דן צו זיין פון א פאר אותיות איז געווענליך ביי א ספר מיט הגהות, וואו סאיז צומאל נישטא קיין סאך אותיות און קיין געהעריגער צורת הדף ווי מקען זעהן דעם געשטעל פונעם שריפט,
ווי אויך דאס צוזאמכאפן אותיות איז זייער מצוי ביי רוב שרייבערס, ס'איז גארנישט אייגנארטיג,
ווידער איבערן וכו' וגו' אויסלייג, שרייבט ער אזוי ווייל ער איז דאך מעתיק פונעם מחבר'ס כתב, ווי כ'האב שפעקולירט פריער אז מסתמא האט עס דער מחבר געהאט פארצייכנט אויף צעטעלעך און די כותבים האבן עס איבערגעשריבן אינעם פנקס, דאס איז א זאך וואס מ'טרעפט ביי אסאך פריערדיגע ספרים ווי די מוציאי לאור שרייבן אז זיי האבן געטראפן גליונות מפוזרים פונעם מחבר און מ'האט געדארפט זיך פלאגן צוזאמצושטעלן א חיבור, לדוגמא דער תהלים תפלה למשה איז אויך געווען געשריבן אויף צעטלעך דא דארט און דער ייטב לב האט גענומען א מעתיק זאל עס איבערשרייבן אין א העפט און ער האט עס דערנאך מגיה געווען, אין אונזער פאל האט עס דער מחבר אליין געטוהן,
אזויפיל וועל איך דיר יא געבן, אז אויפן כתב פון מעתיק א' קען איך פארשטיין וויאזוי איינער וואס איז נישט באהאווענט און האט נישט גענוג א געניט אויג זאל זיך דאכטן אז ס'איז דאס זעלבע ווי דער כת"י מחבר, אבער אויפן כתב יד מעתיק ב' פארשטיי איך ניטאמאל ווי מ'קען האבן אפילו א טעות צוזאמצושטעלן מיטן כת"י מחבר.