רבי שלמה הלוי מקארלין זצ"ל - נעקד"ה כ"ב תמוז תקנ"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: רבי שלמה הלוי מקארלין זצ"ל - נעקד"ה כ"ב תמוז תקנ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

dovidal האט געשריבן:
דיעל שפיל האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
משה צימערינג האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
אינטערסאנט
איז דאס טאקע יעצט LIVE
יא
איך מיין אז נישט מען געט שוין לחיים 30 מוניט ? אזא עולם איז דא אין קארלין ?
נ׳וואדאי זיי האבען א ריזען עולם קע׳ה
האב איך נישט געוואסט
עס קומט פאר אויף דע גאס ? פארוואס ?
אפשר דו טו קאוויד...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5473
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי שלמה הלוי מקארלין זצ"ל - נעקד"ה כ"ב תמוז תקנ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

מי היה חותנו?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25080
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי שלמה הלוי מקארלין זצ"ל - נעקד"ה כ"ב תמוז תקנ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט גייט זיין די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי שלמה קארלינער זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי שלמה הלוי מקארלין זצ"ל - נעקד"ה כ"ב תמוז תקנ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הרה"ק רבי שלמה ב"ר מאיר הלוי זי"ע, הי"ד, מקארלין.

ער איז געבוירן אין שטאט טולטשין, בשנת תצ"ח.
צו זיין טאטע הרה"ק רבי מאיר הלוי סג"ל זי"ע,
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת יוטא ע"ה.

עס שטייט אין ספר שם הגדולים, אז צדיקי הדור האבן געזאגט אויפן רבין אז ער איז געווען משיח בן יוסף בדורו, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אז משיח בן יוסף וועט אומקומען על קדושת שמו יתברך.

ער איז געווען א איש קדוש ונורא, א בעל רוח הקודש נפלא, והיה נהירין ליה שבילי דרקיע.
טויזנטער אידן און צדיקים האבן זיך מסתופף געווען בצלו, אלע זיינע תפילות זענען צו געגאגען מיט קולי קולות און יעדעס ווארט וואס איז ארויס פון זיין מויל איז געווען מיט א קדושה וטהרה.
צדיקים האבן מעיד געווען אז ער איז געווען העכער פון השגת אנישי.
שוין פון אלס קינד האט ער גע'שמ'ט מיט זיינע געוואלדיגע כשרונות, ער האט געהאט א שארפן קאפ און א שנעלע תפיסה.
ער האט שוין דאן פארמאגט גאר שיינע מידות, און מיט זיין יראת שמים און זעלטענע התנהגות האט ער באצויבערט יעדן איינעם.

ער האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון א גביר אין שטאט קארלין, און ער איז דאן געזעצן אויף קעסט ביים שווער, און ער איז שוין דאן געווען באוויסט אלס א בקי נפלא בתורה און אויך מיט זיין געוואלדיגע עבודה בקדושה וטהרה.
זייענדיג א גרויסע תלמיד חכם האט מען אים מכבד געווען צו זאגן א דרשה אין שול, גאונים זענען ארויס פון התפעלות פון זיין גרויס חריפות, און מען האט אים גערופען "ר' שלמה חריף".

ער איז געווען א תלמיד חבר פון הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע, און ער האט אסאך תורה מקבל געווען פון זיין הייליגען רבין, אויך האט ער גענומען זיין געוואלדיגע עבודת התפילה פון זיין רבין.
אויך איז ער געווען א תלמיד פון הרה"ק ממזריטש זי"ע, וואס זיין רבי דער הייליגער רבי אהרן הגדול מקארלין האט אים מקרב געווען צום מגיד ממעזריטש.
דער מגיד האט געזאגט איינמאל, איך האב א יונגערמאן ביי מיר אין ביהמ"ד מיטן נאמען שלמה, און בשעת ער זאגט יום הקדוש ביינאכט דעם פסוק ד' אֲדֹנֵינוּ מָה אַדִּיר שִׁמְךָ בְּכָל הָאָרֶץ, איז ער מעלה אלע ניצוצות פון פולין ליטא ורייסין, און אויך האט דער מגיד געזאגט אז די נשמה פון רבי שלמה איז אזוי ווי א מאגנעט, עס ציט בלויז צו דאס פינטעלע אמת, און זי וויל נאר צוקומען און דערגרייכן צו אמת'ע יראת שמים.

דארט ביים מגיד האט דער רבי שלמה עוסק געווען בעבודת ה' מיט א מסירת נפש ממש, ער האט זיך באגענוגט מיט אביסל ברויט אין וואסער, און אסאך טעג איז ער געווען שרוי בתענית, אבער מיט דעם אלעם האט ער עוסק געווען בתורה ועבודה יומם ולילה און געדינט דעם באשעפער מיט א געוואלדיגע התלהבות און דביקות דקדושה.
הרה"ק רבי מנלי מקארלין זי"ע, דער פעטער פון רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע האט אמאל געברענגט רבי שלמה מקארלין צום מעזריטשער מגיד, איז דער הייליגער מגיד ארויס זיי מקבל פנים זיין, און געזאגט פאר זיינע תלמידים, לאמיר ארויס גיין מקבל פנים זיין משיח בן יוסף, און פארן צדיק רבי שלמה האט דער מגיד געזאגט, די זאלסט פירן דאס רבנות מיט א שטארקייט.
אויך דער הייליגער בעל התניא זי"ע האט זיך אמאל אויס געדריקט אויפן רבין בזה"ל, "עהר איז א טפח העכער פון די וועלט.

נאכן פריצייטיגע פטירה פון זיין רבין בשנת תקל"ב, וואס ווי באקאנט האט זיין תלמיד געזאגט אז זיין רבי איז נסתלק געווארן ביי 36 יאר אלט, ווייל ער האט אזוי פיל אויפגעטון צו מחזיר זיין בתשובה טויזענטער אידן, און אויב וואלט ער געלעבט לענגער וואלט ער אוועק גענומען די בחירה פון א מענטש אויף דער וועלט.
דאן האט מען געמיטשעט דעם תלמיד רבי שלמה צו איבער נעמען דאס רבנות, אבער מיט זיין גרויס עניוות האט ער נישט געהאלטן אז ער איז ראוי צו זיין רבי, און א יאר שפעטער ווען דער מגיד איז נסתלק געווארן האט ער נאכאלטס נישט געוואלט ווערן רבי, נאר נאכדעם וואס דער הייליגער מגיד מזלוטשוב זי"ע האט אים געהייסן איבער נעמען האט ער מסכים געווען, ער האט משמש געווען אויף דעם שטעלע פאר 20 יאר ביז צו זיין הסתלקות.
אויך האט ער מגדל געווען דעם זוהן פון זיין רבין הרה"ק רבי אשר מסטאלין זי"ע און אים מדריך געווען בתורה ועבודה, און טאקע שפעטער האט דער זוהן ממלא מקום געווען אויפן פלאץ פונעם טאטן הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע.

ער האט געהאט תלמידים צדיקים, ובתוכם.
הרה"ק רבי מרדכי מלעכאוויטש זי"ע,
הרה"ק רבי אשר מסטאלין זי"ע,
הרה"ק רבי משה מבראד זי"ע,
הרה"ק רבי יואל מטשפלא זי"ע,
הרה"ק רבי אורי השרף מסטרעליסק זי"ע.

זיין תלמיד הרה"ק רבי מרדכי מלעכאוויטש זי"ע האט מעיד געווען אויף זיין רבי, אז ער האט געקענט די שיחות עופות און שיחת דקלים און די שיחות מלאכי השרת, די זעלבע וואס די גמרא האט געזאגט אויף רבי יוחנן בן זכאי, און עס איז גארנישט געווען באהאלטן פון דעם צדיק.
דער תלמיד הרה"ק רבי אשר מסטאלין זי"ע, האט געזאגט אויפן זיין רבין, אז ער איז געווען א בקי בחכמת התכונה און הילוך המזלות, און דאס אלעס האט ער געלערנט אויף די פלעצער וואס איז געווען אסור להרהר בדברי תורה, נאר קוקענדיג אויפן הימל.
ער האט געזאגט אז מען קען מחדש זיין די לבנה מיטן שם המלכות ביז י"ז לחודש, און אזוי האבן זיך טאקע געפירט אלע רבנים לבית קארלין.
הרה"ק השרף מסטרעליסק זי"ע האט געזאגט, יעדער רבי איז א שורש נשמה פון כלל ישראל, אבער רבי שלמה איז געווען שורש כל השרשים, און וועגן דעם האט ער געהאט א כח ארויף צו ברענגען יעדן איד, אפילו די פחות שבפחותים, מבירא עמיקתא לאיגרא רמא.

איינמאל איז א תלמיד פון הרה"ק רבי נחום בעל מאור עינים מטשערנאביל זי"ע געווען ביים דאווענען פון רבי שלמה מקארלין זי"ע, און ער איז אזוי נתעורר געווארן אז ער האט זיך געוואלט מדבק זיין אונעם רבין און בלייבן ביי אים, האט דער הייליגער רבי שלמה געהייסן פארן תלמיד אז ער זאל צוריק גיין צו זיין רבין מטשערנאביל דער הייליגער מאור עינים זי"ע.
און דער צדיק רבי שלמה האט מסביר געווען דאס התעוררות און געזאגט, איינמאל איז געווען א גרויסע קטרוג אויף כלל ישראל אז אידן זענען ליידער מזלזל אין דאווענען, און עס איז ארויס א גזירה פון הימל צו מבטל זיין פון כלל ישראל דעם כח התפילה ח"ו.
דאן האט די מלכות הרשעה טאקע גוזר געווען אז אידן זאלן נישט מעגן דאווענען רח"ל, דאן האט דער הייליגער רבי שלמה מקארלין זי"ע געזאגט "הריני מקבל עלי להתפלל במקום כל בני ישראל" און מיט דעם האט דער צדיק מבטל געווען דעם גזירה און מציל געווען דעם כח התפלה פון אידישע קינדער אז עס זאל ח"ו נישט בטל ווערן.

איין טאג האט א איד געבעטן פונעם צדיק רבי שלמה אז ער זאל אים מבטיח זיין אז ער וועט מארגען קומען צו אים אין שטוב, האט זיך דער צדיק אנגערופען צו דעם איד, "שוטה" איך ברויך נאך היינט דאווענען מעריב און ליינען קריאת שמע מיט א מסירת נפש, און מארגען דארף איך נאך דאווענען שחרית און ליינען קריאת שמע של שחרית און אויך נפילת אפים וואס דאס אלעס גייט מיט מסירת נפש, און איך טראכט ביי מיר אז אפשר וועט מיר דער אייבערשטער ממלא זיין מיין רצון אז איך זאל אוועק גיין פון די וועלט מיט די מסירת נפש, און די ווילסט איך זאל דיר מבטיח זיין אז איך וועל קומען צו דיר מארגען.

אויך האט זיך רבי שלמה מסתופף געווען בצלו פון הרה"ק רבי ברוך ממעזיבוז זי"ע, איינמאל ווען רבי שלמה איז געקומען צו רבי ברוכ'ל צוזאמען מיט הרה"ק רבי משה מסאווראן זי"ע און נאך צדיקים, האט ער אויפגעמאכט דעם טיר פונעם רבין ר' ברוכ'ל און דאס גלייך פארמאכט און אזוי האט ער געטון אפאר מאל.
ווען רי משה מסאווראן האט אים געפרעגט פארוואס ער טוט דאס, האט ער געזאגט, אז דער בעש"ט הקדוש זי"ע איז יעצט דא מעולם העליון באזיכען זיין אייניקל רבי ברוכ'ל ממעזיבוז און זיי פארברענגען צוזאמען, און דערפאר ווארט ער אז דער בעש"ט הקדוש זאל ענדיגן דעם ביקור ביים אייניקל כדי זיי זאלן קענען אריינגיין.

אויך איז געווען באוויסט בימיו פון דעם היליגען צדיק, אז ווער עס האט געהאט די זכי' אנצורירען בידיו הקדושת איז נישט געשטארבן אן קיין תשובה.
עס ווערט געברענגט אונעם ספר ספרן של צדיקים, אז דער צדיק מיט זיין רוח קדשו האט געזען מסוף העולם עד סופו, און געווויסט אויף יעדן מענטש פון וועלכע גלגול ער איז, און די חיצונים האבן מורא געהאט פון דעם צדיק, און ביי יציאת נשמתו הטהורה איז ער נסתלק געווארן מיט די ווערטער, "וַיְנַטְּלֵם וַיְנַשְּׂאֵם כָּל יְמֵי עוֹלָם".
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי שלמה הלוי מקארלין זצ"ל - נעקד"ה כ"ב תמוז תקנ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

פאר זיין פטירה האט ער געהייסן זיינע תלמידים אז זיי זאלן מקבל מרות זיין אלס זייער רבי הרה"ק מנעשכיז זי"ע.

איז דער תלמיד הרה"ק מסטרעליסק זי"ע געפארן צו הייליגען נעשכיזער זי"ע, און ווארטענדיג אינדרויסן האט ער געזען א איד א בעל עבירה איז אינעווייניג ביים הייליגען נעשכיזער און דער רבי איז אים מוראדיג מקרב, דער שרף האט זיך זייער געוואונדערט אויף דעם און געטראכט ווי אזוי קען די רבי מקרב זיין אזא בעל עבירה, און ער האט זיך צושריגן אויף יענעם איד, גיי ארויס פון דא די בעל עבירה.

האט רבי מרדכי מנעשכיז זי"ע געזאגט פארן שרף איך בעט דיך מיש זיך נישט אריין און זאכן וואס באלאנגען נישט צו דיר, און צו געלייגט, זאלסט וויסן די סיבה פארוואס דיין רבי האט דיך געשיקט צו מיר, ווייל א מענטש ברויך וויסן אז אויב האט מען זיך נאכנישט אויס געלערנט צו האבן אהבה פאר יעדן איד נישט קיין חילוק ווי שוואך דער איד איז און אפילו פאר א בעל עבירה, האט מען נאכנישט דערגראכט אפילו צו האלב פונעם דרך אין עבודת השם, ווייל אויב איז מען מקרב אזא איד וואס איז ליידער א בעל עבירה, איז נישט קיין ספוק אז ער וועט אי"ה מחזיר בתשובה זיין און צוריק קומען צום גרויסען באשעפער, און כך הוה דער איד האט טאקע תשובה געטון און געווארן א ערליכער איד.

דער תלמיד הרה"ק רבי אשר מסטאלין זי"ע האט דערציילט נאכן הסתלקות פון זיין רבין, אז בשעת דעם הסתלקות האט דער רבי געהאלטן אז צוליב זיינע גרויסע עוונות פירט מען אים אין גיהנום, און ווען ער האט געהערט אויסרופען אין הימל "פנו מקום לרבי שלמה" האט ער נישט געהאלטן אז אים מיינט מען.

אבער פלוצלונג האט ער געזען ווי צדיקים מדורות ראשונים און מלאכים קומען אים אקעגן און זאגן אים מיט א שמחה אז מען טראגט אים אין גן עדן, האט דער צדיק געפרעגט מיט וואונדער, דאס איז א עולם האמת, אז מען געט גן עדן פאר איינעם וואס איז ראוי צו גיין אין גיהנום.
און ער האט נישט מסכים געווען צו גיין מיט די צדיקים אין גן עדן, ביז כביכול הקב"ה בכבודו ובעצמו איז געקומען און געזאגט פארן צדיק "שלמה בן יוטא בני בוא לגן עדן, והנני נותן לך מאוצר מתנת חנם" דאן האט דער צדיק מסכים געווען אריין צו גיין אין גן עדן.

נאך האט דער צדיק רבי אשר מסטאלין געזאגט, אז דער טאג כ"ב תמוז די יארצייט פונעם צדיק רבי שלמה מקארלין זי"ע ווערט נישט גערעכנט אלס איינע פון די ימי בין המצרים, אזוי ווי ל"ג בעומר די יומא דהילולא פון רשב"י איז נישט גערעכנט פון איינע פון די טעג פון אבילות בימי הספירה, ווייל באמת איז דא 22 טאג פון י"ז תמוז ביז ט' באב, וואס דאס איז איין טאג מער ווי דריי וואכן, און ער האט מוסיף געווען אז אויב וואלט מען אים אויסגעהערט וואלט ער מתיר געווען צו חתונה מאכן דעם טאג אזוי ווי עס איז מותר חתונה צו מאכן ל"ג בעומר, אבער אזוי ווי ער ווייסט אז מען וועט אים נישט פאלגן, וועט ער גארנישט זאגן, אבער ביי אים אין הארץ ווייסט ער בברור אז עס איז מותר.

ער האט איבער געלאזט זיין הייליגע זוהן הרה"ק רבי דוב בער מטולצין זי"ע, חתן הרה"ק רבי ברוך ממעזיבוז זי"ע,
אויך האט ער אויף געצויגען דער זוהן פון זיין רבין, הרה"ק רבי אשר מסטאלין זי"ע.

בעוה"ר שבת קודש פרשת בלק י"ז תמוז איז דער צדיק געשאסן געווארן דורך א קאזאק בשעת'ן זאגן כתר ביי תפילת מוסף, און ליידער איז ער נסתלק געווארן אפאר טאג שפעטער כ"ב תמוז תקנ"ב.
ומנוחתו כבוד איז אין לודמיר.

זכותו הגדול יגל עלינו
ועל כל ישראל אמן.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי שלמה הלוי מקארלין זצ"ל - נעקד"ה כ"ב תמוז תקנ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

ווען הרה"ק ר' שלמה מקארלין זי"ע איז געקומען באזוכען דעם בעל התניא אין שטאט ליאזנע, האט מען צוגעגרייט א סעודה לכבוד דעם גאסט, און עס איז געווארן א ויכוח צווישן די רעבעצין און די משרת ווער עס זאל צו גרייטען די עסן.
די משרת האט געזאגט אז וויבאלד זי מאכט די עסן א גאנץ יאר דארף זי האבן די זכי' אויך צו מאכן די עסן ווען די גרויסע גאסט קומט. אבער די רעבעצין האט געזאגט אז וויבאלד זי איז דאך בעל הבית דא אין שטוב דארף זי מאכן דאס עסן.

האט די בעל התניא געהייסן אז זיי זאלן זיך אפגעבען צוזאמען צו מאכן די עסן, און וויבאלד צוויי האבן געארבעט האט איינער אריינגעלייגט זאלץ און דעם עסן און די אנדערער האט נישט געוויסט האט זי אויך געלייגט זאלץ.
ווען מען האט אריין געברענגט דאס עסן און מען האט מכבד געווען ביידע מיטן עסן, האט דער הייליגער ר' שלמה קארלינער זי"ע נאר געגעסן אביסל און זיך אפגעשטעלט ווייל ער איז דאך געווען א חלש. האט דער בעל התניא געמיינט אז אפשר איז נישט דא קיין זאלץ וועגן דעם וויל ר' שלמה קארלינער זי"ע נישט עסן, האט דער בעל התניא אויך צוגעלייט זאלץ.

ווען מען האט געזאגט פארן בעל התניא אז דאס עסן האט דאך שוין אזויפיל זאלץ און ווי אזוי האט הרה"ק רבי שלמה מקארלין נישט דאס געשפירט.
האט ער געזאגט אז די ערשטע וואך ווען ער איז אנגעקומען צום מגיד ממזריטש זי"ע אויף שבת, האט אים די מגיד געגעבן א שטיקל קוגל און האט פון אים אוועק גענומען די הרגש פון שפירן א טעם אין עסן און וועגן דעם האט ער בכלל נישט געשפירט אז עס איז דא צופיל זאלץ.

עס ווערט דערציילט אז איידער דער צדיק איז נתגלה געווארן, נאך זייענדיג א גרויסער ארימאן, האט אמאל איינער פון די לומדים אין ביהמ"ד געפרעגט פונעם רבין, פון וואנעט האט איר צו שפייזן די בני בית, האט דער צדיק געזאגט בזה"ל, "איך האב צוויי קיען פון וואנעט איך צי מיין פרנסה".

יענער איד האט געמיינט אז רבי שלמה פארמאגט צוויי קיען וועלכע געבן מילך, און פון זיי שפייזט ער זיין בני בית, און וועלענדיג שטיצן רבי שלמה, האט דער חסיד געבעטן זיין פרוי אז זי זאל קויפן מילך פון רבי שלמה אזוי וועט ער מיט דעם שטיצן א תלמיד חכם.

ווען די פרוי פון דעם איד איז אריבער צום שטוב פון רבי שלמה און געבעטן פון די רעבעצין אז זי וויל קויפן מילך פון איר, האט די רעבעצין געזאגט איך האב דען קיען וואס געבן מילך, איז דער איד אריבער צו רבי שלמה מיט א טענה, פארוואס האט איר מיר אויסגעפאפט אז איר האט צוויי קיען וואס געבן מילך.

האט זיך רבי שלמה אנגערופן, חס ושלום, איך האב נישט געזאגט קיין ליגענט, איך האב געזאגט אז איך טו מיך ערנערן פון צוויי כי'ען, איינס איז כִּי בוֹ יִשְׂמַח לִבֵּנוּ און דאס אנדערע איז כִּי בְשֵׁם קָדְשׁוֹ בָטָחְנוּ, מיינענדיג צו זאגן אז ער האט בטחון אין באשעפער דער זן ומפרנס לכל, אז ער וועט אים נישט פארלאזן און ער וועט אים אלעמאל שפייזן.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי שלמה הלוי מקארלין זצ"ל - נעקד"ה כ"ב תמוז תקנ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

נאכן פטירה פונעם מגיד ממזריטש זי"ע, האבן א גרויסע טייל פון די חסידים אנגעהויבן פארן צום רבין רבי שלמה מקארלין זי"ע, אבער דער צדיק מיט זיין גרויס ענווה האט נישט געוואלט אננעמען די הנהגה, די חסידים האבן מוראדיג מפציר געווען אז ער זאל מסכים זיין צו ווערן רבי, אבער דער צדיק האט געזאגט אז ער איז נישט ראוי דערצו, און ער וויל נאך אויך אליין פארן צו צדיקי אמת וואס האבן רוח הקודש,

איז רבי שלמה געפארן צום מגיד מזלאטשוב זי"ע ווייל ער האט געהערט אז ביים הייליגער מגיד וואלגערט זיך רוח הקודש אפענערהייט, און מרוב ענותנותו האט רבי שלמה געהאלטן אז דער מגיד מיט זיין רוח הקודש וועט זיכער זען ווער ער איז, און וועט יעדן קלאר זאגן אז ער איז נישט ראוי צו זיין א רבי.
האט רבי שלמה מיט גענומען רבי מאנעלע מקארלין זי"ע וואס איז שפעטער געווען פון זיינע חסידים, און די סיבה פארוואס ער האט אים מיט גענומען איז.
קודם האט ער געוואלט האבן עדות וואס דער מגיד וועט אים זאגן אז ער איז נישט ראוי צו זיין רבי, ווייל ער האט געוויסט אז דער עולם וועט אים נישט גלייבן.
צווייטענס, ווייל ער האט געוויסט אז דער הייליגער מגיד זאגט דאך נאר דעם אמת, און ווען ער וועט אים מבזה זיין צוליב זיינע אלע עבירות, זאל ער האבן איינער וואס זאל אים קענען מחזק זיין.

ווען די צוויי זענען אנגעקומען צום מגיד מזלוטשוב זי"ע האט זיי דער מגיד גאר שטארק מקרב געווען און זיי זענען דארט געבליבן אויף שבת קודש, נאך שבת זענען די פינעף קינדער פונעם מגיד די חמשה חומשי תורה, געקומען צו רבי שלמה און געבעטן אז ער זאל בלייבן דא אויף נאך א שבת ביים טאטן דער הייליגער מגיד, האט רבי שלמה געזאגט אז זיי זאלן גיין פרעגן רשות פונעם טאטן אויב ער מעג בלייבן אויף נאך א שבת, און זיי זאלן אים קומען זאגן פונקטליך וואס דער טאטע האט געזאגט.

זענען די הייליגע קינדער געגאנגען פרעגן פונעם טאטן אויב רבי שלמה קען בלייבן אויף נאך א שבת, האט דער הייליגער מגיד געזאגט "א מענטש וואס אלע וועלטן, די אונטערשטע און די אויבערשטע, זענען אנגעהאנגן אין זיינע מעשים און הייליגע מחשבות, זאל איך זאגן ער זאל בלייבן דא אויף נאך א שבת" אפשר וועט אים עפעס רודערן, עפעס וואס וועט אים מבלבל זיין, זייענדיג אין די פרעמד אין נישט אויף זיין ארט, וועט זיך דאך רידערן אין אלע עולמות, ווי קען איך מיך וואגן אים צו בעטן ער זאל דא בלייבן אויף נאך א שבת.

ווען די קינדער האן איבער געזאגט פאר רבי שלמה די ווערטער פונעם טאטן מיט די אלע שבחים וואס דער מגיד האט געזאגט אויף אים, איז ער אריבער געלאפן צום מגיד מיט גרויס ביטערניש און זיך באקלאגט פאר אים, זאגענדיג "וואס ווילט איר פון מיר האבן, איר זאלט קענען זאגן אזעלכע דיבורים, דא איז שוין אויך נישטא קיין אמת.

האט דער הייליגער מגיד געענטפערט, "מיין ליבער רבי שלמה, איר ווילט זיצן אין א קליין שטיבעלע און דינען השי"ת אליין, עס איז אלעס כדאי, אפילו צו זיצן אין בלאטע ביזן האלז און אפילו נאך ווייטער, אבי ארויס צו נעמען אידישע נשמות פון בלאטע, פארט אהיים און נעמט ארויס אידישע נשמות פון בלאטע.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי שלמה הלוי מקארלין זצ"ל - נעקד"ה כ"ב תמוז תקנ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

איינמאל איז רבי שלמה געקומען צום שטאט לעפלע, און דארט איז דער פרנס געווען א גרויסע מתנגד, און ווען ער האט געהערט אז רבי שלמה קומט, האט ער צוזאמען גענומען 20 מענטשן צו אפווארטן דעם רבי שלמה אויסער די שטאט אז בשעת ווען ער קומט אן וועט מען אים שלאגן.

פונקט דאן איז רבי מאנעלע מקארלין זי"ע געווען אונעם שטאט, און ווען ער האט זיך דערוויסט פון דעם פלאן איז ער קעגן געגאנגען רבי שלמה און אים דערציילט פון דעם פלאן פון דעם פרנס, האט רבי שלמה געזאגט פאר רבי מאנעלע עס איז גארנישט, נאר בעפאר מען קומט אן צום שטאט זאל ער אים ווייזן ווער דער פרנס איז.
ווען מען איז אנגעקומען נאנט צום שטאט האט ער געוויזן פאר רבי שלמה ווער דער פרנס איז, און רבי שלמה האט ארויס געבויגען זיין קאפ פונעם וואגן און געקוקט אויפן פרנס, גלייך האט באפאלען דעם פרנס א שרעקליכע פחד, און ער איז גלייך געפאלן צו די פיס און געבעטן מחילה אז ער זאל אים מוחל זיין אויף וואס ער האט געוואלט טון.

מען דערציילט אז אונעם שטאט ווי רבי שלמה איז געווען רב, איז איינמאל ארויס געקומען א לייב פון וואלד, און עס האט געווארפן א שרעקליכע פחד אויף די איינוואוינערס פון דעם שטאט.
איז מען געקומען צו רבי שלמה בעטן א עצה וואס מען זאל טון וועגן דעם לייב, האט רבי שלמה געבעטן אז מען זאל אים ווייזן די ארט פון ווי דער לייב קומט ארויס פון וואלד, און רבי שלמה איז געקומען צו דעם ארט און זיך אוועק געשטעלט דארט.
עס האט נישט לאנג געדויערט און דער לייב איז ארויס געקומען, רבי שלמה האט זיך אוועק געשטעלט קעגן איבער דעם לייב און געזאגט צום לייב, קוק מיך גוט אן און זאג מיר צי מיינע אויגן האבן שוין אמאל געקוקט וואס מען טאר נישט, קוק אויף מיין מויל צי איך האב שוין אמאל גערעדט וואס מען טאר נישט, קוק אויף מיין מוח צי איך האב שוין אמאל געטראכט וואס מען טאר נישט, און אזוי האט רבי שלמה אויסגערעכנט אלע איברים, און דער לייב איז געבליבן שטיל.
האט רבי שלמה ווייטער גערעדט צום לייב און געזאגט, אויב מיינע איברים זענען אזוי פארהייליגט פאר השי"ת מיט וואס פאר א רעכט האסטו צו קומען אין די געגנט וואו איך בין רב, און ער האט ווייטער געזאגט צום לייב, לאז דיך שיסן, כך הוה דער לייב האט זיך געלאזט שיסן און דאן האט די שטאט געהאט מנוחה.
בארדיטשוב'ער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2020 4:19 pm

Re: רבי שלמה הלוי מקארלין זצ"ל - נעקד"ה כ"ב תמוז תקנ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארדיטשוב'ער אייניקל »

אויב איינער קען מאכן א רשימה פין אדמורי''ם ורבנים וואס זענען אייניקלעך
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4221
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי שלמה הלוי מקארלין זצ"ל - נעקד"ה כ"ב תמוז תקנ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

מרגלא בפומיה האט געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2023 12:05 am
הרה"ק רבי שלמה ב"ר מאיר הלוי זי"ע, הי"ד, מקארלין.

ער איז געבוירן אין שטאט טולטשין, בשנת תצ"ח.
צו זיין טאטע הרה"ק רבי מאיר הלוי סג"ל זי"ע,
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת יוטא ע"ה.

עס שטייט אין ספר שם הגדולים, אז צדיקי הדור האבן געזאגט אויפן רבין אז ער איז געווען משיח בן יוסף בדורו, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אז משיח בן יוסף וועט אומקומען על קדושת שמו יתברך.

ער איז געווען א איש קדוש ונורא, א בעל רוח הקודש נפלא, והיה נהירין ליה שבילי דרקיע.
טויזנטער אידן און צדיקים האבן זיך מסתופף געווען בצלו, אלע זיינע תפילות זענען צו געגאגען מיט קולי קולות און יעדעס ווארט וואס איז ארויס פון זיין מויל איז געווען מיט א קדושה וטהרה.
צדיקים האבן מעיד געווען אז ער איז געווען העכער פון השגת אנישי.
שוין פון אלס קינד האט ער גע'שמ'ט מיט זיינע געוואלדיגע כשרונות, ער האט געהאט א שארפן קאפ און א שנעלע תפיסה.
ער האט שוין דאן פארמאגט גאר שיינע מידות, און מיט זיין יראת שמים און זעלטענע התנהגות האט ער באצויבערט יעדן איינעם.

ער האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון א גביר אין שטאט קארלין, און ער איז דאן געזעצן אויף קעסט ביים שווער, און ער איז שוין דאן געווען באוויסט אלס א בקי נפלא בתורה און אויך מיט זיין געוואלדיגע עבודה בקדושה וטהרה.
זייענדיג א גרויסע תלמיד חכם האט מען אים מכבד געווען צו זאגן א דרשה אין שול, גאונים זענען ארויס פון התפעלות פון זיין גרויס חריפות, און מען האט אים גערופען "ר' שלמה חריף".

ער איז געווען א תלמיד חבר פון הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע, און ער האט אסאך תורה מקבל געווען פון זיין הייליגען רבין, אויך האט ער גענומען זיין געוואלדיגע עבודת התפילה פון זיין רבין.
אויך איז ער געווען א תלמיד פון הרה"ק ממזריטש זי"ע, וואס זיין רבי דער הייליגער רבי אהרן הגדול מקארלין האט אים מקרב געווען צום מגיד ממעזריטש.
דער מגיד האט געזאגט איינמאל, איך האב א יונגערמאן ביי מיר אין ביהמ"ד מיטן נאמען שלמה, און בשעת ער זאגט יום הקדוש ביינאכט דעם פסוק ד' אֲדֹנֵינוּ מָה אַדִּיר שִׁמְךָ בְּכָל הָאָרֶץ, איז ער מעלה אלע ניצוצות פון פולין ליטא ורייסין, און אויך האט דער מגיד געזאגט אז די נשמה פון רבי שלמה איז אזוי ווי א מאגנעט, עס ציט בלויז צו דאס פינטעלע אמת, און זי וויל נאר צוקומען און דערגרייכן צו אמת'ע יראת שמים.

דארט ביים מגיד האט דער רבי שלמה עוסק געווען בעבודת ה' מיט א מסירת נפש ממש, ער האט זיך באגענוגט מיט אביסל ברויט אין וואסער, און אסאך טעג איז ער געווען שרוי בתענית, אבער מיט דעם אלעם האט ער עוסק געווען בתורה ועבודה יומם ולילה און געדינט דעם באשעפער מיט א געוואלדיגע התלהבות און דביקות דקדושה.
הרה"ק רבי מנלי מקארלין זי"ע, דער פעטער פון רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע האט אמאל געברענגט רבי שלמה מקארלין צום מעזריטשער מגיד, איז דער הייליגער מגיד ארויס זיי מקבל פנים זיין, און געזאגט פאר זיינע תלמידים, לאמיר ארויס גיין מקבל פנים זיין משיח בן יוסף, און פארן צדיק רבי שלמה האט דער מגיד געזאגט, די זאלסט פירן דאס רבנות מיט א שטארקייט.
אויך דער הייליגער בעל התניא זי"ע האט זיך אמאל אויס געדריקט אויפן רבין בזה"ל, "עהר איז א טפח העכער פון די וועלט.

נאכן פריצייטיגע פטירה פון זיין רבין בשנת תקל"ב, וואס ווי באקאנט האט זיין תלמיד געזאגט אז זיין רבי איז נסתלק געווארן ביי 36 יאר אלט, ווייל ער האט אזוי פיל אויפגעטון צו מחזיר זיין בתשובה טויזענטער אידן, און אויב וואלט ער געלעבט לענגער וואלט ער אוועק גענומען די בחירה פון א מענטש אויף דער וועלט.
דאן האט מען געמיטשעט דעם תלמיד רבי שלמה צו איבער נעמען דאס רבנות, אבער מיט זיין גרויס עניוות האט ער נישט געהאלטן אז ער איז ראוי צו זיין רבי, און א יאר שפעטער ווען דער מגיד איז נסתלק געווארן האט ער נאכאלטס נישט געוואלט ווערן רבי, נאר נאכדעם וואס דער הייליגער מגיד מזלוטשוב זי"ע האט אים געהייסן איבער נעמען האט ער מסכים געווען, ער האט משמש געווען אויף דעם שטעלע פאר 20 יאר ביז צו זיין הסתלקות.
אויך האט ער מגדל געווען דעם זוהן פון זיין רבין הרה"ק רבי אשר מסטאלין זי"ע און אים מדריך געווען בתורה ועבודה, און טאקע שפעטער האט דער זוהן ממלא מקום געווען אויפן פלאץ פונעם טאטן הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע.
ייש"כ הרב מרגלא פאר די הערליכע תולדות הצדיקים וואס איר ברענגט לעצטענס, איז דאס אייגענס אדער געברענגט פון ערגעץ?
איבעית אימא
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:21 pm

Re: רבי שלמה הלוי מקארלין זצ"ל - נעקד"ה כ"ב תמוז תקנ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבעית אימא »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2015 12:52 pm
הרה"ק רבי שלמה הלוי ב"ר מאיר הי"ד מקארלין זיע"א
כ"ב תמוז תקנ"ב
הרה"ק רבי שלמה הלוי מאקרלין זי"ע, כתב בספר שם הגדולים שצדיקי דורו אמרו על רבינו שהוא משיח בן יוסף נולד בטולטשין בשנת ה' תצ"ח לאביו הרה"ק ר' מאיר הלוי זי"ע
על המצבה לא נחרט שם אביו. איפה המקור [בר סמכא] ששם אביו רבי מאיר?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”