חוה"מ אין וואשינגטאן
חוה"מ איז א טאג וואס מ'דארף ארויסגיין פארברענגען מאכן א שמחת יו"ט. ח"ו נישט מבזה זיין.
האב איך היי יאר מחליט געווען גענוג געווען מיט ניו יארק, מ'וועט אוועקפארן ערגעץ, די שאלה איז נאר געווען ווי?
נאך לאנגע דיני ודברים איז געבליבען וואשינגטאן - עיר הבירה, א פלאץ מיט נישט צופיל אידן אסאך שיינע פלעצער ווי צוגיין בקיצור א שטיקל וויקעישאן אויך,מ'האט געמאכט באשטעלונגען מיט די האטעל אין רעדי טא גא.
חוה"מ איז אנגעקומען אין מ'לאזט זיך ארויס די 4 שעה'דיגע וועג נאך'ן מאכן עטליכע סטאפס איז מען אנגעקומען קיין וואשינגטאן
איך האב געמיינט אז ס'איז עפעס א פארשטיפטע פלאץ, למעשה קוקט עס אויס פונקט ווי וויליאמסבורג אדער מאנסי ווי מ'גייט זעהט מען היימישע אידן מיט קערידשעס שפאציר'ן
איך גיי אריין אין ארטיגע ביהמ"ד דאווענען מנחה /מעריב זעה איך א פילע ביהמ"ד פון כמעט נאר היימישע אידן שטריימל - בעקיטשע - ווייסע זאקן אין אלעס
די עולם שמועסט געשמאק איבער דברים העומדים על הפרק ווארשע/רייזמאנ'ס/ווייט האוז וכו' מ'שטעלט זיך צו מנחה קודם האט מען געליינט ביי מפטיר האט יעדער מיטגעזונגען 'כאאאלה' פאר שמו"ע רופט עפעס א בארא פארק'ע אויס "מוריד הטל".
נאך מנחה האט די רב פארגעלערנט א שיעור אין די ארבעה בנים ווי ער האט שיין צולייגט פארוואס ס'שטייט את בלשון נקיבה אין נאך.
שפעטער האט מען געדאווענט מעריב, עפעס א מאנרא יונגערמאן וואס האט פארפאסט ברכו האט געמאכט א ברכו נאך ספירה.
ביים ארויסגיין זעה איך צוויי אינגעלייט וואס האבן געמאכט א שטיקל עקסידענט טוישן זיך אויף נאמבערס 'אין שטאט וועט מען זיך שוין מסדר זיין'
אזוי ווי מ'גייט נאר שפירט מען זיך ווי אינדערהיים