דוק ותשכח.

פתי יאמין לכל דבר

לידיעתך הרבה
איך האב נייעס פאר אייך איך וואלט 'מיך געוונטשען בעסער צו זיין א'פתי און גלייבן און דעם,
וואו איידער גלייבען און אנדערע שטותים מיט נארישקייטן ירחם ה'.

אפילו ווען דער חשבון שטימט נישט?
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

ביים חת"ס ז"ל איז באקאנט אז ס'איז געווען מועט מחזיק את המרובה.
[אבער ער איז נישט געווען א חבר אין אגוד"י הטמאה..]

הוספה: להלן בא תגובת מוה"ר רימנובער שליט"א שזועם על הדברים שכתבתי כאן, וכמו כן קיבלתי באישי מניק יקר דפה כדלהלן: ביטע ביטע מעקט דאס אויס, עס פאסט נישט פאר א סאטמארער אזוי זיך צו פארשעמען!
אך כאשר תעיינו כאן תבינו כוונתי מלכתחילה...
לעצט פארראכטן דורך חסידישער יוד אום מוצ"ש אוגוסט 16, 2014 9:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ניתי אנן וניחזי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מיללער האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: הונדערט טויזנט נפשות אנשים נשים וטף קען מען אפשר אנפילן 500 שטיבלעך, דוק ותשכח.

פתי יאמין לכל דבר

לידיעתך הרבה
איך האב נייעס פאר אייך איך וואלט 'מיך געוונטשען בעסער צו זיין א'פתי און גלייבן און דעם,
וואו איידער גלייבען און אנדערע שטותים מיט נארישקייטן ירחם ה'.

אפילו ווען דער חשבון שטימט נישט?

פארוואס שטימט עס נישט .
די גערער חסידים זאגען אז זיי האבן געהאט מער וואו הונדערט טויזענט חסידים .
זענען די פרויען און קליינע קינדער אויך אריינגערעכנט און די חסידים?

אדרבה ניתי אנן וניחזי לאמיר דאס צולייגען אויף קליין געלט און זען צו ס'שטימט,
אויב איבער הונדערט טויזענט חסידים קענען אנפילן מער וואו טויזענט שטיבלעך.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

איר שפילט מיט פייער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

חסידישער יוד האט געשריבן: ביים חת"ס ז"ל איז באקאנט אז ס'איז געווען מועט מחזיק את המרובה.
[ אבער ער איז נישט געווען א חבר אין אגוד"י הטמאה..]

כבוד חסידישער איד.
איין זאך קען איך אייך זאגען אז איר שפילט מיט פייער.
די הייליגע חז"ל לערנען אונז:

הזהרו בגחלתן שלא תכוה שנשיכתן נשיכת נחש ועקיצתן עקיצת עקרב.

איך בין אייך זייער דן לכף זכות אז איר האט נישט קיין השגה מגודל קדושת וטהרת רבן של רבבות אלפי ישראל ממש א'לעבעדיגע ספר תורה געווען א'פלאם פייער
דער שרף קדוש וטהור הרה"ק רבי אברהם מרדכי זיע"א פון גער.


איך ווייס אז ביי ענקערע חדר האט מען אנדערש געלערנט אבער פאקט בלייבט פאקט.
ס'וועט אייך גארנישט העלפן ,צו ס'געפעלט אייך יא צו נישט.

דאס שרייבט איינער נישט קיין חבר און אגודת ישראל און נישט קיין גערער חסיד.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג אוגוסט 04, 2014 11:08 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

ס'מאכט סענס, וויפיל שטיבלעך איז געווען נאר אין ווארשא?
שרייבערס שרייבן אז ס'איז געווען א האלבע מיליון גערע חסידים אין פולין ערב די שואה.
יעדע שטעטל אין גאנץ פולין פולין האט געהאט גערע שטיבלעך, און גרעסערע שטעט האבן געהאט צענדליגע שטיבלעך.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ווי איז אונטערגעוואקסען איבערנאכט נאך פיהר הונדערט טויזענט חסידים?
כידוע איז אלעכסאנדער געווען אינדערהיים גרעסער ווי גער (כאטשיג פאר גער דהאידנא שמעקט עס נישט) קומט אויס אז אלעכסאנדער האט געהאט איבער א האלב מיליאן חסידים.

גראדע איז דא די ווארט פונעם עקידת יצחק אז דער אמרי אמת האט צעהן טויזענט חסידים וואס פאסטען נישט יום כיפור...
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

יוסף שרייבער האט געשריבן: ווי איז אונטערגעוואקסען איבערנאכט נאך פיהר הונדערט טויזענט חסידים?
כידוע איז אלעכסאנדער געווען אינדערהיים גרעסער ווי גער(כאטשיג פאר גער דהאידנא שמעקט עס נישט) קומט אויס אז אלעכסאנדער האט געהאט איבער א האלב מיליאן חסידים.

גראדע איז דא די ווארט פונעם עקידת יצחק אז דער אמרי אמת האט צעהן טויזענט חסידים וואס פאסטען נישט יום כיפור...

נישט אמת גער איז בפירוש געווען די גרעסטע חסידות פארן קריג.

און לייגן נישט קיין תפילין.
מיינענדיג קינדער אינטער בר מצוה
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”