שיעור י"ז – וואס איז עכט ענערזשי הילינג ח"ג
אן 'ענערזשי בלאק' – וואס איז דאס?
אינעם פאריגן שיעור האבן מיר ארויסגעברענגט די געדאנק וויאזוי ענערגיע פליסט דורך דעם קערפער און האלט דעם מענטש ביים לעבן, ווי אויך אז עס העלפט דעם מענטש פונקציאנירן זיין קערפער דורך דער נערוון סיסטעם. אין דעם שיעור וועלן מיר גיין א שטאפל ווייטער און ערקלערן די אייגענארטיגקייט וויאזוי עס פונקציאנירט ביי יעדן מענטש באזונדער אויף אן אייגענארטיגן וועג.
וואס מיין איך צו זאגן מיט 'אייגענארטיגקייט'?
קיין איין מענטש פאנקציאנירט נישט די זעלבע ווי ביי א צוויייטן. איינער איז מער לעבעדיג – וואס זאגט מען אויף אזא איינעם, ער איז 'ענערזשעטיק', יא? איינער איז מער סאליד. איינער איז מער צוריקגעצויגן, און איינער איז מער אפן. איינער איז מער 'שטייף', און איינער איז מער לויז. איינער גייט מיט אן אויפגעהויבענעם רוקן, און איינער גייט מער מיט אן איינעגעבוינעם רוקן. איינער איז מער אן 'אנטעפענוער' טיפ וואס טאנצט אריין אין ביזנעס, האט ליב צו נעמען ריזיקעס, און גלייבט אז עפעס געלט גייט ער מאכן, און איינער ציטערט פון נעמען ריזעקעס און וועט ענדערשער זיין יענעמס ארבעטער און מאכן א באשטומטע וועכענטליכע געהאלט. איר וועט כמעט נישט זען צוויי מענטשן גיין אויף די זעלבע סארט 'גאנג', איינער שלעפט זיך אביסל, איינער גייט מיט מער שטייפערע טריט, איינער מער סאליד. אויף אזוי ווייט, אז אויב קען איינער איינעם זייער גוט, קען מען דערקענען פון דערווייטענס, און אסאך מאל אפילו 'הערן' ווי יענער קומט צו גיין, בלויז פון זיך צוגעוואוינען צו יענעמס אייגענארטיגע 'גאנג'.
יעדעם איינעמס ענערגיע פארט אויף אן אייגענארטיגן גאנג. א טייל פון יעדעם איינעמס אייגענארטיגקייט איז עפעס וואס קומט מיטן געבורט. איינער מער לעבעדיג, און איינער מער סאליד. אבער אסאך פון די אייגענארטיגקייטן קומען 'מיט די יארן'. עס איז עפעס וואס מען לערענט זיך אויס, און עס ווערט א טייל פונעם קערפער און זעל. איינמאל מען וועט פארשטיין וויאזוי דאס פארמירט זיך אין לויף פון די יארן, וועט מען בעסער פארשטיין דעם קאנצעפט פון 'ענערזשי הילינג' און וואס עס טוט אויף.
ווער עס האט דורכגעליינט די שיעורים ביז אהער – בפרט שיעור ב'-ה' (אדער דא) – וועט אסאך בעסער פארשטיין וואס איך גיי דא ערקלערן. אבער כדי יעדער זאל קענען פארשטיין אפילו די וואס זענען נאך נישט דא געווען פאר 7-8 יאר צוריק, וועל איך אין קורצן ערקלערן דעם פראצעדור, כדי יעדער זאל קענען פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט.
דער כוח פון היטן דעם מענטש פון געפאר און דער כוח פון געוואוינהייט
איינע פון די גרויסע חסדים וואס דער בורא על עולמים האט געטון מיט אונז, איז אז ער האט באשאפן א סיסטעם אין אונז, וואס אלאמירט אונז פון א געפאר. נאך א חסד וואס דער באשעפער האט געטון מיט אונז, איז דער כוח פון 'געוואוינהייט', דאס מיינט, אז איינמאל איינער געוואוינט זיך צו צו עפעס, דארף ער נישט יעדע מאל פון דאסניי טראכטן וואס דארף איך טון יעצט, נאר ער געוואוינט זיך צו אז ווען ער וויל אז דאס אדער דאס זאל פאסירן, זאל ער טון דאס און דאס.
א קלאסישע ביישפיל אויף דעם איז זיך לערנען פירן א קאר. ווען מען לערענט זיך פירן א קאר, ווערן אקטיוו זייער אסאך מוח קעמערלעך איבערהויפט דער חלק אינעם מוח וואס וויל זיך היטן און זיין באשיצט. ווי נישט ווי איז זיך אריינזעצן אינעם 'דרייווער סיעט' פארבינדן מיט אסאך געפארן, און דער מוח שיקט נאכאנאנדע סיגנאלן צו ווארענען דעם מענטש וויאזוי צו פירן דעם קאר אויף א באשיצטן וועג.
וויאזוי טוט דאס דער מוח? דער מוח שיקט א סיגנאל צום נערוון סיסטעם אז ס'זאל הייסן די מוסקלען פון די פיס אראפדרוקן אויפן 'פעדל' צוביסלעכווייז, ווייל אויב ס'וועט דרוקן צו שנעל, קען דער ח"ו אריינקראכן אין עפעס, דעריבער זאל עס אכטונג געבן וויאזוי עס דרוקט אראפ. פארשטייט זיך אז מיטן ערשטער דרוק אויפן פעדל פון יעדן נייע דרייווער, נעמט זיך די קאר פליען, און דער דערשראקענער אינסטראקטאר נעמט זיך שרייען פאר זיין לעבן, אבער ביים צווייטן מאל פראבירן, פארשטייט שוין דער נייער דרייווער וויאזוי צו דרוקן פאמעלעך. פארוואס דרוקט ער פעמעלעך? ווייל ער וויל זיך היטן פון א געפאר. עס ווייסט אז אויב גייט ער דרוקן דעם פעדל ביז אויף אראפ, גייט זיך דער לעקציע נישט גוט ענדיגן. איינמאל דער מוסקל געוואוינט זיך צו צו דרוקן אביסל, פילט ער זיך רואיגער צו דרוקן נאך אביסל, ביז ער לערענט זיך אויס פונקטליך וויאזוי און וויפיל אראפצודרוקן כדי ער זאל בלייבן באשיצט פון אלעם בייזן און דער קאר זאל נאך אלס פארן געמיטלעך.
וועט איינער פרעגן, וועט דער נייע דרייווער מוזן יעדע מאל ער זעצט זיך אריין אינעם קאר מאכן די זעלבע איבונגען וואס ער האט געמאכט די ערשטע מאל ער האט זיך אריינגעזעצט אינעם קאר, און אראפדרוקן דעם פעדל שטייטלעך, און דערנאך אביסל מער ביז ער וועט נאכאמאל כאפן דעם פונקטליכן מאס וויפיל צו דרוקן? זיכער אז נישט. איינמאל די מוסקלען האבן זיך צגעוואוינט וויפיל צו דרוקן, דאן בלייבט עס איינגעקריצט אינעם מוח פונקטליך וויפיל מען ברויך דרוקן, און יעדע מאל ער וועט זיך אריינזעצן אויבן-אן אינעם קאר, וועט דער מוח וויסן פונקטליך וויפיל צו הייסן די פיס דרוקן אזוי אז דער קאר זאל פארן געמיטלעך און נישט פאראורזאכן קיין שום געפאר, אזוי אז דאס פירן דעם קאר וועט מיט די צייט ווערן א גרינגע זאך אויסצפירן, און וועט נישט נעמען אזופיל קאפ-און-מוח וואס עס האט גענומען דאס ערשטע מאל.
אין די פאריגע ארטיקלען האבן מיר דאס ארויסגעברענגט פונעם שטאנדפונקט פון די וויסענשאפטלער וועלט וויאזוי זיי רופן דאס אן, אז 'דער מוח האט זיך דא עפעס געלערענט', און דער 'געלערענאכטס' טוט דער מוח איבער'חזר'ן יעדע מאל דער דרייווער זעצט זיך אריין אינעם קאר. ווי באקאנט, ווען איינער מאכט 'חזרה', געדענקט מען עס בעסער, און אזוי אויך ווי מער דער נייע דרייווער 'חזר'ט' זיך איין דעם נייעם געדאנק, אלס מער ווערט עס איינגעגעסן אין אים 'כיתד בל תמוט', און עס גייט זיך שוין נישט אזוי גרינג פארגעסן. יארן שפעטער ווען ער זעצט זיך אריין אינעם קאר, וועט דער מוח נאך אלס געדענקען דאס וואס ער האט זיך געלערענט פאר יארן צוריק, אזוי אז ער דארף נישט טראכטן יעצט, 'וויפיל דרוק זאל איך לייגן אויף די מוסקלען אין די פיס?' נאר אלעס פארט געשמירט, און ער שפירט זיך אויך רעגלמעסיג פארזיכערט.
דער 'ענערזשי בלאק' – א רעדוקציע אין פלוס
דאס איז וויאזוי מען קוקט עס אן פונעם וויסענשאפטלער שטאנדפונקט. מען דארף אבער פארשטיין אז אויפן ענערגיע שטאפל – וואס דאס איז דאך דער הויפט טעמע פון דעם ארטיקל, האט אויך דא עפעס פאסירט. דא האט פאסירט זייער אן אינטרעסאנטע זאך, א געוויסע טייל פונעם ענערגיע אינעם מענטש, איז געווארן בלאקירט, אדער ווי מען רופט דאס אן אינעם ענערזשי הילינג שפראך – אן ענערזשי בלאק.
וואס מיינט אן ענערזשי בלאק?
אן ענערזשי בלאק מיינט אז א געוויסע ענערגיע פלוס וואס האט ביז היינט געפלאסן אין איין ריכטונג, איז געווארן בלאקירט, און עס האט אדער אנגעהויבן פליסן אויף אן אנדערע ריכטונג, אדער אינגאנצן אויפגעהערט פליסן אין יענעם ריכטונג, אדער עס איז נאר געווארן טיילווייז בלאקירט און עס קען שוין מער נישט פליסן מיט די זעלבע פלוס ווי ביז יעצט.
איז לאמיר זען וואס האט פאסירט ביי דעם נייעם דרייווער, און וויאזוי זיין ענערגיע איז געווארן בלאקירט. אויב זאל מען אריינטראכטן וועט מען זען, אז ווען ער האט די ערשטע מאל אראפגעלייגט זיין פיס אויפן פעדל, האט זיך עס אראפגעדרוקט ביז אונטן, דאס הייסט, אז עס איז געווען גענוג ענערגיע אין זיינע נערוון אראפצושטופן דעם פעדל ביז אונטן. אבער דער מוח האט אנגעהויבן אנערקענען אז אויב גייט ער לאזן די ענערגיע פליסן אזוי פרייוויליג און דרוקן דעם פעדל ביז אונטן, גייט געשען א גרויסע קאטעסטראפע, און דער קאר גייט זיך נעמען פליען אן קיין קאנטראל. דאס איז זייער שרעקעדיג. כדי אויסצומיידן אזא געפאר פון געשען, שיקט דער מוח א סיגנאל פאר די ענערגיע, צו רעדעצירן די ענערגיע און נאר נוצן אביסל ענערגיע אויפן פעדל, ווייל נאר אזוי וועט מען נישט אנקומען צו אזא שרעקעדיגע געפאר.
אבער שטעלטס ענק פאר אויב זאל דער מוח מוזן מעסטן מיט אלע סארטן מעסטערס וויפיל ענערגיע זאל ער לאזן אריינגיין אין די פיס יעדע מאל דער דרייווער זעצט זיך אריין אינעם קאר, וועט דאך דער מוח ווערן זייער אויסגעמוטשעט, דערפאר האט דער באשעפער אזוי געמאכט אז דער מוח איז ווי א 'וואלוו' פון א רער וואס מען קען אנשטעלן וויפיל ענערגיע זאל ארויסקומען. אין דעם פאל, וועט דער מוח אנשטעלן אז עס זאל נאר ארויסקומען אזויפיל ענערגיע וואס פעלט זיך אויס אראפצודרוקן דעם פעדל 'אביסל', אבער מער פון דעם וועט דער מוח בלאקירן פון לאזן דורכפליסן. מיט די צייט ווערט דער 'בלאק' גוט איינגעקריצט אין די סיסטעם, אז אפילו דער דרייווער זאל פראבירן אראפצודריקן אינגאנצן דעם פעדל אין סתם א גאס וואו מענטשן דרייען זיך, קען ער נישט, ווייל דער מוח האט רעדאצירט די ענערגיע פון גיין ווייטער.
איך פארשטיי אז איר גייט מיך אנקוקן אביסל אינטרעסאנט, וואס האט דאס מיט ענערגיע? יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אז ער גייט נישט פארן מיט זיין קאר ווי א צודרייטער און אראפקלאפן מענטשן. ריכטיג, עס איז א פשוט'ע זאך, אבער דער פאקט איז אז דאס פאסירט אויב זאל מען דאס באטראכטן מיט א פארגרעסערונג גלאז. איך האב אנגעכאפט א בלויזע ביישפיל, מען זאל פארשטיין וואס דאס מיינט אז 'ענערגיע ווערט בלאקירט'. אין דעם פאל, ווערט דער ענערגיע בלאקירט פאר זייער א וויכטיגע מטרה, צו ראטעוון דעם מענטש, און קיינעם וועט נישט בייפאלן צו גיין טון ענערזשי הילינג 'אויפצומאכן' דעם בלאק. אבער אויב פארשטייט מען דעם קאנצעפט, וועט מען פארשטיין וויאזוי פארשידענע ענערגיעס ווערן בלאקירט, וואס מען וואלט זיך יא געוואונטשן אז זיי זאלן זיך צוריק עפענען.
אן ענערזשי בלאק פארן זעל – דער איינגעבויגענעם רוקן
ביז אהער האבן מיר ערקלערט וויאזוי אן 'ענערזשי בלאק' פאסירט צוליב א פיזישע פראבלעם, לאמיר אריבערמישן דאס בלעטל און זען וויאזוי עס פאסירט צוליב א זעלישע פראבלעם.
לאמיר נעמען א קליינע ביישפיל, איך ווייס אז עס גייט זיך הערן אביסל קאמיש, אבער פארט איז עס עפעס וואס פאסירט, אזוי ווי איך האב שוין עטליכע מאל בייגעוואוינט ביי מיר אין אפיס – אן איינגעבויגענעם רוקן, ווי מען רופט עס ביי אונז א 'הויקער'.
מיר זענען צגעוואוינט צו טראכטן אז א הויקער פאסירט פון א פיזישע אורזאך, נעמליך דער שדרה איז איינגעבויגן, און דעריבער איז פארשטענדליך, אז דער רוקן איז איינגעבויגן. אבער דער ריכטיגער אורזאך פארוואס דער רוקן איז איינגעבויגן איז א זעלישע (כאטש אין רוב פעלער, מעגליך אז געוויסע פעלער וועט עס יא זיין בלויז א פיזישע פראבלעם). פארוואס האט זיך דעם הויקערס שדרה איינגעבויגן און נישט א צווייטענס? ווייל דער מענטש האט אין זיין אונטער-באוואוסטזיין זיך געוואלט איינבייגן, און דעריבער האט זיך עס איינגעבויגן.
וועט איר אוודאי פרעגן פארוואס זאל זיך איינער וועלן איינבייגן דאס רוקן?
ווער עס האט דורכגעליינט די שיעורים ביז אהער וועט שוין פילן באקוועם מיט דעם געדאנק, און ווער נישט וועט זיך יעצט צוגעוואוינען צו דעם געדאנק. דאס זענען פון די גרעסטע יסודות אין תורת הנפש ווי מיר האבן ברייט ערקלערט ביז אהער.
שטעלט אייך פאר איינער וואס האט גאר ווייניג זעלבסט-ווירדע, ער קוקט אראפ אויף זיך, ער האלט אז ער איז גארנישט ווערד, וויאזוי פילט ער ווען ער דרייט זיך צווישן מענטשן? איך זאג נישט אז דאס איז א כלל ביי יעדעם איינעם, אבער ביי געוויסע איז דאס זיכער נישט אזא באקוועמע איבערלעבעניש. ווי נישט ווי "קוקט דאך מיר יעדער אראפ, און איך פיל מיך נישט באקוועם זיך צו דרייען ציווישן מענטשן," קען דער נידריגער זעלבסט-ווירדע מענטש טראכטן צו זיך. איז וויאזוי גיט ער זיך אן עצה אז ער זאל כאטש פילן עטוואס באקוועם צווישן מענטש? און לאמיר נישט רעדן אויב איז ער צו דעם אויך א 'הויכע לאקש' וואס שטארט ארויס מיט זיין הויכן לאנגען קערפער, דאס קען אזא איינעם זיכער מאכן פילן אומבאקוועם.
איינע פון די וועג וויאזוי זיך צו ספראווענען מיט דעם איז זיך אנהייבן 'איינבייגן דעם רוקן'. וואס העלפט דאס? דאס העלפט, אז ווען ער דרייט זיך צווישן מענטשן און ער איז אזוי איינגעבויגן, מאכט עס אים פילן ווי כאילו 'ער איז נישטא אינגאנצן', מענטשן זען אים נישט אזוי קלאר, ער ציט ווייניגער אויפמערקזאמקייט (אזוי פילט ער כאטש אין זיין דמיון), און אזוי איז אים באקוועמער זיך צו דרייען צווישן מענטשן.
וויאזוי מאכט מען דאס? וויאזוי מאכט מען אז דער רוקן זאל זיך איינבייגן, און ער זאל זיך נישט דארפן יעדע מאל מוטשענען זיך צו 'באהאלטן' ווען ער קומט ארויס? זייער א פשוטע עצה, דער מוח שיקט א סיגנאל פאר די נערוון סיסטעם זיך צוביסלעך אנהייבן איינבייגן, ביז עס בלייבט אזוי איינגעבויגן לעולם ועד און דערזעט זיך איין שיינעם טאג מיט א שיינעם הויקער. פון איין זייט האט ער עס נישט ליב, עס קען אים אפשר אויך שאטן פאר שידוכים, אבער אויב זאל ער נאר אריינטראכטן אין זיין אונטער-באוואוסטזיין, וועט ער זען אז כאטש א 'חלק' פון אים וויל אזוי זיין און עס איז אים גאר סאך מער באקוועם אזוי.
פון אן ענערגישן שטאפל ווערט דא אויך בלאקירט די ענערגיע וואס טוט האלטן דעם רוקן גראד. ווען א קינד ווערט געבוירן קען ער אדער זי זיך נישט באוועגן. אויב זעצט מען אים אויף, וועט ער אראפפאלן, ער האט נאך נישט די ענערגיע אין זיך, זיך צו האלטן גראד. מיט די יארן ווערט געבויט אן ארסענעל פון ענערגיע וואס האלט די רוקן גראד. ווען ס'קומט די צייט און דער מוח פארשטייט אז דער מענטש וויל זיך צוריק איינבייגן, וועט עס פשוט רעדעצירן די ענערגיע קראפט וואס האלט די רוקן גראד. און אזוי פאסירט אן 'ענערזשי בלאק' צו קענען האלטן דעם רוקן איינגעבויגן.
פארוואס האט עס פאסירט? ווייל אויב נישט וועט ער פילן זייער שטארק באדראעט ווען ער דרייט זיך צווישן מענטשן, דערפאר האט דער מוח אנגעהויבן צו רעדעצירן די ענערגיע פלוס וואס פירט צום רוקן, כדי ער זאל זיך שפירן מער באקוועם.
אבער דא ווערט א קאנפליקט. פון איין זייט וועט דער מענטש וועלן 'אויפמאכן' דעם ענערזשי בלאק, ער וויל דאך אמאל א חתן ווערן, אבער אן אנדערע זייט אין אים, וועט זיך נישט לאזן עפענען דעם 'בלאק'.
און אזוי וועט יעדער איינער האבן זיינע פערזענליכע 'בלאקעזשעס' וואס ער מאכט אין לעבן כדי זיך צו האלטן 'באקוועם' ווי מיר וועלן ברייטער ערקלערן אינעם קומענדיגן שיעור.
אין קורצן:
• דער מוח וויל היטן דעם מענטשן פון געפארן.
• כדי זיך נישט צו דארפן מוטשענען יעדע מאל עקסטער מיטן געפאר, וועט זיך דער מוח צוגעוואוינען מיט א געוויסע וועג זיך צו האלטן אפגעהיטן פונעם געפאר.
• יארן שפעטער וועט דער מוח 'געדענקען' דעם 'געלערנאכטס' וואס דער מוח האט זיך אויסגעלערענט מיט יארן צוריק, אזוי אז ער זאל זיך נישט דארפן מוטשענען זיין גאנץ לעבן.
• אן 'ענערזשי בלאק' פאסירט ווען דער פלוס פון ענערגיע ווערט באלקירט אדער כאטש רעדעצירט אז עס זאל נישט קענען פליסן אויף אזא שטארקע פארנעם ווי פריער.
• עס זענען דאס פארשידענע אורזאכן, פיזיש און גייסטיש, פארוואס די ענערגיע זאל ווערן בלאקירט.
• איינמאל די ענערגיע ווערט בלאקירט פאר עפעס וויכטיג, בלייבט עס בלאקירט פארן לעבן.
• עס קען צומאל מאכן דעם מענטש אין א קאנפליקט, ווען איין זייט וויל זיך עפענען, אין דער צייט וואס אן אנדערע זייט וויל זיך נישט לאזן עפענען.
איך האף אז דער עולם האט ארויס דעם קאנצעפט, און אזוי קענען מיר גיין ווייטער צום נעקסטן שטאפל, וויאזוי דאס קומט ארויס אין טאג טעגליכע לעבן. ווי אויך וואס זענען די הויפט סארט 'בלאקן' וואס פאסירט אינעם ענערגיע סיסטעם, און וואו פאסירט דער 'בלאק'? דאס און נאך, אינעם קומענדיגן שיעור.
אויף צום ווידערזען אי"ה.