וואו איז מזרח?

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

כידוע איז אין ב"פ דא בתי מדרשים וואס מ'דאווענט (מזרח) קעגען די העכערע עוועניוס (למשל באבוב 48, סאטמאר 53)
און ס'זענען דא פלעצער ווי מדאווענט קעגען די נידירגע סטריטס (שומר שבת)

אבער צוויי חידושים האב געדענק איך זען איך ב"פ, אז אין בית אל 15-48 דאווענט מען צו די נידריגע עוועניוס
און אין דעם בית מדרש פון רב כ"ץ אין משכן דאוונעט מען צו די העכערע סטריטס

בסה"כ קומט אויס אז אין בארא פארק וועלעכע וועג מ'דאוונט נאר איז גוט.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

מען דאווענט קעגן ירושלים, וואס איז גראדע מער צו מזרח.

אין ניי וויליאמסבורג, די סאטמארע שוהלן דאווענען נישט מזרח בכלל, נאר מערבית דרומית.

אין ב"פ איז דא נאך שוהלען וואס דעווענען צו מעריב, האליין דזשירקא, אין לפידות ווען מען האט געבויעט די נייע שוהל האט זיך אויך געטוען דערוועגן.
.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

גאנצע מערכות געוועזן, עס ווענדט זיך וויאזוי מען רעכנט מזרח, עס איז דא אנדערש ווי אייראפע צוליב וואס מיר זענען מער ווי 45 מעלות, עס איז דא וואס טענה'ן (לכאורה מיט רעכט) אז די וועג וויאזוי מען האט געמאכט אין אלט ווילי איז נישט גוט) ואין כאן געדולדי להאריך
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מען דארף נישט דאווענען צו מזרח, מען דארף דאווענען צו ירשלים. גראדע פון ניו יארק איז ירושלים "בערך" ביי מזרח. אבער עס איז נישט פונקטליך ביי מזרח, נאר אביסל צו דרום. אויב דאווענט מען "גלייך" צו מזרח, קומט עס אויס ערגעץ אין טערקיי!! (די שווארצע ריג איז ניו יארק, די רויטע איז ארץ ישראל. די אראנדזשע ליין איז "גלייך צו מזרח" פון ניו יארק, און די רויטע ליניע איז וויאזוי עס דארף זייין אביסעל צו דרום.)
בילד

דאס איז איינס.

צווייטענס, זענען די גאסען אין וויליאמסבורג "שיעף", און די גאסען גייען נישט "גלייך" צו מזרח. (די ערראס זענען מזרח, מערב, צפון, דרום)

בילד

ובמילא, איז "נגד ירושלים" אין וויליאמסבורג אביסעל "פלעקסיבעל".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: מען דארף נישט דאווענען צו מזרח, מען דארף דאווענען צו ירשלים. גראדע פון ניו יארק איז ירושלים "בערך" ביי מזרח. אבער עס איז נישט פונקטליך ביי מזרח, נאר אביסל צו דרום.אויב דאווענט מען "גלייך" צו מזרח, קומט עס אויס ערגעץ אין טערקיי!! (די שווארצע ריג איז ניו יארק, די רויטע איז ארץ ישראל. די אראנדזשע ליין איז "גלייך צו מזרח" פון ניו יארק, און די רויטע ליניע איז וויאזוי עס דארף זייין אביסעל צו דרום.)
בילד

דאס איז איינס.

צווייטענס, זענען די גאסען אין וויליאמסבורג "שיעף", און די גאסען גייען נישט "גלייך" צו מזרח. (די ערראס זענען מזרח, מערב, צפון, דרום)

בילד

ובמילא, איז "נגד ירושלים" אין וויליאמסבורג אביסעל "פלעקסיבעל".


די ריכטיגע איז צו מער צו צפון נישט דרום, 54° ≈ North-East, ווייל די וועלט איז רינדערכיג נישט פלאך.
אטעטשמענטס
Untitled.jpg
לעצט פארראכטן דורך אלד וויליאמסבורג אום מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ריכטיג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

דאס שטייט אין קורצן אין שולחן ערוך הרב

למעשה האט די ערשטע דור אין אמעריקע יא זיך געשטעלט צו דרום ווי אין אייראפע ווי איידער צו צפון ודו"ק
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

לויט דעם דארפן די אידן אין רוסלאנד דאווענען צו דרומית מערבית, און די אידן אין אינדיע צו מערב. טוהן זיי טאקע אזוי?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

פארוואס מעריב?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

שאינו יודע האט געשריבן: פארוואס מעריב?

https://goo.gl/maps/UXbRN
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איך פרעג פון רוסלאנד

https://www.google.com/maps/dir/Russia, ... !3e4?hl=en
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

רוסלאנד איז זייער ברייט, מאסקעווע איז די מערסטע צו מעריב.

לויט די לינק וואס די האסט געשוקט איז ירושלים גלייך דרום פון מאסקעווע. ווילסט מיר זאגן אז די אידן אין מאסקעווע דאווענען צו דרום?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

לכאורה

גראד אויף מזרח טאר מען דאך נישט דאווענען, ווייטער מען מוז נישט זיין מכוון גראד קעגן ירושלים אויך נישט עס איז גוט אז עס איז בערך

http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=321

דער שולחן ערוך הרב איז געווען אין אוקריינא
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Capture.GIF
Capture.GIF (7.03 KiB) געזען 4432 מאל

שיקטס א 911 צו פראפעססאר חילי
אדער אפשר ק נ א וועטער
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קיקיון האט געשריבן:
Capture.GIF

שיקטס א 911 צו פראפעססאר חילי
אדער אפשר ק נ א וועטער

די צוויי וועגן האט מען פריער אויסגעשמועסט. די צווייטע איז מיין ערשטע מאפע, און די אנדערע איז וואס אלד האט געברענגט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אבער ווי אזוי ליינט דעם COMPASS ?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קיקיון האט געשריבן: אבער ווי אזוי ליינט דעם COMPASS ?

א קומפוס ליינט אימער "גראד" 0 דעגריס. אויב איז 90 דעגריס מזרח, איז 96 דעגריס אביסל צו דרום.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

זיך דערמאנט פון דעם באמבע איינפאל
פארוואס איז עס מער נישט דא?
וואס קענען זענען זיין די חסרונות?
בילד
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

די צוויי אויבנדערמאנטע בילדער איז פשוט צו פארשטיין דעם שו"ע הרב,


אויב די וועלט וואלט ווען געווען גראד, וואלטן מיר געדארפט דאווענען צו מזרחית דרומית, היות די וועלט איז רינדעכיג (חזקי' איז דא?) דארף מען דאווענען מזרחית צפונית,

און דאס איז לכאורה פשט אין שו"ע הרב, לכתחילה איז מסכים?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

וואס איז פשט אין סוואן לעיק שול אינעם אלטן שול איז מזרח אויף איין זייט אבער אין דעם ציגעבויטען שטיבל איז עס אויף א אנדערע זייט ( צפון פון דעם אלטן שול) ?
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

shalsheles האט געשריבן: וואס איז פשט אין סוואן לעיק שול אינעם אלטן שול איז מזרח אויף איין זייט אבער אין דעם ציגעבויטען שטיבל איז עס אויף א אנדערע זייט ( צפון פון דעם אלטן שול) ?

איך ווייס נישט וויאזוי ס'איז אינעווייניג, אבער די פונקטליכע מזרח (כנגד ירושלים) איז שיף צום פאסט אפיס.
.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

זאכליך האט געשריבן: רוסלאנד איז זייער ברייט, מאסקעווע איז די מערסטע צו מעריב.

לויט די לינק וואס די האסט געשוקט איז ירושלים גלייך דרום פון מאסקעווע. ווילסט מיר זאגן אז די אידן אין מאסקעווע דאווענען צו דרום?

נישט נאר אין מאסקעווע דאווענט מען צו דרום, נאר אין אפאר געגענטער אין ירושלים דאווענט מען אויך צו דרום.

אין ירושלים זענען די בתי מדרשים אויסגעשטעלט די מערסטע וואס איז שייך לכיוון מקום המקדש, א דוגמא - ערלוי אין קטמון געגענט איז מכוון ממש צו מזרח און וויזניץ מאור חיים אין סנהדריה געגענט איז מכוון ממש צו דרום, ווידער ביהמ"ד הגדול בעלזא אין קרית בעלזא איז מכוון צו דרום-מזרח, וכן הלאה.

אזוי אויך אין גליל און אין די גולן הויכן און אזוי אויך אין שומרון - דאווענט מען צו דרום, ווידער בני ברק און בית שמש און די שטעט אינצווישן - דאווענען מער צו מזרח, און אין חברון און אין באר שבע - דאווענט מען גאר צו דרום, וכן הלאה.

די כלל איז אז מ'דאווענט צו ירושלים (אדער אין ירושלים צום מקום המקדש) און לאו דווקא צו מזרח.

נאר אין ניו יארק למשל איז א מחלוקת צו מ'דאווענט אין ריכטונג פונעם קורצסטן וועג צו ירושלים - וואס דאס קומט אויס צפון-מזרח גענויגט, אדער אין ריכטונג צו ירושלים ווי א גראדע ליניע אויף א פלאכע מאפע - וואס דאס קומט אויס מזרח א טראפ גענויגט אויף דרום, און יעדע ווייטע פלאץ קען אריינגיין אין דעם מחלוקת.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

אין גמרא מס׳ ברכות (כ׳דענק נישט יעצט וועלכע דף) זעהט מען אין בבל וואס איז מזרח צו ארץ ישראל האט מען געדאווענט מיטן פנים צו מערב.

אין מירון האב איך באמערקט אז מ׳דאווענט דארט צו דרום ווייל ס׳איז צפון פון ירושלים.

מיט עטליכע יאר צוריק האב איך געזעהן א קונטרס פון ר׳ אברהם אלימלך ווייס פון קרית יואל. ווי ער רעדט שטארק ארום וויאזוי מ׳דארף צו שטיין ביי שמו״ע קעגן ארץ ישראל.
ס׳איז אזוי @אלד_וויליאמסבורג זאגט, וויבאלד די וועלט איז רינדעכיג און נישט פלאך דארף מען אין ניו יארק דאווענען אביסל צו צפון.

כ׳וועל עס פרובירן מסביר צו זיין:
ווען מיר זעהן א ׳וואנט מאפע׳ און מיר וועל צוען א גלייכע שטריך פון ניו יארק צו ארץ ישראל וועט טאקע אויסקומען אז מיר דארפן דאווענען צו מזרח אביסל גענויגט צו דרום.
דאס איז אבער נישט ריכטיג, ווייל די וועלט איז דאך רינדעכיג און ווען מ׳עפענט עס אויף אז ס׳זאל זיין א ׳וואנט מאפע׳ ווערט עס צוצויגן און ס׳איז נישט אקורט.
ווען מ׳זאל עפענען א די מאפע אויף א וועג אז די נארפאול זאל זיין אינדערמיט און מזרח אויבן און מערב אינטן, וועט מען זעהן די וועלט אונגאנצן אנדערש.

די רעכטיגע וועג איז צו ניצן א גלאוב און א גלייכע שטריך פון ניו יארק צו ארץ ישראל. אויף א ׳וואנט מאפע׳ וועט עס טאקע אויסזעהן ווי א רינדעכיגע שטריך, אזי ווי אין די ביל וואס @אלד_וויליאמסבורג האט אראפגעברעגט. אבער ווען מ׳זאל עפענען א די מאפע אויף א וועג אז די נארפאול זאל זיין אינדערמיט און מזרח אויבן און מערב אינטן, וועט מען זעהן אז די שטריך איז גאר רינדעכיג אויף די פארקערטע וועג.

דאס איז אויך די סיבה ווען מ׳פארט קיין אייראפע אדער א״י וועט דער פליגער פארן רינדעכיג, קודם ארויף צו נארט און נאכדעם אראפ צו סאוט.
מענטשן מיינען אז די סיבה איז ווייל מ׳וויל פארן ווי נענטער צו יבשה, אבער דאס איז נישט ריכטיג. די סיבה איז ווייל דאס איז די שנעלסטע וועג, ווייל מ׳פארט אויף א גראדע שטריך לויטן גלאוב (נישט לויטן וואנט מאפע).
אטעטשמענטס
map.jpg
לעצט פארראכטן דורך אלף בית אום דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 12:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

אלף בית האט געשריבן: אין מירון האב איך באמערקט אז מ׳דאווענט דארט צו דרום ווייל ס׳איז צפון פון ירושלים.

נישט נאר מירון, נאר גאנץ גליל, אריינגערעכנט צפת און טבריה, חיפה איז שוין אביסל מער גענויגט צו מזרח אבער מער ווייניגער דרום.

אלף בית האט געשריבן: ס׳איז אזוי @אלד_וויליאמסבורג זאגט, וויבאלד די וועלט איז רינדעכיג און נישט פלאך דארף מען אין ניו יארק דאווענען אביסל צו דרום .

אביסל צו צפון מיינסטו, יא?
ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע:ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

אלף בית האט געשריבן: אין מירון האב איך באמערקט אז מ׳דאווענט דארט צו דרום ווייל ס׳איז צפון פון ירושלים.
שמעתי, אז די וואס ווייסן, איז טאקע ביי בואי בשלום, דרייעט מען זיך נישט אויס א 180 ענגל. נאר א 90 צו רעכטס, ווייל דארט איז מערב, און דערנאך ביי בואי כלה, דרייט מען זיך א 180 צו מזרח, און דערנאך איז מען ממשיך די דאווענען צוריק א 90 רעכטס צו דרום...
לעצט פארראכטן דורך ערנסט גערעדט אום דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 12:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”