מדת העולם וגבולות אר"י - גיאוגרפיה

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

רב מיללר
א גרויסען ישר כח.
אוויא זרח האט געזאגט, 'עס גיט מוד און חיזוק'
the SCY is the limit
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ר' שמחה,
אייער פראגע איבער סוריע איז לכל הדיעות, אפגעזען וואו דער הר ההר איז. א חוץ לויט די דעה אז בימי דוד האט מען טאקע כובש געווען עד הר ההר.
*
דער חידוש איבער טערקיי איז טאקע א חידוש כשלעצמו, אבער אפי' לויטן תבואות הארץ אז ס'איז אין טריפולי, איז דאס אויך גענוג חידוש.
*
איבער נחל מצרים איז אזוי. פאוואליע, פאוואליע, איך וואחנדער נאך צווישן איסטמבול און תל אביב... און איר ווילט מיך שוין פארווארפן קיין פיתום ורעמסס ואלכסנדרי' של מצרים...
עם כל זה, צוויי קליינע הערות: 1] דער מזרחי דארט שרייבט דאך קלאר אז נחל מצרים היינו נילוס, כלומר ער זאגט קלאר זיין דעה ושיטה. 2] איינער דארט באצייכנט דעם נחל מצרים אלס 'דלתות נילוס', מה זה?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

להתוודע ולהגלות, לזארעך ולר' שמחה (ואין מוקדם ומאוחר, הניקס לפי סדר הא"ב), אז איך האב אויסטערליש הנאה פון דעם שמועס, זייענדיג א ליבהאבער פון די ענינים (צו פויל אבער זיך אליינס אריינצולאזן דערין).

זארעך, ווען דו קומסט אן קיין אור כשדים רוף מיך... עס איז דא א שטעטל אין דרום איראק וואס רופט זיך "אור" און עס איז מקובל אז דארט איז געווען די זריקה לתוך כבשן האש.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זארעכפעפער האט געשריבן: אייער פראגע איבער סוריע איז לכל הדיעות, אפגעזען וואו דער הר ההר איז. א חוץ לויט די דעה אז בימי דוד האט מען טאקע כובש געווען עד הר ההר.
מיינסט אפשר זאגען מען האט טאקע נישטכובש געווען?
זארעכפעפער האט געשריבן: דער חידוש איבער טערקיי איז טאקע א חידוש כשלעצמו, אבער אפי' לויטן תבואות הארץ אז ס'איז אין טריפולי, איז דאס אויך גענוג חידוש..
דער עיקר חידוש דא איז, אז עס איז א נייער פליאה'דיקע ידועה וואס מעהאט נישט געוויסט ביז היינט,
און מען איז אויפגעוואקסען מיט א מצימצום'דיקע פארשטאנד וויא די תורה מיט מציאת זענען נישט קיין סתירה.
ווען מעהאט מיט אינז געלערענט און חדר פרשת מסעי, איז אמאל בייגעפאלען פאר א מלמד ארויסצינעמען א היינטיגען
מאפע און ווייזען?.. ניין! מעהאט מיט אינז געלערענט און אלעס איז געווען אבסטרעקט.
עס איז שוין געווען נאך מיין חתונה ווען איך האב מיך אביסעל מער אריינגעלייגט און נביאים ראשונים, עט ליסט צי וויסען אינזער רייכען היסטאריע

(אנטשולדיג פאר פארקריכען פינעם נושא)
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קרעמער האט געשריבן: ... עס איז דא א שטעטל אין דרום איראק וואס רופט זיך "אור" און עס איז מקובל אז דארט איז געווען די זריקה לתוך כבשן האש.
און דעם איז אויך דא א גרויסע פארפלאנטערטע דיון אויב דער 'אור' איז טאקע וויא עס איז געווען דער זריקה לתוך כבשן האש
the SCY is the limit
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ר' שמחה, לא זכיתי להבין.
אויב נעמען מיר אן אז דוד האט פארענדיגט דעם כיבוש און טאקע ביז הר ההור, דאן וואס איז דער פראבלעם? און טאקע מהאי טעמא איז דאס א כיבוש יחיד, ווייל ס'נישט פון די גבולי התורה.

אגב, הא לך לשון התבואות הארץ:
ואוכיח לקמן בפירושי גבולי פרשת אלה מסעי שלא כבש יהושע כל חלק הארץ בתוך גבולים אלה, ונשארו חבלים וערים שלא כבש, כי לא כבש כ"א עד לבא חמת וצידון רבה, ומשם עד הר ההר, שהוא סוף הגבול הצפוני, נשאר בלא כבוש אף שהוא בתוך גבולים הנזכרים בפרשת א"מ, ולא ישבו בני ישראל בימים ההם כ"א עד גבול צדון רבה, ולאחר זמן התפשטו והגיעו עד הר ההר. ועם כל זה בכלל כבוש יהושע נקראת, אף שלא כבשה יהושע, מאחר שהיא בתוך הגבולים הנזכרים בגבולי התורה.

***
יא, יא, אזוי ווי איר זאגט. און נישט נאר אין פרשת מסעי (וועלכער פאלט געווענדליך אויס אין די פארשטיקטע זומער טעג, צווישן די ביימער און וועלדער פון אפסטעיט ניו יארק), נאר אפילו אין פרשת לך וואו די תורה דערציילט אונז דעם הלוך ונוסע הנגבה פון אברהם אבינו, האבן אונזערע מלמדים אויך קיינמאל נישט געשפירט פאר וויכטיג אויסצושפרייטן א מפה ושמלה אויפן טיש דאס צו ערקלערן כדי הצורך. גיי ווייס פארוואס יעקב'ס סולם האט יא זוכה געווען צו צייכענונגען און דרואינגס שוין מדור דור...
גראדע היינט צוטאגס זענען שוין אין די קינדער חומשים אריינגעדריקט מאפעס און צייכענונגען איבער די ענינים.

איך האב אויך נאך די חתונה א תקופה געלערנט נ"ך. בעיקר נביאים ראשונים ביז נאך מלכים ב', ווען ביינעזאם האב איך אויך כולל געווען דעם דברי הימים.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זארעכפעפער האט געשריבן: ר' שמחה, לא זכיתי להבין.
אויב נעמען מיר אן אז דוד האט פארענדיגט דעם כיבוש און טאקע ביז הר ההור, דאן וואס איז דער פראבלעם? און טאקע מהאי טעמא איז דאס א כיבוש יחיד, ווייל ס'נישט פון די גבולי התורה.

אגב, הא לך לשון התבואות הארץ:
ואוכיח לקמן בפירושי גבולי פרשת אלה מסעי שלא כבש יהושע כל חלק הארץ בתוך גבולים אלה, ונשארו חבלים וערים שלא כבש, כי לא כבש כ"א עד לבא חמת וצידון רבה, ומשם עד הר ההר, שהוא סוף הגבול הצפוני, נשאר בלא כבוש אף שהוא בתוך גבולים הנזכרים בפרשת א"מ, ולא ישבו בני ישראל בימים ההם כ"א עד גבול צדון רבה, ולאחר זמן התפשטו והגיעו עד הר ההר. ועם כל זה בכלל כבוש יהושע נקראת, אף שלא כבשה יהושע, מאחר שהיא בתוך הגבולים הנזכרים בגבולי התורה.

***
איך רעדט וועגען די טענה קעגען דוד המלך אז ער איז געגאגען קיין סיריא איידער ער האט געפארטיגט
מיט די גבולי תורה. וואס, עס קלינגט מיר עפעס אין קאף אז, איבער דעם הייסט עס כיבוש יחיד און עס האט אנדערע דינים לגבי תרומות ומעשרות,
ווען ער וואל געפארטיגט מיט די גבולי תורה, וואלט עס נישט געהייסען כיבוש יחיד, און עס וואלט געהאט א דין ווי א"י ממש לגבי
תרומות ומעשרות. (אזוי פארשטיי איך דער ענין. קארעקט מי איף איים ראנג)

לכאורה, לויטען תבואות הארץ האט ער דאך יא איינגנומען אלס.
the SCY is the limit
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ר' שמחה,
ס'איז א מחלוקה פון רש"י און תוספות, אין אנפאנג גיטין, וואס ס'הייסט כיבוש יחיד. רש"י לערנט אז א כיבוש שלא כיבשו כל ישראל ביחד, הייסט א כיבוש יחיד. תוספ' לערנט דאס וואס איר ברענגט, אז וויבאלד ס'נאך נישט נגמר געווארן די כיבושים פון פסוק, טא וואס איז ער געלאפן קיין סורי'? און דעריבער הייסט דאס כיבוש יחיד.

לפי שיטת התוספות נמצא, אז לויט די דעה אז בימי דוד איז מען אנגעקומען כובש צו זיין ביזן הר ההר, קומט אויס אז על אף וואס שפעטער האט מען דאס באזעצט עם כל זה ווערט נישט דער כיבוש סורי' צוריק אויף למפרע א כיבוש רבים, און ס'בלייבט א כיבוש יחיד, וויבאלד דער עצם כיבוש האט פאסירט בו בזמן וואס די כיבושי התורה עדיין לא נגמרו.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שעכוח הרב זרח פאר אהער ברענגען דעם תוס' וואס איך האב געדענקט וואס ער זאגט אבער איך האב נישט געדענקט ווערעס זאג עס.

און מעט מיזען זאגען אוויא די זאגט לגבי גיין אויף סיריא איידער מעפארטיגט מיטען כיבוש פון פסוק. אפילו שפעטער ענדיקט מען יא.

אז איך וועל האבען א געלעגענהייט דעם קומענדיגן שבת, עלעך בל"נ נאכאמאל איבערקוקען דעם תבואות הארץ
צי זעהן אויב ער ערווענט נישט מיין הערה.
איך וועל אויך בל"נ קוקען און כפתור ופרח אויב ער רעדט נישט דערפון
the SCY is the limit
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

כמוני כמוך ר' שמחה. ס'קומט א לאנגער שבת ויום טוב, און ווי געזאגט פלאנט מען ביי די פעפער פאמיליע צו לערנען דעם שבועות די סוגיא פון גבולי ארץ ישראל (כ'על איבער'חזר'ן מיין קרעפל פשעטל נאך שבועות דא אין בית המדרש...). פארשטייט זיך אויב איך וועל האבן עפעס צו פרעגן אדער מעיר זיין, וועל איך בלי נדר אריינפאלן דא מארגן און ערב יום טוב זיך צו לאזן הערן איבער די ענינים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כ' ביי מיר ווי פריער געשריבן עטליכע מראה מקומות פון ש"ס איבער גיאגראפיע, כהאב עס שוין כמה פעמים געוואלט אהער ברענגען און מסדר זיין, אבער כ'זעה אז סשלעפט זיך, און זארעך דארף מראה מקומות פאר זיין קרעמפ-פשעטל וועל איך בלויז שרייבן די מראה מקומות וואס כ'האב אנגעצייכענט און אפשר יבוא יומו און כ'עלעס מעתיק זיין געהעריג מיט אלע פיטשעוועקס. אולי ירחם...

ווי ר' שמחה האט ערווענט איז אנפאנג גיטין די ברייטע סוגיא וואס עס הייסט מדינת הים, דאס איז אויף דף ב' און אויף דף ח'

עירובין דף כ"ב ע"ב

דאס איז איבער די גבולות

און די קומענדיגע איז בכלל געאגרעפי
סנהדרין פ"ו ע"א די זעלבע זאך אין זבחים נ"ד ע"ב
מגילה דף ז'
מכות דף ד' ע"א
בכורות נ"ה
ראש השנה כ"ג
שמות רבה כ"ד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35603
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

scy4851 האט געשריבן: דער בילד וואס עס איז געדריקט און מזרחי אויף די רש"יס און פרשת מסעי ביי די גבולי א"י.
עס איז שווער צי מאכען סענס פון יענעם בילד


דער לבוש אויפן פלאץ זאגט שוין דאס אז די מאפע וואס איז געדרוקט איז פארגרייזט.
דאס איז די מאפע געדרוקט אין מזרחי דפוס שנ"ה,
נאר צוליעב דעם האב איך בכלל געזוכט דעם דפוס ישן.
אטעטשמענטס
ram 355 map.jpg
ram 355 map.jpg (103.42 KiB) געזען 2629 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35603
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאס איז די מאפע געדרוקט אין די אלטע מזרחי דפוס ווארשא תרכ"ב הנפוץ בינינו - אין די גאר נייע איז נישט אריין געדרוקט קיין מאפע בכלל.
אטעטשמענטס
ram map.jpg
ram map.jpg (72.01 KiB) געזען 2631 מאל
לעצט פארראכטן דורך farshlufen אום מיטוואך יוני 11, 2008 1:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35603
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער לבוש אין פרשת מסעי:
אטעטשמענטס
levish2.jpg
levish2.jpg (94.48 KiB) געזען 2626 מאל
levish1.jpg
levish1.jpg (69.71 KiB) געזען 2626 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ישר כח ר' פארשלאפען פאר אהער שטעלען דער בילד.
איך האב פשוט נישט געהאט געדולד אריינסקענען און שטעלען.
the SCY is the limit
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ר' שמחה,
מיר האבן גאנץ געטראפן קלארע דיבורים אין יעב"ץ, בספרו מור וקציעה סי' ש"ו, בענין גדר ישוב א"י, באמצע דבריו. וזל"ק:
אכן, עם כל זה פשיטא לי דלאו בכלל ארץ ישראל נינהו האידנא. דהא בהדיא אמרו כל שהראהו הקבה למשה חייב במעשר, לאפוקי קיני קנזי קדמוני (עמ"ש שם בחי' גמרא בס"ד. הרי שלא היה לאלו הארצות דין ארץ ישראל מעולם, ואין דינם אפי' ככבוש ראשון. והוא הדין לכל שאר ארצות בני כנען מה שלא כבשו ישראל כלל, עם היותן בכלל מתנות הארץ לאברהם אבינו לזרעו אחריו אחוזת עולם, כערקי וסיני כו'.

ובכלל כל ארץ הר הלבנון, גם צור וצידון, שלא באו לידי ישראל עולי מצרים ולא ביד עולי הגולה.

ומה שכתוב בשלמה: "אשר חשב לבנות ובלבנון?" ארץ ממשלתו היתה למס, לבנות שם ערים למצור בלבד, לא להרחיב גבול ישראל וישובם שמה.

תדע, שהרי אפילו צור וצידון הקרובים לארץ יותר מהר הלבנון, ודאי לא היו משועבדים לשלמה, כי הוצרך לבקש מחירם מלך צור לשלוח לו ארזים מלבנון בעזר צידונים, ונתן לו מכולת לביתו, גם נתן לו ערים בארץ הגליל. מכל זה יראה שלא היה עליהם ממשלה מוחלטת שלטת, אך היה נשמע אליו מלך צור וצידן לתת בקשתו ולעשות צרכי בנינו בשכר שלם, גם מחבה יתירה ומרצון ורוח נדיבה, לא מצד שום חיוב השתעבדות. זה מבואר. וכך מצינו בפירוש גם בתלמוד, שנתנו לצידון דין חוץ לארץ גמורה גם לענין טומאת ארץ העמים.

וכ"ש הארץ אשר אחריה לצפון, כעיר טריפולי וחברותיה; לודקיא; בארוט, שלא נגעה בהן יד ישראל בבית ראשון ובבית שני.

והוא מה ששנינו רפ"ו דשביעית: "מן הנהר ומאמנה ולחוץ נאכל ונעבד". וכן בגמרא דגטין, כל ששופע ויורד מטורי אמנום ולחוץ (הוא אמנה, הוא אמנום, הוא לבנון) נדונת כחוץ לארץ, וארץ העמים הוא לכל דבר, לא כארץ ישראל כלל וכלל, עד לעתיד שהתקיים המתנה בשלימות.

כי אם נחשוב לארץ ישראל לענין זה כל מה שהובטח לנו לעתיד, אם כן אפשר שימנו גם כל איי הים האמצעי כציפרוס, רודוס, קנדיא והרבה מהארציפלאגו, והמוריאה, מכלל ארץ ישראל (לפי דברי ר"י פ"ק דחולין, דאמר "כל שכנגד ארץ ישראל הרי הוא כארץ ישראל והגסין שבים רואין אותן כאילו חוט מתוך עליהן כו'"), שבגבול זה יכנסו בלי ספק כל האיים הגדולים הנ"ל שרחבם כרוחב ארץ ישראל, שהוא מן ל' עד ל"ה מעלות מקו השוה ברוחב הצפוני. גם הרבה מן האירופא, כמדינת שפאניא ופורטיגאל הדרומית. וכן הוא לדעת אחד מחז"ל שאספמיא (והיא שפאניא ודאי כנודע) מכלל עשרה עממין. וכן ייוחס אליה חלק רב מן האפריקא, ברבריא, מארוקא. גם ממצרים הצפונית תגבל בה, לפי אותה הוכחה העולה בידינו מכללו של ר' יהודה הנ"ל.


וואס מיר זעען פונעם יעב"ץ איז אזויפיל, אז אפילו לו יצוייר מיר זאלן אננעמען אז דער הר ההר איז די ערשטע אויבנדערמאנטע סטאנציע, זענען די אידן מעולם נישט אנגעקומען אהין, און אפי' יא נישט האבן זיי זיך נישט באזעצט דערין אלס א חלק נחלה מנחלת הארץ.

אויך זאגט ער קלאר, אז נישט נאר טערקיי איז נישט מחוייב במעשר נאר אפי' צידון, וועלכער איז דער נענסטער סטאנציע צו ארץ ישראל, איז אויך דינו כדין חו"ל.

ארויסצונעמען פון זיינע ווערטער פונקטליך וואו ס'איז דער הר ההר איז זייער שווער, אבער דאס זעט מדבריו אז ער האט געהאלטן קלאר אז דער בארג איז ערגעץ ארויף אין לבנון.

(איין קלייניקייט וואס איך וויל מדייק זיין מדבריו, אבער איך ווייס נישט צו איך בין ריכטיג. איז גאנץ לבנון א בארג? ס'הייסט ער רופט עס אן "כל ארץ הר הלבנון")
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ישר כח ר' זרח,
דער מור וקציעה פארענטפערט מיר עפעס וואס האט מיך געבאדערט.

איך האב און שטוב א קליין ספר 'חוג הארץ' דער מחבר איז ר' שלמה חלמהא זכר צדיק לברכה בעל 'מרכבת המשנה'.
דאס גאנצע ספר איז געווידמעט נאר אויף גבולת א"י מיט א מאפע בעצם כתב יד קדשו, וואס ווייזט אן פינטליך וויא א יעדער שבט האט געהאט זיין חלק.

עס איז אינטערעסאנט אז ער דערמאנט גארנישט אז דער שטח און לבנון זאל האבען געווארען גרעסער בימי דוד ושלמה.
זיין גבול גייט ביז צידון [פון ימי יהושע] און נישט ווייטער.

זעהט אויס אז דער בעל מרכבת המשנה איז געווען און די זעלבע שיטה אוויא דער יעב"ץ לגבי דעם גבול צפון.

[דער תבואות הארץ זעהט אויס האט נישט אזוי געהאלטען]

אופען מערב זייט און ארץ פלשטים, וויא מעהאט ערשט איינגענומען אשקלון אין עזה בימי השופטים און בימי דוד,
דאס ערווענט יא דער 'חוג הארץ'


ישר כח נאכאמאל פאר ברענגען דעם יעב"ץ
לעצט פארראכטן דורך scy4851 אום פרייטאג יוני 06, 2008 12:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
the SCY is the limit
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ר' שמחה, בשעת'ן זעהן דעם יעב"ץ האב איך זיך טאקע געווינדערט אויפן תבואות הארץ וויאזוי ער האט פארזען דעם יעב"ץ. אבער נאך מער פליאה איז מיר געווען אויף אים, אמער דער יעב"ץ האט גאנץ שטארקע ראיות הן פון די פסוקים, וואו מ'זעט אז שלמה המלך האט זיך געבעטן צום מלך צידון, והן מחז"ל אז מצידון ולהלאה האט מען קיינמאל נישט איינגענומען?

נאך א הערה נוספה וואס איך וויל ארויסנעמען פון יעב"ץ, אבער כ'ווייס נישט צי ס'איז ריכטיג, ובחלומי אדבר:

והוא, פון די ווערטער פון יעב"ץ וואס ער שרייבט דארט: "הר הלבנון וכו' הוא אמנה הוא אמנם הוא לבנון", קוקט עפעס אויס אז ער האט געהאלטן אז גאנץ לבנון איז א בארג און דער גרעניץ פון לבנון, ערגעץ פאר צידון, איז דער אנהויב פונעם בארג און נאר ביז דארט האבן די אידן איינגענומען. לפי דבריו וואלט איך ארויסגענומען אזוי: אז דער הר ההר דארף לפי חשבונו אויסקומען אינמיטן פון לבנון, ווייל אז גאנץ לבנון איז א בארג קומט דאך אויס אז דער הר ההר, וועלכער דארף זיין אינמיטן פונעם בארג - חודו של הר, דאס דארף צו דינען אלס דער גבול הצפוני. ואם כנים הדברים, דארף מען וויסן ביז וואו ס'איז געגאנגען דער גרעניץ פון לבנון (אפשר ביז וואו דער לבנון בארג האט זיך געענדיגט) און אויס חשבונ'ען וואו ס'איז אינדערמיט.

כאמור אבער, איז דאס בלויז א חלום שחלמתי בהקיץ און איך האב נישט קיין אנונג צי ס'איז אויסגעהאלטן לויט די מאפע. און אפילו יא, דארף דאס שטימען לפי דברי חכמינו ז"ל אויך, ואיני יודע - איך ווייס נישט!
*

איז דער 'חוג הארץ' צו באקומען אן ליין?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35603
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זארעכפעפער האט געשריבן: איז דער 'חוג הארץ' צו באקומען אן ליין?

איך האב שוין געזוכט אביסל, דערווייל האב איך נאך נישט געטראפן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זארעכפעפער האט געשריבן: נאך א הערה נוספה וואס איך וויל ארויסנעמען פון יעב"ץ, אבער כ'ווייס נישט צי ס'איז ריכטיג, ובחלומי אדבר:

והוא, פון די ווערטער פון יעב"ץ וואס ער שרייבט דארט: "הר הלבנון וכו' הוא אמנה הוא אמנם הוא לבנון", קוקט עפעס אויס אז ער האט געהאלטן אז גאנץ לבנון איז א בארג און דער גרעניץ פון לבנון, ערגעץ פאר צידון, איז דער אנהויב פונעם בארג און נאר ביז דארט האבן די אידן איינגענומען. לפי דבריו וואלט איך ארויסגענומען אזוי: אז דער הר ההר דארף לפי חשבונו אויסקומען אינמיטן פון לבנון, ווייל אז גאנץ לבנון איז א בארג קומט דאך אויס אז דער הר ההר, וועלכער דארף זיין אינמיטן פונעם בארג - חודו של הר, דאס דארף צו דינען אלס דער גבול הצפוני. ואם כנים הדברים, דארף מען וויסן ביז וואו ס'איז געגאנגען דער גרעניץ פון לבנון (אפשר ביז וואו דער לבנון בארג האט זיך געענדיגט) און אויס חשבונ'ען וואו ס'איז אינדערמיט.

דאס וואס די זאגסט אז דער הר ההר איז ערגעטץ און מיטען פון לבנון:
פונעם תבואות הארץ זעהט עפעס אויס אז עס איז נישט ממש אויפען ים התיכון.
און פון פסוק אליינס וואלט מען אויך געקענט אזוי זאגען, ווייל דער לשון הכתוב במדבר ל"ד פסוק ז'
וזה יהיה לכם גבול צפון מן הים הגדול תתאו לכםהר ההר

איז משמע אז הר ההר איז אביסעל אריינציר פונעם ים התיכון.
רש"י זאגט אבער דארט "שהוא במקצוע צפונית מערבית, וראשו משפיע ונכנס לתוך הים"

זארעכפעפער האט געשריבן: איז דער 'חוג הארץ' צו באקומען אן ליין?
איך ווייס נישט. אויף hebrewbooks.org זעה איך עס נישט
לעצט פארראכטן דורך scy4851 אום פרייטאג יוני 06, 2008 12:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27059
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער שמועס איבער דעם מרכה"מ איז אריבער קיין על הצדיקים להיות דבר דיבור על אופניו, צוריק צו די גבולות אר"י.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

א גיטע וואך יודען, און א גיטען ערב שבועות!

דעם שבת האט מען עוסק געוען אין די סוגיא פון גבולי א"י, א ביסעל צי אויף פרישען דעם זכרון און אן ענין וואס מעהאט געטון דעריין מיט 30 יאר צירוק.

ר' זרח
דער תבואות הארץ האט בכלל נישט פארזעהן דעם יעב"ץ.
ער ברענגט טאקע דער מור וקציעה סימן ש"ז און זיין ספר און פרק א'
און מיין קאפי איז דאס אויף דף כ"א.

אבער, און דא ליגט דער טעם פון זיין חילוקי דעה מיטן יעב"ץ, איין בלעטעל פריערט אויף דף כ' שרייבט ער פאלגענד
אני טרם אכלה לדבר מענין זה אכתוב מה שנראה לי בדרך כללי מענין כבוש יהושע וכבוש עולי בבל.
לפי דעתי, תחום עו"מ אינו תלוי בכבוש, כ"א מצות ודבר ה' בפרשת אלה מסעי הוא מגביל. וא"י נקראת אף מקומות
שלא כבשו. מה שאין כן בתחום עולי בבל עזרא ובני דורו, שאצלם הכל תלוי בכבוש ובחזקה, שכבוש והחזקה הם
מגבילים. והמקומות שלא כבשו ולא החזיקו בהם נשאר כחוץ לתחום ואינו בכלל הארץ.

און דערנאך שטעלט ער צי אז אויב עזרא ובני דורו האבען נישט כובש געווען, בלייבט עס שוין א דין פון חו"ל אפילו שטעט וואס שפעטער
האבען די חשמונאים יא איינגענומען, וויא למשל עכו [וואס האלב איז געווען א"י כידוע מהגמרא] ציר, צידון, און אשקלון, וואס שפעטער
האבען די חשמונאים איינגענימען כמובא בסר יוסיפון , די שטעט האבען נשט געקריגען א דין א"י, און דער טעם איז ווייל עזרא האט זיי
נישט כובש געווען.

און ער זאגט דאס נישט ווייל עס געפעלט איהם אזוי, נאר ער ברענגט זיך א ראיה פאלגענד.
[איך ברענג נאר די ראיה צים ערשטע זאך וואס ער זאגט ווייל דאס איז נוגע לעניננו]
וראיה לדברי הראשון כי ידוע שלא כבש יהושע עד הר ההר כמו שנזכר (ביהושע י"ג) ויאמר ה' אליו אתה
זקנת באת בימים והארץ נשארה הרבה מאד לרשתה וגו' וכל הלבנון וגו'. ולא מצינו שנכבש אח"כ והוא כבש וחלק
דוקא עד צידון ולבא חמת [דהיינו בעל גד וליש], אבל מצפון חבל ההוא עד הר ההר לא כבש. ועם כל זה, בכל מקום
שנזכר בש"ס תחום עו"מ נאמר מכזיב עד אמנה ועד הנהר [שהוא הר ההר וחצר עינן] , וידענו שלא כבשו עו"מ עד
מקום ההוא. הלא זה ראיה ברורה שתחום עו"מ אינו תלוי בכבוש כ"א במצות ה' בפרשה הנ"ל


היוצא לנו מזה, אז מיר האבען יעצט א מחלוקות צווישען דער תבואות הארץ מיטען יעב"ץ בענין וויא ווייט גייט די גבול פון וואס חז"ל רופען אן
בשם כבשו עולי מצרים.
דער יעב"ץ האלט ביז דער מקום וואס מעהאט פיזיש איינגענומען.
דער תבואות הארץ האלט ביז די גבולים וואס די תורה רעכענט אויס און פרשת מסעי.

אויב מעט האבען צייט פאר יו"ט עלאיך מעתיק זיין א ביסעל פונעם כפתור ופרח וואס כנראה גייט ער מיטען זעלבע שיטה אוויא דער תבואות
הארץ, אבערנישט פאר דעם זעלבער טעם, נאר ער האלט אז בימי דוד ושלמה האט מען יא כובש געווען ביז הר ההר

[פאר די וואס ווייסען נישט.
דער מחבר פון כפתור ופרח איז ר' אשתורי הפרחי ז"ל ער האט געלעבט און די צייטען פון די ראשונים בערך שנת ה אלפים פ"ב.
דער בית יוסף מיטען רמ"א און יו"ד סימן של"א ברענגען איהם, דער בית יוסף און כסף משנה ברענגט איהם, דער מבי"ט און די
תשובות ברענגט איהם, דער רדב"ז ברענגט איהם מערערע מאל און די תשובות, ועוד, ועוד]


ועוד חזיון למועד
the SCY is the limit
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

א גוטן ערב זמן מתן תורתינו הקדושה בהר חורב הנמצא בנגב,

א גרויסן יישר כח ר' שמחה פארן זיך נעמען די צייט און אויפמישן אייער זכרון איבער די ענינים. און א באזונדערן יישר כח פארן מעתיק זיין און מסדר די שי' הפוסקים בענינים אלו.

זעלבסט פארשטענדליך אז מיר האבן דעם שבת אויך פיל עוסק געווען בגבולי הארץ, און מיר האבן אסאך אסאך מוסיף צו זיין, הן אויף אייערע הערות והן בנוסף לזה עוד ענינים בענין זה והמסתעף. הגם איך האב מער עוסק געווען אין די געאגראפישע חלק, בין איך אבער בעל כרחך אריינגעפאלן אויך אין די הלכה'דיגע חלק.

א] ערשטענס בשייכות דעם הר ההר וואו דאס איז:
1] דאס איז איינמאל זיכער לכולי עלמא, אז סיי די עולי מצרים און סיי די עולי בבל זענען קיינמאל נישט אנגעקומען כובש צו זיין ביזן הר ההר, אפגעזען וואו דאס איז. לפי המבואר במשנה אין שביעית, אנפאנג פרק ו', זענען די אידן אנגעקומען איינצונעמען בלויז ביז כזיב, וואס דאס איז (לפי הגמרא בגיטין דף ז' ע"ב) אביסל פאר צידון. און אז איר וועט קוקן אין די מאפעס און צייכענונגען פון די כיבושי עולי מצרים וועט איר טאקע איבעראל זען אז דער גבול איז געווען עטוואס פאר צידון.

2] בשייכות וואס איך האב אייך אויבן געפרעגט און געוואלט מעיר זיין לויטן יעב"ץ, אז מ'דארף אויסרעכענען דעם מיטל פונקט פון לבנון און אזוי ארום קענען אנצייכענען דעם פונקליכן פלאץ פונעם הר ההר. כנראה פון אייער ענטפער אז איר האט נישט פארשטאנען מיין הערה.

איך האב 'נישט' געוואלט זאגן אז לפי היעב"ץ וואלט געדארפט אויסקומען דער הר ההר אין צענטער פון לבנון, ווייל דאס איז זיכער אז נישט! און אזוי ווי איר האט אנגעציינט פון רש"י, און דאס איז לכולי עלמא, זיצט דאך דער בארג ביים שפת הים. מיין געדאנק איז געלאפן אז מ'זאל קוקן בלויז אויפן גאנצן לענג פונעם צפון ברעג, אנגעהויבן פון נאך כזיב ארויף ביזן לבנון גרעניץ, און לויט דעם קוקן וואו ס'איז אינדערמיט. צי ס'איז אויסגעהאלטן? אט הערט און שטוינט:

דער 'הר לבנון' וואס דער יעב"ץ צייכנט אן, אזוי ווערט אנגערופן איז דער גאנצער מחוז; אנגעהויבן פון היבש העכער צידון און פארט ארויף צפון צו ביז נאך דעם אויבנדערמאנטן שטאט 'דז'ביל' (דז'ביל אויף אראביש הייסט בארג). 'ביירוט' איז באמצע ההר און זיצט אביסל ארויס צום וואסער מער ווי דער גאנצער בארג. 'טריפולי' איז פיל העכער פונעם בארג. לפי"ז וואלט דאס מערסטע סברה'דיג אויסגענומען, אז דער הר ההר איז ערגעץ ביים ברעג אין ביירוט, וועלכער זיצט אביסל אריין אין וואסער און איז גראדע אויך שפיציג אביסל (וז"ש שאמנה חודו של הר).

בייגעלייגט איז א מאפע פונעם "הר הלבנון" מיט אירע פראווינצן. איבערצייגט אייך אליין און זאגט צי מיין הערה איז אויסגעהאלטן...

און אז איר ווילט פארשטיין דעם 'כארז בלבנון ישגה', און נאך אנדערע פסוקים און מאמרי חז"ל, דאן ליינט דעם ארטיקל

2] לויט די פסוקים קומט אויס, אז נעבן דעם הר ההר צו רעכטס (מזרח צו) ווערט גערופן "לבוא חמת". ס'הייסט ביים ההר ההר הויבט זיך דער גבול אן צודרייען צו רעכטס צו, און פארט אזוי צו חמת. האב איך געזען א יש אומרים וואס זאגן, אז דער 'חמת' איז משורשו "כאמאס", און דער פאטער פון די 'כאמאס' גרופע זענען נאך עד היום באזעצט דארט רעכטס צו ביירוט אין א שטאט וועלכער רופט זיך 'כיימאס', אבל לא מצאתי זאת על המפה.
**

ב] בשייכות צום נחל מצרים:
1] דער נחל מצרים זיצט נעבן ים התיכון, דארט ווי דער וואסער הייבט זיך אן צודרייען מער צו מעריב צו. איך וועל דאס אביסל מער מסביר זיין. פונעם ברעג פון מערבית דרומית, אביסל ארויף צו צפון צו; ס'הייסט דער 'עזה' 'אשקלון' ברעג, דאס איז דער באקאנטער פלישתים וגרר. פון דארט אראפציר וואו דאס וואסער פארט שוין מער אריין צו מעריב צו (מצרים), דארט ביים יענעם וואונקל איז דער 'נחל מצרים'. איך וואלט געזאגט אז היינט איז דאס אדער דאס וואס ס'רופט זיך "פארט סעיד" אדער וואו ס'איז דער באקאנטער "סואיץ קאנאל". דו"ק על המאפע ותשכח.

נאך א נקודה. לפי"ז קומט אויס אז דאס איז נישט א נחל אין מצרים, נאר ס'איז אן עצם שם אויף א געוויסן נחל, על שם וואס איז ביים גרעניץ ערגעץ בין פלשתים למצרים. כך שם הנחל.

2] די פלא איז אויף רש"י. ווייל סיי אין פרשת מסעי און סיי אין יהושע באצייכנט ער דעם נחל מצרים אלס דעם נילוס, וואס דאס איז טיף אריין אין מצרים, און ער זאגט אפילו אז דער נילוס איז מחלק בין ארץ ישראל למצרים. לפי"ז קומט אויס אז די אידן האבן גאר געארבעט שווער אין מצרים אדער אין ארץ ישראל?... וואו איז פיתום ורעמסס?

נאך מער איז אינטערסאנט, אז אין גיטין, דארט וואו די גמרא רעדט פונעם נחל מצרים ביים גבול המערבי, צייכנט רש"י גארנישט אן דעם נילוס.

תוספות, דארט אין די ערשטע משנה אין גיטין, צייכנט רופט אן דעם נחל מצרים אלס 'נחל פלישתים'. לפי האמור, לויט ווי איך האב אויבן געשריבן וואו דער נחל געפונט זיך, שטימט דאס הפלא'דיג.
**

ג] דאס וואס איר ברענגט פונעם תבואות הארץ אז די עולי האבן איינגענומען עד צידון ולבוא חמת:
1] פליאה היא בעיני בכפליים. ערשטענס, ניטאמאל ביז צידון זענען זיי נישט אנגעקומען, כמבואר במשנה. און צווייטענס צו זאגן עד לבוא חמת? לבוא חמת דאס איז דאך הארט נעבן הר ההר, וואס דארט זענען זיי לכולי עלמא קיינמאל נישט אנגעקומען.

2] בכלל, עס קומט באלד צוגיין פרשת המרגלים וואס לויט ווי עס קוקט אויס פון רש"י און די מפרשים זענען דאך די מרגלים געגאנגען כמין גא"ם, אנגעהויבן פון דרומית מזרחית זייט פונעם ים המלח ביז צום נחל מצרים און פון דארט זענען זיי ארויף צפון פאראלעל מיט ים התיכון. זיי זענען דורך עזה, אשקלון, אשדוד, תל אביב?..., חיפה הר הכרמל, עכו, כזיב, צידון און אזוי ווייטער ארויף ארויף ביז ביירוט - עד לבוא חמת! איז האפן מיר אז ביז פרשת שלח וועלן מיר שוין האבן א קלארערער בילד איבער דעם גאנצן געגנט.

ד] דאס וואס איר שרייבט וועגן דעם בעל כפתור ופרח זצ"ל:
וויל איך נאר מוסיף זיין א קלייניקייט בשייכות צו זיין ידיעות און קראנטקייט בגבולות הארץ. איך וועל מעתיק זיין לשון התוספ' יו"ט בפ"ו דשביעית משנה א':
שמצאתי בספר כפתור ופרח ... שאמר בזה הלשון: הייתי כשני שנים בגליל דורש וחוקר, ועוד חמש שנים בשאר ארצות השבטים. לא מנעתי עצמי שעה אחת מרגל הארץ, ברוך העוזר.

און דער תוי"ט איז מסיים: ואי אפשר להכחיש המציאות. וכל דבריו ז"ל בחקירה רבה, כאשר אמר, וכמבואר מספרו שבחיפוש רב בדק המקומות עד שידע אנה הם אחת לאחת. נמצאו שדברי הרב והר"ש בזה אינם אלא באומד הדעת ולא כיונו אל האמת כפי המציאות וכו'.

(זעט איר ר' שמחה, דער תוספות יום טוב באקלאגט זיך שוין אויף דעם פראבלעם אז מ'איז נישט פורס מפה ומקדש...).
**

ה] ביי וואס האלטן מיר מיט תל אביב? אז לפי הגמרא אין גיטין דף ז' ע"ב, וואו די גמרא איז דן איבער כזיב ועכו, ורצועה היוצאות, קען יא משמע זיין אז דער חוט פון טורי אמנון קיין נחל מצרים זאל אויסשניידן יבשה, כאטש וואס דער גבול המערבי איז דער ים התיכון. מיר האלטן אינמיטן דורך טאן דארט די ראשונים, דעם רמב"ן ודעימי'. ס'איז נאך ווייט ווייט פון פארטיג.

הרבה, הרבה, נשאר בקולמסי משבת קודש און אויפדערווייל שטעל איך זיך דא אפ.
האט מיר א פרייליכן יום טוב. דער בוכ"ע זאל העלפן מ'זאלמיר די זכי' האבן להבין ולהשכיל בדברי תורתו, און מ'האפמיר אז נאכן זונגען דעם אהבה רבה צוויי טעג נאכאנאד, וועט דער אויבערשטער אריינשיינען א ליכט פון אור, אמן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27059
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איי נאסטאלאגיע!
איה זרח ואיה רבינו הגדול, מדערמאנט זיך בהלו נרם על ראשנו מיט אזא קלארקייט דבר דיבור על אופניו, דער אייבישרטער זאל אייך ר' זארעך געבן געזונט און כח ווייטער צו קענען עוסק זיין בדברים העומדים ברומו של עולם ובני אדם נזנחו מהם, דערמיט קענען מיר אויך נהנה זיין דערפון והמזכה את הרבים זאגן דאך שוין חז"ל אז אין חטא בא על ידו.

איך קלער בדרך אפשר אז אויב איינער איז מחדש בדברי תורה איז דאך שטענדיג דא א חשש שיחטא המטרה אז ער איז נישט מכוון לאמיתה של תורה, אויב אבער איז מען דערמיט א מזכה את הרבים מ'לאזט אנדערע אידן אויך הנאה דערפון דאן איז דא א ברכה פון חז"ל אז אין 'חטא' בא על ידו ער וועט זוכה זיין צוצוקומען צום אמת, ובדרך זה גייט סינאנים דער ותן בלבנו בינה להבין ולהשכיל לשמוע, וויאזוי? דורך ללמוד וללמד דוקא והבן.

זאל טאקע דער אייברשטער העלפן אז דער יו"ט של קבלת התורה זאל משפיע זיין אויף אונז אלע אביסל טועם זיין פונעם אור התורה בדרך האמת און אוודאי לשמור ולעשות ולקיים את כל דברי תורתך 'באהבה' אמן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח ר' זארעך פאר די הערליכע שמועסן, ובפרט פאר די לינקס צום הר הלבנון און ארזי לבנון, נהנתי מאד.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”