פורס מפה ומקדש

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3033
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

פורס מפה ומקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אסרו חג סוכות תשע"ה

אזוי ווי היי יא האבן מיר זייער שפעט גענדיגט די הקפות, (טאנצן מיט א פולע מאגן דהיינו נאך א סעודה וויל איך נישט), און ווילאנג איך בין אנגעקומען אהיים ווי איך וואוין אין די אנדערע עק שטאט איז שוין געוועהן א האלבע שעה פארן זמן הלדקת הנירות, איך האב שוין געטראכט פון אנהייב יו"ט אז מעגליך וועט נישט זיין קיין מעגליכקייט צו עסן געהעריג די סעודת יו"ט האב איך מיר אנגעגרייט א פלאן צו מאכן א פורס מפה ומקדש,
איך האב פאר יו"ט געזוכט ווער ס'רעדט דערפון, און כמעט נישט געטראפן קיינער וואס זאל רעדן דערפון, אדרבה אפשר דא זאל מען אין דעם אשכול מאכן א שמועס דערוועגן, אבער קודם לאמיר דערציילן וואס איך האב יא געטון.
(און דער עולם מעג מגיב זיין צו ס'איז ריכטיג צו נישט)

נאך די הקפות האב איך געדאוונט מנחה של יו"ט.
איך בין אהיים געקומען צוגעגרייט די לעכט און איך האב געמאכט קידוש של יו"ט אלה מועדי וגו' אויף יי"ש - בראנפן, צוליב דעם ווייל אויב מאך איך קידוש אויף וויין ווערט מיר א פראבלעם שפעטער מיטן בורא פרי הגפן פון קידוש של שבת, איך האב געגעסן חלה מיט פיש, און דער זמן איז אנגעקומען, האט מען אפגערוימט דעם טיש, צוגעדעקט די חלות, און מיין ב"ב האט געצינדן ליכט,
נאכן צינדן ליכט האב איך געזינגען יו"ט'דיגע זמירות דהיינו שישו ושמחו בשמחת תורה וכו', פיוטים, אתה בחרתנו וכו', אינמיטן אתה בחרתנו האב איך אפגעזינגען אויף א ניגון יעלה ויבוא ווארום ביים בענטשן נאך סעדות שבת זאגט מען שוין נישט קיין יעלה ויבוא....
בערך 20 מינוט נאכן זמן האב איך אנגעטון דעם רעשוואלקע און געזינגען שלום עליכם, אשת חיל, אזמר בשבחין, און געמאכט קידוש של שבת (מיט א בורא פרי הגפן), נאכער האמיר זיך אראפ געזעצט און געטיילט פרישע המוצאי'ס פאר יעדן איינעם צו עסן א כזית חלה לכבוד שבת,
מ'האט סערווירט זופ און פלייש, געזינגען כל מקדש, מנוחה ושמחה וכו', און געבענטשט און ביים בענטשן געזאגט נאר רצה.

והעיקר אז נאכן בענטשן בין איך אראפ הונטן אין מיין לאקאלן שול ווי מ'האט געהאלטן ביי הויכע שמו"ע של מנחה, און דער גבאי איז צוגעלאפן צו מיר זייט מוחל זיין אונז מהנה מיט א קבלת שבת, האב איך געזאגט פארן גבאי'ן פיין! איין רגע!, לאמיר קודם א טרינק טון א גלעזל וואסער... איך מעג דאך, איך האלט דאך שוין נאך די סעודה.... און דער קבלת שבת האט געקנאקט....

די איינציגסטע אישוי איז לכאורה מיטן המוצאי נאך קידוש וואס איז א מחלוקה אין מחבר, און דער משנה ברורה שרייבט אז ספק ברכות להקל עיי"ש.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13906
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

המוציא נישט און יעלה ויבא אויך נישט? מה נפשך
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געהערט פאריאר אז אדמו"ר מהר"א האט אויך אזוי געטון
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

פונקט האבעך היי יאר נאך די הקפות געהערט פון א איד אז די הלכה פון פורס מפה ומקדש איז נישט געמאכט געווארן פאר גוים, מוז דאך זיין אז עס קומט אמאל אויס אז מ'זאל דאס מוזן טון.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
וואטיצעך
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
לאקאציע:איבעראל ווי ס'טיצעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואטיצעך »

אדמו"ר מהר"א האט פאריאר געהעריג געפירט טיש
ווען עס טיצעך נישט וויזוי מען וויל, וויל מען וויזוי ס'טיצעך.....
כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע:חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעם'ר מגיד »

לחם משנה ביי די צווייטע האלב סעודה האסטו געהאט? אויב נישט, לויטן ט"ז אז די לחם משנה איז די עיקר חיוב אכילת הפת האסטו נישט מקיים געווען שלש סעודות בשבת.

נאך מער, לויט די פוסקים וואס לערנען אפ פשט אז לחם משנה מיינט די ברכה (דלא כרש"י) האסטו בין כך ובין כך א פראבלעם לויטן ט"ז.

(קידוש האט נישט מיט ברכת היין, פארדעם וואלסטו געקענט מאכן רואיג קידוש אן קיין בפה"ג)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8797
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

וואס האסטו אונז נישט מיטגעטיילט מיט אזא גוטע עצה פאר יו"ט? פרייטאג צו נאכטס איז מיר די פיש שטעקן געבליבן אין האלז האלטנדיג א קנאפע צוויי שעה נאכן סעודת יו"ט

אגב, יעלה ויבא ביזטו אזוי זיכער אז מ'זאגט נישט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
null
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 05, 2014 4:33 pm
לאקאציע:dev/null/

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך null »

דאכט מיר אז כ'האב אמאל געהערט אז פאפא רב ז"ל האט אזוי געטון אין א פרייטאג פורים.
אפשר ווייס איינער מער
כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע:חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעם'ר מגיד »

מי יודע האט געשריבן: אגב, יעלה ויבא ביזטו אזוי זיכער אז מ'זאגט נישט?

ניין, מ'זאגט נישט. ס'איז טאקע א מחלוקת הפוסקים אבער הלכה למעשה זאגט מען נישט יעלה ויבוא בשבת שלאחרי, ווי אויך נישט רצה בר"ח או יו"ט שאחרי השבת וועגן תרתי דסתרי.
אוועטאר
פרנס
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2010 12:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס »

געהערט טאקע דעם שמחת תורה, אז סקולענער רבי האט אזוי געטוהן יארן צוריק, ווען שמחת תורה איז אויסגעפאלן אזויווי היי יאר, מוסף האט מען געענדיגט גאר גאר שפעט. ער האט זיך דאן געוואשן מיט'ן עולם מינוט'ן צום זמן. דערנאך האט מען אלעס צוגעדעקט, מען האט זיך געשטעלט דאווענען קבלת שבת, דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש און ווייטער געפירט דעם טיש. אפשר ווייסט איינער דא מער דיטעילס.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

עס איז נישט קיין חידוש אויפן סקולענער רבי, ווייל מבית אבותיו שטאמט פון ריזינער חסידים ואם אין זכרוני כוזב לי, מובא שבקביעות כבשנה זו עשה כן הרה"ק מרוזין
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שוועמל האט געשריבן: געהערט פאריאר אז אדמו"ר מהר"א האט אויך אזוי געטון

חלומות שוא ידברו.

----

מיר האבן קידוש געמאכט 20 מינוט צום זמן, געבענטש א שעה דערנאך, ביינאכט סעודה הערשט געגעסן נאך 10 אזייגער און א קנאפע שעה דרימל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3872
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ווי והוא פלאי האט געברענגט, אין רוזשין און אין די חצרות ממשיכי השלשלת (באיאן, סאדיגורא וכו') האט מען זיך אזוי געפירט, סיי פורים און סיי שמחת תורה.

היינט צוטאגס ווען רוב רוזשינ'ע רבי'ס זענען ארצישראל'דיגע, קומט דאס כמעט נישט אויס, אויסער ווי היי יאר שנת תשע"ה וועט פורים דמוקפין זיין פרייטאג, און א זוך האט געברענגט א רעזולטאט פון ג'עי די ען וואס האט געברענגט טאקע אזא באריכט (ווען פורים הפרזים איז געפאלן דאנערשטאג, און פורים דמוקפין פרייטאג):

בחצר הקודש בויאן: ביום חמישי בבוקר, מיד לאחר שחרית וקריאת המגילה, יתקיים טיש לכל ערי הפרזים בבית המדרש ברחוב המגיד המעזריטש בביתר בשעה 11,בבוקר, בעשה 6:30 מעריב וקראית המגילה ב'קלויז' ברחוב מלכי ישראל בירושלים., בשעה 7:00 בבוקר שחרית ומגילה לאחר מכן טיש לחיים ומשלוח מנות, תפלת מנחה בשעה 4:30 ולאחר מכן טיש 'משתה היין' קבלת שבת מעריב וקידוש.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע:אויפן עולם התוהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעפערקארן »

קידוש קען מען רואיג מאכן אן ברכת ברפה"ג דהיינו מען זאגט יום הששי מיט ברכת קידוש אין עסט ווייטער געהעריג,
אבער איין זאך וואס עס געפעלט מיר נישט איז אז די האסט נישט געגעסן נאך די 72 א כזית חלה, קען זיין אז מען מעג געהעריג וועגן די האסט פרי מקבל שבת געווען
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

במנהגי קודש - רוזין צלר, אויף אוצר החכמה ברענגט אז כן נהגו בבית רוזין
ומביא כמה מקורות על זה
ואומר שאף היום בארץ ישראל נוהגים כך
למה זה תשאל לשמי...
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3872
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

כאשר דברנו, אבער אין ארצישראל קומט נישט אויס שמחת תורה זאל זיין פריייטאג, אויסער לפני תיקון הלוח ע"י הלל הזקן, ואחרי שיבנה בית המקדש בב"א.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3033
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן: לחם משנה ביי די צווייטע האלב סעודה האסטו געהאט? אויב נישט, לויטן ט"ז אז די לחם משנה איז די עיקר חיוב אכילת הפת האסטו נישט מקיים געווען שלש סעודות בשבת.

נאך מער, לויט די פוסקים וואס לערנען אפ פשט אז לחם משנה מיינט די ברכה (דלא כרש"י) האסטו בין כך ובין כך א פראבלעם לויטן ט"ז.

(קידוש האט נישט מיט ברכת היין, פארדעם וואלסטו געקענט מאכן רואיג קידוש אן קיין בפה"ג)


כ'האב בוצע געוועהן אויף לחם משנה, אבער אנע ברכת המוציא אזוי שטייט בפי' אין משנה ברורה, אז מ'מאכט "נישט" קיין המוציא,
אמת מ'קען מאכן קידוש אן א בורא פרי הגפן, אבער ס'איז מיר פראקטישער געוועהן צו מאכן א בורא פרי הגפן ביי קידוש של שבת.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

צולייגער האט געשריבן: כאשר דברנו, אבער אין ארצישראל קומט נישט אויס שמחת תורה זאל זיין פריייטאג, אויסער לפני תיקון הלוח ע"י הלל הזקן, ואחרי שיבנה בית המקדש בב"א.

שכחתי לכתוב בחג השבועות
למה זה תשאל לשמי...
כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע:חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעם'ר מגיד »

שאץ מאץ האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן: לחם משנה ביי די צווייטע האלב סעודה האסטו געהאט? אויב נישט, לויטן ט"ז אז די לחם משנה איז די עיקר חיוב אכילת הפת האסטו נישט מקיים געווען שלש סעודות בשבת.

נאך מער, לויט די פוסקים וואס לערנען אפ פשט אז לחם משנה מיינט די ברכה (דלא כרש"י) האסטו בין כך ובין כך א פראבלעם לויטן ט"ז.

(קידוש האט נישט מיט ברכת היין, פארדעם וואלסטו געקענט מאכן רואיג קידוש אן קיין בפה"ג)


כ'האב בוצע געוועהן אויף לחם משנה, אבער אנע ברכת המוציא אזוי שטייט בפי' אין משנה ברורה, אז מ'מאכט "נישט" קיין המוציא,
אמת מ'קען מאכן קידוש אן א בורא פרי הגפן, אבער ס'איז מיר פראקטישער געוועהן צו מאכן א בורא פרי הגפן ביי קידוש של שבת.

נישט קיין שאלה אז מ'מאכט נישט קיין ברכת המוציא, ווי אונז פסק'נען ווי די צווייטע דעה אין מחבר. דער פראבלעם איז אבער אז ס'פעלט דיר איין לחם משנה פון די דריי מאל וואס מ'איז מחוייב בשבת (אליבא דהט"ז, לויט די משמעות הפוסקים אז די ברכה איז קובע די לחם משנה). רבי שלמה קלוגער זאגט טאקע אז לפי וואס אונז נעמען אן אז מ'מאכט נישט קיין ברכת המוציא דארף מען בכלל נישט קיין לחם משנה נאך קידוש, איז משמע כדברי אז אן קיין ברכה איז נישטא קיין לח"מ.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”