פלאות מתמטיקה

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע:יסודו מעפר, וסופו לעפר

פלאות מתמטיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

דיזע אשכול וועט זיין פאראייביגט, פאר אלע וואס האבן ליב מעטאמטיק, און דא וועט יעדער קען שרייבן פליאות'דיגע חשבונות
און איך וועל שוין אנהייבן, וזה החלי בעזר בוראי

--
נומבער 9, מיינעך ווייסט יעדער איינער, אויב ס'איז אימיצער וואס ווייסט נישט, ביטע מעלדן און מען וועט עס ארויפלייגן
--
נומבער 11

ווען מען טוט מאלטיפלייען עני נומבער וואס האט צוויי נומערן, מיט די נומבער 11
למשל 11X 24
נעמט מען די נומבער 24 און מאכט 2+4 איז = 6, דערנאך לייגט מען די 6 צווישן די 2 און די 4, ווערט עס 264
קומט אויס 11X 24 איז 246

נאך א משל 11 X 34
נעמט מען די נומבער 34 און מאכט 3+4 איז = 7, דערנאך לייגט מען די 7 צווישן די 3 און די 4, ווערט עס 374
קומט אויס 11X 34 איז 374

אויב די נומבער וועט אויסקומען העכער 9
למשל 66X 11 , וואס מאך איך 6 + 6 וועט אויסקומען 12
דעמאלט טוט מען אזוי
מען נעמט די נומבער 66 אין מען מאכט 6 + 6 , יעצט אנשטאט צו מאכן 6126 לייגט מען צו די 1 צו די ערשטע 6 און מען מאכט אזוי 726
קומט אויס 66X 11 איז 726

פוק חזי וועט עס זעהן, נישט קיין חילוק וועלכע נומבער איר וועט נוצן וועט עס שטומען

איך האף פון צייט צו צייט ארויף לייגן פרישע, אבער יעדער איז מכובד
לעצט פארראכטן דורך נישט אום זונטאג אקטאבער 05, 2014 11:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ייש"כ נישט
זייער אינטערעסאנט
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים צבי »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן: נישט זייער אינטערעסאנט

ס׳איז יא זייער אינטערעסאנט!! גיטע איידיע
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן: ייש"כ
נישט זייער אינטערעסאנט

סארי, אונלי קידינג...
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע:יסודו מעפר, וסופו לעפר

וווייטער וועגן נומבער 11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

פארגעסן צוצולייגן,
ווען מען טוט מאלטיפלייען עני נומבער וואס האט "דריי" נומערן מיט די נומבער 11
למשל 11X 235
מאכט מען קודם פלאס פון די ערשטע צוויי נומערן 2+3 איז 5 , יעצט מאכט 3 + 5 איז 8, יעצט שטעלט מען צוזאם די נומבער, מען נעמט ארויס די מילטעסטע נומבער די 3, און מען לייגט אריין די צווי נומבער וואס מען האט יעצט אויסגערעכנט, קומט אויס 2585
קומט אויס 11X 235 איז = 2585

אויב די נומבער איז העכער 9
טוט איר די זעלבע זאך פון פריער און איר לייגט עס צו
לדוגמא 11X 489
4+8 = 12
8+9 = 17
מען נעמט די 1 פון די 12 און מען לייגט עס צו צום 4, ווערט 5
די מיטעלסטע 8 נעמט מען ארויס אין מען לייגט אריין די 2 פון די 12, פלאס די 1 פון די 17, קומט 3
דערנאך לייגט מען צו די 7 פון די 17, מיט די 9, קומט אויס 5379

11 טיימס 489 = 5379

פוק חזי וועלכע נומבער איר וועט נאר מאכן וועט עס שטומען
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

שטוינענד...
נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון.

דריי מענטשן זענען געגאנגען אין א רעסטאראנט, זיי האבן געגעסן צו דער זעט, צום באצאלן האט יעדער געגעבן א צענער, אינאיינעם דרייסיג.
ווי נאר זיי זענען אקויס כאפט זיך דער בעל הבית אז סקאסט נאר 25 שיקט ער שנעל נאך זיין וועיטער זאל צוריקגעבן די טשעינדש, ווען ער האט זיי דערגרייכט האבן זיי פרובירט צו טראכטן פון א וועג צו צוטיילן 5$ צווישן דריי מענטשן, ביז זיי זענען אויפגעקומען אויפן געדאנק אז יעדער וועט נעמען איין דאלער און די איבריגע צוויי וועט גיין אלס טיפ צום וועיטער.
יעצט לאמיר מאכן א חשבון, יעדער פון זיי האט געצאלט 9$ (צען, און צוריק גענומען איינס) קומט אויס צוזאמען 27$ מיט נאך צוויי וואס ליגט ביים וועיטער איז 29$ ווי איז די איין דאלאר???
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע:יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

אויסערן מיניסטער האט געשריבן: שטוינענד...

יעדער פון זיי האט געצאלט 8.3333, מען האט געצאלט צעהן, צצוריק גענומען 1 פלאס .6666 פאר טיפ
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איך האב אמאהל געהערט פון מיין טאטע זזג א כאפ פון עץ חיים אין ירושלם
איינער טראכט א נומער
מען זאגט אים מאך דיין נומער מאהל 3
און פארטייל עס אויף 2
פרעג צו עס גייט אויף א האלבע ד"ה .5
אויב זאגט ער יא נעם שוין אריין 1
און זאג אים לייג צו א האלבע
מאהל דריי און פארטייל אויף 2
אויב עס איז דא א האלבע דער צווייטע מאהל טראכט 2
[אויב איז נאר דא א האלבע דער ערשטער מאהל איז נאר 1, אויב נאר דאס צווייטע מאהל איז דאס 2, אויב אין ביידע איז דאס 3]
מען פרעגט וויפיהל מאהל קען 9 אריין אין די לעצטע ציפער
פאר יעדע מאהל איז דאס 4
למשל
מען טראכט 7
מאהל 3 איז 21
פארטיילט אויף 2 איז 10.5
[טראכט מען שוין 1]
לייג צו א האלבע מאכט עס 11
מאהל 3 איז 33
פארטיילט אויף 2 איז 16.5
פרעגט מען איז דא א האלבע
זאגט ער יא לייגט מען צו נאך 2 האבען מיר שוין 3
וויפיהל ניינערס גיין אריין אין די לעמטע ציפער?
אין 16.5 גייט נאר אריין איין 9
פאר איין ניינער איז דאס 1
קומט אויס 4 מיט 2 מיט 1
מאכט דאס 7
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

נישט האט געשריבן:
אויסערן מיניסטער האט געשריבן: שטוינענד...
נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון.

דריי מענטשן זענען געגאנגען אין א רעסטאראנט, זיי האבן געגעסן צו דער זעט, צום באצאלן האט יעדער געגעבן א צענער, אינאיינעם דרייסיג.
ווי נאר זיי זענען אקויס כאפט זיך דער בעל הבית אז סקאסט נאר 25 שיקט ער שנעל נאך זיין וועיטער זאל צוריקגעבן די טשעינדש, ווען ער האט זיי דערגרייכט האבן זיי פרובירט צו טראכטן פון א וועג צו צוטיילן 5$ צווישן דריי מענטשן, ביז זיי זענען אויפגעקומען אויפן געדאנק אז יעדער וועט נעמען איין דאלער און די איבריגע צוויי וועט גיין אלס טיפ צום וועיטער.
יעצט לאמיר מאכן א חשבון, יעדער פון זיי האט געצאלט 9$ (צען, און צוריק גענומען איינס) קומט אויס צוזאמען 27$ מיט נאך צוויי וואס ליגט ביים וועיטער איז 29$ ווי איז די איין דאלאר???

יעדער פון זיי האט געצאלט 8.3333, מען האט געצאלט צעהן, צצוריק גענומען 1 פלאס .6666 פאר טיפ

די $2 וואס דער וועיטער האט באקומען איז אריינגערעכנט אין די $27.(נישט 27+2) און די איבריגע $3 האבן זיי צוריקבאקומען.
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

צוויי מענטשן פארקויפן 30 עפל יעדן טאג, איינער פארקויפט 2 פאר א דאלער און פארדינט $15, און איינער פארקויפט 3 פאר א דאלער און פארדינט $10.
איין טאג האט איינער פון זיי נישט געקענט ארויסגיין, האט ער געבעטן פונעם חבר צו פארקויפן אויך זיינע עפל און פארקויפן 5 פאר 2 דאלער.
סוף טאג האט דער חבר פארדינט נאר $24, וואו איז דער $1 פארשוואונדן געווארן?
צום פונקט
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פונקט »

?אפשרטאקע האט געשריבן:
נישט האט געשריבן:
אויסערן מיניסטער האט געשריבן: שטוינענד...
נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון.

דריי מענטשן זענען געגאנגען אין א רעסטאראנט, זיי האבן געגעסן צו דער זעט, צום באצאלן האט יעדער געגעבן א צענער, אינאיינעם דרייסיג.
ווי נאר זיי זענען אקויס כאפט זיך דער בעל הבית אז סקאסט נאר 25 שיקט ער שנעל נאך זיין וועיטער זאל צוריקגעבן די טשעינדש, ווען ער האט זיי דערגרייכט האבן זיי פרובירט צו טראכטן פון א וועג צו צוטיילן 5$ צווישן דריי מענטשן, ביז זיי זענען אויפגעקומען אויפן געדאנק אז יעדער וועט נעמען איין דאלער און די איבריגע צוויי וועט גיין אלס טיפ צום וועיטער.
יעצט לאמיר מאכן א חשבון, יעדער פון זיי האט געצאלט 9$ (צען, און צוריק גענומען איינס) קומט אויס צוזאמען 27$ מיט נאך צוויי וואס ליגט ביים וועיטער איז 29$ ווי איז די איין דאלאר???

יעדער פון זיי האט געצאלט 8.3333, מען האט געצאלט צעהן, צצוריק גענומען 1 פלאס .6666 פאר טיפ

די $2 וואס דער וועיטער האט באקומען איז אריינגערעכנט אין די $27.(נישט 27+2) און די איבריגע $3 האבן זיי צוריקבאקומען.

זייער גוט! לאמיר נאר צולייגן אביסל הסבר פאר די נישט מאטעמאטישע קעפ... קודם האט יעדער באצאלט צען 3X10 = 30. יעצט געב די בעל-הבית צוריק פינף דולער, און פון דעם באקומט יעדער צוריק 1 דולער. קומט אויס אז יעדער האט באצאלט ניין דולער ווייל איינס האט דאך יעדער צוריקבאקומען.
יעצט פון די ניין דולער וואס זיי האבן באצאלט, איז נישט געגאנגען די גאנצעפאר די בעל הבית, ווייל 9X3 =27 און דער בעל-הבית האט נישט באקומען קיין זיבן און צוואנציג נאר בלויז פינף און צוואנציג. נאר באמת איז די איבעריגע געלט געגאנגען פאר די טיפ. דאס הייסט 25$ פאר'ן בעל-הבית 2$ טיפ פאר'ן ארבעטאר. אין אנדערע ווערטער: יעדער פון די דריי האבן באצאלט ניין דולער וואס איז געווארן צעטיילט 8.3333 פאר'ן בעל הבית און 6666. פאר די טיפ פונעם ארבאטער.
און די לעצטע דריי דולער דאס זענען זיי געבליבן צוריק אין טאש. יעדער איינער איין דולער
לאמיר איבער מאכן דעם חשבון; פינף און צוואנציג פאר'ן בעה"ב, ער האט געגעבן רעשט פינף דולער, וואס פון די $5 איז $3 צוריק צו יעדן איינעם $1 דולער [יעדער איינער האט אין טאש $9], ווייטער די איבעריגע צוויי דולער האבן די מענטשן נישט צוריק באקומען, דאס איז געגאנגען פאר'ן טיפ. קומט אויס זיי האבן געצאלט 25$ פאר'ן בעה"ב, 2$ פאר'ן וועיטער. און די איבריגע דריי דולער פון 27 ביז דרייסיג איז געבליבן ביי זיי יעדער איינער 1 דולער

א טאג נאך יום כיפור וויל איך יעדעם איבערבעטן טאמער כ'האב אים געמאכט אומזונסטע קאפ ווייטאג...
אוועטאר
שרוליק
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 4:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרוליק »

יבוא המתרגם ויתרגם לאידיש, סליחה מכל האידישניקעס.

איך לכפול מספרים מ5 עד 10 דרך אצבעות הידים?

מחלקים יד ימין ויד שמאל, יד ימין כל אצבע הוא מספר אחר במספר עולה, לדוג' אגודל=6 אצבע=7 אמה=8 קמיצה=9 זרת=10 כך ביד ימין וביד שמאל, עכשיו אם יש לנו לדוג' 7X8 לוקחים את ה'אצבע' של יד ימין וה'אמה' של יד שמאל ושמים אחד ליד השני - כל האצבעות שמתחת לאצבעות המחוברים (אצבע ואמה) כולל האצבעות המחוברים שוים10כל אחד, את האצבעות שמעל האצבעות המחוברים כופלים אחד בשני ומוסיפים לעשרות, והנה התוצאה.

לדוגמא: 7=אצבע כפול 8=אמה אז מהאצבע והאמה המחוברים ולמטה יש 5 אצבעות, כל אחד עשר - ביחד 50, ולמעלה נשאר מעל ה 7 - 3 אצבעות ומעל ה 8 - 2 אצבעות עושים 2X3=6 מוסיפים את ה6 ל50 יוצא 7X8=56.

מקווה שהובנתי.
אוועטאר
שרוליק
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 4:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרוליק »

עובדה מתמטית:

כל כפולות ה9 בתוצאה יש או את המספר 9 או מספרים שמתחברים יחד ל9.

לדוג': 9X2546=22914 אז יש 9 אחד והמספרים האחרים שהם 2+2+1+4=9!!!!!!!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

העכסט אינטערסטאנט!!! יישר כח נישט פארן גיין פתיחה און שרייבן אזאנע גאר אינסטערסאנטע זאכן, אלץ קינד האמיר אלץ געהאט די טריקס אויפן טיימס טעיבל ווי למשל פינעף מיטן זייגער אדער ניין מיט דער נומער ניין אדער עלעוו איז צוויי מאל דער נומער, אבער כ'האב נישט געוואוסט אז עס איז דא אזאנס ביי די הויכע נומערן אויכעט. קיפיראפ פאאל פארס!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע:יסודו מעפר, וסופו לעפר

דאפלען א נומבער וואס ענדיגט זיך מיט 5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

ווען איר ווילט דאפלען א צוויי דישיט נומבער וואס ענדיגט זיך מיט א 5, און איר ווילט עס דאפלען מיט זיך אליינס

לדוגמא 35 2 , דאס מיינט 35 טיימס 35
דאן נעמט די ערשטע דישיפ אין מאלטיפליי עס ביי די נעקסטע נומבער, אויב די נומבער איז 3 אזוי אין אונזער דוגמא, דעמאלט מאלטיפליי עס מיט 4, איז = 12
יעצט לייגט צו א 25 צו די 12 איז =
1225

די זעלבע זאך ביי 15 טיימס 15, 1 טיימס 2 איז 2
לייגט צו 25 איז
225

אויב איז עס א דריי דישיט לדוגמא 305 טיימס 305
דארף מען טוהן די זעלבע זאך נאר נוצן די ערשטע צויי נומערן, 30 טיימס 31 קומט אויס 930
נאכער לייגט מען צו 25
קומט אויס 93,025
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע:יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

באקומען אין אישי
קנאפער ידען האט געשריבן: נושא: פלאות מתמטיקה

פלאי פלאים! א ריזן דאנק!!!

(דער קעפל וואלט געמעגט זיין אין אידיש, למשל 'מאטאמאטישע וואונדערן!' אדער 'וואונדער פון מאטאמאטיק').

נו, וואס האלט די עולם?
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

יש מקום לדון כי זה לשון איווריט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע:יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

.
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

לאזט נישט אזא אינערעסאנטער אשכול פארפארן
א דאנק אייך @נישט
דער #קעפל איז פיין
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע:יסודו מעפר, וסופו לעפר

עם ישראל חי לעולם ועד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

אויב איינער האט די "עם ישראל חי לעולם ועד" פון ר' יונתן אייבשיץ

זאל ביטע ארויףלייגן און איך וועל מסביר זיין די מאטמאטישע חשבון דערפון
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ר' חננאל
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 9:19 pm

Re: פלאות מתמטיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' חננאל »

איז דא מער even נומערן ווי odd?

נעם א רענדום סכום פון רענדום נומערן און רעכן אויס די sum וועט אייביג זיין א גרעסערע שאנס אז ס’זאל זיין א even נומער

וויאזוי?

אויב די רענדום סכום וועט זיין even למשל צוויי דאן קען זיין דריי סענעריאוס
1. אויב איז ביידע רענדומס even (למשל 20 + 20) וועט די sum זיין even
2. אויב איז ביידע רענדומס odd (למשל 25+25) וועט אויך די sum זיין even
3. אויב איין even און איין odd (למשל 20+25) וועט די sum זיין odd
קומט אויס אז סדא א 66.6% שאנס פאר even און בלויז א 33.3% שאנס פאר odd

אויב די רענדום וועט זיין odd למשל דריי דאן קען זיין פיר סענעריאוס
1. Even+even+even = even
2. Even+odd+odd = even
3. Odd+odd+odd = odd
4. Even+even+odd = odd
קומט אויס א 50 50 שאנס פאר יעדע

שכל זאגט אז ביידע סעט פון נומערן זענען די זעלבע סאך (אינפיניט) אבער די פראבעביליטי איז even מער וואס דאס שטימט נישט לאגיש און דאס האלט מיר אויף ביינאכט....
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פלאות מתמטיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ר' חננאל האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 4:53 am
איז דא מער even נומערן ווי odd?
די דעפיניציע פון א גראדן (even) נומער איז אז ס'איז צוזאמגעשטעלט פון צווייערס, דהיינו אז ווען דו נעמסט אראפ צוויי צוויי גייסטו אנקומען צו 2. די דעפינציע פון אן אומגראדן (odd) נומער איז אז ווען דו נעמסט אראפ צוויי צוויי, גייסטו אנקומען צו 1.

היות צוויי מאל 1 איז 2, דערפאר ווערן צוויי אומגראדע נומערן א גראדער נומער. און היות פון 2 וועט קיינמאל נישט ווערן 1, דערפאר זענען צוויי גראדע נומערן אלעמאל ווייטער א גראדער נומער.

אין קורצן, מאטעמאטיק שטעלט פאר דריי מעגליכע סצענאַרן: 1. גראד+גראד = גראד. 2. גראד+אומגראד = אומגראד. 3. אומגראד+אומגראד = גראד.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
וויסנשאפטלער
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:28 pm
לאקאציע:נישט ווייט

Re: פלאות מתמטיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויסנשאפטלער »

.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: פלאות מתמטיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ר' חננאל האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 4:53 am
איז דא מער even נומערן ווי odd?

נעם א רענדום סכום פון רענדום נומערן און רעכן אויס די sum וועט אייביג זיין א גרעסערע שאנס אז ס’זאל זיין א even נומער

וויאזוי?

אויב די רענדום סכום וועט זיין even למשל צוויי דאן קען זיין דריי סענעריאוס
1. אויב איז ביידע רענדומס even (למשל 20 + 20) וועט די sum זיין even
2. אויב איז ביידע רענדומס odd (למשל 25+25) וועט אויך די sum זיין even
3. אויב איין even און איין odd (למשל 20+25) וועט די sum זיין odd
קומט אויס אז סדא א 66.6% שאנס פאר even און בלויז א 33.3% שאנס פאר odd
כ'מיין אז דאס איז נישט גערעכט. ווייל אין הכי נמי דו האסט 3 סענעריאוס איז אבער דא א 50/50 צעטיילט צווישן 1-2/3.

ווייל ווען דו וועלסט אויס רענדאמלי צוויי נומערן (צו מאכן דער חשבון) פון א רענדאם פאאל פון נומערן האסטו 50% שאנס אז עס זאל זיין אנדערע parities (איינס איווען און איינס אדד) און 50% אז עס זאל זיין דער זעלבער פארעטי (ביידע איווען אדער ביידע אדד). דאס איז היות אין דער פאאל זענען זיי דאך סטאטיסטיש 50/50.

קומט אויס אז דער מעגליכקייט פאר א איווען סאם אדער אן אדד סאם דארף ווערן גערעכנט לויט די אינגרידיענטס (וועלכע צוויי נומערן מ'גייט צאמרעכענען) און נישט לויט די סענעריאוס (ווייל דער פראבעבילעטי אז די ערשטע צוויי סענעריאוס זאלן ארויסקומען איז בלויז 50%, און 50% פאר דער דריטער סענעריאו.)
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”