סענאטאר יוסף (זשאוסעף) ליבערמאן
שוין יא געווען א נארמאלער מענטש אין סענאט איז ער אויך מן הסתם פארביי.
סענאטאר דזשאסעף ליבערמאן האט הערשט פארלוירן די דעמאקראטישע פריימעריס צו זיין אפענאנט נעט לעמאנעיד - אר וואטעווער היס נעים איס.
די סיבה פארוואס איינער פון די איינציגע נארמאלע, באזעסענע, רעספעקטירטע, און טראסטבארע סענאטארס האט פארלוירן צו א קליינעם צוציק, שפילט זייער קלאר אויף ווי פארשטינקן די אמעריקאנע פאליטיק איז היינט צוטאג.
אנשטאט מענטשן זאלן ארויפקוקן אזא איינעם ווי סענאטאר ליבערמאן, און אפילו רעספעקטירן דעם פאקט אז ער איז דרייסט און קלאר מיט זיין מיינונג אין א הינזיכט, נאו מעטטער וועטהער יו לייק איט ארר נאט. טוט מען אים אונטערברענגען און אראפווארפן פארן חטא פון נישט מיטזינגען עי. בי. סי. די. מיטן ניגון וואס איז גוט פאר די פארטיי'ס פאליטיק אויפן יעצטיגן מאמענט.
א שאד, א שאד, חבל על דאבדין. לאמיר נאר כאטשיג האפן אז ער וועט אפשר לויפן אויף די אינדעפענדענט טיקעט, און געבן נאך א שאנס פאר די קאנעטיקוט ווילער צו ווידער-ערוועלן און האלטן נאך א טראסטבארער לאנד טאטע אינעם צודרייטן וואשינגטאן פאליטיק 'פייטינג עריע'.