נשים בכלי שיר
מען זעהט אויף כמה קליפס ווי עס זענען דא גרויסע בענדס אנגעפירט דורך אידען פרויען שפילען, איז דאס נישט קול באשה?
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
בוידעם האט געשריבן: ווענד זיך אויב עס טויש זיך די קול פון די אינסטרעמעינט ווען א פרוי שפעלט דערויף.
לעסט טיים איי טשעק גיבט עס ארויס די זעלבע קלאנגען, אפגעזעהן ווער עס שפילט דערויף.
ערענסט גערעדט, עס קען זיין אז ס'איז א שאלה, אבער לכוארה נישט אלץ קול באשה, ענדערש משום פריצות וכדומה.
משה יענקל האט געשריבן: עס איז מיר זייער אינטערסאנט.
מען זעהט אויף כמה קליפס ווי עס זענען דא גרויסע בענדס אנגעפירט דורך אידען פרויען שפילען, איז דאס נישט קול באשה?
משה יענקל האט געשריבן: עס איז מיר זייער אינטערסאנט.
מען זעהט אויף כמה קליפס ווי עס זענען דא גרויסע בענדס אנגעפירט דורך אידען פרויען שפילען, איז דאס נישט קול באשה?
משתוקק האט געשריבן:משה יענקל האט געשריבן: עס איז מיר זייער אינטערסאנט.
מען זעהט אויף כמה קליפס ווי עס זענען דא גרויסע בענדס אנגעפירט דורך אידען פרויען שפילען, איז דאס נישט קול באשה?
איך ווייס וואס די מיינסט.....ס׳האט מיך אויך געבאדערט, כ׳האב אנגעפרעגט א צייט צירוק א איד א יודע ספר צי עס אי דא ביי דעם די איסור פון קול באשה, ער האט מיר געזאגט אז די ערוך השלחן זאגט בפירוש אז די איסור איז נאר פון די מויל.
אבער מובן מאיליו עס צי ״קוקן״ איז אסור לכל הדיעות...
והוא פלאי האט געשריבן: איך האב א ראי' אז עס איז מותר צו הערען, ווייל אם אין זכרוני כוזב, שטייט אז פאר דעם יצאה מרים בתפים ובמחולות, אז מען זאל נישט הערן זייער קול, איז משמע איז דער קול התוף איז קיין פראבלעם נישט געווען
משתוקק האט געשריבן: סברת כריסות איז נישט אינטערסאנט, ווי זענען אינזערע גאונים? איינער זאל ביטע צי ברענגען א מ״מ לאיסור אדער להיתר.
משתוקק האט געשריבן: איך וויל נישט ח״ו אוועק מאכן די אידישע געפיל וואס ברענט ביי דיר הלוואי אויף אונז אלע. אבער איך מיין אז ווען מען האט דן געווען אויף די איסור פון ע״ז שייטלעך (וואס איז נאך אזא איסור ווי קול באשה) האט קיין איין רב אדער דיין נישט געפאסקענט לאיסור וועגען זיין זיידע אדער באבע האבן געזאגט אז ע״ז איז אסור, מ׳האט געפאסקענט ווייל אזוי שטייט אין ש״ע.
יהיה כן האט געשריבן: אויך דער מנחת יצחק חלק ז' סימן ע' איז מקיל