דער נאווארדאקער 'לעבעדיג יאנקל'

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

דער נאווארדאקער 'לעבעדיג יאנקל'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אן אלטער נאווארדאקער גראמען און א ניגונ'דל, שמעו ותחי נפשכם

לעבעדיג יאנקל
פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשיסחא »

א יישר כח 'יהיה כן' פארן ארויף ברענגען דא דעם הארצילכן ניגון 'לעבעדיג יענקל'.

באמערקט ווי ער זינגט "אלע ישיבות וועלן זיין מוסר שטיבלעך" (2.39), נוסח נאוואהרדאק.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28339
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח יהיה-כן פאר די הערליכע ניגון.

א חלק דערפון האב איך לעצטנס געהערט אויף די לעצטנס ערשינענע אלבום פון ר' אברהם שמואל ווידער ני"ו
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

מוטשיאס גראסיאס הרב יהי איך בין מיך מחיה מיט אזא אורגינאלע שטיקעל. ווער איז דער בעל מנגן?

ווי איך האב שוין אמאל ערווענט, מאנכע מאכען א טעות אז נאר ביי חסידים האט מען געפראוועא נגינה אבער דער אמת איז אז עס האט ביזען קריג עקזיסטירט א ריזען קארפוס פון ליטווישע ישיביש ניגונים אנגעהויבען פון אם הישיבות וואלאזין ביז פאר די קריג אבער ליידער זענען רוב ניגונים ארויף צוזאמען מיט די הייליגע גופים בשירת שמע ישראל.

מי יתן אז אנשטאט די היינטיגע אפפאל זאל זיך איינער אריינלייגען צו ראטעווען די אלע ניגונים און תנועות מתהום הנשיה פאר עס איז צו שפעט (געהערט אמאל פון א תלמיד אז הגרמ''ד סאלאווייטשיק ר''י בריסק כטוב לבו (אפשר פורים?) קען זיך אמאל צוזינגען א אלטע לידעל פון אינדערהיים און עס זענען מן הסתם דא (ווייניג) אנדערע וועם מען קען נאך פרעגען.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

לכאורה האט געשריבן:
א חלק דערפון האב איך לעצטנס געהערט אויף די לעצטנס ערשינענע אלבום פון ר' אברהם שמואל ווידער ני"ו

מה זה ומה טיבו?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

העי יוסף, אזא ניגון זינגט מען ביי חסידים ת"ב..... (נישט די פיזמון...)

עני למעלה פאר די ווערטער? און איינער וואס קען פארשטיין געבן די מאדנע ווערטער דארט צום סוף.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

ר' אברהם שמואל ווידער וואוינט אין וויליאמסבורג. ער איז א זינגער אויף חתונות און ער האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע אלבומס ווי ער זינגט א קאלעקשאן פון היימישע חתונה ניגונים געזינגען אויף א תסידישן שטייגער.

--
יאסל, ווי באריכטעט אין דעם אשכול איז מיט בערך א יאר צוריק ערשינען א סידי מיט ניגונים וואס ווערט געזינגען אין די ישיבישע וועלט. ס'איז א הערליכע סידי מיט גאר שיינע ניגונים און זייער ווארעם. אויב האסטו עס נאכנישט געהערט לוינט זיך עס צו פארשאפן, איך גלייב אז דו וועסט הנאה האבן.

--
כתחילה האקט.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

פארשטיי איך נישט אייער דשאוק.
פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשיסחא »

יוסף שרייבער האט געשריבן: מוטשיאס גראסיאס הרב יהי איך בין מיך מחיה מיט אזא אורגינאלע שטיקעל. ווער איז דער בעל מנגן?

ווי איך האב שוין אמאל ערווענט, מאנכע מאכען א טעות אז נאר ביי חסידים האט מען געפראוועא נגינה אבער דער אמת איז אז עס האט ביזען קריג עקזיסטירט א ריזען קארפוס פון ליטווישע ישיביש ניגונים אנגעהויבען פון אם הישיבות וואלאזין ביז פאר די קריג אבער ליידער זענען רוב ניגונים ארויף צוזאמען מיט די הייליגע גופים בשירת שמע ישראל.

מי יתן אז אנשטאט די היינטיגע אפפאל זאל זיך איינער אריינלייגען צו ראטעווען די אלע ניגונים און תנועות מתהום הנשיה פאר עס איז צו שפעט (געהערט אמאל פון א תלמיד אז הגרמ''ד סאלאווייטשיק ר''י בריסק כטוב לבו (אפשר פורים?) קען זיך אמאל צוזינגען א אלטע לידעל פון אינדערהיים און עס זענען מן הסתם דא (ווייניג) אנדערע וועם מען קען נאך פרעגען.

ר' יוסל איר זענט זייער גערעכט מיט די פוינט.
לעצטענס איז דא א שטיקל התעוררות ביי די ליטווישע קרייזן, דוכט זיך מיר יונגעלייט אין בני ברק און אין מודיעין עילית, וואס לייגן ארויף די ניגונים אויף דיסקים זאלן נישט פארגעסן ווערן בתהום הנשיה.

ביי די ליטוויושע וועלט איז באוואוסט רבי ברוך בער מיט די ניגונים וואס ער האט פארפאסט, און עס דרייען זיך אין די ישיבישע וועלט אויך סלאבדקער ניגונים ווי צ.ב.ש. מה יתרון לאדם בכל עמלו שיעמול תחת השמש - תחת השמש אין יתרון אבל למעלה מן השמש יש יתרון וכו', און דער באקאנטער ניגון "עולם הבא איז א גוטע זאך" וואס מען פלעגט דאס טאקע זינגן נאך אין די וולאזינער ישיבה.
אבער דא עקא, אסאך פון די ניגונים זענען אויף אידיש, וואס רובא דרובא פון די ליטווישע קרייזן אין ארץ ישראל (און היינט אין אמעריקא אויך) קענען נישט די שפראך היינט.

ביים לעצטער דור איז געווען באקאנט רבי משה שמואל שפירא מיט די ניגונים וואס ער האט פארפאסט, און בכלל אין בית בריסק און וולאזין פארנעמט עס א חשוב'ן פלאץ, איך האב אמאל געהערט ביי רבי מאיר סאלאווייציק ביי נעילת החג שמחת תורה א הארצליכן ניגון אויפן פסוק אין קהלת "אם רוח המושל תעלה עליך מקומך אל תנח", און פאר דעם האט דער בריסקער ראש ישיבה געזאגט א מורא'דיגן פירוש אויף דעם פסוק, וואס עס שטייט אין מלבי"ם אויפן פלאץ אויב איך האב נישט קיין טעות, דער נאך האט מען געזונגען א ניגון אויף "אום אני חומה" וואס רבי עמרם בלויא האט דאס געברענגט ביים בריסקער רב.

מען דערציילט אז ווי באוואוסט איז רבי ברוך בער געווען שטארק אדוק אין זיין גרויסן רבי'ן רבי חיים בריסקער, און זיך גארנישט גערירט פון זיינע דרכים:
רבי ברוך האט געהאט א גוטן חוש הנגינה און ער האט פארפאסט ניגונים און געזונגען ניגונים, איין מאל האט א תלמיד ביי איים אין ישיבה געכאפט דאס חוצפה און אים געפערט: היתכן דער ראש ישיבה זאל פארשטיין אין נגינה? דער רבי'ן אייערער- רבי חיים - האט דאך גארנישט פארשטאנען אין דעם?
האט אים רבי ברוך בער געענפערט מיט זיין גריסן עניוות: מיר ווייסן דאך אז עס איז נישט דא א מענטש אן קיין חסרונות, עס שטייט "ותחסרהו מעט מאלקים", א מענטש קען נישט זיין אינגאנצן מושלם, נו, זאגט רבי ברוך בער: דער רבי'ן רבי חיים איז דאך געווען מושלם בכל, אבער עס האט דאך געמוזט פעלן ביי אים עפעס, האט מען געמאכט פון הימל אז ער האט נישט געהאט דעם חוש הנגינה, אבער איך זאגט רבי ברוך בער ברוב ענוותנותו: איך האב דאך נישט קיין מעלה, אבער פון דער אנדער זייט עס קען נישט זיין א מענטש זאל נישט האבן קיין מעלה, האט מען מיר געגעבן דעם חוש הנגינה...
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ידיד האט געשריבן:

יאסל, ווי באריכטעט אין דעם אשכול איז מיט בערך א יאר צוריק ערשינען א סידי מיט ניגונים וואס ווערט געזינגען אין די ישיבישע וועלט. ס'איז א הערליכע סידי מיט גאר שיינע ניגונים און זייער ווארעם. אויב האסטו עס נאכנישט געהערט לוינט זיך עס צו פארשאפן, איך גלייב אז דו וועסט הנאה האבן.
.

געהערט יענס בשעתו און עס איז טאקע א סטעפ אין די ריכטיגע דירעקציע.
אבער דאכט זיך יענס איז מער ניגונים פון נאך די קריג מיט א סלענט טאווארדס ישיבת חברון.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

הרב פשיסחא דער מה יתרון לאדם נאגט און ציהט ביים הארץ ווי זייער ווייניג ניגונים קענען! איך בין מיך נוהג אפצושטאטן חול המועד א וויזיט ביי מיין בריסקער קאזין נאר כדי צו זינגען דעם ניגון מיט עם.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12459
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

אז משיח וועט צו אידן קומען,
וועט דער יצר הרע פון אלעמען ווערן צוגענומען.

יראת שמים וועט זיך גיסן, גאר אן א מאס,
אוי, געוואלד ווי דערלעבט מען דאס.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

דער בורא עולם וועט געבן,
און מיר וועלן דאס דערלעבן.

עס וועט דאך זיין שיין און פיין,
און מיר וועלן אלע הערליך זיין.

די גאנצע וועלט וועט זיין, פול מיט ישיבות,
גרויסע מרכזים, און קלענערע סביבות.

און תורה וועט זאך לערנען גאר אן א מאס,

און מיר וועלן אלע לומדים זיין

אלע ישיבות וועלן זיין, מוסר שטיבלאך,
און מוסר וועט זיך לערנען, ווארעם און ?גריבלאך?.

און בעלי מוסר וועלן זיין, גאר אן א מאס,

די גאנצע וועלט וועט לעבן, מיט בטחון אן השתדלות,
מען וועט זיך מער נישט בוקן צו די האמער מיט די ?קאבאדלעס?

און געטלעכקייט וועט דאך זיין, גאר אן א מאס,

און מיר וועלן דאס אין גיכן דערלעבן.

עס וועט דאך זיין, זיס און פיין,
און מיר וועלן אלע גליקלעך זיין.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

נעם טאקע ר' ברוך בער אלס משל, די תלמידים געבען איבער אז כוחו היה גדול בנגינה אבער למעשה די ניגונים וואס מען ווייסט היינט פון עם נער יספרם. אפילו זיין מערסטע באקאנטע ניגון אני ישינה-קול דודי דופק (וואס איז א זעלטענהייט א ניגון זאל זיין אזוי פערפעקט צוגעפאסט פירוש המילות) האב איך אויך געזעהן א גירסה אז עס איז נישט זיינס נאר א איד האט דאס יארען צוריג געברענגט פאר רמ''ש שפירא און וויבאלד רמ''ש פלעגט זיגען רב''ב ניגונים האט מען געמיינט אז דער אני ישינה איז אויך זיינס.

יעצט אז הרב למעלה שרייבט עס קלער איך אז האמער מיט די קאבאדלעס? קען אפשר מיינען דעם Hammer & Sickle דער סימבאל פון די קאמוניסטישע כופרים.

צ''ל ווארעם און ליבלאך.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

עטליכע קליינע תיקונים.

למעלה משבעים האט געשריבן: לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

אז משיח וועט צו אידן קומען,
וועט דער יצר הרע פון אלעמען ווערן צוגענומען.

אוןיראת שמים וועט זיך גיסן, גאר אן א מאס,
אוי, געוואלד ווי דערלעבט מען דאס.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

דער בורא עולם זאלגעבן,
און מיר וועלן דאס דערלעבן.

עס וועט דאך זיין שיין און פיין,
און מיר וועלן אלע הערליך זיין.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

די גאנצע וועלט וועט זיין, פול מיט ישיבות,
גרויסע מרכזים, און קלענערע סביבות.

און תורה וועט זאך לערנען גאר אן א מאס,
אוי, געוואלד ווי דערלעבט מען דאס.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

דער בורא עולם זאלגעבן,
און מיר וועלן דאס דערלעבן.

עס וועט דאך זיין שיין און פיין,
און מיר וועלן אלע לומדים זיין

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

אלע ישיבות וועלן זיין, מוסר שטיבלאך,
און מוסר וועט זיך לערנען, ווארעם און ליבלאך

און בעלי מוסר וועלן זיין, גאר אן א מאס,
אוי, געוואלד ווי דערלעבט מען דאס.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

דער בורא עולם וועט געבן,
און מיר וועלן דאס דערלעבן.

עס וועט דאך זיין שיין און פיין,
און מיר וועלן אלע הערליך זיין.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

די גאנצע וועלט וועט לעבן, מיט בטחון אן השתדלות,
מען וועט זיך מער נישט בוקן צו די האמער מיט די ?קאבאדלעס?

און געטלעכקייט וועט דאך זיין, גאר אן א מאס,
אוי, געוואלד ווי דערלעבט מען דאס.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.

דער בורא עולם וועט געבן,
און מיר וועלן דאס אין גיכן דערלעבן.

עס וועט דאך זיין, זיס און פיין,
און מיר וועלן אלע גליקלעך זיין.

לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל,
לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל, לעבעדיג יאנקל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

א ריזן דאנק למעלה.

נא, ווער קען אידיש?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4491
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

ס'איז דא א גאנצע סידי מיט אזעלכע ארגינעלע נאווארדאקער ניגונים, אינקלודעד די ניגון, וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק דורך אייניקלעך פון עפעס א נאווארדאקער ראש ישיבה,
ערגעץ דארף איך עס צו האבן, עמיר א קוק טון אי"ה בקרוב.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

derech eretz האט געשריבן: ס'איז דא א גאנצע סידי מיט אזעלכע ארגינעלע נאווארדאקער ניגונים, אינקלודעד די ניגון, וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק דורך אייניקלעך פון עפעס א נאווארדאקער ראש ישיבה,
ערגעץ דארף איך עס צו האבן, עמיר א קוק טון אי"ה בקרוב.

מיינסט דאס?
נוברדוק.jpg

האמיר עס אויכעט, עס קוקט טאקע אויס גענומען פון דארט.

דא קען מען הערן א פריוויאו פון דער אלבום:
http://he.israel-music.com/various/nigunei_hitorerout
1. ווי די אבות א מאהל
2. אדם יסודו מעפר
3. לעבעדיג יענק’ל
4. שומר ישראל
5. אם לא עכשיו אימתי
6. הער צו וועלט
7. איצטער דא
8. צווישן רוסלאנד און פולין
9. סדר התקופות
10. די ליכט
11. דער אייזנבאהן
12. לעבעדיג יענק’ל
13. אל גינת אגוז ירדתי
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4491
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

יא דאס איז עס.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

קומט זיכער פון יענע סי די. איך האב אויך ערגעץ יענע טעיפ אבער קיינמאל נישט אויסגעקומען צו הערען.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12459
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ס'איז גראדע דא אויף דעם 2 פון די לעבעדיגע יענקל, די וואס מען האט דא געשטעלט איז דער ערשטער.
עליכם שלום
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 29, 2014 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עליכם שלום »

אין ישיבת שערי יושר אין ב.פ. איז געווען א משגיח מזקני גדולי בעלי המוסר, פונעם נאווארדאקען חדר (פון ביאליסטוק), וואס האט געהייסן הגאון רבי שלמה פִיגא ז''ל (נפטר תשס''ה),
און ער פלעגט אסאך זינגן נאווארדאקע ניגונים, און נאך זיין פטירה האבן די תלמידים ארויסגעגעבן א טעיפ, ווי אויך א קונטרס מיט אלטע ניגונים (אויף אידיש) [א טייל פון זיי זענען אויף די ווידער טעיפ].
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

עליכם שלום האט געשריבן: אין ישיבת שערי יושר אין ב.פ. איז געווען א משגיח מזקני גדולי בעלי המוסר, פונעם נאווארדאקען חדר (פון ביאליסטוק), וואס האט געהייסן הגאון רבי שלמה פִיגא ז''ל (נפטר תשס''ה),
און ער פלעגט אסאך זינגן נאווארדאקע ניגונים, און נאך זיין פטירה האבן די תלמידים ארויסגעגעבן א טעיפ, ווי אויך א קונטרס מיט אלטע ניגונים (אויף אידיש) [א טייל פון זיי זענען אויף די ווידער טעיפ].

דא איז דא א סידי ווי ער זינגט:
http://www.eshiur.org/product/--6110/en
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9047
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

פרשיסחא האט געשריבן: א יישר כח 'יהיה כן' פארן ארויף ברענגען דא דעם הארצילכן ניגון 'לעבעדיג יענקל'.

באמערקט ווי ער זינגט "אלע ישיבות וועלן זיין מוסר שטיבלעך" (2.39), נוסח נאוואהרדאק.

דאכט זיך " איןאלע ישיבות וועלן זיין מוסר שטיבלאך..."

למעלה משבעים האט געשריבן: אלע ישיבות וועלן זיין, מוסר שטיבלאך,
און מוסר וועט זיך לערנען, ווארעם און ?גריבלאך?.

ליבלאך
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יארען צוריק בין איך געווען ביי א שמחה האב איך געהערט וויאזוי ר' צבי האלפרין שליט"א היינטיגע וויענער דיין אין בארא פרק זינגט דעם ניגון "אוי לעבדיג יאנקעל לעבדיג יאנקעל" מיט אלע כוחות כדי לשמח חתן וכלה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע:כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

פרשיסחא האט געשריבן: מען דערציילט אז ווי באוואוסט איז רבי ברוך בער געווען שטארק אדוק אין זיין גרויסן רבי'ן רבי חיים בריסקער, און זיך גארנישט גערירט פון זיינע דרכים:
רבי ברוך האט געהאט א גוטן חוש הנגינה און ער האט פארפאסט ניגונים און געזונגען ניגונים, איין מאל האט א תלמיד ביי איים אין ישיבה געכאפט דאס חוצפה און אים געפערט: היתכן דער ראש ישיבה זאל פארשטיין אין נגינה? דער רבי'ן אייערער- רבי חיים - האט דאך גארנישט פארשטאנען אין דעם?
האט אים רבי ברוך בער געענפערט מיט זיין גריסן עניוות: מיר ווייסן דאך אז עס איז נישט דא א מענטש אן קיין חסרונות, עס שטייט "ותחסרהו מעט מאלקים", א מענטש קען נישט זיין אינגאנצן מושלם, נו, זאגט רבי ברוך בער: דער רבי'ן רבי חיים איז דאך געווען מושלם בכל, אבער עס האט דאך געמוזט פעלן ביי אים עפעס, האט מען געמאכט פון הימל אז ער האט נישט געהאט דעם חוש הנגינה, אבער איך זאגט רבי ברוך בער ברוב ענוותנותו: איך האב דאך נישט קיין מעלה, אבער פון דער אנדער זייט עס קען נישט זיין א מענטש זאל נישט האבן קיין מעלה, האט מען מיר געגעבן דעם חוש הנגינה...

די איינקלעך פון ר ברוך בער דערציילן אז ר' ברוך בער האט צוגעלייגט, אבער פארשטיין צו נגינה האט דער רבי פארשטאנען בעסער.

ואגב, שמעתי אז די בריסקע טענהן אז ר' חיים האט געקענט זינגען נאר ער האט זיך אלעמאל געטראפן אין די ניגון פון טובים מאורות..
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”