כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
עובר ושב
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:10 pm

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך עובר ושב »

1214222002.jpg
1214222002.jpg (370.36 KiB) געזען 1392 מאל
Letshelpothers
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך Letshelpothers »

צווייפעל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:37 pm
nobody האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:44 pm
הימלישע וואסער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:33 pm
nobody האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:57 am
הימלישע וואסער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 8:56 am

זעלטענע ארבעט די וואך ביי רבי ברוך יודא קליין אינעם 'דער איד' ווער דער פישער איז געווען און נאך פארשידענע פאקטן ארום דעם קאסטנער צוג. גאר אינטערעסאנט.
אדרבה ביטע ברענג מער פרטים,
וואס שרייבט ער איבער פישער,
וועלעכע פישער איז עס געווען קאסטנער'ס שווער,
אדער הרב פישער'ס קרוב וואס איז געווען סתם א וואוילע איד, אן קיין גרויסע קשרים אדער השפעה אויף קאסטנער,
בקיצור נמרץ. צוויי דר. פישערס געוועזן. גרויסע ציוניסטישע שישקעס און חבירים קאלעגעס אין די רוימענישע פארלימענט. איינס איז געווען שמעי' (טעאדער) פישער א זוהן פון הגאון רבי שלמה פישער (טאטע פונעם באקאנטען רבי אהרן פישער. טאטע פונעם שפעטערדיגן ראבד עדה החרדית רבי ישראל יעקב) און דער אנדערער איז געווען דר. יוסף פישער דער שווער פון דר. ישראל קאסטנר'ן. אנדערש ווי אסאך זענען צוגעוואוינט פון חדר אז קאסנער'ס שווער האט באקומען דעם חלום (וואס עס נעמט זיך פו די באקאנטע קאסטנער פראצעס ווי דר. קאסטנער האט אליין דערציילט אז די איינציגסע שינוי וואס ער הא געמאכט אויף די ליסטע איז ארויפצולייגען דעם סאטמערער רבי'ן אויפן פערזענדליכען אינטערווענץ פון זיין שווער) איז דאס געווען דר. שמעי' פישער וואס זיין מאמע שרה גיטל פישער איז אים געקומען עטליכע מאל אין חלום אז ער זאל דאס ערלעדיגן. און ער האט אויסגעאיבט דרוק אויף זיין קאלעגע יוסף פישר זאל דאס פועל'ן ביי זיין איידעם קאסטנער.
(אגב. האט הרב הקדוש מסאטמאר פון דעמאלטס אהן אייביג געצינדען א ליכטל אין טאג פון איר יארצייט לאות הכרת הטוב!)
פון ווי קימט דאס?
מושיען של ישראל?
און ווער האט געשתדלט פאר די אנדערע רבנים וואס זענען דארט געווען?
און בכלל האבן נישט די ארטודאקסען באקומען א חלק פון די באן און געקענט דארט לייגן וועם זיי האבן געוואלט?
אין קלויזענבורגער געטא איז קאסטנער געווען בעה"ב, דארט האט ער ארויף געלייגט דעם רבי’ן, פון קלויזענבורגע געטא איז קיינער נישט ארויף, בלויז קנאפע 400 ציונים, דארט האט מען געברויכט גרויס פראטעקציע.

די אנדערע רבנים זענען ארויף אויפן באן אין פעסט, דארט איז נישט געווען קיין געטא, דארט איז פיל גרינגער געווען ארויף צוקומען אויפן באן.
יישר כח פארן אויסקלארען איר זענט גערעכט די באן פון קלויזינבורג קיין בודופעסט איז נישט די זעלבע ווי די באן פון בודופעסט קיין בערגן בעלזן
Letshelpothers
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך Letshelpothers »

Mezofzef האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:46 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:46 am
Letshelpothers האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:53 pm
nobody האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:44 pm
הימלישע וואסער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:33 pm

בקיצור נמרץ. צוויי דר. פישערס געוועזן. גרויסע ציוניסטישע שישקעס און חבירים קאלעגעס אין די רוימענישע פארלימענט. איינס איז געווען שמעי' (טעאדער) פישער א זוהן פון הגאון רבי שלמה פישער (טאטע פונעם באקאנטען רבי אהרן פישער. טאטע פונעם שפעטערדיגן ראבד עדה החרדית רבי ישראל יעקב) און דער אנדערער איז געווען דר. יוסף פישער דער שווער פון דר. ישראל קאסטנר'ן. אנדערש ווי אסאך זענען צוגעוואוינט פון חדר אז קאסנער'ס שווער האט באקומען דעם חלום (וואס עס נעמט זיך פו די באקאנטע קאסטנער פראצעס ווי דר. קאסטנער האט אליין דערציילט אז די איינציגסע שינוי וואס ער הא געמאכט אויף די ליסטע איז ארויפצולייגען דעם סאטמערער רבי'ן אויפן פערזענדליכען אינטערווענץ פון זיין שווער) איז דאס געווען דר. שמעי' פישער וואס זיין מאמע שרה גיטל פישער איז אים געקומען עטליכע מאל אין חלום אז ער זאל דאס ערלעדיגן. און ער האט אויסגעאיבט דרוק אויף זיין קאלעגע יוסף פישר זאל דאס פועל'ן ביי זיין איידעם קאסטנער.
(אגב. האט הרב הקדוש מסאטמאר פון דעמאלטס אהן אייביג געצינדען א ליכטל אין טאג פון איר יארצייט לאות הכרת הטוב!)
פון ווי קימט דאס?
מושיען של ישראל?
און ווער האט געשתדלט פאר די אנדערע רבנים וואס זענען דארט געווען?
און בכלל האבן נישט די ארטודאקסען באקומען א חלק פון די באן און געקענט דארט לייגן וועם זיי האבן געוואלט?
גערעכט די ארטידאקסען האבען באקומען א חלק פארן צאלן די גאנצע פרייז
וואס מיך באדערט וואס האט מען געדארפט א חלום די רבי איז דען געווען דעמאלטס באקאנט אין די פרייע וועלט אלס אזא אויסגעשפראכענע אנטי אזוי ווי די מנחת אלעזר דאס איז נאך געווען פאר ויואל משה על הגאלה תורות וכו
האבען די ציונים געוויסט אז ער וועט זיי אינטער ברענגן נאכן קריג?

אפשר נישט געוואוסט אז ער וועט זיין אונטערברענגען, אבער ברייט באקאנט געווען פארן קריג אלץ א לוחם מלחמת ה' אקעגן די ציונים וכל אביזרייהו
אונטער געברענגט האט ער זיי נישט...
אויב קענט איר היסטוריה וואס עס האט זיך אפ געשפילט נאכן קריג מיט די הקמות המדינה אין וויפעל רבנים אין ערליכע יודען האבען געזאגט הלל אין נאר אדאנק דעים רבין איז די בליק געטוישט געווארען איז דאס אינטערגרבענגט ביי ערליכע יודען כפי ערך
Letshelpothers
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך Letshelpothers »

עובר ושב האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 2:12 pm
1214222002.jpg
ביי מיר איז דאס א תיקו וואס וועט פארענפערט ווערן מיט משיח סדא צופיל גרסאות
1) ר חיים ראטה וואס איר ברענגט
2) צוויי אנדערע שוויצע עסקנים עסקניות האבן באצאלט ביים גרעניץ
3) דער קאנדאקטער אהן קיין סיבה האט נישט געליינט אדער זיך געמאכט ווי ער האט נישט געליינט די באפעל ביזן אריבער גיין דעים גרעניץ

אלע די אויבענדערמאנטע האבען עדים
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

תגובה דורך קוואל וואסער »

Letshelpothers האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 4:35 pm

מאך אביסל היימארבייט... אלעס שטימט הערליך ווער עס וויל דערגרינטעווען.

עס האט אסאך מיט ר' יצחק ורעכא שטערנבוך, ר' לייבוש רובינפעלד

אויפ'ן אפגעשטעלטן באן האט גפן געטראפן דעם רבי'ן. ער איז געבליבן ווארטן אויף די באן בשליחות רבי מיכאל בער וועלכער פלעגט אלץ שיקן שליחים צו די באן סטאנציע צו העלפן די פליטים, שמירן די קאנדאקטארס, העלפן וואס לאזט זיך נאר.

דער גפן איז צוריק אין שטאט אויפשטורעמען אז די באן איז אפגעשטעלט, איז ר' חיים געלאפן צו אייכמאן ימ"ש בעצם יום השבת, וכו' וכו'.

אין די לעצטע מינוט ווען די דייטשן האבן געוואלט פארקירעווען די באן האבן שטערנבוך און רובינפעלד געשאפן דאס געלט. אלעס איז איין לאנגע קייט וכו'.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך

קוואל וואסער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 4:50 pm

איר שרייבט אז שטערנבוך און רובינפעלד האבן געשאפט דאס געלט אויפן אויבן דערמאנטן בריוו שטייט אז ראטה האט געשאפט דאס געלט
איך פארשטיי אז עס איז געווען אסאך אינוואלווד אין עס קימט זיך קרעדיט פאר יעדים אבער פון די בריוו קוקט נישט אזוי אויס ווי אויך האבען אנדערע געשריבען כאילו נאר זיי האבען געהאלפען ואכמ״ל ודו״ק

Letshelpothers האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 5:19 pm

איר ווילט עפעס ספעציעל...?

אויפן צעטל שטייט אז ראטה איז געגאנגען ארום לויפן שאפן דאס געלט. איך האב געשריבן אז שטערנבוך און רובינפעלד האבן געהאלפן ברענגען געלט - ספעציעל ביים סוף, ווען מ'האט שוין געהאלטן ממש פאר די גרעניץ קיין שווייץ.

איר זעהט דא א סתירה? וואס איז די געזלייטינג אויף צדיקים חסידים בעלי מסי"נ וואס האבן געראטעוועט טויזנטער אידן פון די נאצישע נעגל?

ווער האט געשריבן כאילו נאר "זיי" האבן געהאלפן? איך קען גוט די היסטאריע און נאך נישט באמערקט אזאנס.

לערנטס אביסל איש חמודות און שטערנבוך'ס בייאגראפי.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך אלטע שרייבער »

געהערט אמאל פון ר' לייבוש רובינפעלדס אייניקל האט פארציילט, אז זיין זיידע איז געשטאנען נעבן די גרעניץ אויף די שווייצע זייט ווארטנדיג די באן זאל אנקומען, זעהענדיג ווי די באן האט זיך אפגעשטעלט פארן גרעניץ, האט ער שפאצירענדיג אויף די שינעס צוגעגאנגן צום באן און געפרעגט די קאנדאקטער פ"וו ער האט זיך אפגעשטעלט, האט ער אים גענטפערט אז ער האט אזוי באקומען א באפעל פון די הויעכע פענסטערס און ער ווייסט אויך נישט פארוואס, האט אים ר' לייבוש געזאגט די פאר אריבער און אויב מ'גייט דיך פרעגן פ"וו בוסט אריבער זאלסטו זאגן אז די באפעל איז אנגעקומען צי שפעט און איך בין שוין געווען די אנדערע זייט גרעניץ, וכך הוה ער האט אים געפאלגט.

קאן זיין אז די באן האט זיך געהאט אפגעשטעלט מערערע מאל במשך הדרך אבער כך שמעתי
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)

קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך קוואל וואסער »

דאס האב איך געזאגט פריער, און איך מיין ער האט אויך געשמירט מיט א שיינע חציצה.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
Letshelpothers
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך Letshelpothers »

קוואל וואסער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 6:42 pm
ווער האט געשריבן כאילו נאר "זיי" האבן געהאלפן? איך קען גוט די היסטאריע און נאך נישט באמערקט אזאנס.

לערנטס אביסל איש חמודות און שטערנבוך'ס בייאגראפי.
בה איך קען פיין היסטוריה אין איך האלט אין איין ליינען
קוקוס איין תגובה נאך אייך אין זאגטס מיר וואס דא גייט פאר אז איר קענט היסטוריה ווייסט איר דרך זיכער אז סאיז דא נאך איינער וואס זאגט ער איז געשטאנען ביים גרעניץ מיט קעש די צוויי האבען זיך געטראפען?
און אפשר זאגט איר מיר אויף וועלכע זייט גרעניץ מאיז געשטאנען איר ווייסט ווי אזוי די גרענעצען האבען אויס געקוקט
Letshelpothers
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך Letshelpothers »

קוואל וואסער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 6:40 pm
Letshelpothers האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 5:19 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 4:50 pm
Letshelpothers האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 4:35 pm
עובר ושב האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 2:12 pm
1214222002.jpg
ביי מיר איז דאס א תיקו וואס וועט פארענפערט ווערן מיט משיח סדא צופיל גרסאות
1) ר חיים ראטה וואס איר ברענגט
2) צוויי אנדערע שוויצע עסקנים עסקניות האבן באצאלט ביים גרעניץ
3) דער קאנדאקטער אהן קיין סיבה האט נישט געליינט אדער זיך געמאכט ווי ער האט נישט געליינט די באפעל ביזן אריבער גיין דעים גרעניץ

אלע די אויבענדערמאנטע האבען עדים
מאך אביסל היימארבייט... אלעס שטימט הערליך ווער עס וויל דערגרינטעווען.

עס האט אסאך מיט ר' יצחק ורעכא שטערנבוך, ר' לייבוש רובינפעלד

אויפ'ן אפגעשטעלטן באן האט גפן געטראפן דעם רבי'ן. ער איז געבליבן ווארטן אויף די באן בשליחות רבי מיכאל בער וועלכער פלעגט אלץ שיקן שליחים צו די באן סטאנציע צו העלפן די פליטים, שמירן די קאנדאקטארס, העלפן וואס לאזט זיך נאר.

דער גפן איז צוריק אין שטאט אויפשטורעמען אז די באן איז אפגעשטעלט, איז ר' חיים געלאפן צו אייכמאן ימ"ש בעצם יום השבת, וכו' וכו'.

אין די לעצטע מינוט ווען די דייטשן האבן געוואלט פארקירעווען די באן האבן שטערנבוך און רובינפעלד געשאפן דאס געלט. אלעס איז איין לאנגע קייט וכו'.
איר שרייבט אז שטערנבוך און רובינפעלד האבן געשאפט דאס געלט אויפן אויבן דערמאנטן בריוו שטייט אז ראטה האט געשאפט דאס געלט
איך פארשטיי אז עס איז געווען אסאך אינוואלווד אין עס קימט זיך קרעדיט פאר יעדים אבער פון די בריוו קוקט נישט אזוי אויס ווי אויך האבען אנדערע געשריבען כאילו נאר זיי האבען געהאלפען ואכמ״ל ודו״ק
איר ווילט עפעס ספעציעל...?

אויפן צעטל שטייט אז ראטה איז געגאנגען ארום לויפן שאפן דאס געלט. איך האב געשריבן אז שטערנבוך און רובינפעלד האבן געהאלפן ברענגען געלט - ספעציעל ביים סוף, ווען מ'האט שוין געהאלטן ממש פאר די גרעניץ קיין שווייץ.

איר זעהט דא א סתירה? וואס איז די געזלייטינג אויף צדיקים חסידים בעלי מסי"נ וואס האבן געראטעוועט טויזנטער אידן פון די נאצישע נעגל?
אוי רבש״ע נעמטס א טופען אטעם
קיינער מאכט נישט אוועק קיין בעלי מסירות נפש חלילה אז מען פרעגט א קשיא אויף א פרט ווערט נאך זייערע מעשים טובים נישט קלענער
טאקע וועגן דעם האב איך נישט מערך געווען ווייל סוועט נאך קומען אזעלעכע יודן אין מיינען איך מאך אוועק בעלי מסירות נפש
דזאסט פאר יאר אינפארמעשין זייער ווייניג האבען געדענקט יעדע דעטאל איר ווייסט ווי אזוי די וועלט האט אויס געזען דעמאלטס?
פון די יחידי סיגלה וואס האבען אלעס געדענקט איז געווען רבי מיכאל בער זצ״ל
דאס אז מען האט נישט געדענקט א דעטאל מיינט נישט אז עס איז נישט אמת נאר עס קען זיין אז עס איז געשען א צוויטע צייט וכו דאס רעד איך בכללות
אין צום עניין קוקוס צוויי תגובות נאך אייך אין זאגטס מיר וואס דא גייט פאר
אין סאיז דא נאך איינער וואס זאגט ער איז געשטאנען ביים גרעניץ מיט קעש די צוויי האבען זיך געטראפען?
און אפשר זאגט איר מיר אויף וועלכע זייט גרעניץ מאיז געשטאנען איר ווייסט ווי אזוי די גרענעצען האבען אויס געקוקט?
דאס וואס איך האב שוין געפרעגט אין א צוויטע פלאץ אין ער שרייבט דאס אינעם בריוו אז עס האט געדארפט זיך צוריק דרייען קיין אוישוויץ
אוישוויץ איז שוין געווען אויסגעלאשען דעמאלטס סא דארטן האט עס נישט געדארפט גיין
יעצט די אלע זאכן פרעגן אפ זיכער נישט
סך הכול האב איך געזאגט וואס פינקטלעך איז פאר געגאמגען ביים גרעניץ איז ביי מיך א תיקו ווייל עס איז דא צופיל ערשט האנטיגע גרסאות אין די מענטשען זענען שוין נישטא
דעטס איט
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך וואל טאג »

דער תגובה איז א מאסט!!!
viewtopic.php?p=979591#p979591

אבער די דעבאטע די לעצטע פאר תגובות, פעלט פשוט די א' ב' במח"כ

ר' חיים ראטה האט געשאפט די געלט נאך פאר בערגן בעלזן, און די מעשה מיט רובינפעלד איז שוין געווען כ"א כסליו ווען דער באן איז אנגעקמען קיין שווייץ

פאר מער זע די אויבן געלינקטע תגובה
Letshelpothers
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך Letshelpothers »

וואל טאג האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 7:50 pm
דער תגובה איז א מאסט!!!
viewtopic.php?p=979591#p979591

אבער די דעבאטע די לעצטע פאר תגובות, פעלט פשוט די א' ב' במח"כ

ר' חיים ראטה האט געשאפט די געלט נאך פאר בערגן בעלזן, און די מעשה מיט רובינפעלד איז שוין געווען כ"א כסליו ווען דער באן איז אנגעקמען קיין שווייץ

פאר מער זע די אויבן געלינקטע תגובה
באמת א יישר כח פארן צו ווייזן ד תגובה
די קלארקייט וואס מען באקומט דא איז א געוואלדיגע ארבעט
ווי געשריבען איז דא אסאך וואס שרייבען אבער זיי שרייבען נאר זייער זייט
וואס איז אבער נישט קלאר פון דארטן איז ביי וועלכע פוינט האט זיך די באן אפגעשטעלט אין בערגן בעלזן
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך וואל טאג »

ויקיפידיע האט געוויסע דאטומען

https://en.wikipedia.org/wiki/Kastner_train
וויי. יו. על. (YUL)
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:29 pm

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך וויי. יו. על. (YUL) »

Letshelpothers האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 4:31 pm
Mezofzef האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:46 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:46 am
Letshelpothers האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:53 pm
nobody האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:44 pm
פון ווי קימט דאס?
מושיען של ישראל?
און ווער האט געשתדלט פאר די אנדערע רבנים וואס זענען דארט געווען?
און בכלל האבן נישט די ארטודאקסען באקומען א חלק פון די באן און געקענט דארט לייגן וועם זיי האבן געוואלט?
גערעכט די ארטידאקסען האבען באקומען א חלק פארן צאלן די גאנצע פרייז
וואס מיך באדערט וואס האט מען געדארפט א חלום די רבי איז דען געווען דעמאלטס באקאנט אין די פרייע וועלט אלס אזא אויסגעשפראכענע אנטי אזוי ווי די מנחת אלעזר דאס איז נאך געווען פאר ויואל משה על הגאלה תורות וכו
האבען די ציונים געוויסט אז ער וועט זיי אינטער ברענגן נאכן קריג?
אפשר נישט געוואוסט אז ער וועט זיין אונטערברענגען, אבער ברייט באקאנט געווען פארן קריג אלץ א לוחם מלחמת ה' אקעגן די ציונים וכל אביזרייהו
אונטער געברענגט האט ער זיי נישט...
אויב קענט איר היסטוריה וואס עס האט זיך אפ געשפילט נאכן קריג מיט די הקמות המדינה אין וויפעל רבנים אין ערליכע יודען האבען געזאגט הלל אין נאר אדאנק דעים רבין איז די בליק געטוישט געווארען איז דאס אינטערגרבענגט ביי ערליכע יודען כפי ערך
צייטונג ארטיקל אין *אמעריקע* פאר די צווייטע וועלט מלחמה
Screenshot 2023-12-04 124019.png
Screenshot 2023-12-04 124019.png (243.09 KiB) געזען 971 מאל
Letshelpothers
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך Letshelpothers »

וויי. יו. על. (YUL) האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 11:27 pm
Letshelpothers האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 4:31 pm
Mezofzef האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:46 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:46 am
Letshelpothers האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:53 pm

גערעכט די ארטידאקסען האבען באקומען א חלק פארן צאלן די גאנצע פרייז
וואס מיך באדערט וואס האט מען געדארפט א חלום די רבי איז דען געווען דעמאלטס באקאנט אין די פרייע וועלט אלס אזא אויסגעשפראכענע אנטי אזוי ווי די מנחת אלעזר דאס איז נאך געווען פאר ויואל משה על הגאלה תורות וכו
האבען די ציונים געוויסט אז ער וועט זיי אינטער ברענגן נאכן קריג?
אפשר נישט געוואוסט אז ער וועט זיין אונטערברענגען, אבער ברייט באקאנט געווען פארן קריג אלץ א לוחם מלחמת ה' אקעגן די ציונים וכל אביזרייהו
אונטער געברענגט האט ער זיי נישט...
אויב קענט איר היסטוריה וואס עס האט זיך אפ געשפילט נאכן קריג מיט די הקמות המדינה אין וויפעל רבנים אין ערליכע יודען האבען געזאגט הלל אין נאר אדאנק דעים רבין איז די בליק געטוישט געווארען איז דאס אינטערגרבענגט ביי ערליכע יודען כפי ערך
צייטונג ארטיקל אין *אמעריקע* פאר די צווייטע וועלט מלחמה
Screenshot 2023-12-04 124019.png
באמת א יישר כח פארן ברענגען אין פאר ברייטערן מיינע ידעות
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך Mezofzef »

וויי. יו. על. (YUL) האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 11:27 pm
Letshelpothers האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 4:31 pm
Mezofzef האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:46 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:46 am
Letshelpothers האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:53 pm

גערעכט די ארטידאקסען האבען באקומען א חלק פארן צאלן די גאנצע פרייז
וואס מיך באדערט וואס האט מען געדארפט א חלום די רבי איז דען געווען דעמאלטס באקאנט אין די פרייע וועלט אלס אזא אויסגעשפראכענע אנטי אזוי ווי די מנחת אלעזר דאס איז נאך געווען פאר ויואל משה על הגאלה תורות וכו
האבען די ציונים געוויסט אז ער וועט זיי אינטער ברענגן נאכן קריג?
אפשר נישט געוואוסט אז ער וועט זיין אונטערברענגען, אבער ברייט באקאנט געווען פארן קריג אלץ א לוחם מלחמת ה' אקעגן די ציונים וכל אביזרייהו
אונטער געברענגט האט ער זיי נישט...
אויב קענט איר היסטוריה וואס עס האט זיך אפ געשפילט נאכן קריג מיט די הקמות המדינה אין וויפעל רבנים אין ערליכע יודען האבען געזאגט הלל אין נאר אדאנק דעים רבין איז די בליק געטוישט געווארען איז דאס אינטערגרבענגט ביי ערליכע יודען כפי ערך
צייטונג ארטיקל אין *אמעריקע* פאר די צווייטע וועלט מלחמה
Screenshot 2023-12-04 124019.png
יישר כחכם.
אויב עס איז נישט שווער, קענט איר ברענגען די גאנצע ארטיקל?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך יוד אלף »

Letshelpothers האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 7:41 pm

דאס וואס איך האב שוין געפרעגט אין א צוויטע פלאץ אין ער שרייבט דאס אינעם בריוו אז עס האט געדארפט זיך צוריק דרייען קיין אוישוויץ
אוישוויץ איז שוין געווען אויסגעלאשען דעמאלטס סא דארטן האט עס נישט געדארפט גיין
דו רירסט אן א אינטערסאנטע נקודה.

כ"א כסליו תש"ה איז געווען דעצעמבער 7 1944

די נאציס האבן דיסטראקטעד די קרעמעטאריעמס ביי די סוף פון נאוועמבער. אנהייב נאוועמבער זענען נאך אנגעקומען טראנספארטן קיין אוישוויץ, וועלכע זענען פארגאזד געווארן הי"ד

דער טראנספארט איז כסדר געווען אויפן טיש לחיים או למוות, יואב ביז נאוועמבער האט עס געמיינט אוישוויץ,
דו זאגסט סך הכל, אז די לעצטע וואך צוויי, איז די טעכנישטע אפטייטש פון צוריק דרייען למוות נישט געווען אוישוויץ, נישט א געפערליכע קשיא.
Letshelpothers
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך Letshelpothers »

יוד אלף האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 11:27 am

גערעכט דאס איז וואס איך שרייב פון ט כסלו November 25 44 האט הימלער ימש געהייסען צו ווארפן די גאז קאמערען
בסך הכל האב איך געפרעגט ווען די באן איז אוועק געפארן פון בערגן בעלזן אויב איינער ווייסט וואס איז געווען די סטראשע צו ווי זאל דאס ג’יין אויב נישט קיין שוויץ
ווי אויך ליגט מיר אין קאפ אז די באן האט זיך אפגעשטעלט אין עסטריעך קען זיין איך מיש
אוועטאר
דזשי רי בי
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך דזשי רי בי »

Letshelpothers האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:10 pm
יוד אלף האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 11:27 am
Letshelpothers האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 7:41 pm

דאס וואס איך האב שוין געפרעגט אין א צוויטע פלאץ אין ער שרייבט דאס אינעם בריוו אז עס האט געדארפט זיך צוריק דרייען קיין אוישוויץ
אוישוויץ איז שוין געווען אויסגעלאשען דעמאלטס סא דארטן האט עס נישט געדארפט גיין
דו רירסט אן א אינטערסאנטע נקודה.

כ"א כסליו תש"ה איז געווען דעצעמבער 7 1944

די נאציס האבן דיסטראקטעד די קרעמעטאריעמס ביי די סוף פון נאוועמבער. אנהייב נאוועמבער זענען נאך אנגעקומען טראנספארטן קיין אוישוויץ, וועלכע זענען פארגאזד געווארן הי"ד

דער טראנספארט איז כסדר געווען אויפן טיש לחיים או למוות, יואב ביז נאוועמבער האט עס געמיינט אוישוויץ,
דו זאגסט סך הכל, אז די לעצטע וואך צוויי, איז די טעכנישטע אפטייטש פון צוריק דרייען למוות נישט געווען אוישוויץ, נישט א געפערליכע קשיא.
גערעכט דאס איז וואס איך שרייב פון ט כסלו November 25 44 האט הימלער ימש געהייסען צו ווארפן די גאז קאמערען
בסך הכל האב איך געפרעגט ווען די באן איז אוועק געפארן פון בערגן בעלזן אויב איינער ווייסט וואס איז געווען די סטראשע צו ווי זאל דאס ג’יין אויב נישט קיין שוויץ
ווי אויך ליגט מיר אין קאפ אז די באן האט זיך אפגעשטעלט אין עסטריעך קען זיין איך מיש
הייסט אז גיין קיין אוישוויץ קעמפ אן די קרעמיטאריעם בשעת ווען נאצי דייטשלאנד איז געווען אין פאוער דארט איז די זעלבע אקעי ווי גיין אין די פרייע שווייץ?

היסטאריקער לאמיר דיר פרעגן, וויפיל אידן זענען אומגעברענגט געווארן אינטער די נאצי הענט פון כ"א כסלו ביז היטלערס פגירה?
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
Letshelpothers
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך Letshelpothers »

דזשי רי בי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:23 pm

וואס טרייסטו צו זאגען אז די פארשטייסט נישט קיין קשיא מוזטו נישט ענפערן טו מיך א טובה מאך נישט איין גאנצע קיגעל פונם קריג
סך הכל וואס איך זאג אז קיין אוישוויץ האט מען שוין דעמאלטס נישט געפירט
נישט אז מען איז געגאנגען דארט אן ג’אז קאמערען מען האט שוין נישט טראנספארטירט אהין בכלל
פאר מיר וואלט יא געווען זייער אינטערסאנט צו וויסען ווי מען האט גע פלאנט צו פירען די באן זייט הימלער ימש איז געווען פרעזענליך פארמישט אין אויב איז דא סיי ועלעכע אנדייטונג אז ער האט געזאגט ווי אהין צו פירען די באן וואלט דאס געווען אינטערסאנט צו אניליזירען וואס ער האט געהאלטן אויף די פארשריט פון די אליאירטע
ווי ערווענט פריער האט הימלער ימש שוין געהייסען פארלענדען די קאמערען ט כסלו דאס הייסט ער האט פאראויסגעשאצט רויסלאנדס פראגרעס וואס האט זיך ארויס געשטעלט ריכטאג
אוישוויץ איז שוין געווען באפרייט סוף Jan זיי מוחל קוקט אויף די מעפ אוישוויץ איז אין פולין די איבריגע קעמפס וואס זענען נאך געווען אקטיוו זענען אין דייטשלאנד וואס וואלט שוין אויך געקענט זיין באפרייט ווען נישט די אליאירטע פאליטיק איבער די צוטיילונג נאכן קריג ממילה האבן זיך די רוסן נישט גערוקט פאר אויס
אין קיין מאסן פארניכטונג איז שוין נישט געווען אויף די לעוועל איינמאל די אויבענעס האבן שוין נישט געברענט
מחלות האט געהארגעט אסאך די דייטשען האבען שוין געקארגט אויף קוילען זיי האבען שוין קיין געלט נישט געהאט זענען די רשעים אויף געקומען מיט א פרישע רציחה וואס קאסט נישט קיין געלט טויט מארטשן האבען געהארגעט די גרעסטע צאל אין יענע חדשים וואקענדיג אין שרעקליכע קעלט פאר וואכען אן קיין ציל
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

רבותי, לאמיך ענק מזכה זיין מיט וואס אני הק' האב געשריבן אין "בחצרות סאטמאר" כ"א כסלו תשפ"א, די פונקטליכע כראנאלאגיע פון חורבן אייראפע און הצלת רבינו הק' זי"ע מיט גאר אסאך פרטים, אויסגעשטעלט פונקטליך לויט צייט און פלאץ, וואס זענען נישט געווען געשריבן ביז דאן.

...

[אויסגעלאזט רוב פונעם ארטיקל, פון תרצ"ג ביז דא, נאר געברענגט אויסצוגן מען זאל פארשטיין די זומער ביז שווייץ, אלעס 100 פראצענט דאקומענטירט]

חודש אייר תש"ד

דער ציוניסטישער אנפירער פונעם טראנספארט, רודאלף קאסטנער, און די אנדערע האבן בשום אופן נישט געוואלט צולאזן די רעטונג פון רבי'ן, זייער דם-שונא, דער לוחם מלחמות ד', נאר ענדערש אים לאזן גיין קיין אוישוויץ ר"ל.

דארט ביים יודענראט איז געווען א דר. טעאדער פישער (געשטאמט פון א פרומע שטוב, זיין ברודער איז געווען דער פאטער פון הגה"ק רבי ישראל יעקב פישער זצ"ל לימים ראב"ד ביד"ץ ירושלים עיה"ק), וועלכער האט געחלומ'ט אפאר מאל ווי זיין (חשובע ערליכע) מאמע שרה גיטל ווארנט אים אז אויב דער רבי איז אויפ'ן באן וועט עס מצליח זיין, און אז נישט, נישט. נאך אפאר מאל האט דר. פישער געזאגט פאר יוסף פישער פון יודנראט (נישט קיין קרוב) און דער שווער פון קאסטנער, אז נישטא קיין ברירה, מען מוז ארויפלאזן דעם סאטמאר רב (נאך די קריג האט טעאדער דאס דערציילט דעם רבי'ן, און דער רבי האט אנגעצינדן ליכט לעילוי נשמתה פון די מאמע), און אזוי וועט מען אויך קענען האבן די געלט דערפאר.

דער פלאן איז געווען צו האבן ארום 380 מענטשן פון קלויזנבורג, און נאך ארום 12-15 הונדערט פון אנדערע געטאס וואס מ'וועט אפנעמען אין פעסט. פון פעסט וועט מען פארן קיין האנאווער (דייטשלאנד) ביז שפאניע, א נייטראלע לאנד, און פון דארט ווייטער (קיין א"י) . רבי מיכאל בער האט געהאמערט מיט מסירת נפש, כידוע, און געטריבן די פארהאנדלונגען מיט די נאציס, בשעת מען האט באהאלטן דעם פלאן פון די אונגארישע אינסטאנצן פאר יעדן פרייז.

צענטראלע אליאירטע אפענסיווע

ט"ו סיון, למספ' יוני 6, איז געווען "די דעי," דער טאג ווען אמעריקע און די אליאירטע לענדער האבן געעפענט די גרעסטע אינוואזיע אין די מלחמה, אויף די אטלאנטישע ברעגעס פון נארמאנדי, פראנקרייך. 6:30 אינדערפרי האט זיך אנגעהויבן די "לאנדונג" מיט איבער 150 טויזנט זעלנער, איבער 10 טויזנט פליגערס, און ארום זיבן טויזנט שיפן און טאנקען. [ביז דריי מאנאטן איז פראנקרייך געווען באפרייט, און סוף זומער האט זיך אנגעהויבן די אפענסיווע אויף דייטשלאנד זעלבסט, וואס האט געדויערט נאנט צו א יאר, ביז ווען די אמעריקאנער האבן באגעגנט די רוסן אין בערלין און די מלחמה איז געקומען צו אן ענדע.]

י"ט סיון, דאנערשטאג נאכט פר' בהעלותך, נאך פינעף גרויזאמע וואכן אין קלויזנבורגער געטא, האט מען ארויסגעשווערצט דעם רבי'ן און די אנדערע פון געטא צו די באן, דורך אנשטעלן א כלומרשטע "אויפשטאנד" און מ'פירט זיי "צו די פאליציי." ציוניסטישע יונגען האבן נאך געוואלט אפהאלטן דעם רבי'ן בידים פון ארויפגיין צום באן, אבער פון הימל האט מען געהיטן דעם רבי'ן.

כ' סיון, ערב שבת ממש ביים זמן, איז די באן אנגעקומען אין פעסט...

...אין פעסט האט מען פארברייטערט די ליסטע פאר נאך ארטאדאקסישע אידן, ווייל אזוי האט מען געקענט שאפן דאס געלט צו באצאלן די נאציס' פארלאנגען. אזוי האט מען אריין גענומען די גדולי הרבנים מאודווארי, דעברעצין, רבי יונתן שטייף זצ"ל, בתש"ק פ. (דא קען איך שרייבן פעסקא) פריעדמאן ע"ה (שוועסטער פון הרה"ק רבי ברוכל ממונקאטש זצ"ל), און נאך אסאך. די רביצין [מסאטמאר] האט פארארבייט א וועלט צו ראטעווען די קינדער יתומים פון סוכא רב זצ"ל, טשעחויבער אייניקלעך, און נאך. דער רבי האט געפרעגט צו מ'קען געטרויען די מיסיע, אפשר זאל מען פרובירן אנדערע וועגן, אבער די עסקנים האבן מבטיח געווען אז זיי טוען אלעס מעגליך.

די באן האט געדארפט פארלאזן פעסט פרייטאג חוקת, ט' תמוז, אבער צוליב מאסיווע באמבעס פון אליאירטע פליגערס האט מען נישט געקענט ארויספארן. אינצווישן איז געווארן א רעש, אסאך מענטשן זענען ארויף אדער אראפ, נישט געוואוסט יא אדער ניין. דער באן איז באשטאנען פון איבער דרייסיג בהמה וואגאנען, איטליכער מיט אכציג מענטשן אן קיין שום טישן אדער בענק נאר שטייענדיג אויף דער ערד. דער רבי איז געווען אין לעצטן וואגאן. שבת צופרי האט זיך דער באן אנגעהויבן רירן, געפארן אפאר שעה, און טראאאך, אפגעשטעלט ביים גרעניץ פון אונגארן מיט סלאוואקיע.

די העלדישע ארטאדאקסישע שתדלנות

די רשעים געזאגט מ'קען נישט פארן ווייטער ווייל די געלט נישט אנגעקומען, "די באן גייט קיין אוישוויץ" ח"ו. דער עולם איז ארויס פון באן, שפאצירט, אפגערוט, געזארגט אויפ'ן ארגסטן. דער רבי האט געשיקט א שליח צו אלארמירן די עסקנים אין פעסט. א אידיש מיידל איז אראפ פון די באן, פארשטעלט, און אויך געלאפן קיין פעסט.

די שליחים זענען אנגעקומען צו ר' חיים ראטה אינמיטן די שבת'דיגע סעודה. ער איז געלאפן צו פרוידיגער, ביידע זענען געלאפן צו אייכמאן, וואס גייט פאר. האט דער רשע געזאגט, נישט געזארגט, מ'קען האנדלען, די באן פארט קיין וויען. און אויב די געלט ווערט נישט מסודר, גייט די באן קיין אוישוויץ און מ'וועט מאכן שפעטער נאך א באן...

ר' חיים איז אהיים געלאפן און איבערגעדרייט א וועלט צו פארשאפן די מינימאלע געלטער, און עס אפגעשיקט פאר אייכמאן. דאקומענטן צייגן אז די געלט איז געקומען דירעקט – אדער א הלואה אויסגעלייגט אויף שפעטער – פון די עסקנים אין שווייץ, ובראשם ר' יצחק שטערנבוך און זיין אשת חיל רעכא, מיט ר' לייבוש רובינפעלד אין לוגאנא אלס שליח, די זעלבע בארימטע עסקנים וואס האבן געארבייט מיט ר' מיכאל בער און געראטעוועט רבבות אלפי ישראל אויף אלע וועגן במשך די קריג.

דינסטאג, נאכ'ן אפשטעל פון דריי טעג צוליב די פארשפעטיגטע געלט, איז די באן ווייטער געפארן. מען איז אנגעקומען קיין נייהייזל, די באן סטאנציע פון וואו באנען זענען געפארן קיין אוישוויץ . דער פחד איז געווען שרעקליך. ביינאכט איז די באן געפארן ביז פרעשבורג און זיך דארט אפגעשטעלט, אבער ביז וואס-ווען האבן די עסקנים אין פעסט נישט געוואוסט וואס טוט זיך מיט די באן.

דארט אין די סטאנציע פאר פרעשבורג איז די באן געווארן אפגעווארט דורך ר' שלמה שטערן, אלס שליח פון רבי מיכאל בער, וועלכער האט שוין פריער געהאט אונטערגעקויפט די סטאנציע באאמטע אז זיי זאלן אים לאזן וויסן אלץ ווען עס קומט א באן מיט אידן, ער זאל קענען עפעס ראטעווען וויפיל עס לאזט זיך אפילו אין די לעצטע מינוט, און ר' שלמה שטערן פלעגט אפווארטן די באנען. יעצט איז ער געקומען צו די באן, געזוכט דא דארטן, און אזוי פלוצלינג האט ער געזען דעם רבי'ן אין לעצטן וואגאן שבור ורצוץ...! ר' שלמה איז געלאפן ברענגען פרוכט און גרינצייג צו דערמונטערן דעם רבי'ן, וועלכער האט אים דערציילט די גאנצע מעשה ביז אהער. ער האט אויך געגעבן דעם רבי'ן בראנפן און ציגארעטלעך, וואס מיט דעם האט דער רבי פארשאפט א שופר אויף ר"ה און נאך.

דאנערשטאג, מינוטן פאר די באן איז געפארן ווייטער, האט דער רבי געבעטן ר' שלמה שטערן ער זאל רופן זיין תלמיד הרה"ח ר' שלמה גפן אין פעסט. ר' שלמה שטערן האט אויפגעזוכט ר' שלמה גפן און אים דערציילט אלעס וואס דער רבי האט אים דערציילט. ער איז געקומען צו לויפן אז מען דארף אראפנעמען דעם רבי'ן פון באן און ראטעווען אויף אן אנדערע וועג, אבער ווען ער איז אנגעקומען איז שוין די באן געווען אין וועג ווייטער בהשגחה פרטית.

אנקומענדיג צו א ליידיגע סטאנציע, האט ר' שלמה גפן באלד אלארמירט זיין שוואגער אין שווייץ, הרה"ח ר' משה גראס, איבער דעם ביטערן מצב, און דאן האט זיך אנגעהויבן דער ריכטיגער שטורעם אין שווייץ, לא יאומן כי יסופר. עס איז געווען א נס מן השמים, אז דער רבי זאל נישט אריינפאלן אין שווערע צרות אין פעסט, און אז די גאנצע באן זאל ווערן געראטעוועט דורך די ערליכע עסקנים.

פון דארט איז די באן אנגעקומען פרייטאג אין וויען, עסטרייך, וואו מען האט געגעבן עפעס איבערצובייסן און אפאטעמען. פון דארט איז די באן געפארן קיין לינץ, עסטרייך. יעדער איז אויסגעשטיגן, מען האט געהייסן זיך אפוואשן אין שאוער. פונעם הויפן בגדים האט איינער פון די ציוניסטישע מיטפארער געכאפט די געלעגנהייט אוועקצו'גנב'ענען דעם רבינ'ס שער מאשין. און דא איז געווען די מעשה וואס א רשעות'דיגער דאקטאר האט דורכגעזיכט יעדן פאר נקיות, לייז, און אפגעשוירן יעדן אן אויסנאם, אבער ביים רבי'ן האט ער אריינגעשיינט אין די דיוקנא קדישא און אויסגערופן "דאַס איז זויבער!" דער עולם איז געווען גאר צובראכן פונעם אונטערדרוקטן מצב דארט אין לינץ, אבער די נס מיט'ן רבי'נס בארד האט אריינגעבלאזן אמונה און חיות אז אט אט וועט מען אלעס איבערלעבן.

שבת אינדערפרי, י"ז תמוז נדחה, איז די באן אנגעקומען קיין האנאווער, דייטשלאנד. דער רבי האט נישט געלאזט נעמען די פעקלעך, און ווייטער איז א מיסטעריעזער ערל געקומען צו טראגן די פעקלעך און ער איז פארשוואונדן.

דערווייל האט אייכמאן ווייטער געשלעפט און נישט געלאזט די באן פארן ווייטער. ער האט געלאזט וויסן קאסטנער אז אויב ביז א וואך צייט איז די ווייטערדיגע געלט נישט מסודר גייט מען קיין אוישוויץ. "אויף דערווייל" האט אייכמאן געזאגט אז מען פארט קיין... בערגן בעלזן, די ביטערע קאנצענטראציע לאגער אין דייטשלאנד וואו פילע טויזנטער אידן זענען שוין ביז דאן אומגעקומען עקד"ה. "עס ליגט אויף אייז, ביז די געלט קומט אן," האט דער רשע געזאגט. עווענטועל איז קאסטנער ארעסטירט געווארן אויף א וואך-צוויי, און אייכמאן האט אנגעהויבן צו האנדלען צוריק גראד מיט די ערליכע עסקנים, און יעצט האט ער שוין געוואלט טראקס אנשטאט געלט.

אין זעלבן שבת פר' בלק איז ר' שלמה גפן אנגעקומען צו ר' מיכאל בער אין פרעשבורג, און האט אים דערציילט די גאנצע מעשה מיט אלע פרטים וואס ער האט געהערט פון ר' שלמה שטערן בשם דעם רבי'ן. רבי מיכאל בער האט געשריבן בריווען צו יעדע אדרעס אויפ'ן כדור העולם וואס מעגליך צו ראטעווען. ער האט געשריבן צו ר' יעקב גריפל אין איסטאנבול, וועלכער האט עס געטראגן צום אמעריקאנער אמבאסאדער דארט וועלכער האט געפלאנט צו לויפן פאר גאווערנאר פון ניו יארק. ר' משה גראס און די שווייצער עסקנים האבן אלארמירט וואו אימער. די דאזיגע שטורעם אין פעסט און שווייץ, אין די זעלבע צייט וואס רבי מיכאל בער האט געטריבן די פארשפרייטונג פון די שוידערליכע הריגות פון אוישוויץ, האבן צוזאמען אויפגעשטורעמט די גאנצע וועלט, די פרעסע האט עס שוין באריכטעט, און די אונגארישע רעגירונג האט באקומען אויסטערלישע דרוק פון איבעראל אפצושטעלן די טראנספארטן קיין אוישוויץ. אט די השגחה פרטית וויאזוי דער רבי האט געלאזט רופן ר' שלמה גפן, און ער האט אלעס איבערגעזאגט פאר רבי מיכאל בער און צוזאמען האבן זיי אויפגערודערט די וועלט, דאס האט געפירט צו די ריכטיגע באמבאסטישע הצלה אקציעס אויף אלע פראנטן - מען האט געטאן אלעס מעגליך אז אמעריקע און ענגלאנד זאלן באמבארדירן די שינעס אויפ'ן וועג קיין אוישוויץ, אבער ליידער אן ערפאלג, אבער למעשה האט אונגארן אפגעשטעלט די דעפארטאציעס קיין אוישוויץ צוליב די שטורמישע אפקלאנג פון די גרויזאמע באריכטן אין די וועלט'ס פרעסע און די נאכטרעגליכע שטורעם אין ניו יארק און וואשינגטאן דורך די ארבייט פון די עסקנים.

מוצאי שבת איז די באן געפארן ווייטער. זונטאג צופרי, שבעה עשר בתמוז נדחה, איז די באן אנגעקומען צום שטעטל טשעלע. דארט האט מען יעדן אראפ געטריבן פון די באן, און געהייסן מארשירן צופוס. נאך צוויי שעה שפאצירן, אזוי אינעם שווערן תענית, האט מען געזען דעם גרויסן אויפשריפט "בערגן בעלזן," און דא האט זיך אנגעהויבן די שווערסטע חלק פונעם רבי'נס מלחמה איבערלעבענישן. [בערגן בעלזן איז ארגינעל געבויט געווארן אלס א לאגער פאר "מלחמה געפאנגענע." שפעטער האבן עס די רשעים דעזיגנירט אלס א "קאנצענטראציע לאגער" מיט ביטערע צוואנגס ארבייט און שטעכל דראטן און הריגות וואו צענדליגער טויזנטער קדושים זענען אומגעקומען הי"ד. נאכ'ן באפרייאונג איז דער לאגער געווארן א "די. פי. לאגער" וואו שארית הפליטה אידן האבן זיך אויפגעהאלטן ביז מען האט געקענט ארויספארן קיין אמעריקע אדער אנדערע לענדער.]

...

צוליב די רדיפות פון די ציוניסטישע שישקעס וואס זענען מיטגעקומען פון קלויזנבורגער געטא, האט מען אויסגעארבייט מיט גרויס מי אז דער רבי זאל אריבערגיין צו אן אנדערע באראק, דארט מיט די אידן וואס זענען צוגעקומען צום טראנספארט פון פעסט, געווען מער פרומע אידן. מען האט אראנדזשירט א פראוויזארישע מנין, דער רבי האט געלערנט און געדאווענט יומם ולילה מיט מסירת נפש ממש בגו חשיכה. גאר אפט זענען געווען אליאירטע באמבארדירונגען, און בדרך נס איז דער לאגער נישט אטאקירט געווארן.

ענדליך איז געלונגען פאר די ארטאדאקסישע עסקנים צו שאפן א חלק פון וואס די נאציס האבן פארלאנגט, און דאן איז ארויס גראד קיין שווייץ די ערשטע חלק פונעם "זאנדער טראנספארט," 318 נפשות. דא איז נישט געווען קיין "ליסטע," נאר די רשעים האבן געוויזן אויף דעם און יענעם ביז די קוואטע איז געווען אנגעפילט, און למעשה האבן זיך ארויפגעכאפט ארום 380 נפשות. דער רבי האט באגלייט די קבוצה, ובתוכם הגה"ק רבי יונתן שטייף זצ"ל ועוד, און רבי יונתן האט אנגעוואונטשן פאר'ן רבי'ן אז בקרוב וועט אויך דער רבי באפרייט ווערן, נאך פאר חנוכה!

די עסקנים אין שווייץ זענען געבליבן ערשטוינט ווען די ערשטע טראנספארט איז אנגעקומען און דער רבי איז נישט דארט געווען, נאכ'ן ארבייטן אזויפיל חדשים מיט אזויפיל מסי"נ פאר'ן רבינ'ס הצלה. מען האט אנגעהויבן פארפירן נאך געפערליך נאך געלטער און השתדלות, רבי מיכאל בער און ר' יצחק וזוגתו שטערנבוך האבן געשטורעמט טאג און נאכט, צוזאמען מיט ארטאדאקסישע וועד הצלה ניו יארק, אלע געארבייט בפה אחד אז דער רבי מוז זיין אויף די נעקסטע באן פאר כל הון דעלמא.

...

...למעשה האט א איד אין לאגער פארשאפט האניג פאר'ן רבי'ן און געבעטן בשכר זאת נאכ'ן באפרייען זאל אים דער רבי געבן דעם הוט וואס געהאט אין לאגער, וכך הוה. (דאס איז די מעשה מיט'ן הוט וואס ר' חיים העלער האט געברענגט צום דינער תש"נ (?), יענער האט עס באקומען פון רבי'ן בשכר פון ברענגען די האניג אין לאגער.)

א פרוי פון סיגוט האט געגעבן א פלוים דער רבי זאל קענען מאכן "שהחיינו." א שופר האט מען פארשאפט פון האלאנדישע אידן אין לאגער בשכר פאר 300 ציגארעטלעך (וואס ר' שלמה שטערן האט געברענגט פאר'ן רבי'ן ביי די סטאנציע אין פרעשבורג, ווי דערמאנט פריער), און דער רבי האט עס געהאט פון ר"ה ביז הושענא רבה. תשליך האט מען געזאגט ביים עפענען א קראן וואסער. סוכה איז געווען גאר שוואך, דער רבי האט נישט געלאזט מאכן לישב בסוכה. אה, די הקפות, "אתה הראית" בקול אדיר וחזק און צוויי שעה הקפות מיט די ספר תורה, אין לשער ואין להשיג.

...

די פארהאנדלונגען צו באפרייען דעם רבי'ן און די גאנצע באן טראנספארט פון בערגן בעלזן איז אנגעקומען צום העכסטן טעמפא אין סוף זומער און אנהויב ווינטער, תש"ד-תש"ה. בסך הכל האט זיך ארויסגעשטעלט אז די עיקר רעטונג איז געקומען פון די ארטאדאקסישע עסקנים אין שווייץ און פעסט, און פון ארטאדאקסישן "וועד הצלה" אין ניו יארק. נאך אלע פעולות איז געלונגען פאר די עסקנים צו פארשאפן 750 טויזנט שווייצער פראנק לויט וואס די נאציס האבן פארלאנגט, און דעמאלט איז די באן געווארן ארויסגעלאזט קיין שווייץ.

ליל שבת קודש, ט"ו כסלו, איז אנגעקומען א טעלעגראם פון בערלין צו די נאצי אינסטאנצן אין אונגארן, אז די טראנספארט קען ארויספארן.

מאנטאג, ח"י כסלו, האט מען געמאלדן ביים רבינ'ס באראק אז מען זאל זיך גרייטן צו פארן. דינסטאג, י"ט כסלו, האט מען געמאלדן ביים "אפעל" אז מען זאל איינפאקן די רענצלעך ווייל מען פארט. למעשה האט מען געדארפט גיין צופיס מיט די פעקלעך א מהלך פון לאנגע שעות, אונטער א שטורמישער גאס רעגן, ביז די באן סטאנציע. אינמיטן טאג האט זיך די באן גענומען פארן, אדורך עסטרייך.

מיטוואך, כ' כסלו, קומט א טעלעגראם צו די עסקנים פון משפחת שטערנבוך אין שווייץ אז די באן איז שוין ארויסגעפארן, און וועט אנקומען צום שווייצער גרעניץ היינט נאכט.

מיטוואך נאכט, כ"א כסלו, אנקומענדיג ביים גרעניץ פון עסטרייך און שווייץ, האט מען געדארפט טוישן באן, אריין קיין שווייץ, אבער די נאציס האבן אפגעהאלטן די צווייטע באן פון פארן, ווייל מען האט באקומען א באפעל זיך אויסצודרייען קיין אוישוויץ ר"ל, וויבאלד די ציוניסטישע שישקעס האבן ווייטער געשלעפט מיט די די פארלאנגטע געלט.

אין די לעצטע רגע אינמיטן די נאכט איז געקומען די בשורה טובה, "מען פארט, געשיקט, אריין אין באן." דאס איז געקומען נאכדעם וואס דער לעגענדארער עסקן ר' לייבוש רובינפעלד ז"ל פון די שטערנבוך גרופע אין שווייץ איז געקומען צו לויפן און אונטערגעקויפט די לאקאלע רשעים ביי די באן זיי זאלן זאגן אז די טעלעגראם איז געקומען צו שפעט... מען האט אונטערגעאיילט דעם גאנצן עולם נישט צו פארזוימען אפילו א רגע, און ביז א פאר מינוט איז די באן אריבער די גרעניץ פון שווייץ!

חסדי ד' כי לא תמנו, כי לא כלו רחמיו, בך בטחו אבותינו, בטחו ולא בושו, זה היום עשה ד', נגילה ונשמחה בו, דער הייליגער רבי זי"ע איז ארויס פון נאצישן גיהנם, באפרייט מעבדות לחירות מיגון לשמחה מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה!

-

נו, ווער האט באצאלט?!!!!!!!!
וואס איז געווען מיט די סוכה?
וואס איז מיט די "תיקו" פון "פאני שאלות"?

איך מיין אלעס שטימט שוין הערליך.

אגב, ווער עס וויל ציטירן פון דעם ערגעץ אנדערש, ביטע ברענגען א גאולה לעולם דורך אומר דבר בשם אומרו (עס איז געווען חדשים חדשים פון שווערע ארבייט יומם ולילה). ותשוח"ח לו.

יצחק אייזיק שניטצלער (מזל מידיע)
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected] .
וויי. יו. על. (YUL)
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:29 pm

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך וויי. יו. על. (YUL) »

Mezofzef האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 10:34 am
וויי. יו. על. (YUL) האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 11:27 pm
Letshelpothers האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 4:31 pm
Mezofzef האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:46 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:46 am
אפשר נישט געוואוסט אז ער וועט זיין אונטערברענגען, אבער ברייט באקאנט געווען פארן קריג אלץ א לוחם מלחמת ה' אקעגן די ציונים וכל אביזרייהו
אונטער געברענגט האט ער זיי נישט...
אויב קענט איר היסטוריה וואס עס האט זיך אפ געשפילט נאכן קריג מיט די הקמות המדינה אין וויפעל רבנים אין ערליכע יודען האבען געזאגט הלל אין נאר אדאנק דעים רבין איז די בליק געטוישט געווארען איז דאס אינטערגרבענגט ביי ערליכע יודען כפי ערך
צייטונג ארטיקל אין *אמעריקע* פאר די צווייטע וועלט מלחמה
Screenshot 2023-12-04 124019.png
יישר כחכם.
אויב עס איז נישט שווער, קענט איר ברענגען די גאנצע ארטיקל?
איך דארף א רשות צעטל פון די מנהלים צו ברענגען דא אזא באשרייבונג פול מיט ליצנות, האס און שנאה לכל הקודש לנו
Letshelpothers
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: כ"א כסליו, די ווארהייט איבער ווער האט געצאלט פאר די רעטונג

תגובה דורך Letshelpothers »

וויי. יו. על. (YUL) האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 7:46 pm
Mezofzef האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 10:34 am
וויי. יו. על. (YUL) האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 11:27 pm
Letshelpothers האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 4:31 pm
Mezofzef האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:46 pm

אונטער געברענגט האט ער זיי נישט...
אויב קענט איר היסטוריה וואס עס האט זיך אפ געשפילט נאכן קריג מיט די הקמות המדינה אין וויפעל רבנים אין ערליכע יודען האבען געזאגט הלל אין נאר אדאנק דעים רבין איז די בליק געטוישט געווארען איז דאס אינטערגרבענגט ביי ערליכע יודען כפי ערך
צייטונג ארטיקל אין *אמעריקע* פאר די צווייטע וועלט מלחמה
Screenshot 2023-12-04 124019.png
יישר כחכם.
אויב עס איז נישט שווער, קענט איר ברענגען די גאנצע ארטיקל?
איך דארף א רשות צעטל פון די מנהלים צו ברענגען דא אזא באשרייבונג פול מיט ליצנות, האס און שנאה לכל הקודש לנו
איז חאטש זאג מיר אויס ווי איך קען עס טרעפן קענסט זאגן שטיל
פארשפארט

צוריק צו “שנות הזעם”