שבת לייט סוויטש

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פארוואס א עקסטערע אשכול?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע:אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

ווער קען מסביר זיין אין קורצן אויף מאמע לשון, ואס איז דאס ''קאשער סוויטש''??
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בוידעם האט געשריבן: ווער קען מסביר זיין אין קורצן אויף מאמע לשון, ואס איז דאס ''קאשער סוויטש''??

א לייט סוויטש וואס לויט זיין ערפינדער דארף מען דאס צו מעגן אנצינדן און אויסלעשן אין שבת. און אפאר רבנים האבן טאקע אויכעט אזוי געזאגט. אבער רוב רבנים זענען שטארק אנקעגן דעם.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
טויסט
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 02, 2015 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויסט »

ער האט נעבעך אריינגעלייגט יארן ארבעט און שווערע געלטער, און טראך! אלעס ווערט איינגעשלינגען אין א שווארצע לאך פון בריוון און קול קורא'ס

אוי.. סנישט בעטעמט.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

און וואס איז מיט
$56,498
raised by 433 people in 11 days
:?:
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


טויסט
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 02, 2015 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויסט »

דאס איז גארנישט קעגן וואס ער האט אינוועסטירט אין דעם, דאס דעקט 'אפשר' די פעטענט עקספענסעס, און סגייט זיך לכאורה אויפהערן זייער שנעל נאך דעי בריוון, קיינער גייט זיך נישט קעגן שטעלן די פיר לייבן וואס האבן ארויגעגעבן דעם צעטיל
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א פעטענט קאסט 50 אלפים?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע:אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

יישר כח קנאפער.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

כדי מעתיק צו זיין א גאר אינטרעסאנטע לשון פון הגאון האדיר גאב"ד ציריך זצ"ל, געדריקט טאקע בספרו שו"ת חלקת יעקב או"ח סימן ע', דער תשובה איז געשריבען געווארען י"א אלול תשכ"א, דער נידון דארט איז לגבי צו מקען האלטן א ענסערינג מאשין אפן אין שבת. דארט שרייבט ער ממש דברי נבואה, חכם עדיף מנבואה, א זאך וואס איז געוועהן ממש אומעגליך דאן, ווען מ'האט נאך נישט געוויסט פון אזא ווארט ווי 'קאמפיוטער' און לגבי 'אינטערנעט' מאן דכר שמיה , האט ער, דער גרויסע גאון מרוב בינתו וחכמתו בכח תורתו געזעהן דעם רואה את הנולד.

וזה לשונו בא"ד:

...וע"ז נאמר חכמים הזהרו בדבריכם בזמן שהטעכניק צועד כך צעדים קדימה, ויוכל להיות בימים קרובים לסדר חנות גדולה ע"י אוטומט שהחנות תפתח מאלי' לשעה הנדרש, והקונים יבואו [ויקנו] אף כשאין שום איש שם, רק ע"י סיועי הטעכניק של אוטומט ושארי אמצעים כדומה וכדומה יסתדר הכל, ותתחלק הסחורה להקונים תמורת המעות שהם נותנים באופן זה, ואם זלזל בקדושת שבת בהיתר שנעשה מאיליו, יוצמח מזה חילול שבת גדול, שאדם בשבתו בביהמ"ד או על שלחנו בביתו ומנגן זמירות לכבוד שבת, ועסקו עובד בשבת עבורו כבימות החול,עכתו"ד.

פלא פלאים וואס דאס מיינט א קוק מיטן כח התורה.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8025
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

הרב בעלסקי'ס בריוו איז זייער א שטארקע בריוו, מיר געפעלט בעיקר די צוייטע חלק זיין "השקפה", בענין די שעדליכקייט פון זייער מארקעטינג קאמפיין, ווי ער ברענגט זייער שיין ארויס אז שמירת שבת איז נישט קיין פראבלעם און עס איז נישט קיין שוועריקייט וואס מען דאף זען פטור צו ווערן דערפון, נאר פארקערט.

אבער די לאגיק וואס ער שרייבט אינעם ערשטען האלב בריוו די הלכה'דיגע חלק איז מיר נישט אזוי פארשטענדליך, קודם קען איינער מסביר זיין באריכות וואס איז "RUBE GOLDBERG". און די שנעלקייט האב איך פארשטאנען פון זיין בריוו בטעם האיסור ווייל מען קען נישט מתיר זיין קיין מלאכה דורך עס מאכן קאמפליצירט און אריינווארפן אינמיטן אפאר ספיקות (און דאס איז דער צושטעל צו "רובי גאלדבערג", וואס מען מאכט א פשוטע זאך וואס מען טוט שטענדיג אז עס זאל זיין קאמפליצירט לכל הפחות 20 סטעפס), ווייל למעשה סוף כל סוף טוט דער מענטש די מלאכה אדער עס קומט ארויס דורך אים אז די מלאכה ווערט געטון, און אויף דעם האט הקב"ה מקפיד געווען, ממילא קען זיין אז עס איז אפילו דא א חיוב מיתה.

אבער דאס איז לעכערליך, קודם ווערט זאגט אז מאכן לעכטיג א שטוב אדער מאכן טינקל איז די "מלאכה" וואס הקב"ה האט מקפיד געווען, אפשר האט הקב"ה מקפיד געווען נאר אויף אנצידען א פייער כפשוטואון דאס איז די צורת ה"מלאכה", און הגם די אחרונים האבן מחדש אז אנצינדען א לעקטער הייסט אויך אזוי ווי אנצינדען א פייער ווייל די אייזן אינעם באלב ווערט אזוי ווי א גחלת, אבער דאס איז שוין נישט די צורת המלאכה אז ער ריקט ארויף א סוויטש וואס גייט לאזן אז די כח פון די עלקטעריק - ענערגיע זאל אנקומען ביזן socket און דארט גיין דאס אנצינדען דעם באלב, און פארשטייט זיך אז דער spark וואס פאסירט בשעת'ן אנצינדען דעם סוויטש הגם עס איז אסור איז דאס זיכער נישט דער צורת המלאכה פון הבערה, ממילא ווען איינער צונעמט דאס אנצינדען און לייגט אריין אפאר ספיקות אינדערמיט און נאכדעם ווערט לעכטיג אין שטיב אדער טינקל מיינט נאכנישט אז מען האט געטון די מלאכה נאר מען האט עס צונימען.

און צווייטנס לאמיר זאגען אז ארויפריקן א סוויטש און נאכדעם ווערט לעכטיג אדער טינקל איז יא דומה צו די צורת המלאכה פון הבערה, אבער אפשר אויב מען צונעמט א מלאכה איז עס מותר אפילו די תוצאות זענען די זעלבע ווי ווען מען טוט ווי די מלאכה אינגאנצען. מען קען ברענגען אויף דעם כמה ראיות.

אבער רב לוין'ס בריוו זעט יא אויס צו זיין א שטארקע בריוו להלכה.

(כד הוה ניים ושכיב נא_שכל אמר להא מילתא, ממילא קען זיין אז איך שרייב גרויסע שטיות)
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ווער זאגט ער וועט דערלייגן די געלט אפשר איז עס גאר א גדולה פאר די ווייטע שוואכע אידען? זיי וועלן עס לויפען קויפען. זאלען זיי חאטש נישט טוהן קיין איסור דאורייתא ח"ו.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

די פלארעסענט באולבס אדער די היינטיגע געדרייטע מערקערי באולבס איז דען הבערה, זיי זענען דאך בלויז קעמיקעלס וכדומה.
נאר מוז מען זאגען אז דער הבערה איז ערגעץ ווי אינדערמיט אין נישט אינעם באלב גופא, וואס די אמאליגע אוסרים האבען גע'אסר'ט די אמאליגע באלבס וואס איז געווען פייער ממש. על כן איז בכלל נישט דא דערין דער איסור פון הבערה, נאר בונה סותר [???], אדער בלייבט איבער צו זאגען אלץ זילזול דשבת. ווען די ערפינדערס פונען לייט באלב וואלטן אינאיינעם מחדש געוועהן דעם היינטיגען מערקערי באולב אינאיינעם מיטן כשר סוויטש וואלט בכלל נישט געוועהן דער איסור פון זילזול שבת.

דא אין דעם סוויטש איז פארהאן דריי גרמא'ס, א) דער סוויטש זעלבסט, ב) דער עלעקטריק פאולס, ג) הפעלת האור עצמי.
א גרמא דגרמא איז אויך אסור, ואין לדבר סוף.
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

א סוויטש איז נישט קיין גרמא.
אויך, כמעט אלע פלארעסענט זענען יא איסורי דאורייתא.
צוביסלעך קריכט מען ארויס פון דעם איינגעגעסענעם טעות אז ס'איז א דרבנן.
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

טויסט האט געשריבן: ער האט נעבעך אריינגעלייגט יארן ארבעט און שווערע געלטער, און טראך! אלעס ווערט איינגעשלינגען אין א שווארצע לאך פון בריוון און קול קורא'ס

אוי.. סנישט בעטעמט.

א איד גייט און ספענד אזויפיל געלט צו לעזן דעם שבת פראבלעם? הישמע כזאת.
טויסט
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 02, 2015 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויסט »

שוועמל האט געשריבן: א פעטענט קאסט 50 אלפים?


אויב נישט מער, א ריכטיגע שטארקע פעטענעט קאסט שווערע געלטער, קודם די FEE פאר די גאווערמענט אליין איז בערך פינף און צוואנציג אלפים, און מקען דאס נישט מאכען אליין מדארף נוצען ספיציעלע לואיערס פארדעם וואס קאסט אויך שווערע געלטער,
טויסט
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 02, 2015 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויסט »

צושויער האט געשריבן:
טויסט האט געשריבן: ער האט נעבעך אריינגעלייגט יארן ארבעט און שווערע געלטער, און טראך! אלעס ווערט איינגעשלינגען אין א שווארצע לאך פון בריוון און קול קורא'ס

אוי.. סנישט בעטעמט.

א איד גייט און ספענד אזויפיל געלט צו לעזן דעם שבת פראבלעם? הישמע כזאת.


ווייטאגלעך איז עס נאכאלץ,

און אגב, 'לעזן דעם שבת פראבלעם?' דאס הייסט פאר צוויי הונדערט יאר צירוק ווען סהאט נישט עקזיסטירט קיין לעקטער, איז נישט געווען אזא זאך ווי שבת? אויב וואלט עס געווען אויסגעהאלטען הונדערט פראצענט להלכה וואלט נישט געווען קיין שום פראבלעם! סהייסט די מינוט וואס ממעג עפענען א לייט שבת ווערט אויס שבת? וואסערע נארישע גערעדאכץ.

נאר וואדען, דער יוד קען נישט קיין הלכות שבת, ער האט געמיינט ער האט א אויסטרעף, און יעצט איז פארטיג, אבער א רחמנות איז ער
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

טויסט האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן: א פעטענט קאסט 50 אלפים?


אויב נישט מער, א ריכטיגע שטארקע פעטענעט קאסט שווערע געלטער, קודם די FEE פאר די גאווערמענט אליין איז בערך פינף און צוואנציג אלפים, און מקען דאס נישט מאכען אליין מדארף נוצען ספיציעלע לואיערס פארדעם וואס קאסט אויך שווערע געלטער,

נישט ריכטיג, א פעטענט קאסט נישט אזוי סאך,
עיין כאן,
אטעטשמענטס
PATENT.JPG
הק' איש ימיני
טויסט
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 02, 2015 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויסט »

אזא פעטענט איז גארנישט ווערט.. טו אביסעל דורך דעם ענין וועסטו זען
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

טויסט האט געשריבן: אזא פעטענט איז גארנישט ווערט.. טו אביסעל דורך דעם ענין וועסטו זען

right, you cant get a real patent here in the USA under $25K
5K is just the start up lawyer fee for research
איךביןדא
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2011 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איךביןדא »

די בריוון פין רבנים בנוגע די
kosher switch

https://www.dropbox.com/s/3r4u5omci20xh ... l.pdf?dl=0
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

איךביןדא האט געשריבן: די בריוון פין רבנים בנוגע די
kosher switch

https://www.dropbox.com/s/3r4u5omci20xh ... l.pdf?dl=0


דאס לעצטע בריעף זעהט אויס זיין א מייסטערווערק ליצנותא דעבודה זרה
מיט דעם סימבאל נאך זערצי
אבער ווער האט געדולד דאס דורך ליינען
וועער האט עס געשריבען און ווי?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8025
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

גא"מ די לעצטע בריוו קען מער אויפטוהן, עס איז בבחי' "ענה כסיל כאוולתו", גענטפערט מיט זי זעלבע ליצנות ווי זייער ביליגע מארקעטינג, און נאך מיט א שמוץ אריבער.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13906
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

פאטאקי08 האט געשריבן: אויב איינער קען מיר מסביר זיין (לכתחילה?) וויאזוי דער סוויטש ארבעט, וואלט איך אפרשיעיטעד

זיך נישט גוט אויסגעדריקט
איך וויל פארשטיין טעקניקלי וויאזוי דאס ארבעט, פארוואס און וויאזוי און ווען קען א עלעקטריק פולס (וואס איז דאס) אנצינדן אדער אויסלעשן א סוויטש?




פון אישי

פאטאקי08 האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
בנימין הלוי האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
אשמרה לפי מחסום האט געשריבן: דו ביסט נישט גורם קיין אויסלעשען נאר ס"ה נקעסטע מאל ער גייט שיקען די שטראל וועט ער נישט קענען טרעפען די אנדערע זייט גייט ער זיך אויסלעשען

מאי שנא פון א שבת זייגער וואס מ'טאר נישט ארויסנעמען א ציינדעלע מחמת גרם כיבוי?

איך בין נישט זיכער איבער דעם צושטעל, אבער ווער זאגט מען טאר נישט ארויסנעמען ביי א שבת זייגער?
אגב, ביי וועלכן אופן איז שייך גרם כיבוי ביים ארויסנעמען א ציינדל? אויב עס איז פארלאשן און מען נעמט אוועק די גרינע איז עס די לייכטסטע פאל. קיין שאלה לכאורה.

מיינסט אפשר ווען עס ברענט און מען נעמט ארויס די רויטע, דאס איז גרם הבערה און אויך דא זענען דא גענוג מקילים למעשה

אדער רעדסטו פון אריינלייגן א ציינדל, איך ווייס נישט די הלכה אין אזא פאל.

איך האב אמאל געהאט א שאלה מיט א עיר קאנדישן, וואס כ'האב געוואלט ריקן דעם ציינדעלע ס'זאל זיך אויסלעשן פריער, און מ'האט נישט מתיר געווען

ריקן די ציינדל איז ערגער ווי ארויסנעמען א ציינדל, איר פארשטייט?
מיין דיין איז מתיר ארויסצונעמען (אנע שינוי) און אויכעט רוקן פון פריער צו שפעטער אבער נישט אויף צוריק

I don't get it
if I remove the "tooth" first and then move it to a later time, why should it be different than putting in one?

Only way I can see a difference is if you put in the later one first, then you remove the earlier one
this way it's a "gavra katila katil"

Anyhow, I think it can use a separate eshkol



פאטאקי08 האט געשריבן: טאקע אביסל שווער צו מסביר זיין
עס איז אביסל טיף...
די זאך איז אזוי: ווען די שבת זייגער איז געשטעלט זיך אויסצולעשן 2 אזייגער און די רוקסט די ציינדל אז עס זאל זיך אויסלעשן 3 אזייגער האסטו געמאכט אז עס זאל בלייבן לענגער די זעלבע סטאטוס ווי יעצט דאס מעג מען
אויב אבער דו מאכסט עס זאל זיך אויסלעשן האלב צווייע האסטו געמאכט אז אנשטאט וואס עס וואלט געדארפט זיין אנגעצינדן האלב צווייע האסטו געמאכט אז עס זאל זיין אויסגעלאשן און דאס האט ער געפסקנט אסור
אין אנדערע ווערטער מען מעג טוישן אויב עס בלייבט דו זעלבע סטאטוס די טוסט דאס נאר אויסציען אויב אבער דו טוישט די סטאטוס פון אנצינדן צו אויסלעשן אדער פארקערט דאס טאר מען נישט
עס איז זייער דקות'דיג צו מסביר זיין
דעיס וואס דו זאגסט פון "גברא קטילי מקטיל" פארשטיי איך נישט קיין ווארט... (מן הארץ)איך זאג נאר וואס דער דיין האט אונז געזאגט ביי א שיעור הלכה למעשה
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13906
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לאס מיך מסביר זיין בקיצור (נישט קיין מינעארעץ ח"ו נאר איך האב זיך נישט מסביר געווען כראוי) קען זיין איך בין נישט גערעכט.

אויב זאל זיין די הלכה אז מען טאר נישט גורם זיין קיין שינוי, -דאס הייסט אז אויב עס ברענט טאר מען נישט אריינרוקן קיין רויטע עס אויסצולעשן, וכן אויב עס איז אויסגעלאשן טאר מען נישט אריינלייגן א גרינע- א"כ באופן וואס עס "דארף" זיך פארלעשן דריי אזייגער, קומסטו עס אפשטופן אויף פיר אזייגער, אבער איין מינוט, ברגע וואס דו שלעפסט ארויס דעם רויטן פון זייגער דריי "דארף זיך עס מער נישט אויסלעשן דריי אזייגער" די שטייסט יעצט מיט א שבת זייגער וואס האט נישט קיין לעשער און דו לייגסט אריין א לעשער פאר פיר א זייגער. נישט אזוי?

משא"כ ווען בשעת דער רויטער ליגט נאך אינסייד ביי דריי לייג איך צו איינס ביי פיר, נמצא אז איך נישט גורם געווען קיין כיבוי ווייל סייווי דארף ער זיך פארלעשן דריי (לעקטער קטילא קטיל). דערנאך קען איך אפשר ארויסנעמען די דריי אזייגער פארלעשער עס צו לאזן ברענען לענגער -לויט די וואס זענען מתיר ארויסצונעמען אויסלעשערס(ווי געשריבן ברבים יש המתירים רק להסיר הגרינע ולא הרויטע)

און טאקע ווייל די סברות און חילוקים זענען דקות'דיג וועלן פיל דיינים דאס נישט מתיר זיין ברבים און טייל אויך נישט ביחיד כדי שלא יבואו לדמות מילתא למילתא דלא דמי

איך ווייס א ת"ח וואס רוקט אסאך מער ווי עס גייט מיר אין קאפ.
ביי מיר דאכט זיך רירט מען נישט די זאכן בכלל, בפרט בפני נשים ו קטנים.

א פרייליכן שבת





נאך איין קליינע נקודה
די קלענסטע שאלה איז לכאורה ווען דער מאשין איז פארלאשן און דער זייגער וויל אים אנצינדן, און איך נעם אוועק דעם אנצינדער. ווייל כמובן איז ניטא קיין כיבוי אויף א פארלאשענער זאך.
משא"כ ווען עס ברענט און עס איז עתיד זיך אויסלעשן, דאן קען עס זיין גרם הבערה. ווייל יעדע רגע עס ברענט איז א פרישע הבערה וז"פ.

אבער, דאס גאנצע שמועס האט גארנישט צום טרייפע סוויטש. גיי צוריק צום שמועס ארגינאל, ס'איז בטעות אריינגעפאלן דארט
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

גערעכטער האט געשריבן: ס'איז מיר קיינמאל נישט געפאלן די געדאנק ווי מען שפילט זיך מיטן שבת קודש, אבער ס'ציפט מיר דאך אז א איד גייט שאדן האבן נאכן אינוועסטירן אין דעם כוחותצייט און געלט..

עס איז נאכנישט אזוי זיכער אז ער וועט דערלייגען
אין די היינטיגע עפאכע פון אינטערנעט מיט די אלע אפיקורסישע זייטלעך קען דער מוכר האבן אסאך קונדן ל"ע
היינט צוטאגס בעיקבתא דמשיחא איז ליידער עובר לסוחר אפגעפרעגטע היתרים און מזרחי סטיל תורה השדופות קדים
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”