נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

נחלתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 11:36 pm

Re: צוויי קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחלתי »

רוממה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:07 pm
צוויי קשיות:

1) וויאזוי זאגט מען אויף אידיש: boarding, taxiing, enroute, turbulence, unruly, training? ס'קומט מיך אויס צו נוצן די ווערטער און איך וואלט עס געוואלט שרייבן אויף אידיש.
אה, דו קענסט נישט קיין אידיש? נישט צו דיר האב איך גערעדט.

2) פארוואס לייקסטו נישט ווען דו ליינסט א זאך וואס דו האסט הנאה? דער שרייבער שרייבט דאך קלאר אין זיין חתימה אז ער וויל זאלסט אים צואוויסן טאהן אויב האסט הנאה געהאט.

אויפשטייגן = boarding
האט נישט קיין ווארט אין אידיש (נייע ווארט) = taxiing
אויפן וועג/אין-וועג/אינטערוועגנס = enroute
וואקלענדיג = turbulence
לערנען (נישט ממש אבער נענטסע) = training
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4233
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: צוויי קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

נחלתי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:22 pm
לערנען (נישט ממש אבער נענטסע) = training
טרענירונג.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
נחלתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 11:36 pm

Re: צוויי קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחלתי »

קו הישר האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:29 pm
נחלתי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:22 pm
לערנען (נישט ממש אבער נענטסע) = training
טרענירונג.
אויב אזוי קען מען אלעס שרייבן בארדען טעקסיען וכ'
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: צוויי קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

רוממה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:07 pm
צוויי קשיות:

1) וויאזוי זאגט מען אויף אידיש: boarding, taxiing, enroute, turbulence, unruly, training? ס'קומט מיך אויס צו נוצן די ווערטער און איך וואלט עס געוואלט שרייבן אויף אידיש.
אה, דו קענסט נישט קיין אידיש? נישט צו דיר האב איך גערעדט.

2) פארוואס לייקסטו נישט ווען דו ליינסט א זאך וואס דו האסט הנאה? דער שרייבער שרייבט דאך קלאר אין זיין חתימה אז ער וויל זאלסט אים צואוויסן טאהן אויב האסט הנאה געהאט.
אה, דו קענסט נישט קיין אידיש? נישט צו דיר האב איך גערעדט.
@יודיש מבין פארעכט מיך
-
training "אויסבילדונג" (גערמאניש)
unruly - ??? וואסמיינטעס ???
turbulence - הממ ... אויפשאקלוג ?
enroute - "אינטערוועגנס צום" -
boarding איז פשוט "אויפשטייגן" אדער איינשטייגן
taxiing אויף דייטש איז "ראולן" - "מאכן די וועג" וואלטעך געזאגט

און אז כהאב דעם פעדער... רוף איך אויס א הארציגן דאנק פאר דיינע גאר איינגענעמע ריפארטס כסדר.
איר פארדינט דעם אוויאציע היטל שע"י אייוועלט @ @רוממה
אוועטאר
פעי-פעל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 2:19 pm

Re: צוויי קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעי-פעל »

רוממה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:07 pm

1) וויאזוי זאגט מען אויף אידיש: boarding, taxiing, enroute, turbulence, unruly, training? ס'קומט מיך אויס צו נוצן די ווערטער און איך וואלט עס געוואלט שרייבן אויף אידיש.
אה, דו קענסט נישט קיין אידיש? נישט צו דיר האב איך גערעדט.

[/i]
נו, לאמיר ארויסנעמען די פארשטויבטע 'שטערן' און קוקן, וויאזוי וואלט ה. מארש אדער ר. כהן געשריבן: דער עראפלאן האט אנגעהויבן גאלאפירן אראפ דעם ראנוועי,
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

רוממה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:49 pm

די פאפולערסטע פראגראם צווישן אונז איז גלאובעל ענטרי, מיט וועלכע מ'קען גרינגערהייט אריינקומען אין לאנד ווען מ'רייזט פון אינטערנאציאנעלע דעסטינאציעס, דורכן זיך אליין סקרינען ביי סעלף סערוו קיאסקן (נישט דארט וואו ר' יוסעלע איז, אנדערע סארטן). די אימיגראנטן האבן נאך א פארגעשריטענערע פראגראם, ווייל זיי קומען אריין נאך שנעלער און אן קיין סקרינינג בכלל...
איינער מיט א זאליכע הסבר פארוואס די ענטרי איז נישט פריי פון אפצאל פאר יעדעם איינעם - אלע אמעריקאנער?! פארוואס דארף מען בכלל זעען א לייוו עידשענט ביים אריינקומען?! איז די סיסטעים נישט ביליגער?

עס איז קלאר אז אויפהאלטן עידשענס איז אסאך אסאך טייערער ווי געבן די פראגראם פריי פאר יעדעם איינעם, יעדע קליינע גראסערי האט שוין איינגעזען אז סעלף טשעקאוט איז ביליגער,

אין מדנ"י נעמט רגעים אזוי אריינצוקימען מיט די סיסטעם מיט א אמעריקאנער פאס, קען עס אמעריקע נישט אהערשטעלן?
לעצט פארראכטן דורך קו ירוק אום דינסטאג אפריל 09, 2024 11:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

באאוניג האט נאך א וויסלבלויער אויף די 777 און 787, מיר זעט עס אויס סתם געמאלן וואסער מיט א שטרוי.

@רוממה
לעצט פארראכטן דורך קו ירוק אום דינסטאג אפריל 09, 2024 11:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שבעת המינים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבעת המינים »

קו ירוק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:49 pm
רוממה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:49 pm

די פאפולערסטע פראגראם צווישן אונז איז גלאובעל ענטרי, מיט וועלכע מ'קען גרינגערהייט אריינקומען אין לאנד ווען מ'רייזט פון אינטערנאציאנעלע דעסטינאציעס, דורכן זיך אליין סקרינען ביי סעלף סערוו קיאסקן (נישט דארט וואו ר' יוסעלע איז, אנדערע סארטן). די אימיגראנטן האבן נאך א פארגעשריטענערע פראגראם, ווייל זיי קומען אריין נאך שנעלער און אן קיין סקרינינג בכלל...
איינער מיט א זאליכע הסבר פארוואס די ענטרי איז נישט פריי פון אפצאל פאר יעדעם איינעם - אלע אמעריקאנער?! פארוואס דארף מען בכלל זעען א לייוו עידשענט ביים אריינקומען?! איז די סיסטעים נישט ביליגער?

עס איז קלאר אז אויפהאלטן עידשענס איז אסאך אסאך טייערער ווי געבן די פראגראם פריי פאר יעדעם איינעם, יעדע קליינע גראסערי האט שוין איינגעזען אז סעלף טשעקאוט איז ביליגער,

אין מדנ"י נעמט רגעים אזוי אריינצוקימען מיט די סיסטעם מיט א אמעריקאנער פאס, קען עס אמעריקע נישט אהערשטעלן?
אמעריקע איז אפיציעל אסאך שטרענגער ביי די גרעניצן ווי א מערהייט אנדערע לענדער (איך רעד נישט ביים מעקסיקאנער גרעניץ ווי דארט ווערט נישט פארלאנגט קיין פאספארט...)

אמעריקאנער בירגער ווערן אויסגעפרעגט איבער זייערע טרעוועלס ווען זיי קומען צוריק, אזוי אויך איז דאס אריינברענגן פרוכט\פלייש גאר שטרענג.

די TSA פריטשעק איז א בעקגראונד טשעק און א אינטערוויו זיכער צו מאכן אז די מענטש איז נישט שעדליך, אזוי אויך ווען מען קומט אריין פרעגן די קאמפיוטער צו מען ברענגט אריין פרוכט\פלייש, אויב ענטפערט מען ניין און זיי כאפן נאכדעם קען מען פליען פון די סיסטעם.
אוועטאר
שבעת המינים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבעת המינים »

קו ירוק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:49 pm

אין מדנ"י נעמט רגעים אזוי אריינצוקימען מיט די סיסטעם מיט א אמעריקאנער פאס, קען עס אמעריקע נישט אהערשטעלן?
פרעמדע בירגער אין מד"י דארפן אדורכגיין אן אינטערוויו מיט א מענטש אזוי ווי אין אמעריקא צו פרעגן פון ווי מען קומט און ווי מען גייט וכו' נאכן אליינס סקענען די פעספארט, די היימישע אידן באקומען געווענליך די פינקע עקזיט סליפ נאך ביים שטיין אין ליין (אין א"י זענען זיי נאכנישט אזוי חושש מה יאמרו הבריות...).
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

שבעת המינים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 11:09 pm

אהא, נאר היימישע אידן באקימען די עקזיט סליפ ביים שטיין אין די ליין?! א גוי באקומט עס נישט?

קו ירוק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 11:12 pm

א גוי וועט דארפן גיין רעדן מיט אן אגענט ביי איינע פון די בוטס (אזוי ווי די שטייגער פלעגט זיין אין מד"י ביים אריינקומען ביז פאר קאראנע) וועלכע וועט אים פרעגן פון ווי ער קומט און ווי ער גייט וכו',
א איד וועט בד"כ צוקומען אן אגענט בשעת'ן ווארטן אין ליין און געבן די פינקע עקזיט סליפ. מד"י בירגער דארפן שוין לעצטנס (ווי ווייט איך געדענק זייט קאוויד) בכלל נישט צוגיין צו אן אגענט.
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:A380

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

און ענדליך איז געקומען די צייט פאר די לופטהאנזא פלייט אדענטענטס צו באקומען א טשעקל פון 3,000 יורא, און א וועידזש העכערונג פון 16.5%, מיטן תנאי צו ענדיגן די סטרייקס פאר א צייט אפשניט פון 3 יאר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35580
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: צוויי קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רוממה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:07 pm
צוויי קשיות:

1) וויאזוי זאגט מען אויף אידיש:
unruly?

צעווילדעוועט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:A380

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

קו ירוק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:51 pm
באאוניג האט נאך א וויסלבלויער אויף די 777 און 787, מיר זעט עס אויס סתם געמאלן וואסער מיט א שטרוי.

@רוממה
ער האט דערציילט: ווי העפטיגע טענץ פלעגט אויסברעכן ווען די פעקטארי ארבעטערס ביי די 787'ס האבן געזעהן אז די די ריזיגע פענעלס זענען נישט גראד, אין לויף פון די טענץ זענען די פענעלס (כמעט) גראד געווארן, וואס ווי פארשטענדליך קען עס זיין קאטאסטראפיש אין לויף פון די יארן
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

Yiddish Travel האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:25 pm
קו ירוק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:51 pm
באאוניג האט נאך א וויסלבלויער אויף די 777 און 787, מיר זעט עס אויס סתם געמאלן וואסער מיט א שטרוי.

@רוממה
ער האט דערציילט: ווי העפטיגע טענץ פלעגט אויסברעכן ווען די פעקטארי ארבעטערס ביי די 787'ס האבן געזעהן אז די די ריזיגע פענעלס זענען נישט גראד, אין לויף פון די טענץ זענען די פענעלס (כמעט) גראד געווארן, וואס ווי פארשטענדליך קען עס זיין קאטאסטראפיש אין לויף פון די יארן
יא יא, געזען, זעט אויס ווי א שטיקל חלום פון אים.
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

איין שורה אוויאציע.jpg
איין שורה אוויאציע.jpg (137.49 KiB) געזען 2095 מאל
די לעצטיגסטע ווערסיע פון נייעס רעפארטאזשן, וועט צאמנעמען נייעסער ענדע וואך אין וואכן וואס מיר קומען אן צו באריכטן ווייניגער. דאס נעמט נישט אוועק די "זונטאג סך הכל" בעז"ה
איר ליינט, אייער הנאה. איר לייקט, מיין הנאה!

צוויי AA פלייט אטענדענטס זענען דינסטאג געשעדיגט געווארן ווען דער פילאט האט שארף געברעיקט אויפן וועג צום ראנוועי אין JFK. די פליגער האט געליטן א 2 שעה דילעי אין רעזולטאט
די נאמען פלייט AA106 ברענגט טשילס פאר אסאך געדענקער. ווייל ס'האט געמאכט העדליינס אין יאנואר 23' מיטן אריבערקראסן אן אקטיווע ראנוועי אין JFK וואו א דעלטא פליגער האט זיך געהאלטן ביים הייבן
---
דזשעט בלו'ס פלייטס איבערן אטלאנטיק האבן געצויגן אטענטשן מיט צוויי עמערדזשענסי לאנדונג\ריטוירן אין די לעצטע וואך, ביידע האבן געהאט צו טוהן מיט די ענדזשין פון די A321
---
א ווידיאו צירקולירט צייגט ווי א יונייטעד פילאט פאררעכט א פענסטער אין די פאסאדזשירן אפטיילונג הארט איידערן זיך הייבן. דאס איז שוין מיט געהעכערטע FAA איבערזיכט
---
סאוטוועסט איז אונטער קריטיק פארן שלעכט באהאנדלען די פלייץ רייזנדע אין אוסטין עירפארט ארום די ליקוי, קריטיקירער זאגן אז זיי האבן זיך גארנישט געלערנט פון די 22' האלידעי קריזיס
---
ספיריט גייט פארמאכן איר באזע אין אטלאנטיק סיטי, ניו דזשערסי. ס'איז איינע פון די שריט זיך צאמצוקלויבן פינאנציעל נאך וואס די דזשעט-בלו אויסקויף איז נישט צושטאנד געקומען
---
פראנטיער וויל איינפירן א נייע אפערעיטינג מאדעל צו אויסשטעלן סטוארטס צו ווייניגער איבערנעכטיגן אין די פרעמד אויף זייער דזשאב אבער ס'מיינט ווייניגער פעיראלל. די יוניאן קרומט
---
נייע פילאטן פאר פראנטיער וועלן זיך מוזן צובינדן צו בלייבן צוויי יאר מיט די קאמפאני, אז נישט וועלן זיי דארפן צוריקצאלן טרעינינג קאסטן צוטיילט $60,000 אויף צוויי יאר
---
דעלטא האט געעפנט זייער איבערגעמאכטע lounge אין מיאמי עירפארט. די רענאווירטע ווינקעלע איז פארגרעסערט געווארן מיט 50% צולייגנדיג א 4000 ס"פ און איבער 100 זיץ ערטער
---
עירבאס איז אריינגעקומען באקוועם פאראויס פון איר קאמפעטישן מיט דעליוועריס און ארדערס פאר קווארטל 1 פון 2024
---
דייטשלאנד וויל שוין נישט פינאנצירן די געספוילטע פארלימענט מיטגלידער. פון יעצט און ווייטער וועלן זיי נישט קענען פארן אין ביזנעס קלאס ביים פארן אויף רעגירונג-באצאלטע רייזעס
---
SAS עירליינס האט געמאלדן אז זיי מופן אריבער פון Star Alliance צו די SkyTeam אליאנץ. די עירליין איז די פאן-טרעגער פון די סקאנדענעוויען לענדער: דענמארק, שוועדן און נארוועגיע
---
לופטהאנזא האט סוספערנדירט פלייטס קיין איראן צוליב די פארגרעסערטע אנגעצויגנקייט מיט מדנ"י, מאכנדיג ברייטער די מעגליכקייט פאר טויטליכע טעותים דורך פליענדע מיסילס
---
עטליכע עירליינס האבן סוספערנדירט פלייטס קיין סאמאליע, צוליב פארמערטע ווילדערייען דורך די ארטיגע על-שאבאבניקעס
---
לייק און קאמענט אריינצוגיסן אביסל Jet fuel אין די שרייבעריי ארבעט
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

@רוממה א געשמאק צו ליינען! ממש נישטא קיין ווערטער!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

WOW
#איין שורה אוויאציע מיט @ רוממה
הערליכע געדאנק ...

סופער
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

ברעיקינג: מדנ"י עירספעיס פארמאכט אין ליכט פון איראנע דראון אטאקעס
אנדערע מיטל-מזרח לענדער האבן געפעדערט אדער נאכגעפאלגט מיט ענליכע שריט

אינדערצייט וואס איראן האט געשיקט א באראזש פון דראונס און מיסילס אין ריכטונג פון מדנ"י, האט די לאנד פארשפארט זייערע לופט רוימען פאר סיי וועלכע פליגער. אנדערע לענדער אין די געגנט האבן אויך רעאגירט ענליך, געוויסע שוין פריער אלס א precaution, אנדערע האבן בלויז נאכגעפאלגט אלס א רעאקציע.
וואו מ'שטייט יעצט זענען באריכטעט פארשליסונגען אויף די עירספעיס פון מדנ"י, ירדן, איראק און לבנון.
אנדערע פלייטס וואס דארפן פארן אין ליניע פון פייער ליידן אויך פון פארשפעטיגונגען און קענסעלעישנס, א שטייגער ווי די Qantas פלייט פון Perth קיין לאנדאן, וואס איז גענצליך אפגערופן געווארן.

מיר גלייבן באמונה שלימה אז קיין שום כח בשר ודם קען אונז נישט שעדיגן און אויך נישט באשיצן, נאר אלע אידן בכל מקומות מושבותיהם דאווענען פאר א שמירה עליונה אויף אלע אידן בכל מקומות מושבותיהם, ולא יתן המשחית לנגוף בבתינו ח"ו!

א "לאך" אין פלייט אקטיוויטעטן ארום די קריג זאנע
Airspace .jpg
Airspace .jpg (78.55 KiB) געזען 1503 מאל
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

די מדנ"י עירספעיס איז שוין צוריק open for business נאך 7 שעה זיין פארמאכט
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:49 pm
איין שורה אוויאציע.jpg
די לעצטיגסטע ווערסיע פון נייעס רעפארטאזשן, וועט צאמנעמען נייעסער ענדע וואך אין וואכן וואס מיר קומען אן צו באריכטן ווייניגער. דאס נעמט נישט אוועק די "זונטאג סך הכל" בעז"ה
איר ליינט, אייער הנאה. איר לייקט, מיין הנאה!

---
SAS עירליינס האט געמאלדן אז זיי מופן אריבער פון Star Alliance צו די SkyTeam אליאנץ. די עירליין איז די פאן-טרעגער פון די סקאנדענעוויען לענדער: דענמארק, שוועדן און נארוועגיע
---

איך פיל אז די דאזיגע נייעס דארף באקומען אביסעלע מער אטטענשאן, עס איז א מעידזשער נייעס!
ערשטענס, סע"ס איז געווען פון סטאר אלייענס פאונדיג מעמבערס צוזאמען מיט לופטהאנזא!
צווייטענס, די שיפט פון א לופטהאנזא / יונייטעד פארטנערשיפ צו א דעלטא / עירפרענס-קל"מ פארטנערשיפ איז ערווארטעט צו באדייטענד טוישן די מאכט באלאנס אין די טראנס-אטלאנטיק מארקעט
דריטנס איז אינטערעסאנט צוצולייגן די סיבה וואס ליגט אונטער די טויש, נעמליך אז אירפערנס-קעי-על-עם האט אפגעקויפט א זאפטיגע ביסן פון סע"ס שעירס א וויילע צוריק, און די יעצטיגע מאוו איז א נאטורליכע נאכפאלג
Clever code does not necessarily create clever Software
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

nodeJS האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 3:18 pm
רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:49 pm
איין שורה אוויאציע.jpg
די לעצטיגסטע ווערסיע פון נייעס רעפארטאזשן, וועט צאמנעמען נייעסער ענדע וואך אין וואכן וואס מיר קומען אן צו באריכטן ווייניגער. דאס נעמט נישט אוועק די "זונטאג סך הכל" בעז"ה
איר ליינט, אייער הנאה. איר לייקט, מיין הנאה!

---
SAS עירליינס האט געמאלדן אז זיי מופן אריבער פון Star Alliance צו די SkyTeam אליאנץ. די עירליין איז די פאן-טרעגער פון די סקאנדענעוויען לענדער: דענמארק, שוועדן און נארוועגיע
---

איך פיל אז די דאזיגע נייעס דארף באקומען אביסעלע מער אטטענשאן, עס איז א מעידזשער נייעס!
ערשטענס, סע"ס איז געווען פון סטאר אלייענס פאונדיג מעמבערס צוזאמען מיט לופטהאנזא!
צווייטענס, די שיפט פון א לופטהאנזא / יונייטעד פארטנערשיפ צו א דעלטא / עירפרענס-קל"מ פארטנערשיפ איז ערווארטעט צו באדייטענד טוישן די מאכט באלאנס אין די טראנס-אטלאנטיק מארקעט
דריטנס איז אינטערעסאנט צוצולייגן די סיבה וואס ליגט אונטער די טויש, נעמליך אז אירפערנס-קעי-על-עם האט אפגעקויפט א זאפטיגע ביסן פון סע"ס שעירס א וויילע צוריק, און די יעצטיגע מאוו איז א נאטורליכע נאכפאלג

פאר טיקעטס מיט פאוינטס איז עס בעססער?
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:A380

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

איפה פייביש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 7:21 pm
nodeJS האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 3:18 pm
רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:49 pm
איין שורה אוויאציע.jpg
די לעצטיגסטע ווערסיע פון נייעס רעפארטאזשן, וועט צאמנעמען נייעסער ענדע וואך אין וואכן וואס מיר קומען אן צו באריכטן ווייניגער. דאס נעמט נישט אוועק די "זונטאג סך הכל" בעז"ה
איר ליינט, אייער הנאה. איר לייקט, מיין הנאה!

---
SAS עירליינס האט געמאלדן אז זיי מופן אריבער פון Star Alliance צו די SkyTeam אליאנץ. די עירליין איז די פאן-טרעגער פון די סקאנדענעוויען לענדער: דענמארק, שוועדן און נארוועגיע
---

איך פיל אז די דאזיגע נייעס דארף באקומען אביסעלע מער אטטענשאן, עס איז א מעידזשער נייעס!
ערשטענס, סע"ס איז געווען פון סטאר אלייענס פאונדיג מעמבערס צוזאמען מיט לופטהאנזא!
צווייטענס, די שיפט פון א לופטהאנזא / יונייטעד פארטנערשיפ צו א דעלטא / עירפרענס-קל"מ פארטנערשיפ איז ערווארטעט צו באדייטענד טוישן די מאכט באלאנס אין די טראנס-אטלאנטיק מארקעט
דריטנס איז אינטערעסאנט צוצולייגן די סיבה וואס ליגט אונטער די טויש, נעמליך אז אירפערנס-קעי-על-עם האט אפגעקויפט א זאפטיגע ביסן פון סע"ס שעירס א וויילע צוריק, און די יעצטיגע מאוו איז א נאטורליכע נאכפאלג

פאר טיקעטס מיט פאוינטס איז עס בעססער?

בפשטות ערגער, אבער מען קען נאכנישט וויסן
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

זונטאג סך הכל.jpg
זונטאג סך הכל.jpg (104.03 KiB) געזען 447 מאל
האמיר דא דעם "זונטאג סך הכל" וואס איז די וואך אויסגעפאלן אויף א מאנטאג...
געדענקט צו לייקן און קאמענטן כדי צו דרייען די מאטארן ווייטער!
אויב זענט איר חושש אז איר וועט פארגעסן צו לייקן נאכן ארטיקל, קענט איר שוין איבערלאזן דעם לייק דא אויבן אויפן לינקן זייט, און צוריקקומען עס אראפנעמען אויב זענט איר נישט צופרידן פון וואס איר ליינט...

לאמיר אנהייבן מיט די טיפיקעל יונייטעד אינצידענטן.
א 737 אויף די קורצע רוט פון לאס אנדזשעלעס קיין לאס וועגאס, האט געלאנדעט פארגאנגענעם מיטוואך מיט איין פעלנדע panel, ענליך צו די אינצידענט מיט א אנדערע 737 פאריגן מאנאט.
נאו קאממענט...
---
א נישט-מעינטענענס פראבלעם האט געברענגט א יונייטעד פליגער זיך צוריקצוקערן קיין שיקאגאהיינטיגן מאנטאג, ווען א סטראשע איז געפינען געווארן געקאטשקעט אויפן שפיגל אין די פריוואטע צימערל.
די עירליין זאגט אז די געפאר איז נישט געווען ערנסט און די threat איז נישט געווען credible. אבער די פליגער האט זיך צוריקגעדרייט צו איר ארויספלי ארט אלס precaution.
---
לאמיר שוין דערציילן נאך א נייעס'ל פון שיקאגא פון היינט מאנטאג. פרא-פאלעסטינע פראטעסטירער האבן אפגעשטעלט די I-90 הייוועי אין שיקאגא, פארמאכנדיג די וועג פאר קארס צו גרייכן דעם עירפארט פאר א שטיק צייט. ס'איז געווען א מאדנע מחזה ווען מענטשן זענען ארויסגעגאנגען פון זייערע טעקסיס און צושפאצירט א שטיק וועג אויפן ליידיגן שאסיי מיט די רענצלעך אין די הענט.
די עירפארט זעלבסט האט נישט געליטן קיין שאדנס\פארשפעטיגונגען אין רעזולטאט פון די פראטעסטן אין די געגנט.
---
די Oakland עירפארט באאמטע האבן געשטימט יא צו טוישן נאמען צו San Francisco Bay Oakland International Airport,טראץ די קעגנערשאפט פון SFO . אבער יעצט גייט די געפעכט אריין אין שטאפל 2.0, ווייל SFO האט געהאט געזאגט אז זיי זענען גרייט צו נעמען לעגאלע שריט אפצושטעלן די טויש.
עירפארטס וואס פליען אריין און ארויס פון אוקלענד, שטיצן די עירפארט'ס באשלוס, האפנדיג אז ס'וועט זיי ברענגען מער ביזנעס.
---
די ניו יארקע לופטפעלדער האבן זיך ארויפגערוקט אין רעיטינגס דורך Skytrax, נאך ביליאנע דאללארן אריינגעגאסן אין רענאוואציע פראיעקטן אין איטליכע פון זיי. די Skytrax פירמע שאצט פארשידענע זאכן אינערהאלב די אוויאציע סעקטאר, און טיילט שטערנדלעך לויט ווי גוט זיי זענען, און פון צווישן די בעסטע זענען דא געווינערס. למשל: ווער ס'איז די בעסטע עירליין (סינגאפור), די בעסטע עירפארט (סינגאפור), די בעסטע עקאנעמי זיץ (יאפאן עירליינס), די בעסטע אוויאציע רעפארטער ( @רוממה ) א.א.וו.
אין 2023 האבן געוויסע טערמינאלן אין ניו יארקע לופט פעלדער ענדליך זוכה געווען צו באקומען 5 שטערנדלעך, נאך ריזיגע איבערבוי אונטערנעמונגען אין ניוארק און LGA. אלע יארן זענען די לאקאלע (פאר מיר) עירפארטס געווען באוואוסט אלס די ערגסטע צו באקומען אויפן מארק.
אגב, Skytrax איז נישט דוקא קיין reliable מקור צו וויסן וואס ס'איז עכט די בעסטע מכמה טעמים, און ווערן אפט קריטיקירט צו פארדרייען רעיטינגס צוליב נגיעות.
---
די רעלאטיוו נייע Breeze עירוועיס האט באריכטעט פראפיטןפאר די מארטש חודש למספרם, דאס איז די ערשטע מאל וואס א מאנאט אין זייערע ביכער לאנדעט אויף די גרינע זייט. די עירליין האט גענומען ריזיגע שריט אין די לעצטערע חדשים ארומצוטוישן סטראטעגיעס דורכן ארומארבעטן מיטן אוועקשניידן און צולייגן רוטס פאר מער פראפיטעביליטי. די שוואכע פערפארמענס פון די עירליין לייגט אין שאטן די גלענצנדע קאריערע פון די גרינדער David Neeleman, בפרט אז זיין געוועזענע זיווג דזשעט בלו איז ארויס היפש צוקאליעטשט נאך די דורכפאל מיט די ספיריט אויסקויף, אויפדעקנדיג געוויסע פינאנציעלע לעכער אין די קאמפאני.
---
די ערשטע A350 מיט די Allegris קלאסןאיז שוין ערהאלטן געווארן דורך לופטהאנזא! ווי מיר האבן שוין געמאלדן וועט עס געשטעלט ווערן אין קומענדיגן מאי אויף די Vancouver-Munich רוט. צוויי אנדערע פון די סארט ווארטן אין סטארעדזש זייט קאוויד, און וועלן אויך ווערן אריינגענומען אין די ארבעט בקרוב.
---
אז מ'רעדט שוין פון לופטהאנזא, זענען פארעפנטליכט געווארן שאצונגען אז די פארצויגענע סטרייקס אין אלע אפטיילונגען פון די עירליין, האט אפגעקאסט די קאמפאני ארום 350 מיליאן יורא(372M אמעריקאנע), אויסער א 100 מיליאניגע צוגאבע צום בודזשעט וואס זי דארף יעצט צאלן פאר באונוסעס און וועידזש העכערונגען צוליב די אפמאכן נאך די סטרייקס.
ס'אסאך...
---
די FAA האט ארויפגעשטעלט א 2.9 ביליאן דאללערדיגע שטראף אויף Asia Pacific עירליינספאר א רייע פארלעצונגען אין אוויאציע געזעצן. די פארלעצונגען דורך די האוואי באזירטע עירליין זענען פארגעקומען צווישן די יארן 21' און 23'. די גרעסטע חלק פון איבער 2.4 מיליאן איז צוליב דעם וואס פילאטן אן די נויטיגע קוואליפיקאציעס האבן געפירט פליגערס פאר די עירליין יענסצייט, ווי אויך קלענערע שטראפן (ממש פיצי... אזא 250 טויזנט דאללער וכדו') פארן נוצן 757ס אונטער אומשטענדן נישט ערלויבט א.א.וו.
בלייבט נאר איבער צו זעהן אויב די FAA האט boots און ווינדשיעלד בלאקערס צו אינסטאלירן אויף די עירליינ'ס פליגערס אין פאל די טיקעט ווערט נישט באצאלט
לעצט פארראכטן דורך רוממה אום דינסטאג אפריל 16, 2024 1:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אוודאי איז Skytrax אומפארלעסליך, זיי געבן בלויז 5 שטערנס, און פאר @רוממה קומט זיך פופציג!

זאפטיג.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”