שיעורים בהבנת תורת הנפש
לכבוד די פארלאנג פון כמה נקים חשובים אויף א הצעה וואס איך פארגעלייגט אין דעם אשכול , אויף צו ברייט אויסמועסן אויף כמה ענינים בעניני הנפש, בין איך נייגעריג אויב עס איז דא א פארלאנג אויף דעם צווישען דעם היימישן עולם דא. אויב איז דא גענוג א גרויסע פארלאנג וועל איך בע"ה אנגארטלען מיינע לייצעס און עדיוקעיטען דעם עולם אביסל עד כמה שידי מגעת און וויפל צייט איך האב.
עס איז דא היינט א גרויסע צומישעניש בעניני הנפש, וכמעט אין בית אשר אין שם מת, און דער עולם איז אביסל פארפלאנטערט און פארלוירען לדעת את המעשה אשר יעשון. נאכן דורכטון און עוסק זיין אין די נושא פאר א לאנגע צייט, און איך בין ב"ה דערגאנגען אסאך יסודות אין די ענינים, און געוויסע נקודות וואס איז נישט באקאנט אין די אלגעמיינע פסיכאלאגיע וועלט, און עס האלט זיך נאך אינמיטען פארשפרייטען (מעגליך אז אין 20 יאר ארום גייט דאס זיין די סטאנדארט, אבער דערווייל איז דאס נאך פריש), האב איך געקלערט אראפצולייגען פאר די חשובע ליינער דא אויפן וועלטעל די פשוטע פאקטען, מיט די האפענונג אז דאס וועט קענען געבן מער א קלארערע בילד פאר איינעם וואס מוטשעט זיך דערמיט צו קענען וויסן וואס ער זאל זיכען, און בעיקר, וואס קען ער ערווארטן פון סייוואספארא מהלך אין הילף ער נעמט. איך האף דאס צו קענען אראפלייגען אין עטליכע שיעורים, אדער וויפל עס וועט אויספעלן לויטן פארלאנג. איך האב נאכנישט קיין פונקטליכע פלאן, און דאס ווענד זיך אסאך וואס דער עולם וועט פארלאנגען און הנאה האבן.
די נושאים וואס איך האב אין פלאן דורכצושמועסן נעמט אריין די טעמעס:
וואס איז די אמת פון א נפשיות'דיגע מחלה? פארוואס לייד מען היינט מער פון אמאל – אויב בכלל? פארוואס איז היינט רפואת הנפש מער אין די הענט פון פשוטע יודען טערעפיסטן וכדו' און נישט אין די הענט פון די גדולי ישראל? / איז עס פשוט פארדארבענע מידות, אדער עפעס מער פון דעם? איז עס א פשוטע 'דיסארדער', אדער עפעס וואס דער מענטש האט זיך אליינס אויסגעוולעט? / איז עס א ביולוגישע 'ניורוטרענסמיטער' פראבלעם אדער נישט? באקומט מען עס בירושה פון די עלטערן? / האט דאס א שייכות מיט פשוטע אמונה און בטחון? / וואס זענען די פארשידענע מיני נפשיות'דיגע שוועריגקייטן – ענקזייעטי, דעפרעסיע, פוביעס, OCD, טראומע, און נאך? / וועט מעדעצינען העלפן? ווען יא און ווען נישט? אויב יא פארוואס דארפ מען האלטן אין איין טוישען דויזעס און ברענדס? זאל איך בכלל אנהויבן מיט מעדעצינען? / און וואס איז מיט ווייטעמינס? וואס טוט זיך מיט אנדערע אלטערנעטיווע מיטלען ווי קיירעפרעקעטער וכדו' / וואס זענען אלע שיטות שונות אין טערעפי? איז דא איין מהלך בעסער פונעם צווייטען? און וואס ווענד זיך די הצלחה? איז שייך צו וויסן וועלעכע שיטה גייט ארבעטן פאר איינעם מער ווי פארן צווייטען? / פארוואס פאלט מען צירוק? איז מעגליך אויסצומיידען מען זאל נישט צירוק פאלען? איז איינער וואס האט אנגעהויבן צו ליידען פון ענקזייעטי וכדו', א קרבן זיך צו מוטשענען און דארפן כסדר 'מענעזשען' זיין ענקזייעטי פאר א גאנץ לעבן? איז דא עפעס א magic וויאזוי מקען פטור ווערן פון די אלע פראבלעמען אויף אייביג? / וואס טוט זיך מיט ענערזשי הילינג, ס'העלפט אדער נישט? וויאזוי ארבעט עס בכלל? און אויב ס'העלפט, איז עס אויף אייביג אדער נאר צייטווייליג? / וואס טוט זיך מיט אזויפיל מיני פיזישע ווייטאגען וואס די שורש דערפון זענען נפשיות'דיג כידוע פון דר. סארנא? איז עס אמת אדער נישט? וואס איז זיין שיטה זיך ארויסצוזעהן פון דעם? וואס האט ער נישט גוט פארשטאנען, און לכבוד דעם ארבעט עס נישט אויף יעדעם? וואס איז יא די ריכטיג צוגאנג צו פיזישע ווייטאגען אז עס זאל זיין מער עפעקטיוו? ועוד ועוד.
אדער וויל מען הערן מער איבער פשוטע צילן אין לעבן וואס מען קען נישט דורכפירן און מזיכט עצה והדרכה? סתם בושה? איז א נפשיות'דיגע מחלה מער ערענסטער ווי סתם א 'ציל'?
דער עולם זאל זיך לאזן הערן וואס מען וויל בעיקר הערן, און לפי זה וועט זיין מיין החלטה.