די מעשה פון פורים אויף גראם (2)

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

די מעשה פון פורים אויף גראם (2)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אזוי ווי פארשפראכען האב איך בעזה"י נאכאמאל אפגעשריבען די געשיכטע פונעם מגילה אין גראם. ליינטס און האטס הנאה.

קאפיטעל א'
אנעים זמירות ושירים
לכבוד דעם הייליגען פורים
פארציילען די געשיכטע פונעם מגילה

צו לויבען דעם נורא ואיום
אשר הניא עצת גוים
ווי חז"ל זאגען קריאתה זו הילולה

אוי...
אחשורוש וויל ווייזען, בהראותו את עושר
בשנת שלוש למלכו געוועהן א שעת הכושר
מרדכי שרייט, יודען האטס רחמנות
גייטס נישט אהין ווייל ס'ז גרויסע סכנות
צו עסען מיט א גוי אין איין טאפ

אוי...
אבער אפילו בהסתרה כביכול זיין אהבה מודיע
ביום השביעי שוין צוגעגרייט די ישועה
ושתי זאל קומען אזוי אומאיידעל
אבער זי האט באקומען א קרעציגע וויידעל
המן שריי אראפ מיטען קאפ

* * * *

קאפיטעל ב'
ויפקד המלך פקידים
עקודים נקודים ברודים
אלע מיאוס'ע מוידען קומען זיך צונויף (צונאף)

פון אלע וואס טוהן זיך שטעלען
בלויז אסתר טוט געפעלען
ותיטב הנערה בעיניו ותשא חסד לפניו

אוי...
אחשורוש פאררופט ווידער גרויסע ביילען
אבער אסתר המלכה וויל נישט פארציילען
בגתן ותרש ערפונדען א נייע געטראנק
קאבערנעי סאביניאן געמישט מיט שלאנג
דער וויין 'דיילוטען' זיי מיט גיפט

אוי...
מרדכי מיושבי לשכת הגזית
ער כאפט אויף פונטקליך זייערע העזות
ער פארציילט פאר אסתר גענוי אזוי
און זי זאגט נאך בשם אומרו
פארען ספר הזכרונות א קלארע שריפט

* * * *

קאפיטעל ג'
אחר הדברים טאקע
ווייל רפואה קודם למכה
שווארצע וואלקענעס האבען זיך באוויזען

עס בלאזט א בייזע ווינט
גדל המלך דעם גרויסען הונט
און פאלען כורעים וועט יעדער פאר איהם מוזען

אוי...
אוי...
המן הרשע דער גרויסע איבעלטעטער
ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה זעהט ער
ויבז בעיניו לשלוח יד
נאר דער גאנצע וועלט וויל ער מאכען באנקראט
אויף י"ג אדר דער גורל געפאלען

אוי...
ישנו עם אחד מפוזר ומפורד
אין די דתי המלך זענען זיי מורד
ער פארשפרעכט עשרת אלפים ככר
אחשורוש זאגט דאס איז נישט דער עיקר
נא'דיר דעם רינגעל ותשלים כל משאלין

* * * *

קאפיטעל ד'
פון הימעל איז מען מרדכי'ן מודיע
ער שרייט און רייסט קריעה
וויינט אין אלע גאסען, ממש פחדים

אסתר המלכה אזוי צובראכען
שיקט רופען דעם התך'ן
אבער מרדכי אנטזאגט זיך פון נעמען די בגדים

אוי...
אסתר המלכה מוז אריינגיין מיט א שליחות
נישט בחנם ביזטו א מיוחס
און כאטש עס דראעט מיטען טויט
אבער יעצט איז גאר א פאל פון נויט
אסתר נעמט אהן זיין פלאן

אוי...
זי לייגט אבער צו קודם א תנאי
לך כנוס היהודים וצומו עלי
אל תאכלו ואל תשתו, א דבר ברור
נישט קיין מצה, נישט קיין מרור
אזוי וועל איך קענען גיין אריין

* * * *

קאפיטעל ה'
ווי פארכטיג איז דער מראה
נאך דריי טעג בקדושה ובטהרה
זי שפאצירט צום קעניג מיט ציטערדיגע טריט

מיט רוח הקודש איינגעהילט
אחשורוש וויל ווערען ווילד
אבער דער מלאך געבט איהם א זעץ און ציהט אויס דעם ריט

אוי...
מה שאלתך וועט מען זיין מקיים
יבוא המלך והמן היום
ביים סעודה ווידער די זעלבע שאלה
מארגען וועל איך זיין מגלה
פאר אחשורוש איז דאס א גוטע רייץ

אוי...
מרדכי הייבט אויף פאר המן זיין שיך
המן הרשע ווערט אויסער זיך
זרש אשתו מיט איהר פיצעלע מוח
הייסט מאכען א תליה גאר הויעך
ויטב הדבר ויעש העץ

* * * *

קאפיטעל ו'

אחשורוש שנארכעצט אזוי ביליג
ער טראסקעט אראפ אומוויליג
דער מלאך שמייסט אריין מיט כח

ער בעט זיך ווי א תמים
ברענגטס דעם ספר הזכרונות דברי הימים
פון זיך אליין ליינט זיך עס אויס הויעך

אוי...
ווער געפונט אין חצר יעצט אזוי פריש
ער פרעגט המנ'ן מה לעשות באיש
און דאס אלעס טוה פאר מרדכי'ן אצינד
המן וויינט ווי א קליין קינד
אחשורוש זאגט איך האב דיך אין בוידעם

אוי...
א שערער און בעדער איז ער געוועהן אפילו
מרדכי דערלאנגט איהם א שטויס אין מגילה
זיין טאכטער האט זיך אויף איהם באמייכענט
זרש מיט די יועצים האבען פארצייכענט
נפל תפול לפניו עודם

* * * *

קאפיטעל ז'
נאך מיט קליידער אינגאנצען פארשמירט
ווי א בר מינן געפירט
קום צו אסתר'ס סעודה, יעדער איינער ווארט

אחשורוש פרעגט ווידעראמאל
זי זאגט, איך בין א בת ישראל
מגלה זיין מיין יחוס איז יעצט דער צייט

אוי...
איך האב דיר געלאדענט, לטובה כונתי
נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי
איהר קול, די טרערען טוהן דערשטיקען
ווייל דער צורר המן וויל אונז פארצוקען
א יודענריינע וועלט צו עררייכען

אוי...
אחשורוש לויפט כאפען א ציגארעטל
המן פאלט אויף אסתר המלכה'ס בעטעל
דער קעניג זעהט און ס'ווערט איהם נישט גוט
עמי בבית נעמסטו שריט
ארויף על העץ אשר הכין

* * * *

קאפיטעל ח'
אסתר פאלט איהם צו די פיס
דער מצב איז נאך ווייט פון זיס
די אלטע בריעף זענען נאך פארשפרייט

אויף אלע וואטסעפס און אויף טוויטער
פאר יודען צו מאכען ביטער
אויף י"ג אדר זיך צו מאכען גרייט

אוי...
המן מיט זיינע בריעף געוועהן אן אנשרעקער
אבער אין דעם פאלשע פסק וועט מען מאכען א היכר
אנשטאט ווי פריער להיות עתודים
וועט מען שרייבען להיות היהודים
עתודים להנקם מאויביהם

אוי...
די נייע בריעף מיט די נייע סעיפים
שנעל געשווינד, הרצים יצאו דחופים
ומרדכי יצא בלבוש מלכות
קעניגליכע קליידער אזאנס און אזאלכעס
אלע יודען טרונקען לחיים

* * * *

קאפיטעל ט'
די הרגשים זענען עולה על הגודש
ווען עס דערנענטערט זיך דעם חודש
ווען די גוים האבען געוואלט יודען פלאגען

זייערע פלענער צושטערט
ונהפוך הוא אומגעקערט
פאר די יודען שמחה, פאר די שונאים יגון

אוי...
נקהלו היהודים בעריהם
ונוח מאויביהם והרוג בשונאיהם
פינעף און זיבעציג טויזענט אנטיסעמיטען
גע'הרג'עט, צוקלאפט און פארשניטען
מיתות משונות מיט גרויסע יסורים

אוי...
אסתר מיט אחשורוש ווידער א משא ומתן
אלע צעהן קינדער קומען אהן צום טאטען
יודען טאנצען אין אלע גאסען
אויך די קומענדיגע דורות נישט פארפאסען
נאר קימו עליהם לעשות פורים

* * * *

קאפיטעל י'
כאטש די גוים פול מיט האס
וישם המלך מס
דער וועלט פירט זיך ווייטער כמנהגו

נאר פאר יודען א זכר געבליבען
ווי אין די פערסישע ביכער פארשריבען
כל מעשה תקפו וגבורתו

אוי...
כי מרדכי היהודי משנה למלך
אבער פארט אינזינען יעדע יוד פערזענליך
דורש טוב לעמו
ודובר שלום לכל זרעו
אין אלע דורות איז די כונה

מי שעשה נסים לאבותינו
בימים ההם אויך בזמננו
וועט ווייטער שענקען דעם יוצר כל יצורים
אלע השפעות פונעם יו"ט פורים
לשמוח בכל שנה ושנה
אטעטשמענטס
פורים תשעה.pdf
(145.93 KiB) געווארן דאונלאודעד 148 מאל
לעצט פארראכטן דורך אנעים זמירות אום מאנטאג מארטש 02, 2015 11:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7083
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

מיט וועלכע ניגון? כ'קען עס נישט געהעריג ליינען טרוקן
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

איך ווייס נישט וויאזוי מסביר צו זיין דעם ניגון. מען פלעגט עס נוצען אפטמאל שושן פורים אין סאטמאר אין די אמאליגע יארען ביי די שפילען (למשל ווען די אקטיארען פלעגען זיך אינטראדוסען ווער זיי זענען).
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3950
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

פיינע שורות
האט אנעים זמירות
דא געלייגט
תוכן פולע
די גאנצע מגילה
נאכאמאל געצייגט
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער זייער שיין ליינט זיך געשמאק און גרינג אן קיין געדרייטע געקינצעלטע ווערטער.
(חוץ איינס)
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

גאר שיין גאר גוט, מיט א וואויסנאוט פון דיר וואלט נאך בעסער געווען.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28543
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גאר געשמאק און פריש
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8149
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

העכסט שיין! מיט א זיסן טוויסט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ווישוואש האט געשריבן: מיט וועלכע ניגון? כ'קען עס נישט געהעריג ליינען טרוקן

שמעתי אומרים אז אין די קורצע קולמע אינטערוויוס פון היינט וועט מען ארויפברענגען א באקאנטע בדחן וועלכע וועט זינגען די גראמען.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
א גוט מארגן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 07, 2015 11:35 pm
לאקאציע:אויפן האריזאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט מארגן »

אנעים זמירות האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן: מיט וועלכע ניגון? כ'קען עס נישט געהעריג ליינען טרוקן

שמעתי אומרים אז אין די קורצע קולמע אינטערוויוס פון היינט וועט מען ארויפברענגען א באקאנטע בדחן וועלכע וועט זינגען די גראמען.

האב איך אויסגעהערט דעם אינטערוויו און געהערט וויאזוי ער זינגט עס און מיר דאכט זיך אז עס איז די זעלבע ניגון וואס יונתן שווארץ זינגט זיין ניגון "ברוך השם" אויפן סידי "א גוטע ניגון"
אודה לקל לבב חוקר ברן יחד כוכבי בוקר
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32712
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שוין לאנג נישט געהעריג באזוכט דא, ב"ה כאב אנגעטראפן דעם זאפטיגן שטיקל אנעימ'ל... סיז זייער שיין אויסגעלייגט, גראמט גוט, הערליך!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

יעפ, געהערט אויף קולמע! הערליך שיין!!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
getchizuk
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 8:26 pm

Re: די מעשה פון פורים אויף גראם (2)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך getchizuk »

יהלל פי שפתי רננות, פרישע גראמען פרישע בדחנות, אחשורוש נישט דער גרעסטער גאון-איז

בהראותו זיין פזרנות, א משתה אן תקנות, ושתי טרייבט פון אים ליצנות

מרדכי פארציילט פאר אסתר בנאמנות, בגתן ותרש'ס שלימזלנות, בספר זכרונות פארשריבן זיין עסקנות

המן הרשע פאדערט שוואנצנות, מרדכי הצדיק מיט עקשנות, להשמיד להרוג בנים ובנות

אסתר המלכה איז גוזר תענית, מרדכי דאווענט מיט גרויס כוונות, לערנט מיט קינדער עומר קרבנות

המן באוואשן געווארן מיט הכנות, אסתר בעט זיך אויף רחמנות, פאר מיין פאלק גרויסע סכנות

להשיב הספרים איך מאן-עס, פון די שונאים געמאכט חורבנות, שושן הבירה געווארן ווי חאן יוניס

פאר אונז פורים אור הגנוז, מקרא מגילה און מתנות, משתה ושמחה און משלוח מנות.
אוועטאר
גאר.געשמאק
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 7:08 pm
לאקאציע:הארי הררט

Re: די מעשה פון פורים אויף גראם (2)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר.געשמאק »

Wow wow
הערליך שיין פיין
קלאסישע גראמען הערליך!!!

סייג לכחמה שתיקה!!!
מלה בסלע משתוקא בתרין!!!
אמור מעט ועשה הרבה!!!
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: די מעשה פון פורים אויף גראם (2)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

getchizuk האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 7:31 am
יהלל פי שפתי רננות, פרישע גראמען פרישע בדחנות, אחשורוש נישט דער גרעסטער גאון-איז

בהראותו זיין פזרנות, א משתה אן תקנות, ושתי טרייבט פון אים ליצנות

מרדכי פארציילט פאר אסתר בנאמנות, בגתן ותרש'ס שלימזלנות, בספר זכרונות פארשריבן זיין עסקנות

המן הרשע פאדערט שוואנצנות, מרדכי הצדיק מיט עקשנות, להשמיד להרוג בנים ובנות

אסתר המלכה איז גוזר תענית, מרדכי דאווענט מיט גרויס כוונות, לערנט מיט קינדער עומר קרבנות

המן באוואשן געווארן מיט הכנות, אסתר בעט זיך אויף רחמנות, פאר מיין פאלק גרויסע סכנות

להשיב הספרים איך מאן-עס, פון די שונאים געמאכט חורבנות, שושן הבירה געווארן ווי חאן יוניס

פאר אונז פורים אור הגנוז, מקרא מגילה און מתנות, משתה ושמחה און משלוח מנות.
ספיציעלע לייק פאר כאן יוניס
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1472
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: די מעשה פון פורים אויף גראם (2)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

מהאט געברענגט יעצט אין היימישן קרעטשמע טעלעפאן ליין א שיינע מגילה אויף גראם,
די גאנצע אויף איין גראם - Xירן (אפאלירן, אינטערסירן, בויקאטירן, פרעזענטירן, ארענג'ירן, שפירן, רעספעקטירן, פאנטאזירן, און אזוי וייטערירן...)

(א'נס אז מהאט עס נישט געזינגען אינדערהיים, וייל קינער וואלט נישט פארשטאנען האלב פון די ווערטער... אייער אידיש אין אמריקע ווערט מער און מער "יידישע ענגליש"...
ברייטע טירן
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 09, 2022 2:15 am

Re: די מעשה פון פורים אויף גראם (2)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייטע טירן »

אמונה פשוטה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 5:51 pm

מיינסט דאס?
https://drive.google.com/file/d/1qOzlOk ... sp=sharing
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1472
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: די מעשה פון פורים אויף גראם (2)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

ברייטע טירן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 6:23 pm
אמונה פשוטה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 5:51 pm
מהאט געברענגט יעצט אין היימישן קרעטשמע טעלעפאן ליין א שיינע מגילה אויף גראם,
די גאנצע אויף איין גראם - Xירן (אפאלירן, אינטערסירן, בויקאטירן, פרעזענטירן, ארענג'ירן, שפירן, רעספעקטירן, פאנטאזירן, און אזוי וייטערירן...)

(א'נס אז מהאט עס נישט געזינגען אינדערהיים, וייל קינער וואלט נישט פארשטאנען האלב פון די ווערטער... אייער אידיש אין אמריקע ווערט מער און מער "יידישע ענגליש"...
מיינסט דאס?
https://drive.google.com/file/d/1qOzlOk ... sp=sharing
יאפ.

ווער און ווי?
ברייטע טירן
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 09, 2022 2:15 am

Re: די מעשה פון פורים אויף גראם (2)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייטע טירן »

אמונה פשוטה האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 3:58 am
ברייטע טירן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 6:23 pm
אמונה פשוטה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 5:51 pm
מהאט געברענגט יעצט אין היימישן קרעטשמע טעלעפאן ליין א שיינע מגילה אויף גראם,
די גאנצע אויף איין גראם - Xירן (אפאלירן, אינטערסירן, בויקאטירן, פרעזענטירן, ארענג'ירן, שפירן, רעספעקטירן, פאנטאזירן, און אזוי וייטערירן...)

(א'נס אז מהאט עס נישט געזינגען אינדערהיים, וייל קינער וואלט נישט פארשטאנען האלב פון די ווערטער... אייער אידיש אין אמריקע ווערט מער און מער "יידישע ענגליש"...
מיינסט דאס?
https://drive.google.com/file/d/1qOzlOk ... sp=sharing
יאפ.

ווער און ווי?
דער יונגערמאן הייסט לייביש שטויבער, ס'קומט פון ביהמ"ד קשאנוב אין וומב"ס.
אוועטאר
מיין טאגליכע
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2023 7:43 pm

Re: די מעשה פון פורים אויף גראם (2)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין טאגליכע »

ברייטע טירן האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 30, 2024 11:20 pm
אמונה פשוטה האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 3:58 am
ברייטע טירן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 6:23 pm
אמונה פשוטה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 5:51 pm
מהאט געברענגט יעצט אין היימישן קרעטשמע טעלעפאן ליין א שיינע מגילה אויף גראם,
די גאנצע אויף איין גראם - Xירן (אפאלירן, אינטערסירן, בויקאטירן, פרעזענטירן, ארענג'ירן, שפירן, רעספעקטירן, פאנטאזירן, און אזוי וייטערירן...)

(א'נס אז מהאט עס נישט געזינגען אינדערהיים, וייל קינער וואלט נישט פארשטאנען האלב פון די ווערטער... אייער אידיש אין אמריקע ווערט מער און מער "יידישע ענגליש"...
מיינסט דאס?
https://drive.google.com/file/d/1qOzlOk ... sp=sharing
יאפ.

ווער און ווי?
דער יונגערמאן הייסט לייביש שטויבער, ס'קומט פון ביהמ"ד קשאנוב אין וומב"ס.
Wow סאיז זייער שיין
דער עולם זאל געדענקן צו ציילן ספירה
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”