די אלע אונגערישע דא וועלכע פארגינען נישט ווען מען באשרייבט איינעם פון די גרעסטע פוילישע מנהיגי ישראל, זאלן מוחל זיין שטיל זיין
מיין זיידע ע"ה האט געלערנט אין ישיבת שפת אמת אין ירושלים, פלעגט שטארק רעדן בשבחו פון די ישיבה וועלכעס האט זיך געזארגט אויף די צרכים פון די בחורים, און זיי ציגעשטעלט מטה כסא שולחן ומנורה, שלא לק"פ, וואס איז געווען א חידוש בימים ההם, בעת די פוילישע בחורים'לעך האבן זיך געוואלגערט אין אר"י