ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור ט"ו - וואס איז עכט ענערזשי הילינג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

ס'איז שוין אפאר יאר זייט אים האב געשריבן מיין לעצטע ארטיקל איבער די טעמע פון תורת הנפש. איך האב אראפגעלייגט אן אויסגעטראטענעם מהלך וויאזוי מען קען לעזן גאר טיפע נפשיות'דיגע פראבלעמען, און עס ריכטיג היילן. ווען איך האב געשריבן די ארטיקלען האב איך אריינגעווארפן ווערטער, אז מען וועט אויך דיסקאסירן וויאזוי 'ענערזשי הילינג' ארבעט, און צו עס פארט צוזאמען מיט די קאהירענס טערעפי מהלך וואס איך האב מיטגעטיילט מיטן עולם. למעשה בין איך דעמאלטס נישט אנגעקומען דערצו מחמת א מאנגעל אין צייט. במשך די יארן האבן מיר שוין עטליכע ניקים גע'אישי'ד אז נא, מתבונן, ווען גייסטו ערקלערן וויאזוי ענערזשי הילינג ארבעט. איז אצינד האב איך ענדליך מקדיש געווען צייט פאר דעם צוועק, און איך האף אז אין די נעקסטע פאר וואכן וועט די נושא אויסגעקלארט ווערן ביים עולם, בפרט ביי די וואס האבן מיטגעהאלטן די פאריגע שיעורים.

באמת האב איך געוואלט מאכן אן עקסטערע אשכול פאר דעם נושא, אבער וויבאלד עס פארט אסאך צוזאמען מיט די נושאים וואס איך האב געשריבן ביז אהער, וועל איך עס יא לאזן אין איין פלאץ למען ירוץ הקורא בו.

וזה החלי בס"ד.
* * *
שיעור ט"ו - וואס איז עכט ענערזשי הילינג?

"איך דארף פיצא!"

אלעס האט זיך אנגעהויבן יענעם דינסטאג נאכמיטאג ווען דער קליינער יענקי איז אהיימגעקומען פון חדר. "מאמי איך וויל זייער שטארק האבן פיצא היינט פאר נאכטמאל," האט זיך דער ענערגישער קליינע 7 יעריגער יענקי ספאנטאניש אנגערופן צו מאמי. יענקי איז געווען זיכער אז זיין מאמע וועט אים דאס גערן נאכגעבן, זי האט דאך אים אזוי שטארק ליב. איי, מילכיגס האט מען געווענליך מיטוואך אזוי ווי אין מערסטענס יודישע שטובער, אבער פאר דעם קליינעם יענקי, מיט זיין זעקס יעריגע שכל, איז דאס נישט צופיל אנגעגאנגען, וואס איז שוין די גרויסע תורה אויסצומישן די יוצרות? וועט מען דינסטאג האבן מיליכיגס, וואס קען שוין פאסירן?

אבער יענקיס מאמע, מרס. שפילמאן, האט געהאט אנדערע פלענער פאר דעם דינסטאג. אינעם אויוון האט זיך שוין געבאקן א פיינעם נארהאפטיגן פליישיגן מאלצייט וואס דארף זיין גרייט ביז אומגעפאר א שעה, און דאס וועט האפענטליך זעטיגן אירע דריי קינדערלעך, אריינגערעכענט אונזער יענקי. זי איז אנגעגאנגען מיט איר רעגלמעסיגע רוטין, אז דינסטאג האט מען פליישיגס, און מארגן, מיטווך, וועט זיין מילכיגס. אויב וויל יענקי פיצא מארגן פאר נאכטמאל, קען זי דאס אויך ערלעדיגן.

אבער דא שטייט מרס. שפילמאן אין א פארגעלעגענהייט, זאל זי זיך אנהייבן טענה'ן מיט יענקי און ערקלערן איר תכשיט'ל אז דינסטאג האט מען פליישיגס? יענקי איז א פיפיגער ענערגיש קינד וואס איינמאל ער מאכט עפעס אפ, נעמט ער נישט אן קיין 'ניין' אזוי גרינג פאר אן ענטפער. זיין טאטע און מאמע ווייסן שוין אז אויב זאגן זיי אפ עפעס פאר יענקי, דעמאלטס גייט 'פייער פון די באלאטעס' – עס ווערט א וואלקעינאו. איז זאל זי זיך יעצט אריינלאזן אין א פייט מיט יענקי, אדער אים נאכגעבן און פארטיג, און אויסלאזן די גאנצע וואלקעינאו?

"וואס טו איך? יענקי וויל פיצא?"

זי גייט צו צום פריזער און געט א בליק אריין צו זען, אפשר פארט האט זי א פארפרוירענע פיצא ערגעץ וואו באהאלטן וואס זאל זעטיגן איר יענקי'ס געדערים. אבער צו איר פארדרוס, האט זי גארנישט געטראפן. "יויש! איך האב נישט קיין כוח פאר נאך א טענטראם יעצט פון יענקי, וואס טו איך דא?" טראכט זי צו זיך נערוועזערהייט. ווען זי וואוינט ווען אין ברוקלין, וואו יעדע גאס האט א גראסערי, וואלט זי זיך שנעל אריבערגעכאפט צום גראסערי, איינגעקויפט א פעקל פיצא, און זיך אזוי איינגעשפארט אומזיסטע שטויסערייען און טענטעמטרייען. אבער אזוי ווי זי וואוינט אין מאנסי, ווי עס גייט זיך נישט אזוי גרינג צום גראסערי, איז דער פלאן גלייך אראפ פון טיש, און מיט א צאפעלדיג הארץ, נישט האבענדיג קיין ברירה, זאגט זי שטילערהייט פאר איר יענקעלע – וואס שטייט דארט זיכערהייט אז היינט גייט מען האבן פיצא – אז "היינט ק-ק-ק-ע-ן מ-ע-ן נ-י-ש-ט האבן פיצא פאר נאכטמאל..."

יענקי האט דאס נישט ערווארטעט צו הערן. ער ערווארט, אז וואס ער בעט, פאלגט מען, אן קיין מעשיות. יענקי'ס פנים איז רויט געווארן פון רעגעניש, און שרייט צוריק צו זיין מאמע, "איך מוזזזזזזז היינט האבן פיצא פאר נאכטמאל!!!" די מאמע ווערט פארלוירן וויבאלד זי זעט שוין אין איר פאנטאזיע וויאזוי דער נאכט גייט זיך ענדיגן, דעריבער האט זי קודם פראבירט מיט 'גוטנס' צו ערקלערן איר יענקי אז עס איז ממש נישט מעגליך צו האבן פיצא היינט נאכט, "אונז האבן נישט קיין פיצא אין פריזער," הייבט די מאמע אן צו ערקלערן, "ביז טאטי וועט אהיימקומען פון די ארבעט צו קענען גיין אין גראסערי פאר דיר, וועט שוין זיין זייער שפעט, און דו וועסט שוין מוזן גיין שלאפן, דו וועסט זיין זייער הונגעריג ביז דעמאלטס. מארגן וועל איך דיר אי"ה מאכן פיצא."

יענקי לאזט אבער נישט נאך אזוי שנעל, און אויפגערעגטערהייט שרייט ער צו זיין מאמע, "זאל טאטי יעצט גיין אין גראסערי מיך קויפן א פיצא, אויב נישט גיי איך אראפווארפן אלע בענקלעך!"

מרס. שפילמאן זעט שוין וואס דא גייט פאסירן און זי פאנגט אן פאניקן. "יענקי איז נאך אזוי יונג, און שוין האט ער אזא אגרעסיווע נאטור, וואס וועט זיין ווען ער וועט זיין 12-13? וויאזוי גייט ער חתונה האבן? וועט ער נאך זיין אן ערליכע בחור ווען ער וועט אריינגיין אין שידוכים?" לויפן די מחשבות דורך שנעל אין איר מוח. זי פארלירט איר גלייכגעוויכט, און זי ברעכט אונטער. זי לויפט שנעל צו צום טעלעפאן, און לויפט אין איר צוממער, בשעת זי הערט אונעם הונטערגרינג ווי בענקלעך קראכן אראפ צו דער ערד אין דער צייט וואס יענקי שרייט קולות, "איך מוז האבן פיצא! איך מוז האבן פיצא! געב מיך שוין פיצא!"

"נחמן דו מוזט שוין אהיימקומען, ס'איז צרות, יענקי וויל פיצא"

זי דרוקט שנעל דעם נוממער פון איר מאן, און בעט זיך צו אים מיט רחמנות, "נחמן איך בעט דיך קום שנעל אהיים, ס'איז צרות, יענקי איז ווידער אריין אין א טענטראם און פאנגט אן איבערצודרייען די הויז, איך קען שוין נישט, קום שוין אהיים און נעם קער פון אים."

נחמן הערט אויס, און פראבירט איר מסביר צו זיין, אז ס'איז אים נישט מעגליך אהיימצוקומען יעצט, וויבאלד ער איז זייער פארנומען, אבער ער וועט זיך אנשטרענגען אהיימצוקומען אביסל פריער פון געווענליך. מרס. שפילמאן לאזט נישט נאך, און יעצט גייט זי אריין אין 'טענטראם מאוד' מיט איר מאן, און נעמט זיך שרייען אויף אים, "אויב ווילסטו נאך אהיימקומען היינט צו א גאנצע הויז, זאלסטו שוין אהיימקומען און קער נעמען, איך געב מיך נישט קיין עצה מיט אים!"

נחמן האט זיך דערשראקן פון זיין ווייבס געשרייען, און האט איר פארלוירענערהייט געזאגט אז ער קומט שוין אהיים. עפעס א קול האט אים געזאגט, אז ס'מוז זיין אז אויב זיין ווייב איז אזוי פארלוירן, מוז זיין אז די מצב איז גאר ערענסט. ער הייבט זיך פון זיין בענקל, טוט אן זיין רעקל, לויפט ארויס פון אפיס, זעצט זיך אריין אין קאר, און רייסט אהיים. א גאנצע וועג אהיים, האט זיך נחמן געגעסן דאס געזונט אויף וואס ס'גייט פאר אינדערהיים, ער האט זיך גערעגט אויף זיין יענקעלע פארוואס ער פירט זיך אויף וויאזוי ער פירט זיך אויף, אבער זיך נאך מער גערעגט אויף זיין ווייב פארוואס זי איז אזא שוואכעטשקע וואס קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט אים. "פארוואס קען זי אים נישט געבן אפאר פעטש, און פארטיג?" האט זיך נחמן געפרעגט אין גרויס רעגעניש. ער האט ענדגילטיג באשלאסן אז גענוג איז גענוג, איך גיי לערנען דעם קליינעם יענקי א געזונטן לעקציע, אז מער זאל ער זיך נישט דערווייגן אזוי צו פארפירן, און דאס גייט זיין די לעצטע מאל וואס מאמי רופט מיך אהיים פון די ארבעט וועגן ער פירט זיך נישט אויף גוט. ווען נחמן איז אריינגעפארן אין זיין דרייוו-וועי, איז שוין זיין רעגעניש געווען אויפן העכסטן טעמפו.

פראסק! "הער שוין אויף צו פארפירן פאר פיצא!"

ער שפאנט אריין אינדערהיים, זעצט אויף דעם טיר, און נעמט זיך שרייען אויף זיין יענקי, "דו קענסט אויפהערן פארפירן?!" און דערלאנגט אים א קלינקענדיגן פראסק, אז זיינע פינגער האבן איבערגעלאזט פינגער אפדרוקן אויף יענקעלעס בעקעלעך. יענקי איז געכאפט געווארן אין שאק. ער האט זיך נישט געראכטן אז זיין טאטע גייט אהיימקומען אינמיטן העלן טאג און אים אזוי גוט צופיקסן. ער איז געבליבן שטיין אזוי דערשראקן, נישט וויסענדיג אויב ער זאל זיך לאזן וויינען אדער נישט. נאך א מינוט האט זיך יענקי אריענטירט, און ווי א 13 יעריגער האט ער מיט גרויס חוצפה צוריק אנגעהויבן שרייען אויף זיין טאטע, "זאלסט מיך נישט שלאגן, מאמי מוז מיך מאכן א פיצא!" און ער פאנגט אן צו לויפן צום דיינונג רום איבערצודרייען די בענקלעך וואס ליגן דארט. דער טאטע איז אינגאנצן ארויס פון די כלים, אזא קליינע מחוצפ'ל, וואו איז געהערט געווארן אזא חוצפה? נאכדערצו אזא קליין קינד? וואו איז אזאנס געהערט געווארן?! ער לויפט צו צום קינד, און נאך פאר ער האט געקענט איבערדרייען נאך א בענקעל, האט ער אים דערלאנגט נאך א קלינגענדיגע פראסק וואס האט אפגעהילכט אינעם גאנצן ארום. דא האט זיך שוין יענקי אונטערגעגעבן. זיין קליינע קערפער, און יונגע מוח'ל, האבן שוין נישט געקענט דערטראגן דעם שווערן געוויכט פון די קלעפ, און האט אונטערגעבראכן. טרערן האבן אנגעהויבן רינען פון זיינע אויגן, און פארוויינטערהייט געלאפן צו זיין שלאף צוממער און פארהאקט די טיר אונטער זיך.

נחמן מיט זיין ווייב זענען שטילערהייט צוגעגאנגען זיך אונטערהערן אונטער די טיר וואס יענקי טוט דארט. יענקי האט געשריגן מיט יאמערליכע קולות פון די אנדערע זייט טיר, "איך דארף א פיצא, טאטי און מאמי זענען שלעכט..." און זיי פאנגען אן צו הערן ווי ער פאנגט אן ווארפן זאכן. נחמן איז געווארן אומגעדילדיג, ער האט שוין געוואלט צוריק גיין צו די ארבעט. ער האט וויכטיגערס צו טון ווי זיין פארנומען מיט נארישע טענטרעמס פון זיין קליינעם. אבער זיין ווייב האט אים פאר קיין געלט נישט געלאזט צוריק גיין צו די ארבעט, ביז ער מאכט זיכער אז יענקי איז שטיל און הערט אויף צו פארפירן. זי האט נישט קיין כוח צו האנדלען די סארט פראבלעמען.

נישט האבן קיין אנדערע אויסוועג, האט נחמן געעפענט די טיר, צוגעגאנגען צו יענקי און אויפגעהויבן די האנט, ווי צו שיקן א סטראשע צו יענקי, אז אויב הערסטו נישט אויף צו שרייען דערלאנג איך דיר נאך א פראסק. יענקי האט זיך דערשראקן, און זיך געשטיקט די טרערן, און פראבירט מיט אלע כוחות זיך צו האלטן שטיל. נחמן האט אויסגעפירט, "אויב הער איך נאך פון דיר נאך איין ווארט וועגן פיצא, כאפסטו נאך א פאטש!" און איז ארויסגעגאנגען און פארהאקט די טיר אונטער זיך. פאר די נעקסטע פאר מינוט, איז נחמן אריינגעגאנגען אין צוממער נאך צוויי מאל, ווי צו ווייזן פאר יענקי, טאטי איז נאך דא, און דו זאלסט דיך נישט דערווייגן צו הייבן דיין שטומע.

נאך אפאר מינוט האט די שטימונג אין שטוב נאכגעלאזט, און יענקי איז געבליבן ליגן אין זיין בעט א צושלאגענער, אבער זייער צומישט. ער האט ניטאמאל געוויסט וואס ער האט געוואלט, און דא האט אים זיין יונגע תמימות פארפירט צו אזא כאאטישן צושטאנד וואס ער האט נישט געקענט קאנטראלירן, און האט זיך אזוי טראגיש געענדיגט. ווען נחמן האט געזען אז ער איז שטיל, האט ער זיך שטילערהייט ארויסגעשארט פון שטוב און צוריק צו דער ארבעט.

יענקי האט שוין יענע נאכט קיין נאכטמאל נישט געגעסן, ער איז שוין געבליבן אין זיין צוממער ביז ער איז געגעאנגען שלאפן. ווען זיין מאמע האט אים געבעטן צו קומען עסן עפעס אז ער זאל נישט גיין שלאפן הונגעריגערהייט, האט ער בלויז געבלאזן און זיך ניטאמאל וויסענדיג געמאכט.

נחמן און זיין ווייב האבן זיך יענע נאכט געלייגט שלאפן מיט שרעקליכע שולד געפילן. זיי פארשטייען אויך אז זיי האבן באהאנדעלט די מצב פון רעגעניש און פארלוירענקייט, און האבן איבערגעלאזט א נישט גוטע איינדרוק אויף זייער שעפעלע.

צום שלוס פונעם טאג, איז יעדער – טאטע,מאמע און קינד – געבליבן אין כאאס, צושאסן, צוביילט, און באשולדיגט.

* * *

אן אנדערע וועג צו שליכטן די 'פיצא' קריזיס

לאמיר צוריקגיין צו א פונקט אין די מעשה, און זען וויאזוי דער זעלבע פאסירונג וואלט זיך געקענט אויסלאזן אינגאנצן אנדערש. אן אנדערע וועג וויאזוי יעדער זאל קענען גיין שלאפן רואיגערהייט, א וועג וויאזוי יעדער בלייבט גאנץ, וואך, און וויסענדיג אז מען האט פיין באהאנדעלט די מצב.

* * *

"איך פארשטיי אז דו ווילסט האבן פיצא, אבער מ'קען היינט נישט האבן קיין פיצא"

ווען די מאמע האט געזען אז דא גייט קומען א גרויסע 'טענטראם', האט זיך די מאמע אריענטירט, און ניטאמאל געגאנגען קוקן אין פריזער אויב עס איז דא פיצא, נאר רואיגערהייט, אבער מיט א פעסטקייט, ערקלערט זייער קלאר פאר יענקי, אז "היינט איז דינסטאג, און היינט עסט מען נישט מילכיגס, די פליישיגע עסן וועט באלד זיין גרייט, און אויב ווילסטו נישט עסן די פלייש וואס מאמי האט אנגעגרייט, קענסטו נעמען א שטיקל ברויט צו עסן".
יענקי האט נישט אויסגעהאלטן וואס זיין מאמע האט אים יעצט געזאגט, און ער האט זיך גענומען שרייען אויף גאר הויכע טענער אז זיין מאמע זאל זיך שטארק דערשרעקן פון אים, "מאמי, איז מוזזזזזז האבן פיצא היינט! איך מוזזז!!! אויב געסטו מיך נישט קיין פיצא גיי איך שטויסן יעדעם איינעם און אראפווארפן אלע בענקלעך אויף דער ערד!"

די מאמע האט זיך נישט פארלוירן. נאר רואיגערהייט ערקלערט פאר איר צדיק'ל, אז אויב ער גייט שטויסן אדער ווארפן זאכן, גייען זאכן ארום אים נישט זיין אזוי פארזיכערט, דעריבער וועט זי אים מוזן לייגן אין א זייטיגע צוממער ביז ער וועט זיין פארזיכערט. פארשטייט זיך אז יענקי האט זיך קעגן געשטעלט און געווארן מער אגרעסיוו. די מאמע האט זיך ווייטער נישט פארלוירן, נאר געוויסט אז זי האט דא צוטון מיט אן אומשולדיג קינד וואס האט נאך נישט קיין ערפארונג וויאזוי צו באהאנדלען זיינע געפילן. פארקערט, די פאקט אז ער שטעלט זיך אזוי 'אויף זיינע רעכטן' ווייזט אז ער האט שטארקע כוחות, אויב זאל ער עס נאר אויסנוצן צום גוטן, אבער זי דארף אים דא אויסלערנען וויאזוי צו קענען אקצעפטירן א 'ניין' אפילו עס איז נישט באקוועם, אויף א רואיגע וועג אז ער זאל עס קענען ארייננעמען אין זיך. דאס אז ער פארפירט אזוי, קומט בלויז פון קינדערישקייט און מען דארף אים געבן דעם געפיל אז מ'פארשטייט אים, אבער אין די זעלבע צייט האבן פעסטע באגרעניצונגען.

"ווילסט איך זאל בלייבן לעבן דיר?"

זי האט אים אנגעכאפט שטארק ביי זיין ארעם, און אים צוגעפירט צו זיין צוממער און אים געזאגט זייער פעסט און קלאר, אז איך פארשטיי זייער גוט אז דו ווילסט פיצא היינט, און ווייל מ'קען עס נישט האבן ביזטו זייער אויפגערעגט, אבער דא דארפסטו בלייבן ביז דו בארואיגסט דיך. איך קען אפילו בלייבן דא מיט דיר דיך העלפן זיך בארואיגן, אדער בלויז זיין לעבן דיר ווען דו ביזט אזוי אויפגערעגט, וואלסטו געוואלט אז איך זאל בלייבן דא?
"ניין! גיי אוועק פון דא, ביזט א שלעכטע מאמע, דו ווילסט מיך נישט געבן קיין פיצא!"

די מאמע איז שטאטערהייט אוועקגעגאנגען און געלאזט יענקי אליין אין צימער ער זאל קענען קומען צו זיך.
נאך אפאר מינוט האט די מאמע געהערט ווי די טיר פון יענקי'ס צימער עפענט זיך, און יענקי איז שטילערהייט ארויסגעקומען נאך מיט א אנגעבלאזענע רויטע פנים, אבער זיין מוט, איז שוין געווען היבש רואיגער. "ביזט הונגעריג יענקי? ווילסט שוין עסן?" האט די מאמע אים געפרעגט.

"ניין! איך וויל פיצא," האט יענקי צוריק געשריגן. "אקעי,"האט אים זיין מאמע געענטפערט, איך פארשטיי אז דו ווילסט פיצא, און דו ביזט זייער אויפגערעגט אז דו קענסט עס נישט האבן, אבער ווען דו ווילסט קומען עסן, קענסטו קומען עסן. און אזוי ווי איך האב דיר געזאגט, אויב האסטו נישט ליב די פלייש וואס איך האב היינט געקאכט, קענסטו נעמען ברויט צו עסן."

יענקי האט אוועקשפאצירט פון דארט אויפגערעגטערהייט, אבער אינטרעסאנט איז געווען, אז יעצט האט ער נישט אנגעהויבן פארפירן, ער האט גארנישט געווארפן, קיינעם נישט געשטויסן, ער איז אבער ווייטער געבליבן באבלאזן. זיין מאמע האט אים ווידער געלאזט וויסן, אז זי קען זיין מיט אים און אים העלפן נאך מער קומען צו זיך, אויף וואס יענקי האט אפגעזאגט, און ער האט זיך אוועקגעזעצט אליין אין דיינונג רום אויפן קאוטש.

נאך אפאר מינוט, האט יענקי ענדליך זיך געבראכן און געבעטן זיין מאמע זאל קומען לעבן אים. די מאמע האט העפליך אנגענומען זיין איינליידענונג, זי האט זיך געזעצט לעבן אים, און מיט א ליבליכן מינע געפרעגט, "יא יענקעלע, מיט וואס קען איך דיר העלפן?"

"מאמי איך וויל זייער שטארק פיצא היינט," האט יענקי נישט נאכגעלאזט. אבער עס איז געווען קענטיג, אז זיין גיסטע איז היבש רואיגער יעצט, און זיינע געפילן רוישן שוין נישט אזוי שטארק ווי א שעה צוריק. "איך פארשטיי דיר אזוי גוט, יענקי," האט אים זיין מאמע בארואיגט, "אבער פארט קען מען היינט נישט האבן פיצא."
"אקעי מאמי," האט יענקי צוריק געזאגט מיט אביסל אן אויפגערעגטע מינע, "קענסט שוין גיין."

נאך אפאר מינוט, האט זיך יענקי היבש בארואיגט, און איז פארשעמטערהייט געקומען צום טיש ווי יעדער איז געזעצן און שוין כמעט געענדיגט די פיינע נאכטמאל וואס די מאמע האט צוגעגערייט. "מאמי איך בין הונגעריג," האט זיך יענקי אנגערופן. "אוודאי יענקי, וואס ווילסטו פלייש אדער ברויט?"

"פלייש," האט יענקי געענטפערט.

"מיט גרויס פארגענוגען,יענקי, איך גרייט דיר אן א טעלער," האט אים זיין מאמע געזאגט.
ביינאכט, אומגעפאר 2-3 שעה שפעטער, ווען יענקי איז געגאנגען שלאפן, האט אים זיין מאמע געגעבן א ליבליכע קוש און אים געוואונטשן א ווארעמע גוטע נאכט. עס איז געווען קענטיג, אז יענקי האט שוין כמעט פארגעסן אז ער האט היינט געטענטרעמט פאר פיצא.

אלעס א דאנק די געדולד וואס די מאמע האט געהאט פאר יענקי.

ווען נחמן איז אהיימגעקומען יענע נאכט פון די ארבעט, האט אים זיין ווייב געקענט פארציילן אז הערליכע עפיזאד פון פון ווען די רוישיגע געפילן כוואליעס זענען ווילד געווארן, ביז דער שטורעם איז פאראיבער. יעדער איז געווען צופרידן, און זיך געלייגט רואיג שלאפן, וויסענדיג אז אפילו ווען יענקי טענטרעמט איז עס נאר א דורכגאנג, און עס וועט אים נאר מאכן שטערקער מיט די ריכטיגע צוגאנג.

--

ענערזשי הילינג – וואס איז דאס?

וואס איז די סוד אין די הצלחה פון די צווייטע אויסגאנג?

איר וועט נישט גלייבן, ענערזשי הילינג!

יא אזוי ווי איר הערט, ענערזשי הילינג. וואס הייסט? מ'האט דאך נישט געקייטעלט, מ'האט נישט גע'טעפט', מ'האט נישט 'געשיקט ענערזשי', מ'האט נישט 'געדריקט'? ריכטיג, מ'האט גארנישט געטון, מ'איז בלויז געבליבן שטארק און רואיג, און עס האט פאסירט 'ענערזשי הילינג'. איר הערט גוט. מ'האט עכט גארנישט געטון, און דער 'גארנישט טון', איז געווען ענערזשי הילינג.

אקעי מתבונן, דו ציסט אונז שוין, וואס גייט דא פאר, איז וואס איז ענערזשי הילינג?

אקעי לאמיך ענק נישט אנציען צופיל. ענק האבן זיך שוין בארואיגט? אקעי ווידער איז געשען ענערזשי הילינג.

אקעי מאך שוין נישט משוגע, קום שוין צום ווארט...

אלרייט. אין די קומענדיגע פאר קאפיטלען (איך ווייס נאך נישט ווי לאנג עס וועט דויערן), וועל איך בס"ד ערקלערן פארן עולם וואס איז דאס ענערזשי הילינג.

• איז דאס עפעס וואס מען דארף 'מאכן'? אפשר פאסירט דאס פון זיך אליין?
• וואס זענען די פארשידענע סארט ענערזשי הילינג מיטלען?
• וואס טוט עס עכט אויף?
• וואס איז פשט אין די אלע אינטרעסאנטע זאכן וואס די סארט מעטאדן הייסן טון?
• פעלט עס בכלל אויס אין מיין היילונג פאר נפשיות'דיגע פראבלעמען? ווען יא און ווען נישט?
• קען איך אליינס מאכן ענערזשי הילינג?
• וואס איז מיט די הלכה חלק?

המשך יבוא אי"ה.

הערות דא
לעצט פארראכטן דורך מתבונן אום מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור ט"ז – וואס איז עכט ענערזשי הילינג – ח"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

דער פלוס פון ענערגיע

ביים פאריגן שיעור האבן מיר ארויסגעברענגט אן אינטרעסאנטן געדאנק. נעמליך, א מאמע האט געטון 'ענערזשי הילינג' מיט איר קינד אומוויסענדיג. א קינד האט געטענטראמד, ער 'מוזזז' האבן פיצא היינט פאר נאכטמאל, אבער די מאמע, אנשטאטס צו ווערן היסטעריש, איז זי געבליבן שטארק, אבער ליבלעך, מיט א רואיגע מינע אויפן פנים און מיטן קול, ווי אויך מיטגעגאנגען מיטן קינד און אים כסדר פארזיכערט אז זי איז דא מיט אים ווען ער דארף אים האבן. צוביסלעך האט זיך דאס קינד בארואיגט און פארגעסן פון די געשיכטע.

איך וויל ענק היינט אנטפלעקן נאך א סוד, נישט נאר וואס דער מאמע האט געטון ענערזשי הילינג, נאר זי האט גאר געטון remote ענערזשי הילינג. פאר די וואס טוען אין ענערזשי הילינג ווייסן אז צומאל קען מען שיקן און פילן ענערזשי 'רימאוטלי', דאס היינט דער היילער מוז נישט אנרירן, אדער אפילו זיין נאנט צו דעם מענטש וועמען מען וויל געבן ענערזשי, עס קען פאסירן אפילו פון דער ווייטענס. אלזא דער מאמע האט נישט אנגערירט איר קינד, און נאך אלס האט דאס אומגלויבליכע פאסירט.

איך גלייב אז די ליינער ווערן שוין אביסל אומגעדולדיג, קום שוין צום ווארט, וואס איז דאס ערנערזשי הילינג? וואו קומט דא אריין ענערזשי הילינג ביים דעם קינד וואס וויל פיצא? עס זעט נישט אויס ווי די מאמע האט זיך 'קאנעקטעד' צו עפעס הימלישע העכערע מיסטישע כוחות, און איך האב נישט פארציילט אז די מאמע האט געפאכעט מיט די הענט צו ברענגען פון ערגעץ ענערזשי. זי האט נישט געזאגט פארן קינד זיך צו זאגן 'פאזאטיווע מעסעדזשעס'. איז וואו אין דער וועלט קומט דא אריין ענערזשי הילינג?

איז הערטס מיך גוט אויס.

לאמיר קודם אביסל פארשטיין וואס איז דאס ענערזשי הילינג? פון וואס רעד מען דא? וואס איז דאס ענערזשי בכלל? וויאזוי קוקט דאס אויס? וואספארא סארט מעטאדן און מהלכים זענען דא אין דעם? וואס טוט מען דארט?

איז לאמיר ענטפערן על ראשון ראשון. פון וואסאפארא סארט מעטאד רעד מען דא?

איינע פון די מעטאדן – עמאושענעל פרידאם טעקניק, מען קלאפט און מען זעצט

עס זענען דא זייער אסאך מעטאדן וואס נוצן 'ענערזשי הילינג'. איך וועל אנכאפן איין סארט מעטאד, אביסל ערקלערן וואס מען טוט, און נאכדעם וועט מען אריינגיין אביסל טיפער און אריינבליקן מאחורי הפרגוד, וואס טוט זיך אונטער די קוליסן.

לאמיר נעמען א דוגמא פון EFT – Emotional freedom technique. וואס איז דאס עמאושענעל פרידאם טעקניק, אדער ווי מען רופט דאס מיט די בוכשטאבן, אי. עפ. טי.?

דער אי. עפ. טי. מהלך איז געבויעט אויף די שיטה פון 'מערידיענס' (meridians), דאס איז אזעלכע סארט 'וועגן פון ענערגיע אינעם קערפער' (מיר וועלן שפעטער צוריקקומען דערצו). ווי אויך זענען דא פלעצער ווי די מערידיענס קומען זיך צוזאמען און 'פארן דורך איינער דעם צווייטן'. דארט איז א פלאץ ווי די ענערזשי קען זיך פארהאנקענען. דעריבער איז די מהלך אזוי אין פינף שטאפלען:
א. מען דארף האבן פאר זיך די פונקטליכע פראבלעם. למשל, 'איך האב מורא פון אריינגיין אינעם עלעוועיטער' און מען לייגט זיך אריין אין דעם געפיל.
ב. מעסטן ווי שטארק איז דער פחד פון 0-10, 10 איז ממש אומבארשרייבליך, און 0 איז ממש גארנישט. דאס טוט העלפן אז מען זאל שפעטער קענען מעסטן אויב עס ארבעט.
ג. מען מאכט א זאץ וואס זאל זיך הערן עפעס אזוי, "אפילו איך האב מורא אריינצוגיין אינעם עלעוועיטער, וועל איך מיך נאך אלס אננעמען וויאזוי איך בין."
ד. מען נעמט זיך קלאפן מיט די פינגער אויף ניין פלעצער פון די מערידיענס, אויף די זייט פון די הענט, העכער די קאפ, אויף די אויגן ברעמען, זייט פון די אויגן, אונטער די אויגן, אונטער די נאז העכער די מויל, ביי די טשין, אנפאנג פון די 'קאללער ביין' (אנפאנג די אקסל), אונטערן ארעם. אזוי טוט מען לערך 3 ארונדעס קלאפעריי אין דער צייט וואס מ'זאגט דעם זאץ, אפילו איך האב מורא, וועל איך מיך נאך אלס אננעמען.
ה. מען מעסט איבער ביי וועלכע נומער עס האלט יעצט די שרעק פון אריינגיין אין די עלעוועיטער, און מען טוט איבער די איבונגען ביז עס גייט אראפ צו א נודריגע נומער, לכה"פ א 1 אדער 2, און שפעטער קען מען איבערטון ביז עס גייט אראפ צו זיראו.

און אזוי איז דא אן א שיעור מעטאדן וויאזוי צו באהאנדלען אומבאקוועם געפילן. במשך די שיעורים וועל איך ערקלערן עטליכע פון זיי.

וועט איר אוודאי פרעגן, וואס איז מיין מיינונג דערויף? פעלט עס אויס בכלל? העלפט עס טאקע? איינער קען מיר ערקלערן וואס דא גייט פאר? מ'מאכט סתם ליצנות מיט קלאפערייען?

כדי צו פארשטיין פון וואס מען רעד דא, וועל איך מאכן א שטיקל הקדמה ארום 'וואס איז דאס ענערגיע?'

לאמיר אריינגיין אינעם שיך פונעם 'פראפעסער' און לערנען צוזאמען א שטיקל 'סייענס לעקציע' אין ענערגיע.

ענערגיע – דער חיות פון יעדן באשטאנדטייל אין דער וועלט

ווען מען רעד פון דעם קאנצעפט פון 'ענערזשי', רעד פון א דער כוח פון 'לעבן' פון יעדע באשטאנדטייל אין דער וועלט. אפילו א דומם, ווי א שטיין וכדו', האט אויך ענערגיע, וואס אן דעם וואלט עס נישט געבליבן גאנץ. א צומח, א געוויקס, האט מער זעבארע חיות און לעבן, מען זעט דאך ווי עס וואקסט. וויאזוי וואקסט א ריזיגע בוים פון א פיצינקעל קערענדל? די ענערגיע אינעם קערענדל האט געמאכט דעם בוים וואקסן. ווי גרעסער און העכער דער בוים וואקסט, אלס מער ענערגיע קומט אריין אינעם בוים.

אבער דער ענערגיע איז דאך אמאל געווען זייער קאנצעטרירט נאר אינעם קערענדל, וויאזוי קומט דער ענערגיע אן צען יאר שפעטער ביזן שפוץ בוים וואס איז שוין היינט צענדליגער פיס הויך? דער ענטפער אויף דעם איז, אז אינעם בוים ווערט באשאפן געוויסע 'וועגן און שטעגן' ווי דער ענערגיע גייט אריבער ביז עס קומט אן אויבן ביזן שפוץ בוים. אפילו אין א קליין בלעטל קען מען זען ווי עס זענען דא גאנצעטע שטראזן וואס פארן אריבער דעם בלעטל, פונעם שורש פונעם בלעטל ביזן אנדערן עק בלעטעל, און ווי די וועגן צוטיילן זיך אין עטליכע קלענערע געסעלעך, פון אנפאנג זענען זיי מער דיקע וועגן, און צום סוף זענען זיי מער דינע וועגן. די וועגן און שטראזן ברענגען אריבער די ענערגיע פונעם בלעטל אזוי אז דער גאנצע בלעטל האט פרישע ענערגיע און פריש און גרין, אדער סייוועלכע אנדערע קאליר. פארשטייט זיך אז דער בלעטעל, איז באהאפטן צום בוים, וואס דורכדעם באקומט עס ענערגיע פונעם בוים.

ווען דער ענערגיע האקט זיך אפ

וואס וועט פאסירן אויב וועט איינער אראפרייסן דעם בלעטל פונעם בוים? אדער אפילו נישט אינגאנצן אראפרייסן, נאר האלבוועגס אריינשניידן אינעם שורש פונעם בלעטל און עס לאזן אזוי האלבוועגס הענגען אויפן בוים? דאן וועט דער גאנצער בלעטל אפשטארבן ביז עטליכע טעג? פארוואס? ער האט דאך נישט אפשגעשנוטן די 'וועגן' אינעם בלעטל זעלבסט, און עס הענגט נאך אפילו האלב וועגסט אויפן בוים? ריכטיג, אבער דער 'מקור החיות' האט זיך אפגעהאקט, און עס קען שוין נישט אנקומען אהין די פולע ענערגיע וואס עס ברויך האבן, און דעריבער איז נישט מעגליך אז עס זאל בלייבן לעבן. דאס זעלבע פאסירט אויב וועט מען אפהאקן א צווייג פונעם בוים, וויבאלד דער ענערגיע פונעם בוים האקט זיך אפ, האט עס נישט פון וואו צו נעמען חיות, און עס שטארבט אפ.
דאס איז וויאזוי ענערגיע קומט ארויס אין א צומח, א געוויקס. ביי א בעל חי גייט עס ארויפ א שטאפל. א חיה און א בהמה האבן אויך א לעבנס קראפט פון ענערגיע, אבער ביי זיי זעט זיך עס אן סאך קלארער, מיט דעם אז זיי קענען זיך באוועגן פרייוויליג, און טאנצן און שפרינגען, ביי א מענטש קומט עס נאך שטערקער ארויס, אז עס קען אפילו רעדן און האט א כוח פון 'בחירה' וואס קען אויסוועלן מיט שכל וואס ער וויל טון.

דער ענערגיע פונעם 'בעל חי' – די הארץ און מוח

פון וואו האט א בעל חי זיין ענערגיע קראפט? דאס ווערט ערמעגליכקט דורך פארשידענע סיסטעמען אינעם קערפער. פון די טאג וואס עס ווערט געבוירן, פאמפט דאס הארץ בלוט, און דאס פירט אן א צירקולאציע פון עטליכע ליטער פון בלוט ארום דעם קערפער, און דאס גיבט די 'הויפט חיות' אינעם קערפער וואס פון דעם צוטיילט זיך עס אויף פארשידענע אנדערע סיסטעמן, ווי די לונגען אד"ג. אבער מיט דעם אליין אז עס איז דא חיות אינעם קערפער, מיינט עס נאך נישט אז מען קען זיך פרייוויליג באוועגן. איינער וואס איז ל"ע פאראלאזירט און קען זיך נישט באוועגן, מיינט נישט אז זיין/איר הארץ פאמפט נישט. עס פאמפט, און עס לעבט, אבער דער קערפער קען זיך נישט אלס נישט באוועגן – דער עיקר מיט וואס דער בעל חי איז אנדערש פונעם געוויקס.

כדי דער בעל חי זאל זיך קענען פרייוויליג באוועגן, און מיר וועלן זיך באציען בעיקר צום מענטש, וויבאלד דאס גייט זיין אונזער הויפט טעמע, פעלט זיך אויס נאך א הויפט סיסטעם צו ברענגען די ענערגיע לידי מעשה – דאס איז דער נערוון סיסטעם און דער מוסקלען סיסטעם. דער נערוון סיסטעם פאנגט זיך אן אינעם מוח, און פון דארט פארצווייגט זיך עס ביז אונטן ביי די פיס פלאך. ווען דער מוח וויל אויספירן א פליכט מיטן קערפער, שיקט עס א סיגנאל פאר די נערוון סיסטעם, און דער נערוון סיסטעם פירט אויס דעם באפעל, צום באפעל. דער נערוון סיסטעם פירט אויס דעם באפעל, דורך ציען די מוסקלען זיך צו באוועגן וויאזוי דער מוח האט באפוילן.

דער מוח און דער נערוון סיסטעם טוען אפערירן דורך ענערגיע, אין די פארעם פון עלעקרטראנישע סיגנאלן. עס איז באקאנט אז אויב זאל מען קאנעקטן א 'באלב' צום מוח וועט זיך דער באלב אנצינדן פון די עלעקראנישע קראפט וואס פליסט כסדר אינעם מוח.

דער נערוון סיסטעם איז א פארצווייגטע סיסטעם פון וועגן און שטראזן וואס מאכן זיכער אז די באפעלן פונעם מוח קומען אן צו אלע וויכטיגע צילן אינעם קערפער. וואס פאסירט אויב ווערט ח"ו אפגעהאקט אדער געשעדיגט ערגעץ וואו אינעם נערוון סיסטעם? דעמאלטס האקט זיך אפ די פלוס פון די באפעלן צו יענעם גליד, וויבאלד דער 'וועג' אהין איז ליידער פארהאקט. אויב איז דער 'אפהאלט' צו די רעכטע פיס, דאן קען דער מענטש ח"ו ווערן געלעמט אויף די רעכטע פיס און וועט עס נישט קענען רירן. דער עצה דערצו איז, צו טרעפן א לעזונג וויאזוי צוריק צו עפענען דעם 'דורכגאנג' אינעם נערוון סיסטעם, כדי די עלעקראנישע באפעלן פונעם מוח זאלן צוריק קענען אנהייבן פליסן אהין.

לסיכום:
• ענערגיע איז דער באשטאנדטייל וואס גיט 'לעבן' פארן קערפער.
• עס זענען דא 'וועגן און שטעגן' וואס פירן די ענערגיע צו איר ענדגילטיגע ציל.
• אינעם קערפער איז דא די בלוט וואס גיט דער אלעגמיינע חיות, ווי אויך דער נערוון סיסטעם און די מוסקלען וואס פירן אריבער די באפעלן פונעם מוח צו יעדן גליד אינעם קערפער.
• אין א רעגלמעסיגער געזונטער מענטש, פליסן די אלע ענערגיעס געמיטלעך אומגעשטערט.
• אויב ווערן איינע פון די 'וועגן' געשעדיגט אדער אפגעהאקט, קען דאס ח"ו פארלאזירן יענעם גליד.

ווען דער ענערגיע פארקירעוועט זיך

ביז אהער האבן מיר ערקלערט וויאזוי ענערגיע, איבערהויפט עלעקראנישע ענערגיע, פליסט דורך דעם קערפער. אבער מען דארף פארשטיין אז דאס איז בלויז דער 'אלגעמיינע ענערגיע'. די פראגע וואס שטעלט זיך יעצט פאר איז, ארבעטן די ענערגיעס אויף די זעלבע סארט 'פארעם' ביי יעדעם איינעם? ארבעט עס אינעם מענטש זעלבסט דער זעלבער אין לויף פון זיין לעבן אדער טוישט זיך ערגעץ וואו? לאמיר ערקלערן וואס איך מיין. איר האט זיכער באמערקט אז נישט יעדער איינער גייט אויף די זעלבע סארט וועג. נישט יעדעם איינעמס רוקן שטייט אויף די זעלבע וועג ביי יעדעם איינעם. ביי איינעם איז עס אביסל מער איינגעבויגן, מיט א קליינער 'הויקער', איינער גייט רעגלמעסיג גראד, און דער דריטער גייט מיט גאר אן אויפגעהויבענעם רוקן מיט אן ארויסגעשטעקטער ברוסט-קאסטן אז יעדער האט דרך ארץ פאר אים. אלזא פארוואס שיקט דער מוח באפעלן פאר איינעם 'דו גיי מיט גראדן רוקן', און 'דו גייט מיט הויקער'? דאס וועט מען אי"ה ערקלערן אינעם קומענדיגן שיעור.

הערות דא
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

.(אנשילדיגט)
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור י"ז – וואס איז עכט ענערזשי הילינג ח"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

שיעור י"ז – וואס איז עכט ענערזשי הילינג ח"ג

אן 'ענערזשי בלאק' – וואס איז דאס?

אינעם פאריגן שיעור האבן מיר ארויסגעברענגט די געדאנק וויאזוי ענערגיע פליסט דורך דעם קערפער און האלט דעם מענטש ביים לעבן, ווי אויך אז עס העלפט דעם מענטש פונקציאנירן זיין קערפער דורך דער נערוון סיסטעם. אין דעם שיעור וועלן מיר גיין א שטאפל ווייטער און ערקלערן די אייגענארטיגקייט וויאזוי עס פונקציאנירט ביי יעדן מענטש באזונדער אויף אן אייגענארטיגן וועג.

וואס מיין איך צו זאגן מיט 'אייגענארטיגקייט'?

קיין איין מענטש פאנקציאנירט נישט די זעלבע ווי ביי א צוויייטן. איינער איז מער לעבעדיג – וואס זאגט מען אויף אזא איינעם, ער איז 'ענערזשעטיק', יא? איינער איז מער סאליד. איינער איז מער צוריקגעצויגן, און איינער איז מער אפן. איינער איז מער 'שטייף', און איינער איז מער לויז. איינער גייט מיט אן אויפגעהויבענעם רוקן, און איינער גייט מער מיט אן איינעגעבוינעם רוקן. איינער איז מער אן 'אנטעפענוער' טיפ וואס טאנצט אריין אין ביזנעס, האט ליב צו נעמען ריזיקעס, און גלייבט אז עפעס געלט גייט ער מאכן, און איינער ציטערט פון נעמען ריזעקעס און וועט ענדערשער זיין יענעמס ארבעטער און מאכן א באשטומטע וועכענטליכע געהאלט. איר וועט כמעט נישט זען צוויי מענטשן גיין אויף די זעלבע סארט 'גאנג', איינער שלעפט זיך אביסל, איינער גייט מיט מער שטייפערע טריט, איינער מער סאליד. אויף אזוי ווייט, אז אויב קען איינער איינעם זייער גוט, קען מען דערקענען פון דערווייטענס, און אסאך מאל אפילו 'הערן' ווי יענער קומט צו גיין, בלויז פון זיך צוגעוואוינען צו יענעמס אייגענארטיגע 'גאנג'.

יעדעם איינעמס ענערגיע פארט אויף אן אייגענארטיגן גאנג. א טייל פון יעדעם איינעמס אייגענארטיגקייט איז עפעס וואס קומט מיטן געבורט. איינער מער לעבעדיג, און איינער מער סאליד. אבער אסאך פון די אייגענארטיגקייטן קומען 'מיט די יארן'. עס איז עפעס וואס מען לערענט זיך אויס, און עס ווערט א טייל פונעם קערפער און זעל. איינמאל מען וועט פארשטיין וויאזוי דאס פארמירט זיך אין לויף פון די יארן, וועט מען בעסער פארשטיין דעם קאנצעפט פון 'ענערזשי הילינג' און וואס עס טוט אויף.

ווער עס האט דורכגעליינט די שיעורים ביז אהער – בפרט שיעור ב'-ה' (אדער דא) – וועט אסאך בעסער פארשטיין וואס איך גיי דא ערקלערן. אבער כדי יעדער זאל קענען פארשטיין אפילו די וואס זענען נאך נישט דא געווען פאר 7-8 יאר צוריק, וועל איך אין קורצן ערקלערן דעם פראצעדור, כדי יעדער זאל קענען פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט.

דער כוח פון היטן דעם מענטש פון געפאר און דער כוח פון געוואוינהייט

איינע פון די גרויסע חסדים וואס דער בורא על עולמים האט געטון מיט אונז, איז אז ער האט באשאפן א סיסטעם אין אונז, וואס אלאמירט אונז פון א געפאר. נאך א חסד וואס דער באשעפער האט געטון מיט אונז, איז דער כוח פון 'געוואוינהייט', דאס מיינט, אז איינמאל איינער געוואוינט זיך צו צו עפעס, דארף ער נישט יעדע מאל פון דאסניי טראכטן וואס דארף איך טון יעצט, נאר ער געוואוינט זיך צו אז ווען ער וויל אז דאס אדער דאס זאל פאסירן, זאל ער טון דאס און דאס.

א קלאסישע ביישפיל אויף דעם איז זיך לערנען פירן א קאר. ווען מען לערענט זיך פירן א קאר, ווערן אקטיוו זייער אסאך מוח קעמערלעך איבערהויפט דער חלק אינעם מוח וואס וויל זיך היטן און זיין באשיצט. ווי נישט ווי איז זיך אריינזעצן אינעם 'דרייווער סיעט' פארבינדן מיט אסאך געפארן, און דער מוח שיקט נאכאנאנדע סיגנאלן צו ווארענען דעם מענטש וויאזוי צו פירן דעם קאר אויף א באשיצטן וועג.

וויאזוי טוט דאס דער מוח? דער מוח שיקט א סיגנאל צום נערוון סיסטעם אז ס'זאל הייסן די מוסקלען פון די פיס אראפדרוקן אויפן 'פעדל' צוביסלעכווייז, ווייל אויב ס'וועט דרוקן צו שנעל, קען דער ח"ו אריינקראכן אין עפעס, דעריבער זאל עס אכטונג געבן וויאזוי עס דרוקט אראפ. פארשטייט זיך אז מיטן ערשטער דרוק אויפן פעדל פון יעדן נייע דרייווער, נעמט זיך די קאר פליען, און דער דערשראקענער אינסטראקטאר נעמט זיך שרייען פאר זיין לעבן, אבער ביים צווייטן מאל פראבירן, פארשטייט שוין דער נייער דרייווער וויאזוי צו דרוקן פאמעלעך. פארוואס דרוקט ער פעמעלעך? ווייל ער וויל זיך היטן פון א געפאר. עס ווייסט אז אויב גייט ער דרוקן דעם פעדל ביז אויף אראפ, גייט זיך דער לעקציע נישט גוט ענדיגן. איינמאל דער מוסקל געוואוינט זיך צו צו דרוקן אביסל, פילט ער זיך רואיגער צו דרוקן נאך אביסל, ביז ער לערענט זיך אויס פונקטליך וויאזוי און וויפיל אראפצודרוקן כדי ער זאל בלייבן באשיצט פון אלעם בייזן און דער קאר זאל נאך אלס פארן געמיטלעך.

וועט איינער פרעגן, וועט דער נייע דרייווער מוזן יעדע מאל ער זעצט זיך אריין אינעם קאר מאכן די זעלבע איבונגען וואס ער האט געמאכט די ערשטע מאל ער האט זיך אריינגעזעצט אינעם קאר, און אראפדרוקן דעם פעדל שטייטלעך, און דערנאך אביסל מער ביז ער וועט נאכאמאל כאפן דעם פונקטליכן מאס וויפיל צו דרוקן? זיכער אז נישט. איינמאל די מוסקלען האבן זיך צגעוואוינט וויפיל צו דרוקן, דאן בלייבט עס איינגעקריצט אינעם מוח פונקטליך וויפיל מען ברויך דרוקן, און יעדע מאל ער וועט זיך אריינזעצן אויבן-אן אינעם קאר, וועט דער מוח וויסן פונקטליך וויפיל צו הייסן די פיס דרוקן אזוי אז דער קאר זאל פארן געמיטלעך און נישט פאראורזאכן קיין שום געפאר, אזוי אז דאס פירן דעם קאר וועט מיט די צייט ווערן א גרינגע זאך אויסצפירן, און וועט נישט נעמען אזופיל קאפ-און-מוח וואס עס האט גענומען דאס ערשטע מאל.

אין די פאריגע ארטיקלען האבן מיר דאס ארויסגעברענגט פונעם שטאנדפונקט פון די וויסענשאפטלער וועלט וויאזוי זיי רופן דאס אן, אז 'דער מוח האט זיך דא עפעס געלערענט', און דער 'געלערענאכטס' טוט דער מוח איבער'חזר'ן יעדע מאל דער דרייווער זעצט זיך אריין אינעם קאר. ווי באקאנט, ווען איינער מאכט 'חזרה', געדענקט מען עס בעסער, און אזוי אויך ווי מער דער נייע דרייווער 'חזר'ט' זיך איין דעם נייעם געדאנק, אלס מער ווערט עס איינגעגעסן אין אים 'כיתד בל תמוט', און עס גייט זיך שוין נישט אזוי גרינג פארגעסן. יארן שפעטער ווען ער זעצט זיך אריין אינעם קאר, וועט דער מוח נאך אלס געדענקען דאס וואס ער האט זיך געלערענט פאר יארן צוריק, אזוי אז ער דארף נישט טראכטן יעצט, 'וויפיל דרוק זאל איך לייגן אויף די מוסקלען אין די פיס?' נאר אלעס פארט געשמירט, און ער שפירט זיך אויך רעגלמעסיג פארזיכערט.

דער 'ענערזשי בלאק' – א רעדוקציע אין פלוס

דאס איז וויאזוי מען קוקט עס אן פונעם וויסענשאפטלער שטאנדפונקט. מען דארף אבער פארשטיין אז אויפן ענערגיע שטאפל – וואס דאס איז דאך דער הויפט טעמע פון דעם ארטיקל, האט אויך דא עפעס פאסירט. דא האט פאסירט זייער אן אינטרעסאנטע זאך, א געוויסע טייל פונעם ענערגיע אינעם מענטש, איז געווארן בלאקירט, אדער ווי מען רופט דאס אן אינעם ענערזשי הילינג שפראך – אן ענערזשי בלאק.

וואס מיינט אן ענערזשי בלאק?

אן ענערזשי בלאק מיינט אז א געוויסע ענערגיע פלוס וואס האט ביז היינט געפלאסן אין איין ריכטונג, איז געווארן בלאקירט, און עס האט אדער אנגעהויבן פליסן אויף אן אנדערע ריכטונג, אדער אינגאנצן אויפגעהערט פליסן אין יענעם ריכטונג, אדער עס איז נאר געווארן טיילווייז בלאקירט און עס קען שוין מער נישט פליסן מיט די זעלבע פלוס ווי ביז יעצט.

איז לאמיר זען וואס האט פאסירט ביי דעם נייעם דרייווער, און וויאזוי זיין ענערגיע איז געווארן בלאקירט. אויב זאל מען אריינטראכטן וועט מען זען, אז ווען ער האט די ערשטע מאל אראפגעלייגט זיין פיס אויפן פעדל, האט זיך עס אראפגעדרוקט ביז אונטן, דאס הייסט, אז עס איז געווען גענוג ענערגיע אין זיינע נערוון אראפצושטופן דעם פעדל ביז אונטן. אבער דער מוח האט אנגעהויבן אנערקענען אז אויב גייט ער לאזן די ענערגיע פליסן אזוי פרייוויליג און דרוקן דעם פעדל ביז אונטן, גייט געשען א גרויסע קאטעסטראפע, און דער קאר גייט זיך נעמען פליען אן קיין קאנטראל. דאס איז זייער שרעקעדיג. כדי אויסצומיידן אזא געפאר פון געשען, שיקט דער מוח א סיגנאל פאר די ענערגיע, צו רעדעצירן די ענערגיע און נאר נוצן אביסל ענערגיע אויפן פעדל, ווייל נאר אזוי וועט מען נישט אנקומען צו אזא שרעקעדיגע געפאר.

אבער שטעלטס ענק פאר אויב זאל דער מוח מוזן מעסטן מיט אלע סארטן מעסטערס וויפיל ענערגיע זאל ער לאזן אריינגיין אין די פיס יעדע מאל דער דרייווער זעצט זיך אריין אינעם קאר, וועט דאך דער מוח ווערן זייער אויסגעמוטשעט, דערפאר האט דער באשעפער אזוי געמאכט אז דער מוח איז ווי א 'וואלוו' פון א רער וואס מען קען אנשטעלן וויפיל ענערגיע זאל ארויסקומען. אין דעם פאל, וועט דער מוח אנשטעלן אז עס זאל נאר ארויסקומען אזויפיל ענערגיע וואס פעלט זיך אויס אראפצודרוקן דעם פעדל 'אביסל', אבער מער פון דעם וועט דער מוח בלאקירן פון לאזן דורכפליסן. מיט די צייט ווערט דער 'בלאק' גוט איינגעקריצט אין די סיסטעם, אז אפילו דער דרייווער זאל פראבירן אראפצודריקן אינגאנצן דעם פעדל אין סתם א גאס וואו מענטשן דרייען זיך, קען ער נישט, ווייל דער מוח האט רעדאצירט די ענערגיע פון גיין ווייטער.

איך פארשטיי אז איר גייט מיך אנקוקן אביסל אינטרעסאנט, וואס האט דאס מיט ענערגיע? יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אז ער גייט נישט פארן מיט זיין קאר ווי א צודרייטער און אראפקלאפן מענטשן. ריכטיג, עס איז א פשוט'ע זאך, אבער דער פאקט איז אז דאס פאסירט אויב זאל מען דאס באטראכטן מיט א פארגרעסערונג גלאז. איך האב אנגעכאפט א בלויזע ביישפיל, מען זאל פארשטיין וואס דאס מיינט אז 'ענערגיע ווערט בלאקירט'. אין דעם פאל, ווערט דער ענערגיע בלאקירט פאר זייער א וויכטיגע מטרה, צו ראטעוון דעם מענטש, און קיינעם וועט נישט בייפאלן צו גיין טון ענערזשי הילינג 'אויפצומאכן' דעם בלאק. אבער אויב פארשטייט מען דעם קאנצעפט, וועט מען פארשטיין וויאזוי פארשידענע ענערגיעס ווערן בלאקירט, וואס מען וואלט זיך יא געוואונטשן אז זיי זאלן זיך צוריק עפענען.

אן ענערזשי בלאק פארן זעל – דער איינגעבויגענעם רוקן

ביז אהער האבן מיר ערקלערט וויאזוי אן 'ענערזשי בלאק' פאסירט צוליב א פיזישע פראבלעם, לאמיר אריבערמישן דאס בלעטל און זען וויאזוי עס פאסירט צוליב א זעלישע פראבלעם.

לאמיר נעמען א קליינע ביישפיל, איך ווייס אז עס גייט זיך הערן אביסל קאמיש, אבער פארט איז עס עפעס וואס פאסירט, אזוי ווי איך האב שוין עטליכע מאל בייגעוואוינט ביי מיר אין אפיס – אן איינגעבויגענעם רוקן, ווי מען רופט עס ביי אונז א 'הויקער'.

מיר זענען צגעוואוינט צו טראכטן אז א הויקער פאסירט פון א פיזישע אורזאך, נעמליך דער שדרה איז איינגעבויגן, און דעריבער איז פארשטענדליך, אז דער רוקן איז איינגעבויגן. אבער דער ריכטיגער אורזאך פארוואס דער רוקן איז איינגעבויגן איז א זעלישע (כאטש אין רוב פעלער, מעגליך אז געוויסע פעלער וועט עס יא זיין בלויז א פיזישע פראבלעם). פארוואס האט זיך דעם הויקערס שדרה איינגעבויגן און נישט א צווייטענס? ווייל דער מענטש האט אין זיין אונטער-באוואוסטזיין זיך געוואלט איינבייגן, און דעריבער האט זיך עס איינגעבויגן.

וועט איר אוודאי פרעגן פארוואס זאל זיך איינער וועלן איינבייגן דאס רוקן?

ווער עס האט דורכגעליינט די שיעורים ביז אהער וועט שוין פילן באקוועם מיט דעם געדאנק, און ווער נישט וועט זיך יעצט צוגעוואוינען צו דעם געדאנק. דאס זענען פון די גרעסטע יסודות אין תורת הנפש ווי מיר האבן ברייט ערקלערט ביז אהער.

שטעלט אייך פאר איינער וואס האט גאר ווייניג זעלבסט-ווירדע, ער קוקט אראפ אויף זיך, ער האלט אז ער איז גארנישט ווערד, וויאזוי פילט ער ווען ער דרייט זיך צווישן מענטשן? איך זאג נישט אז דאס איז א כלל ביי יעדעם איינעם, אבער ביי געוויסע איז דאס זיכער נישט אזא באקוועמע איבערלעבעניש. ווי נישט ווי "קוקט דאך מיר יעדער אראפ, און איך פיל מיך נישט באקוועם זיך צו דרייען ציווישן מענטשן," קען דער נידריגער זעלבסט-ווירדע מענטש טראכטן צו זיך. איז וויאזוי גיט ער זיך אן עצה אז ער זאל כאטש פילן עטוואס באקוועם צווישן מענטש? און לאמיר נישט רעדן אויב איז ער צו דעם אויך א 'הויכע לאקש' וואס שטארט ארויס מיט זיין הויכן לאנגען קערפער, דאס קען אזא איינעם זיכער מאכן פילן אומבאקוועם.

איינע פון די וועג וויאזוי זיך צו ספראווענען מיט דעם איז זיך אנהייבן 'איינבייגן דעם רוקן'. וואס העלפט דאס? דאס העלפט, אז ווען ער דרייט זיך צווישן מענטשן און ער איז אזוי איינגעבויגן, מאכט עס אים פילן ווי כאילו 'ער איז נישטא אינגאנצן', מענטשן זען אים נישט אזוי קלאר, ער ציט ווייניגער אויפמערקזאמקייט (אזוי פילט ער כאטש אין זיין דמיון), און אזוי איז אים באקוועמער זיך צו דרייען צווישן מענטשן.

וויאזוי מאכט מען דאס? וויאזוי מאכט מען אז דער רוקן זאל זיך איינבייגן, און ער זאל זיך נישט דארפן יעדע מאל מוטשענען זיך צו 'באהאלטן' ווען ער קומט ארויס? זייער א פשוטע עצה, דער מוח שיקט א סיגנאל פאר די נערוון סיסטעם זיך צוביסלעך אנהייבן איינבייגן, ביז עס בלייבט אזוי איינגעבויגן לעולם ועד און דערזעט זיך איין שיינעם טאג מיט א שיינעם הויקער. פון איין זייט האט ער עס נישט ליב, עס קען אים אפשר אויך שאטן פאר שידוכים, אבער אויב זאל ער נאר אריינטראכטן אין זיין אונטער-באוואוסטזיין, וועט ער זען אז כאטש א 'חלק' פון אים וויל אזוי זיין און עס איז אים גאר סאך מער באקוועם אזוי.

פון אן ענערגישן שטאפל ווערט דא אויך בלאקירט די ענערגיע וואס טוט האלטן דעם רוקן גראד. ווען א קינד ווערט געבוירן קען ער אדער זי זיך נישט באוועגן. אויב זעצט מען אים אויף, וועט ער אראפפאלן, ער האט נאך נישט די ענערגיע אין זיך, זיך צו האלטן גראד. מיט די יארן ווערט געבויט אן ארסענעל פון ענערגיע וואס האלט די רוקן גראד. ווען ס'קומט די צייט און דער מוח פארשטייט אז דער מענטש וויל זיך צוריק איינבייגן, וועט עס פשוט רעדעצירן די ענערגיע קראפט וואס האלט די רוקן גראד. און אזוי פאסירט אן 'ענערזשי בלאק' צו קענען האלטן דעם רוקן איינגעבויגן.

פארוואס האט עס פאסירט? ווייל אויב נישט וועט ער פילן זייער שטארק באדראעט ווען ער דרייט זיך צווישן מענטשן, דערפאר האט דער מוח אנגעהויבן צו רעדעצירן די ענערגיע פלוס וואס פירט צום רוקן, כדי ער זאל זיך שפירן מער באקוועם.

אבער דא ווערט א קאנפליקט. פון איין זייט וועט דער מענטש וועלן 'אויפמאכן' דעם ענערזשי בלאק, ער וויל דאך אמאל א חתן ווערן, אבער אן אנדערע זייט אין אים, וועט זיך נישט לאזן עפענען דעם 'בלאק'.

און אזוי וועט יעדער איינער האבן זיינע פערזענליכע 'בלאקעזשעס' וואס ער מאכט אין לעבן כדי זיך צו האלטן 'באקוועם' ווי מיר וועלן ברייטער ערקלערן אינעם קומענדיגן שיעור.

אין קורצן:
• דער מוח וויל היטן דעם מענטשן פון געפארן.
• כדי זיך נישט צו דארפן מוטשענען יעדע מאל עקסטער מיטן געפאר, וועט זיך דער מוח צוגעוואוינען מיט א געוויסע וועג זיך צו האלטן אפגעהיטן פונעם געפאר.
• יארן שפעטער וועט דער מוח 'געדענקען' דעם 'געלערנאכטס' וואס דער מוח האט זיך אויסגעלערענט מיט יארן צוריק, אזוי אז ער זאל זיך נישט דארפן מוטשענען זיין גאנץ לעבן.
• אן 'ענערזשי בלאק' פאסירט ווען דער פלוס פון ענערגיע ווערט באלקירט אדער כאטש רעדעצירט אז עס זאל נישט קענען פליסן אויף אזא שטארקע פארנעם ווי פריער.
• עס זענען דאס פארשידענע אורזאכן, פיזיש און גייסטיש, פארוואס די ענערגיע זאל ווערן בלאקירט.
• איינמאל די ענערגיע ווערט בלאקירט פאר עפעס וויכטיג, בלייבט עס בלאקירט פארן לעבן.
• עס קען צומאל מאכן דעם מענטש אין א קאנפליקט, ווען איין זייט וויל זיך עפענען, אין דער צייט וואס אן אנדערע זייט וויל זיך נישט לאזן עפענען.

איך האף אז דער עולם האט ארויס דעם קאנצעפט, און אזוי קענען מיר גיין ווייטער צום נעקסטן שטאפל, וויאזוי דאס קומט ארויס אין טאג טעגליכע לעבן. ווי אויך וואס זענען די הויפט סארט 'בלאקן' וואס פאסירט אינעם ענערגיע סיסטעם, און וואו פאסירט דער 'בלאק'? דאס און נאך, אינעם קומענדיגן שיעור.

אויף צום ווידערזען אי"ה.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור י"ח – וואס איז עכט ענערזשי הילינג – ח"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

צוויי בלאקעזשעס און צוויי צילן

ווען ענערגיע ווערט בלאקירט אויף א געזונטע שטייגער – עס פליסט אריין און ארויס

אינעם פאריגן שיעור האבן מיר ארויסגעברענגט דעם געדאנק וויאזוי עס פאסירט אן 'ענערזשי בלאק'. אויב ביז אהער האבן מיר ערקלערט אין אונזערע שיעורים וויאזוי א מענטש וויל זיך באהיטן פון שלעכטס דורך מאכן געוויסע 'פאקטן' אין לעבן וויאזוי זאכן ארבעטן, און אזוי זיך באהיטן פון אומבאקוועמע געשעענישן (א שטייגער ווי אנשטעלן די מוסקלען ביים פירן א קאר, אז אזוי און אזוי דארף איך טון כדי צו בלייבן באשיצט, און ווי מיר וועלן באלד מער ערקלערן וויאזוי עס פאסירט אינעם זעלישן וועלט), ווערט דאס אבער אין די 'ענערזשי שפראך' אנגערופן א 'בלאקעדזש', וויבאלד מען טוט בלאקירן די ענערזשי פון פליסן וויאזוי עס האט געפלאסן ביז אהער. דאס טוט העלפן דעם מענטש – אונטער זיין באוואוסטזיין – אז ער זאל זיך באשיצן פון אן אומבאקוועמע געשעעניש. ווי אויך האבן מיר ערקלערט וויאזוי דאס קומט ארויס אין א זעלישן פארמאט, א ביישפיל, ווען א מענטש וועט זיך שפירן באדראט ארומצוגיין מיט אן אויפגעהויבענעם רוקן, ווייל עס מאכט אים פילן דערשראקן וועגן זיין נודריגע זעלבסט ווירדע. ווען ער בייגט זיך אראפ דעם רוקן, מאכט עס אים פילן אביסל 'נישט דא' און עס שפירט זיך נישט אזוי אומבאקוועם.

אצינד וועלן מיר אביסל טיפער אריינגיין און פארשטיין וויאזוי די ענערזשי 'רוקט זיך' און 'בלאקירט זיך' אין ריאקציע צו זעלישע שוועריגקייטן וואס דער מענטש גייט דורך.

לאמיר נעמען א ביישפיל פון איינער וואס וואקסט אויף אין א שטוב וואו מען קריטיקירט אפט די קינדער. ווי שוין געשמועסט איז ענערגיע א באשטאנדטייל וואס פליסט. אידיש גערעדט, איז עס ענערגיע וואס וויל האפקענען, זיין פרייליך און אויפגלייגט, עפעס אויפטון אויף דער וועלט, אא"וו. עס וויל זיך 'רוקן', און עס קען ווערן זייער פראסטרירט ווען מען שטעלט עס אפ. נאטירליכערהייט ווען א קינד ווערט געבוירן, ווערט די ענערגיע נאכאנאנד אנטוויקעלט זיך צו קענען 'רוקן מער און מער'. פון אנפאנג קען זיך עס נאר רירן די הענט און די פיס. צוביסלעכווייז נעמט זיך עס רוקן דעם גאנצן קערפער, עס פאנגט אן צו כאפן זאכן, ווי אויך פאנגט עס אן אריינצונעמען זאכן אין מויל. נאך א יאר קען עס אנהייבן גיין אליינס אויף די אייגענע פיס, עס פאנגט אן לויפן, און אין די ערשטע צוויי יאר אין חדר – אין נורסעסי און אין קינדערגארטן – קען ער נאך ארום לויפן.

אבער אין כתה א' פאנגט מען אן צו זאגן פאר די ענערגיע, שעפעלע טייערע, יעצט דארף מען זיך אנהייבן צוריק ציען אביסעלע, מ'קען שוין נישט ארום לויפן ווי ביז יעצט. דאס קינד באגעגענט זיך מיט א נייעם באגריף וואס הייסט 'איינזיצן'. ער דארף זיצן אויף זיין פלאץ, און ער קען שוין נישט ארומלויפן ווי ביז יעצט. פאר א רעגלמעסיגער קינד, איז דער נייע באגריף פון איינזיצן, נישט אזוי געפערליך. ווי נישט ווי, ווי שטארק דער ענערגיע וויל פליסן אן קיין באגרעניצונגען, פארשטייט דער ענערגיע אויך, אז מ'קען נישט גיין קאפ אין וואנט, און אין דער וועלט איז מען אויך באגרעניצט. אבער געוויסע קינדער האלטן נישט אויס אז מען באגרעניצט זיי, און זיי ריאגירן מיט צארן, 'לאמיך אפ, און לאז מיר טון וואס איך וויל!' קינדער וואס האבן אין זיך פון די עי. די. עיטש. די. טיפ, וועלן נישט אויסהאלטן דעם באגריף פון זיין באגרעניצט. אונז גייען אבער נישט אריינגיין וויאזוי צו באהאנדלען די סארט טיפן קינדער, מיר וויל אנקומען צו א געוויסע פונקט.

ווילאנג מען קאנטראלירט די ענערגיע אויף א רואיגע סארט צוגאנג, איז אפגעזען וואספארא טיפ דאס קינד איז, וועט דער ענערגיע פונעם מענטש אלס זיין אין א געוויסע סארט 'ריטם' פון אריין און ארויס. אמאל קען מען טאנצן, און אמאל דארף מען זיך איינהאלטן. ביים חתונה וועט דאס קינד טאנצן, אבער אין קלאס, וועט ער דארפן איינזיצן. דאס איז רעגלמעסיג נארמאל. א מענטש געוואוינט זיך צו אז דאס איז לעבן. מען קען נישט אלעמאל טון וואס מען וויל. ווילאנג עס גייט רואיגערהייט ווערט דער ענערגיע ווי א 'גומי' (א ראבער בענד), עס ציט זיך אויס און עס ציט זיך איין, און אזוי פליסט עס דורך געמיטלעך.

ווען מען באלאקירט די ענערגיע אויף אן אגרעסיווע וועג – עס ווערט אונטערדריקט

אבער עס קען אויסזען אנדערש ווען דער צוגאנג איינצוציען די ענערגיע גייט צו מער אויף אן אגרעסיווע צוגאנג.

יענקעלע וואקסט אויף אין אן אנגעצויגענעם שטוב. יעדע ריר וואס גייט נישט פונקטליך לויט די ערווארטונגען פון די עלעטערן, קומט עס זאפארט באגלייט מיט שרייערייען און קריטיק. אויב האט נישט דאס קינד א הונדערט ביים פארהער, באקומט ער א פסק, "פארוואס ביזטו נישט דער מצוין?" אויב האט דאס קינד געשפילט אביסל ווילד, און נישט ווילענדיג האט ער זיך אינעם שפיל צוריסן אביסל די הויזן, איז ווען ער ווייזט דאס פאר זיין מאמע און בעט זיך אז זי זאל עס אים פאררעכטן, באקומט ער א שיינע פארציע פון שרייערייען און זינלאזע קללות, און אא"וו. קען דען א קינד לעבן אזוי אגאנצן טאג?

פון נאטור אויס קען א קינד נישט אזוי לעבן. א קינד שפירט זיך זייער באדראט אויף זיין זעל, וויבאלד נאכאנאנדע שרייען מאכט דאס קינד שפירן ווי ער איז גארנישט ווערד. און אויב זאל דאס קינד אננעמען אז ער איז גארנישט ווערד, דאן וואס האט ער צו לעבן? דעריבער וועט דאס קינד אינטערן באוואוסטזיין אנהייבן צו וועבן פלענער, "וויאזוי באשיץ איך מיך, אז איך זאל בלייבן ווערד און א נארמאלע מענטש?"

עס זענען פארהאן פיל מעגליכקייטן וואס דאס קינד קען אפמאכן ביי זיך, כדי זיך צו האלטן באשיצט. איינס אזא מעגליכקייט, איז אז דאס קינד זאל מאכן א דעקלעראציע אז "פון היינט און ווייטער בין איך דאס בעסטע קינד וואס איז נאר מעגליך, איך גיי זיין א 'מלאך' דורך ווערן א 'ראבאט' וואס גייט נאר טון זאכן וואס גייען מיך מאכן א 'וואויל קינד." ווי נישט ווי נאכן מאכן אזא אונטער-באוואוסטזיניגע דעקלעראציע, וועט זיך דאס קינד שפירן מער פארזיכערט, ווייל אויב ער גייט ווערן עפעס 'אויסטערליש וואויל', דעמאלטס גייט ער שוין מער נישט אזוי ארומטאנצן און זיין ווילד, און די הויזן וועט זיך מער נישט צורייסן, ווי אויך וועט ער זיכער מאכן צו לערנען פלייסיג, און די שרייערייען וועלן אויפהערן צו קומען. אין די ענדע וועט ער בלייבן 'ווערד', א 'מענטש', און ער וועט זיך שפירן גוט מיט זיך.

אבער וויאזוי מאכט מען זיכער א די 'ווילדע ענערגיע' זאל זיך טאקע נישט אריינרוקן 'בטעות' און צוריק ווילד ווערן? אויף דעם פאסירט אן אינטרענסטע זאך. דער מוח שיקט א סיגנאל פאר די ענערגיע, 'האלט דיך איין, שטופ דיך אראפ, קום נישט ארויס, קוועטש דיך איין טיף טיף אין דער ערד', און די מוסקלען מיט די הילף פונעם נערוון סיסטעם, טוען אויספירן דעם באפעל פונעם מוח, מען דריקט זיך אביסל אראפ, און מען 'זיצט איין'. געוואנדען וויפיל ענערגיע די מוסקלען גייען אריינלייגן אין דעם מיסיע, וועט זיך עס לויט דעם שפירן אינעם קערפער, איינער וועט אנהייבן ליידן פון קאפ-וויי, איינער פון רוקן-וויי, בויך וויי, אא"וו, ווייל ווי נישט ווי טוען די מוסקלען דא עפעס וואס קומט נישט נאטירלעך און דער 'קוועטשער' טוט זיך קריגן מיט ענעריגע. ווי מער מען שלאגט זיך מיט די ענערגיע, אלס מער 'סאלדאטן' דארף מען אריינרופן זיך צו שלאגן מיטן 'שונא' און אראפדרוקן די לעבעדיגע ענערגיע.

אין די ענערגיע שפראך, האט דא פאסירט א בלאקעדזש, דער מוח האט אנגעהויבן בלאקירן די ענערגיע אז עס זאל נישט קענען פליסן געהעריג. און ער טוט דאס פאר זייער א וויכטיגע ציל; זיך צו ראטעוון פון א שרעקליכע געפאר וואס הייסט 'נישט פילן ווי א מענטש'.

דער צווייטער בלאקעזש – צו בלאקירן די כאאס אינעם קערפער און זעל

דער פראבלעם איז נאר אז אזא בלאקעזש האט אויך נאכווייען און עס פאנגט אן צו מאכן אביסל כאאס אינעם קערפער און אינעם זעל. ווי באקאנט, אויב צודריקט מען א חלק אינעם זעל, וועט דער אנדערע זייט נישט בלייבן שטיל. אויב 'צודריקט מען די ענערגיע', וועט די ענערגיע זיך צוריק שלאגן, און עס קען ווערן א גרויסע 'קריגעריי', אין די צייט וואס איין זייט שרייט, 'מען דארף זיין וואויל און די ווילדע ענערגיע זאל גיין שלאפן,' שרייט די ענערגיע, 'ס'אינטרעסירט מיר גארנישט, איך דארף לעבן און לאז מיך אפ!' ווי אויבן דערמאנט קען דער קריגעריי מאכן אלע סארט ערליי פיזישע כראנישע ווייטאגן, ווי אויך קען דאס מאכן פאניק און ענקזייעטי, ווייל דער 'דרוקער' פאנגט אן ציטערן אז מעגליך אז דער ווילדער ענערגיע וועט ארויסטאנצן, און דעריבער וועט דער דריקער שרייען מיט 'קולות' אין די פארעם פון פאניק מיטן ציל צו דערשרעקן די ווילדע ענערגיע, 'זיי שטיל, האלט דיך איין, פארפיר נישט.' דער 'בלאקעדזש' פאנגט אן מער צו 'בלאקן', ווייל עס שפירט אז די ענערגיע וויל זיך 'ארויסדרייען' פון זיינע לאפעס, און דעריבער ציט עס זיך מער איין און לייגט אריין די ענערגיע אין תפיסה אינטער אייזערנע גראטעס.

דאס אלעס האבן מיר שוין מער ברייטער ערקלערט אין די פאריגע שיעורים, און איך האף אז מען פארשטייט דעם קאנצעפט וויאזוי עס קלאפט אויס מיט 'בלאקעזשעס'. עס איז מער ווייניגער די זעלבע געדאנק, נאר ווען מען רעד פון 'ענערזשי' און 'ענערזשי בלאקעזשעס' ברענגען מיר עס ארויס פון די ענערזשי הילינג קוק-ווינקעל.

דאס ברענגט נאך א פראבלעם. דער באוואסטזיין פונעם מוח פאנגט אן צו זען אז ער לייד פון אלע סארט ווייטאגן, פיזישע און זעלישע, און ער פארשטייט נישט וואס דא גייט פאר. יעצט פאנגט ער אן צו זיין דערשראקן "וואס פאסירט צו מיין געזונט?" עפעס לייד איך פון מאדנע אנשיקענישן, איך פיל ווי איך שטארב פון ענקזייעטי און פאניק, מיין רוקן רייסט מיט ווייטאגן, וואס גייט דא זיין מיט מיר? איך גיי נאך דורכלעבן דעם חודש?

דאס ברענגט א נייע סעריע פון 'באשיצערס' צו באשיצן דעם באטראפענעם אז ער זאל קענען אויסמיידן די אלע 'מרעין בישין'. אויב קומען די אלע ווייטאגן ארויף ווען ער קומט אהיים (א זאך וואס לייגט זיך אויפן שכל, וויבאלד דאס איז דער ארט וואו ער וויל זיך באשיצן פון שפירן נישט ווערד), דאן וועט זיך יעצט אן אנדערע טייל אין זיין זעל און קערפער אויפוועקן, 'נע לאמיר נישט אהיימגיין, אדער כאטש לאמיר אהיים גיין ווי שפעטער אז אונז זאלן נישט דארפן ליידן די אלע סארט מאדנע ליידן'. ווען ער קומט יא אהיים, ווערט א נייע ענערזשי בלאק פון פראבירן זיך נישט צו 'רירן' אן איבערטראכטן הונדערט מאל, אויב דאס וואס איך גיי יעצט טון וועגט נישט צופירן צו דעם אז אין א געוויסע וועג זאל ווידער 'אויספלאצן א רוקן אטאקע אדער נאך פאניק'. פארשטייט זיך אז דער פאניק איז גרויס, אז מען פאניקט אז מען גייט אפשר פאניקן, אז מען פארגעסט אפילו פארוואס מען האט אנגעהויבן צו פאניקן.

אין אנדערע ווערטער עס זענען דא דא צוויי ענערזשי בלאקעדזשעס איינס אויפן צווייטן, א', איינס איז צו באלקירן די פלוס פון ענערגיע כדי צו באשיצן דעם מענטש אז ער זאל נישט שפירן באדראט פון זיינע עלטערן, און דער 'בלאק' פירט דאס אויס דורך פיזיש בלאקירן די ענערגיע אז עס זאל זיך נישט קענען באוועגן פרייוויליג וויאזוי עס וויל, ב', דער צווייטער בלאקעדזש איז צו בלאקירן דעם ערשטן בלאקעדזש פון די כאאס וואס עס זייט אן אינעם קערפער, אז ס'זאל נישט אזוי פארפירן מיט די פארשידענע סארט ווייטאגן און די כאאס וואס עס ברענגט אן.

צומאל טוט דער צווייטע בלאקעדזש סאך מער וויי טון פארן מענטש ווי דער ערשטער בלאקעדזש, ווייל דער צווייטער בלאקעדזש איז נישט מבחין בין טוב לרע, ער איז אזוי פארפאניקט, אז יעדע פאניק געפיל זעט ער פאר נאך א סכנה, ס'איז עפעס וואס איז נישט צום אויסהאלטן, און אזוי לויפט דער מענטש ארום זיין שאטן.

ווער געדענקט נאך דער 'פיצא מעשה' מיט דעם קליינעם יענקי. וואס האט דא פאסירט? אינטערן באוואוסטזיין, ווייסט יענקי אז ער פלאצט אויס און קען זיך נישט קאנטראלירן. צו דעם אלעס ווייסט אויך יענקי, אז ווען ער פלאצט אויס, ווערן זיינע עלעטערן היסטעריש און קענען אים נישט קאנטראלירן. אויב אזוי, איז דאס זייער שרעקעדיג אויסצופלאצן און זיין נישט אין קאנטראל, ווייל עס ווערט נאכדעם כאאס, און ער האט נישט קיין אנונג וויאזוי צוריק אראפצוקומען און ארויסגיין פונעם כאאס. דעריבער טוט יענקי אונטערן באוואוסטזיין מאכן א 'בלאקעדזש' וואס זאל אים אראפהאלטן אז ער זאל נישט פלאצן, אבער זיין ענערגיע פלאצט צוריק, ווייל ער קען זיך נישט איינהאלטן, און דאס מאכט אז ער זאל פראבירן אונטערן באוואוסטזיין צו מאכן נאך א בלאקעדזש אראפצוהאלטן זיין אומקאנטראלירטבארן ענערגיע פאר יעדן פרייז. אבער עס גייט נישט, און דאס מאכט אז יענקי זאל נאך מער טענטראמען, ווייל ער האט מורא פון זיך אליין, אז ער ווייסט נישט וואס צו טון ווען ער ווערט אויפגערעגט און ארויס פון קאנטראל.

אז מען פארשטייט ביז אהער, גייען ענק, חשובע ליינער, אנהייבן צו פארשטיין וואס דער 'ענערזשי הילינג' טוט אויף. מיין ערפארונג האט געוויזן אז דער 'ענערזשי הילינג' מעטאד וועט בעיקר אריינברענגען האפענונג פאר די צווייטע בלאקעדזש. עס איז ווי 'ערשטע הילף' וואס קומט צו לויפן ראטעוון דעם מצב אז עס זאל זיך קענען בארואיגן. אבער פארן ערשטן בלאקעדזש, אויף דעם טוט דאס נישט מער אויף ווי די אלגעמיינע שיעורים וואס מיר האבן ביז אהער באשריבן. פונקטליך פארוואס, דאס וועלן מיר ערקלערן אי"ה אינעם קומענדיגן שיעור.

אין קורצן:

• ענערגיע ווערט אלעמאל באלאנסירט מיט א געזונטע 'בלאקער'.
• עס איז ווי א גומי, וואס פליסט ארויס און צומאל אויך אריין.
• אויב ווערט עס בלאקירט מיט אגרעסיע, קריטיק אד"ג, דאן ווערט דער אנערגיע 'צודריקט'.
• ווען ענערגיע ווערט צודריקט, דאן ווערט כאאס און עס ברענגט אן פארשידענע אנדערע פיזישע און זעלישע סימפטומען.
• א נייע בלאקעדזש ווערט פארמירט צו היטן דעם מענטש פון נאך כאאס.
• ענערזשי הילינג וויל דאס ערשטע העלפן דעם צווייטן בלאקעדזש.


הערות דא
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור י"ט – וואס איז עכט ענערזשי הילינג ח"ה – וואס איז 'עמאציאנאלע היילונג'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

די צוויי באשיצערס

אינעם פאריגן שיעור האבן מיר ארויסגעברענגט די צוויי סארט 'שרעק' און 'באשיצונגען' וואס א מענטש גייט דורך וואס לייגט אים אריין אין א שטארקע כאאס. דער ערשטער שרעק איז דער ארגינעלער שרעק וואס לייגט אים אריין אינעם ערשטן באשיצונג, א שטייגער ווי "איך ציטער אז איך גיי זיין צו ווילד, דעריבער וועל איך מיך אזוי שטארק קאנטראלירן אז איך זאל זיין זייער וואויל, ווייל נאר אויב איך וועל זיין הונדערט פראצענט וואויל וועט מיך מיין מאמע נישט אנשרייען אדער קריטיקירן." כדי זיכער צו מאכן אז ער איז טאקע באשיצט, איז דאך נישט גענוג אז ער מאכט בלויז א באשלוס אז ער גייט שוין זיין וואויל, ווייל ווי נישט ווי האט דאך יעדער א 'יצר הרע' און מען קען בטעות זיך געבן א נישט גוטע ריר. דעריבער באשליסט דער אונטער-באוואוסטזיין אז דער איינציגסטער וועג וויאזוי צו זיין עכט באשיצט, איז נאר אויב האט מען עפעס 'סימפטומען', ווי מוסקל דרוקענישן ערגעץ אינעם קערפער, צו קאפ-וויי, מאגן פראבלעמען אד"ג, אדער פאניק און אנגסט.

דער צווייטער שרעק איז, אז דער באוואוסטזיין פונעם מענטש כאפט נישט וואס דער אונטער-באוואוסטזיין האט דא אנגעווירטשאפט, און דעריבער פאנגט עס אן צו ציטערן פאר זיין לעבן, "פארוואס ווען איך קום אהיים פאנגט מיך אלעס אן צו דרוקן? פארוואס באקום איך אזא שרעקעדיגע געפיל פון שרעק אז איך פיל אז איך גיי חלש'ן?" און ער פאנגט אן צו פאניקן אז... אפשר גיי איך נאכמאל פאניקן און נאכאמאל גייט מיך מיין קאפ וויי טון... און ער האט נישט קיין אנונג פארוואס ס'קומט, און דעריבער ווייסט ער נישט וויאזוי זיך צו באשיצן דערפון. דערפאר בויט זיך אויף א נייע באשיצונג סיסטעם וואס פראבירט ווי ווייט מעגליך נישט אנצוקומען צו אזאנע אומבאקוועמע איבערלעבענישן. וויאזוי? דורך – נישט כאפענדיג – מאכן נאך פאניק און נאך דריקענישן (דאס איז דער נאטור פונעם אונטער-באוואוסטזיין, אז איינמאל עס געוואוינט זיך צו צו נוצן איין סארט באשיצונג אויף א געוויסע פראבלעם, וועט עס איבערנוצען דעם זעלבן מיטל פאר אנדערע פראבלעמען). עס פאנגט שוין אן צו פאניקן נאך פאר ער קומט אהיים, ווייל אפשר... גיי איך פאניקן אינדערהיים. און אזוי דרייט זיך דער מענטש ארום און טאטאלע כאאס, נישט וויסענדיג וועלעכע שאטן לויפט אים נאך, און וואס גייט זיין די נעקסטע אפקומעניש.

וויאזוי לאזט דער באשיצער נאך פון זיין מיסיע?

איז וויאזוי דרייט מען זיך ארויס פון דעם אנשיקעניש?

זעלבסט פארשטענליך, אז כדי די 'סימפטומען' זאלן אויפהערן שרייען און פארפירן, דארף פאסירן איין זאך, דער 'באשיצונג סיסטעם' זאל אנהייבן אנערקענען אז זיין מיסיע איז אריבער ערפאלגרייך, און דעריבער קען ער שוין אויפהערן באשיצן און אלע רוישיגע לעמפלעך קענען זיך שוין אויסלעשן. די מינוט ווען די 'באשיצערס' זען איין אז זייער מיה או פלאג איז אומזינסט, דאן הערן זיי אויף צו פונקציאנירן. דאס קען פאסירן אין א בלויזע רגע, ווי מיר האבן שוין ערקלערט אין די פאריגע שיעורים.

דער מיליון דאלערדיגע פראגע איז נאר, וויאזוי ערקלערט מען דעם באשיצער, אז ס'איז געקומען די צייט צו פענסיאנירן?

דער ענטפער אויף דעם איז, אז כדי דער באשיצער זאל אויפהערן באשיצן, דארף עס שפירן אז ס'איז שוין מער נישטא וואס צו באשיצן. דאס מיינט אז דער ערשטער באשיצער, דארף שפירן אז איך דארף נישט מאכן מוסקל ווייטאג אדער פאניק, ווייל מאמי וועט מער נישט שרייען אפילו איך בין נישט אזוי הונדערט פראצענט וואויל, אדער אפילו אויב זי שרייט, איז עס נישט עק וועלט און עס מיינט נישט גארנישט. דער צווייטער באשיצער דארף שפירן אז, אדער גייט מען מער נישט פאניקן און דעריבער איז מער נישטא וואס מורא צו האבן, אדער אפילו אויב מען פאניקט איז נישט עק וועלט און מען קען עס דורכטראגן.

אין רעגלמעסיגע פעלער קען מען ערלעדיגן ביידע באשיצערס אויף איין מאל, א געדאנק ווי 'גיטו וידו באים כאחד'. דאס הייסט, אז מען קען אויפווייזן פארן מוח אז דער ערשטער באשיצער איז נישט אזוי וויכטיג, וויבאלד דער מענטש האט שוין מער זעלבסט-ווירדע, און אפילו אויב מען שרייט אים אן, נעמט ער עס נישט צום הארצן און ווייסט אז ער/זי איז ווערד אפילו מען שרייט אויף אים/איר, און דעריבער איז נישט וויכטיג צו זיין אזוי וואויל, ווייל עס נישט געפערליך אז מען באקומט אמאל א שריי. ווי אויך ווי מער זעלבסט זיכער מען איז, קען מען טרעפן די ריכטיגע ווערטער צו ערקלערן פאר די מאמע אויף א ריספעקטפולן וועג, אז שרייען וועט נישט העלפן אז ער זאל ווערן בעסער און ער פארשטייט אויך ווען מען רעד צו אים רואיג. איינמאל דער באשיצער זעט איין אינעם ווארהייט דערפון, און דער מענטש שפירט זיך טאקע סאך מער זיכער מיט זיך, דעמאלטס איז שוין טאקע מער נישט וויכטיג זיך צו באשיצן, וואס דאס מיינט אוטומאטיש, אז מען דארף נישט מאכן קיין קאפ וויי, מאגן דרייענישן, און מען קען אויפהערן פאניקן. איינמאל מען הערט אויף מיט די סימפטומען, פעלט שוין ווייטער נישט אויס דער צווייטער באשיצער, ווייל עס שפירט זיך שוין מער רואיגער אז די שרעקעדיגע סימפטומען זענען א פארגאנגענהייט, און דעריבער איז נישטא וואס מורא צו האבן, און דער זעל און קערפער קענען ענדליך ארויסגיין פונעם כאאטישן צושטאנד.

ווען דער באשיצער ציטערט נאכצולאזן

אבער וואס פאסירט אויב דער צווייטער באשיצער איז אזוי אנגעצויגן, אז מען קען אפילו נישט אנקומען צום ערשטן באשיצער. דער צווייטער באשיצער וואס האט מורא אז מען גייט פאניקן, איז אין אזא פאניק, אז ער ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטון פון גרויס שרעק, אז ער קען נישט טראכטן אפילו פון א רגע צוריק צו טרעטן און לאזן צוקומען צום ערשטן באשיצער, וויבאלד ער ציטערט אז יעדע ליאדע רגע קען קומען נאך א פאניק וואס גייט אים אוועקלייגן. די רגע וואס מען בעט אים צו זיין שטיל, ווערט ער מער צורידערט און ציטערט אז מען וויל אים אריינלייגן אין א פאסטקע און לאזן די אלע 'פיינט' וואס ווילן אים איינשלינגען, זאלן ארויסקומען און אים שעדיגן. ער קען בשום אין אופן נישט שטיין אין א זייט און לאזן דער ערשטער באשיצער קומען צו זיך.

אזא סארט כאאס, קען פאסירן ביי גאר שטארקע טראומאטאזירטע מענטשן. זייער שרעקעדיגע איבערלעבענישן האט זיי איבערגעלאזט שאקירט און פאראלאזירט, אז זיי קענען נישט פארלאנגען פון זיך קיין שום רואיגקייט. די צרה איז, אז זיי לויפן ארום און ארום און ווערן פארכאפט אין זייער אייגענעם נעץ פון אנגסט און שרעק אז זיי קענען נישט טרעפן די טיר אויף ארויס.

איז וואס איז די עצה?

דאס קומט אריין ענערזשי הילינג. אבער כדי צו פארשטיין וואס דאס טוט אין ווארהייט, איז וויכטיג צו מאכן זייער א וויכטיגע הקדמה.

וואס איז דאס 'עמאושענעל הילינג'?

וואו מען גייט און וואו מען שטייט זענען מענטשן פארנומען היינטיגע צייטן מיט 'עמאושענעל הילינג' – עמאציאנאלע היילונג. וואס איז דאס פונקטליך עמאושענעל הילינג? וויאזוי ערקלערט מען דאס אין איין זאץ?

ווען איינער זאגט מיר אז ער איז א 'טראק דרייווער', ווייס איך גראד וויאזוי דאס אפצוטייטשן. א טראק דרייווער מיינט, איינער וואס האט די נויטיגע פאפירן צו קענען פירן א טראק, און ער זיצט ביים רעדל און פירט דעם טראק און פירט פארשידענע פעקלעך פון איין פלאץ צום צווייטן. ווען איינער זאגט מיר אז ער איז א מלמד, מיינט עס צו זאגן, אז ער זיצט אין א קלאס מיט קינדער, און לערענט זיי אויס נייע זאכן וואס איז זיי וויכטיג פארן לעבן. אין די פעלער, פארשטיי איך פונקטליך וואס זיי טוען. אבער ווען איינער זאגט מיר, איך טו עמאושענעל הילינג, פארשטיי איך פון איין זייט, אז ער דרייט זיך ארום מיט עמאציאנאלע ווייטאג וואס שטערט אים זייער שטארק און קען עס נישט איבערטראגן, און ער טוט 'עפעס' וואס טוט לינדערן זיינע ווייטאגן. אבער וואס פונקטליך טוט ער?

ווען איינער האט א פיזישע ווייטאג, ווי א צובראכנע האנט ל"ע, דעמאלט קען איך זייער גרינג פארשטיין וואס דער היילונג פרעצעדור איז. מען גייט צום דאקטאר, און ער לייגט ארויף א 'קעסט', און דער קעסט גייט העלפן דעם ביין צוריק צו וואקסן אין פלאץ, און ביז אפאר וואכן איז ער בע"ה אויסגעהיילט. אבער ווען איינעם קוועטש עפעס אין זיין זעל, און הערט נישט אויף צו ווייטאגן אויף דעם, וואס פונקטליך טוט זיין טערעפיסט אים צו העלפן? מיט דעם וואס ער הייסט אים 'טראכט אזוי' אדער 'טראכט אזוי' דאס היילט אן איינגעגעסענע וואונד אין זיין זעל?

כדי דאס צו פארשטיין, ברויך מען ערקלערן איינע פון די וויכטיגסטע פונדאמענטן אין ענערגיע.

דער פונקציע פון רעגאלירן היץ

עס איז באקאנט, אז ווי מער היץ עס קומט ארויס פון ענערגיע, מוז זיין עפעס קעגן דעם וואס זאל עס אפקילן, אז נישט, וועט עס קראכן. לאמיר געבן אפאר ביישפילן אויף דעם, סיי אין מענטשליכע ענערגיע און סיי אין אלגעמיינע ענערגיע. א מענטש האט היץ אין זיך, דער היץ קומט פונעם נאטירליכן פלוס פון ענערגיע אינעם מענטש. ווי נישט ווי איז דא א גאנצע פאבריק אינעם מענטש וואס ארבעט פיר און צוואנציג שטונדען ארום דעם זייגער און ריט זיך נישט אפ פאר קיין רגע. דאס אלעס פראדעצירט היץ. אבער די היץ קען ארויפגיין זייער הויך אויב איז עס נישט קאנטראלירט, און אויב די היץ אינעם קערפער גייט ארויף זייער הויך, קען דאס זיין א לעבנס געפאר.

דערפאר האט דער באשעפער באשאפן אן אינערליכע 'טערמאסטאט' וואס מעסט כסדר די היץ אינעם קערפער, און טוט עס רעגאלירן אז עס זאל זיין אינעם פונקטליכן טעמפערעטור. דער טערמעסטאט ווערט קאנטראלירט דורך דער חלק אינעם מוח וואס הייסט 'היפאוטאלעמוס'. דער וועג וויאזוי די היץ ווערט רעגאלירט, פאסירט דורך פארשידענע טיילן אינעם קערפער. איינע פון די וועגן דאס צו קאנטראלירן, איז דורך וואסער אין די פארעם פון שוויץ. דערפאר ווען איינער איז זייער הייס, נעמט ער זיך שוויצן, כדי צו זיכער מאכן אז די היץ גייט נישט צו שטארק ארויף, און טוט אויך אראפקלאפן די היץ אויב גייט עס צו הויך.

אויב מאכט זיך ח"ו אז איינער האט אן אינפעקציע, דאן ארבעט דער קערפער סאך שווערער צו באקעמפן דעם אינפעקציע, און אין רעזולטאט דערפון גייט די היץ אינעם קערפער אויך ארויף. אויב גייט עס נאר ארויף צו 101-102 פארענהייט גראד, איז נישט געפערליך און דער מענטש איז נישט אין אזא געפאר, אבער אויב גייט עס ארויף צו 104-105, דאן קען דאס שוין זיין געפערליך און מען דארף טרעפן מיטלען דאס אראפצוקלאפן. איינע פון די בעסטע מיטלען דאס צו טון – שוין נאכן נעמען טיילענאל אדער מאוטרין – איז צו לייגן א קאלטע נאסע שמאטע אויפן שטערן אדער אויף די פלאך פון די פיס, און אויך אויף די לעבער (דאס איז אויף די רעכטע זייט פונעם בריסט-קאסטן, אביסל אויף אראפ). מען דארף האלטן אין איין טוישן די שמאטע און עס פון פריש נאס מאכן, ווייל די היץ טרוקענסט עס שנעל אויס. דער געדאנק דערפון איז ווי אויבן דערמאנט, קאלטע וואסער טוט זיך שלאגן מיט די היץ, און אזוי קען מען עס אראפברענגען. אויב דאס העלפט אויך נישט, דאן דארף מען דרינגענד גיין פאר הילף.

לאמיר נעמען נאך א ביישפיל – א מאטאר פון א קאר. א מאטאר פון א קאר (אדער סייוועלכע מאשין) פראדאצירט אסאך היץ פון די ענערגיע וואס עס פראדעצירט. אויב גייט דער מאטאר גיין אזוי אומקאנטראלירט, דאן וועט דער מאטאר אויפרייסן און מאכן א פייער, און מיט דעם וועט דער קאר גיין א גאנג. וויאזוי קאנטראלירט מען די היץ פונעם מאטאר? דורך א געוויסע סארט אויל. ווער עס האט א קאר ווייסט אז יעדע פאר חדשים מוז מען טוישן די אויל פונעם קאר, ווייל די ספעציאלע אויל, טוט האלטן דעם מאטאר רעגלמעסיג ווארעם אז עס זאל נישט ווערן צו הייס. נאך א שטיק צייט ווערט די אויל 'אויסגענוצט' און שמוציג, אז עס טוט שוין נישט זיין אויפגאבע ווי עס באדארף צו זיין, און דעריבער מוז מען דאס טוישן יעדע שטיק צייט. עלעקטריק קאר מאטארס האבן אן אנדערע וועג צו האלטן די עלעקטריק מאטארן קיל, דורך אן עלעקטראנישן פאמפ.

ווען איינער גייט אריבער א שווערע איבערלעבעניש, טוט דאס זייער וויי פארן מענטש, און דער ווייטאג טוט אוטומאטיש ארויפטרייבן 'היץ'. טאקע נישט אלעמאל איז עס אין די פארעם פון פיזישע היץ – טראץ וואס דאס קען צומאל און עקסטרעמע פעלער אויך ארויפברענגען אביסל די פיזישע היץ אינעם קערפער, איז דאס אבער נישט די נארמע – אבער פארט טוט עס אויפשאקלען דעם מענטש, און דאס טוט אויפשאקלען די ענערגיע. מען קען נישט טראכטן גראד, מ'איז נישט אינטרעסירט צו טון גארנישט, מען שפירט זיך פארלוירן, און די ווייטאג איז זייער גרויס. די ענערגיע קען האבן אין זיך אסאך סארט געפילן, און ווי מער געפילן ס'שפילן ארום, אלס גרעסער איז דער מענטש אויפגעקאכט.

און 'רואיגע צייטן' זענען די געפילן אינעם מענטש רעגאלירט, עס לעבט רואיג, און ער קען אנגיין געהעריג. אבער אויב די געפילן 'פארן ארויף' אין צייט פון ווייטאג, דאן ווערט דער מענטש 'אויפגעקאכט', און אויב דער 'קאך' ווערט נישט רעגאלירט דורך עפעס א וועג, דאן וועט דער קאך, ווייטער קאכן און קאכן, צומאל אגאנץ לעבן מיט שטארקע ווייטאג, אויף אזוי ווייט אז זיין גאנצע באוועגונג וועט גייט דורך די 'גלעזער' פון דעם 'פארווייטאגטן קאך' וואס קילט זיך נישט אפ. אויב איז ער געווארן פארווייטאגט אויף דעם וואס איינער האט אים שטארק בא'עוולה'ט, און די אויפגעקאכטע ווייטאג האט נישט איינער וואס זאל עס אראפברענגען, דאן וועט עס קאכן אויף אייביג, און ער וועט אלס 'וויסן' פאר א געוויסע סיבה – וואס צומאל וועט ער לאנג פארגעסן פארוואס ער שפירט אזוי – אז די וועלט איז א פלאץ וואו מען בא'עוולה'ט מענטשן רעכטס און לינקס אן קיין שום לאגישע אורזאך, און דערפאר מוז מען זיך היטן פו יעדעם איינעם און מען קען קיינעם נישט געטרויען מיט גארנישט.

פארוואס שפירט ער אזוי? ווייל ער האט קיינמאל נישט געהאט עפעס וואס זאל אים אראפברענגען און רעגאלירן.

דער מיליון דאלערדיגע פראגע וואס מיר האבן דא איז, וויאזוי ברענגט מען אראפ די זעלישע פארווייטאגטע קאך? אינעם פיזישן קערפער פאסירט דאס דורך שוויץ, און נאך אנדערע טיילן אינעם קערפער, אין א קאר, פאסירט דאס דורך די אויל. וויאזוי פאסירט דאס אינעם זעלישן זין? וואס איז 'דער' באשטאנדטייל וואס דער פארווייטאגטער פערזאן דארף האבן, אז ער זאל זיך קענען רעגאלירן? דאס דארף אייגענטליך זיין דער 'סוד' פון עמאציאנאלע היילונג.

דאס וועלן מיר ערקלערן אינעם קומענדיגן שיעור אי"ה.

אין קורצן:
• כדי די צוויי באשיצערס – מיט אלע זייערע סימפטומען – זאלן זיך קענען בארואיגן, ברויכן זיי שפירן אז עס איז מער נישטא קיין שום געפאר.
• געווענליך, איינמאל דער ערשטער באשיצער לאזט נאך פון זיינע סימפטומען, דאן וועט דער צווייטער באשיצער – וואס האט מורא געהאט פון די סימפטומען – שוין מער נישט מורא האבן, וויבאלד די שרעקעדיגע סימפטומען זענען שוין אוועק.
• מען דארף פארשטיין וואס איז דאס פונקטליך 'עמאושענעל הילינג'.
• היץ פון ענערגיע מוז ווערן קאנטראלירט און רעגאלירט, אויב נישט, שיסט עס ארויף און קען צוברענגען צו א געפאר.
• ווען א מענטש איז אין א זעלישע קלעם, גייט ארויף די ענערגיע היץ פון ווייטאג, אויב ווערט עס נישט רעגאלירט, דאן בלייבט די ווייטאג אויפן לעבן.
• מען דארף טרעפן די לייזונג וויאזוי מען ברענגט אראפ די 'עמאציאנלע היץ'.

הערות דא
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור כ' - וואס איז עכט ענערזשי הילינג ח"ו - דער קאנטראסט פון רואיגע פאזעטיווע און נעגעטיווע ענערגיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

וויאזוי קילט זיך אפ די 'געפילישע היץ'?

אינעם פאריגן שיעור האבן מיר ארויסגעברענגט די געדאנק וויאזוי היץ דארף נאכאנאנד קענען ווערן אפגעקילט. די מענטשליכע היץ אינעם קערפער ווערט נאכאנאנד אפגעקילט דורך פארשידענע פונקציעס אינעם קערפער, ווען א טייל דערפון פאסירט דורך וואסער, ווי שוויץ וכדו'. דער מאטאר פון א קאר, ווערט נאכאנאנד אפגעקילט דורך אויל, אא"וו. מיר זענען געגאנגען ווייטער אין ערקלערט אז ווען א מענטש איז פארווייטאגט און פארקלעמט ווערט ער אויך מער היציג, ווי מער מען רעגט זיך ווערט מען מער היציג. אויב ווערט נישט דער היץ אפגעקילט נאר מען בלייבט פארווייטאגט, דאן, געוואנדען ווי טיף די ווייטאג איז, קען דאס האבן א לאנגשטרעקיגע איינדרוק אויפן זעל, אפילו ער זעלבסט וועט פארגעסן דערפון אין זיין באוואוסטזיין.

אין יעדע עמאציאנאלע געפיל זענען פארהאן צוויי שטארקע איינדרוקן וואס עס לאזט איבער אויפן מענטש, א', דער 'מיינונג' פונעם געשעעניש, וואס עס מיינט פאר אים פערזענליך. צום ביישפיל, אויב איינער האט אים שטארק פארשעמט, דאן קען עס האבן א מיינונג פאר אים אז ער איז נישט ווערד, והא ראיה, יענער אים פארשעמט און עס מוז זיין, אז אויב פארשעמט ער אים אזוי אין פארענט פון יעדעם איינעם, מוז זיין אז ער איז גארנישט ווערד, ווען נישט, וואלט יענער אים נישט אזוי פארשעמט. ב', דער עמאציאנאלע 'געפיל', ווי שווערער און פיינפולער א געוויסע געפיל איז, אלס מער האט עס א שטארקע ענערגישע קראפט איבערן מענטש, ווען צומאל קען עס אים אזוי שטארק אראפברענגען אז עס זאל אים אריינלייגן אין בעט פאר אפאר טעג פון גרויס ערגעניש. מען שפירט אראפגעברענגט, מוטלאז, אן קיין מאטאוואציע אנצוגיין ווייטער. ווי שטערקער דער מיינונג מיינט פארן מענטש, אלס שטארקער וועט דער געפיל אים מאכט שפירן מוטלאז און אוממוטיג.

דער מיליון דאללערדיגע פראגע וואס מיר האבן איבערגעלאזט די ליינער ביים ענדע פונעם לעצטן שיעור איז, וויאזוי 'קילט' מען אפ דעם עמאציאנאלן היץ? וואס איז 'דער' באשטאנדטייל, וואס אויב נוצט מען דאס, קען מען אראפברענגען די שטארקע ווייטאג אז עס זאל נישט אזוי שטארק באאיינפלוסן דעם מענטש, און זאל שנעלער צוריק באקומען זיין קאפ אויפן פלאץ?

דער ענטפער אויף דעם פראגע איז זייער א גלאטע, און דאס איז דער ענטפער אויף אונזער עיקר טעמע פון דעם סעריע – דער שליסל צו ענערגישע היילונג. איינמאל מען פארשטייט וואס דא פאסירט, וועט איר קענען פארשטיין וואס פאסירט אין יעדע סארט ענערזשי הילינג טערעפי, ווי אויך וועט איר קענען פארשטיין וויאזוי עס פאסירט אין אנדערע סארט טערעפיס אפילו מען נוצט נישט דיירעקטע 'ענערזשי' סארט איבונגען.

א קינד גייט נאטירליך זיך אויסרעדן זיינע ווייען

ווען מען וויל פארשטיין דער 'שורש' כאראקטער פון א מענטש, גייט מען צוריק וויאזוי האט זיך דער מענטש אויפגעפירט ווען ער איז געווען גאר א קליין קינד, פון א נישטיגע צוויי דריי יאר. אין די יארן קומען ארויס די נאטירליכע נאטורן פונעם מענטש. נאטירליכערהייט איז א מענטש פול מיט חיות, און דערפאר, אין דעם יארגאנג, וועלן קינדער זיין פרייליך און אויפגעלייגט און גרייט איינצונעמען א וועלט. מיט די צייט ווערט אבער די נאטירליכע חיות קאנטראלירט, און צומאל אויך וויי געטון, און דעריבער צוימט זיך עס איין און עס ארבעט נישט לויטערערהייט ווי די נאטור מיט וואס עס איז געבוירן געווארן. דאס זאגט נישט אז דער מענטש האט זיך 'געטוישט', דאס זאגט נאר אז די נאטירליכע פלוס איז געווארן אביסל איבערגעדעקט.

האט איר שוין אמאל אריינגעטראכט וואס טוט א קינד 'נאטירליכערהייט' ווען עס ווערט וויי געטון? טראכט אריין א מינוט... איך וועל ווארטן... יא דו האסט עס געכאפט... א קינד גייט נאטירליכערהייט – אן דעם וואס קיינער זאל אים האבן אויסגעלערענט פון פאר דעם – גייט צו אן עלטערע מענטש, געווענליך די מאמע, און זיך אויסוויינען אז איינער האט אים געטשעפעט אדער ער/זי איז אראפגעפאלן און זיך צוקלאפט. די מאמע וועט אויסהערן געבן א קיש אויפן פנים, און... ווי אינטרעסאנט עס הערט זיך, דאס קינד בארואיגט זיך. איך האב שוין אויך געזען א קינד וואס האט נישט געשפירט באקוועם צו זאגן פאר די מאמע, אבער האט אויך נאטירליך געוויסט אז ווען ער וויינט, געט ער זיך א קיש, און אלעס פאלט אין פלאץ און ער איז רואיג. איינער קען מיר ערקלערן וואס דאס פאסירט? פארוואס איז דאס דער אינסטינקט פונעם קינד?

דער ענטפער אויף דעם איז זייער קלאר. דער נאטור פון ווייטאג איז, אז עס וויל זיך נאטירליך היילן. אבער וויאזוי 'היילט' זיך א געפיל? דער וועג צו נאטירליכע היילונג פון א שווערע געפיל איז דורך האבן לעבן זיך אן אנדערע ענערגיע וואס איז 'נישט' אין די זעלבע צושטאנד פון אים. דאס מיינט, ווען א צוהיצטע פארווייטאגטע ענערגיע, קומט זיך צאם מיט א רואיגע געלאסענע ליבליכע ענערגיע, דאן באלאנסירט זיך די היציגע ענערגיע, און עס בארואיגט זיך. אויב אבער דער צוהיצטע פארווייטאגטע ענערגיע האט נישט לעבן זיך די רואיגע געלאסענע ענערגיע, דאן וועט די ענערגיע שפירן זייער פארלוירן (פארשטייט זיך געוואנדען לויט ווי שטארק די ווייטאג איז), ווייל עס פארלירט קאנטראסט, עס בלייבט פארנעפעלט און ווייסט נישט וואו צו גיין און וואו זיך אהינצוטון פון גרויס ווייטאג.

דאס ליגט אויך טיף אונטער די הייליגע ווערטער פון חז"ל ווען זיי לערנען אונז אז "דאגה בלב איש, ישיחנה", און ווי איין מ"ד האלט אז "ישיחנה לאחרים" – א דאגה דארף מען אויסשמועסן מיט א צווייטן. און וואס פאסירט דעמאלטס? עס פאסירט די זעלבע וואס יעדע קינד טוט נאטירליך ווען עס ווייטאגט, דאס זיך אויסשמועסן מיט א צווייטן, און באקומען יענעמס פארשטאנד, דאס מאכט שפירן דעם מענטש אז ער איז נישט אליין, און עס מאכט אוטומאטיש אז דער מענטש שפירט ווי ער האט 'אראפגעלאדענט' א שווערע פעקל פון זיך. נאך איינער טראגט דעם פעקל מיט זיך, ער איז נישט אליין אין די צרה.

אויב טראכט מען אריין, וועט מען באמערקן אז עס ליגט אונטער דעם גאר א טיפע איינדרוק פונעם אונטער-באוואוסטזיין. ווי שוין אויסגעשמועסט אויבן, ווען עס טוט איינעם עפעס וויי, ליגט אונטער די ווייטאג צוויי ווייטאגן, די מיינונג וואס עס מיינט פאר אים, און די ווייטאג זעלבסט. ווען איינער צוקלאפט זיך אפילו פיזיש, קען זיך פארן מענטש דאכטן אז כאילו ער האט זיך צוקלאפט ווייל דער אויבערשטער האט אים פיינט, און דערפאר האט ער אים אזוי צוגעברענגט אז ער זאל זיך צוקלאפן. פארשטייט זיך, אז אויב שפירט מען אזוי, איז די ווייטאג גאר גרויס, וואס הייסט, דער אויבערשטער האט מיר נישט ליב! ער פאנגט אן שפירן אז ער איז נישט גוט, און קען שוין מאכן חשבונות אז פון יעצט און ווייטער גייט אים זיין מזל מער נישט שפילן. אבער יעצט, ווען ער פארציילט דאס פאר א נאנטע חבר, און דער חבר הערט אים אויס, און ווערט נישט אריינגעשלעפט און זיינע רוישיגע געפילן, נאר הערט אים אויס מיט א רואיגקייט ווי כאילו אלעס איז אקעי, דאן קומט אריבער אזא סארט אונטער-באוואוסטזיניגע מעסעדזש, אז אלעס איז בסדר, דו ביזט בסדר, אלעס וועט ווייטער זיין בסדר, און פארדעם בין איך רואיג און איך ווער נישט אויס מענטש. אפילו דער וואס הערט עס אויס זאגט עס נישט אין ווערטער, איז דאס אבער דער 'אטמעספערא' וואס ער שיקט אריבער צום פארווייטאגטן, און דעריבער באלאנסירן זיך די 'ענערגיעס' צוויישן זיך, און ער קען זיך בארואיגן, וויבאלד ער קען אנהייבן הערן, אז עכט איז יא אלעס בסדר, און עס האט גארנישט געמיינט (אויב וואלט עס געמיינט עפעס געפערליך, וואלט דאך מסתמא יענער אויך געווארן אויס מענטש).

ווען די ווייטאג באקומט צוריק 'נעגעטיווע ענערגיע'

וואס וועט אבער פאסירן אויב דער וואס הערט אויס דעם קינד, צו דער טאטע אדער מאמע, אדער סייווער, ווערט אויך היסטעריש ווען ער הערט די 'שרעקליכע צרה' וואס דא האט פאסירט, און ווען דאס קינד וויינט אז יענער האט אים געטשעפעט, נעמט זיך די מאמע שרייען, אז היתכן ער האט דיך געטשעפעט און איך גיי שוין רופן זיין מאמע אז זי זאל אים אנשרייען! אדער גאר פארקערט, די מאמע שרייט אן דאס קינד, אז מ'דארף נישט וויינען אזוי, ס'איז גארנישט געשען, זיי שטיל וועל איך קענען רעדן מיט דיר! וואס לערענט זיך דאס קינד אויס? אז ווען איך רעד מיך אויס, נעמט זיך א צווייטער אויך וויינען אדער שרייען. דאס מיינט, אז אויב איך וויין, דארף אויך טאלערירן מיין מאמעס געוויינערייען, איך האב אבער נישט קיין כוח דערצו, גענוג וואס איך וויין, דארף איך נאך הערן א צווייטן וויינען? דער אויספיר וואס אזא קינד גייט מאכן איז, אז ס'לוינט זיך נישט זיך אויסצורעדן ווייל 'יצא שכרו בהפסדו', עס מאכט נאר ערגער, נישט בעסער. דער פארלוסט פארן קינד איז אבער, אז ער האט נישט א רואיגע ענערגיע מיט וואס ער זיך קענען פארמעסטן און באלאנסירן.

די רעזולטאטן פון נישט האבן א רואיגע ענערגיע לעבן זיך אין די צייט פון ווייטאג

וואס זענען די רעזולטאטן פון א קינד וואס קען נישט אראפברענגען זיינע רוישיגע געפילן דורך א ווארעמע מאמע? וויאזוי גייט ער זיך בארואיגן? וועט זיך עס אזוי ארומדרייען אגאנץ לעבן? אוודאי נישט, ערגעץ וואו גייט די ענערגיע אראפקומען. אבער עס גייט נישט אראפקומען אזוי ווי איינער וואס האט לעבן זיך א ליבליכע מאמע, נאר עס וועט אראפקומען דורך דעם וואס עס וועט פשוט פלאצן. א מאטאר וואס באקומט נישט קיין אויל עס אפצוקילן גייט אויך איין טאג אויפהערן צו ארבעטן און עס וועט פלאצן פון נישט קענען פארנעמען אזויפיל היץ און אזוי וועט עס אויפהערן צו ארבעטן. אבער לוינט זיך צו ווארטן אז א מאטאר זאל זיך אויסלעשן דורך פלאצן? זיכער אז נישט, ווייל דאס מיינט אז דער מאטאר איז געגאנגען אגאנג, און מען קען עס מער נישט נוצן. עס ארבעט מער נישט. דאס זעלבע פאסירט ליידער, ווען די געפילן פלאצן. די געפילן קומען אראפ, אבער דורך גאנץ אן אנדערע וועג, עס לעשט זיך אויס, אנשטאטס עס בלייבט לעבעדיג.

די וועג וויאזוי געפילן פלאצן אויס, קענען זיין פארשידענארטיג. ביי געוויסע קומט עס ארויס אין א וועג פון זיך מער צאמציען אין זיך, און זיך מער דערווייטערן פון מענטשהייט. דער לאגיק איז קלאר, אויב ווער איך אזוי איבערגענומען און איך האב נישט א וועג וויאזוי אראפצוקומען און זיך 'אפקילן', דאן פארוואס זאל איך לעבן מיט מענטשן און ווערן נאכאמאל וויי געטון און ווייטער זיין פארלוירן וואס צו טון מיט מיר פון גרויס ווייטאג? ענדערש לאמיך מאכן פליטה, זאגן פאר די וועלט 'ביי ביי', לעבן פאר זיך, און אזוי וועל איך האפענטליך נישט האבן צוטון מיט קיין מענטשן וואס זאלן מיר וויי טון, און איך וועל נישט האבן קיין דאגות וואס איך זאל טון מיט ווייטאג. אלעס וועט האפענטליך אריבערגיין בשלום פון היינט און ווייטער.

אן אנדערע וועג וויאזוי געפילן פלאצן אויס, איז אז מען ווערט מער אגרעסיוו צו אנדערע מענטשן. אגרעסיע גיט א געוויסע אילוזיע פאר א מענטש, אז ער קען אזוי 'אפשאקלען' פון זיך אלע נעגעטיווע געפילן און ענערגיעס. עס געט אויך א געפיל אז איך ווער אין 'מאכט' אפצושטויסן אלע מענטשן פון מיר אז קיינער זאל זיך נישט דערווייגן מיר נאכאמאל צו טשעפענען. אנדערש ווי דער פאריגער מענטש וואס האט זיך מער איינגעצויגן אין זיך כדי נישט צו ווערן וויי געטון, וועט דער מענטש מלחמה האלטן מיט די וועלט אז מען זאל אים נישט וויי טון. ער וועט זיך פארשטייפן דאס הארץ און געפיל און נישט האבן קיין מיטגעפיל צו אנדערע, ווייל נאר אזוי וועלן אנדערע זיך נישט דערווייגן צו קומען צו נאנט צו אים. און אזוי שפירט ער זיך מער ווייניגער 'באשיצט' פון אלע 'אריינדרינגערס'.

ביידע פון די וועגן האבן אבער גאר א גרויסן פעלער. עס ארבעט אפשר אויפן מינוט, אבער פארן 'לאנגען טערמין' מאכט דאס אן היבש אסאך שאדן. אויב א מענטש האקט זיך אפ פון געזעלשאפט, דארף איך נישט זאגן וואס דאס מיינט, ער פארלירט קאנטאקט מיט מענטשן, מיט רעאלעטעיט, און ער ברענגט אויף זיך אנדערע ווייטאגן, ווי... זיין אליין אויף דער וועלט אן קיין נאנטע פריינד. איבריג צו זאגן אז דער אגרעסיווע וועג האט אויך זיינע קאנסעקווענצן. אויב איינער ווערט אגרעסיוו, האקן זיך די ארומיגע אפ פון אים און צום סוף בלייבט ער אויך אליין, וואס דאס איז א ווייטאג פאר זיך.

די נייע ווייטאג קען צוברענגען נאך ווייטאג, ווייל דער ווייטאג האט אויך נישט קיין רואיגע געלאסענע באלאנסירטע ענערגיע וואס זאל אים באלאנסירן, און דעריבער וועט די ווייטאג וואקסן אויף הייבן. אין ערגסטן פאל קען די נייע ווייטאג צוברענגען דעם מענטש צו גאר קאמפלעצירטע זעלישע פיין און ווייטאג, מיט געוויסע 'דיסארדערס'.

דאס אלעס קען אבער אויסגעמיטן ווערן, ווען גלייך ביים ערשטן ווייטאג, ווען דער מענטש טרעפט זיך מיט די רוישיגע וועלט, וואס זעלישע פיין איז אן אומאויסמיידבארע טייל פון איר עקזיסטענץ, טרעפט ער איינעם וואס פארשטייט צו זיינע געפילן, הערט אים אויס, בארואיגט אים, געט אים חיזוק, און אזוי שפירט ער אז אפילו ער האט ווייטאג, האט אייינעם צו זיין זייט וואס העלפט אים דורכשוויצן דעם דורכגאנג. דאס העלפט אז אנשטאטס דער מענטש זאל זיך בארואיגן דורך אויספלאצן מיט זיינע געפילן, קען ער זיך בארואיגן דורך לעבן 'מיט' די געפילן, און וויסן אז עס איז דא וועג וויאזוי מען קען עס 'דורכשוויצן' און עס איז נישט עק וועלט. מען דארף זיך נישט דערשרעקן ווען מען האט ווייטאג.

צוריק צום ערשטן עפיזאד וואס מיר האבן פארציילט פון יענקעלע מיט זיין פיצא (אינעם ערשטן ארטיקל פון דעם סעריע, שיעור ט"ו פונעם אלגעמיינעם סעריע). די ערשטע ריאקציע פון די עלטערן זענען געווען מיט היסטעריע, וואס דאס האט נאר אויפגעברויזט יענקעלען אז ער זאל זיך נעמען מער שטויסן און גיין שלאפן צוקלאפטערהייט און אויסגעשעפט. די צווייטע ריאקציע פון די עלעטערן איז געווען מיט רואיגקייט אן קיין שרעק פון יענקעלס טענטראמס. די רעזולטאט דערפון איז געווען, אז נאך אפאר שעה האט זיך יענקל געקענט בארואיגן און צום סוף גיין שלאפן רואיגערהייט.

'ענערזשי הילינג' – צו טרעפן דער קעגנזייטיגע פאזאטיווע כוח וואס זאל באלאנסירן די נעגעטיווע געפילן

דער זעלבער קינד וואס טוט פון יונגווייז אן זיכן זיין מאמע ווען ער איז פארווייטאגט, טוט דאס אויך זיכן ווען ער איז 30-40 און אפילו 80 יאר אלט. ווי מער פארווייטאגט א מענטש איז, אלס מער טוט ער לעכצן פאר אביסל 'פאזאטיווע ענערגיע' וואס איז פונקט דאס פארקערטע נעגעטיווע ענערגיע פון אים. דאס איז דער שליסל וואס טוט העלפן א מענטש ארויסקריכן פון זיין ווייטאג ווי פון זיך אליין. דאס איז דער 'פינטל' פון 'ענערזשי הילינג' – צו האבן א רואיגע ענערגיע וואס זאל זיך צאמרייבן מיט די נעגעטיווע פארווייטאגטע ענערגיע דורך האבן איינעם אדער עפעס לעבן אים וואס איז נישט אריינגעשלעפט אין זיין געפילישן וועלטל. ווען דאס פאסירט האט דאס די 'קונסטליכע איינדרוק' אז די נעגעטיווע געפילן צולאזן זיך פון זיך אליין.

ווען איר הערט די ווערטער פון איינעם אז 'איך דארף עמאושענעל הילינג / עמאציאנאלע היילונג', מיינט יענער צו זאגן, איך דארף דאס וואס איך געוויסט וויאזוי עס צו טון ווען איך בין צוויי יאר אלט. איך דארף איינער וואס קען האבן רואיגע געלאסענע ענערגיע, און קען באשטיין צו זיצן מיט מיר צוזאמען כדי עס זאל זיך צאמטרעפן מיט מיינע נעגעטיווע געפילן, און אזוי זאל איך מיך קענען היילן. דאס איז וואס יענער לעכצט אזוי שטארק צו באקומען. אויב איז די ארבעט סוקסעפול, מיינט דאס אז אין געוויסע וועג האט עס יענער טאקע באקומען.

נו, אויב אזוי וועט איר דאך אוודאי פרעגן, איז דאך זייער קלאר וויאזוי צו היילן א נפש. וואס ברויך מען האבן די אלע פארשידענארטיגע מעטאדן אויסצוהיילן איינעמס ווייטאג, מען שמועסט זיך אויס און מעגן גייט ווייטער? ס'איז ממש איינס צוויי.

דער ענטפער אויף דעם וועט מען אי"ה ערקלערן אינעם קומענדיגן שיעור, און מיט דעם וועט איר פארשטיין וואס די אלע מעטאדן טוען אויף, וואס פון סתם אויסהערן פאסירט נישט.

אין קורצן:
• היץ דארף זיך באלאנסירן מיט עפעס 'קאלטס'.
• נעגעטיווע געפילן וויל זיך באלאנסירן מיט רואיגע געלאסענע פאזאטיווע ענערגיע וואס קומט ארויס ווען איינער הערט אים אויס מיט א רואיגקייט.
• אויב ווערט דער 'אויסהערער' היסטעריש, דאן איז דא 'צוויי' נעגעטיווי ענערגיעס, און די ווייטאגליכע ענערזשי בלייבט קאכן.
• אויב די נעגעטיווע ווייטאגליכע ענערגיע בלייבט קאכן, דאן בארואיגט זיך די ווייטאג, דורך אויספלאצן און זיך אויסברענען פונקט ווי א מאטאר ברענט צום סוף אויס אויב האט עס נישט די נויטיגע מיטלען עס אפצוקילן.
• עס קער ארויסקומען דורך זיך 'צומאכן' פון די וועלט, אדער ווערן מער אגרעסיוו צו די וועלט.
• ענערזשי הילינג פאסירט ווען אפילו אן ערוואקסענע מענטש באקומט אין א געוויסע וועג פאזאטיווע ענערגיע וואס באלאנסירט זיין נעגעטיווע ענערגיע.
• ווען דאס פאסירט, דאן לאזן זיך די געפילן אויף ווי פון זיך אליין.
• 'עמאושענעל הילינג' איז דאס וואס א מענטש זיכט און לעכצט אז איינער זאל אים אויסהערן און פארשטיין און אזוי באקומען א פלוס פון פאזאטיווע ענערגיע.

הערות דא
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור כ"א - וואס איז עכט ענערזשי הילינג ח"ז – א טאטע און א קינד אין איין קערפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

מען גייט צום טערעפיסט – דער טערעפיסט ברענגט א פאזאטיווע ענערגיע

אינעם פאריגן שיעור האבן מיר ארויסגעברענגט א גאר שטארקע נקודה צו פארשטיין וואס איז דאס 'עמאציאנאלע היילונג' און בעיקר וויאזוי דאס קלאפט אויס אין 'ענערגיע היילונג'. מיר האבן ארויסגעברענגט אז נאטירליכערהייט ווען א קליין קינד שפירט זיך פארווייטאגט, וועט עס גייט צו אן ערוואקסענעם פערזאן זיך אויסרעדן, און איינמאל עס שפירט ווי איינער האט אים פארשטאנען, און באקומט א גלעט אויפן בעקעלע, וועט זיך דאס קינד בארואיגן. פארוואס ארבעט עס אזוי? דאס האבן מיר ערקלערט אלס א געזעץ אין די נאטור, אז יעדע היציגע זאך, דארף האבן א 'אפקילונג סיסטעם', און דער וועג וויאזוי די 'צוהיצטע' פארווייטאגטע ענערגיע בארואיגט זיך, איז ווען די נעגעטיווע ענערגיע קלאפט זיך צאם מיט א פאזאטיווע ענערגיע, איינער וואס הערט אויס, און ווערט נישט אריינגעשלעפט אינעם נעגעטיווע ענערגיע פונעם פארווייטאגטן קינד.

ווען מ'ווערט עלטער, וויל א מענטש די זעלבע זאך וואס מ'האט געוואלט אלס קינד. ווען א א 50 יעריגער מאן, וואס איז שוין היינט א זיידע, ווערט פארווייטאגט מיט דעם אז זיין ווייב, די באבע, האט אים גוט אריינגעפארן פארן איבערטון די זעלבעט טעותים וואס ער האט געטון שנה ראשונה, דאן וויל דער 50 יעריגער זיידע איינער וואס זאל אים אויסהערן און פארשטיין, און אים געבן די רואיגע ענערזשי כדי ער זאל זיך קענען בארואיגן פון דעם שטאך. אויב האט ער נישט קיינעם לעבן זיך, דאן וועט ער בלייבן פארווייטאגט, און אז דער ווייטאג בלייבט לעבן אין זיך, ווערט ער דערביטערט, און מיט די צייט דערזעט זיך אן א 'פארביטערטע זיידע' וואס האט נישט קיין געדולד צו זיינע אייניקלעך. די 'היץ' אין זיך בלייבט זידן, און האט נישט די וועג ארויס.

וואס טוט דער מענטש אין אזא פאל? דער היינטיגער דור איז געבענטשט מיט געטרייע טערעפיסטן וואס זענען גרייט אויסצוהערן צובראכענע אידן. אויב דער זיידע קען זיך נישט אויסרעדן צו די באבע, ווייל דער באבע אליינס איז דאך דער וואס האט אים דא וויי געטון, דאן איז דא א מעגליכקייט צו באקומען א ווארעמען געפיל פו א צווייטן, צו א ידיד וואס ווייסט וויאזוי אויסצוהערן, אדער א טערעפיסט וואס לייגט צו אן אוזן קשבת צו זיין קליענט און פראבירט אים צו העלפן וואס ער קען.

די השפעה וואס דער טערעפיסט האט אויף זיין קליענט, איז א פשוט'ע 'ענערזשי הילינג', דער פאזאטיווע ענערזשי וואס דער טרעפיסט האט אין דער זעלבער צייט וואס זיין קליענט זינקט זיך אין 'נעגעטיוויטי', דאס טוט זיך 'צאמשטויסן' און וועט – אין רעגלמעסיגע אומשטענדען – אראפברענגען, אדער דארף ווען קענען אראפברענגען (ווי מיר וועלן באלד ערקלערן), די אינטענסיווע געפילן וואס רוישט אין זיין קליענט, און אזוי שפאצירט דער קליענט ארויס פונעם טערעפיסטס צוממער א צופרידענדער רואיגער מענטש.

די וויכטיגקייט אז דער טערעפיסט זאל זיך קענען האלטן אפגעטיילט פונעם קליענטס דורכגאנג

דערפאר, איז איינע פון די וויכטיגסטע באשטאנדטיילן וואס א טערעפיסט וואס הערט אויס מענטשן, דארף קענען האבן, איז די מעגליכקייט פון זיך קענען אפהאלטן 'אפגעטיילט' פונעם קליענטס רוישיגע געפילן, ווען אין די זעלבע צייט איז ער אפן מיט א ווארעמקייט, סימפאטיע און רחמנות אויף וואס זיין קליענט גייט אדורך. 'אפגעטיילט' מיינט, אז ווען זיין קליענט באקלאגט זיך אויף זיין ווייב וויאזוי זי קען זיין אזוי אכזריות'דיג, ווערט נישט דער טערעפיסט אויפגעהייטערט אז "היתכן, וויאזוי קען א ווייב אזאנס טון פאר איר מאן? אן אכזרת'ע, מ'דארף איר אריינלייגן אין משוגעים הויז, זי איז א BPD און מ'דארף איר שוין מסדר זיין...!" ניין, דער טערעפיסט ברויזט נישט, נאר ער ווייסט גלייך, אז אפילו דער מאן איז נעבאך אזוי צוקלאפט, איז קלאר דא א וועג ארויס פון דעם פלאנטער, מ'דארף נאר האבן די אויגן און קאפ אפן צו זען וויאזוי געט מען זיך אן עצה דא, און דעריבער פעלט נישט אויס צו זיין אזוי איבערגענומען, וויבאלד דער לייזונג ליגט אונטער די נאז. דער קליענט זעט עס נישט ווייל ער איז זייער איבערגענומען מיט זיין ווייטאג, אבער דער טערעפיסט וואס איז 'אינדרויסן' פונעם בילד, קען עס יא זען.

אין די זעלבע צייט אבער, זיצט נישט דער טערעפיסט ווי אן אייז קאלטער פארשוין וואס לאכט פון זיין קליענט פאר אזעלעכע נארישקייטן, נאר פארקערט, ער איז אפן מיט א רחמנות געפיל פארן קליענט אז דאס איז א מענטש, דער מענטש וואס איז א צלם א-לקים, ער איז יעצט אין פיין און זעט נישט די אנדערע זייט פונעם מטבע, אבער וויבאלד ער איז א מענטש, קומט זיך אים אז איך זאל אים שעצן אין יעדע מצב וואו ער געפינט זיך. דאס געט צו צו די 'נעגעטיווע פאזאטיווע קאנטראסט ענערגיע' וואס איז דא צווישן דעם טערעפיסט און דעם קליענט, און דאס טוט ערמעגליכן פארן קליענט צו האפענטליך קענען ארויסקומען פון זיין קלעם און טרעפן א לייזונג צוזאמען מיטן טערעפיס.

צוויי מיינונגען – צוויי ענערגיעס

מען פארציילט אז אמאל האבן פרייע עלעמענטן פארפירט אין עפעס א חרדישע פלאץ, און די 'קנאים' זענען געווארן זייער אנגעהיצט, היתכן די פרייע ציונים קומען אריין און פארפירן (איך געדענק נישט פונקטליך וואס דער נושא איז דעמאלטס געווען), און מען איז ארומגעגאנגען אויפגעקאכטערהייט צו די רבנים אין ארץ ישראל זאלן אינדארסירן דעם 'פראטעסט' וואס זיי ווילן דורכפירן 'ביד רמה'. דער פלאן איז געווען אז מ'גייט ארויסגיין און פארשרייען די חילול השם וואס די פרייע האבן אנגעמאכט. ווען מען איז אריין צום פריערדיגן בעלזא רב, ר' אהרן זצ"ל, האט דער בעלזא רב, זעענדיג די וועג וויאזוי זיי גייען צו צו די מערכה, נישט געוואלט געבן זיין הסכמה. ער האט ערקלערט אזוי, ווען עשו האט זיך איבערגעבעטן מיט יעקב אין פ' וישלח, און האט געבעטן יעקב זאל מיטקומען מיט אים צוזאמען קיין שעיר, האט יעקב אבינו אים אפגעזאגט, און האט געזאגט פאר עשו, יעבור נא אדוני לפני עבדו 'ואני אתנהלה לאתי' וכו'. שטעלט זיך די פראגע, וואס האט יעקב אבינו אזוי מורא געהאט צו גיין צוזאמען מיט עשו, און וואס ענדיגט ער צו אז 'ואני אתנהלה לאטי', וואס א חילוק וויאזוי יעקב וועט גיין, צו שטייט צו שנעל? נאר וואס דען, האט דער בעלזא רב זי"ע ערקלערט, דער רשע עשו האט געקענט באשטיין אז יעקב זאל מיטגיין מיט אים אויף זיין 'ענערגיע' צוהיצט און צוקאכט, ער קען באשטיין אז ער זאל בלייבן יעקב, אבער גייט 'צוזאמען מיט מיר אויף מיין וועג מיט מיין ענערגיע', ווייל עשו ווייסט אז איינמאל מ'גייט אויף זיין ענערגיע, און יעקב פארט 'מיט' מיט עשו, וועט זיך יעקב פארלירן און ביים ענדע וועט אים עשו אריינכאפן אין זיין נעץ. דערפאר האט אים יעקב געזאגט, דו גיי פאראויס, אבער איך גיי גיין 'שטייטלעך און פאמעלעך' אנדערש פון דיין 'ווילדע עשו' ענערגיע, און אזוי וועל איך קענען בלייבן יעקב.

האט דער בעלזא רב אויסגעפירט, אויב די קנאים גייען ארויס צו די פרייע מיט די זעלבע צוהיצטע ענערגיע ווי די פרייע, דאן איז דער פרומער אין א סכנה צו ווערן א פרייער, און דער פרייער האט געוואונען. דער פרייער האט געוואונען דעם פרומען אים אריינצושעלפן אין זיין ענערגיע. א פרומע איד גייט אין די וועגן פון יעקב, 'ואני אתנהלה לאתי', מ'גייט שטייט און פאמעלעך מיט א רואיגקייט, און אזוי קען מען באזיגן דעם פרייען. אבער וויבאלד עטס ווילטס גיין מיט א קאך און צוהיצט, דערפאר וויל איך נישט מיטגיין מיט דעם.

איך ווייס נישט אויב ביי אלע פראטעסטן האט דער בעלזא רב אזוי געהאלטן, און פארשטייט זיך אז יעדע מצב איז זיכער אנדערש, אבער וואס איז וויכטיג פאר אונז, איז צו געדענקען דעם רעיון, אז אויב איינער איז צוקאכט און שרייט, דאן קען מען גרינגערהייט ווערן אריינגעשלעפט אין יענעמס ענערגיע און פארלירן דעם 'זיך'. וואס מען דארף געדענקען איז, אז דער בעסטער געשאנק וואס מען קען געבן פאר איינעם אין א קלעם, איז אויב מען בלייבט 'זיך', מען בלייבט רואיג און 'דא'.

עס ארבעט נישט נאר ביי פראטעסטן, עס ארבעט אלעמאל אפילו ווען צוויי מענטשן טענה'ן זיך איבער עפעס. איך האב אמאל מיטגעהאלטן א דעבאטע פון דריי מענטשן איבער א געוויסע טעמע, צוויי מענטשן קעגן איינער. דער איינער האט פארגעלייגט זיין מיינונג איבערן טעמע און די אנדערע צוויי האבן ארויסגעבערענגט זייער מיינונג. ערגעץ וואו האט זיך דער איינער זייער צוקאכט איבער זיין מיינונג און פראבירט איבערצורעדן די אנדערע צוויי אז זיי זאלן האלטן ווי אים. איינע פון די צוויי האבן זיך אנגעהויבן צוריק צו טענה'ן אז ער זאל האלטן ווי זיי און פראבירט אויפווייזן פאר יענעם אז ער איז נישט גערעכט. די לופט איז געווארן זייער אנגעהיצט, און ביז א צוויי מינוט איז דער שמועס געגאנגאנן אויף גאר הויכע טענער. זיי האבן געשריגן איינער אויפן צווייטן, נישט געלאזט אויסרעדן, אז ערגעץ וואו האבן ביידע געשריגן צוזאמען אז קיינער האט ניטאמאל געהערט וואס דער אנדערע זאגט, אבער קיינער האט נישט געוואלט נאכלאזן. ס'איז געווען ששון ושמחה אז ס'האט אויסגעזען ווי ס'גייט נישט נעמען קיין עק.

דער צווייטער פון די אנדערע זייט איז געווען זעט אויס אביסל קלוגער ווי זיי ביידע, און מיטאמאל הערט מען א שטילע רואיגע שטומע רעדן פון צווישן די שרייעדיגע טענער מיט א מורא'דיגע איינגענעמקייט. ער רופט זיך אן פאמעלעך, "פייבוש... פייבוש... פארוואס טאקע האלסטו אזוי...?" מיט א מורא'דיגע העפליכקייט, ווי איינער וואס איז עכט דא אויסצוהערן. קודם האט אים קיינער אפילו נישט געהערט, אבער ער האט נישט נאכגעלאזט. און ביז עטליכע סעקונדעס, האבן ביידע צוביסליך אנגעהויבן הערן עפעס א שטומע אונטער די קוליסן. זיי האבן ווייטער געשריגן, און דער איינער האט נישט נאכגעלאזט, נאר ווייטער גערעגט איידל און געלאסן. צוביסליך איז שטולער געווארן, און דער רואיגער האט איבערגענומען די לייצעס. נאך צוויי מינוט איז דער רואיגער ארויסגעקומען א זיגער, ווען דער פון די אנדערע זייט האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן, און אזוי, אדאנק זיין רואיגע צוגאנג, האט ער באוויזן אראפצוברענגען די היץ, און ארויסגיין דער געוואונער.

ס'איז נישט קיין סוד, אז טאטעס און מאמעס וואס ארבעטן אויף זיך און בלייבן 'דא' און רואיג ווען די קינדער פארפירן, וואקסן די קינדער אויף סאך מער געזונטער, ווי עלטערן וואס ווערן אריינגעשלעפט און פארלירן זיך אין די קינדערס טענטראמס. קינדער ביי וועמען די עלטערן זענען געווארן פארלוירן, שפירן זיך סאך מער אומזיכער מיט זיך און האבן נישט די זעלבסט-ווירדע אין זיך, אז זיי קענען זיך קאנטראלירן אין אנגעצויגענע צייטן. קינדער פון מער רואיגער עלטערן, וואקסן אויף מיט די געפיל אז אפילו א שווערע דורכגאנג, קען מען אויך דורכמאכן און ס'איז נישט שרעקעדיג, והא ראיה, מיינע עלטערן זענען אויך געבליבן רואיג.

סתם רעדן און מחזק זיין / מעטאדן, העלפט נישט – פארוואס?

יעצט אז מ'פארשטייט שוין וואס דער עכטע אפטייטש פון 'ענערזשי הילינג' איז, וועט דאך יעדער איינער, לכה"פ איינער וואס איז שוין אריבער אביסל טערעפי, זיך פרעגן אן אינטרעסאנטע פראגע, און מיט רעכט. שטומט מיין טעאריע מיט די מציאות? איז דאס טאקע די ווארהייט וואס פאסירט אינעם טערעפיסטס ציממער? מענטשן היילן זיך אזוי רעכטס און לינקס פון שווערע קלעמענישן, בלויז פון זיצן מיט א טערעפיסט און די ענערזשיס רייבן זיך צאם? וויפיל מאל הערט מען אז איינער איז אפגעזעצן יארן ביי זיין טערעפיסט און גארנישט האט זיך נישט גערירט, און אפילו עפעס האט זיך יא גערירט, איז דאס ממש מינומאל, און קומט נישט אן צו די רעזולטאטן וואס דער קליענט האט עכט געוואלט שפירן? און דער קליענט וויינט מיט טרערן, אז ער איז געזיצן אזוי לאנג ביים טערעפיס, און דער 'די איינציגסטע הילף' וואס ער האט באקומען פינעם טערעפיסט, איז נאר אז ער האט אים אויסגעהערט און מחזק געווען, אבער ס'האט גארנישט געטוישט זיין מצב. איז וואס גייט דא פאר? לכאורה האט ער דאך באקומען דעם אזוי געווינטשענעם 'ענערזשי' פון זיין טערעפיס, איז פארוואס שפירט ער אז ער האט 'גארנישט' באקומען?

איז וואס גייט דא פאר? וואס נאך פעלט אויס אז דער היילונג פראצעדור זאל זיין סוקסעפול?

איינער וואס ווייסט יא אביסל וואס ענערזשי הילינג איז, הייבן זיך זיכער זיינע אויגן-ברעמען און פרעגט מיט וואונדער, וואס? דאס איז די גאנצע ענערזשי הילינג? איך ווייס אז ווען מ'טוט ענערזשי הילינג, קלאפט מען סלח-לנו אויף די שטערן אויף די נאז, אדער מ'קייטעלט און מ'פרעגט די קייטל וואס באדערט מיך? און דערווייל פארצייל איך דא גאר עפעס אנדערש, מ'זיצט מיט א טערעפיסט און עס פאסירט פון זיך אליין ענערזשי הילינג, וואס גייט דא פאר?

איז לאמיר דא אריינגיין אין גאר א וויכטיגע טעמע, וואס איז דער גאנצע 'טערעפי ביזנעס' וואס איז היינט געווארן? פארוואס זיכט יעדער איינער נייע טאקטיקן וויאזוי איבערצוקומען שווערע געפילן, פארוואס טאקע איז נישט גענוג וואס אונזערע חז"ל האבן אונז אויסגעלערענט, דאגה בלב איש ישיחנה, פארוואס דארף מען אויך CBT אדער גאר coherence therapy וואס מיר האבן ערקלערט אין אונזערע שיעורים?

דער מעטאד איננער טשייעלד ווארק – דער טאטע מיטן קינד אין איין קערפער

איינע פון די ערשטע מעטאדן צו ארבעטן דורך די 'מיינד-באדי/ענערזשי' צוגאנג, איז געווען א מעטאד מיטן נאמען 'איננער טשייעלד ווארק' (Inner Child Work). וויאזוי ארבעט איננער טשייעלד ווארק? דער קאנצעפט וואס דער מעטאד האט אונטער זיך איז, אז דער גרונדער האט אנגעהויבן אנערקענען, אז עס איז ריכטיג אז א קינד גייט נאטירלעך צו זיינע עלטערן צו באקומען ערהוילונג, אבער ווי עלטער מען ווערט אין דער צייט וואס מען בלייבט פארוואונדערט, בלייט דאס 'קינד' אין זיך לעבעדיג, אבער פארשטעקט זיך אונטער א שלייער פונעם ערוואקסענעם. דאס מיינט, אז דאס קינד וואקסט אונטער, אבער וואקסט אויף ווי 'צוויי מענטשן'. ווען ער איז שוין צוואנציג יאר אלט, איז נאר א 'טייל' פון אים צוואנציג יאר אלט, אבער אן אנדערע 'טייל' אינעם זעל, איז געבליבן דריי יאר אלט.

וואס פאסירט איז, אז אפילו איינער וועט זיצן ביים טערעפיסט פאר הילף, וועט דער טערעפיסט נישט כאפענדיג נאר רעדן צום צוואנציג יעריגן ערוואקסענעם. דער פאבלעם איז אבער, אז דער וואס דארף עכט די הילף, איז דער באגראבענעם דריי יעריג קינד וואס פונקט וואו עס האפט און ווארט אז משיח זאל קומען, ווארט עס אויך און האפט אויף די טאג, ווען ס'וועט קומען איינער און אים ארויסנעמען פון זיין פארביטערטן קלעמעניש. דער דריי יעריג קינד ווארט אז איינעם זאל אים זען און אנהייבן רעדן צו אים, דאס זעלבע אזוי ווי ס'האט געווארט ביי דריי יאר, ווייל דאס איז וואס ער זיכט – פארשטאנד. די ווערטער וואס ער שרייט שוין פאר זיבעצן יאר איז, "וואו איז דער ערוואקסענער פארזאן, וואס וועט זיצן לעבן מיט מיט א רואיגקייט און בארואיגן מיינע ווייטאגן?"

אין אנדערע ווערטער, מען האט אנגעהויבן כאפן, אז ווען איינער קומט זיך אויסרעדן צום טערעפיסט, איז עס נישט דיירעקט פארבינדען מיט וואס ער מאכט מיט יעצט אין לעבן, ווייל דאס וואס ער מאכט יעצט מיט, וואלט מען אפשר געקענט גרינגערהייט בארואיגן. דער אורזאך פארוואס דער מענטש טרעפט נישט קיין רואיגקייט אין זיך נאך יארן טערעפי, איז וויבאלד דער זעלבער ווייטאג וואס טוט זיך אפ יעצט ביי די צוואנציג, האט זיך שוין אפגעטון ביי די 3, אבער דער דריי יעריג קינד איז זייער פארשטעקט, אז ער האט נאך קיינמאל נישט באקומען וואס ער האט געדארפט, און דעריבער שפירט זיך דער היינטיגער צוואנציג יעריגער צוריסן אין קאנפליקטן, פון איין זייט שפירט ער ווי אן ערוואקסענעם, אבער פון די אנדערע זייט ריאגירט ער צו זיין מצב ווי א דריי יעריג קינד, און דער ווייטאג איז זייער גרויס, אן דעם וואס מען זאל אפילו קענען בארואיגן דעם דריי יעריגן.

איז וואס טוט מען דא? וויאזוי רעד מען צום דריי יעריג קינד ווען ער איז אזוי צוקוועטשט? וואלט מען ווען געקענט טרעפן א וועג אריין צו אים, וואלטן ביידע – סיי דער צוואנציג יעריגער און סיי דער דריי יעריגער – אויפגעראכטן געווארן.

איז מען אויפגעקומען מיטן מעטאד פון איננער טשייעלד. דער אויפטו פון דעם מעטאד איז צוויי פאכיג, איינס מען ברענגט ארויף דעם צווקוועטשטן קינד, צוויי, מען לערענט אויס פאר דעם צוואנציג יעריגן ערוואקסענעם וויאזוי צו זיין דער 'טאטע' פון דעם קינד, אזוי אז אין איין קערפער פאברעצירט זיך דער 'מאטאר מיט די אויל' וואס קילט עס אפ. דער טאטע ווערט דער 'איננערליכע טערעפיסט' פונעם קינד, אזוי אז דער קינד שפירט אז ער האט אלס צו וועמען צו רעדן און באקומען אויפמערקזאמקייט, ס'איז טאקע נישט אן אינדרויסענדיגער טאטע, נאר א טאטע פון אינעווייניג, וואס איז סאך מער ווירקזאם ווי אן אינדרויסענדיגע טאטע, וויבאלד ער האט אים אלס מיט זיך.

וויאזוי ברענגט מען ארויף דעם קינד? אויף דעם האבן זיי אסאך מעטאדן. איינע פון די מעטאדן איז, אז מען שרייבט מיט די לינקע האנט אויף א פאפיר וואס ס'קומט זיך אונטער אויף ארויסצוברענגען א געוויסע געפיל. וויבאלד דער געפיל איז מער קינדעריש, דעריבער קומט דאס בעסער ארויס מיטן שרייבן מיט די לינקע האנט. די רעכטע האנט שרייבט מער מיט 'שכל' און אויסגערעכענט, אבער אויף די לינקע האנט איז שווערער צו האבן קאנטראל, און דעריבער איז עס מער געפיליש. עס זענען דא נאך מעטאדן, אבער דאס ברענגט ארויס דעם געדאנק.

איינמאל מען האט עפעס א געשרייבאכצט וואס סימבאלאזירט דעם צובראכענעם געפיל, פאנגט דער מענטש אן צו רעדן צום געפילישן סימבאל ווי א טאטע רעד צו זיין קינד. ער קען אים זאגן, "בארואיג דיך, איך פארשטיין דיין פיין, איך בין מיט דיר, איך הער דיך אויס וכו' וכו'," און אזוי איז צום האפן אז דער קינד וועט באקומען זיין 'פאזאטיווע ענערגיע', און דער ערווארקסענע וועט זיך שפירן רואיגער אין לעבן מיט זיין קינד אין זיך.

איז אויף דערווייל זענען מיר כאטש מיט איין שטאפל ווייטער ווי סתם רעדן צו איינעם און אים בארואיגן. סתם רעדן וועט נישט העלפן, אבער רעדן צום קינד, ווי אויך העלפן אז דער ערוואקסענער זאל ווערן דער טאטע פונעם קינד, דאס קען שוין אביסל מער ווירקזאם.

אבער צו דען? איז דאס טאקע דער גאנצע ענטפער פארוואס סתם רעדן העלפט נישט? נישט אינגאנצן. מיט די יארן האט זיך אויסגעוויזן, אז דער מעטאד ארבעט אויך נישט ווי ערווארטעט. פארוואס נישט?
דאס וועלן מיר ערקלערן אי"ה אינעם נעקסטן שיעור.

אין קורצן:

• א קינד גייט נאטירליך צו זיינע עלטערן פאר עמאציאנאלע היילונג.
• א טערעפיסט נעמט איבער די ראלע צו זיין דא פאר זיין קליענט פאר עמאציאנאלע היילונג.
• ס'איז וויכטיגע אז דער טערעפיסט זאל קענען ברענגען פאזעטיווע ענערגיע פאר זיין קליענט וואס וועט זיך אנרייבן אין זיין קליענט נעגעטיווע ענערגיע.
• כדי דער טערעפיסט זאל האבן די ריכטיגע פאזאטיווע ענערגיע, איז וויכטיגע אז דער טערעפיסט זאל זיך קענען האלטן אפגעטיילט פון די רוישיגע געפילן פונעם קליענט.
• אויב ווערט דער טערעפיסט אריינגעשלעפט אינעם קליענטס רוישיגע וועלט, דאן וועט אים זיין זייער שווער צו געבן פאר זיין קליענט די ריכטיגע באלאנסירטע היילונג.
• אין סייוועלכע שטאנד צוויי מענטשן קומען זיך צוזאמען מיט פארשידענע מיינונגען, וועט אלס דער מיט די פאזאטיווע ענערגיע האלטן די לופט באלאנסירט און מעגליך אויך געווינען.
• פראקטיש גערעד אבער, זעט מען נישט אז אלעמאל וועט דער טערעפיסט מצליח זיין מיט זיין קליענט מיט בלויז רעדן און מחזק זיין.
• דער מעטאד פון 'איננער טשייעלד' – צאמברענגען דעם קינד און דעם ערוואקסענעם זאלן קומען צום טיש צוזאמען.

הערות דא
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור כ"ב - וואס איז עכט ענערזשי הילינג? – ח"ח - די 'שיכטן פון צוויבל' ארום דעם ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

ווען דאס קינד לאזט נישט צוקומען צו זיך

אינעם פאריגן שיעור האבן מיר אנגעהויבן ערקלערן דער מעטאד פון "איננער טשייעלד ווארק". מיר האבן ערקלערט דעם פראבלעם ווען עס קומט צו אקטואלע טערעפי סעסיעס. ריכטיג אז א מענטש וויל זיך אויסרעדן און באקומען סימפאטיע פונעם צוהערער, אבער 'פאקטיש גערעד', ווען איינער קומט אריין צו א טערעפיסט און רעד זיך אויס זיינע אנגסט און פאניק געפילן, דאן העלפט נישט בלויז זיך דאס אויסרעדן. ניטאמאל העלפט דאס וואס דער טערעפיסט פראבירט אים אויפצוקלערן אז "זארג דיך נישט, אלעס וועט זיך אויסארבעטן צום גוטן, דער אויבערשטער וועט דיר אלעס צושטעלן וואס דו דארפסט," די אלע סארט בארואיגונס מיטלען העלפן נישט. מיר האבן ערקלערט אז דער אורזאך פאר דעם איז, אז אונטער דעם ענקזייעטי איז פארשטעקט א קינד וואס וויינט, אין דער צייט וואס דער 'ערוואקסענע' פערזאן איז נישט דער וואס איז עכט פארווייטאג. מער ריכטיג איז צו זאגן, אז דער ערוואקסענער איז צובראכן און דערשראקן אז עפעס א קינד אין זיך איז צושטרויבעלט און קען נישט קומען צו זיך, אבער דער פראבלעם איז דער פארשטרויבעלטער קינד וואס בלוטיגט פון ווייטאג.

איז וואס דער עצה? דער עצה איז צו טרעפן א וועג וויאזוי אנצוקומען צום קינד זעלבסט. איינמאל מען קען רעדן צום קינד, דאן וועט זיין סאך גרינגער אים צו קענען העלפן. איננער טשייעלד ווארק האט ערפינדען פארשידענע מעטאדן וויאזוי אנצוקומען צום קינד, צו דורך קאלירן (יא, א דרייסיג יעריגער נעמט זיך א קרעיאן אין די האנט, און קאלירט ווי א דריי יעריגער), שרייבן מיט די לינקע האנט, אלע די מעטאדן וועקן אויף דעם קינד. עס איז שווער צו שרייבן מיט די לינקע האנט, עס שפירט זיך היבש ארויס פון קאנטראל ווי ווען מען שרייבט מיט די רעכטע האנט, און דעריבער קומט דאס קינד ארויס אויפן פאפיר, ווייל דאס קינד איז מער א 'קינד' וואס איז נישט אין קאנטראל, דאקעגן דער ערוואקסענער איז שוין מער אין קאנטראל. איינמאל מען האט די ענערגיע פונעם קינד אינדרויסן, קען מען טון דאס וואס מען האט ערקלערט ביז היינט, מען איז אים/איר מחזק, מען זאגט אים אז מען איז דא פאר אים/איר, מ'לאזט אים נישט אליין, ס'וועט זיין גוט, און עס איז צום האפן אז יעצט וועט דער קינד באקומען עפעס א געפיל וואס ער האט נישט באקומען אלס קינד, און אזוי וועט עס שפירן מער רואיגער.

מיר האבן אויך אראפגעשטעלט א וויכטיגע יסוד, אז עס איז מעגליך אז דער מענטש אליין זאל קענען ווערן דער 'אפקיל סיסטעם' פארן פאררויכערטן געפיל. דער ערוואקסענער נעמט איבער די ראלע פונעם טערעפיסט/טאטע-מאמע, און טוט רעדן צום קינד און אים בארואיגן. דער 'דאגה בלב איז ישיחנה' פאסירט יעצט אינעם מענטש זעלבסט.

דער פראבלעם מיט דעם מהלך איז, אז ווי נישט ווי האט דאס נישט מצליח געווען גענצליך צו בארואיגן דעם זעל. דער מענטש איז ווייטער געבליבן מיט זיין קלעם/ענקזייעטי/דעפרעסיע וכו'. אפילו אויב עס איז אביסל לייכטער געווארן, האט אבער פארט דער מענטש נישט געשפירט פולקאם 'רואיג מיט זיך'. און דער פראגע שטעלט זיך, וואס גייט דא פאר? וואס נאך דארף פאסירן פאר א פולקאמע ערהוילונג?

דער ענטפער אויף דעם איז, אז ס'איז ריכטיג אז מען קען טאקע מאכן א 'טאטע-קינד' גאנג אין זיך אליין, אבער דער פראבלעם איז אז דאס 'קינד' איז ווייט פון אפן צו סייוועם, און אוודאי נישט צו זיין 'אייגענעם ערוואקסענעם' אין זיך. עס איז ווי א טאטע אדער ראש ישיבה זאל געבן א מוסר שמועס פאר זיין בחור'ל אדער תלמוד, אין דער צייט וואס דאס בחור'ל איז אינגאנצן נישט דערביי צו הערן וואס זיין טאטע האט אים צו פארקויפן וויבאלד דער בחור'ל איז זייער אנגעגעסן אין זיך, און זיין הארץ איז נישט אפן פאר מיין מוסר רייד. דאס זעלבע פאסירט מיטן קינד אין זיך, ער איז זייער אנגעגעסן אויף די וועלט. דאס קינד קען האבן ארום זיך צענדליגע 'שיכטן פון צוויבל' וואס בלאקירן סייוועלכע ציטריט צו אים. איז אפילו אויב זיין 'וועזן' איז דא, איז אבער זיין 'זעל' איז נישטא, ווי מיר וועלן ערקלערן.

צוריק צו אונזער יענקעלע

לאמיר צוריק גיין צום פיצא ערציילונג וואס מיר האב פארציילט אין שיעור ט"ו ווי יענקעלע האט היסטעריש פארפירט אז ער מוז האבן פיצא זאפארט, אבער שוין. ווען זיין מאמע האט אים דאס נישט געוואלט צושטעלן איז ער געווארן אויס מענטש און אנגעהויבן פארפירן און איבערגעדרייט די שטוב אז ער מוז היינט האבן פיצא. מיר האבן פארציילט צוויי סארט וועגן וויאזוי די עלטערן קענען ריאגירן. איין וועג, איז אליינס צו ווערן היסטעריש און שרייען אויפן קינד, אהיימרופן די טאטע און מאכן די אטמעספערע נאך מער אנגעצויגן. אדער דער אנדערע וועג איז צו בלייבן רואיג, פארשטיין אז א קינד איז א קינד, און געבן דעם קינד דעם מעסעדזש אז מ'איז דא פאר אים ווען אין די זעלבע צייט האלט מען זיך שטארק מיטן פולסטן רואיגקייט אז היינט איז נישטא קיין פיצא.

איז לאמיר אביסל צונעמען אויף פיצלעך וואס פאסירט אינעם מוח'ל פון יענקעלע וועמענס עלעטערן ווערן דערשראקען פון אים – לאמיר אים רופן יענקעלע א', און וואס פאסירט אינעם מוח'ל פון יענקעלע וואס די עלטערן דערשרעקן זיך נישט פון אים – לאמיר אים רופן יענקעלע ב'.

יענקעלע – סיי א' און סיי ב', איז געבוירן געווארן מיט א שטארקע מאס פון 'גאוה דקדושה', ווי דער חובות התלמידים שרייבט אין זיין הקדמה אז דער פראבלעם פונעם 'היינטיגן דור' – פון באלד הונדערט יאר צוריק אין זיינע צייטן – איז אז מ'ווערט געבוירן מער 'ערוואקסן און מעטשור' ווי אמאל, און די היינטיגע נשמות האבן א שטערקערע 'מיינונג' אויף זיך און אויף די וועלט, ווי די אמאליגע נשמות. וויבאלד מען האלט זיך מער ווי א 'יש', דעריבער איז זייער שווער פאר די היינטיגע נשמות זיך אונטערצובייגן אונטער די מחנכים, וויבאלד זיי ווערן שנעלער א מענטש 'פאר זיך'. די אמאליגע מעטאדן פון סתם הייסן פאר די קינדער וואס צו טון, וועט נישט העלפן פאר זיי, ווייל זיי 'פארשטייען בעסער'. דעריבער דארף מען טרעפן די וועגן צו כאפן זייער הארץ, אז זיי זאלן זיך 'וועלן' אונטערבייגן אונטער זייערע מחנכים און פאלגן. אבער אויף דעם דארף מען נוצן מער 'קאפ' צו פארשטיין דעם קינד, און מען קען נישט בלויז גיין נאטירליכערהייט אזוי ווי אמאל.

יענקעלע ב' וואס וואקסט אויף געזונט

יענקעלע איז ב"ה געבענטשט געווארן מיט די נאטורן. ער נעמט נישט אזוי שנעל א 'ניין', און ווען יא שטעלט ער גאר א העפטיגע ווידערשטאנד. די עלעטערן פון יענקעלע ב' פארשטייען דאס, און דעריבער אנשטאטס אים צו זאגן 'יא' אויף וואס ער וויל, און אנשטאטס צו זאגן א שטרענגען 'ניין' מיט קולות און סטראשערייען, פארשטייען זיי אז 'זיי' דארפן ארבעטן אויף זייערע 'נערוון', און פארשטיין אז זייער יענקעלע גייט פראבירן ווי ווייט מעגליך זיי צו דרייען א קאפ אז מען זאל אים אלס נאכגעבן וואס ער וויל. זיי קוקן אן יענקעלע מיט פארשטאנד, וואס איז ער נעבאך שולדיג אז ער איז געבוירן געווארן מיט שווערע נאטורן, און מיר גייען אים ווייזן אז מיר האבן אים בכל אופן זייער ליב, אבער אין די זעלבע צייט, גייט מען אים אויסלערנען אויף א רואיגע שטאנדהאפטיגע וועג אז טאטי און מאמי זענען די בעה"ב אין דעם שטוב און זיי זאגן וואס מען קען יא אדער נישט טון. דאס וועט זיין זייער געזונט פאר זייער יענקעלע, פון אנפאנג גייט עס אים זיין זייער שווער, אבער מיט די צייט וועט ער זיך צוגעוואוינען צו די מציאות און וועט אן קיין אנדערע אויסוואל מוזן מיטגיין מיט דעם. זיי פארשטייען אז עס לוינט נישט צו שרייען, און אים געבן 'מוסר דרשות', ווייל ער וועט עס נאר צוריק שלאגן און ער וועט נאר בלייבן פארביטערט. אנשטאטס דעם גייט מען צו צו דעם מיט ישוב הדעת מיט א קריסטאלע קלארע מעסעדזש צו יענקעלע אן קיין שום געשלעגערייען אדער אמפערייען, אז טאטי און מאמי זאגן וואס מען קען און וואס נישט טון אדער האבן. אזוי וואקסט יענקעלע אויף א 'געזונט קינד', מיט געזונטע זעלבסט ווירדע אז ער איז א נארמאלע מענטש טראץ דעם וואס ער פירט זיך אויף מאדנע מיט זיין אויפפירונג, ווייל זיין טאטע מאמע שעצן אים און ריאגירן צו אים ווי א נארמאלע מענטש.

יענקעלע א' און זיינע מיטמאכענישן – איך בין נישט בסדר

אנדערש קוקט עס אבער אויס ביי די עלעטערן פון יענקעלע א'. די עלטערן פון יענקעלע א' פארשטייען נישט דעם נאטור פון זייער יענקעלע. זיי קוקן אים אן ווי א 'פרא אדם' און זיי קענען נישט פארשטיין וויאזוי עס קען זיין אז ביי זיי – די איידעלע מענטשן – זאל געבוירן ווערן ביי זיי אזא ווילד קינד אן קיין טראפ דרך ארץ. דעריבער פון די רגע וואס די עלטערן כאפן אז ביי זיי איז געבוירן געווארן א קינד מיט 'שלעכטע מידות', כאפט זיי אן א פאניק, "וויאזוי גייען אונז האדעוון אזא סארט שווער קינד? ער דרייט דאך שוין איבער די שטוב ביי אזא יונגע עלטער, וואס גייט דא זיין?" זיי זען שוין אין זייער פאנטאזיע ווי דאס קינד פארט אפ פונעם יודישן וועג ר"ל ביי די 13 בלויז פאר דעם זינד פון זיין א קינד פון וואס דער בעל חובות התלמידים רעד.

פארשטייט זיך אז מיט אזא צוגאנג, כאפט דאס קינד אויף אז 'עפעס איז ראנג מיט אים', עפעס פירט מען זיך נישט אויף צו מיר ווי א נארמאל קינד, עפעס איז מען מיר 'חושד' אגאנצע צייט, מ'טראסט מיך נישט, מ'שרייט מיך אן. דער אויספיר וואס דאס קינד מאכט אויף זיך אליין איז, "אז בין נישט בסדר, קוק אן ווי איך פארפיר אזוי און איך קען מיך נישט קאנטראלן, איך בין גארנישט ווערד". פארשטייט זיך אז דער 'אפמאך' ווערט געמאכט אונטערן באוואוסטזיין, יענקל כאפט ניטאמאל אז ער האט זיך איינמאל פאר אלעמאל 'דיאגנאזירט' אלס 'פעלערהאפטיג און פראבלאמאטיש'.

ווער עס האט דורכגעליינט די שיעורים ביז אהער ווייסט שוין, אז דער אונטער-באוואוסטזיין ארבעט פיבערהאפטיג ארום דעם זייגער זיכער צו מאכן אז זיין 'מענטש' איז באשיצט פון אלעם בייזן. אויב מאכט איינער צופיל 'טראבל' און עס טראגט אים אריין אין פראבלעמען, דאן גייט דער אונטער-באוואוסטזיין זיך נעמען איבער זיינע ביינער און פראבירן צו טון וואס מען קען נאר אז ער זאל נישט נאכאמאל אריינפאלן אין אזעלכע פראבלעמען. צו עס ארבעט זיך אויס אדער נישט, דאס איז שוין א צווייטער מעשה, אבער פראבירן פראבירט עס.

ווען איינער שפירט זיך נישט ווערד, וועט ער אוטומאטיש זיך אויפפירן ווי ער איז 'נישט ווערד'. ס'גייט אים נישט איינפאלן זיך אויפצופירן נארמאל ווייל 'ער איז דאך סייווי נישט ווערד'. דעריבער וועט יענקלע נישט האבן א דראנג צו זיין 'וואויל', ווייל ער איז דאך סייווי נישט ווערד, "וואס גיי איך האבן פון דעם אז איך וועל מיך אויפפירן געהעריג? מ'גייט מיך סייווי אראפקוקן..." נו, אויב פירט מען זיך נישט אויף נארמאל, קומט נאך שרייערייען און נאך פעטש. א קליין קינד וועט זיך נאטירלעך אנהייבן שפירן זייער נישט זיכער מיט זיך, ער קען זיך נישט קאנטראלירן, מ'קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט אים, מ'שרייט אים שוין ווייטער אן און ער כאפט פעטש, און ווערט נאך מער אראפגעקלאפט. וואס טוט מען דא?

דער אונטער-באוואוסטזיין וועט אנהייבן טון אלע מיטלען צו האלטן זיין יענקעלע באשיצט. ער וועט אנהייבן 'איינצוהאלטן' יענקעלע אויף א שטארקע פארנעם. ער קען אים מאכן קאפ וויי, בויך וויי, זיין אנגעצויגן, ווייל אזוי וועט האפענטליך יענקעלע זיין 'איינגעצויגן' און ער וועט נישט פארפירן אזוי סאך, און... ער וועט זיין באשיצט פון די שרייערייען און די פעטש.

דער פראבלעם איז אבער אז יענקעלע פון זיין זייט פארשטייט נישט וואס די אלע קאפ-וויי מיינט, ער מיינט אז דאס איז סתם אן אנשיקעניש. ווען נאכן גיין צום דאקטאר טרעפט מען נאך אלס נישט דער אורזאך פון זיין קאפ וויי, ווערט יענקעלע נאך מער נערוועז, "וואס גייט פאר מיט מיך?" און ווען א קינד ווערט נערוועז, וועט ער מער פארפירן און זיך נישט קענען קאנטראלן, און ווידער אריינפאלן אין פראבלעמען.

מיט די צייט פאנגט זיך יענקעלע אן זייער צו שעמען פון זיך אליין און פון די ארומיגע. כדי זיך צו באשיצן פון זיין פארשעמונג, טוט אים זיין אונטער-באוואוסטזיין באשיצן דורך אים מאכן מער ווי אזא סארט 'שעמעדיגער', ווייל אזוי וועט זיך יענקעלע האלטן ווייט פון מענטשן, און וועט זיך ווייניגער שעמען. ווען יענקעלע איז אין חדר וועט ער זיך שעמען צו שפילן מיט די אנדערע קינדער, און זיין אונטער-באוואוסטזיין לייגט אים צו 'אויל צום פייער' דורך אים לאזן וויסן, אז "דו ביזט דאך סייווי נישט ווערד, דו טויגסט נישט אויף גארנישט, דו גייסט נישט קענען געוואונען דעם שפיל און דו וועסט נאר ליידן פון נאך בושות, איז בעסער שטיי אין די זייט, ווייל נאר אזוי וועסטו זיין באשיצט." יענקעלע נעמט ליידער אן די 'עצה' פונעם אונטער-באוואוסטזיין, ווייל ער האלט דאך אויך אז ער איז הונדערט פראצענט גערעכט.

דער פראבלעם איז נאר אז דאס איז נאר א 'באשיצער' און עס 'צודריקט' דעם ווילדן יענקעלע, אבער אינעווייניג, בלייבט יענקעלע דער זעלבער ווילדער יענקעלע. גארנישט האט זיך נישט געטוישט. ווען דער כמו-שעמעדיגער יענקעלע קומט אהיים יענעם דינסטאג און בעט פון זיין מאמע אז היינט וויל ער פיצא פאר נאכטמאל, און זיין מאמע זאגט ניין, שפרינגט דער 'ווילדער יענקעלע' ארויס פון זיין 'באקס' און הייבט צוריק אן צו שטויסן. די מאמע ווערט ווייטער פארלוירן און זי האט נישט קיין אנונג וויאזוי צו קאנטראלירן די מצב. דער נאטור איז אז ווען איינער 'טאנצט ארויס פון זיין תפיסה' דאן טאנצט ער מיט סאך א גרעסערע קראפט. דערפאר ווען יענקעלע טאנצט ארויס פון זיין 'פארמאכטקייט' און נעמט זיך ווייטער ווילדעוון, קען דאס קומען מיט א שטארקייט אז עס קען טאקע זיין זייער שווער דאס צו קאנטראלירן.

ביינאכט גייט יעדער שלאפן צושוידערט, יענקעלע איז צושוידערט, די עלטערן זענען צושאסן און צושוידערט, און יעדער בלייבט איבער מיט אזא אומזיכערע געפיל פון 'וואס גייט דא זיין?' וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט די סארט אויסברוכן. פאר יענקעלע איז דאס זייער שווער, ווייל זיין אונטער-באוואוסטזיין גייט יעצט ארבעטן נאך שווערער מיט פארשידענע אנדערע סימפטומען, אז מער זאל דאס נישט פאסירן, און צומארגענס וועט יענקעלע פילן נאך מער 'פארמאכט', פארשעמט, און נישט וועלן קאמיוניקירן מיט אנדערע.

פאניק און אנגסט – דער עיקר איז אז דו בלייבסט מיט א גוטע נאמען צווישן די בחורים

ווען יענקעלע וואקסט אונטער און גייט אריין אין ישיבה, פאנגט זיך אן א נייע סעריע פון פראבלעמען. די גרויסע 'מחנכים' האבן גע'עצה'ט יענקעלעס עלטערן אז מעגליך אז גלייך ווען ער פאנגט אן ישיבה זאל ער גיין אין א דארמעטארי, ווייל אזוי וועט ער זיין ווייניגער אינדערהיים, און עס וועט אים ערמעגליכן אנצהייבן דאס לעבן פון דאסניי און איבערלאזן זיין 'היסטאריע' פון אונטער אים.

געזאגט און געטראכט, מען שיקט יענקעלע אין א ישיבה 2 שעה אוועק פון דערהיים, און עס דויערט נישט קיין צוויי טעג און יענקעלע רופט אהיים היסטעריש, אז ס'האט אים אנגעכאפט א שרעקליכע 'שרעק' זייט ער איז אריין אין ישיבה, בעיקר ווען ער דרייט זיך צווישן די בחורים, אז ער ווייסט נישט אפילו וואסאפארא נאמען עס צו געבן. אויב ביז יעצט איז יענקעלע געווען אזא צוריקגעצויגענער, האט ער יעצט אנגעהויבן ליידן פון 'פול פלעדזש' סאושל ענקזייעטי.

וואס האט יעצט פאסירט? דער אונטער-באוואוסטזיין האט זיך געכאפט אז "העי, אויב יענקעלע גייט זיך דרייען דא פראנק און פריי צווישן די בחורים, גייט ער דאך ווערן א פרא אדם, ווייל דאס איז דאך זיין היסטאריע, אויב אזוי דארף איך אכטונג געבן אויף אים אזוי שטארק אז ער זאל זיך ווי ווייניגער דרייען צווישן די בחורים, אז אז ער זאל נישט נאכמאל קאליע לייגן זיין נאמען. די איינציגטסע וועג וויאזוי ער וועט זיך היטן פון זיך דרייען צווישן מענטשן, איז נאר אויב איך וועל אים אזוי אנדרייען מיט כאאס און שרעק, אז ס'וועט זיך אים נישט שמעקן זיך צו דרייען צווישן זיי!"

איבריג צו זאגן, אז דער נייע סארט אנגסט און פאניק האט אים געמאכט פילן פאר נאך א גרעסערע צודרייטער ווי ביז יעצט, און די בושה פון מענטשן איז געווארן ביזן הימל.

אויב ביז היינט האט יענקעלע זיך געקענט ארויסדרייען פון גיין נאך הילף, האט ער אבער יעצט נישט געהאט קיין אנדערע אויסוואל, נאר זיך צו זעצן צום טיש מיטן טערעפיסט, ווייל אנצוגיין אזוי איז דאך נישט מעגליך.

דער ענערגיע קאנטראלירט און בלאקירט די פלוס כדי צו באשיצן – עס לאזט קיינעם נישט צו צו זיך

ווי מיר האבן שוין ערקלערט אנפאנג פון דעם סעריע, און דא קומט עס זייער שטארק אריין, אז געוואנדען לויט די אומשטענדען, וועט דער אונטער-באוואוסטזיין פונעם מענטש קאנטראלירן די ענערגיע אינעם מענטש אז דער מענטש זאל זיין דאס באקוועמסטע וואס מעגליך. אין דעם פאל מיט יענקעלע, טוט דער אונטער-באוואוסטזיין פירן די ענערגיע פון יענקעלע אז ער זאל זיך צומאכן, זיין א פארשעמטער, האלטן אז ער איז נישט ווערד, ווייל דאס אלעס טוט פיטערן די הויפט ציל – יענקעלע זאל זיין באשיצט פון אריינפאלן אין פראבלעמען און ווערן נאך מער פארשעמט. פון א גראדע רוקן, ווערט אן איינגעבויגענעם רוקן, אפילו דער רוקן זעלבסט ווערט נישט ממש איינגעבויגן, טוט אבער דער ענערגיע פונעם מענטש ווערן איינגעבויגן אין זיך אריין, אז ער זאל נישט ארויסקוקן פון זיינע ד' אמות, זיך האלטן פארמאכט און נישט קאמיוניקירן מיט די אינדרויסענדיגע וועלט ארום זיך.

דער פארמאכטקייט איז טיף איינגעווארצעלט אין די ניוראנס אין זיין מוח. עס גייט פאר קיין פרייז נישט נאכלאזן, ווייל אויב לאזט עס נאך, גייט זיין געפערליך. אויף דעם ווערט געבויט א נייע טיפע איינגווארצעלטע קניפ אינעם מוח, צו זיין זייער אנגעצויגן ארום מענטשן, ווייל אויב גייט ער נישט זיין אנגעצויגן ארום מענטשן, דאן איז ער אין א געפאר זיך צו טרעפן מיט ערשטן געפאר. די ענערגיע האט זיך אויסגעלערענט א נייע וועג צו לעבן, א וועג אין לעבן מיט וואס מען קען שפירן באשיצט, און דעריבער גייט דער וועג פון לעבן בלייבן איינגעקריצט אויף אייביג.

יעצט וועט מען פארשטיין אז איבער דעם 'קינד יענקעלע' איז ארויפגעקומען גאנצע שיכטן פון באשיצערס. זיי לאזן נישט צו קיינעם זיך צו טרעפן מיט יענקעלע, ווייל ס'וועט זיין בושות, יענקעלע וועט זיך נישט קאנטראלירן און זיין שאנדע וועט אויפגעדעקט ווערן. אויב וועט מען פראבירן ארויפצוברענגען דעם 'קינד' מיט פשוטע 'איננער טשייעלד ווארק', וועט מען טאפן א וואנט. און אפילו אויב מען וועט ארויפברענגען האלב-וועגס דעם קינד, גייט זיין 'קאפ' נישטא זיין, ווייל ער איז פארנומען זיך צו באשיצן.

איז וואס איז דער עצה?

ענערזשי הילינג – אויפמאכן די בלאקירטע באשיצערס

דא קומען מיר צום צום צווייטן שטאפל אין 'ענערזשי הילינג'. דער ערשטער שטאפל איז געווען אז מען ברענגט צאם דעם פאזאטיוון כוח פון ענערגיע מיט די צושטורעמטע נעגעטיווע כוח פון ענערגיע. דאס איז אבער גוט ווען מער רעד זיך אביסל אויס, דאס קינד איז אפן און איז גרייט צו הערן. אבער ווען עס זענען דא שיכטן פון אייז ארום דעם קינד, דאן דארף דער פאזאטיווע ענערגיע האנדלען מיט די באשיצערס און טרעפן א וועג אז זיי זאלן מסכים זיין אויפצולאזן די פארמאכטע ענערגיע אז עס זאל צוריק קענען אהייבן פליסן געמיטלעך, אויפצוקלערן די באשיצערס אז עס פעלט נישט אויס צו באשיצן, און אזוי מאכט מען אויף די פלאץ צו קענען אנקומען צום ריכטיגן פראבלעם – וואס דאס קינד האט דורכגעמאכט, אין דעם פאל, זיין נודריגע זעלבסט ווירדע.

דאס איז געווען די ארבעט פון די ערשטע 14 שיעורים פון דעם סעריע, צו פארשטיין וויאזוי דער מוח פראבירט צו באשיצן, און וויאזוי דער מוח הערט אויף צו באשיצן. פונעם שטאנדפונקט פון 'ענערגיע' פאסירט אז דער ענערגיע ווערט 'באלקירט' כדי צו באשיצן דעם מענטש, און דער ארבעט איז צו טרעפן א לעזונג פאר די ענערגיע אז עס זאל שפירן באקוועם אפצולאזן דעם 'בלאק'.

צום ביישפיל, דער ענערגיע וואס בלאקירט יענקעלע מיט אנגסט און שרעק פון קענען זיין צווישן מענטשן, האלט זייער קלאר אז: אויב איך גיי מיך אויפלאזן און זיין רואיג צווישן מענטשן, דאן וועסטו דיך מער דרייען צווישן מענטשן, און השם ישמרנו, דיין וועזן גייט ארויסקומען, און יעדער גייט זען ווי פראבלאמאטיש דו ביזט, דעריבער בלייב איך בלאקירט." וויאזוי ווערט דאס אויפגעלאזט? ווען דער אונטער-באוואוסטזיין שפירט זיך רואיג און באשיצט, אז אפילו אויב יענקעלע גייט זיך דרייען רואיגערהייט צווישן מענטשן, גייט זיין פראבלאמאטישע וועזן נישט ארויסקומען. עס איז מעגליך, אז וויבאלד יענקעלע איז שוין היינט 'יענקל', ער איז שוין א שטיקל בר דעת, א בחור, וועט ער זיין מער ערוואקסן זיך צו קענען קאנטראלירן, און נישט ארויסקומען אזוי ווי ער איז געווען ביי די זעקס יאר. אויב שפירט זיך דאס ריכטיג, דאן איז מעגליך אז דער 'באשיצער' וועט נאכלאזן. יענקל וועט נאך אלס זיין צובראכן, ער וועט 'וויסן' אז ער איז נישט ווערד, אבער כאטש קען ער שפירן עטוואס אין קאנטראל אויף זיך אז עס זאל נישט אויספעלן 'אזא שטארקע מאכט' פון באשיצונג.

אזוי מאכט זיך אויף פארמאכט ענערגיע. עס פעלט נאך נישט אויס די אלע אינטרעסאנטע 'ענערזשי הילינג מעטאדן', נאר מיטן זיך בלויז אויסרעדן און זיך פארשטיין, קען פיזישע ענערגיע טוישן איר דיירעקציע צו שפירן מער רואיג. דאס ליגט אינעם מעטאד פון קוהירענס טערעפי וואס מיר האבן ערקלערט אין דעם סעריע, דאס איז אויך דער וועג פון IFS (Internal Family Sytem) און נאך.

איז ווען קומט יא אריין די 'אינטרעסאנטע מעטאדן'? דאס וועלן מיר איבערלאזן פארן נעקסטן שיעור.

צום שלוס:
• נישט אלעמאל קען אנקומען צום 'קינד'.
• ארום דעם פארווייטאגטן קינד ליגט א דיקע שיכט פון אייז צו בלאקירן דעם קינד פון נאך ווייטאג.
• אויף איין 'באשיצער' קען ארויפשווימען א פרישע 'באשיצער', אלעס מיטן ציל צו באשיצן.
• א ביישפיל פון א בלאק, איז אויב שעמט מען זיך פון זיך אליין, דאן קען קומען 'סאושל ענקזייעטי' און מאכן אנגסט ווען מען דרייט זיך צווישן מענטשן, כדי מען זאל נישט אנקומען צו ווערן פארשעמט.
• 'בלאקירטע ענערגיע' פאסירט ווען די ענערגיע בלאקירט זיך כדי צו באשיצן.
• עס עפענט זיך אויף, ווען עס שפירט אז איז מער נישט קיין געפאר צו זיין אפן.
• די ענערגיע מאכט זיך אויף פון די בלויזע אנערקענונג אז עס איז נישטא קיין געפאר.
• עס פעלט נישט אויס קיין אינטרעסאנטע 'ענערזשי מעטאדן' דערפאר.

הערות דא
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור כ"ג - וואס איז עכט ענערזשי הילינג? ח"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

די אינטרעסאנטע ענערזשי מעטאדן – געפילן זענען נישט אזוי געפערליך ווי מען האט געמיינט

די 'שכל הישר' וואס ליגט אינעם אונטער-באוואוסטזיין

אינעם פאריגן שיעור האבן מיר ארויסגעברענגט די געדאנק וויאזוי ענערזשי הילינג ארבעט ביי רעגלמעסיגע געפילן. אנדערש ווי געוויסע מיינען אז ענערזשי הילינג איז א געוויסע סארט 'האוקעס פאוקעס' וואס מאכט עפעס 'מעזשיק' אז דער מענטש זאל זיך שפירן בעסער, איז אין ווארהייט דער געדאנק סאך מער פראקטיש.

די ענערגיע פון די מענטש פליסט לויט וויאזוי דער מענטש קאנטראלירט עס אונטער זיין באוואוסטזיין. ווי מיר האבן ערקלערט, אז אויב שפירט זיך א מענטש אז ער איז נישט ווערד, דאן וועט ער זיך באשיצן דורך פארשידענע מיטלען נישט צו שפירן נאכאמאל נישט ווערד, ווי צום ביישפיל, דורך האבן פיזישע ווייטאגן ווי קאפ-וויי, בויך-וויי, וואס דאס זאל אים באשיצן אז ער זאל נישט נאכאמאל טון זאכן וואס קענען אים פארשעמען דורך אים 'צוריקהאלטן' פון 'אויספלאצן'. אויב זאל אים זיין בויך נישט אזוי וויי טון, דאן וועט זיין ענערגיע פליסן ארויס פון קאנטראל, און וועט טון זאכן וואס גייען אים נאכאמאל אריינלייגן אין 'טראבל'. אלזא ער טוט 'קאנטראלירן' אונטער זיין באוואוסטזיין צו 'צודריקן' די מוסקלען אין זיין קערפער דורך רעדעצירן די ענערגיע פלוס פון פליסן רואיג. ס'איז ממש ווי ער שטעלט זיין אונטער-באוואוסטזיין פון אונטער זיך, אז ער זאל אים קאנטרלירן קעגן זיין ווילן. פון איין זייט, פון זיין באוואוסטזיין אין זיין מוח, שפירט ער זיך זייער נישט גוט, ווייל ווי נישט ווי, צו האבן איינער וואס זאל אים אלעמאל 'אראפהאלטן' איז זייער נישט באקוועם. אבער פון די זייט פונעם אונטער-באוואוסטזיין שפירט זיך דאס ווי די איינציגסטע מיטל אפצוהאלטן סאך 'ערגערס' פון פאסירן, וויבאלד פון זיין פערספעקטיוו וועט דער מענטש טון אסאך 'שטותים' אן קיין קאנטראל, וואס וועט אין די ענדע זיין זייער קאסטבאר און קאטעסטראפיש פאר זיין זעל.

דער אונטער-באוואוסטזיין קען אויך נעמען אין באטראכט צו ניצן די מיטל פון אנגסט צו צוריק האלטן דעם מענטש פון טון 'דברים אשר לא ייעשו'. ווי נישט ווי, אויב שפירט זיך דער מענטש זייער דערשראקן, האט ער מורא פון צו גיין ווייטער, און דעריבער האלט ער זיך צוריק פון טון זאכן וואס א רעגלמעסיגער מענטש וואלט יא געטון. פון איין זייט שפירט זיך עס זייער נישט באקוועם צו לעבן אזוי אין אנגסט, אבער פון די זייט פונעם אונטער-באוואוסטזיין שפירט זיך דער זעל סאך מער באשיצט פון שפירן נאך מער נישט ווערד, און אזוי האלט ער זיך עטוואס מער מכובד'דיג.

אין אנדערע ווערטער, אנשטאטס אז דער ענערגיע אינעם מענטש זאל פליסן געשמירט אזוי ווי ביי א רעגלמעסיגער מענטש, טוט דער מענטש אונטער זיין באוואוסטזיין פארקירעוון די ענערגיע פונעם רעגלמעסיגן פלוס, און טוט עס דיירעקטירן עס זאל אנהייבן פליסן אויף אן אנדערן וועג ווי עס איז צוגעוואוינט. ווי אונטרעסאנט עס קוקט אויס, האט דער אונטער-באוואוסטזיין דער כוח צו רוקן ענערגיע לויט זיין געשמאק, ווייל אין דער ווארהייט, וויל דער מענטש עכט אז דאס זאל פאסירן. אויבנאויף קוקט דאס נישט אויס צו זיין אזוי געשמאק, אבער ווי געשריבן אונטערן-באוואוסטזיין איז דאס דער איינציגסטער וועג אנצוגיין.

דאס מיינט אן 'ענערזשי בלאק', ווי מען רופט עס. אן ענערזשי בלאק איז נישט מער ווי א טויש אינעם ענערגיע פלוס. אנשטאטס די ענערגיע אינעם מענטש זאל פליסן פליסיג און לאזן דעם מענטש לעבן אויף א פליסיגע וועג, פארקירעוועט זיך די ענערגיע מיט די הילף פונעם אונטער-באוואוסזיין אפצושטעלן די ענערגיע פלוס און צוריק האלטן די נארמאלע לעבנס פלוס, אויף א וועג אז דער מענטש וועט זיך שפירן צודריקט און דערשטיקט. אבער ווי געזאגט, דער אונטער-באוואוסזיין טוט דאס פארן טובה פונעם מענטש.

אויפמאכן דעם 'בלאק' מיט בלויז רעדן

וואס איז די עצה? די עצה איז צו אויפמאכן דעם בלאק. אויב דער ענערגיע ווערט בלאקירט כדי צו באשיצן דעם מענטש, וועט זיך דער ענערגיע נאטירלעך אויפמאכן און צוריקגיין צו איר נאטירליכע פלוס, דורך דעם וואס עס זאל איינזען אז עס פעלט מער נישט אויס צו בלאקירן. אין אונזער פאל, איינמאל די ענעריגע זעט איין אז עס פעלט מער נישט אויס צו באשיצן דעם מענטש, גייט עס אוטומאטיש צוריק צום נאטירליכן פלוס. דער ארבעט פונעם 'ענערגיע היילער' איז בלויז דאס, וויאזוי קען איך העלפן דעם 'באשיצער' איינצוזען אז עס פעלט מער נישט אויס, און אזוי מאכט זיך דער ענערגיע צוריק אויף. עס פעלט נישט אויס צו טון עפעס 'מעדזשיק', בלויז דאס אז דער 'בלאק' פעלט מער נישט אויס.

מיר האבן ערקלערט וויאזוי עס צו מאכן מיטן מעטאד וואס מיר האבן זיך באניצט אין אונזערע ארטיקלען און שיעורים, דער מעטאד פון קוהירענס טערעפיס, אדער IFS, אינטערנעל פעמעלי טערעפי וכדו'. דער מהלך טוט ממש דאס, הגם דער דגוש איז בכלל נישט אויף ענערגיע היילונג, עס פאסירט אוטומאטיש.

דער פראגע פרעגט זיך נאר פאר די וואס טוען מער ספעציפיש אין 'ענערזשי הילינג', אז מ'טוט אסאך אינטרעסאנטע סארט זאכן כדי אויפצולעזן די ענערגיע, פעלט דאס בכלל אויס, און אויב יא, ווען און פארוואס? און דער ענטפער אויף דעם גייען מיר יעצט ערקלערן. עס איז דא אמאל וואס פון סתם 'רעדן' צום מענטש, וועט זיין זייער שווער ער זאל אנקומען צו דעם אז דער ענערגיע זאל איינזען אז ס'איז צייט זיך צו עפענען, ווי מיר וועלן באלד ערקלערן. דעמאלטס קען זיין זייער אין פלאץ צו מאכן די אינטערסאנטע סארט מעטאדן ווי 'טעפינג' אדער אנדערע מעטאדן צו ברענגען דעם מענטשן צו א גאנצע ערהוילונג.

איז פארוואס זאל זיין שווער פאר א מענטש אז פון בלויז רעדן זאל זיך די ענערגיע אויפלאזן?

דער ענטפער אויף דעם איז אזוי.

איז ווען ברויך מען די אינטרעסאנטע מעטאדן? – ווען די געפילן זעלבסט ווערן א פראבלעם

איינע פון די הויפט שוועריגקייטן וואס מענטשן האבן צו קענען קאנעקטן צו זייערע געפילן און זען וואס טוט זיך אונטער די קעמערלעך, איז וויבאלד די געפילן זעלבסט זענען געווארן זייער גרעסטע פיינט. לאמיר זאגן אז איינער באקומט שרעקליכע געפילן פון אנגסט אלס באשיצער פאר עפעס אנדערש, איז אפילו דער געפיל זעלבסט איז א באשיצער, אבער דאס איז אלעס זייער גוט פארן אונטער-באוואוסטזיין. דער פראבלעם איז ווי מיר האבן שוין פריער געשריבן, אז דער באוואוסטזיין פונעם מוח, פארשטייט נישט פונקטליך וואס דא גייט פאר. אנשטאטס צו זען דער אנגסט ווי א באשיצער, זעט דער באוואוסטזיין פונעם מוח ווי דער אנגסט איז זייער א שרעקעדיגע זאך, ווייל ס'שפירט זייער אסאך מאל ווי ער לאזט זיך ממש אויס, און אפשר גיי איך כאפן א הארץ אטאקע ר"ל. אויב זאל מען האבן מער פיזישע ווייטאגן, וועט דער באוואוסטזיין פונעם מוח אנהייבן אריינגיין אין אנגסט אז אפשר מיינט דער פיזישע ווייטאג אז ער האט גאר אן ערענסטע קרענק וואס דארף זאפארט באהאנדעלט ווערן, און דאס אליינס לייגט אים אריין אין א שרעקליכע פאניק און אנגסט אז ער קען זיך ממש נישט בארואיגן, און דאס אליין דארף עקסטער באהאנדעלט ווערן.

צומאל קען פאסירן, אז איינמאל דער מענטש אנערקענט אז דער אנגסט, אדער דער פיזישע ווייטאג איז נאר א באשיצער, בארואיגט ער זיך און זעט איין אז ס'איז עכט נישט קיין קאטעסטראפע. אבער אסאך מאל קען מען ניטאמאל אריין גיין אין דעם, וויבאלד ער איז אזוי דערשראקן פון אפילו נאר רעדן פון די סימפטומען, אז ער כאפט שוין א פאניק אטאקע בלויז פון טראכטן אז מ'דארף יעצט רעדן פון זיין אנגסט אדער זיין פיזישע ווייטאג. דאס מאכט דעם מענטש זיין 'פארכאפט אינעם נעץ', און ס'איז אים זייער שווער זיך ארויסצוזען דערפון. פון איין זייט דארף ער קענען רעדן פון די געפילן און זען פון וואס דער אנגסט וויל אים באשיצן, אבער פון די אנדערע זייט די סעקונדע מ'פאנגט נאר אן רעדן דערפון, און ווער רעד נאך פון זען וואס ליגט אונטער דעם, כאפט ער פון דעם אליין שטארקע פאניק אז ער קען נישט זען וואס ער וויל דא עכט. ער בלייבט פארכאפט אין פאניק אן א וועג ארויס.

פארוואס פאסירט דאס?

ווען טראומע מאכט געפילן זייער שרעקעדיג

עס האט פארשידענע ענטפערס, אבער פון ערפארונג שטעלט זיך ארויס, אז עס פאסירט ביי מענטשן וואס זענען אריבער גאר שווערע טראומע אין זייער לעבן ווען אין די זעלבע צייט האבן זיי זיך קיינמאל נישט געגעבן דעם 'אקעי' אז מ'מעג רעדן פון די געפילן. ווי נישט ווי, דער אורזאך פארוואס איינער לייד פון טראומע, און דער אפטייטש פון טראומע בכלל איז, אז מען גייט דורך אן איבערלעבעניש וואס א מענטש שפירט נישט רואיג עס צו פראסעסירן און ארויסרעדן. עס פאסירט צו מענטשן וואס 'געפילן' איז ביי זיי אפגעפרעגט, אדער אפילו אויב ביי זיי זעלבסט איז דאס נישט אפגעפרעגט, איז דאס אבער אפגעפרעגט ביי זיינע ארומיגע. איין זאך איז קלאר, דער באטראפענער האט זיך נישט געשפירט אפן און באקוועם צו מעגן רעדן דערפון צו זיינע נאנטע מענטשן ארום זיך, בפרט צו זיינע עלטערן. ער האט געהאלטן אז אויב גייט ער רעדן דערפון גייט ער נאר ווערן דערנידערט און פארשעמט, און דערפאר האלט מען די געפילן ביי זיך. דאס פאסירט זייער אפט ביי גאר סענסעטיווע מיטמאכענישן, ווי עכט ווער אביוזד אויף אלע סארט וועגן, פיזיש און גייסטיש, וואס דער מענטש וועט געווענליך שפירן זייער דערשראקן צו רעדן צו איינעם דערוועגן, אויס מורא אז מ'וועט אים נאך מער פארשעמען.

רעדן פון געפילן ווערט ממש אן 'עבירה', אן אפגעפרעגטע זאך וואס טאר נישט ארויפקומען אויפן אויבערפלאך.

וואס פאסירט מיט די אלע געפילן? זיי בלייבן אינטער די קוליסן ביז... ער קען שוין נישט, און ער פלאצט! ווען מ'פלאצט, קומט עס שוין מיט אנגסט, און דער אנגסט וויל באשיצן דעם מענטש אז ער זאל נישט שפירן זיינע געפילן וואס שווימען ארויף. אבער דא האט ער א פראבלעם, אויב דאס ווארט 'געפיל' איז עפעס וואס מ'טאר נישט זאגן, און אוודאי נישט שפירן, דאן וויאזוי קען ער שפירן די אנגסט, אנגסט איז דאך אויך נישט מער ווי א געפיל? דעריבער באקומען אנגסט אויף די אנגסט, דער ארגינעלע אנגסט וויל באשיצן, און דער צווייטער אנגסט וויל באשיצן אז מען זאל נישט שפירן די אנגסט זעלבסט. און דער קלינישע שפראך ווערט דאס אנגערופן 'סעקענדערי ענקזייעטי', דאס מיינט, דער צווייטער אנגסט וואס ליגט אויפן ערשטן אנגסט. און עס קען ווערן א דריטער און פערטער אנגסט, איינס אויפן צווייטן, ווייל בלויז דאס שפירן א געפיל, און אוודאי א נישט באקוועמע געפיל, איז ממש נישט צום אויסהאלטן.

ווען ער וויל נאר רעדן פון געפילן ווערט ער טראומעטאזירט

ווען ער קומט צום טערעפיסט און דער טערעפיסט וויל אנהייבן רעדן פון זיינע געפילן, קען דער ליידענדער ווערן זייער איבערגענומען אז ס'זאל אים זיין זייער שווער אנצוהייבן צו רעדן. ווי אויך קען געשען אז אפילו אין אנפאנג קען ער יא רעדן פון זיינע געפילן, וועט ער אבער מיט די צייט, ווען דער טערעפיסט וועט וועלן אויפמאכן א געוויסע געפיל וואס דארט ליגט אסאך אייטער און שווערע געפילן, וועט פאר אזא מענטש זיין זייער שווער אריינצוגיין דארט, און וועט ווערן זייער איבערגענומען פון בלויז טראכט פון אריינגיין דארט. בלויז רעדן און ערקלערן אז ס'איז געזונט און סעיף צו רעדן פון געפילן וועט נישט העלפן אין אזא פאל.

אינעם 'ענערגיע שפראך' פאסירט דא א בלאק נישט צו לאזן שפירן בלויזע געפילן. און כדי נישט צו שפירן געפילן, פראדעצירט די ענערגיע אזא סארט ענערגיע קראפט וואס מאכט קולות וברקים ווען עס וועיל שפירן געפילן. איין זאך איז זיכער, אז שפירן א געפיל בלויזערהייט, קומט נישט אין באטראכט.

אלזא וואס איז דער עצה פאר אזא מענטש? איז דא עפעס האפענונג פאר אים?

דער ענטפער איז אז, יא! עס איז דא האפענונג. יעדע איינער אין זיין מצב האט א וועג ארויס.

דער ערשטער אפציע פאר אזא מענטש איז צו טראכטן פון נעמען מעדעצינען. מיר האבן שוין אמאל גערעד פון דעם, אז סתם אזוי איז מעדעצינען נישט דער ערשטער אפציע, אבער אין אזא פאל איז מעדעצינען זייער געאייגענט. עס דינט פארן מענטש ווי א 'קראטש'. יעדע פארשטייט אז ווען איינער צוברעכט זיך די פיס ר"ל, וועט אים זיין זייער שווער אנצוהייבן צוריק צו גיין אליין, וויבאלד ער איז נישט געווען צגעוואוינט צו גיין פאר א שטיק צייט און די מוסקלען האבן פארגעסן וויאזוי צו גיין. דעריבער נעמעט מען 'קראטשעס', וואס קראטשעס העלפן ארויס מיט די באלאנס, אז אפילו ער קען נאך נישט גיין אליין, קען ער אבער גיין מיטן קראטש, און נאך א שטיק צייט קען ער שוין גיין אינגאנצן אליינס. די זעלבע פאסירט מיט די מעדעצינען. אסאך מאל איז מען אין א מצב וואס מען קען נישט גיין אליין, מ'איז צו פארפלאנטערט צו אנגיין אליין, אויף דעם איז געמאכט מעדעצינען צו בארואיגן אביסל דעם מוח, אז עס זאל קענען פונקציאנירן ביז מען קען גיין אליין. עס איז אבער נישט א מיטל פאר זיך, עס קומט נאר צו פארגרינגערן די טערעפי פראצעדור.

אויב איינער וויל נישט גיין אויף די מעדעצין גאנג איז דא אן אנדערע גאנג, און דאס איז נישט, דער אלעמען באקאנטן 'ענערזשי הילינג'. וואס טוט דאס אויף?

א סתירה – איך האב געמיינט אז איך ווייס נישט וואס צו טון ווען איך שפיר געפילן, אבער יעצט ווייס איך וואס צו טון

לאמיר נעמען דעם ביישפיל וואס מיר האבן שוין געברענגט אנפאנג פון דעם סעריע, פונעם מעטאד וואס הייסט 'עמאושענעל פרידאם טעקניק'. דער מעטאד איז געבויעט אויף דעם אז מען ברענגט ארויף געוויסע אומבאקוועמע געפילן, און בשעת מען שפירט עס קלאפט מען אויף געוויסע ערטער אויפן קערפער. די טעאריע וואס ליגט אונטער דעם, אז ביי די פלעצער קומען זיך צוזאמען געוויסע 'ענערגיע מערידיענס' און דאס האט אן עפעקט צו 'עפענען' די בלאקעדזשעס.

אבער לאמיך אייך אנטפלעקן די ריכטיגע סוד וואס ליגט אונטער דעם. עס ליגט נישט קיין גרויסע 'ראקעט סייענס' ווי מען רופט עס. אויב האט מען פארשטאנען אלע שיעורים ביז אהער, וועט מען זייער קלאר פארשטיין וואס דא פאסירט.

וואס איז דער בלאק דא? דער בלאק איז אז "איך האב מורא אז אויב איך גיי מיך לאזן שפירן מיינע געפילן גייט זיין שרעקליך, און איך גיי עס נישט אויסהאלטן, דעריבער ווי לאיך מיך בלאקירן אז איך זאל עס נישט שפירן!" וויאזוי ווייסט ער דאס? ווייל דאס געדענקט ער פון יארן, אז געפילן איז געפערליך, מ'ווערט פארשעמט, און נאך מער געדענק ער אז ווען ער וויל נאר פילן עפעס, באקומט ער פאניק, וואס דאס איז זייער שרעקעדיג. איז וויאזוי קען מען געבן צו שפירן פארן זעל, אז שפירן געפילן איז נישט אזוי שרעקעדיג?

איר געדענקט אוודאי דאס וואס מיר האבן ערקלערט אנפאנג פון די שיעורים, אז 'ענערזשי הילינג' מיינט אז עס קומט זיך צוזאמען א פאזאטיווע און נעגעטיווע ענערגיע, דער עיקר איז אז דער פאזאטיווע ענערגיע זאל זיך צאמשטויסן מיט די נעגעטיוויע ענערגיע.

איז הערטס אויס. אין די זעלבע צייט וואס דער בלאקירטע ענערגיע שרייט, "איך מוז בלאקירן די געפילן, ווייל אויס ס'גייט קומען צו פליסן גייט זיין שרעקליך און איך גיי עס נישט איבערטראגן!" קומט דער מענטש און אין דער זעלבע צייט וואס ער פילט דאס, גיט מען אזא סארט 'מאסאדזשעלע' פארן קערפער, ווי צו זאגן, "ס'איז גוט, ס'איז אקעי, לאמיך דיך מאסאזשן אביסל, איך מאך מיך וויסענדיג פון דיר, און דו זאלסט וויסן אז פון היינט און ווייטער ווייסטו אז ווען דו פילסט אזוי געפערליך, אנשטאטס צו שפירן אזוי אומבאהאלפן, קענסטו זיך קלאפן און מאסעדזשן, און שפירן עטוואס פאזאטיוו, און אזוי וועסטו זיך שפירן בעסער."

וואס פאסירט דא? דער מענטש וואס האט ביז היינט געמיינט אז אויב לאזט מען זיך שפירן געפילן גייט עס שפירן אזוי אומבאהאלפן, ווייסט יעצט אז ער קען טון עפעס אנדערש בשעת ער שפירן אומאיינגענעמע געפילן, ער קען זיך 'טעפן' און שפירן בעסער, עס איז ווי א 'סתירה' פארן מוח, פון איין זייט ווייסט ער אז ווען מ'שפירט געפערליך איז נישטא וואס צו טון, און יעצט ווערט ער געוואויר געווארן, אז ס'איז יא דא וואס צו טון ווען מ'שפירט אומבאהאלפן. און יעדע ענערזשי הילינג מעטאד געט בלויז אן אנדערע מיטל וואס העלפן אביסל מאסאזשן און געבן א פאזאטיווע ווירקונג פארן געפיל. ס'איז אלעס איין זאך, נאר אויף אן אנדערע וועג.

דאס איז אינגאנצן אנדערש ווי 'עקספאוזשער טערעפי' וואס בארואיגט דעם מענטש בלויז פון ארייננעמען דעם מענטש אין א פלאץ ווי ער קען זיך צוגעוואוינען איבערצוגיין דעם טראומע אדער געפיל און אזוי זיך צגעוואוינען אז מען דארף נישט מורא האבן. ווייל די גאנצע זאך וואס דער עקספאוזשער טוט אויף איז צו געבן א מעסעדזש פארן מוח אז, נישט יעדע מאל פאסירט דאס ערגסטע, אבער דאס איז נישט קיין סתירה צו דאס וואס דער מוח ווייסט אז די ערגסטע 'קען' פאסירן. דא טוט מען עפעס אנדערש, דאס ערגסטע קען טאקע פאסירן, אבער אפילו ווען עס פאסירט, דארפסטו נישט שפירן אזוי פארלוירן, קענסט דיך געבן א מאסאדזש.

דאס איז כל תורת ענערזשי הילינג על רגל אחת.

אין אנדערע ווערטער, ענערזשי הילינג איז בלויז א געוויסע מיטל צו לאזן מוח וויסן, דו קענסט נאכלאזן פון דיין שרעק, ווייל ס'איז דא וועגן וויאזוי צו באהאנדלען די שווערע געפילן, דורך געבן א געוויסע סארט 'פיזישע' מאסאדזש פאר די מוסקלען, ווי צו זאגן, דו ביזט סעיף, אזוי אז דער קערפער זאל עס שפירן. און דאס טוט אויפמאכן דעם בלאק פון מיינע אז געפילן זענען שרעקליך און מקען עס נישט אנקוקן.

אינעם קומענדיגן שיעור האף איך אי"ה צאמצונעמען די גאנצע סעריע אין איין קורצע סך הכל, ווי אויך צו ווייזן וויאזוי דער פראצעדור פאסירט אין פארשידענע סארט ענערזשי היילונג מעטאדן, מעגליך געוויסע וואס איר האט נאך קיינמאל נישט געהערט.

אין קורצן:
• אן ענערגיע בלאק, פאסירן ווען דער מוח וויל באשיצן דעם מענטש.
• דער בלאק מאכט זיך אויף, ווען עס שפירט אז עס פעלט מער נישט אויס צו באשיצן.
• געווענליך איז גענוג בלויז רעדן צו די ענערגיע אז ער זאל פארשטיין אז ער קען זיך אויפמאכן, דורך אים אויפווייזן אז ס'איז נישט שרעקעדיג.
• צומאל וועט רעדן נישט העלפן, וויבאלד דער מענטש לעבט אונטער טראומע אז זיך לאזן שפירן געפילן איז ממש שרערליך און שפירט זיך זייער פארלוירן.
• איינמאל מען האט מורא פון געפילן, וועט פאסירן א בלאק, וואס וועט כסדר פראבירן צו בלאקירן פון בלויז שפירן געפילן.
• דאס ברענגט נייע אנגסט און נאך שרעק, און מען דערשרעקט זיך פון די שרעק, און עס ווערט א 'סעקענדערי ענקזייעטי' – שרעק אויף שרעק.
• מען ציטער פון שפירן די נייע שרעק, און אזוי ציט זיך א קייט פון שרעק.
• מען קען נעמען מעדעצינען אלס 'קראטש', אבער נישט יעדער וויל גיין דעם גאנג.
• די אינטרעסאנטע ענערזשי הילינג מעטאדן ברענגען א נייע סעריע פון טאקטיקן וויאזוי צו געבן א פיזישע מעסעדש פאר מוח און קערפער, אז ס'איז בסדר צו שפירן געפילן.
• אפילו אויב ס'איז שרעקעדיג, האסטו עפעס וואס צו טון נישט צו שפירן אזוי פארלוירן, און דאס מאכט אויף דעם 'קייט סעריע' פון ציטערן פון געפילן, און מיט די צייט געוואוינט מען זיך צי אז געפילן זענען נישט אזוי געפערליך.

הערות דא
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”