מאכלות אסורות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

מאכלות אסורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

כ׳האב אמאל אריינגעלייגט אין אוצר החכמה ׳מאכלות אסורות׳ און ס׳האט מיר שטארק וויי געטאן אז א רוב מנין ובנין פון די ספרים זענען כמעט ווי נאר פארנומען מיט דער פאקט אז מאכלות אסורות זענען ׳מטמטם את הלב׳. ס׳ממש ווי א שלאג ווארט וואס שליסט סיי וואסערע דעבאטע אויפן ענין. איך פארשטיי נישט פארוואס ס׳איז נישט גענוג גוט דער פאקט את די תורה לאזט נישט עסן די דאזיגע מאכלים?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

יואב בן צרויה האט געשריבן: כ׳האב אמאל אריינגעלייגט אין אוצר החכמה ׳מאכלות אסורות׳ און ס׳האט מיר שטארק וויי געטאן אז א רוב מנין ובנין פון די ספרים זענען כמעט ווי נאר פארנומען מיט דער פאקט אז מאכלות אסורות זענען ׳מטמטם את הלב׳. ס׳ממש ווי א שלאג ווארט וואס שליסט סיי וואסערע דעבאטע אויפן ענין (א בחינה ווי די וויליאמסבורגע ׳שבת׳ שרייער). איך פארשטיי נישט פארוואס ס׳איז נישט גענוג גוט דער פאקט את די תורה לאזט נישט עסן די דאזיגע מאכלים?

זיי מיר מסביר פארוואס איז ונטמתם בם אין שמיני, ויקרא יא, מג, חסר א?
(יומא לט,ב) ונטמתם בם, אל תקרי וְנִטְמֵאתֶם אֶּלָא וְנִטַמְטֵם
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

קיקיון האט געשריבן: אן אייניקעל פון א תלמיד שרייבט
Capture.GIF

קיקיון, פון וועלכע ספר איז דאס?
הלשוןהוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

הלשון האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן: אן אייניקעל פון א תלמיד שרייבט
Capture.GIF

קיקיון, פון וועלכע ספר איז דאס?

א פנימי משפחה פראיעקט תורות און תולדות לזכרון פון א ידיד"ס זיידע
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

יואב בן צרויה האט געשריבן: כ׳האב אמאל אריינגעלייגט אין אוצר החכמה ׳מאכלות אסורות׳ און ס׳האט מיר שטארק וויי געטאן אז א רוב מנין ובנין פון די ספרים זענען כמעט ווי נאר פארנומען מיט דער פאקט אז מאכלות אסורות זענען ׳מטמטם את הלב׳. ס׳ממש ווי א שלאג ווארט וואס שליסט סיי וואסערע דעבאטע אויפן ענין (א בחינה ווי די וויליאמסבורגע ׳שבת׳ שרייער). איך פארשטיי נישט פארוואס ס׳איז נישט גענוג גוט דער פאקט את די תורה לאזט נישט עסן די דאזיגע מאכלים?

מער ווי אימער איז די טראנספארמאציע אין די דירעקציע היינט.
און פארוואס טאר מען נישט גנב'נן ? ווייל מ'קען מגולגל ווערן.
לערנען דארף מען ווייל ס'מאכט רייך.
דאוונען ווייל מ'קען אויסבעטן די לאטערי.
פרק שירה צו האבן שפע קודש.
צינדן לעכט צו האבן גוטע קינדער.

נישט זינדיגן ווייל מ'קען פארלירן די זיווג.
נישט טון .... ווייל ס'נישט שיין און .... ווייל ס'פאסט נישט.
... ווייל מ'עט זיך נישט משדך זיין מיט דיר.
הערן דעם משפיע כדי צו פארשטיין אידישקייט על פי שכל.
נאר וואס, מתוך שלא לשמה וכו', דארף מען אבער געדענקען דעם ציהל און דעם תכלית. כדי לבוא לשמה. לשם עושיהם. עשה דברים לשם פעלם ודבר בהם לשמם [עיי"ש ברא"ש בנדרים.]
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

דער רמב"ם וועגן מאכלות אסורות איז גורם ספקות [הנקרא קשיות, אדער חיזוק אין אמונה]
געברענגט אין דגל פ' עקב.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=184
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

כ׳האב אמאל אריינגעלייגט אין אוצר החכמה ׳מאכלות אסורות׳ און ס׳האט מיר שטארק וויי געטאן אז א רוב מנין ובנין פון די ספרים זענען כמעט ווי נאר פארנומען מיט דער פאקט אז מאכלות אסורות זענען ׳מטמטם את הלב׳. ס׳ממש ווי א שלאג ווארט וואס שליסט סיי וואסערע דעבאטע ן ענין (א בחינה ווי די וויליאמסבורגע ׳שבת׳ שרייער). איך פארשטיי נישט פארוואס ס׳איז נישט גענוג גוט דער פאקט את די תורה לאזט נישט עסן די דאזיגע מאכלים?


למשל, ווען די זעסט דיין קינד בעפארן חיוב חינוך גייט עסען א מאכל אסור, ביסטו נישט מחויב להפרישו, אבער די טמטום הלב וועט ער באקומען

אזוי אויך איז דא מענטשען וואס עסען צווייפעלהאפטיגע הכשירים, און זאגען מען וועט שמייסען די בעל מכשיר פאר דעם, אדער לאזן זייערע קינדער עסן נאש מכל הבא לידם,

יא! יא! שמייסען וועט מען די בעל מכשיר, אבער די וועסט בלייבען מיט דיין פארשטאפטע קאפ/הארץ
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

זעלביגע זעט מען אז אין געוויסע תקופות זאל מען מער אכטונג אויף וואס מען נעמט אריין אין מויל, צוליב די השפעה [פון טמטום הלב והמח] וואס עס קען האבן פאר'ן וולד. אי משום איסור התורה וואלט נישט געווען א חילוק ווען, אדער מעג מען אדער נישט.

אלא מאי, די טעם - וואס מקורו איז בתורה הק', נישט פון היינטיגע שרייבער - איז א טייל פון די מצוה, און ס'איז נישט קיין שום פראבלעם דאס דירעקט צו פארבינדן מיט'ן איסור דאורייתא

והנלע"ד כתבתי
הלשוןהוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קאכעדיגע האט געשריבן:
כ׳האב אמאל אריינגעלייגט אין אוצר החכמה ׳מאכלות אסורות׳ און ס׳האט מיר שטארק וויי געטאן אז א רוב מנין ובנין פון די ספרים זענען כמעט ווי נאר פארנומען מיט דער פאקט אז מאכלות אסורות זענען ׳מטמטם את הלב׳. ס׳ממש ווי א שלאג ווארט וואס שליסט סיי וואסערע דעבאטע ן ענין (א בחינה ווי די וויליאמסבורגע ׳שבת׳ שרייער). איך פארשטיי נישט פארוואס ס׳איז נישט גענוג גוט דער פאקט את די תורה לאזט נישט עסן די דאזיגע מאכלים?


למשל, ווען די זעסט דיין קינד בעפארן חיוב חינוך גייט עסען א מאכל אסור, ביסטו נישט מחויב להפרישו, אבער די טמטום הלב וועט ער באקומען

אזוי אויך איז דא מענטשען וואס עסען צווייפעלהאפטיגע הכשירים, און זאגען מען וועט שמייסען די בעל מכשיר פאר דעם, אדער לאזן זייערע קינדער עסן נאש מכל הבא לידם,

יא! יא! שמייסען וועט מען די בעל מכשיר, אבער די וועסט בלייבען מיט דיין פארשטאפטע קאפ/הארץ

ווי האט יענער געזאגט, ער עסט נאר מאדערע הכשירים, ווייל אז מען וועט שמייסען דעם בעל מכשיר, צווואס זאל מען שמייסען א היימישען?.....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לכתחילה;l;p-
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דער חת"ס סוף תשובה פ"ג
נאך א לאנגען בירור צו מען מעג שיקען א צוריקשטאנדען קינד אין א מוסד ווי עז איז דא אויסזיכטען אז זי וועט ווערען HIGHLY FUNCTIONAL
אבער עס איז נישט כשר
............ומ״מ העידו קדמונינו ז״ל שע״י מאכלות אסורות
בנערות מטמטם הלב ומוליד לו טבע רע, עדיין אני אומר מוטב שיהיה
שוטה כל ימיו וכו׳, ............
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

יואב בן צרויה האט געשריבן: כ׳האב אמאל אריינגעלייגט אין אוצר החכמה ׳מאכלות אסורות׳ און ס׳האט מיר שטארק וויי געטאן אז א רוב מנין ובנין פון די ספרים זענען כמעט ווי נאר פארנומען מיט דער פאקט אז מאכלות אסורות זענען ׳מטמטם את הלב׳. ס׳ממש ווי א שלאג ווארט וואס שליסט סיי וואסערע דעבאטע אויפן ענין. איך פארשטיי נישט פארוואס ס׳איז נישט גענוג גוט דער פאקט את די תורה לאזט נישט עסן די דאזיגע מאכלים?

סמיינט ארויסצוברענגן די לאנג טערם אפעקט צו וואס דאס ברענגט צו מער פון א לשון הרע,
אוודאי האבן היידע די זעלבע איסור דאורייתא און ביידע זענען מרחק פונעם בוכ"ע, אבער איינס איז גורם אסאך מער דעמעדזש
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”