נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

געשמאק און קלאר איז נישט דאס ווארט!


רעיט Skytrax אויך די רואיג’גייט פון די לופטפעלדער? פארוואס מיט דעם זוכן זיי זיך נישט צו צושטעלן?...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 11:28 pm
זונטאג סך הכל.jpg
האמיר דא דעם "זונטאג סך הכל" וואס איז די וואך אויסגעפאלן אויף א מאנטאג...
געדענקט צו לייקן און קאמענטן כדי צו דרייען די מאטארן ווייטער!
אויב זענט איר חושש אז איר וועט פארגעסן צו לייקן נאכן ארטיקל, קענט איר שוין איבערלאזן דעם לייק דא אויבן אויפן לינקן זייט, און צוריקקומען עס אראפנעמען אויב זענט איר נישט צופרידן פון וואס איר ליינט...
ס'וואלט ווען געדארפט זיין נאך א באטן אונטען נאכן ליינען "דאבל יור לייק"!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6304
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

הערליך!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

כינעזע עירליין רופט אפ איינשווערונגס פלייט קיין טעהראן
די ערשטע פלייט אויף א נייע רוט איז געווען געסקעדזשועלט אויף אפריל 15

צווישן די געקענסעלטע פליגערס אין רעזולטאט פון די מיטל-מזרח קאנפליקט, שטייט ארויס א פלייט פון בעידזשינג קיין טעהראן וואס האט געזאלט איינגעשוואוירן ווערן אפריל דעם פופצנטן למספרם.
ס'זענען דא נאך אפציעס צו פליען אויף די בעיזשינג-טעהראן ליניע, אבער די פרישע רוט דורך China Southern Airlines האט געדארפט צו פליען פון א קלענערע עירפארט ארום טעהראן און נישט פון די צענטראלע Beijing Capital לופטפעלד.
די פרישע רוט איז געמאלדן געווארן עטליכע חדשים צוריק אלס א טייל פון א גרעסערע פארברייטערונג פון די עירליין צו גרייכן אינטערנאציאנאלע דעסטינאציעס. אבער יעצט ווען די דאטום פון האלב-מאי האט נישט געקענט געהאלטן ווערן איז נאכנישט פאבליצירט געווארן קיין פרישע inauguration טאג.
מיר האפן אז ס'וועט זיך אפשטופן פאר נאך לענגער, ווייל ס'שפירט זיך עפעס נישט אנגענעם אז די כינעזער און איראנער עפענען א פרישע רוט צווישן זיך...

די "אימאם כומעיני אינט'ל עירפארט" אין טעהראן
IKA.jpg
IKA.jpg (373.1 KiB) געזען 2117 מאל
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

יונייטעד און באואינג שליסן אפמאך איבער פארלוסטן געשאפן פון 737 מעקס 9 גראונדינג
די קאמפאניס האבן זיך אראפגעזעצט צום טיש נאך א שווערטע יאר-פערטל פאר די עירליין

יונייטעד האט אנהויב וואך באריכטעט שווערע פארלוסטן אין Q1 פון 2024. לויט די עירליין האבן די פראבלעמען מיט די מעקס 9 זיי געברענגט שאדנס פון איבער 200 מיליאן און דאס האט פארווישט אלע פארדינסטן פאר דעם קווארטל, לאזנדיג דעם סך הכל ביי מינוס 124 מיליאן!
נאך דעם רעפארט, האבן אויסגעבראכן דיסקוסיעס צווישן די פראדוצירער און די פליער, ביי וועלכע באואינג האט איננגעשטימט צו לייגן א קרעדיט אויף יונייטעד'ס אקאונט וואס זיי קענען נוצן אויף א קומענדיגע איינקויף.
די סומע פון די קרעדיט מעמא איז נישט פובליצירט געווארן, מסתם ווייל באואינג וויל נישט אז יעדער וואס ליינט די נייעס זאל זיי יעצט אנהייבן בעטן קרעדיטס. אבער ס'גייט מיך ניט אן, ווייל סייווי האב איך שוין געסאפט קויפן באואינג'ס און איך קויף נאר סענדוויטשעס, ממילא האב שוין נישט וואס צו טוהן מיט אזא קרעדיט מעמא...
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3852
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

מזונות סענדוויטשעס?
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5218
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:חאן יוניס

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

@רוממה הערליך שיין!

ווי האלט עס היינט צוטאגס, עירבאס איז שוין אפיציעל העכער פון באואינג? און וואס קוקט אויס איז באואינג'ס פלאן?
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

אבנר בן-נר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:07 am
@רוממה הערליך שיין!

ווי האלט עס היינט צוטאגס, עירבאס איז שוין אפיציעל העכער פון באואינג? און וואס קוקט אויס איז באואינג'ס פלאן?
א גוטע שאלה!
יעצט שארט-טערם שטייען זיי סך בעסער אין אלע הינזיכטן (ארדערס, דעליוועריס, פראפיטס וכדו'). די ווינטן בלאזן קעגן באואינג פלאס באואינג האט ריסטריקשנס פון די FAA אויף פראדוקציע א.א.וו.
אבער די אינדוסטרי איז נישט קיין day-trading געים, ס'דויערט יאאאארן אז א עכטע טשעינדש זאל געשעהן.
עירליינס ווי רייען און סאוטוועסט וואס זענען איין שטיק באואינג, גייען זיך נישט געבן א לאז אפ מיום לחברתה און ווערן פרענדס מיט עירבאס, און זיי קענען עס טעכניש נישט טוהן אפילו זיי ווילן.
אזוי אויך יעדע גרויסע עירליין וואס האט א גענוג באדייטענע צאל באואינגס אין זייער פלאטע, מוזן זיך האלטן דערצו פאר יעצט ווייל זייערע פילאטן, מעכאניקער, פלייט סיסטעמס, פעסילעטיס וכו' זענען אויסגעשטעלט צו ארבעטן מיט די יעצטיגע פלאטע און ס'נעמט ימ'ן מיט צייט צו סוויטשן.

די איינציגסטע זאך וואס א עירליין קען טוהן אויב זיי ווילן, איז מאכן א לאנג-טערמיניגע פלאן פון אריבערטוישן שטייטליך און צוביסלעך דורכאויס לאנגע יארן.
אבער קיין איין עירליין האלט נישט ביים טוישן דראסטיש פאליסיס וואס גייען הערשט האבן אן אפפעקט אין 10 יאר ארום, אנשטאט דעם ווילן זיי בלייבן אין די קאמפארט זאון, און פרעשורן באואינג צו טוישן "זייערע" פאליסיס וואס גייען האבן א אפעקט 10 יאר ארום!
כאפסט? אנשטאט אריבערטוישן צוביסלעך כדי צו זיין 10 יאר ארום ביי די יעצטיגע בעסטע סופלייער, לוינט זיך ענדערש צו ארבעטן אויף זייער יעצטיגע סופלייער צו זיין די בעסטע סופלייער אין 10 יאר ארום.

באואינג האלט אינמיטן גרויסע טשעינדזשעס, אבער מ'וועט נישט קענען אפשאצן די עפפעקט דערפון נאר נאך מ'ענדיגט די גאנצע קאנסטראקשן פראדזשעקט און די פאוסט-קאנסטראשן קלינינג קרו איז שוין אהיימגעגאנגען.
זיי קענען נאך שיין צוריק קומען אויף די רעלסן אפילו ס'שמעקט נישט פאר די מידיע, אבער ס'איז א טשעלענדזש וואס מ'מוז האבן די ריכטיגע מענטש צו אימפלעמענטן די ריכטיגע פאליסיס כדי זיי זאלן האבן א שאנס פאר א קאמבעק.
משיח זאל אודאי פריער דא זיין און אונז טראגן קיין ירושלים מיט די בעסטע סופלייער פון פליגלעך, די כנפי נשרים בב"א!
שמואל נחום, קל מסתתר...
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

@רוממה דיינע באריכטן זענען עפעס אויסנאם געשמאק!!! ייש''כ פארן אריינלעבן די אייוועלט אוויאציע פלאטפארמע.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

עטליכע נאטיצן איבער די מאסיווע היסטארישע פארפלייצונגן אין די UAE וואס האט שווער אפעקטירט אויך די DXB עירפארט:

- די רעגנס איבער דובאי האבן זיך אנגעהויבן פאריגן מאנטאג נאכמיטאג און זיך געצויגן ביז אינמיטן מיטוואך מיט די הויכפונקט אום דינסטאג.
- די געגנט וואס איז בכלל נישט געוואוינט צו קיין סך רעגן, איז באטראפן געווארן דורכאויס 24 שעה מיט היסטארישע שטורעמעס וואס האבן אראפגעברענגט א מאס פון וואסער וואס די לאנד זעהט געווענליך אין א צייט-אפשניט פון א גאנצע יאר!
- טויזנטע פאסאדזשירן זענען אפעקטירט געווארן, אממערסטנס פון די עמיראטס און flydubai לופטליניעס. די עירפארט איז פארוואנדלט געווארן אין א לאגער פון געשטראנדעטע פערזאנען, וויבאלד מ'האט נישט געקענט פליען פון דארט און אויך נישט זיך צוריקדרייען אהיים מיט א קאר\באן.
- עמיראטס ווערט קריטיקירט פארן באפעלן די פילאטן און מאנשאפט זיך צו פלאגן אנצוקומען אין עירפארט פאר טייל פלייטס וואס זענען יא געפארן, טראץ וואס די ארטיגע אויטאריטעטן האבן געהאט ארויסגעשטעלט א "סטעי האום" באפעל צוליב די מסוכנ'דיגע וועטער
- אן אל-על פלייט אויפן וועג קיין דובאי האט זיך פארקירעוועט קיין אבו דאבי צוליב די וועטער אין דובאי, אבער אנשטאט לאזן די פאסאדזשירן אפשטייגן דארטן און נעמען אנדערע טראנספארטאציע מיטלען קיין דובאי האבן די באאמטע צוריקגעשיקט די פליגער קיין תל-אביב. אורזאך נישט באקאנט
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

איין שורה אוויאציע.jpg
איין שורה אוויאציע.jpg (43.86 KiB) געזען 1472 מאל
בשעת'ן פסח'יג מאכן האב איך געפונען פארשטופט און פארפאקט עטליכע נייעסער פון איבער די וואך. דא האט איר די שורה'לעך און ליינט עס מיט הנאה!

באואינג האט געעפנט א פעידזש אויף זייער וועבסייט אויפצואווייזן די שטארקע קוואליטעט פון די 787 דרימליינערס, נאך וואס זיי האבן געהערט אז ס'איז אראפגעמאלן געווארן נעגאטיוו אין אונזער'ס אן אנאליז (ווי אויך צוליב עפעס א ווייניגער-באקאנטע ווהיסל-בלאוער וואס האט גערעדט לשון הרע אויף זיי)
-
ווינטן אין JFK האבן מאנטאג אריינגעשטופט א קעיטערינג טרעקל אין א A350 פון ווירדזשין אטלאנטיק, די אימפאקט האט געשעדיגט די ענדזשין און די פלייט קיין לאנדאן איז געקענסלט געווארן
-
אמעריקע איז נישט שולדיג געבליבן, נאר נאך אינעם זעלבן טאג געשיקט א דעלטא 767 קיין געטוויק ארויסלאזן די עמערדזשענסי גליטשער ביים געיט, שעדיגנדיג א ארטיגע קעיטערינג טרעקל
-
א טאטאלע גראונד סטאפ אויף אלאסקע עירליינס פליגער האט אנגעהאלטן פאר איין שעה נעכטן פארמיטאג, צוליב א פראבלעם געשאפן דורך א אפגרעיד אינערהאלב די עירליינ'ס סיסטעמען
-
די יוניאן פון אמעריקען עירליינס ארבייטער, זאגט אז אמעריקען האט פונקט אזויפיל סעיפטי פראבלעמען ווי יונייטעד און די FAA דארף זיי אויך צימבלען. #שוטים
-
אמעריקען וועט אויסשטאטן אירע נייע 787-900ס מיט א העכערע שטאפל ביזנעס קלאס זיץ מ'וועט עס רופן "Business Preferred Suite". מאנכע רופן דאס א צוריקער פון פוירסט קלעס ז"ל
-
טורבעלענס אויף א עיר ניו זילאנד פליגער פאריגן דינסטאג נאכט, האבן צובראכן צוויי ביינער פון א 47-יעריגע פיס אויפן פליגער, כלל ישראל ווערט גערופן מתפלל צו זיין לרפואתו
-
בריטיש עירוועיס האט געווארנט פלייט אטענדענטס נישט צו בונטעווען קעגן דאס פליען קיין תל-אביב, נאך וואס א סעיפטי-באזארגטע גרופע האבן זיך געוואלט אנטזאגן צו סערווירן אויפן רוט
-
לופטהאנזא האט נאכנישט ארויסגעלייגט די ענטגילטיגע באריכטן פאר Q1, אבער זיי שאצן אז די אונטערשטע שורה וועט ליגען ערגעצוואו ביי א 900 מיליאן יורא'דיגן פארלוסט צוליב סטרייקס
-
א וואלקאנישע אויפרייס אויף די מאלאזיאנע אינזל Borneo שטערט פלייטס פון פליען אין די געגנט, בעיקר זענען נאר אפעקטירט די פליגערס אריין און ארויס פון דעם ספעציפישן אינזל
-
א פרישע שטודיע אין די אוויאציע וועלט, פראבירט צו דערגיין אויב ס'איז מער אפעקטיוו ווען מ'דערמאנט מיט בלויע טינט צו לייקן און קאמענטן, וואס זאגט איר?
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2302
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

WOW דיינע לשונות און מליצות איז מוח בליצנד....
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

הערלעך הערלעך שיין און זיך צום באלעקן מיט די קורצע נייעסלעך און באריכטן!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע:א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם ממה נשתנה »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:36 pm
טורבעלענס אויף א עיר ניו זילאנד פליגער פאריגן דינסטאג נאכט, האבן צובראכן צוויי ביינער פון א 47-יעריגע פיס אויפן פליגער, כלל ישראל ווערט גערופן מתפלל צו זיין לרפואתו
אזוי גוט....🤣🤣🤣🤣

איך באלעק מיר ממש די פינגערס, קיפ איט אן
חכםמה הוא אומר.. (הגדה של פסח)
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3416
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

איך גיי ענדערש צו שרייבן יישר כח פאר דיינע תגובות ווי סתם דריקן לייק.
-
לגבי באוינגס אישוס, דארף מען געדענקען אז ערבאס איז אויך א קאאליציע פון לענדער, און קאראפציע און מי בראש אנגעפעשעטע בּאָללי גאווה זענען אויך דא איבעראל. די ספאטלייט שיינט יעצט אויף באואינג. איך געדענק ווען ס׳האט געשיינט אויף ערבאס מיט זייער A380.

רואיג יעדער…
ווען איינער דארף א נייע פליגער דארף ער סייווי ווארטן 6 יאר מינימום ביי באואינג און 8 יאר מינימום פאר א נייע ערבאס.
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

הרב יואל קליין האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 12:57 pm
איך גיי ענדערש צו שרייבן יישר כח פאר דיינע תגובות ווי סתם דריקן לייק.
ירא שמים יוצא ידי שניהם...
הרב יואל קליין האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 12:57 pm
לגבי באוינגס אישוס, דארף מען געדענקען אז ערבאס איז אויך א קאאליציע פון לענדער, און קאראפציע און מי בראש אנגעפעשעטע בּאָללי גאווה זענען אויך דא איבעראל. די ספאטלייט שיינט יעצט אויף באואינג. איך געדענק ווען ס׳האט געשיינט אויף ערבאס מיט זייער A380.

רואיג יעדער…
ווען איינער דארף א נייע פליגער דארף ער סייווי ווארטן 6 יאר מינימום ביי באואינג און 8 יאר מינימום פאר א נייע ערבאס.
שכח
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

ריזיגע דזשאמבאו שכח פארן ניק @רוממה גיי אן!!!
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

שרעקעדיגע אינצידענט ווען צוויי פליגער זענען געקומען נאנט צו א צוזאמשטויס אויפן ראנוועי
די שולד ליגט אויף די קאנטראללער'ס וואס האבן קלאר געגעבן גרייזיגע אינסטרוקציעס

די טראגעדיע האט נישט פאסירט נעכטן דאנערשטאג אינעם ראנעלד רעיגען עירפארט אין וואשינגטאן די. סי. ווען די Ground קאנטראלער האט געגעבן ערלויבעניש פאר א סאוטוועסט 737 פליגער צו קראסן א ראנוועי אינדערצייט וואס די Tower האט געגעבן Takeoff Clearance פאר א דזשעטבלו E190 פונעם זעלביגן ראנוועי.
די טעות איז באמערקט געווארן ווי נאר די רעדער פון ביידע פליגערס האבן זיך אנגעהויבן דרייען אויף די ראנוועי, און די קאנטראלערס האבן אריינגעקוויטשעט אין די ראדיא פאר ביידע פילאטן זיך אפצושטעלן תיכף ומיד.
די דזשעטבלו וועלכע האט זיך אפגעשטעלט א געפארפולע 300 פיס אפגערוקט פון די סאוטוועסט, האט נישט געקענט פליען ווי געפלאנט קיין באסטאן (ווי @הרב יואל קליין האט שוין ערקלערט אמאל אז נאך א רידזשעקטעד טעיקאפף דארף מען בודק זיין בחורין ובסדקין) אבער די סאוטוועסט איז יא געפארן ווייטער ווי געפלאנט קיין מאמי.

איך האב פונקט נישט גערעדט היינט צו קיינעם אין די NTSB, אבער איך שטעל מיך פאר אז זיי פארשן די אינצידענט...
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3416
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

רוממה האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 4:35 pm
שרעקעדיגע אינצידענט ווען צוויי פליגער זענען געקומען נאנט צו א צוזאמשטויס אויפן ראנוועי
די שולד ליגט אויף די קאנטראללער'ס וואס האבן קלאר געגעבן גרייזיגע אינסטרוקציעס

די טראגעדיע האט נישט פאסירט נעכטן דאנערשטאג אינעם ראנעלד רעיגען עירפארט אין וואשינגטאן די. סי. ווען די Ground קאנטראלער האט געגעבן ערלויבעניש פאר א סאוטוועסט 737 פליגער צו קראסן א ראנוועי אינדערצייט וואס די Tower האט געגעבן Takeoff Clearance פאר א דזשעטבלו E190 פונעם זעלביגן ראנוועי.
די טעות איז באמערקט געווארן ווי נאר די רעדער פון ביידע פליגערס האבן זיך אנגעהויבן דרייען אויף די ראנוועי, און די קאנטראלערס האבן אריינגעקוויטשעט אין די ראדיא פאר ביידע פילאטן זיך אפצושטעלן תיכף ומיד.
די דזשעטבלו וועלכע האט זיך אפגעשטעלט א געפארפולע 300 פיס אפגערוקט פון די סאוטוועסט, האט נישט געקענט פליען ווי געפלאנט קיין באסטאן (ווי @הרב יואל קליין האט שוין ערקלערט אמאל אז נאך א רידזשעקטעד טעיקאפף דארף מען בודק זיין בחורין ובסדקין) אבער די סאוטוועסט איז יא געפארן ווייטער ווי געפלאנט קיין מאמי.

איך האב פונקט נישט גערעדט היינט צו קיינעם אין די NTSB, אבער איך שטעל מיך פאר אז זיי פארשן די אינצידענט...
אוטש! סקערי!!!
איך פארשטיי נישט עפעס,
צו קראסן א אקטיווע ראנוועי, דארף די ״טאוער״ געבן רשות, נישט די גראונד קאנטראל.
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

א גרויסן שכח @רוממה איך באלעק מיך מיט דיינע דאטעלירטע באריכטן אין די אוועאציע אינדערסטרי!!
שכח!
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

הרב יואל קליין האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 4:41 pm
רוממה האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 4:35 pm
שרעקעדיגע אינצידענט ווען צוויי פליגער זענען געקומען נאנט צו א צוזאמשטויס אויפן ראנוועי
די שולד ליגט אויף די קאנטראללער'ס וואס האבן קלאר געגעבן גרייזיגע אינסטרוקציעס

די טראגעדיע האט נישט פאסירט נעכטן דאנערשטאג אינעם ראנעלד רעיגען עירפארט אין וואשינגטאן די. סי. ווען די Ground קאנטראלער האט געגעבן ערלויבעניש פאר א סאוטוועסט 737 פליגער צו קראסן א ראנוועי אינדערצייט וואס די Tower האט געגעבן Takeoff Clearance פאר א דזשעטבלו E190 פונעם זעלביגן ראנוועי.
די טעות איז באמערקט געווארן ווי נאר די רעדער פון ביידע פליגערס האבן זיך אנגעהויבן דרייען אויף די ראנוועי, און די קאנטראלערס האבן אריינגעקוויטשעט אין די ראדיא פאר ביידע פילאטן זיך אפצושטעלן תיכף ומיד.
די דזשעטבלו וועלכע האט זיך אפגעשטעלט א געפארפולע 300 פיס אפגערוקט פון די סאוטוועסט, האט נישט געקענט פליען ווי געפלאנט קיין באסטאן (ווי @הרב יואל קליין האט שוין ערקלערט אמאל אז נאך א רידזשעקטעד טעיקאפף דארף מען בודק זיין בחורין ובסדקין) אבער די סאוטוועסט איז יא געפארן ווייטער ווי געפלאנט קיין מאמי.

איך האב פונקט נישט גערעדט היינט צו קיינעם אין די NTSB, אבער איך שטעל מיך פאר אז זיי פארשן די אינצידענט...
אוטש! סקערי!!!
איך פארשטיי נישט עפעס,
צו קראסן א אקטיווע ראנוועי, דארף די ״טאוער״ געבן רשות, נישט די גראונד קאנטראל.
זיך אויך געוואונדערט. אבער אזוי שטייט אין אלע מקורות
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4790
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

@רוממה - א באגריף אין ריפארטאזש - צום באלעקן מיט די נאטיצן וכו'
וסוף הכבוד לבא..
-
ווי כפארשטיי איז שמואל נחום, קל מסתתר - ווייל ידיד נפש בין איך חחח
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

הונדערטער לעבנס נאנט צו געפאר דורך קאנטראלער טעות
פינפאכיגע געפאר: פיר פליגער אויף א ראנוועי וואו אן אנדערע פליגער גרייט זיך צו הייבן

די האר-אויפשטעלנדע אינצידענט האט זיך אויסגעקאכט פאריגן מיטוואך אינעם נישט ווייטן JFK, ווען א סוויס פליגער איז געשטאנען גרייט זיך צו הייבן פון ראנוועי 17. אבער הארט איידער ער האט באקומען ערלויבעניש פאר takeoff, האט די קאנטראלער געגעבן Clearance פאר א דעלטא פליגער צו אריבעשפרייזן דעם זעלביגן ראנוועי.
צוויי פליגערס אויף intersecting חלקים פונעם ראנוועי איז שוין גענוג שרעקעדיג, אבער אין אונזער פאל האט די קאנטראלער געגעבן תיכף דערויף די גרינע ליכט פאר נאך דריי באזונדערע עראפלאנען צו קראסן ראנוועי 17, איטליכער ביי אן אנדערן פונקט אויפן ראנוועי! שטעלנדיג אין געפאר 5 לופטפלאנען אנגעפילט מיט פאסאדזשירן!
די סוויס פלייט האט שוין אנגעהויבן שטאטליך זיך צו רירן אין ריכטונג פון א טעיקאף פון די פארנומענע ראנוועי, אבער ווען דער פילאט האט באמערקט אז ער דארף זיך צוטיילן דעם באדן מיט נאך פיר יורשים, האט ער נישט געוואלט זיין א הול"ך ע"ל ארב"ע און אפווישן א סטאדע פון מענטשן כלאחר יד. האט ער מיט א שווייצע קאלטקייט געמאלדן פאר די קאנטראלערס "רידזשעקטינג טעיקאפף, טרעפיק אויף די ראנוועי"
עווענטועל זענען אלע פליגער געפארן ווייטער לויט זייער סקעדזשועל, און א ברייטע שטרענגע אויספארשונג איז אונטערגענומען געווארן
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

זונטאג סך הכל.jpg
זונטאג סך הכל.jpg (88.25 KiB) געזען 355 מאל
לאמיר זעהן אביסל נייעס פון איבער די וויקענד, ליינטס און לייקטס!

סאן פראנציסקא עירפארט האט שוין מקיים געווען זייער סטראשע און אריינגעטראגן א קלאגע קעגן זייער שכן OAK צוליב די געפעכט איבער א נאמען-טויש. אין די lawsuit שרייבן זיי איבער די טענה אז ס'וועט צומישן רייזנדע, ספעציעל אזעלכע וואס רעדן נישט קיין ענגליש. ווי אויך טענה'ן זיי אז ס'טוט פארלעצן די טרעידמארק פון SFO און שאפט זיי פינאנציעלע שאדנס. אוקלענד פון זייער זייט האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט, זאגנדיג אז זיי וועלן באשיצן זייער רעכט פאר פראמינענטע אנערקענונג אין די בעי געגנט.
-
נאך א יונייטעד SFO אינצידענט. דאסמאל איז SFO נישט געווען די departure אדער דעסטינאציע עירפארט, נאר פשוט געדינט אלס אכסניא של כבוד פון א פארקירעוועטע דרימליינער אויפן וועג פון לאס אנדזשעלעס קיין האנג קאנג פאריגן פרייטאג. קורץ נאכן זיך הייבן, האבן פאסאדזשירן באריכטעט צו זעהן רויעך אין די קאבינע, צווינגענדיג די פליגער צו דייווערטן צו SFO.
איך וואונדער מיך פארוואס אוקלענד זוכט זיך צרות...
-
א ווידיאו האט צירקולירט אויף די אינטערנעט ווי א ספארט סעלעברעטי איז ערלויבט געווארן אריינצוגיין אין די קאקפיט פון א יונייטעד פליגער דורכאויס א טשארטער טריפ. ס'האט פאראורזאכט א שטורעם, וויבאלד ס'איז קלאר אנטקעגן FAA געזעצן זינט 9/11, און אויך פארלעצט דאס קאמפאני פאליסיס טראץ וואס ס'איז געווען א פריוואטע טשארטער פלייט.
יונייטעד האט זיך אנטשולדיגט און געשטעלט דעם פילאט אין א זייט ווילאנג מ'פארשט דעם פאל און דיFAA קוקט אריין אין די סוגיא.
-
די מעקסיקאנע Aeromexico לופטליניע האט געגרינדעט א נייע רוט צווישן מעקסיקא סיטי און באסטאן, באזירט אויף די פארטנערשיפ וואס זי האט מיט דעלטא עירליינס וועלכע האבן א שיינעם אנוועזנהייט אין באסטאן. ס'הייבט ברעמען, ווייל די DOT האט שוין געהייסן דעלטא און Aeromexico זיך צו שיידן איינע פון צווייטן ביז אין אקטאבער, במילא איז נישט ערווארטעט אזמדי רוט וועט האבן אריכות ימים.
-
א גרופע ציווילע מענטשן האבן אריינגעטראגן א קלאגע קעגן די מערדזשער פון אלאסקע און האוואאי עירליינס, ציטירנדיג אנטי-טראסט געזעצן און נאך טענות ווי דזשאב פארלוסטן א.א.וו.
די רעירונג האט זיך נאכנישט געלאזט הערן וואס זיי האלטן וועגן די מערדזשער, אבער אין די לעצטע פאר יאר האט די DOJ נאכגעיאגט אזעלכע אויסקויפונגען, שטערנדיג עטליכע מאל די מערדזשער געדאנקען פון ווערן א פאקט.
-
די FAA נעמט שריט צו פארמיידן טעותים דורך קאנטראלערס, מיטן הייבן די צייט וואס קאנטראלערס אויף די פאזיציע דארפן רוען צווישן איין שיפט און צווייטן. 10 שעה איז די נייע מינימום ברעיק וואס מ'דארף האבן צווישן פארלאזן די דזשאב ביזן זיך אומקערן נאכאמאל. ווי זיי זאגן וועט דאס העלפן ארבעטן בעסער מיט ווייניגער סטרעס און א קלארערע קאפ.
-

דער הייליגער בעל התניא האט געהאט א חסיד ר' בנציון וואס האט געהאנדלט מיט פארקויפן העלצער. אין די פינאנץ ביכער פון זיין ביזנעס פלעגט ער אויסרעכענען אלע פארדינסטן און פארלוסטן שורה ביי שורה, אבער אנשטאט אריינשרייבן ביים לעצטן שורה פון די חשבונות א סך הכל פון געלט, פלעגט ער אייביג שרייבן דריי ווערטער: אין עוד מלבדו!

ווען מ'ליינט און באריכט נייעס טאג-טעגליך, ווערט מען אמאל פארשלעפט פון די פראסטע בליק מיט וואס די אלגעמיינער נישט-עם-הנבחר'דיגער מענטש קוקט עס אן. מ'קען פארשוועמט ווערן אין דעם געפיל אז ס'איז אין די הענט פון די פילאטן אדער לופטליניעס צו מאכן א געפארפולע טעות, אדער אז די רעגירונג אינסטאנצן זענען באאויפטראגט און ביכולת צו אפהאלטן און היטן פון אזעלכע געשעענישן.

ווען מ'שטייט א שפאן אוועק פונעם ליל האמונה, איז א געזונטע זאך - פארן גוף און פארן נפש - צו געבן א וויש אפ די גלעזער פאר א סעקונדע, און קוקן אין פנים אריין פאר'ן אמת - אן אמת וואס ס'קען נישט זיין אמת'ער פון דעם - אז די "סך הכל" באשטייט נישט פון קיין ענטגילטיגע פינאנציעלע ציפער, און אויך נישט פון קיין זאמלונג פון נייעס. נאר די ריכטיגע סך הכל איז: אין עוד מלבדו!

א כשר'ן לעכטיגן פסח פאר אלע ליינער און פאר גאנץ כלל ישראל!
לעצט פארראכטן דורך רוממה אום מאנטאג אפריל 22, 2024 12:49 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

@רוממה just wow !
מורא'דיג קלאר שכח !!
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”