קושיות והערות על שיעור היום - מס' ראש השנה
דארט איז געוועהן די מעשה אזוי נחמיה האט דערלאנגט וויין פארען קעניג ווי עס איז געוועהן זיין שטייגער, און זיין פנים איז געוועהן 'רע', אנדערש ווי געווענליך. דער קעניג האט איהם צוליב דעם חושד געוועהן אז ער וויל איהם פאר'סמ'ען, ביז נחמיה האט זיך מתנצל געוועהן אז ער טרויערט אויף חורבן ירושלים, און ער האט דאן געבעטען רשות צו קענען גיין אויפבויען חומות ירושלים.
איז דער מהרש"א מסביר אז געווענליך איז געוועהן דער שטייגער אז דער וואס דערלאנגט וויין האט פריער געמוזט טועם זיין, לו צייגען אז עס איז נישט פאר'סמ'ט. די חכמים האבען טאקע מתיר געוועהן פאר נחמיה'ן צו טרונקען גוי'שע וויין מחמת פקוח נפש.
דעמאלס, צוליב דער צער אויף דער מצב אין ירושלים, האט ער אבער מקבל געוועהן נזירות נישט צו טרונקען קיין וויין. דערפאר, ווען ער האט נישט טועם געוועהן, האט דער קעניג איהם חושד געוועהן אז ער וויל איהם פאר'סמ'ען, ביז נחמיה האט ערקלערט די סבה פון זיין נישט טרונקען.
פרעג איך וואס האט פאסירט פון כסלו ביז ניסן? ממה נפשך, אויב ער האט שוין דאן מקבל געוועהן נזירות, פארוואס האט דער קעניג נישט באלד געפרעגט, און אויב ער האט נישט גלייך מקבל געוועהן נזירות, וואס איז נשתנה געווארען אום ניסן? ואם תאמר אז ער האט גלייך מקבל געוועהן נזירות, נאר עס איז נישט אויסגעקומען ער זאל דערלאנגען ביז ניסן, וויאזוי איז שייך צו זאגען 'מיין פנים איז געווענליך יא געוועהן גוט' (שם בפסוק) אויף א זאך וואס פאסירט בלויז איינמאל אין 4 חדשים - קען מען דען זאגען 'געווענליך'?
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים