בלאט 5פון 8

געשריבן: דינסטאג מאי 12, 2015 5:10 pm
דורך מאנ-יימער
האסט שוין דורכגעליינט דעם אשכול דא? ס'איז גוט פאר אן אנהויב.

געשריבן: דינסטאג מאי 12, 2015 5:16 pm
דורך מצלמה
מאנ-יימער האט געשריבן: האסט שוין דורכגעליינט דעם אשכול דא? ס'איז גוט פאר אן אנהויב.


דאס איז מהרש"א פאר מיר. איך האלט נאך פאר קמץ אלף. האב איך צו גרויסע השגות?
עס וואלט זיך זייער געוואלט קענען, אפילו פאר באצאלט.
נישט שפילן מוזיק. איך וויל קענען ליינען נאטן און קענען דעם ניגון.

געשריבן: דינסטאג מאי 12, 2015 5:53 pm
דורך יאפין
מען דארף נישט קענען קיין פיאנא כדי צו לערנען נאטען, אבער ס'דארף צו זיין לייכטער צו לערנען ווען מען לערנט מיט א כלי.

געשריבן: דינסטאג מאי 12, 2015 7:12 pm
דורך מצלמה
מנוחה ושמחה, וואהלין
מנוחה ושמחה, וואהלין
א דאנק אייך הרב יאפין.
למשל אז איך וויל קענען זינגען די דאזיגע מנוחה ושמחה, ווי הייב איך אן?

געשריבן: דינסטאג מאי 12, 2015 7:16 pm
דורך קנאפער ידען
מצלמה האט געשריבן:
מנוחה ושמחה.jpg
א דאנק אייך הרב יאפין.
למשל אז איך וויל קענען זינגען די דאזיגע מנוחה ושמחה, ווי הייב איך אן?

אין דעם אשכול אנהויב! און יעדע ווארט וואס דו פארשטייסט נישט פרעגסטו גלייך דא.

געשריבן: דינסטאג מאי 12, 2015 7:24 pm
דורך מצלמה
איך האב שוין געליינט מערערע מאל, איך זעה די טרעבל קלעף, די בעיס קלעף, אבער קיין פיאנו קען איך נישט, און כ'בין נישט קיין מבין אויף די FACE און EGBDF, די 1/4 די 1/8 אבער איך קען נישט אנהייבן צו פארשטיין וויאזוי דער ניגון פון מנוחה ושמחה גייט.

איך זעה נישט קיין הצלחה דערווייל.

געשריבן: דינסטאג מאי 12, 2015 7:32 pm
דורך מצלמה
הרב קנאפער, אפשר צייכנט איר "בלויז" אן, וועלכע ניגון איז 18, נומער 19 און 20.
אפשר האב איך דעם ניגון, און אזוי קען איך צופאסן די געדרוקטע נאטן צו דעם ניגון, עס האט דאך געדרוקט די ווערטער פון מנוחה ושמחה, און איך קען פאמעליך זיך אויסלערנען?

קיין אנדערע וועג זעה איך נישט...

געשריבן: דינסטאג מאי 12, 2015 10:23 pm
דורך קנאפער ידען
דיין פראבלעם קוקט אויס אז דו ליינסט דער ארטיקל (כ'האף אז האסט עס לכה"פ געענדיגט איין מאל!) און קוקסט אריין אין דער מנוחה ושמחה און דו מיינסט אז דו גייסט שוין קענען נעמען א בוך פון נאטן און אפזינגען. עס ארבעט נישט אזוי... לייען דורך פאמעליך דער ארטיקל און אלע שאלות ותשובות שקלא וטריא אין די אלע בלעטער פון דעם אשכול. און דאן פרעג דא וואס איז דיר שווער, און די וואס קענען עס גוט - וואס איך בין נישט פון זיי - וועלן דיר פרובירן צו ענפערן.

געשריבן: מיטוואך מאי 13, 2015 1:47 pm
דורך מצלמה
מצלמה האט געשריבן:
מנוחה ושמחה.jpg
א דאנק אייך הרב יאפין.
למשל אז איך וויל קענען זינגען די דאזיגע מנוחה ושמחה, ווי הייב איך אן?


נו ווער אויף אונדער וועלטל קען אפשר ליינען די מנוחה ושמחה ניגונים?

געשריבן: מיטוואך מאי 13, 2015 1:50 pm
דורך יהיה כן
מצלמה האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:
מנוחה ושמחה.jpg
א דאנק אייך הרב יאפין.
למשל אז איך וויל קענען זינגען די דאזיגע מנוחה ושמחה, ווי הייב איך אן?


נו ווער אויף אונדער וועלטל קען אפשר ליינען די מנוחה ושמחה ניגונים?


א שאד זיך צו מוטשען
נאדיר דעם פראגרעם פון דא:
http://www.neuratron.com/
עס וועט דיר מאכן א OCR פון די מוזיק נאטן און עס אפשפילן ביי playback

געשריבן: מיטוואך מאי 13, 2015 2:04 pm
דורך לכתחילה אריבער
הער אזוי מצלמה.

עס איז דא צוויי חלקים.

נעם א משל די שפיל שך. עס איז דא די "רולס" די פאנדעל קען גיין איינס, די טורעם קען גיין אסאך גראד, וכו' וכו'. און נאכדעם איז דא די "שפילן" פאר דעם איז נישט גענוג אז מען קען די רולס, נאר מען דארף קענען "סטראטעגיע".

אז דו וועסט נעמען א קליין קינד און אים אויסלערנען אלע רולס פונקטליך, ער וועט וויסען יעדע איינציגע שטיקל ווי און וואו עס קען קיין און ווי און וואו נישט וכו', וועט ער נאך קיין שך נישט קענען שפילן.

נאטן איז א חכמה. מען דארף קענען די "רולס". וואס איז די באטטען, וואס איז יענע באטטען. וויאזוי הייסטעס, וויאזוי שרייבט מען עס וכו'.

דערנאך איז דא "קענען ליינען" נאטן. אבער צו דעם דארף מען קענען זינגען! מען דארף "פארשטיין" און "כאפן" וואס איז א טאן, וואס איז אויבן וואס איז אונטןו וואס איז אינדערמיט, און איינמאל דו "קענסט" זינגען, קענסטו נעמען דיינע קענטעניסן איבער נאטן די "טרוקענע" וואס יעדע סימבאל מיינט, וואס איז די חילוק וואו עס איז געשטעלט, וועלעכע שורה, וועלעכע פלאץ וכו', און עס "איבערטייטשן".

סא די ערשטע זאך דארפסטו זיך אויסלערנען די טרוקענע פאקטן און רולס. דערנאך דארפסטו "קענען זינגען" און "פארשטיין" א טון. און דערנאך קענסטו ליינען די נאטן.

אויב קענסטו נישט זינגען מיטן מויל, קען אבער נאכאלס זיין אז דו "פארשטייסט" א טון א ניגון. דעמאלס קען זיין אז דו וועסט קענען כאטש "אפשפילן" אויף א פיאנא - אדער א צוויטע כלי - די ניגון. דאס הייסט וועסט ליינען די נאטן, און "פארשטיין" וועלעכע קנעפל מען דארף קוועטשען "ארויסצוברענגען" יענע טאן.

אדער אויף א שוואכערע מדריגה, אז דו וועסט אזוי גוט "איינחזרן" די "נעמען" און "פלעצער" פון יעדע פון די סימבאלן, אז דו וועסט קענען אפשפילן די ניגון, אפי' דו האסט נשיט קיין איינונג "וואס דו טוסט" נאר פשוט ווייל דו ווייסט, אז די-און-די סימבאל, אויף די-און-די פלאץ, קומט צו קוועטשען די-און-די באטטן!

און עס קיין זיין, והא ראיה, אז די ערשטע מאנקי וואס איז געפלויגן אין ספעיס - נאך פאר מענטשען - האט פשוט "געוויטס" וואס ער דארף קוועטשען ווען ער זעהט יענע לעקטער, און וואס ווען ער זעהט יענע לעקטער, און אזוי איז ער סוקסעספול געפלויגען צו די לבנה און צוריק.

באט פארשטייסט אליין, אז דאן איזעס מצווה אנשים מלומדה, און קענסט נישט "צולייגען" אביסעלע דרייען, מאכען "אייגענע" קנייטשען וכו', ווייל דו "פארשטייסט נישט" וואס דו טיסט.

געשריבן: מיטוואך מאי 13, 2015 2:39 pm
דורך יאפין
מצלמה האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:
מנוחה ושמחה.jpg
א דאנק אייך הרב יאפין.
למשל אז איך וויל קענען זינגען די דאזיגע מנוחה ושמחה, ווי הייב איך אן?


נו ווער אויף אונדער וועלטל קען אפשר ליינען די מנוחה ושמחה ניגונים?


די אלע דריי מנוחה ושמחה'ס זענען אומבאקאנטע ניגונים (עכ"פ פאר מיר).

אבער כ'האב געטראכט אז כדי צו אויסלערנען וויאזוי צו ליינען בפועל נאטען, נישט נאר קענען די רולס, וואלט בעסער געווען צו מאכן פארקערט, די געב מיר א ניגון אום איך וועל אי"ה עס אפשרייבן און ארויף לייגן דא, און דערנאך וועט מען צוזאמען אדורך גיין יעדער שטיקעל.

לאמיר אנהייבן מיט א לייכטער ניגון וואס מער פשוט, און דערנאך נעמען שווערערע ניגונים.

געשריבן: מיטוואך מאי 13, 2015 2:49 pm
דורך מצלמה
יאפין האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:
מנוחה ושמחה.jpg
א דאנק אייך הרב יאפין.
למשל אז איך וויל קענען זינגען די דאזיגע מנוחה ושמחה, ווי הייב איך אן?


נו ווער אויף אונדער וועלטל קען אפשר ליינען די מנוחה ושמחה ניגונים?


די אלע דריי מנוחה ושמחה'ס זענען אומבאקאנטע ניגונים (עכ"פ פאר מיר).

אבער כ'האב געטראכט אז כדי צו אויסלערנען וויאזוי צו ליינען בפועל נאטען, נישט נאר קענען די רולס, וואלט בעסער געווען צו מאכן פארקערט, די געב מיר א ניגון אום איך וועל אי"ה עס אפשרייבן און ארויף לייגן דא, און דערנאך וועט מען צוזאמען אדורך גיין יעדער שטיקעל.

לאמיר אנהייבן מיט א לייכטער ניגון וואס מער פשוט, און דערנאך נעמען שווערערע ניגונים.


געוואלדיג הרב יאפין.
נאט איין דעם ניגון שבענו בבקר חסדך וואס מ'זינגט אין באבוב.

שבענו בבקר חסדך

געשריבן: מיטוואך מאי 13, 2015 8:02 pm
דורך יאפין
שבענו בבקר חסדך וואלט איך גענוצט קומענדיגע, ווייל ס'האט מער דיטעילס. אויך וויל איך ניצן א ניגון וואס איז מער באקאנט, כדי אנדערע זאלן אויך קענען מיט האלטען.

איז האסט געבעטן שבענו, איז וועלן מיר שבענו מטובך די באקאנטע ניגון, ועוד חזון למועד.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2015 4:56 pm
דורך יואב בן צרויה
מצלמה, אויב מיין מיינונג קאונט וואלט איך דיך געראטן די זעלבע ווי לאדיך. ליין שטייטערהייט אדורך די אשכול תגובה ביי תגובה און אלעס וועט דיר קלאר ווערן.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2015 5:56 pm
דורך יאפין
למעשה איז שבענו מטובך א פרעיגעש, וואס מאכט עס פאר א שווערערע ניגון צו זיך קענען אויסלערנען אויף דעם נאטען, אבער למעשה האב איך עס אפגעדריקט, וועל איך פראבירן אויף דעם.

דריקט אויף דעם לינק
https://www.noteflight.com/scores/view/ ... bc01f87470
אונטען אויף די לינקע זייט איז דא א פלעי באטען, דריק אויף דעם צושפילען, הער עס איבער אפאר מאל, קוק צו וויאזוי עס איז געשריבען - ארויף, אראפ, פיל, ליידיג, באהאפטען מיט א דאך וכו' - און שדערנאך ליין נאכאמאל איבער דעם אשכול, און הייב אן צופרעגען קשיות.

נ.ב. אויב איינער קען עס אויך ארויף לייגען דא וועל איך אים באדאנקן זעהר שיין.

געשריבן: פרייטאג מאי 15, 2015 1:05 am
דורך יואב בן צרויה
זייער שיין יאפין.

געשריבן: פרייטאג מאי 15, 2015 10:08 am
דורך יאפין
דא איז די נאטען אויף שבענו מטובך
בילד

געשריבן: פרייטאג מאי 15, 2015 11:53 am
דורך ניגון עתיק
יאפין האט געשריבן: דא איז די נאטען אויף שבענו מטובך
בילד

זייער שיין,
א שאלה נאר,
פארוואס ביי מעזשער 9 און 20 שטעלט איר נישט צאם די צוויי האלבע מיט א דעכל?

געשריבן: פרייטאג מאי 15, 2015 1:29 pm
דורך יאפין
פרעגסט גוט, אבער די שאלה קומט פארקערט. דהיינו ווען מען שרייבט א ניגון מיט די ליריקס, איז אויב ענדיגט זיך א ווארט אינמיטען צוויי האלבע, וועט מען עס אפטיילן די דעכל. (הגם כ'ווייס נישט אויב ס'איז א כלל אדער נאר א מנהג, אבער אזוי איז האב איך געזען אז מען טוט.

און פארוואס האב איך נישט געמאכט איבעראל אזוי? וויבאלד איך האב עס געמאכט נעכטן שפעט און איך האב מיר געיאגט עס צו ענדיגן, האב איך נישט מדייק געווען.

געשריבן: פרייטאג מאי 15, 2015 1:32 pm
דורך יהיה כן
יאפין האט געשריבן: פרעגסט גוט, אבער די שאלה קומט פארקערט. דהיינו ווען מען שרייבט א ניגון מיט די ליריקס, איז אויב ענדיגט זיך א ווארט אינמיטען צוויי האלבע, וועט מען עס אפטיילן די דעכל. (הגם כ'ווייס נישט אויב ס'איז א כלל אדער נאר א מנהג, אבער אזוי איז האב איך געזען אז מען טוט.
.


אזוי!, נישט געוויסט פון דעם

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 3:11 pm
דורך מר. פאטאשאפ
יאפין האט געשריבן: דא איז די נאטען אויף שבענו מטובך
בילד

יאפין, ווער האט דאס געשריבן, כ׳בין נישט אזוי זיכער צו ס׳איז אקוראט

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 4:38 pm
דורך יין המשומר
פאטא, עפן די לינק וואס יאפין האט געשטעלט איין תגובה בעפאר.
אלעס שטימט מיין איך.

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2015 6:44 pm
דורך יאפין
מר. פאטאשאפ האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן: דא איז די נאטען אויף שבענו מטובך
בילד

יאפין, ווער האט דאס געשריבן, כ׳בין נישט אזוי זיכער צו ס׳איז אקוראט

געשריבען האט אני ואפסי, וואס מיינסטו איז נישט אקוראט?

געשריבן: דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:35 pm
דורך מצלמה
הרב יאפין, איך דארף זיך עפנטליך באדאנקען פאר דיר. איך קען נאך נישט קיין נאטן, אבער זעהן שוין אותיות מיט זאכן וואס מאכן סענס. אוון גיי שטייט איבער דיינע נאטן און פאני זאכן געשעען (:-.

יעצט, וואס זענען דאבל בימעס וואס זענען ארומגענומען מיט די רויטע און די גרינע?

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: