זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
איש יהודי בשושן
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2022 12:10 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש יהודי בשושן »

כ׳מיין אז שבעה עשרה בתמוז זענען די רבנים מקיל זיין פאר פרויען און מיידלעך כדי זיי זאלן האבן כח צו פאסטען תשעה באב. אבער מען דארף פרעגען.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

קיסריה האט געשריבן:
מיין טאכטער שתחי׳ פון 17 יאר צום גוטן גייט אין סאטמארע מיידל קעמפ.

זי זאגט מיר אז זי איז די איינציגסטע אין איר באָנק (פון 40 תלמידות) וואס פאסט שבעה עשר בתמוז.

מ׳רעדט פון ערוואקסענע מיידלעך.
סאו וואס איז די היתר?

אלע דיינים וועמען איך האב געפרעגט: זאגן מיר אז מ׳איז מקיל!
א גרויסער דיין האט מיר געזאגט אז הרה״ק מקאשוי זצ״ל האט אים געהייסן מקיל זיין פאר שואלים.
ער האט עס קלאר געזאגט אויך פאר מיידלעך?
פשטות האבען די אלע צדיקים וואס האבען געזאגט אז פרויען זאלען נישט פאסטן נאר גערעדט פין פרויען נאך די חתונה
און לעצם הענין איז אינטערעסאנט וויאזוי עס האט זיך געטוישט ווייל מיין ווייב האט מיר געזאגט אז אין אירע צייטען האבען בערך האלב מיידלעך געפאסט שבעה עשר בתמוז אין סאטמאר מיידעל קעמפ
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:
מיין טאכטער שתחי׳ פון 17 יאר צום גוטן גייט אין סאטמארע מיידל קעמפ.

זי זאגט מיר אז זי איז די איינציגסטע אין איר באָנק (פון 40 תלמידות) וואס פאסט שבעה עשר בתמוז.

מ׳רעדט פון ערוואקסענע מיידלעך.
סאו וואס איז די היתר?

אלע דיינים וועמען איך האב געפרעגט: זאגן מיר אז מ׳איז מקיל!
א גרויסער דיין האט מיר געזאגט אז הרה״ק מקאשוי זצ״ל האט אים געהייסן מקיל זיין פאר שואלים.
פארוואס טאקע פאסט דיין טאכטער?
ווייל איך געדענק אז בערך 35 יאר צוריק האבן אלע מיינע שוועסטערס געפאסט אלץ גרויסע מיידלעך - און ס׳האט זיי ב״ה גארנישט געפעלט.

למעשה היינט בין איך שוין טאקע אביסל מער מקיל - אז איך זאג פאר מיינע טעכטער זז״ג אז זיי ״מעגן״ פאסטן אויב זיי שפירן זיך אינגאנצן גוט. איך בין זיי שוין מער נישט מצווה!
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

ביי אונז האבן פרויען און מיידליך געפאסט נאר ט’ באב און יו”כ
דער מנהג ביי אונז קומט פון ירושלים, כך קבלתי
לעצט פארראכטן דורך Jhon אום זונטאג יולי 17, 2022 3:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

בטח האט געשריבן:
Dim האט געשריבן:
פארוואס איז אינדערהיים ביים קדושת ציון געווען א גרעסערע סכנה ווי היינט?
עס איז נישט געווען קיין עיר קאדישען
אסאך שטובער פון 12 קינדער איז אפשר געבליבן 6 רח”ל....
אין גאליציע איז ל”ע געווען אסאך מגיפות ספעציעל פון תיפוס רח”ל כידוע ליו”ח
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

קיסריה האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:
מיין טאכטער שתחי׳ פון 17 יאר צום גוטן גייט אין סאטמארע מיידל קעמפ.

זי זאגט מיר אז זי איז די איינציגסטע אין איר באָנק (פון 40 תלמידות) וואס פאסט שבעה עשר בתמוז.

מ׳רעדט פון ערוואקסענע מיידלעך.
סאו וואס איז די היתר?

אלע דיינים וועמען איך האב געפרעגט: זאגן מיר אז מ׳איז מקיל!
א גרויסער דיין האט מיר געזאגט אז הרה״ק מקאשוי זצ״ל האט אים געהייסן מקיל זיין פאר שואלים.
פארוואס טאקע פאסט דיין טאכטער?
ווייל איך געדענק אז בערך 35 יאר צוריק האבן אלע מיינע שוועסטערס געפאסט אלץ גרויסע מיידלעך - און ס׳האט זיי ב״ה גארנישט געפעלט.

למעשה היינט בין איך שוין טאקע אביסל מער מקיל - אז איך זאג פאר מיינע טעכטער זז״ג אז זיי ״מעגן״ פאסטן אויב זיי שפירן זיך אינגאנצן גוט. איך בין זיי שוין מער נישט מצווה!
פאסטן איז היבש אין מח, ווען קיינער פאסט נישט איז עס פי כמה שווערער. נאך א סיבה להקל
אוועטאר
סלאוויטא
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 24, 2022 2:22 am

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סלאוויטא »

אין חסידישע מקומות פלעגט מען גאר שטארק מקיל זיין מיט'ן פאסט'ן, אפילו מיידלעך פאר די חתונה ס'איז באקאנט די מימרא פון שינאווא רב אז א פרוי וואס קען נאך האבן קינדער זאל נישט פאסטן חוץ תשעה באב און יוה"ק.
היינט איז די וועלט עפעס פרומער געווארן אבער ס'איז אמאל נישט געווען, האט גארנישט מיט סכנה צוטוהן,
כ'האב געהערט מפי רבי יענקל זיידא דומ"ץ וויזניץ וומ"ס אז אין וויזניץ האבן פרויען נישט געפאסט נאר תשעה באב מיט יוה"ק.
IMG_20220717_041057_3.jpg
IMG_20220717_041057_3.jpg (191.28 KiB) געזען 1220 מאל
IMG_20220717_041328_1.jpg
IMG_20220717_041328_1.jpg (186.07 KiB) געזען 1220 מאל
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

דאס איז גאליציאנע הויפן, כפי השמועס איז עס אין פוילישע הויפן געווען פיל גרינגער נאך.
פון די ליטאים רעד איך שוין נישט, מ'זאגט אז דער רב האט אמאל געפרעגט דעם זון וואס האט גערעדט פון פאסטן, אויב ער האט מקבל תענית געווען.
אוועטאר
קווארטאליסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2022 12:07 am
לאקאציע:Lee - Penn

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קווארטאליסט »

קיסריה האט געשריבן:
מיין טאכטער שתחי׳ פון 17 יאר צום גוטן גייט אין סאטמארע מיידל קעמפ.

זי זאגט מיר אז זי איז די איינציגסטע אין איר באָנק (פון 40 תלמידות) וואס פאסט שבעה עשר בתמוז.

מ׳רעדט פון ערוואקסענע מיידלעך.
סאו וואס איז די היתר?

אלע דיינים וועמען איך האב געפרעגט: זאגן מיר אז מ׳איז מקיל!
א גרויסער דיין האט מיר געזאגט אז הרה״ק מקאשוי זצ״ל האט אים געהייסן מקיל זיין פאר שואלים.
כ'בין אביסל מחולק אויף דיר און מציאות אויס, ס'נאך דא היפש א שיינער עולם סאטמאר'ע יונגעלייט וואס פארלאנגן נאך אטע דיזע פרינציפן, און אין פאקט אינאך דא גאנץ א שיינער פראצענט היי-סקול מיידלעך וואס פאסטן געהעריג.

האקט.
פאר אלע גראפיקס וואו שמחה צעטליך, איווענט אינווייטס, סמעדריש אנאסן, פראפעשינעל לאגאו'ס און כל מיני דעזיין פראדשעקט'ס אדג.
שנעלע פראפעסניאלע סערוויס פאר עפארדעבל פרייזן
איר קענט טעקסטן צו 347-309-7796
אדער אימעיל׳ט [email protected]
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20170
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

סלאוויטא האט געשריבן:
אין חסידישע מקומות פלעגט מען גאר שטארק מקיל זיין מיט'ן פאסט'ן, אפילו מיידלעך פאר די חתונה ס'איז באקאנט די מימרא פון שינאווא רב אז א פרוי וואס קען נאך האבן קינדער זאל נישט פאסטן חוץ תשעה באב און יוה"ק.
היינט איז די וועלט עפעס פרומער געווארן אבער ס'איז אמאל נישט געווען, האט גארנישט מיט סכנה צוטוהן,
כ'האב געהערט מפי רבי יענקל זיידא דומ"ץ וויזניץ וומ"ס אז אין וויזניץ האבן פרויען נישט געפאסט נאר תשעה באב מיט יוה"ק.

IMG_20220717_041057_3.jpg
IMG_20220717_041328_1.jpg
אין ויזניץ ב''ב איז מען זייער מקיל, אבער אין ויזניץ מאנסי איז מען יא מער מחמיר.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אוודאי פאסטן דער מיידלעך
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

ווייס איך פון איינעם וואמען א רב האט געזאגט אז זיין רעבעצין זאל פאסטן ביז חצות היום
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

לעצטנס האב איך געהערט אז אין בעלזע זענען דא (די משפחת המלוכה) וואס פאסטן אויך נישט תשעה באב.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ביי די ליטווישע איז דאס א דבר פשוט אז פרויען און מיידלעך פאסטן, אויסער א מעוברת ומניקת, פארשטייט זיך
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9269
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

יעדער האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:
מיין טאכטער שתחי׳ פון 17 יאר צום גוטן גייט אין סאטמארע מיידל קעמפ.

זי זאגט מיר אז זי איז די איינציגסטע אין איר באָנק (פון 40 תלמידות) וואס פאסט שבעה עשר בתמוז.

מ׳רעדט פון ערוואקסענע מיידלעך.
סאו וואס איז די היתר?

אלע דיינים וועמען איך האב געפרעגט: זאגן מיר אז מ׳איז מקיל!
א גרויסער דיין האט מיר געזאגט אז הרה״ק מקאשוי זצ״ל האט אים געהייסן מקיל זיין פאר שואלים.
ער האט עס קלאר געזאגט אויך פאר מיידלעך?
פשטות האבען די אלע צדיקים וואס האבען געזאגט אז פרויען זאלען נישט פאסטן נאר גערעדט פין פרויען נאך די חתונה
און לעצם הענין איז אינטערעסאנט וויאזוי עס האט זיך געטוישט ווייל מיין ווייב האט מיר געזאגט אז אין אירע צייטען האבען בערך האלב מיידלעך געפאסט שבעה עשר בתמוז אין סאטמאר מיידעל קעמפ
אזוי גייט עס ביי יעדע זאך. דער עולם עפ"י רוב ווערט נשפע פון די סביבה און טאמער זענען דא מקילים וועלן זיך אסאך מיטכאפן דערמיט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19890
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

סלאוויטא האט געשריבן:
אין חסידישע מקומות פלעגט מען גאר שטארק מקיל זיין מיט'ן פאסט'ן, אפילו מיידלעך פאר די חתונה ס'איז באקאנט די מימרא פון שינאווא רב אז א פרוי וואס קען נאך האבן קינדער זאל נישט פאסטן חוץ תשעה באב און יוה"ק.
היינט איז די וועלט עפעס פרומער געווארן אבער ס'איז אמאל נישט געווען, האט גארנישט מיט סכנה צוטוהן,
כ'האב געהערט מפי רבי יענקל זיידא דומ"ץ וויזניץ וומ"ס אז אין וויזניץ האבן פרויען נישט געפאסט נאר תשעה באב מיט יוה"ק.
IMG_20220717_041057_3.jpg
IMG_20220717_041328_1.jpg
וואס הייסט די וועלט איז פרומער געווארן, וויפיל מענטשן קענסטו וואס זייערע מאמעס און שוועסטערס האבן נישט געפאסט און זיי הייסן זייערע קינדער פאסטן? גראדע פארקערט קען איך אסאך..
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים לישועה »

פארוואס יונגע פרויען אין נארמאלע מצבים איז מען מער מקל ווי פאר דרייצען יעריגע אינגלעך? איפכא מסתברא
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

מצפים לישועה האט געשריבן:
פארוואס יונגע פרויען אין נארמאלע מצבים איז מען מער מקל ווי פאר דרייצען יעריגע אינגלעך? איפכא מסתברא
איך האב ממש דאס געוואלט פרעגן. איך קען הערן אז אין געוויסע מקומות האט מען מקיל געווען צו ווייל אמאל איז מען מער אויסגעשטאנען צו קרענק אדער ביי געוויסע אומשטענדן בכלל אופן. אבער מאי שנא א מיידל פון 16/17/18/19 יאר פון א קוים 13 יעריגע בחור'ל?

נאר ווי מ'האט שוין פריער געזאגט:
דריידל האט געשריבן:
אזוי גייט עס ביי יעדע זאך. דער עולם עפ"י רוב ווערט נשפע פון די סביבה און טאמער זענען דא מקילים וועלן זיך אסאך מיטכאפן דערמיט
איך מיין אז דאס איז די עיקר סיבה. והא ראי' אין די זעלבע מקומות/משפחות וואס מ'פלעגט אמאל מער פאסטן, פאסט מען היינט ווייניגער.

למעשה זעה איך יעצט צוגעברענגט אויבן פון אוצר הלכות בשם צדיקים אז נשים ואף בתולות זאלן בכלל נישט פאסטן סיידן יוה"כ ות"ב.
dyf
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 19, 2020 12:34 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dyf »

מומחה יוחס האט געשריבן:
אוודאי פאסטן דער מיידלעך
most not
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

זילבערווערק האט געשריבן:
לעצטנס האב איך געהערט אז אין בעלזע זענען דא (די משפחת המלוכה) וואס פאסטן אויך נישט תשעה באב.
און פשעווארסק פאסטען די פרויען נאר יו"כ
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

איש יהודי בשושן האט געשריבן:
כ׳מיין אז שבעה עשרה בתמוז זענען די רבנים מקיל זיין פאר פרויען און מיידלעך כדי זיי זאלן האבן כח צו פאסטען תשעה באב. אבער מען דארף פרעגען.
הלכה ווייס איך נישט, אבער במציאות שטומט מיר עפעס נישט אז ס'קען אויסמאכן אויף 3 וואכן ארום.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אונז טוען וואס מיר האבן געזען ביים טאטן זז"ג, און ער טוט וואס ער האט געזען ביי זיין טאטן ז"ל.
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

moishy56 האט געשריבן:
סלאוויטא האט געשריבן:
אין חסידישע מקומות פלעגט מען גאר שטארק מקיל זיין מיט'ן פאסט'ן, אפילו מיידלעך פאר די חתונה ס'איז באקאנט די מימרא פון שינאווא רב אז א פרוי וואס קען נאך האבן קינדער זאל נישט פאסטן חוץ תשעה באב און יוה"ק.
היינט איז די וועלט עפעס פרומער געווארן אבער ס'איז אמאל נישט געווען, האט גארנישט מיט סכנה צוטוהן,
כ'האב געהערט מפי רבי יענקל זיידא דומ"ץ וויזניץ וומ"ס אז אין וויזניץ האבן פרויען נישט געפאסט נאר תשעה באב מיט יוה"ק.

IMG_20220717_041057_3.jpg
IMG_20220717_041328_1.jpg
אין ויזניץ ב''ב איז מען זייער מקיל, אבער אין ויזניץ מאנסי איז מען יא מער מחמיר.
לאמיר עס אויסבעבערן.
אין וויזשניץ מאנסי האט מען "בכלל נישט" מקיל געווען. נישט פאר בחורים און נישט פאר מיידלעך. (קוים פאר מעוברת ומינקת בשאר תעניתים).

אגב קינדער האט די רבי בשו"א נישט געלאזט פאסטן קיין שום תענית. מען דערציילט אז אן אייניקל האט אמאל בר מצוה געהאט מוצאי יו"כ, און די רבי האט געהערט נאך מנחה אז ער פאסט, האר ער אים געהייסן באלד אויספאסטן.
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

געהערט בשם די רבי די ברך משה זצ״ל אז נשים פאסטן נאר יו״כ און תשעה באב
——

קיינמאל געהערט אז אין פשווארסק פאסטן נישט נשים תשעה באב, חידוש נפלא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5613
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

קווארטאליסט האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:
מיין טאכטער שתחי׳ פון 17 יאר צום גוטן גייט אין סאטמארע מיידל קעמפ.

זי זאגט מיר אז זי איז די איינציגסטע אין איר באָנק (פון 40 תלמידות) וואס פאסט שבעה עשר בתמוז.

מ׳רעדט פון ערוואקסענע מיידלעך.
סאו וואס איז די היתר?

אלע דיינים וועמען איך האב געפרעגט: זאגן מיר אז מ׳איז מקיל!
א גרויסער דיין האט מיר געזאגט אז הרה״ק מקאשוי זצ״ל האט אים געהייסן מקיל זיין פאר שואלים.
כ'בין אביסל מחולק אויף דיר און מציאות אויס, ס'נאך דא היפש א שיינער עולם סאטמאר'ע יונגעלייט וואס פארלאנגן נאך אטע דיזע פרינציפן , און אין פאקט אינאך דא גאנץ א שיינער פראצענט היי-סקול מיידלעך וואס פאסטן געהעריג.

האקט.
ווי קומט אריין דא פרינציפ ווען מ'רעדט פון אן הלכה אדער מנהג?

ווער עס הייסט זיינע ב"ב און קינדער פאסטן מחמת פרינציפ צריך בדיקה אחריו
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”