נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 10:28 am
-[/color]

ווען מ'שטייט א שפאן אוועק פונעם ליל האמונה, איז א געזונטע זאך - פארן גוף און פארן נפש - צו געבן א וויש אפ די גלעזער פאר א סעקונדע, און קוקן אין פנים אריין פאר'ן אמת - אן אמת וואס ס'קען נישט זיין אמת'ער פון דעם - אז די "סך הכל" באשטייט נישט פון קיין ענטגילטיגע פינאנציעלע ציפער, און אויך נישט פון קיין זאמלונג פון נייעס. נאר די ריכטיגע סך הכל איז: אין עוד מלבדו!

א כשר'ן לעכטיגן פסח פאר אלע ליינער און פאר גאנץ כלל ישראל!
א משפיע ווי גיט קען זיין ...
יישר כח און א חג כשר ושמח
בשם אלע מיטרייזנדע פארן גע'ערעטן אייוועלט אוויאציע קארעספאדאנט @רוממה
א פרייליך אידל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2016 10:47 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פרייליך אידל »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 2:24 am
הונדערטער לעבנס נאנט צו געפאר דורך קאנטראלער טעות
פינפאכיגע געפאר: פיר פליגער אויף א ראנוועי וואו אן אנדערע פליגער גרייט זיך צו הייבן

די האר-אויפשטעלנדע אינצידענט האט זיך אויסגעקאכט פאריגן מיטוואך אינעם נישט ווייטן JFK, ווען א סוויס פליגער איז געשטאנען גרייט זיך צו הייבן פון ראנוועי 17. אבער הארט איידער ער האט באקומען ערלויבעניש פאר takeoff, האט די קאנטראלער געגעבן Clearance פאר א דעלטא פליגער צו אריבעשפרייזן דעם זעלביגן ראנוועי.
צוויי פליגערס אויף intersecting חלקים פונעם ראנוועי איז שוין גענוג שרעקעדיג, אבער אין אונזער פאל האט די קאנטראלער געגעבן תיכף דערויף די גרינע ליכט פאר נאך דריי באזונדערע עראפלאנען צו קראסן ראנוועי 17, איטליכער ביי אן אנדערן פונקט אויפן ראנוועי! שטעלנדיג אין געפאר 5 לופטפלאנען אנגעפילט מיט פאסאדזשירן!
די סוויס פלייט האט שוין אנגעהויבן שטאטליך זיך צו רירן אין ריכטונג פון א טעיקאף פון די פארנומענע ראנוועי, אבער ווען דער פילאט האט באמערקט אז ער דארף זיך צוטיילן דעם באדן מיט נאך פיר יורשים, האט ער נישט געוואלט זיין א הול"ך ע"ל ארב"ע און אפווישן א סטאדע פון מענטשן כלאחר יד. האט ער מיט א שווייצע קאלטקייט געמאלדן פאר די קאנטראלערס "רידזשעקטינג טעיקאפף, טרעפיק אויף די ראנוועי"
עווענטועל זענען אלע פליגער געפארן ווייטער לויט זייער סקעדזשועל, און א ברייטע שטרענגע אויספארשונג איז אונטערגענומען געווארן
סאיז נישט דא קיין ראנוועי 17 אין JFK לכאורה געווען אדער ביי 22R אדער 4L
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

א פרייליך אידל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 1:32 pm

גערעכט
פארמישט מיט די סוויס פלייט נאמבער 17
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע:אין בעט

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

@רוממה נישטא קיין ווערטער!!
קיפ איט אפ!!
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

א גוט יאר, א געזונטן זומער פאר גאנץ כלל ישראל!
מיר האפן אז אלע אידן האבן הנאה געהאט פונעם יום טוב און זיך אנגעשעפט מיט השפעות טובות פארן גאנצן יאר!
לאמיר זעהן וואס ס'איז זיך אלס צאמגעפלויגן אין די צייט וואס מיר האבן זיך באשעפטיגט בבל תאכל ובקום אכול.
פארשטייט זיך, נישט פארגעסן צו לייקן יעדע באריכט עקסטער צו געבן מוט אויף ווייטער.
ליינט און האט הנאה!
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

ספעציעלע A380 רוט פון Etihad קומט צוריק קיין ניו יארק
נאכן זיין סוספענדירט מער ווי דריי יאר זייט קאוויד

די Etihad לופטליניע האט געמאלדן אז זיי וועלן צוריק באנייען די טעגליכע רוט צווישן ניו יארק און אבו דהאבי מיט די ריזיגע A380 פליגער.
די עירליין האט אין קאוויד סוספענדירט אלע פלייטס מיט די "סופער" דזשעט , און געפלאנט עס צו לאזן אזוי פערמענאנט. למעשה האבן זיי זיך בארעכנט, און שוין יא צוריק אנגעהויבן מיט פלייטס צווישן היטראו און אבו דהאבי אויף די מאדעל, און נעקסט איז ניו יארק אויף די רייע ווען די טעגליכע רוט איז צוריק געהעריג ווי אין די אלטע אומוואקסינירטע צייטן.
די Etihad עי-טרי-עיטי איז ספעציעל בארימט מיט די וועלטס בעסטע "פוירסט קלעס" וואס באשטייט פון דריי עקסטערע צימערן צוגעשטעלט פארן טיקעט קויפער.

איינע פון די דריי צימערן וואס זענען א טייל פון די רעזידענס
room.jpg
room.jpg (162.68 KiB) געזען 1975 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

טאילאנד'ס הויפט עירליין זאגט געזעגנט זיך פון לעצטן 747
זייערע 747ס זענען שוין נישט געפלויגן זייט קאוויד

א צווייטע עירליין וואס ברענגט "נישט" צוריק זייערע ריזן נאך די פאנדעמיק איז Thai Airways וואס פלעגן האבן א פלאטע פון 18 באואינג 747ס און פאריגע וואך האבן זיי אפיציעל געוואונטשן ביי-ביי פאר די לעצטע פון די סארט.
אויסער די ווערדלאזע ריזן, האט די עירליין נאך א רייע פינאנציעלע שוועריקייטן זייט קאוויד, און איז אין א "ריסטראקטשערינג" פאזע די לעצטע פאר יאר.
די 747 פליגערס זענען א גרויסע טייל פון די פארמעגנס וואס זיי פארקויפן, געוויסע האבן זיי פארקויפט פאר פראכט-טרעגער אנדערע פון די מאדעל זענען געווארן צושמעטערט און פארקויפט די פארטס און איינס איז אפילו פארוואנדלט געווארן פאר אן אייגנטארטיגע קאווע הויז אין א טאילאנדישע מוזעאום!

א 747 פון די עירליין
thai747.jpg
thai747.jpg (360.3 KiB) געזען 1931 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

אויסטארליענע עירליין סוספענדירט פלוצלינג אלע פלי רייזעס
די לאו-קאסט מאדעל האט ווארשיינליך נישט געארבעט אזוי פערפעקט

די רעדע איז פון די עירליין Bonza וואס האט זיך געגרינדעט אינמיטן די פאנדעמיק אלס א דאמעסטיק עירליין און בראזיל, און האט אויבנאויף געשיינט זיך צו פארשפרייטן אויף א גוטע געזונטע ראטע די לעצטע פאר יאר.
אבער נעכטן האבן זיי פלוצלינג געמאלדן די באלדיגע סוספענדאציע (אזוי זאגט מען עס?) פון אלע זייערע פלי רייזעס, מעלדנדיג קאסטומערס אז ס'וועט בלייבן אזוי ביז א פרישע מעלדונג וועט געמאלדן ווערן.
אומבאשטעטיגטע באריכטן צירקולירן אז די פארדינגער פון זייערע 737 מעקס פליגער האט צוריקגענומען די פליגערס צוליב אומבאצאלטע פעימענטס.
היינט מיטוואך ליינט זיך די ספעציעלע מעסעדזש אויף זייער וועבזייטל ווי פאלגנד:

Bonza has temporarily suspended services due to be operated between Tues 30 April, Wed 1 and Thur 2 May, as discussions are currently underway regarding the ongoing viability of the business. We apologise to our customers who are impacted by this and we’re working as quickly as possible to determine a way forward that ensures there is ongoing competition in the Australian domestic aviation market.

די גרויסע Qantas פון אויסטראליע האט געמאלדן פארברייטערטע סערוויסעס צו ערפילן דעם חלל

א פליגער פון די וואקלדיגע עירליין
bonza.jpg
bonza.jpg (233.54 KiB) געזען 1686 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
מקוה בעג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:13 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקוה בעג »

רוממה האט געשריבן:
[/b]07 time=1714583409 user_id=35236]
אויסטארליענע עירליין סוספענדירט פלוצלינג אלע פלי רייזעס
די לאו-קאסט מאדעל האט ווארשיינליך נישט געארבעט אזוי פערפעקט

די רעדע איז פון די עירליין Bonza וואס האט זיך געגרינדעט אינמיטן די פאנדעמיק אלס א דאמעסטיק עירליין און בראזיל, און האט אויבנאויף געשיינט זיך צו פארשפרייטן אויף א גוטע געזונטע ראטע די לעצטע פאר יאר.
אבער נעכטן האבן זיי פלוצלינג געמאלדן די באלדיגע סוספענדאציע (אזוי זאגט מען עס?)פון אלע זייערע פלי רייזעס, מעלדנדיג קאסטומערס אז ס'וועט בלייבן אזוי ביז א פרישע מעלדונג וועט געמאלדן ווערן.
אומבאשטעטיגטע באריכטן צירקולירן אז די פארדינגער פון זייערע 737 מעקס פליגער האט צוריקגענומען די פליגערס צוליב אומבאצאלטע פעימענטס.
היינט מיטוואך ליינט זיך די ספעציעלע מעסעדזש אויף זייער וועבזייטל ווי פאלגנד:

Bonza has temporarily suspended services due to be operated between Tues 30 April, Wed 1 and Thur 2 May, as discussions are currently underway regarding the ongoing viability of the business. We apologise to our customers who are impacted by this and we’re working as quickly as possible to determine a way forward that ensures there is ongoing competition in the Australian domestic aviation market.

די גרויסע Qantas פון אויסטראליע האט געמאלדן פארברייטערטע סערוויסעס צו ערפילן דעם חלל

א פליגער פון די וואקלדיגע עירליין
bonza.jpg
ניין

מען זאגט עס סוספענדירונג

זשאסט געוואלט זאגן א שכח פאר די פינגער-באלעקנדער, הארצקלאפ-אפשטעלנדער און ליפן-צושפרייטענדער באריכטן
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

רוממה האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 02, 2024 10:24 pm
פרידמאן פון לאנדאן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 11:05 am
א יונייטעד פליגער פון לאנדאן קיין ניו יארק EWR האט געמאכט אן עמערדזענסי לאנדונג אין מעין נאך א נישט אידישע פאסאנדשיר האצעך צולאזט

איבער א מנין אידן אויפן פליגער ווארטן איצטער אז מען זאל פארזעצן די רייזע
א ווארטזאגער פאר די עירליין זאגט אז די עמערדזענסי לאנדונג אין Bangor, Maine איז געקומען נאך א "לעוול 3" געפאר פון א פאסאדזשיר. אבער נישט געזאגט קיין סך דיטעילס.

ICAO האט אוועקגעשטעלט 4 לעוולס פאר unruly passengers.
1 - שרייט אדער אטאקירט מיטן מויל (verbal)
2 - פיזישע אטאקע קעגן ארומיגע (physical)
3 - שטעלט א לעבנס געפאר, למשל האט א וואפן אדער שטיקט איינעם (life threatening)
4 - פראבע אדער סוקסעספול אריינדרינגן אין די קאקפיט (breach)
א קאורט אין מעין האט פאריגע וואך ארויפגעלייגט א $20,000דיגע שטראף אויף דעם בריטישן מאן וואס האט פאראורזאכט די כאאס. דאס איז אויסער די פעדעראלע קעיס אין וועלכע ער האט געדינט א למפרע'דיגע "טיים סערווד" טורמע טערמין, און פארשיקט געווארן פון די פאראייניגטע שטאטן דורך די CBP
אין די פיילינג זעהט מען אז די גאנצע זאך האט זיך אנגעהויבן מיט א לאקאלע געפעכט, אבער ווען די הויפט סטוארד האט פראבירט צו מקיים זיין דעם הבאת שלום בין איש לאשתו, האט דער אויפגעצארנטער מאן פארהאלטן דעם קרו-מעמבער אין א ווינקל און געסטראשעט פאר פולקאמע כאאס אינעם גאנצן פליגער
דאס זאג איך אייביג, נישט אלס דארפן זיך די עסקנים אריינמישן...
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

טראנספארטאציע מיניסטער מעלדט נייע רעגולאציעס לטובת טרעוולערס
די נייע גיידליינס זענען איבער באהאלטענע טשארדזשעס, ריפאנדס און נאך

אין גאר גרויסע נייעס, האט די DOT געמאלדן פארגאנגענע וואך מיטוואך, א ליסטע מיט נייע איינפירונגען וואס זיי וועלן פארלאנגן פון עירליינס ווען ס'קומט צו באהאנדלען טראנזאקציעס צווישן עירליין און קאסטומערס. די נייע רולס בארירן צוויי הויפט פונקטן 1) דורכזיכטיגקייט אויף זייטיגע טשארדזשעס 2) ריפאנדס אויף פארשפעטיגטע און אפגערופענע פלייטס

1) טרענספערענסי אויף זייטיגע טשארדזשעס
די DOT פארלאנגט פון היינט און ווייטער אז לופטליניעס און טראוועל אגענטן דארפן ארויסשרייבן אויף א קלארע און פארשטענדליכע וועג אויב די טיקעט רעכנט אריין די קאסט צו קלויבן א סיעט, וועלכע luggage מ'איז ערלויבט מיטצונעמען, די קענסעלעישן פאליסי א.א.וו.
דאס אלעס דארף זיין ארויסגעשריבן אויף די זעלבע פעידזש וואס די טיקעט פרייז שטייט (נישט אין די סטעפ 2 פון די רעזערוועישן און נישט סתם א לינק צו א אנדערע פעידזש וואס האט די אינפאו), און וואס ס'איז נישט אריינגערעכנט דארף זיין ארויסגעשריבן.
ווי אויך טארן עירליינס נישט אדווערטייזן קיין פארפירערישע סעיל פרייזן וואס געבן א דיסקאונט נאר אויף א טייל פון די טיקעט פרייז. למשל, א עירליין האט געקענטאדווערטייזן א fifty-off סעיל, אבער אין די קליינע אותיות איז געשטאנען אז דאס איז נאר אויף די Base Rate אבער ס'קומט נאך צו א 100 דאללער'דיגע בוקינג פי וכדו'. לויט די נייע גיידליינס איז עס פארבאטן.
דאס איז בעיקר געצילט קעגן לאו-קאסט-קעריער עירליינס וואס האבן זיך אפטמאל באנוצט מיט די טאקטיקן צו ארויסדערווישן נאך א גרינעם דאללער פונעם ארימען כולל יונגערמאן וואס וויל זיך פשוט אריבערכאפן פאר ביליג איינצוקויפן אביסל מנוחת הנפש אין א ווארימע אינזל בלילי טבת הארוכות, און איז געפאלן א קרבן צו די ביליגע אדווערטייזטע פרייזן.

2) ריפאנדס
דאס איז די גרעסטע נייעס. נאך עטליכע יאר פון כאאטישע צומישענישן זייט קאוויד, ווען דילעיס און קענסעלעישנס זענען געווארן א טייל פון די נארם, און לופטליניעס האבן אליינס נישט געקענט באשליסן וואס זייער ריפאנד פאליסי איז, ברענגענדיג קאסטומערס צו קענען פארפאטשקענען שעה'ן ע"ג שעה'ן אויפצוקלערן דעם רעפ אין מאנילא אז ער ווארט פשוט צוריקצובאקומען זיינע עטליכע גרייצער פאר א אפגערופענע פלי-רייזע, רויבנדיג דערביי טייערע צייט וואס וואלט געקענט גענוצט ווערן צו הערן דרעזנער-שמעלצער, וכולי האי ואולי האט מען זיך צוריקגעזעהן מיט א האלבע ריפאנד אין פארעם פון א וואוטשער אויף א קומענדיגן פלייט מיט די עירליין (אויף וועמען מ'איז שוין אזוי ברוגז אז מ'האט שוין געשוואוירן אז מ'גייט מער מיט זיי קיינמאל נישט פליען).
מיט די נייע תקנות אין פלאץ, וועלן עירליינס און טראוועל אגענטן דארפן האבן א "אויטאמאטישע סיסטעם" צו ריפאנדן פאסאדזשירן וואס זענען אפעקטירט פון קענסעלעישנס און דילעיס, אזוי אז די קאסטומער זאל צוריקבאקומען זיין געלט אן דארפן אפילו אויספילן איין קלעים פארום אדער דורכגיין סיי וועלכע פראסעס פאר א ריפאנד!
די פארלאנג פון די DOT גייט נאך ווייטער מיט אוועקשטעלן קליפ און קלאר אז די ריפאנד דארף גיין אויף א גראדע 180 פון וואו ס'איז געקומען, ד.ה. אז די עירליין אדער טרעוול אגענטור דארף ריפאנדן די ארגינעלע מעטאד גענוצט ביים צאלן. קעש פאר קעש, קארטל פאר קארטל און מייל פאר מייל א.א.וו. דאס טוט דירעקט אדרעסירן די טאקטיק וואס עירליינס האבן גענוצט אז זיי האבן נאר געגעבן א ריפאנד אין פארעם פון א טרעוול קרעדיט וואוטשער צו פליען נאכאמאל מיט זיי, און געווענליך איז עס געקומען מיט א עקספייערעישן דעיט פון מאקסימום א יאר.
ווי אויך איז געשטעלט געווארן א טיימליין אז די געלט דארף זיין צוריק אויפן ארגינעלן קארטל אין 7 ביזנעס טעג פאר ק"ק פעימענטס, און 20 קאלאנדער טעג פאר אנדערע פעימענט מעטאדן.
באזונדער איז אויסגעשמועסט אין די נייע אינסטרוקציע-ליפלעט, אז די קאסטומער דארפן צוריקבאקומען "אלעס" וואס זיי האבן געצאלט, אריינגערעכנט פריפעיד פעקלעך, ווייפיי, עסן אויפן פליגער, סיעטס וכדו'. עד כדי כך אז די עירליין איז מחויב צו באצאלן אפילו טעקסעס און fees וואס זי האט געטשארדזשד פארן קאסטומער, אפגעזעהן אויב די עירליין זעלבסט קען עס צוריקבאקומען (למשל, א עקסטערע בוקינג פי פאר א פאון-אגענט, וואס די עירליין אליינס באצאלט פאר יענעם 3'ד פארטי אגענט פאר די פאון געשפרעך, אדער שטייערן וואס די גאווערמענט האט שוין איינגעמאנט און די קאמפאני קען עס נישט צוריקבאקומען)

די יעצטיגע סעקרעטאר פון די DOT איז דער געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט פיעט בוטיטשעדזש, ער האט פון אייביג אן פארשפראכן אז ער וועט ברענגען טוישונגען פאר קאנסומער רעכטן ביים פליען און ביי אנדערע טראנספארטאציע סעקטארס, און ער האט טאקע שוין געטוהן אסאך לויט זיינע מעגליכקייטן צו אדרעסירן פראבלעמען פון רייזנדע. אבער קריטיקירער ווייזן אן, אז רוב פון די גיידליינס האבן נישט קיין געהעריגע טיימליינס ווען ס'מוז אריינגיין אין אפעקט, ווי אויך איז עס נישט פון די סארט גיידליינס וואס די דעפארטמענט האט לעגאלע מאכט צו אינפארסירן דורך געלט-שטראפן וכדו', עפענענדיג א גרינגע פתח פאר לאביאיסטן אז די גאנצע פאמפע-דעראמפע זאל בלייבן נאר אויף די בוקס, און נישט גיין צו קיין ווייטערע געזעצליכע שטאפלן וואס זענען געהעריג בינדנד פאר די עירליינס עס נאכצוקומען.
די כלל ביי אזעלכע זאכן איז, אז א רעגולאציע אן א שטראף, איז נישט ווערד די סקרין אויף וואס ס'איז געטייפט געווארן, אויב וויל מען ס'זאל געשעהן דארף עס זיין געבינדן מיט עפעס קאנסעקווענצן אויב קומט מען עס נישט נאך. די פראבלעם איז אבער על פי רוב זענען טאקע די רעגולאציע שרייבערס נישט מער ווי טאקע דאס - רעגולאציע שרייבערס! אויב ווילן זיי עס נעמען צו די נעקסטע שטאפל, דארפן זיי באקומען ספעציעלע מאכט פון קאנגרעס פאר אינפארסירונג מיטלען, אדער אז ס'זאל ווערן א ביל אין די געזעצהייזער און דעמאלטס ליגט עס אויף די דזשאסטיס דעפארטמענט צו אינפארסירן.

אזוי צו אזוי, האמיר באריכטעט די גרויסע נייעס, לאמיר זעהן וואס וועט ווערן דערפון.

די DOT הויפטקוואטירן אין וואשינגטאן די. סי.
DOT3.jpg
DOT3.jpg (210.62 KiB) געזען 1339 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:A380

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

נאך זיבן יאר פון מעלדן אז אט אט גייט די לופטהאנזא ערעפלאנען באקומען נייע סיעטס און נייע טעכנאלאגיע האט די ערשטע לופטהאנזא פלייט אן A350-900 מיט די נייע אלעגריס סיעטס זיך געהויבן מיט צוויי שעה צוריק פון מינכען צו ווענקואווער!!!!
עס איז געפלויגן אן קיין פירסט קלעס מיט אפאר עקאנאמי סיעטס אראפ געלייגט ביי די ספעיס פון די פירסט קלעס, מיט א סיין אז פירסט קלעס האלט אינמיטן לאודן
אטעטשמענטס
Allegris.jpg
Allegris.jpg (372.49 KiB) געזען 1314 מאל
לעצט פארראכטן דורך Yiddish Travel אום דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:A380

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

סיין
אטעטשמענטס
FC sign.png
FC sign.png (281.59 KiB) געזען 1309 מאל
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:A380

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

אלעגריס באשטייט פון:
  • נייערע עקאנאמי סיעטס מיט נישט קיין גרויסע חידושים
  • פרימיום עקאנאמי מיט א הארטע שעל אז ווען מען ריקליינד זיך שטערט עס נישט די בעק שכן
  • ביזנעס קלעס מיט 7 דיפרענט סיעטס
    1) סוויטס
    2) עקסטערע ספעיס סיעט
    3) פענסטער
    4) לאנגע בעט
    5) סוויט מיט א בעססינעט
    6) דאבל סיעט
    7) רעגולער סיעט
  • פירסט קלעס: א פולע פארמאכטע סוויט
ביזנעס קלעס האט היעטעד און קאאלינג סיעטס!

דא האט איר פיקטשערס פון די נייע ביזנעס קלעס סיעטס:
אטעטשמענטס
20240425_Lufthansas-first-Allegris-aircraft.jpg
20240425_Lufthansas-first-Allegris-aircraft.jpg (369.38 KiB) געזען 1289 מאל
פרידמאן פון לאנדאן
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 9:08 pm
לאקאציע:מאנסי

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידמאן פון לאנדאן »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 1:20 pm
רוממה האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 02, 2024 10:24 pm
פרידמאן פון לאנדאן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 11:05 am
א יונייטעד פליגער פון לאנדאן קיין ניו יארק EWR האט געמאכט אן עמערדזענסי לאנדונג אין מעין נאך א נישט אידישע פאסאנדשיר האצעך צולאזט

איבער א מנין אידן אויפן פליגער ווארטן איצטער אז מען זאל פארזעצן די רייזע
א ווארטזאגער פאר די עירליין זאגט אז די עמערדזענסי לאנדונג אין Bangor, Maine איז געקומען נאך א "לעוול 3" געפאר פון א פאסאדזשיר. אבער נישט געזאגט קיין סך דיטעילס.

ICAO האט אוועקגעשטעלט 4 לעוולס פאר unruly passengers.
1 - שרייט אדער אטאקירט מיטן מויל (verbal)
2 - פיזישע אטאקע קעגן ארומיגע (physical)
3 - שטעלט א לעבנס געפאר, למשל האט א וואפן אדער שטיקט איינעם (life threatening)
4 - פראבע אדער סוקסעספול אריינדרינגן אין די קאקפיט (breach)
א קאורט אין מעין האט פאריגע וואך ארויפגעלייגט א $20,000דיגע שטראף אויף דעם בריטישן מאן וואס האט פאראורזאכט די כאאס. דאס איז אויסער די פעדעראלע קעיס אין וועלכע ער האט געדינט א למפרע'דיגע "טיים סערווד" טורמע טערמין, און פארשיקט געווארן פון די פאראייניגטע שטאטן דורך די CBP
אין די פיילינג זעהט מען אז די גאנצע זאך האט זיך אנגעהויבן מיט א לאקאלע געפעכט, אבער ווען די הויפט סטוארד האט פראבירט צו מקיים זיין דעם הבאת שלום בין איש לאשתו, האט דער אויפגעצארנטער מאן פארהאלטן דעם קרו-מעמבער אין א ווינקל און געסטראשעט פאר פולקאמע כאאס אינעם גאנצן פליגער
דאס זאג איך אייביג, נישט אלס דארפן זיך די עסקנים אריינמישן...
שוין לאנג פארגעסן...

מיין שווער וואס איז אויך געווען אויפן פליגער האט נאך גארנישט פארגעסן ער ציטערט נאך יעצט

אזוי צו אזוי, שכח פאר די אפדעיט און א שכח פאר אלע פינגער באלעקענדע באריכטן
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:23 pm
טאילאנד'ס הויפט עירליין זאגט געזעגנט זיך פון לעצטן 747
זייערע 747ס זענען שוין נישט געפלויגן זייט קאוויד

א צווייטע עירליין וואס ברענגט "נישט" צוריק זייערע ריזן נאך די פאנדעמיק איז Thai Airways וואס פלעגן האבן א פלאטע פון 18 באואינג 747ס און פאריגע וואך האבן זיי אפיציעל געוואונטשן ביי-ביי פאר די לעצטע פון די סארט.
אויסער די ווערדלאזע ריזן, האט די עירליין נאך א רייע פינאנציעלע שוועריקייטן זייט קאוויד, און איז אין א "ריסטראקטשערינג" פאזע די לעצטע פאר יאר.
די 747 פליגערס זענען א גרויסע טייל פון די פארמעגנס וואס זיי פארקויפן, געוויסע האבן זיי פארקויפט פאר פראכט-טרעגער אנדערע פון די מאדעל זענען געווארן צושמעטערט און פארקויפט די פארטס און איינס איז אפילו פארוואנדלט געווארן פאר אן אייגנטארטיגע קאווע הויז אין א טאילאנדישע מוזעאום!

א 747 פון די עירליין
thai747.jpg
צומאל מאכט מען פיל מער געלט פון די פארטס ווי פארקויפן דעם פליגער גאנצערהייט.
למשל, א קאווע מאשין אינעם געלי, קאסט כמעט 3 אלפים!! נאכצוקומען די פארשריפטן ס׳זאל מעגן זיין אינעם פליגער.
די מאטארן איז אפגערעדט אז עס גייט פאר אסאך. די מאטארן ווערן געניצט אויף נאך מאדעל פליגערס. אדער קען מען עס ניצן/קאנווערטן פאר אנדערע אינדעסטרי צוועקן. א שמועס פאר זיך. למשל, די גרויסע ריזן האטעל קרוז שיפן ניצן א דשעט מאטאר גאנץ אויבן צו העלפן שטופן דעם שיף. אדער ניצט מען עס אלץ א טשענערעטאר אין א קאמערציאלע שיף.

די גרעפיק קארטלעך וואס פיטערן די סקרינס אינעם קאקפיט, איז ווערט כמעט 30 אלפים א שטיק. און א פליגער האט בערך 6 דערפון. בכלל איז די גאנצע קאמפיוטער שטיבעלע וואס הייסט די avionics room וואס פיטערט די auto pilot און אנדערע וויכטיגע סיסטעם׳ס, ווערט זייער אסאך געלט. די אלע סענסארס, די אמערדשענסי גליטשערס, די מאכטפולע דרויסענדע לייטס, די וועטער ראדאר, די ראדיאוס, די אנטענעס, די זיצן, די לייף וועסטלעך, די בתי כבוד, יעדע ריר אויף א פליגער איז ספעציעל און ס׳איז זייער טייער.
די היידראליק actuators וואס ריקן די פלעפס, סלעטס, און פליגלען צו מאנעווירן אין די לופט, קאסטן אוצרות.
די ערקאנדישן סיסטעם, די פענסטער׳ס…
די ליסט איז ריזזזזזיג.

בכלל איז די 747 געווארן ״ארגינעל״ געבועעט און דעזיינט צו זיין א פראכט פליגער, און דאס איז די סיבה אז די קאקפיט איז א שטאק העכער, כדי די גאנצע נאז זאל זיך קענען אויפמאכן. ס׳איז אזוי מחשבה תחילה אז ווען עס רעטייערט פון פירן מענטשן, קען מען עס גרינג קאנווערטן צו פירן פראכט. מ׳קען גרינג אויפשניידן קאפ און עס לייגן אויף הינטשעט פאר פראכט.

איי וועט איר פרעגן, פארוואס לאזט מען פליגערס וואס איז נישט סעיף פאר מענטשן, טראגן פראכט?
די ענטפער איז פשוט. צו מענטעינען עטליכע הינדרעט זיצן, אקסיגען מאסקעס, אינפאטעימענט סיסטעם, בתי כבוד, קיכן, א גרעסערע פלייט קרו, עס דארף זיין פיל יעדע זיץ, פארקויפן טיקעטס, ועוד ועוד, איז א פיל טייערערע געשעפט, ווי טראגן פראכט.
די פליגערס דארפן זיין די זעלבע סעיף און די זעלבע airworthy פאר פראכט ווי פאר מענטשן.

היינט איז אנגענומען אז ענדערש איז דא קלענערע פליגערס עפטער, ווי גרעסערע פליגערס.
משע״כ פראכט, איז א צווייטע ביזנעס.
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:A380

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

פירסט קלעס
אטעטשמענטס
First.jpg
First.jpg (370.4 KiB) געזען 1157 מאל
פרידמאן פון לאנדאן
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 9:08 pm
לאקאציע:מאנסי

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידמאן פון לאנדאן »

Yiddish Travel האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 9:47 pm
אלעגריס באשטייט פון:
  • נייערע עקאנאמי סיעטס מיט נישט קיין גרויסע חידושים
  • פרימיום עקאנאמי מיט א הארטע שעל אז ווען מען ריקליינד זיך שטערט עס נישט די בעק שכן
  • ביזנעס קלעס מיט 7 דיפרענט סיעטס
    1) סוויטס
    2) עקסטערע ספעיס סיעט
    3) פענסטער
    4) לאנגע בעט
    5) סוויט מיט א בעססינעט
    6) דאבל סיעט
    7) רעגולער סיעט
  • פירסט קלעס: א פולע פארמאכטע סוויט
ביזנעס קלעס האט היעטעד און קאאלינג סיעטס!

דא האט איר פיקטשערס פון די נייע ביזנעס קלעס סיעטס:
סוויט מיט א בעסינעט... מיינע חלומות הייבן אן ווערן רעאליטעט

איך האף נאך אויף א פלעי רום...

אלץ איינער וואס פארט אפט, און טיילמאל מיט קינדער, גאר קליינע, קליינע, אביסל גרויס, האבעך א לאנגע ליסט....

בכלל די אמעריקאנע אירליינס/אירפארטס האבן נישט קיין סערווירס און נערוון פאר קינדער
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

נאכן לייגן עטליכע איינצעלנע אוויאציע באריכטן ווייזט די סקרין נאכאלץ אז נאנט צו פופציג טעבס זענען נאך אפן! וועט מען מוזן מאכן א ספעציעלע מאסף כל המחנות באריכט פאר אלעם וואס מ'האט פארפאסט במשך החג.
א דערמאנונג צו לייקן איז לכאורה נישט איבריג. אבער פארוואס באלד? טוה עס שוין!

פסח באריכטן.jpg
פסח באריכטן.jpg (39.45 KiB) געזען 1000 מאל
צוליב די פילע נייעסער לאמיר מאכן א יחץ און לייגן היינט די גרעסערע העלפט וואס דאס זענען די נייעסער אינערהאלב די אמעריקאנע מארקעט, די קלענערע העלפט לייגט מען צוריק אינעם דרעפט פאר מארגן, ווען מיר וועלן מיר בעז"ה צוריק קומען מיט באריכטן אויף אנדערע אלוועלטליכע מארקעטס

עירבאס האט אויפגענומען Robin Hayes אלס די טשעירמאן פון זייער אפטיילונג אין נארט אמעריקע. העיס האט א געזונטע 35 יעריגע היסטאריע אין אוויאציע, צווישן אנדערס, האט ער געדינט אסאך יארן אויף א שיינע שטעלע אין בריטיש עירוועיס און איז געווען די דזשעטבלו CEO פאר ניין יאר (פון 2008 ביז 2017).
ס'קומט אין א צייט וואס עירבאס זעהט א גוטע געלעגנהייט זיך צו פארשפרייטן אין די "אמעריקאס",דורכן טראנספארמירן באואינג'ס אישוס אויף א כשזה קם זה נופל סיטואציע.
---
סאוטוועסטליידט ערנסט פון די באואינג דילעיס, און זיי וועלן דארפן אויפזאגן 2,000 ארבעטער במשך 2024צו שניידן קאסטן!
די עירליין האט דערלייגט $231 מיליאן דאללעראין די ערשטע דריי חדשים פון 2024! די זומער סעזאן אויף וועלכע זיי קוקן אזוי שטארק ארויס וועט נישט זיין קיין גאר געבענטשטע צוליב דעם וואס די צאל פליגערס וואס זיי האבן אין באזיץ איז קלענער ווי דאס וואס זיי האבן גערעכנט.
די עירליין האט אויך געשניטן אסאך רוטסכדי אויסצוגראדן דעם מינוס, אזויפיל ווי 25 רוטס זענען אפגעווישט געווארן נאר פון אטלאנטע עירפארט אליין!
---
אז מ'רעדט שוין פון סאוטוועסט. די DOT האט דערמאנט אז פון נעכטן אפריל 30 איז אריין אין אפעקט די התחייבות פון סאוטוועסט צו קאמפענסירן פאסאדזשירן וואס ליידן פון קענסעלעישנס, ערנסטע דילעיס, אדער כאאטישע פראבלעמען צו באקומען די געפעק. די דיעל איז אפגעמאכט געווארן צווישן די DOT און די עירליין נאך די א.ג. 2022 האלידעי מעלטדאון, ווען מיליאנען זענען אפעקטירט געווארן פון פעלערעהאפטיגע סיסטעמען ביי די עירליין. אין פעלער וואו סאוטוועסט טראגט די שולד פון די דילעי אדער קענסעלעישן וועלן זיי דארפן געבן אמווייניגסטנס א 75 דאללער'דיגע וואוטשער וואס איז טרענספערעבל צו א צווייטן.
---
נאך איבער סאוטוועסט, האבן זיי לעצטנס געשלאסן א דיעל מיט זייערע פלייט אטענדענטס פאר באצאלט העכערונגען, שטעלנדיג זייערע ארבעטער אלס די מערסט-באצאלטע אין די מארקעט, מיט א עווערעדזש 14% העכער pay ווי די מאנשאפט אין אנדערע עירליינס.
---
אז מ'רעדט שוין פון וועידזשעס. דעלטא האט געהויבן די באצאלט פאר זייערע נישט-פילאטן ארבעטערס מיט 5%, די דריטע אזא העכערונג אין די לעצטע פאר יאר.
די עירליין קומט אפ ביליגערהייט מיט די חברה ווייל זיי זענען נישט אין קיין יוניאן, זייערע פילאטן האלטן זיך יא אינאיינעם אין א איחוד הפילאטן.
---
א טונקל-הויטיגע פרוי רעדט זיך אפ אז זי איז אריבער א טראמאטישע דיסקרימינאציע, ווייל זי איז פארארדנט געווארן צו נוצן די פריוואטע צימערן פון די עקאנאמי-קאבינעטראץ וואס זי איז געווען א ערשטע-קלאס פאסאדזשירקע. זי דערציילט אז די אמעריקען עירליינס פלייט אטענדענט האט געגעבן א מאדנע אויסרייד אז זי האט צוגעמאכט די טיר פון די צימערלעך ווילד און מיט א גערודער, און געהייסן אז זי מוז דעריבער נוצן די lavatories ארויס פונעם רייכן געגנט.
ווי זי זאגט, שאפט איר עס טראמא אזש ביז שלאפלאזע נעכט און פחדים צו פליען נאכאמאל.
מ'קוקט אריין דעריין.
---
נאך א מאדנע אינצידענט מיט אמעריקען עירליינס האט BBC באריכטעט, אז א 101 יעריגע פרוי האט זיך געטראפן אין לופטפעלד אפגעסטעמפלט אלס א איין יעריג קינד, ווייל די קאמפיוטער סיסטעם האט נישט געכאפט די חילוק צווישן 1922 און 2022!
די סיסטעם האט אויטאמאטיש געקענסלט איר ווילטשעיר, און אויך האט זי געדארפט אויסגלייכן די סיעט אסיינמענט וואס איז געווען פראגראמירט אומריכטיג צוליב די טעות.
---
א שרעקעדיגע ווידיאו ווי א לופטהאנזא 747 פליגער מאכט א וואקלדיגע לאנדונג אין LAXהאט צירקולירט אויף סאושעל מידיע. די עירפארט און עירליין באאמטע זענען אבער ארויסגעקומען אויסקלארן אז ס'איז געווען א טרענירונג פלייט פון באואינג אינדזשענירן און מ'דארף זיך נישט זארגן (נישט בל' בתמיה נאר בניחותא)
---
אן אינצידענט אויף די באדן פון CLT עירפארט האט זיך אפגעשפילט פאריגן דאנערשטאג, ווען א tug טרעקל האט פארלוירן קאנטראלאויף די ברעיקס דורכאויס א גליטשיגן רעגן, אריינרייבנדיג שישו מעי אינעם בויך פון א אמעריקען עירליינס A321 וועמען ער האט געהאלטן אינמיטן צוריקשטופן פון די פאזיציע ביים געיט. לויט באריכטן האט די דרייווער פונעם טרעקל געדרייווט העכער די ספיד לימיט, אבער די קאמפאני וואס פארפיגט אויף די tug אפעראציעס האט פרובירט צו באשולדיגן אומריכטיג-אנגעצייכנטע געלע ליניעס אויף די עירפארט אספאלט אלס די גורם.
די פליגער איז - ווי פארשטענדליך - געשעדיגט געווארן, און זיצט נאך כעת אויף די ערד אין CLT פאר אבזערוואציעס.
---
קאליפארניע געזעצגעבער באטראכטן צו לייגן צוימונגען אויף די CLEAR סערוויסאין די סטעיט'ס לופטפעלדער, מיט די קאמוניסטישע טענה אז ס'איז נישט יושר אז מ'זאל קענען האבן א שנעלערע עקספעריענס בלויז פאר געלט, איבער איינעם וואס קען זיך עס פשוט נישט ערלויבן!
די האר אויפשטעלנדע בילל איז געברענגט געווארן פאריגע וואך פאר די סטעיט לעגיסלאטור פאר דעבאטע, די בילל וויל פארלאנגען אז CLEAR זאל באצאלן פאר עקסטערע TSA אגענטן צו סערווירן זייערע קליענטן אין באזונדערע סעקיורעטי רייעס, אוועקנעמענדיג די key בענעפיט אויף וואס די סערוויס איז באזירט פון "סקיפן די ליין".
פארשטייט זיך אז ס'מאכט די CLEAR סערוויס אומאינטערעסאנט, ווייל דאן ווערט עס א נייע מציאות וואס לייגט דעם טרעוולער אין א געמבל פון וועלכע ליין ס'איז שנעלער, אנשטאטן האבן די בענעפיט פון גיין ערשט אפגעזעהן פון ווי לאנג די ליניע ציהט זיך. ווי אויך וועט עס פאלן שווער פינאנציעל אויף די קאמפאני ווייל זיי וועלן דארפן לייגן צענדליגע TSA אגענטן אויף פעיראלל און ווער ווייסט אויב זיי קענען עס בכלל דערטראגן, עכ"פ אן קיין מעמבערשיפ העכערונג.
---
א בילל וואס שטעלט אראפ די גרונדן פאר FAA געזעצן און אויטאריטעט פאר די קומענדיגע 5 יאר האט זיך גערוקט פון קאנגרעס צו סענאטדעם פארגאנגענעם זונטאג, היינט האט סענאט אפגעהאלטן דיסקוסיעס און ס'איז ערווארטעט צו ווערן באשטימט אין די קומענדיגע טעג.
די 79 דאקומענטן וואס זענען באשטעטיגט געווארן אין קאנגרעס זענען די המשכה פון די FAA Reauthorization Billפון יאר 2018, וואס האט געגעבן די מאכט פאר די FAA און די NTSB אין פילצאליגע אספעקטן ביז נאך יאר 2023, אצינד האלט מען אינמיטן דורכפירן די ממלא מקום פאר נאך פינף יאר.
די געזעץ נעמט אריין פאנדינג, סעיפטי, פראוויזיעס, פארלאנגען און נאך, מיר וועלן ארויסהייבן צוויי נקודות דערפון.
צום ערשט איז אריין אינעם בילל א פארלאנג פאר אלע נייע קאמערציאלע פליגערס צו האבן 25-שעה פון קאקפיט רעקארדירונגען (CVR), און ביז 6 יאר נאך די בילל דארפן אלע קאמערציאלע פליגער - אויך אלטע - נאכקומען די נייע 25-שעה סטאנדארט. אונזערע ליינער געדענקען מסתם אז ס'האט זיך געטוהן דערוועגן צווישן די NTSB און די FAA .
נאך א דעבאטירטע טעמע (מיר האבן עס נישט באריכטעט) איז געווען די רעטייערמענט יארגאנג פון ATC קאנטראלערס. טייל האבן געהאלטן אז ס'וועט זיין א ישועה צו הייבן די יארגאנג פון די ביז יעצטיגע 65 יאר און אזוי אדרעסירן די סטעף-שארטעדזש ביי ATC, אנדערע האבן געזאגט אז די זיידעס אין ווייסן הויז מאכן שוין גענוג פראבלעמען און מ'דארף זיי נישט ביי די האקעלע פאזיציעס.
למעשה איז די רעטייערמענט עידזש געבליבן אומגעטוישט ביי 65, אבער די בילל אדרעסירט אנדערע לעזונגען פאר די פלאג פון ווייניג סטעף אין די FAA.
(פאר די פולע בילל https://transportation.house.gov/upload ... ection.pdf )
---
באואינג האט פארלוירן א קאנטראקט מיט די דעפענס דעפארטמענטאהערצושטעלן א נייע א.ג. "דומסדעי" פליגער פאר די אמעריקאנע עירפארס.
די "דומסדעי" פליגער איז א צונאמען פאר איינע פון די פליגערס אינערהאלב א גרופע עראפלאנען וואס זענען דעזיגנירט אלס די National Emergency Airborne Command Post, דאס איז א פלאטע וואס דארף צו קענען סערווירן די הויפט פירער פון לאנד אין פאל פון א ערנסטע עמערדזשענסי, אריינגערעכנט א נוקלעארע אטאקע.
די פליגער זעהט אויס ענליך צו "עיר פארס וואן", אבער האט א איקאנישע שווארצע הויקער ע"ג הויקער, וואס איז אייגנטליך א מאכטפולע סאטעלייט אויפכאפער.
די יעצטיגע דומסדעי פליגער איז א איבערגעמאכטע באואינג 747 און איז אהערגעשטעלט געווארן אין 1974 דורך באואינג, אבער יעצט ווען די גאווערמענט דארף א ריפלעיסמענט, האבן זיי געמאכט פלאץ פאר א צווייטע קאמפאני גערופן Sierra Nevada Corporation צו אהערשטעלן דעם פליגער מיט א פרייז-טעג פון 13 ביליאן דאללער.
די סיבה פארוואס באואינג האט אפגעטראטן איז, ווייל זיי האלטן יעצט אינמיטן דערלייגן שווערע געלטער אויף א קאנטראקט פאר א נייע "עיר פארס וואן" וואס איז שוין לאאאאאאאנג איבערגלאפן דעם באדזשעט, און די קאנטראקט איז געווען "פיקסד", דהיינו אז באואינג דארף איינזאפן די פארלוסט פאר זיך. במילא ווילן זיי נישט אננעמען נאך א פיקסד קאנטראקט מיט די DoD.
למעשה איז אבער סיעררא נעוועדא נישט קיין עראפלאן מענופעקטשורער און זיי דארפן גיין קויפן א פליגער וואס זאל זיין גענוג גרויס צו דינען דעם צוועק וואס די עיר פארס דארף, סאו ס'קען זיין אז באואינג וועט דינען אלס א ווענדאר פאר זיי און זיין עטוואס פארמישט אין די דעוועלאפמענט, און דאדורך זיך אויך אנשמעקן אביסל פון די גרינע געווירצן וואס די DoD וועט אויסגיסן אויף דעם פראיעקט.
---
אמעריקען עירליינס האט אפגעשטופט די טוישונגען אינערהאלב די AAdvantage פראגראם וואס האבן געדארפט אריינצוגיין אין אפעקט אום מאי 1, ביז צו יולי דער עלעפטער.
---
איר זענט שוין סייווי צומישט איבער די באשלוס פאר וועלכע טרעוול קארטל צו אפלייען? האט איר נאך אן אפציע!
די קאלאמביען עירליין Avianca גייט אין שותפות מיט אמעריקען עקספערס צו אפפערן א קרעדיט קארד אין די פאראייניגטע שטאטןאנגעהויבן פון ענדע דעם יעציגן חודש למספרם. די "לייפמיילס" לאיעלטי פראגראם איז פאפולער צווישן סטאר-אלייענס זאכקענער וואס ווייסן וויאזוי צו טרעפן דיעלס אויף אנדערע פארטנער עירליינס ווי יונייטעד.
מ'קען זיך יעצט אויפסיינען אויף א וועיטינג ליסט , און אלע וואס האבן זיך פון פאראויס איינגעשריבן וועלן ערהאלטן א עקסטערע 10,000 מייל - אויסער די געווענליכע נאכנישט-פובליצירטע וועלקאם באנוס - אויב ווערן זיי אפראווד ווען די קארטל ווערט אוועילבל.
---
אין אנדערע קרעדיט קארד נייעס, ברענגען דעלטא און אמעריקען עקספרעס צוריק פאר א שטיק צייט, די ספעציעלע קרעדיט קארטל וואס ענהאלט שטיקער פון א 747 פליגער. די אפציע איז אוועילבל אויף די דעלטא עמעקס רעזערוו קארטל, וואס קומט מיט א יערליכע אפצאל פון $650 און האט יעצט א וועלקאם באנוס פון 90,000 סקיימיילס נאך א פינף-אלפים שפענדונג דורכאויס די ערשטע דריי חדשים פון די קארטל ערעפענונג.
---
איך וואלט מיך ווען געשעמט דיר צו דערמאנען צו לאזן א לייק, אבער היות ביסט דאך יא געבליבן ביזן סוף האסטעך מסתם הנאה געהאט, נו, געהערט דאך עס אזוי אז זאלסט א דרוק טאן דעם גראבן פינגערל אלס א צייכן פון לייק.
לעצט פארראכטן דורך רוממה אום דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:17 am
נאכן לייגן עטליכע איינצעלנע אוויאציע באריכטן ווייזט די סקרין נאכאלץ אז נאנט צו פופציג טעבס זענען נאך אפן! וועט מען מוזן מאכן א ספעציעלע מאסף כל המחנות באריכט פאר אלעם וואס מ'האט פארפאסט במשך החג.
א דערמאנונג צו לייקן איז לכאורה נישט איבריג. אבער פארוואס באלד? טוה עס שוין!

פסח באריכטן.jpg

צוליב די פילע נייעסער לאמיר מאכן א יחץ און לייגן היינט די גרעסערע העלפט וואס דאס זענען די נייעסער אינערהאלב די אמעריקאנע מארקעט, די קלענערע העלפט לייגט מען צוריק אינעם דרעפט פאר מארגן, ווען מיר וועלן מיר בעז"ה צוריק קומען מיט באריכטן אויף אנדערע אלוועלטליכע מארקעטס

---
א שרעקעדיגע ווידיאו ווי א לופטהאנזא 747 פליגער מאכט א וואקלדיגע לאנדונג אין LAXהאט צירקולירט אויף סאושעל מידיע. די עירפארט און עירליין באאמטע זענען אבער ארויסגעקומען אויסקלארן אז ס'איז געווען א טרענירונג פלייט פון באואינג אינדזשענירן און מ'דארף זיך נישט זארגן (נישט בל' בתמיה נאר בניחותא)
---

---
איך וואלט מיך ווען געשעמט דיר צו דערמאנען צו לאזן א לייק, אבער היות ביסט דאך יא געבליבן ביזן סוף האסטעך מסתם הנאה געהאט, נו, געהערט דאך עס אזוי אז זאלסט א דרוק טאן דעם גראבן פינגערל אלס א צייכן פון לייק.
אהער מיטן שרעקעדיגן ווידעא.
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

פיקליש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:28 am
רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:17 am
א שרעקעדיגע ווידיאו ווי א לופטהאנזא 747 פליגער מאכט א וואקלדיגע לאנדונג אין LAXהאט צירקולירט אויף סאושעל מידיע. די עירפארט און עירליין באאמטע זענען אבער ארויסגעקומען אויסקלארן אז ס'איז געווען א טרענירונג פלייט פון באואינג אינדזשענירן און מ'דארף זיך נישט זארגן (נישט בל' בתמיה נאר בניחותא)
אהער מיטן שרעקעדיגן ווידעא.
די פילטער האט געהאט געענטפערט מיין פארלאנג צו דורכלאזן דעם ווידיאו, אבער די קאנווערטערס פארהאנקערן זיך
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:A380

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

פיקטשערס פון די קאאלינג סיעטס:
די נעכטיגע פאסאדזשירן געבן איבער אז עס ארבעט גאר גוט און עס איז ממש נייע צייטן אויף די הימלען
אטעטשמענטס
cooling seats .jpg
cooling seats .jpg (358.03 KiB) געזען 589 מאל
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:A380

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

ווי באקאנט איז ביי די אייראפיעשע עירליינס נישט דא קיין עקסטערע עיר ווענטס פאר יעדן פאסאדזשיר, עס מאכט שטארק אומבאקוועם דאס פליען פאר אסאך מענטשן, לופטהאנזא האט מיט די נייע אלעגריס קאנסעפט אריינגעברענגט גאר א גוטע עיר ווענט סיסטעם וואס וועט האפענטליך זיין די וועגווייזער פאר אנדערע עירליינס
אטעטשמענטס
air vent.jpg
air vent.jpg (357.59 KiB) געזען 557 מאל
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:56 am
פיקליש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:28 am
רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:17 am
א שרעקעדיגע ווידיאו ווי א לופטהאנזא 747 פליגער מאכט א וואקלדיגע לאנדונג אין LAXהאט צירקולירט אויף סאושעל מידיע. די עירפארט און עירליין באאמטע זענען אבער ארויסגעקומען אויסקלארן אז ס'איז געווען א טרענירונג פלייט פון באואינג אינדזשענירן און מ'דארף זיך נישט זארגן (נישט בל' בתמיה נאר בניחותא)
אהער מיטן שרעקעדיגן ווידעא.
די פילטער האט געהאט געענטפערט מיין פארלאנג צו דורכלאזן דעם ווידיאו, אבער די קאנווערטערס פארהאנקערן זיך
שכח פארן צדיק שאינו רוצה בפרסום ניקו וואס האט עס מסדר געווען!
https://www.dropbox.com/scl/fi/xdluddco ... 8yzr0&dl=0
---
אגב, מ'קען זעהן פון די רעקארדינג אז ס'איז געווען א געפלאנטע זאך, ווייל געווענליך וואלט די קאנטראללער געפרעגט די סיבה פון די Go Around
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:32 am
רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:56 am
פיקליש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:28 am
רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:17 am
א שרעקעדיגע ווידיאו ווי א לופטהאנזא 747 פליגער מאכט א וואקלדיגע לאנדונג אין LAXהאט צירקולירט אויף סאושעל מידיע. די עירפארט און עירליין באאמטע זענען אבער ארויסגעקומען אויסקלארן אז ס'איז געווען א טרענירונג פלייט פון באואינג אינדזשענירן און מ'דארף זיך נישט זארגן (נישט בל' בתמיה נאר בניחותא)
אהער מיטן שרעקעדיגן ווידעא.
די פילטער האט געהאט געענטפערט מיין פארלאנג צו דורכלאזן דעם ווידיאו, אבער די קאנווערטערס פארהאנקערן זיך
שכח פארן צדיק שאינו רוצה בפרסום ניקו וואס האט עס מסדר געווען!
https://www.dropbox.com/scl/fi/xdluddco ... 8yzr0&dl=0
---
אגב, מ'קען זעהן פון די רעקארדינג אז ס'איז געווען א געפלאנטע זאך, ווייל געווענליך וואלט די קאנטראללער געפרעגט די סיבה פון די Go Around
אףףףףף
יישר כח
-
קען מען ערגעץ הערן נאר די קאמיוניקאציע אן די טעלעויזיע צווישנריפן @רוממה ?
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”