וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע:ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

איך בין היינט געוואר געווארן אז:

איך האב א קנעפל אויפן קיעלע בארד וואס כ'האב זיך נאכנישט באקענט מיט איר ביז היינט.;;; יא ס'ארבעט

אז פארדינט האט א גוטע קאפ..
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע:אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

יאפ, מיללער, איר האט גוט באמערקט.
גלייכגילטיג, מ'קען פארדינען אן א גוטן קאפ אויך..
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לכבודו פונעם צוריקקער פון ידידינו הרב ערנסטער הי"ו (ער איז נאך דא), וועל איך אנצייכענען אן אינטערעסאנטע באמערקונג אינעם מהר"ם שיף מס' שבת דף קט"ו ע"ב, ביי די גמ' פון עשה לה סימניות לפ' ויהי בנסוע איז פארהאן א גרויסע מחלוקת וואס די סימניות זענען, דער מהרש"ל שרייט געוואלד אויף די נ' הפוכות וואס אנדערע האבן צוגעלייגט אינעם ספר תורה, בעפאר און נאך פר' ויהי בנוסע, דער הייליגער נו"ב איז יא מסכים דערצו, עכ"פ סאיז א מחלוקה.

זאגט דער מהר"ם שיף אז כנראה זענען די צייכענונגען פון וואס מיר רופען אויף ענגליש brackets אדער 'איינרינגלען/אויסרינגלען' אויף אידיש כזו: () [], איז במקור טאקע פון די נ' הפוכות, וואס די גמ' זאגט דערויף לומר שאין זו מקומה.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פשי דאס איז אונטערסאנט!
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

איך האב יעצט געליינט דעם נושא.
איינער האט מיר אמאל געזאגט אז א סעמי-קאלאן באלאנגט אויף א פלאץ ווען מען רעכנט אויס א ליסטע פון זאכן אינמיטן א פאראגראף, צו צוטיילן צווישן די זאכן, אבער אפי' דאן איז דא וואס נוצן דעם פשוט'ן שטרעכעלע ",". (איך האב אז מען כאפט וואס איך האב געטון...)
בנוגע די גענזן פיס - מען פלעגט עס אמאל מאכן אונטן ,,אזוי''.
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

וואו שטעלט מען דעם פראגע צייכן (?) ווען מען ענדיגט א שאלה מיט א ענגליש ווארט?
שטעלט מען אזוי א question mark?
אדער שטעלט מען אזוי א ?question mark
די שאלה איז היות דער ווארט ענדיגט זיך צו רעכטס, אבער דער פראגע צו לינקס.
אדער קען גאר זיין אז דער סענטענס גייט פון רעכטס צו לינקס און ווען מען קומט אן צום ענגלישן ווארט מאכט מען א u turn און די גאנצע פראגע ענדיגט זיך ביים סוף ווארט... אדער אפשר איז גאר דער ? א אידישער ממילא שטעלט מען אים צוריק אין פלאץ
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7135
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אומאפיציעל האט געשריבן: איך האב יעצט געליינט דעם נושא.
איינער האט מיר אמאל געזאגט אז א סעמי-קאלאן באלאנגט אויף א פלאץ ווען מען רעכנט אויס א ליסטע פון זאכן אינמיטן א פאראגראף, צו צוטיילן צווישן די זאכן, אבער אפי' דאן איז דא וואס נוצן דעם פשוט'ן שטרעכעלע ",". (איך האב אז מען כאפט וואס איך האב געטון...)
בנוגע די גענזן פיס - מען פלעגט עס אמאל מאכן אונטן ,,אזוי''.

איך האב געלערנט פשט אז ס'איז אזוי ווי א מוסיף הסבר; מ'איז מער מסביר דעם פריערדיגן ווארט ניין?
וואס זאגסטו אנעים?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9317
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פאקט אדער מיינונג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:28 pm
נייע ניק האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:22 pm
לאקאלער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:24 am
דריידל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:24 pm
לאקאלער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 4:23 pm


אונטער נארמאלע אומשטענדן 2-4 וואכן דירעקט דיפאסיט 3-6 ווען עס קומט אויף די פאסט.
א סעמיקאלן (;) אדער אפילו א קאמע (, ) וואלט געווען בייהילפיג.
גערעכט, איך בין געווענליך מקפיד דערויף.
אפשר קען איינער מסביר זיין ווען מ'נוצט א סעמיקאלן (;) אדער א קאמע?
די שמועס קומט נישט דא אריין אבער אז די פרעגסט, שוין.
א סעמיקאלן איז ווען מען האט צוויי sentences וואס מען וויל צוזאמענשטעלן.
א קאמע איז צי צעטיילן אפאר זאכן אין איין sentence.
א קאמע האט גאר אסאך וועגן צו נוצן; איך האב געשריבן פון די פאל דא.
אין די פאל דא קומט לכאורה א קאמע נישט א סעמיקאלן.
ניין, דא קומט זיכער א סעמיקאלן און א קאמע אפשר אויך.

אזוי:
אונטער נארמאלע אומשטענדן 2-4 וואכן דירעקט דיפאסיט; 3-6 ווען עס קומט אויף די פאסט.

און אפשר מיט א קאמע אדער צוויי גאר:
אונטער נארמאלע אומשטענדן, 2-4 וואכן דירעקט דיפאסיט; 3-6, ווען עס קומט אויף די פאסט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9317
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די כלל איז אז א סעמיקאלן קומט ווען ס'דא צוויי גאנצע זאצן (two complete thoughts).
ס'מאכט זיך אסאך ביי קעפלעך אין צייטונגן. למשל: חאמאס פירט דורך א שחיטה; מדינת ישראל דערקלערט קריג.

יעדע פון די צוויי זאצן וואלט געקענט זיין א סענטענס פאר זיך.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
נייע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:35 am

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע ניק »

.
פאקט אדער מיינונג
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 2:00 pm

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקט אדער מיינונג »

@דריידל
שכח פארן אריבערפירן די שמועס דא.

די ביסט זייער שיין מסביר ווען מ'נוצט א סעמיקאלן, אבער דא איז דאס נישט די פאל ווייל עס איז נישט צוויי sentences.
(אויב די האלטסט אז עס איז יא צוויי sentences ביטע זאג וואס זענען די subjects פון ביידע.)

דעס וואס די שרייבסט
דא קומט זיכער א סעמיקאלן און א קאמע אפשר אויך.
איז איראניש.
עס איז דא נאך א פאל וואס מען נוצט א סעמיקאלן. ווען מען וויל נוצן א קאמע צו צוטיילן זאכן, אויב די זאכן האבן שוין קאמעס נוצט מען א סעמיקאלן במקום פון א קאמע. קומט אויס אז אויב עס קומט קאמעס וואלט אויך געקומען א סעמיקאלן אבער איך מיין אז עס קומט נישט קיין קאמע און אויך נישט קיין סעמיקאלן.
אז עס קומט נישט קיין קאמע מיין איך די צווייטע די ערשטע מאכט נישט אויס ווייל עס איז נישט אין די זאכן וואס מען וויל צוטיילן.
דיסקלעמער: אלעס וואס איך שרייב איז פאר אינפארמעשענאל פארפעסיס אנלי. פאר פריוואטע עדווייס פארבינדט זיך מיט א פראפעשענאל.
פאר סיי וועלכע אקאונטינג און טעקס ריטוירן סערוויסעס קענט איר זיך פארבינדען אין אישי אדער שיקען א אימעיל צו [email protected]
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9317
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פאקט אדער מיינונג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:12 am
@דריידל
שכח פארן אריבערפירן די שמועס דא.

די ביסט זייער שיין מסביר ווען מ'נוצט א סעמיקאלן, אבער דא איז דאס נישט די פאל ווייל עס איז נישט צוויי sentences.
(אויב די האלטסט אז עס איז יא צוויי sentences ביטע זאג וואס זענען די subjects פון ביידע.)
ביי ביידע איז די סאבזשעקט די ריפאנד נאר ס'ווערט נישט דערמאנט ביים ערשטן זאץ, ווי ס'איז זייער שכיח ביי אן ענטפער-סענטענס. טאמער דאס איז ממש אויסגעהאלטן, איז א מדובר ביי די מומחים, אבער למעשה שרייבט מען אזוינע סענטענסעס.

ביים צווייטן האלב איז "עס" די סאבזשעקט.
פאקט אדער מיינונג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:12 am

דעס וואס די שרייבסט
דא קומט זיכער א סעמיקאלן און א קאמע אפשר אויך.
איז איראניש.
עס איז דא נאך א פאל וואס מען נוצט א סעמיקאלן. ווען מען וויל נוצן א קאמע צו צוטיילן זאכן, אויב די זאכן האבן שוין קאמעס נוצט מען א סעמיקאלן במקום פון א קאמע. קומט אויס אז אויב עס קומט קאמעס וואלט אויך געקומען א סעמיקאלן אבער איך מיין אז עס קומט נישט קיין קאמע און אויך נישט קיין סעמיקאלן.
אז עס קומט נישט קיין קאמע מיין איך די צווייטע די ערשטע מאכט נישט אויס ווייל עס איז נישט אין די זאכן וואס מען וויל צוטיילן.
נישט פארשטאנען פינקטלעך וואס די שרייבסט.

בקיצור, וויאזוי וואלסטי עס געשריבן אן טוישן ווערטער?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:55 pm
די כלל איז אז א סעמיקאלן קומט ווען ס'דא צוויי גאנצע זאצן (two complete thoughts).
ס'מאכט זיך אסאך ביי קעפלעך אין צייטונגן. למשל: חאמאס פירט דורך א שחיטה; מדינת ישראל דערקלערט קריג.

יעדע פון די צוויי זאצן וואלט געקענט זיין א סענטענס פאר זיך.
דאס רופט זיך א clause. ס'איז אביסל שוואכער ווי א זאץ.

ווען א זאץ באשטייט פון צוויי clauses, וועלן זיי געווענליך באהאפטן ווערן דורך א קאניונקציע (און, אדער, אבער, אויב, ווייל, אא"וו), און פארדעם וועט קומען א קאמע. אין פאל מ'וויל נישט לייגן די קאניונקציע אבער מ'וויל עס נאך אלץ לאזן אלס איין זאץ, וועט קומען א פינטל-קאמע.
גרשון האט געשריבן: פרייטאג יוני 16, 2023 5:06 pm
ביי דעם איז דער פינטל-קאמע באניצט אנשטאט אן קאניונקציע.

וואס מיינט א קאניונקציע? א ווארט וואס באהעפט צוויי שטיקלעך פון א זאץ.

אוןאיז א קאניונקציע: איך האב פארפאסט דעם באס, און איך וועל מסתמא דארפן גיין אין סקול צופוס.
וויילאיז א קאניונקציע: איך בין געגאנגען שלאפן שפעט, ווייל איך האב געהאט א חתונה.
וויבאלדאיז א קאניונקציע: איך וויל זייער שטארק קומען, וויבאלד ס'איז א נאנטע זאך צו מיר.
אנדערע קאניונקציעס זענען אדער, אבער, נאר, צוליב, דערפאר, פונדעסטוועגן, אא"וו.

צומאל וויל מען נישט שרייבן די קאניונקציע, וועט מען לייגן א פינטל-קאמע אנשטאט:

איך האב פארפאסט דעם באס; איך וועל מסתמא דארפן אין גיין אין סקול צופוס.
איך בין געגאנגען שלאפן שפעט; איך האב געהאט א חתונה.
איך וויל זייער שטארק קומען; ס'איז א נאנטע זאך צו מיר.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פאקט אדער מיינונג
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 2:00 pm

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקט אדער מיינונג »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 9:08 am
ביי ביידע איז די סאבזשעקט די ריפאנד נאר ס'ווערט נישט דערמאנט ביים ערשטן זאץ, ווי ס'איז זייער שכיח ביי אן ענטפער-סענטענס. טאמער דאס איז ממש אויסגעהאלטן, איז א מדובר ביי די מומחים, אבער למעשה שרייבט מען אזוינע סענטענסעס.
די ריפאנד איז נישט די סאבזשעקט. די סאבזשעקט איז די צייט וואס עס נעמט צו באקומען די ריפאנד.
דריידל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 9:08 am
נישט פארשטאנען פינקטלעך וואס די שרייבסט.
.Semicolons can also be used in place of commas to separate items in a list, particularly when the elements of the list themselves have embedded commas. (Wikipedia)
דריידל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 9:08 am
בקיצור, וויאזוי וואלסטי עס געשריבן אן טוישן ווערטער?
אזוי
אונטער נארמאלע אומשטענדן, 2-4 וואכן דירעקט דיפאסיט, 3-6 ווען עס קומט אויף די פאסט.

אויב עס קומט מיט די צווייטע קאמע וואלט איך געשריבן מיט א סעמיקאלן.
אזוי
אונטער נארמאלע אומשטענדן, 2-4 וואכן דירעקט דיפאסיט; 3-6, ווען עס קומט אויף די פאסט.
דיסקלעמער: אלעס וואס איך שרייב איז פאר אינפארמעשענאל פארפעסיס אנלי. פאר פריוואטע עדווייס פארבינדט זיך מיט א פראפעשענאל.
פאר סיי וועלכע אקאונטינג און טעקס ריטוירן סערוויסעס קענט איר זיך פארבינדען אין אישי אדער שיקען א אימעיל צו [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”