סאטמאר: ארטסקרול גמרא נישט אנגענומען
אין ב״פ איז עס טאקע יא דא אפציעיל, אין וומסב״ג שוואכע מעשות, און אין קר״י ווי עס איז די ריכטיגע סאטמאר איז עס לא יזכר ולא יפקד.
איך האב עס נישט באשטעטיגט אז עס איז טאקע אזוי, סאו לאמיר דא אנפרעגן: איז אמת?
אויב יא וואס איז די סיבה דערפון? האט עפעס מיט די קאליר וויבאלד די דעקיל איז קאליר בלוי און די פאפיר איז ווייס און עס איז בלוי און ווייס אזוי די דגל הציוני?
למעשה ביי ביידע ארבייטען עורכים און מגיהים וואס זענענן נישט אזוי איי איי מיט די סאטמערע שיטה, אבער ביי ריזיגען טייל ציבור איז די בלוי גמרא׳ס קלארער פראקטישער און באקוועמער, פארוואס זאלן נישט די סאטמערע אויך הנאה האבן דערפון?