פלאנצען

אלע סארט פראפערטי מענעדזשמענט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ציד
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2015 2:03 pm

פלאנצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציד »

ווער עס ווייסט פרטים וועגן פלאנצען וועטשטעיבעלס וכדומה וואס קען זיין אינטערסאנט פאר בחורים אין קעמפ דאס הייסט וואקסט שנעל זאל מיך מודיע זיין די פרטים
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

זיי מסביר פונקטליך וואס דו ווילסט וויסן ?
אוועטאר
אתרוג
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 29, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אתרוג »

מיר זענען א מומחה אין די זאכן אבער יעצט איז שוין אביסל שפעט פארבינד זיך אין אישי וועלען מיר אייך טרייען צו העלפן ווי ווייט מעגליך

אתרוג
ציד
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2015 2:03 pm

פלאנצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציד »

איך זיך אינפערמאציע אקעגען די חיות זאלען נישט אויפעסן די פרוכט
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

פלאנצונגען נישט אזוי גוט געלאנגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

הרב אתרוג אפשר קענט איר ארויסהעלפן דא.

איך האב איינגעפלאנצט אביסל פאר שבועות, טעמעטעס, קיוקאמבערס, און פעפערס. משום מה האט זיך נישט אלעס אויסגעשטעלט אזוי ווי געפלאנט, איז אפשר קענסטע ביטע זאגן פון דיין עקספיריענס וואס די פראבלעמען האבן דא געקענט זיין, און דאס מתקן זיין נעקסטע יאר.

איך האב איינגעפלאנצט פון יעדע מין, צוויי ביימעלעך אין גאנץ א גרויסע פלאוער פאט. די פאט ליגט אויף א צעמענטענעם פלאר, און נישט אויף זאמד. ווי אויך ליגט עס אויסגעשטעלט צו אסאך זין. מען באווסערט עס לכה"פ איין מאל א טאג.

די טאמעיטעס קען מען זאגן איז געוואקסן די בעסטע פון אלע. הגם ס'וואקסן נאך יעצט נייע, האב איך אבער ערווארטעט אז סזאל האבן געוואקסן מער. אויף איין בוים, איז געוואקסן נאר צוויי טאמאטעס, און יעצט מאכן זיך אוי די בלומען פאר נאך 4. איז דאס נארמאל, אדער אזוי קומט עס?

די קיוקאמבערס, איז נאר ארויסגעוואקסן איין גאנצע קיוקאמבער. סדא נאך בערך 3 וואס זענען זייער קליין, אבער סזעהט נישט אויס ווי זיי צוואקסן זיך. סהאלט אין איין קומען נאך געלע בלומען - א צייכן אז סגייט קומען נאך א קיוקאמבער, אבער צום סוף פאלט אלעס אראפ.

פעפערס, איז אזוי. די ערשטע בוים, פון אלע וואס האבן אנגעהויבן וואקסן, איז איבערגעלבין צוויי שיינע פעפערס וואס צוואקסן זיך שיין. די צווייטע בוים, איז סאך מער א שיטערע בוים מיט ווייניגער בלעטלעך. סאיז געוואקסן אפאר פעפערס, אבער אלעס איז געגאנגן פייפן זייער פרי, און סאיז גארנישט איבערגעבליבן. יעצט ויהיה לפלא, איז זיך די בוים צוואקסן צוויי מאל אין סייז, סוואקסן פרישע בלעטער, און ס'באווייזט זיך נייע קליינע שרשים ווי סגייען אי"ה וואקסן נייע פעפערס.

איז די שאלה, וואס קען מען טון אז די נייע פעפערס זאלן נאך פארטיג ווערן דעם סעזאן? האט עפעס צו טון די וועג וויאזוי איך האב עס געפלאנצט (ווי אויבן ערקלערט), אז עס זאל נישט וואקסן געהעריג?

א דאנק
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לייג בילדער פון זיי.

עפעס איז ראנג. וועלעכע זאמד האסטו גענוצט? איז דא זון?

לייג בילדער פון די קיוקאמבער בלומען, נישט אלע בלומען ווערן קיוקאמבערס.

בקיצור, לייג קלארע בילדער פון די גאנצע פלענט, וועל איך אפשר קענען זאגן וואס איז געווען ראנג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

איך האב גענוצט זאמד וואס איז ספעציעל פאר ירקות, ע"פ יעוץ פון איינע פון די ארבעטער ביי lowes.
די זין קומט אן אהין געונג און נאך.

איך וועל לייגן אפאר בילדער בכדי לשבר את האוזן.

קודם דא איז א בילד באופן כללי וויאזוי עס זעהט אויס. איך האב געלייגט א שטיקל גדר אז די מאקאשען זאלן נישט פארזיכן דערפון.

https://www.dropbox.com/s/0ajn0gv66f85b ... 8.JPG?dl=0
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

די קיוקאמבערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

דא קענסטע זעהן די קיוקאמבערס. אויף איין בילד זעהט מען די גאנצע קיוקאמבער, און נאך איינס לעבן דעם וואס האט אנגעהויבן וואקסן, אבער ס'ריקט זיך נישט ווייטער.
אויך אפאר בלעטער פון די נאך איבערגעבליבענע בלומען.

https://www.dropbox.com/sh/gschm9hkhy0o ... iWApa?dl=0
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

די פעפערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

די פעפערס. מקען זעהן ווי די אונטערשטע ביימעלע האט זיך הויך צוואקסן און אט אט פאנגן אן ארויסצושפראצן די ווייסע בלומען, בשעת די פאדערשטע איז געבלין קליין, און האט אויף זיך צוויי פעפערס וואס וואקסן גאנץ פיין. איז דא עפעס א וועג צוציאגן דאס וואקסן?

https://www.dropbox.com/sh/aq19m0kebusf ... aQQoa?dl=0
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

די טעמאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

פון די טעמאטעס איז דא עפעס וואס צו האפן.
https://www.dropbox.com/sh/wg0wleqjhpjm ... SaWga?dl=0
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די טעפ זענען בכלל נישט גרויס. טא דארפסטו מאכען זיכער אז עס איז איבער באוואסערט. כ'בין חושד אז די קיוקאמבער איז געווען אויסגעטריקענט. אויב איז עס געווען אויבגעטריקענט אפי' פאר איין טאג, קען זיין אז די וואס האט שוין אנגעהויבן וואקסען איז געגאנגען א גאנג. דארפסטו ווארטן אויף נייע.

אבער עס קוקט מיר נישט אויס פון די בילד אז יענע קליינע קיוקאמבער איז דערנאך. זייער מעגליך אז דו דארפסט נאך אביסל ווארטן. די בלומען וואס דו זעהסט דארט, איז נישט פון וועלכע עס דארפן ווערן קיוקאמבער. עס איז נארמאל אז יענע קומען פריער. ווארט וועלן קומען נאך בלומען. ביידע סארט בלומען זענען וויכטיג, אבער קיוקאמבער קומט פון די אנדערע סארט. עס קוקט אויס זייער ענדליך אבער איז נישט.

די טעמאטען קוקן אויך אויס פיין.

די איינציגסטע זאך וואס איך זעה, איז אז דו האסט נישט אראפגענומען די "סאקערס". עס איז אביסעל שווער מסביר צוזיין אויסעווענדיג. עס איז דא די ביימעלע, און פון דעם קומען ארויס צווייגן. יעצט צווישן יעדע פון די צווייגן און די שטאם - די עיקר בוימעלע - קומט ארויס נאך א צווייגעלע. עס איז ווי א "שין". די שטאם, די צווייג, און נאך איינס אינדערמיט. די מיטעלסטע דארף ווערן אראפגעבראכען. עס נעמט אוועק אסאך כח פון די ביימעלע, עס מאכט אסאך בלעטער, די בוים דארף נישט אזוי פיל בלעטער, און עס נוצט אויס די כח פון די בוים אנשטאט די בוים זאל ארויסגעבן נאך טאמאטן.

נאך א פראגע, בינען זעהסטו ארום די ביימער? ארום 7:00 8:00 צופרי. (בעיקר ביי די קיוקאמבער, די טאמאטען געבן זיך אן עצה)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: די טעפ זענען בכלל נישט גרויס. טא דארפסטו מאכען זיכער אז עס איז איבער באוואסערט.

מיינסט צו זאגן אז ווי קלענער סאיז, אלטס מער וואסער דארף מען?

לכתחילה אריבער האט געשריבן: אויב איז עס געווען אויבגעטריקענט אפי' פאר איין טאג, קען זיין אז די וואס האט שוין אנגעהויבן וואקסען איז געגאנגען א גאנג.


ממש אזוי? אויב אפילו איין טאג באקומט עס נישט גענוג וואסער, איז דערנאך?

און בכלל, דאס אז איך האב איינגעפלאנצט צוויי ביימעלעך אין איין טאפ, קען מאכן שאדען?

לכתחילה אריבער האט געשריבן: די איינציגסטע זאך וואס איך זעה, איז אז דו האסט נישט אראפגענומען די "סאקערס".


דאס האב איך נישט געוויסט. עמער היינט גיין קוקן וואס דו מיינסט.

און דאס איז נאר ביי די טאמאטען, אדער אויך ביי די אנדערע?

לכתחילה אריבער האט געשריבן: נאך א פראגע, בינען זעהסטו ארום די ביימער? ארום 7:00 8:00 צופרי. (בעיקר ביי די קיוקאמבער, די טאמאטען געבן זיך אן עצה)


אוודאי. אסאך מאל זעהט מען די בינען דארט, און זיי זויגן אויס די בלומען פון די קיוקאמבערס. מאכן זיין קאליע מיינע קיוקאמבערס?



אגב. די קינדער גרייטן זיך שוין צו מיט גאר העפטיגע הכנות, אראפצונמען דעם ערשטן רייפע טאמאטע. איז דא עפעס שאלות, צו מאכן א שהכל אויף גרינצייג וואס וואקסט אין אזעלעכע טעפ?
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מתבונן האט געשריבן: אגב. די קינדער גרייטן זיך שוין צו מיט גאר העפטיגע הכנות, אראפצונמען דעם ערשטן רייפע טאמאטע. איז דא עפעס שאלות, צו מאכן א שהכל אויף גרינצייג וואס וואקסט אין אזעלעכע טעפ?

אפילו אויף די וואס וואקסן אינגאנצן אן האלט הרב וואזנער ז"ל אז מען מאכט אן האדמה.
---
תיקון טעות: אן זאמד. נאר מיט וואסער און לופט.
לעצט פארראכטן דורך קנאפער ידען אום מאנטאג יולי 20, 2015 4:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מתבונן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: די טעפ זענען בכלל נישט גרויס. טא דארפסטו מאכען זיכער אז עס איז איבער באוואסערט.

מיינסט צו זאגן אז ווי קלענער סאיז, אלטס מער וואסער דארף מען?

די ווארט איז נישט אז א קלענערע טאפ דארף מער וואסער, נאר פשוט עס טריקענט שנעלער אויס

לכתחילה אריבער האט געשריבן: אויב איז עס געווען אויבגעטריקענט אפי' פאר איין טאג, קען זיין אז די וואס האט שוין אנגעהויבן וואקסען איז געגאנגען א גאנג.


ממש אזוי? אויב אפילו איין טאג באקומט עס נישט גענוג וואסער, איז דערנאך?

און בכלל, דאס אז איך האב איינגעפלאנצט צוויי ביימעלעך אין איין טאפ, קען מאכן שאדען?

די איינע קיוקאמבער קען גיין א גאנג. ווען זיי זענען קליין קענען זיי אינגאנצען אפשטארבן ,און די גרעסערע קענען ווערן ביטער.

לכתחילה אריבער האט געשריבן: די איינציגסטע זאך וואס איך זעה, איז אז דו האסט נישט אראפגענומען די "סאקערס".


דאס האב איך נישט געוויסט. עמער היינט גיין קוקן וואס דו מיינסט.

און דאס איז נאר ביי די טאמאטען, אדער אויך ביי די אנדערע?

דאס איז ביי טאמאטען

לכתחילה אריבער האט געשריבן: נאך א פראגע, בינען זעהסטו ארום די ביימער? ארום 7:00 8:00 צופרי. (בעיקר ביי די קיוקאמבער, די טאמאטען געבן זיך אן עצה)


אוודאי. אסאך מאל זעהט מען די בינען דארט, און זיי זויגן אויס די בלומען פון די קיוקאמבערס. מאכן זיין קאליע מיינע קיוקאמבערס?

ניין, ניין חלילה!! פונקט פארקערט, אויב איז נישטא קיין בינען וועלן זיי נישט וואקסן. אז עס איז דא בינען איז גוט.



אגב. די קינדער גרייטן זיך שוין צו מיט גאר העפטיגע הכנות, אראפצונמען דעם ערשטן רייפע טאמאטע. איז דא עפעס שאלות, צו מאכן א שהכל אויף גרינצייג וואס וואקסט אין אזעלעכע טעפ?

און בכלל, זיי נישט דערשראקען, עס איז נאך בכלל נישט טיף אינעם סעזאן. נאך דא אסאך צייט צו וואקסען סחורה, מיט הצלחה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: די איינציגסטע זאך וואס איך זעה, איז אז דו האסט נישט אראפגענומען די "סאקערס". עס איז אביסעל שווער מסביר צוזיין אויסעווענדיג. עס איז דא די ביימעלע, און פון דעם קומען ארויס צווייגן. יעצט צווישן יעדע פון די צווייגן און די שטאם - די עיקר בוימעלע - קומט ארויס נאך א צווייגעלע. עס איז ווי א "שין". די שטאם, די צווייג, און נאך איינס אינדערמיט. די מיטעלסטע דארף ווערן אראפגעבראכען. עס נעמט אוועק אסאך כח פון די ביימעלע, עס מאכט אסאך בלעטער, די בוים דארף נישט אזוי פיל בלעטער, און עס נוצט אויס די כח פון די בוים אנשטאט די בוים זאל ארויסגעבן נאך טאמאטן.

איך האב פראבירט צו קוקן ואוס דו מיינסט. אביסל שווער צו כאפן.
איז עס נאר פון אונטן פון ווי ס'וואקסט ארויס, אדער דו מיינסט אפילו לענג אויס די גאנצע בוים ארויף, דארף מען ערגעץ אראפנעמען א צוייג וואס קומט ארויס פון די זייט?
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מתבונן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: די איינציגסטע זאך וואס איך זעה, איז אז דו האסט נישט אראפגענומען די "סאקערס". עס איז אביסעל שווער מסביר צוזיין אויסעווענדיג. עס איז דא די ביימעלע, און פון דעם קומען ארויס צווייגן. יעצט צווישן יעדע פון די צווייגן און די שטאם - די עיקר בוימעלע - קומט ארויס נאך א צווייגעלע. עס איז ווי א "שין". די שטאם, די צווייג, און נאך איינס אינדערמיט. די מיטעלסטע דארף ווערן אראפגעבראכען. עס נעמט אוועק אסאך כח פון די ביימעלע, עס מאכט אסאך בלעטער, די בוים דארף נישט אזוי פיל בלעטער, און עס נוצט אויס די כח פון די בוים אנשטאט די בוים זאל ארויסגעבן נאך טאמאטן.

איך האב פראבירט צו קוקן ואוס דו מיינסט. אביסל שווער צו כאפן.
איז עס נאר פון אונטן פון ווי ס'וואקסט ארויס, אדער דו מיינסט אפילו לענג אויס די גאנצע בוים ארויף, דארף מען ערגעץ אראפנעמען א צוייג וואס קומט ארויס פון די זייט?

יא, די גאנצע לעג ארויף. נישט די צווייגן וואס קומען ארויס פון די זייט, נאר די צווייגן וואס קומען ארויס צווישען די עיקר בוים און די וואס קומען ארויס פון די זייט.

אפשר זאלסטו כאפן א בילד "נאנט" צו עטליכע צווייגן, וועלעך קענען אנצייגן פונקטליך וואס כ'מיין.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: אפשר זאלסטו כאפן א בילד "נאנט" צו עטליכע צווייגן, וועלעך קענען אנצייגן פונקטליך וואס כ'מיין.


כהאב פראבירט צו מאכן נאך צוויי בילדער.
https://www.dropbox.com/sh/dptso0ct74tz ... EjIba?dl=0
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

דארט ווי די עררא ווייזט, וואקסט ארויס אזא חברה מאן, ווער פטור דערפון, און פון ענדליכס.

אגב, ווען די טעמאטן פאנגן אן אביסעלע רויט ווערן, איז די צייט אפצוקלויבן. אויב לאזטו עס אויפן בוים ווערן רויט, וועט עס ווערן "מושי" מעליג. קלויב עס אפ, גלייך ווען עס פאנגט אן א טראפעלע רויט צו ווערן, לייג עס אויף א פלאץ ווי די זון שיינט דעראויף - צום ביישפיל ביים פענסטער - און ווארט עס זאל עוורן אינגאנצן רויט.

מיט הצלחה.
אטעטשמענטס
GnNCuPYvoPoM_pER7RPRxt0WLL-JD_hYQqAO4FKUiaI,r-8sEr5-jFQp1S2yTr3XlD6Sn81DsUdOK2IX02_dVPM.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

שכוח. יעצט כאפ איך שוין וואס דו מיינסט. רוב צווייגן איז עס ממש קליינטשיק, און ווי איך פארשטיי לוינט זיך עס אראפצוטשאפן עס זאל נישט גרעסער ווערן.

א גרויסן ייש"כ לכתחלה פאר די אנווייזונגן.

לסה"כ, וואס קען זיין די הוראות אז די קיוקאמבערס זאלן בעסער וואקסן נעקסעט יאר? איז עס נאר די וואסער, אדער נאך עפעס?
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מתבונן האט געשריבן: שכוח. יעצט כאפ איך שוין וואס דו מיינסט. רוב צווייגן איז עס ממש קליינטשיק, און ווי איך פארשטיי לוינט זיך עס אראפצוטשאפן עס זאל נישט גרעסער ווערן.

א גרויסן ייש"כ לכתחלה פאר די אנווייזונגן.

לסה"כ, וואס קען זיין די הוראות אז די קיוקאמבערס זאלן בעסער וואקסן נעקסעט יאר? איז עס נאר די וואסער, אדער נאך עפעס?

יא, אראפנעמען עס זאל נישט ווערן גרויס.

איך זעה נישט אז די קיוקאמבערס וואקסן שלעכט דאס יאר!

זעה עס זאל האבן וואסער און זון, עס איז נאך דא אסאך צייט אינעם סעזאן. דאס אז יענע בלומען קומען אין גייען, איז נארמאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתב ולשון »

אז מ'רעדט שוין, איז דא עפעס וואס קען כאטש עפעס ערגענצן די זון שטראלן פאר פלאנצונגען?

למשל אז אין א יום המעונן אדער אפילו אין די נאכט שעה'ן זאל שיינען א גאר שטארקע לייט
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

כתב ולשון האט געשריבן: אז מ'רעדט שוין, איז דא עפעס וואס קען כאטש עפעס ערגענצן די זון שטראלן פאר פלאנצונגען?

למשל אז אין א יום המעונן אדער אפילו אין די נאכט שעה'ן זאל שיינען א גאר שטארקע לייט

עס איז דא, אבער פארוואס זאלסטו עס דארפן?

א פלאנצונג דארף ריען אויך. ביינאכט "שלאפט" עס. יום המעונן איז שוין אזוי אויסגעשטעלט אז עס גיט זיך אן עצה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

ווען ווייסט מען ווען די קיוקאמבערס זענען גרייט צום אראפנעמען? ס'בלייבט דאך גרין.
די איין גרויסע קיוקאמבער וואס איך האב, פאנגט שוין אביסל ווייס צו ווערן.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מתבונן האט געשריבן: ווען ווייסט מען ווען די קיוקאמבערס זענען גרייט צום אראפנעמען? ס'בלייבט דאך גרין.
די איין גרויסע קיוקאמבער וואס איך האב, פאנגט שוין אביסל ווייס צו ווערן.

שנעל נעם עס שוין אראפ!!

די בעסטע איז ווען עס איז נאך גוט גרין. איינמאל עס פאנגט אן ווערן ליכטיג פארלירט עס עטוואס די פלעיוואר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

דעם שב"ק האבן מיר געהאט די זכייה צו עסן פון איינס פון די צוויי גרויסע טאמעטעס וואס איז געוואקסן ביי אונז אין גארטן. דריי חדשים געווארט, ובין רגע אבד.
די שמחה איז געווען זייער גרויס, און מען האט געקענט פילן די שמחה אין די לופט וויאזוי עס האט זיך געשפירט בזמן ביהמ"ק היה קיים, ווען מהאט מקיים געווען די מצוות השייכות בזה, ביכורים וכדו'.
ווי אויך קען מען פארשטיין די גרויסע נסיון פון ערלה, אזוי לאנג געווארט אויף די אויסגעבעטענע פרוכט, און... נאפס... מדארף ווארטן נאך דריי יאר! ווייל אלעס קומט פונעם אויבערשטן.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “מענעדזשמענט”