נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:17 am
באואינג האט פארלוירן א קאנטראקט מיט די דעפענס דעפארטמענטאהערצושטעלן א נייע א.ג. "דומסדעי" פליגער פאר די אמעריקאנע עירפארס.
די "דומסדעי" פליגער איז א צונאמען פאר איינע פון די פליגערס אינערהאלב א גרופע עראפלאנען וואס זענען דעזיגנירט אלס די National Emergency Airborne Command Post, דאס איז א פלאטע וואס דארף צו קענען סערווירן די הויפט פירער פון לאנד אין פאל פון א ערנסטע עמערדזשענסי, אריינגערעכנט א נוקלעארע אטאקע.
די פליגער זעהט אויס ענליך צו "עיר פארס וואן", אבער האט א איקאנישע שווארצע הויקער ע"ג הויקער, וואס איז אייגנטליך א מאכטפולע סאטעלייט אויפכאפער.
די יעצטיגע דומסדעי פליגער איז א איבערגעמאכטע באואינג 747 און איז אהערגעשטעלט געווארן אין 1974 דורך באואינג, אבער יעצט ווען די גאווערמענט דארף א ריפלעיסמענט, האבן זיי געמאכט פלאץ פאר א צווייטע קאמפאני גערופן Sierra Nevada Corporation צו אהערשטעלן דעם פליגער מיט א פרייז-טעג פון 13 ביליאן דאללער.
די סיבה פארוואס באואינג האט אפגעטראטן איז, ווייל זיי האלטן יעצט אינמיטן דערלייגן שווערע געלטער אויף א קאנטראקט פאר א נייע "עיר פארס וואן" וואס איז שוין לאאאאאאאנג איבערגלאפן דעם באדזשעט, און די קאנטראקט איז געווען "פיקסד", דהיינו אז באואינג דארף איינזאפן די פארלוסט פאר זיך. במילא ווילן זיי נישט אננעמען נאך א פיקסד קאנטראקט מיט די DoD.
למעשה איז אבער סיעררא נעוועדא נישט קיין עראפלאן מענופעקטשורער און זיי דארפן גיין קויפן א פליגער וואס זאל זיין גענוג גרויס צו דינען דעם צוועק וואס די עיר פארס דארף, סאו ס'קען זיין אז באואינג וועט דינען אלס א ווענדאר פאר זיי און זיין עטוואס פארמישט אין די דעוועלאפמענט, און דאדורך זיך אויך אנשמעקן אביסל פון די גרינע געווירצן וואס די DoD וועט אויסגיסן אויף דעם פראיעקט

סיעררא נעוואדע האט געשלאסן א דיעל מיט Korean Air אין וועלכע זיי וועלן אפקויפן 5 747ס פון די קאמפאני. זיי וועלן צאלן ארום $135 מיליאן א שטיקל.
מ'וויסט נישט פונקטליך וועלכע 5 פון די 9 747ס וואס קארעאן עיר האט, וועלן פארקויפט ווערן, אבער זייער עלסטע פון די סארט איז יונגער ווי 9 יאר.
מ'ערווארט אז איינער פון די 5 פליגער וועלן גענוצט ווערן פאר די דומסדעי פראיעקט.
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

אייבעריע אנטדעקט וואו זיי וועלן לייגן זייערע A321XLR ערשט
זיי קומען אהער חברה...

ווי געמאלדן , איז די ספאנישע Iberia געווינען די סטאטוס אלס די ערשטע עירליין וואס וועלן פליען מיט די לאנג-ארויסגעקוקטע A321XLR פליגערס.
די עירליין האט נעכטן געמאלדן, אז זייערע ערשטע רוטס ארויס פון שפאניע וועלן זיין וואשינגטאן די. סי. און באסטאן. ווי זאגט טראמפ, אמעריקע פוירסט!!
זיי האבן נישט אנגעגעבן קיין דאטום פאר די launch, אבער מ'גלייבט עס נישט צו זעהן איידער מיר הייבן אן זאגן משיב הרוח מוריד הגשם.
די FAA האט נאך זארגן איבער די fuel tank פון דעם נייעם וועריאנט, וויבאלד די עיקר אויפטוה פון די מאדעל איז די צוגעלייגטע טאנק ביים עק פונעם פליגער, און די FAA איז באזארגט אז ס'קומט נישט נאך די פייער סעיפטי רעגולאציעס פון די אנדערע 321 וועריאנטן.
די וועלט זאגט אז מ'טוט גארנישט אויף מיטן זיך זארגן, אבער סאמהאו קענען "זארגן" פון די FAA יא אויפטוהן, אדער בעסער געזאגט אפטוהן, א דילעי פון סערוויס-ענטרי...
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

פאר די אינצידענטן ליבהאבער

- לופטהאנזא 747 אויפן וועג קיין שיקאגא, האט זיך צוריקגעקערט קיין דייטשלאנד נאכן רייזן א שעה און אהאלב צוליב א עלעקטריק שמעק אין די קאבינע
- דעלטא 757 פון מילוואקי, האט געהאט אן אלערט אז עפעס טויג נישט מיט די "לענדינג גיער" איידערן לאנדן אין אטלאנטע, נאכן צירקלען א שעה אין די לופטן האבן די פילאטן עס געברענגט נידריג צו די ערד (לאו אפפראוטש), וואו טעכניקער האבן באשטעטיגט למראית עינם אז אלעס זעהט אויס בסדר, און די פליגער האט געלאנדעט בשלום.
- שרעקעדיגע מאמענטן פאר פאסאדזשירן אויף אן עיר פרענס 777 פון לאס אנדזשעלעס קיין פאריז, 4 שעה אריין אין די רייזע האבן זיך אלע לעקטערס אין די קאבינע אויסגעלאשן! די טונקעלע פליגער האט זיך פארקירעוועט קיין מאנטריאל @וויי. יו. על. (YUL) . די פאסאדזשירן זענען סטאק געבליבן דארט און רופן אומגעדולדיג קול מבשר צו הערן אויב קאן עדיסאן וועט צוריקשטעלן עלעקטריק...
- א יונייטעד 737-8 פון יאפאן צום גואם טעריטאריע, האט זיך צוריקגעקערט 40 מינוט נאכן זיך הייבן צוליב א "פלעפס" אישו
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

דער באשעפער האט דיר געשאנקען א מתנה פון מליצות לטובת הציבור, און דו ערפולסט דערמיט דיין פליכט בנאמנות...
אזוינע זאפטיגע אויסדרוקן... אבער דאך נעמט עס נישט אוועק פון די תוכן און פאקטישע נייעס...
כה לחי!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4286
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

רוממה האט געשריבן: מוצ"ש מאי 11, 2024 10:23 pm
פאר די אינצידענטן ליבהאבער

- לופטהאנזא 747 אויפן וועג קיין שיקאגא, האט זיך צוריקגעקערט קיין דייטשלאנד נאכן רייזן א שעה און אהאלב צוליב א עלעקטריק שמעק אין די קאבינע
- דעלטא 757 פון מילוואקי, האט געהאט אן אלערט אז עפעס טויג נישט מיט די "לענדינג גיער" איידערן לאנדן אין אטלאנטע, נאכן צירקלען א שעה אין די לופטן האבן די פילאטן עס געברענגט נידריג צו די ערד (לאו אפפראוטש), וואו טעכניקער האבן באשטעטיגט למראית עינם אז אלעס זעהט אויס בסדר, און די פליגער האט געלאנדעט בשלום.
- שרעקעדיגע מאמענטן פאר פאסאדזשירן אויף אן עיר פרענס 777 פון לאס אנדזשעלעס קיין פאריז, 4 שעה אריין אין די רייזע האבן זיך אלע לעקטערס אין די קאבינע אויסגעלאשן! די טונקעלע פליגער האט זיך פארקירעוועט קיין מאנטריאל @וויי. יו. על. (YUL). די פאסאדזשירן זענען סטאק געבליבן דארט און רופן אומגעדולדיג קול מבשר צו הערן אויב קאן עדיסאן וועט צוריקשטעלן עלעקטריק...
- א יונייטעד 737-8 פון יאפאן צום גואם טעריטאריע, האט זיך צוריקגעקערט 40 מינוט נאכן זיך הייבן צוליב א "פלעפס" אישו
אלעס דא איז באואינג פליגערס…
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

שלמה מולכו האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:58 am
רוממה האט געשריבן: מוצ"ש מאי 11, 2024 10:23 pm
פאר די אינצידענטן ליבהאבער

- לופטהאנזא 747 אויפן וועג קיין שיקאגא, האט זיך צוריקגעקערט קיין דייטשלאנד נאכן רייזן א שעה און אהאלב צוליב א עלעקטריק שמעק אין די קאבינע
- דעלטא 757 פון מילוואקי, האט געהאט אן אלערט אז עפעס טויג נישט מיט די "לענדינג גיער" איידערן לאנדן אין אטלאנטע, נאכן צירקלען א שעה אין די לופטן האבן די פילאטן עס געברענגט נידריג צו די ערד (לאו אפפראוטש), וואו טעכניקער האבן באשטעטיגט למראית עינם אז אלעס זעהט אויס בסדר, און די פליגער האט געלאנדעט בשלום.
- שרעקעדיגע מאמענטן פאר פאסאדזשירן אויף אן עיר פרענס 777 פון לאס אנדזשעלעס קיין פאריז, 4 שעה אריין אין די רייזע האבן זיך אלע לעקטערס אין די קאבינע אויסגעלאשן! די טונקעלע פליגער האט זיך פארקירעוועט קיין מאנטריאל @וויי. יו. על. (YUL). די פאסאדזשירן זענען סטאק געבליבן דארט און רופן אומגעדולדיג קול מבשר צו הערן אויב קאן עדיסאן וועט צוריקשטעלן עלעקטריק...
- א יונייטעד 737-8 פון יאפאן צום גואם טעריטאריע, האט זיך צוריקגעקערט 40 מינוט נאכן זיך הייבן צוליב א "פלעפס" אישו
אלעס דא איז באואינג פליגערס…
די עירבאס אינצידענטן ווערן נישט אזוי ערליך באריכטעט ווייל ס'פיט נישט די אגענדע יעצט...
ס'דא פלענטי פון עירבאס אויך https://avherald.com/
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

איך נעם א שטיקל ברעיק פון אייוועלט כדי נאכצויאגן א ביזנעס פראיעקט, ס'קען זיין אז ס'וועט שוין זיין פערטיג דעם דאנערשטאג (אין וועלכס-פאל איך וואלט נישט געמאכט קיין אפיציעלע מעלדונג דערוועגן) , אבער ס'קען מעגליך אנהאלטן ביז שבועות הבעל"ט.
תגובה 200 וועט בעז"ה זיין פליגעלעך #3, דהיינו חלק ג' און ענדע פון באואינג'ס דורכפאל אפהאנדלונג.
צום ווידערזעהן!
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

דער אייבירשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלעס וואס דו טוסט, און זאלסט קענען זיין דא צוריק נאך דעם דאנערשטאג (אדער נאך פריער...) מיט אסאך רווחים צו דער זייט!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

רוממה האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 4:53 am
איך נעם א שטיקל ברעיק פון אייוועלט כדי נאכצויאגן א ביזנעס פראיעקט, ס'קען זיין אז ס'וועט שוין זיין פערטיג דעם דאנערשטאג (אין וועלכס-פאל איך וואלט נישט געמאכט קיין אפיציעלע מעלדונג דערוועגן) , אבער ס'קען מעגליך אנהאלטן ביז שבועות הבעל"ט.
תגובה 200 וועט בעז"ה זיין פליגעלעך #3, דהיינו חלק ג' און ענדע פון באואינג'ס דורכפאל אפהאנדלונג.
צום ווידערזעהן!
פרייליך צו הערן .

דער באשעפער זאל דיר באשערן שפע רב אין דיין איצטיגן פראיעקט און אלעמאל.
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2841
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

רוממה האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 4:53 am
איך נעם א שטיקל ברעיק פון אייוועלט כדי נאכצויאגן א ביזנעס פראיעקט, ס'קען זיין אז ס'וועט שוין זיין פערטיג דעם דאנערשטאג (אין וועלכס-פאל איך וואלט נישט געמאכט קיין אפיציעלע מעלדונג דערוועגן) , אבער ס'קען מעגליך אנהאלטן ביז שבועות הבעל"ט.
תגובה 200 וועט בעז"ה זיין פליגעלעך #3, דהיינו חלק ג' און ענדע פון באואינג'ס דורכפאל אפהאנדלונג.
צום ווידערזעהן!
Wow

#ממנו ילמדו

שטייט דא איינער וואס איז גארנישט שילדיג פאר קיינעם אבער פארשטייט אז ער איז פאפולער און די עולם קוקט ארויס אויף זיינע באריכטן, אנאליזן און נאך,
אזוי אויך דארף נישט אפגעבן קיין דין וחשבון פארוואס ער גייט נישט קענען באריכטן פאר א שטיק צייט

און אעפ״כ איז ער מודיע פארן ציבור וויסן זאל עטס אז איך גיי נישט קענען באריכטן און מ׳זאל וויסן דערפון און נישט נערווירן וואס קילט אפ אסאך ווי שוין געוויזן און די פארגאנגענהייט ווי גאר שטארקע פאwערפולע ניקס האבן זיך אפגעשאקלט פונעם וועלטל צוליב אזעלכע סיבות

איך האף אז @Auto Pilot @nodeJS @Yiddish Travel וכו׳ וועלן כאטש עפעס סובסיטוטען און די צייט עט לעיסט מיט גרעסערע און אינטערעסאנטערע נייעסלעך.

@רוממה האסט געטוהן זייער א גוטע זאך און זיך פארשפארט אסאך קאפוויי טענקס פאר יאר ריפארטינג אלל דע טיים און זאלסט האבן אסאך הצלחה און וואס די טוסט!

@אבימלך וואס זאגסטו צו דעס וואס @רוממה האט געטוהן?
אפשר טוסטו עס אויך און די פיוטשער אן אריינגיין און קיין דיטעילס, די עולם וועט וויסן מ׳וועט נישט זיין נערוועז און נישט קריכן אויפן נערוון, ניין?
לעצט פארראכטן דורך בוק קיפפער אום זונטאג מאי 12, 2024 8:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 10016
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

בוק קיפפער האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 2:22 pm
רוממה האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 4:53 am
איך נעם א שטיקל ברעיק פון אייוועלט כדי נאכצויאגן א ביזנעס פראיעקט, ס'קען זיין אז ס'וועט שוין זיין פערטיג דעם דאנערשטאג (אין וועלכס-פאל איך וואלט נישט געמאכט קיין אפיציעלע מעלדונג דערוועגן) , אבער ס'קען מעגליך אנהאלטן ביז שבועות הבעל"ט.
תגובה 200 וועט בעז"ה זיין פליגעלעך #3, דהיינו חלק ג' און ענדע פון באואינג'ס דורכפאל אפהאנדלונג.
צום ווידערזעהן!
Wow

#ממנו ילמדו

שטייט דא איינער וואס איז גארנישט שילדיג פאר קיינעם אבער פארשטייט אז ער איז פאפולער און די עולם קוקט ארויס אויף זיינע באריכטן, אנאליזן און נאך,
אזוי אויך דארף נישט אפגעבן קיין דין וחשבון פארוואס ער גייט נישט קענען באריכטן פאר א שטיק צייט

און אעפ״כ איז ער מודיע פארן ציבור וויסן זאל עטס אז איך גיי נישט קענען באריכטן און מ׳זאל וויסן דערפון און נישט נערווירן וואס קילט אפ אסאך ווי שוין געוויזן און די פארגאנגענהייט ווי גאר שטארקע פאwערפולע ניקס האבן זיך אפגעשאקלט פונעם וועלטל צוליב אזעלכע סיבות

איך האף אז @Auto Pilot @nodeJS וכו׳ וועלן כאטש עפעס סובסיטוטען און די צייט עט לעיסט מיט גרעסערע און אינטערעסאנטערע נייעסלעך.

@רוממה האסט געטוהן זייער א גוטע זאך און זיך פארשפארט אסאך קאפוויי טענקס פאר יאר ריפארטינג אלל דע טיים און זאלסט האבן אסאך הצלחה און וואס די טוסט!

@אבימלך וואס זאגסטו צו דעס וואס @רוממה האט געטוהן?
אפשר טוסטו עס אויך און די פיוטשער אן אריינגיין און קיין דיטעילס, די עולם וועט וויסן מ׳וועט נישט זיין נערוועז און נישט קריכן אויפן נערוון, ניין?
👍🏻
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא

לגבי דיין צווייטן פאראגראף - איז עס נאך געווען בעפאר די "לייק" צייטן - וואס בלי ספק איז "דאס" כהיום די גאזאלין פארן שרייבער. און סמאכט א געוויסע קשר צווישן דעם שרייבער און ליינער. כל הכבוד פארן אוויאציע קארעספאדאנט פארן קאמיוניקירן מיטן עולם
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

צהלתו בפניו האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 12:34 am
דער באשעפער האט דיר געשאנקען א מתנה פון מליצות לטובת הציבור, און דו ערפולסט דערמיט דיין פליכט בנאמנות...
אזוינע זאפטיגע אויסדרוקן... אבער דאך נעמט עס נישט אוועק פון די תוכן און פאקטישע נייעס...
כה לחי!
ליבי ובשרי האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:55 pm
@רוממה דיינע מליצות ווערן נאר בעסער....
ככולכם ועוד לקרא, דער איז דאך א מייסטער שרייבער, מאמענט אדער די אנדערע אויסגאבעס וואלטן אים געדארפט כאפן מיט ביידע הענט!...

א חלק פון די מליצות וועלכע האט מיר געשאקלט פון בענקל:
רוממה האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:01 pm
נאך א א פארצויגענע פיר יאר פון די הסתרת פנים...
קענען פילאטן און פלייט אטענדענטס שוין ענדליך זיין א מגלה פנים כהלכה און זיך באווייזן דאס פנים אין זייער ארבעטס ארט...
רוממה האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:38 pm
ס'איז נישט דא קיין אפיציעלע באריכטן איבער ווי לאנג ס'האט געדויערט די המוציא פליגער מן הארץ
רוממה האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:26 pm

א A321 פלי-געצייג האט ווארשיינליך נישט באמערקט די שטרענגע No Smoking סיינס אויפגעהאנגען איבעראל... די פאסאזשירן זענען דערשראקן געווארן ביים באמערקן די חרון אף פונעם פליגער וואס האט מקיים געווען דעם עלה עשן באפו
רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:49 pm
בנוסף לזה, האט Pujols א ספעציעלע קלאגע פון א "באלק" קעש שמוגלעריי צוליב דעם וואס אין 2019 האט מען געטראפן ביי איר אין טאשקע 60 אלפים קעש אויף איין מאל, (ס'האט נישט געהאלפן קיין געשרייען אז זי האט געוואונען די קרן חתנים ראפעל)

אונטערשטע שורה:
אלטער האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:54 pm
איך גיי ציקאש פאר די באריכטן!
ממש אזוי!!!
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

@רב אויערבאך איר האט נאר געליינט די לעצטערע בלעטער...!!!
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:A380

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

שאקינג!!! אמעריקען עירליינס אנטיסעמיטיזים!!!
דענס דיעלס האט ריפארטעט דינסטאג איבער א שרעקליכע אנטיסעמיטישע פארברעכן וואס עס איז פארגעקומען אויף אמעריקען עירליינס פלייט 4447 זונטאג פאריגע וואך, די מעשה איז אזוי:
ראובן שיינערמאן א 17 יעריגער בחור פון קליוולאנד לערנט אין א ישיבה אין הארטפארד קאנעטיקעט, נאך פסח האט ער געוואלט צוריקפארן אין ישיבה אזויווי עס איז נישט דא קיין דירעקט פלייטס קיין הארטפארד האט אים זיין טאטע געבוקט אויף אן אמעריקען פלייט מיט א סטאפ אין וואשינגטאן הבירה ער איז ענדליך דורך די לאנגע סעקיורטי ליינס מינוטן פאר בארדינג איז געווען געענדיגט און ב"ה געמאכט די פלייט און זיך אראפ געזעצט ביי זיין פענסטער סיעט 23A ביי די עק פון די פלעין, עס איז נישט דורך אפאר מינוט… א פלייט אדענטענט קומט צו אים, גיבט אים א קלאפ אויפן אקסל (זיי ווייסן נישט וויאזוי צו רופן איינעם ביים נאמען) זאגט אים נעם דיינע זאכן און קום… ער איז אן א ווארט אראפ פון די עראפלאן ווען ער איז שוין געווען צוריק ביים געיט האט אים די אגענט געזאגט ער זאל צו ווארטן, די אגענט האט צוגעשפארט די טיר און אפגעשיקט די עראפלאן הויעך הויעך, און דאן האט זיך רובי דערוואגט צופרעגן וואס זיין חטא איז געווען? די אגענט האט אים גענטפערט ווי מיין כיתה ג' רבי "דו ווייסט וואס דו האסט געטוהן ראנג" אבער רובי האט נישט געהאט קיין אהנוג…
אינצווישן:
יהודא ראפפמאן 21 יאר אלט פון אן אנדערע געגנט אין קליוולאנד איז געווען געבוקט צו פליען צוריק צו זיין ישיבה אין פאר ראקעוועי אויף אמעריקען עירליינס פלייט 4305 צו JFK אבער א דאנק די לאנגע סעקיורטי ליינס האט ער נישט באוויזן צו מאכן זיין פלייט, און ער איז געווארן ריבוקט אויף פלייט 4447 די זעלבע פלייט ווי רובי, יהודא האט געזעהן די עראפלאן אן עמבעראר E175 און ער האט באמערקט א דענט ביי די וויידל פון די פלעין, ער האט זיך דערשראקן צוליב די אלע מעשיות וואס מען הערט לעצטענס, האט ער שנעל געקאלט זיין מאמע צו דיסקאסן די דענט זיין מאמע איז אויך געווארן דערשראקן און אים געזאגט צו קאנטעקטן די פלייט אדענטענטס, ווען ער האט געבארד איז זיין ערשטע זאך געווען צו לאזן וויסן פאר די פלייט אדענטענט אבער זי האט אים פשוט איגנארירט איז ער זיך געגאנגען אראפזעצן אויף זיין פלאץ 10D, למעשה האט אים זיין פחד אנגעהויבן נאגן און ווען ער האט געזעהן די פילאט רעדן מיט די געיט עידזשענט איז ער שנעל צוגעלאפן ווייזן פארן פילאט זיין דענט, די פילאט האט אים אויך נישט גענטפערט נאר געזאגט זעץ דיך אראפ, זיין פחד איז געווען אזוי שטארק אז ער האט נאכאמאל געפרעגט "הער פילאט דו זעהסט די דענט?" אויף וואס די פילאט האט אים געענטפערט דו זעהסט דיין סיעט? יהודא איז זיך געגאנגען אראפ זעצן אויף זיין פלאץ אבער 5 מינוט שפעטער איז די פלייט אדענטענט צוגעקומען און געזאגט פאר יהודא "נעם דיינע זאכן און גיי אראפ פון די פלעין" יהודא האט געפאלגט, גלייך נאכדעם איז די פלייט אדענטענט צו געגאנגען צו רובי 13 שורות אראפציער און אים אויך געהייסן אראפגיין! זיי צוויי זענען געווען די איינציגסטע צו זיין אנגעטוהן ווי ליטווישע ישיבה בחורים דארטן אויפן עראפלאן, צוריק ביים געיט האט זיך רובי און יהודא זיך געטראפן צום ערשטן מאל, אנהייב האט מען זיי ביידע געסטראשעט אז זיי וועלן ווערן געבלעקליסטעט אבער שפעטער האט מען זיי געלאזט ריבוקן אויפן נעקסטן טאג, אבער קיין עקספלענעישאן האט מען זיי נישט געגעבן פארן אראפנעמען פון פליגער, יהודא האט מער נישט געוואלט פארן מיט אמעריקן האט ער באשלאסן צו דינגען א קאר און אראפ דרייוון די גאנצע וועג צו זיין ישיבה, ער האט געאפערט פאר רובי אים אפצוטראגן צו זיין ישיבה אין קאנעטיקעט וואס רובי און זיינע עלטערן האבן אנגענומען, און אזוי האבן זיי געטוהן…

פארזעצונג קומט אי"ה
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:A380

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

די E175 ווי מען קען זעהן די "דענט"...
יעדע E175 האט אזא דענט, די בעסטע זאך וואס די פלייט אדענטענט וואלט געקענט טוהן איז פשוט אים זאגן אז עס קומט אזוי... אבער איינער וואס האט נישט קיין מויל איז פרעפערד ביי אמעריקען עירליינס פאר א דזשאב...
אטעטשמענטס
9411909032_ab77aa6cc6_k-1068x712.jpg
9411909032_ab77aa6cc6_k-1068x712.jpg (64.71 KiB) געזען 1514 מאל
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

Borrower האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 5:20 pm
@רב אויערבאך איר האט נאר געליינט די לעצטערע בלעטער...!!!
חס ושלום... יעדע פאר בלעטער מאך איך נאך א סך הכל פון זיינע זיסע אויסדרוקן.
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2841
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

יישר כח @Yiddish Travel פארן איבערנעמען די לייצעס און האלטן די עולם דא אינפארמירט
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:A380

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

עס האט זיך אנגעהויבן א שטורעם איבער די האנדלונג פון אמעריקען עירליינס:
  • פארן אראפווארפן יהודא, וואס דאס פארענטפערט מען אז עס איז פשוט נאך א שלימזלדיגע מאוו פון די סטעף
  • פארן אראפ ווארפן רובי וואס האט נישט געהאט קיין שום שייכות צו יהודא חוץ אז ער איז אויך געווען א איד
  • פארן נישט איינמעלדן פאר רובי'ס עלטערן אז רובי 17 יאר אלט איז געווארן אראפגעווארפן פון פליגער

דענס דיעלס מיט פארשידענע אנדערע טרעוול בלאגס (ווי אויך @Yiddish Travel ) האבן אנגעפרעגט ביי אמעריקען עירליינס וואס זייער זייט פון די מעשה איז אבער ווי עס האלט יעצט זונטאג נאכט האבן זיי נאך נישט רעספאנדעט! די גאנצע מעינסטריעם מידיא איז שטיל ווי אויך אונזער היימישע מידיא ווי ווייט איך ווייס...
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע:אין בעט

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

Yiddish Travel האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 8:31 pm
די E175 ווי מען קען זעהן די "דענט"...
יעדע E175 האט אזא דענט, די בעסטע זאך וואס די פלייט אדענטענט וואלט געקענט טוהן איז פשוט אים זאגן אז עס קומט אזוי... אבער איינער וואס האט נישט קיין מויל איז פרעפערד ביי אמעריקען עירליינס פאר א דזשאב...
יא יא, איך האב מיר אויך אמאל דערשראקן פון די דענט.
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:A380

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

קול מבשר האט גערעדט דערפון?
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4433
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

Yiddish Travel האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 9:42 pm
עס האט זיך אנגעהויבן א שטורעם איבער די האנדלונג פון אמעריקען עירליינס:

די גאנצע מעינסטריעם מידיא איז שטיל ווי אויך אונזער היימישע מידיא ווי ווייט איך ווייס...
היבש א שטילע שטורעם דעיס...
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

שארן בארן האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 10:22 pm
Yiddish Travel האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 9:42 pm
עס האט זיך אנגעהויבן א שטורעם איבער די האנדלונג פון אמעריקען עירליינס:

די גאנצע מעינסטריעם מידיא איז שטיל ווי אויך אונזער היימישע מידיא ווי ווייט איך ווייס...
היבש א שטילע שטורעם דעיס...
ער מיינט אויף דענס דיעלס און אפשר סאושל מידיע, זיי האבן אנגעדרייט די גאנצע זאך ביי די לופטהאנזא קאויד סקאנדאל, מאך נישט אוועק.
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

כ'פארשטיי נישט איין זאך, צו וואס פעלט אויס א שטורעם אין די מידיע, אויב איז די מעשה אמת אזויווי עס ווערט פארציילט קען די משפחה נעמען א לויער אויף פראצענט און מאכן אפאר מיליאן, דאס וועט זיי אנלערנען די ביינער סאך מער ווי מידיע
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32846
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מאטל שניידער האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 9:38 am
כ'פארשטיי נישט איין זאך, צו וואס פעלט אויס א שטורעם אין די מידיע, אויב איז די מעשה אמת אזויווי עס ווערט פארציילט קען די משפחה נעמען א לויער אויף פראצענט און מאכן אפאר מיליאן, דאס וועט זיי אנלערנען די ביינער סאך מער ווי מידיע
דאס איז נישט וויאזוי עס ארבעט.

אויב עס איז דא א שטורעם אין די מידיע "דאן" קען א לויער באקומען אפאר מיליאן... אדערווייז האבן די עירליינס קארפרעיט לויערס אסאך מער צייט און געלט צו מאכן זיכער אז דער קעיס גייט אינערגעץ.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”