וועם וואלט איר געוואלט קענען אין אייוועלט?
כ'ווייס נישט, אפשר אישוין דא אזא אשכול, כ'עפען עניוועי.
איינער שיקט מיר אין אישי די וואך אז ער האט אמאל געוואלט וויסן ווער איך בין און איינער האט אים געזאגט אז ס'באדערט מיר זייער (מיט אזא שמעלקא וואלט איך זיך אויך געשעמט) האט ער נישט קיינמאל קיינעם געפרעגט.
איז מיר בייגעפאלן אט די שאלה. קודם פארוואס וויל ער מיר קענען, בינעך אזוי פאָני?
וואטעווער, ס'איז מיר בייגעפאלן צו עפענען אט דעם אשכול, וועם ווילט איר קענען אין אייוועלט.
איך וויל קענען יעדען איינעם, כ'האב נישט ליעב צו ריידן מיט אידן אנאנים, אבער כ'וויל נישט יעדער זאל מיר קענען, ס'באדערט מיר ווען כ'ווער געוואר אז איינער קען מיר, איבערהויפט אויב יענער געט זיך נישט ארויס (א עוולה, ס'דארף גיין טו וועי), כ'קען דאך ווען שרייבן מיין עכטע נאמען יואל ברמ"י ווייס, נאר כ'שרייב עס נישט ווייל כ'וויל נישט מ'זאל וויסן, אקעי?!
עניוועי, איך וויל קענען אזוי:
שוועמל
יהי כן
והוא פלאי
לכתחלה אריבער
מאגר (ווייל ער האט מיר אויפגערעגט איינמאל, כ'בין אים שוין מוחל אבער כ'וויל וויסן וועם כ'בין מוחל....)
יציב פתגם
דער איינקיל פון הייליגן רימנובער רבי'ן
סטרעטינער אייניקל
פרעגער
קען זיין נאך, כ'געדענק נישט יעדען איינעם יעצט, בעיקר איז מיר אינטערסאנט צו קענען ניק'ס וואס רעדען די מערסטע צו מיר (ווערט נישט באליידיגט, די ניק'ס ליגט מיר פשוט יעצט אין זכרון), ס'הייסט זייערע זאכן וואס זיי שרייבן זענען אין מיין אינטערעסע!