דער סדר נאכט

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שלום פריעדמאן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 01, 2014 2:12 pm

דער סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום פריעדמאן »

הכנות צום סדר נאכט
פירן א סדר מיט די משפחה, איז א מצוה עשה דאורייתא וואס פאדערט אן הכנה פון פרירער.

טעג און וואכן פארעט זיך די מאמע אויסצורוימן די חמץ, וואס איז נאר איין פרט פונעם יום טוב. איז אודאי אז ס'איז כדאי אז דער טאטע זאל מאכן א שטיקל הכנה אויף דעם עיקר חלק פונעם יום טוב די - מצוה פון “והגדת לבנך".

אז מען וויל פראווען א סדר כדבעי, בפרט אין די ערשטע פאר יאר, דארף מען זיך צוגרייטן צו דעם, און נישט ווארטן אויף דער לעצטער מינוט ווען מ'איז פארנומען ביז איבער'ן קאפ מיט אלע הכנות החג.

פסח אויף דער נאכט ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול איז שוין אביסל צו שפעט אנצוהייבן טראכטן דערפון.

א מעשה שהיה: די ערשטע נאכט פסח נאך מעריב, ווען דער עולם האט זיך געוואונטשן “גוט יום טוב", האב איך געהערט ווי איינער רופט זיך אן צו זיינע שכנים אין שול: "רבותי, ווער האט עפעס גוט'ס נאכצוזאגן פאר מיינע קינדער פאר'ן סדר?..."

אודאי דארף מען נישט קיין וואכן פון הכנה צו פירן א סדר, מ'דארף אבער גע נישט קיין חומרא אדער א מנהג, נאר דאס איז דער הויפט מצוה און דער עיקר ציל פון דעם יום טוב פסח.

סדר ביים סדר
אין שלחן ערוך (סי' תעב) ביי די הלכות פון צוגרייטן דעם סדר טיש שטייט: “יכין מקום מושבו", מ'זאל צוגרייטן דער זיץ פלאץ. די וואס האבן א קינדער געבענטשע משפחה ווייסן אז דאס איז זייער א - וויכטיגע הלכה. די ערשטע קריגעריי וואס ברעכט געווענליך אויס נאך איידער דער סדר הייבט זיך אן איז איבער די זיצן, און דערנאך גייט עס צו די הגדות וכו'.

דעריבער, אויב מעגליך זאל מען שוין בייטאג, מסדר זיין די פלעצער צוזאמען מיט די קינדער, סיי אויף די ערשטע נאכט, און סיי אויף דער צווייטע נאכט (מ'קען עס איינטיילן, היינט זיצט יוס'לע דא און אהר'לע דארט, און מארגן פארקערט), מ'זאל קלאר באשטימען די בענקלעך, די קישנס, די הגדות, אפילו די בעכערלעך. בקיצור, מאכן פון פאראויס א פונקטליכער סדר פאר'ן סדר.

מ'זאל פרובירן זיכערצומאכן אז יעדער זאל זיין צופרידן. עס וועט נאך אפשר זיין א טענה'ריי פאר קדש, אבער עס וועט זיך זיכער אנהייבן אסאך רואיגער. איין טאטע שרייבט אפילו שיינע צעטלעך מיט די נעמען ערב יום טוב און לייגט עס אראפ אויף די פלעצער. אויב מען דארף עפעס צוקויפן, א בעכער'ל א באצירטע הגדה, לוינט זיך פאר א פאר דאלער אז יעדער זאל קומען צום סדר רואיג און צופרידן.

מועדים לשמחה
די סדר נאכט בלייבט ביי די קינדער איינגעקריצט אין זכרון אויף אייביג, און מען דארף זיכער מאכן אז די קינדער זאלן האבן נאך וואס זיך צו בענקען. די וועלט זאגט: "אויב דער טאטע איז אין הימל, זענען די קינדער אין דר'ערד". ביים סדר איז דער שפריכווארט ספעציעל גילטיג. אידן וואס גרייטן זיך צו מיט'ן לערנען הלכות החג און ספרי חסידות, קומען אן צום סדר מיט א געוואלדיגע דערהויבנקייט, און ערווארטן אז אלע ארומיגע זאלן זיין פונטקליך אין זייער מצב.

אויב די ערנסטקייט וואס הערשט ביים סדר אינאיינעם מיט אלע חומרות, זענען גורם אז עס זאל זיך שפירן אן אנגעצויגנקייט אדער חלילה כעס, פאלט עס זייער שווער אויף די קינדער בהווה ובעתיד. א געוועזענער בחור'ל האט מיר געזאגט, “איך האב מקיים געווען דעם 'חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים' נאך נרצה..." ודי.

דער בעל הגדה זאגט אן, “כנגד ארבעה בנים דברה תורה", פסח אויפדערנאכט דארף דער טאטע רעדן צו יעדע קינד. מען זעט נישט אז דער חכם זאל באקומען א לענגערע תשובה ווי די אנדערע. פארקערט גאר, זיין שכן, דער ר ש ע באקומט נאך א לענגערער ענטפער. אין דער הייליגע נאכט דארף דער טאטע רעדן צו יעדן קינד לויט זיין דרגה אין מצב, און פרובירן זיכער צו מאכן אז יעדער שפירט זיך באקוועם צו זיצן ארום דעם טיש.

זיך לאזן פירן
עלטערן דארפן געדענקען, בפרט די וואס הייבן אן צו פירן א סדר: מען פלאנירט פון פאראויס אז אלעס זאל קלאפן, מען שלאפט נישט קיין נעכט, נאר כדי צו קענען ענדיגן אין צייט און מ'זאל אנקומען צום סדר נאכט אין א גוטע שעה. מען טוט וואס נאר מעגליך אז די קינדער זאלן זיך אויסרוען ערב יום טוב און זאלן זיין וואך ביים סדר און מיטהאלטן. אבער דער שטן איז אויך ביי דער ארבעט. ער האט אנדערע פלענער. ער גייט פון הויז צו הויז און פרובירט צו מאכן “יום טוב"... אז מען האט א שטוב מיט קליינע קינדער דארף מען זיין גרייט אויף אלעס.

איך האב געפרעגט א מלמד וואס האט אינדערהיים אויך א “חדד" מיט צען אינגלעך קע"ה, וואס איז ביי אים דער רעצעפט פאר א געלונגענער סדר, האט ער מיר געזאגט צוויי זאכן:

(א) הכנה. איך לייג אריין אן עבודה אלעס מסדר צו זיין פאראויס: די פלעצער, די הגדות, אפילו די בענקלעך.

(ב) רואיגקייט. איך קום צום סדר מיט א החלטה גמורה: קיין זאך אין דער וועלט וועט מיך נישט ארויסנעמען פון די כלים בס"ד. ס'איז זמן חירותינו; יהיה מה שיהיה, זאל זיך גיסן און ברעכן, איך בלייב רואיג. דורכאויס דעם גאנצן ליל שימורים רעד איך שטיל און געלאסן, כאילו איך האלט נאך אכט שעה שלאף. איך ווער אפילו נישט נתפעל פונ'ם זייגער. ווען די קינדער זאגן די סימנים און “מה נשתנה", זיץ איך אנגעלענט ווי א מלך, איך הער זיי אויס מיט א צופרידענעם שמייכל און שעפ נחת.

“בעיקר," פירט ער אויס, “לייג איך צו א באזונדערע כוונה ביי מנחה ערב יום טוב, דער אייבערשטער זאל מיר חונן דעת זיין צו טרעפן די ריכטיגע שפראך צו יעדן קינד און דער סדר זאל דורכגיין מיט רואיגקייט און שמחה".

א ווארט צו די געטרייע מאמעס וואס האבן אזוי הערליך אויסשטאפירט די קינדערלעך צום יום טוב: ס'איז טאקע א מצוה אנצוטון שיינע מלבושים לכבוד יום טוב, בפרט אויב מען גייט צו דער שוויגער וואו אלע קומען מיט די אויסגעפוצטע פרינצן און פרינצעסינס. אבער ביים סדר גיסט זיך, און אויב מען וועט יעדע צען מינוט דערמאנען דעם קינד אדער שרייען, וועט צושטערט ווערן דער סדר. זייט מוחל און טוט אן דעם קינד א שירצל אדער בעקישע, אדער א פשוט'ער אנצוג, און ביידע, דער קינד און די עלטערן וועלן זיצן ווי בני חורין.
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

שלום אנטוישט נישט! פיינע רייד
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

יפה אמרת
יש"כ
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

ריכטיגע ווערטער, גוט געשריבן.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

שלום, מוראדיג גוט ארויסגעברעינגט
סיי די פונקטן און סיי די לשון
כהאב עס גע'פידיעפ'ט עס צו קענען חזר'ן
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: דער סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

ארויף
זאל נאך א טאטע הנאה האבן
אוועטאר
דייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2014 9:36 pm
לאקאציע:ים התלמוד

Re: דער סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייווער »

די ספר ׳א מלך ביים סדר׳ לערן איך דורך יעדן יאר פאר פסח.

דאס איז נאר איין קאפיטאל פונעם הערליכען ספר.
זה נהנה וזה נהנה! ביים קויפן קריפטא

סייינטס אייך אויף מיט מיין לינק אויף Coinebaseאון באקומט $10 ביטקוין.
קוין בעיס לינק - $10 ביטקוין בחינם
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1647
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: דער סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

ארויף
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”