מדת העולם וגבולות אר"י - גיאוגרפיה

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זארעכפעפער האט געשריבן: דאס איז איינמאל זיכער לכולי עלמא, אז סיי די עולי מצרים און סיי די עולי בבל זענען קיינמאל נישט אנגעקומען כובש צו זיין ביזן הר ההר, אפגעזען וואו דאס איז. לפי המבואר במשנה אין שביעית, אנפאנג פרק ו', זענען די אידן אנגעקומען איינצונעמען בלויז ביז כזיב, וואס דאס איז (לפי הגמרא בגיטין דף ז' ע"ב) אביסל פאר צידון. און אז איר וועט קוקן אין די מאפעס און צייכענונגען פון די כיבושי עולי מצרים וועט איר טאקע איבעראל זען אז דער גבול איז געווען עטוואס פאר צידון.


איך האב געשריבע דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת אז מעוועט מעתיק זיין דעם כפתור ופרח.
והא לך.
[פון זיינע ווערטער זעהט מען עטליכע מאל אז ער האט געהאלטען אז יודען זענען יא אנגעקומען ביז הר ההר און לבא חמת
און בזמן שלמה המלך האט מען אפילו דארט געוואונט.]

בפרק י"א אויף דף ר"ס רס"א רס"ב [און מיין קאפי געדרוקט און ירושלים שנת תרנ"ז]

נאכדעם וויא ער רעכענט אויס די גבולים און פרשת מסעי זאגט ער
ואין בכל התורה כלה שבכתב ושבעל פה שיכחיש את זה, ורבותינו ע"ה לא באו להוסיף על אלו הגבולין, ולא לגרוע מהם שהם לא כבשו ולא
חלקו, אלא שבאו להגיד ולהודיע מה שכבשו עולי בבל מן הארץ שבתוך אלו המצרים, שהרי עולי מצרים הדבר מבואר שכבשו הכל מן הקצה
אל הקצה כתב הרמב"ן ז"ל פרשת ואלה המשפטים וכו'...
[און ער איז מעתיק דעם לאנגען רמב"ן]
דערנאך ברענגט ער פון נחמיה פרק ט' פסוק ח' [וואס מעזאגט איעדען טאג ביים דאווענען] וכרות עמו הברית לתת את ארץ הכנעני החתי
האמורי והפריזי והיבוסי והגרגשי לתת לזרעו ותקם את דבריך כי צדיק אתה.
און ער ברענגט נאך פסוקים און נחמיה און ער איז שטארק מאריך ביז אויף עמוד רס"א זאגט ער ווען יהושע איז נפטר געווארען איז נאך
געבליבען כובש צי זיין ....
וכן עשו שכבשוה כולה בימים ההם [נאך יהושעס הסתלקות] לגבולותיה הנזכרים באלה מסעי

אויף עמוד רס"ג:
והכתיב מעיד שכבשו הכל בזמן המלכים שכן כתוב [מלאכים א' פרק ח'] ויעש שלמה בעת ההיא את החג וכל
ישראל עמו קהל גדול מלבוא חמת עד נחל מצרים

אויף עמוד רס"ה:
נמצא שעולי מצרים החזיקו כל גבול ארץ ישראל הנזכרים בתורה פרשת אלה מסעי, באורך, כלומר מדרום לצפון



ר' זרח, נאך א נקודה
פון דער משנה און שביעית אנפאנג פרק ו' ברענגט דער כפתור ופרח א ראיה אז מען האט יאכובש געווען ביז הר ההר.

איך וועל און שטוב בל"נ סקענען דעם בלאט און כפתור ופרח. עס איז א לאנגע אריכות.



זארעכפעפער האט געשריבן: ג] דאס וואס איר ברענגט פונעם תבואות הארץ אז די עולי האבן איינגענומען עד צידון ולבוא חמת:
1] פליאה היא בעיני בכפליים. ערשטענס, ניטאמאל ביז צידון זענען זיי נישט אנגעקומען, כמבואר במשנה. און צווייטענס צו זאגן עד לבוא
חמת? לבוא חמת דאס איז דאך הארט נעבן הר ההר, וואס דארט זענען זיי לכולי עלמא קיינמאל נישט אנגעקומען.

אויף דעם האב איך פריערט געוויזען דעם שיטת כפתור ופרח
זארעכפעפער האט געשריבן: ה] ביי וואס האלטן מיר מיט תל אביב? אז לפי הגמרא אין גיטין דף ז' ע"ב, וואו די גמרא איז דן איבער כזיב ועכו, ורצועה היוצאות, קען יא
משמע זיין אז דער חוט פון טורי אמנון קיין נחל מצרים זאל אויסשניידן יבשה, כאטש וואס דער גבול המערבי איז דער ים התיכון. מיר האלטן
אינמיטן דורך טאן דארט די ראשונים, דעם רמב"ן ודעימי'. ס'איז נאך ווייט ווייט פון פארטיג.
לויט וויא איך פארשטיי די גמרא איז דער חוט נאר נוגע לגבי נסין שבים, נישט אויפען חלק היבשה
the SCY is the limit
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

מיללער האט געשריבן: איי נאסטאלאגיע!
איה זרח ואיה רבינו הגדול, מדערמאנט זיך בהלו נרם על ראשנו מיט אזא קלארקייט דבר דיבור על אופניו


הנני הרב מילער.

יישר כח אלע טייערע חשוב'ע מגיבים דא, מיינע אלטע גוטע פריינט, איר האט דערפרייעט מיין הערצל, מיט אייערע גאלדענע באמערקונגען.

ווי פאסיג איז עס, אין די איצטיגע טעג, ווען ס'איז געזאגט געווארן די וואונדערבארע דרשה, פון דעם איד פון גליל, וואס ער באזינגט אזוי שיין דעם אויבערשטען, בשיר התורה, אין א לשון ארמי צח, שלייפט ער אריין, דריי מיט דריי.

מ'דארף דאך אים עפעס באצאלן, פאר דעם שיינעם דרשה זיינס, און נאכדערצו, ווען זיין דרשה האט פאראורזאכט, א קייט פון הערליכע דרשות, און טייערע שמועסן פון אונזערע הייליגע אמוראים, קומט זיך אים אזויפיל, כאטש מברר זיין, וואו פונקטליך ער האט געוואוינט, וואו איז דאס גליל, עליון או תחתון, בתחומי ארץ ישראל? או לא?

אייער אלטער פריינד
בני היכלא
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בני
קודם א הארציגע שלום עליכם!

פון וועמען רעדסטו? פונעם בעל הקדמות?
the SCY is the limit
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

עליכם השלום הרב ר' שמחה שליט"א.

הערצער שפירן זיך, איך רעד פון דריש האי גלילאה.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

אז די ערווענסט שוין די גמרא פון האי גלילאה, איז אינטערסאנט צו באצייכנענען די גמרא ותוספ' דארט אויף יענעם עמוד איבער דעם מדבר פארן, מדבר צין ומדבר סיני, וואס לפי חז"ל איז דאס היינו הך. תוספ' גראדע בלייבט מיט א שטיקל וצ"ע, עיי"ש.

אינטערסאנט צו באצייכענען, אז לכאורה ווי ס'משמע איז דער מדבר צין הארט נעבן (אונטערן) דעם ים המלח, בעת ווען דער מדבר פארן איז לכאורה אביסל מער אהינציר צו מעריב זייט. ועוד חזון בפרשת שלח.
*

ר' שמחה א יישר כח פאר אייערע מראי מקומות. איך וועל אי"ה נאכקוקן די אלע מקומות און אויב עס וועט זיין מעיר צו זיין וועל איך דאס בעזהש"ת לאזן וויסן דא ברבים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

צילוב די פליישגע שטיקער וואס הענגן ארום מיין נשמה, האט מיין ארציות גובר געווען אזש ממש כ'האב קיינמאל נישט געהאט קיין געדולד זיך אראפצוזעצן, און דורך לערנן די סוגיא, טראצדעם וואס כ'האב אמאל אלץ בחור'ל געפלאטשקעט אין די וואסערן פון דער סוגיא, מיט אלע זיינע פוירסט קאזינס, אבער אזוי ווי אלוקים אנה לידי, אז בני היכלה איז צוריק דא ברוב פאר והדר, אין די ערשטע ווי ער האט אריינגעדייווד איז גאר געווען אין דעם אשכול, וועל איך זיך מיזן אראפזעצן און איבערגיין די דריי בלעטער פון די סוגיא,
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

והי' זה שכרי.

איך האב אריינגעדייווט אין דעם אשכול, אדאנק זרח פעפער, ער דרייט זיך דא דאכט זיך.... אז ער וויל קען ער מוסיף זיין.

בכלל איז עס א הערליכע נושא, פארצווייגט און פארפלאנטערט, און מער ווי אלעם, שועלים הלכו בו, ס'איז נעזב, ומכלל דבעי דרישה, די קומענדיגע יום טוב וועט דאך זיין מיטן באשעפער'ס רחמנות, תשעה באב שיתהפך לששון ולשמחה, וואס דעמאלט האט יחזקאל פאראויסגעזאגט מיט זיין נבואה, אז די גבולים וועלן נאך מער נתפשט ווערן, יזכינו ה' במהרה לראות בעינינו.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זארעכפעפער האט געשריבן: ב] בשייכות צום נחל מצרים:
2] די פלא איז אויף רש"י. ווייל סיי אין פרשת מסעי און סיי אין יהושע באצייכנט ער דעם נחל מצרים אלס דעם נילוס, וואס דאס איז טיף אריין אין מצרים, און ער זאגט אפילו אז דער נילוס איז מחלק בין ארץ ישראל למצרים. לפי"ז קומט אויס אז די אידן האבן גאר געארבעט שווער אין מצרים אדער אין ארץ ישראל?... וואו איז פיתום ורעמסס?

ר' זרח שליט"א

בנוגע דיין פליאה'דיגע הערה אויף רש"י פרשת מסעי אז נחל מצרים איז דער נילוס.

עיין ברדב"ז און רמב"ם הלכות תרומות פרק א' הלכה ז' וז"ל שם ..עד נחל מצרים הנקרא ואד אל עריש, ומי שאומר נחל מצרים הוא נילוס טועה הואעכ"ל

איך האב און שטוב א קליין קונטרס 'בצאת ממצרים' דער מחבר איז ר' דן שווארץ פון ירושלים דער מחבר פון א ספר אויף שילוח הקן. (דאכט
זיך מיר עס הייסט קן ציפור) ער איז מבאר אויף אן אינטערעסאנטען אופן אז דער ואדי אל עריש הייסט נילוס (און וואס ער זאגט דארט מאכט
סענס, בל"נ איך וועל שטעלען זיינע דיבורים) און רש"י קען שטומען מוט רב סעדיה גאוןס טייטש.


(אגב דער רמב"ם זאגט דארט אז עולי מצרים האבען נאר מחזיק געווען ביז עכו.)
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דער כפתור ופרח פין הרב אישתורי הפרחי ז"ל http://hebrewbooks.org/15272

מיןן העתקות פאנגען זיך אהן אויפ פעידש 86
the SCY is the limit
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

נישט אלה מסעי הייסט עס דעם ר' דן'ס חיבור?
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

זארעכפעפער האט געשריבן: לפי שיטת התוספות נמצא, אז לויט די דעה אז בימי דוד איז מען אנגעקומען כובש צו זיין ביזן הר ההר, קומט אויס אז על אף וואס שפעטער האט מען דאס באזעצט עם כל זה ווערט נישט דער כיבוש סורי' צוריק אויף למפרע א כיבוש רבים, און ס'בלייבט א כיבוש יחיד, וויבאלד דער עצם כיבוש האט פאסירט בו בזמן וואס די כיבושי התורה עדיין לא נגמרו.


ר' זרח, כוונת לדברי רבך החביב והאהוב, בספרו הקדוש ויואל משה בתחלת מאמר ישוב ארץ ישראל, עיין שם ותמצא רב נחת ועונג בדבריו הנחמדים מזהב ומפז, אם תרצה לראות עולמך בחייך, מאה חלקים של עולם הבא, תלמוד את הסימנים שמדבר ממעשה דוד עם כיבוש הארמים, נורא נוראות איך שבדרכו המתוק הולך ובונה הרים וטוחנן זה בזה, כשבשעתו מקבץ כל המדובר בכל התורה כולו, החל מפסוקי התורה וכלה בספרי תלמידי בעל שם טוב הקדוש, את הכל אסץ וקיבץ כעמיר גורנה, תנך חזל מפרשים פוסקים מקובלים חסידים ספרי מוסר, בפשט רמז דרוש סוד, מכל התורה כולו, כל תנא דמסייע, להרבחת תמיהת הקושי', ולהסרת תלונת התמיהה, את הכל עשה דבר בעתו מה טוב, אין זה כי אים איש אלקים וה' עמו.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יא בני, עס איז היינט דא א חיבור פון איהם וואס הייסט אלה מסעי אויפען זעלבע נושא.
איך האב עס נישט. איך האב דער קונטרס וואס איך האב דערמאנט.

ער איז געווען און אמעריקא בערך 15 יאהר צירוק אדער אפשר מער שאפען געלט און ער האט מיך באזיכט ווען איך האב נאך געוואונט און מאנסי.
ער האט דענמאלס געהאט געדריקט דעם קונטרס 'בצאתי ממצרים' און א מספר מצומצם און ער האט מיר געגעבען א קאפי.
ער האט עס שפעטער מרחיב געווען און ארויסגעגעבען דער אלה מסעי
לעצט פארראכטן דורך scy4851 אום דאנערשטאג יוני 12, 2008 12:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
the SCY is the limit
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

ר' שמחה איך האב ביידע נישט, דער אלה מסעי וואלט איך געקענט באשטיין צו זען, ווייל פון זיין קן ציפור האב איך שטארק הנאה געהאט, ווען איך האב געהאט די זכי' צו מקיים זיין מצות שילוח הקן.
אין משניות קב ונקי האב איך אויך אמאל געזען ווי ער האט מברר געווען אין מסכת שביעית די מפות מיט אלע שיטות.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שמחה,

דעם 'כפתור ופרח' שטעל איך בל"נ אריין אינעם אוצר ( ביי די ספרי גיאוגרפיה, און ביי ספרי הלכה) עס איז לעצטענס ערשינען איבערגעדרוקט אין דריי בענדער (לכה"פ) א הערליכע ארבעט מיט הגהות והערות.

בני היכלא,
ברוך שובך לשלם.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ווער האט עס געדריקט?
עס איז שוין און ספרים סטאסר?
איך וואלט עס זייער געוואלט קויפען
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

scy4851 האט געשריבן: ווער האט עס געדריקט?
עס איז שוין און ספרים סטאסר?
איך וואלט עס זייער געוואלט קויפען


עס איז ארויסגעקומען צוביסלעך, איך געדענק נישט ווער ס'איז דער מדפיס, חלק ג' איז ערשינען בשנת תשס"ב.

יעצט זעה איך ביי 'צל הרים' אז עס שוין ארויסגעקומען א נייע מהדורה תשס"ד.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

היינט האב איך געלערנט חומש רש"י אין איינע פון די נייע סארט חומשים, האבן זיי דארט פון אונטן בילדער פון די מ"ב מסעות און די נחלת השבטים. האב איך דארט געזען טאקע פון דעם ר' דן שווארץ א בילד פון לבנון מיט אירע שטעטלעך, און ביי הר ההר שרייבט ער (ביירות).

אגב, האב איך אמאל אנגערופן דעם ר' דן שליט"א צו בעטן רשות צו נוצן בילדער פון זיינע מאפעס פאר א קונטרס, אבער ער האט געזאגט אז לויט די יגיעה וואס ער האט אריינגעלייגט דערין, לוינט אים נישט צו ערלויבן דאס איבערצונוצן.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן: עס איז ארויסגעקומען צוביסלעך, איך געדענק נישט ווער ס'איז דער מדפיס, חלק ג' איז ערשינען בשנת תשס"ב.

יעצט זעה איך ביי 'צל הרים' אז עס שוין ארויסגעקומען א נייע מהדורה תשס"ד.
ישר כח
חלק ג' איז די לעצטע .
און מיין קאפי זעה איך פרק ס' דער לעצטער פרק.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זארעכפעפער האט געשריבן: ה] ביי וואס האלטן מיר מיט תל אביב? אז לפי הגמרא אין גיטין דף ז' ע"ב, וואו די גמרא איז דן איבער כזיב ועכו, ורצועה היוצאות, קען יא משמע זיין אז דער חוט פון טורי אמנון קיין נחל מצרים זאל אויסשניידן יבשה, כאטש וואס דער גבול המערבי איז דער ים התיכון. מיר האלטן אינמיטן דורך טאן דארט די ראשונים, דעם רמב"ן ודעימי'. ס'איז נאך ווייט ווייט פון פארטיג.
ר' זרח,
איך וויל אייך ווייזען וויא לעכערליך עס זענען די ווערטער פון יענעם רב וואס דער מנחת אלעזר האט נאכגעזאגט בשמו אז תל-אביב איז נישט
א"י.

בייגעלייגט איז א מאפע פין די ברעג פון א"י מיט לבנון. עס איז נישט זייער קלאר אבער איך האב געמאכט עטליכע צייכענעס כדי גרינג צי
פארשטיין.

דער אויבערשטער arrow ווייזט אויף טריפאלי.
די מיטעלסטע ווייזט אויף תל-אביב
און די אינטערשטע ווייסט אויפען שטאט אל עריש. דער וואדי פאנגט דארט אן אין ציט זיך צי מזרח דרום צי.
[איך ווייז נאר רב סעדיה גאוןס שיטה. אויב מען גייט לויט די שיטה אז נחל מצרים איז דער נילוס, דארף מען גיין אסאך מער צי מערב צי.
עס איז בכלל נישט אויף דער מאפע וואס איך שטעל דא צי.]

די גמרא און גיטין דף ח' ברענגט א תוספתא און תרומות
הנסין שבים רואין אותן כאילו חוט מתוח עליהם מטורי אמנון עד נחל מצרים מן החוט ולפנים א"י מן החוט ולחוץ חו"ל
רש"י זאגט דארט טורי אמנון איז הר ההר
און נחל מצרי איז דער תחום ארץ ישראל במקצוע מערבית דרומית ומחובר לים הגדול.

איך האב צוויי חוטין אויף די מאפע
דער לענגערע גייט פון טריפאלי ביז וואדי אל עריש
דער צווייטער, קערצערער גייט פון ציר [דער נידעריקסטע שיטה פאר הר ההר] ביז נחל מצרים.

קוקענדיג אויף דעם מאפע הייבט זיך נישט אן אפילו א נדנוד פון א ספק אז תל-אביב זאל נישט זיין א"י

און אפילו מען וועט זאגען אז דער חוט וואס מען ציט געט דער סטאטוס פון דער יבשה אויך, און נישט נאר אויף די נסין [און איך האלט
ביי מיינס אז דאס איז נישט ריכטיג געלערענט] איז אויך קיין שאלה נישט.
אטעטשמענטס
gvulyam1.JPG
gvulyam1.JPG (29.36 KiB) געזען 2620 מאל
the SCY is the limit
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

ר' שמחה, דעם אדמת קודש האסטו שוין געזען, ער איז פון די אנגענומענסטע אין דעם ענין, גוט נאכגעגאנגען די זאך, זייענדיג דארט, מיט מפות און אלע פרטים, און צו אלעם א היימישער.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בני היכלא האט געשריבן: ר' שמחה, דעם אדמת קודש האסטו שוין געזען, ער איז פון די אנגענומענסטע אין דעם ענין, גוט נאכגעגאנגען די זאך, זייענדיג דארט, מיט מפות און אלע פרטים, און צו אלעם א היימישער.
ניין, איך האב ערשט דא און דעם אשכול געזעהן דער נאמען.
ווער איז דער מחבר און ווער און ווען האט מען עס געדריקט?
the SCY is the limit
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

scy4851 האט געשריבן:
בני היכלא האט געשריבן: ר' שמחה, דעם אדמת קודש האסטו שוין געזען, ער איז פון די אנגענומענסטע אין דעם ענין, גוט נאכגעגאנגען די זאך, זייענדיג דארט, מיט מפות און אלע פרטים, און צו אלעם א היימישער.
ניין, איך האב ערשט דא און דעם אשכול געזעהן דער נאמען.
ווער איז דער מחבר און ווער און ווען האט מען עס געדריקט?


ר' שמחה,
דא ביי צל הרים האט איר א ליסטע מט דאונלאודס פון עטליכע ספרים וועלכע זענען עוסק בעניני גבולות ארץ ישראל, אינקלאדינג דעם דערמאנטן אדמת קודש , דער מחבר איז ר' יצחק גאלדהאר בהסכמת הרידב"ז, הרי"ח זוננענפעלד ועוד, געדרוקט תרע"ג.

[איך וועל עס בל"נ אריינשטעלן אינעם אוצר]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ישר כחכם בני מיט הרב מיללער.

אגב איך האב און די קאמענטארען געשטעלט א לינק צי סייט וויא מען קען זעהן אריגינעלע כתבי יד פון משנה, תוספתא און גמרא
the SCY is the limit
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

אם זרח כאן הכל כאן, ומכלל הן אתה שומע לאו.

איך האב מורא ער איז אפגעפארן קיין שטאט מאקאטשאווע, אין די קארפאטן בערג, אויסצוגעפינען דעת קדשו פון הרה"ק ממונקאטש, און פילייכט האט ער געזען, אז צווישן די בערג איז א גוט ארט, איז ער שוין פארבליבן בין ההרים, על כן אל ההרים אשא עיני, זרח זרח, זיי נישט אזא מקפץ על ההרים, קום אביסל מדלג זיין דא בין הגבעות, בין הגבעות אשורנו, מיר ווילן אייך זען דא, ודילוגו עלי האהבה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”