טעות וואלמארט - מה דינו

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

פוטער
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2010 8:11 pm

טעות וואלמארט - מה דינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוטער »

פרייטאג שאפינג: מען שפאצירט אריין אין וואלמארט מיט די פאמיליע און מען קויפט איין צוויי סקוטערס פאר די גרעסערע, און א בייק פארן קלענערען, ביים באצאלן האבן מיר גענומען אויף איינע פון די סקוטערס א צוויי יעריגע ווארענטי, אבער למעשה אנקומענדיג אהיים קוק איך אויפען רעסיט און דערזעה אז דאס קלאץ ביים רעזשיסטער האט בלויז גערעכענט די עטליכע פאר דאלער פארן ווארענטי און די עצם $30 פארן סקוטער אין געבליבען אומבאצאלט.

וואס טוט מען דא, די באקסעס פון די סקוטערס ליגט שוין לאנג אין גארבעטש, דארף מען צוריק גיין און עקספלענען די גאנצע געשעפט, אדער וויבאלד קיין חילול השם איז נישט געווען (ווייל זי ווייסט דאך נישט אז עס איז געשען א טעות) און עס איז טעות גוי, קען מען בלייבען אינדערהיים?

פון די אנדערע זייט "טעות גוי" וואס טוט זיך מיט די אלע אידן וואס האבן סטאקס פון וואלמארט גייט עס אריין און חשש טעות ישראל?
(קען זיין אז מען רעדט שוין דערפון, אויב יא ביטע צוצייכענען).
כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתב ולשון »

קיין חילול השם איז טאקע נישט געווען, אבער וואס טוט זיך מיט קידוש השם?

ווילסט דען נישט האבן די זכי' צו מאכן א הילכיגן קידוש השם?
פוטער
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2010 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוטער »

זייער גערעכט..

אבער צו גיין מסביר פאר די קוסטעמער סערוויס די גאנצע מעשה און אז איך האב נישט די באקסעס פון די פראדוקט אז זיי זאלן עס גלייך קענען סקענען, דעריבער איז עס א לאנגע פראדוצער.
כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתב ולשון »

ווען די מעשה איז פארקערט ביסטו גערעכט אז ס'איז א לאנגע פראצעדור, אבער צו נעמען געלט גלייב איך נישט אז זיי וועלן מאכן לאנגע שהיות, און מסתמא דארפן זיי אויך נישט דיינע באקסעס, זיי וועלן גערן נעמען די געלט אן די באקסעס.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

כתב ולשון האט געשריבן: קיין חילול השם איז טאקע נישט געווען, אבער וואס טוט זיך מיט קידוש השם?

ווילסט דען נישט האבן די זכי' צו מאכן א הילכיגן קידוש השם?

וואס זענט איר א פרומער אויף יענעמס חשבון?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

פוטער האט געשריבן: פרייטאג שאפינג: מען שפאצירט אריין אין וואלמארט מיט די פאמיליע און מען קויפט איין צוויי סקוטערס פאר די גרעסערע, און א בייק פארן קלענערען, ביים באצאלן האבן מיר גענומען אויף איינע פון די סקוטערס א צוויי יעריגע ווארענטי, אבער למעשה אנקומענדיג אהיים קוק איך אויפען רעסיט און דערזעה אז דאס קלאץ ביים רעזשיסטער האט בלויז גערעכענט די עטליכע פאר דאלער פארן ווארענטי און די עצם $30 פארן סקוטער אין געבליבען אומבאצאלט.

וואס טוט מען דא, די באקסעס פון די סקוטערס ליגט שוין לאנג אין גארבעטש, דארף מען צוריק גיין און עקספלענען די גאנצע געשעפט, אדער וויבאלד קיין חילול השם איז נישט געווען (ווייל זי ווייסט דאך נישט אז עס איז געשען א טעות) און עס איז טעות גוי, קען מען בלייבען אינדערהיים?

פון די אנדערע זייט "טעות גוי" וואס טוט זיך מיט די אלע אידן וואס האבן סטאקס פון וואלמארט גייט עס אריין און חשש טעות ישראל?
(קען זיין אז מען רעדט שוין דערפון, אויב יא ביטע צוצייכענען).

האמיר אמאל געהאט א מעשה לגבי מאכן א פאלטשע רעסיט (כדי די אייטעם זאל נאך זיין אין וואראנטי) אויך ביי א געוויסע גרויסע קאמפעני וואס לכאורה איז אין די סטאקס אויך דא אידישע אינוועסמענטס , האמיר דעמאלטס געקאלט ר' אפרים שמעון לייכטאג שליט"א איז למעשה איינע פון די פראבלעימן געוועזן אז יד ישראל באמצע וואס לכאורה איז עס טאקע א פראבלעים
למעשה איז דעי עולם זייער נישט נזהר אין דעי מינע ענינים איז
אדרבה אויב איינער ווייסט א היתר וואס מען קען נוצן ביי אזעלכע ענינים ביטע צוברענגן
דאנקע
נ.ב. אזוי וואו כתב ולשון האט שוין געשריבן א קידוש השם איז א מוראדיגע מצוה ונקדשתי בתוך בני ישראל , קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס וועט ארויסקומען פון דעים נאכדערצו אז מרעדט פון נישטיגע 30 דאללער
לעצט פארראכטן דורך דל גאה אום מיטוואך אוגוסט 05, 2015 8:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דלנעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאהדאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

עקבי איז 'שארף' היינט....
Definition of perfect: as good as it is possible to be
פוטער
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2010 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוטער »

דל גאה האט געשריבן: האמיר אמאל געהאט א מעשה לגבי מאכן א פאלטשע רעסיט (כדי די אייטעם זאל נאך זיין אין וואראנטי) אויך ביי א געוויסע גרויסע קאמפעני וואס לכאורה איז אין די סטאקס אויך דא אידישע אינוועסמענטס , האמיר דעמאלטס געקאלט ר' אפרים שמעון לייכטאג שליט"א איז למעשה איינע פון די פראבלעימן געוועזן אז יד ישראל באמצע וואס לכאורה איז עס טאקע א פראבלעים
למעשה איז דעי עולם זייער נישט נזהר אין דעי מינע ענינים איז
אדרבה אויב איינער ווייסט א היתר וואס מען קען נוצן ביי אזעלכע ענינים ביטע צוברענגן
דאנקע
נ.ב. אזוי וואו כתב ולשון האט שוין געשריבן א קידוש השם איז א מוראדיגע מצוה ונקדשתי בתוך בני ישראל , קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס וועט ארויסקומען פון דעים נאכדערצו אז מרעדט פון נישטיגע 30 דאללער


ביים פארקויפען די חמץ איז איינע פון די זאכען וואס מען שרייבט ארויס איז סטאקס אין קאמפעניס וואס האבן חמץ.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33133
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

הרב דל, מיש נישט אויס גניבת עכו"ם פון קלאר גיין אויסנארן און באשווינדלען א גוי, ווען מען רעדט פון טעות עכו"ם און דער שאלה איז נאר צו עס איז דא א פראבלעם לגבי די אידישע שערהאלדערס. עס איז כמובן בכלל נישט גלייך.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
פוטער
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2010 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוטער »

כתב ולשון האט געשריבן: ווען די מעשה איז פארקערט ביסטו גערעכט אז ס'איז א לאנגע פראצעדור, אבער צו נעמען געלט גלייב איך נישט אז זיי וועלן מאכן לאנגע שהיות, און מסתמא דארפן זיי אויך נישט דיינע באקסעס, זיי וועלן גערן נעמען די געלט אן די באקסעס.


איך גלייב נישט אז זיי קענען נעמען בלויז געלט אן סקענען א אייטעם, יעדע דאלער אין רעזשיסטער איז דאך מיט א פונקטליכע חשבון אין קומפויטער.
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

קנאפער ידען האט געשריבן: הרב דל, מיש נישט אויס גניבת עכו"ם פון קלאר גיין אויסנארן און באשווינדלען א גוי, ווען מען רעדט פון טעות עכו"ם און דער שאלה איז נאר צו עס איז דא א פראבלעם לגבי די אידישע שערהאלדערס. עס איז כמובן בכלל נישט גלייך.

איך האב קלאר געשריבן אז די פראבלעים ביי די רעסיט איז געווען אז סאיז דא אינוועסמענוס פון די אידן דהיינו די סטאקס ,בכלל נישט וועגן גניבת/טעות עכום וואס אויף דעים קען מען זיך אפשר דינגן למעשה , איז אבער דא די פראבלעים פון יודן וואס דאס איז שוין יא אסור , אין דעי פראבלעים איז דא ביי דעי מעשה אויך ווייל למעשה איז טעות ישראל אסור אין ביי וואלמארט איז דאך לכאורה דא אידן
דלנעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאהדאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33133
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

דל גאה האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן: הרב דל, מיש נישט אויס גניבת עכו"ם פון קלאר גיין אויסנארן און באשווינדלען א גוי, ווען מען רעדט פון טעות עכו"ם און דער שאלה איז נאר צו עס איז דא א פראבלעם לגבי די אידישע שערהאלדערס. עס איז כמובן בכלל נישט גלייך.

איך האב קלאר געשריבן אז די פראבלעים ביי די רעסיט איז געווען אז סאיז דא אינוועסמענוס פון די אידן דהיינו די סטאקס ,בכלל נישט וועגן גניבת עכום וואס אויף דעים קען מען זיך אפשר דינגן למעשה , איז אבער דא די פראבלעים פון יודן וואס דאס איז שוין יא אסור , אין דעי פראבלעים איז דא ביי דעי מעשה אויך ווייל למעשה איז טעות ישראל אסור אין ביי וואלמארט איז דאך לכאורה דא אידן

איך פארשטיי אז דו האסט אזוי געשריבן, אבער איך האב דערויף געשריבן אז עס איז פשוט אז עס איז נישט אזויווי דו זאגסט. וואס איז א גרעסערע גניבה פון גיין טוישן א רעסיט און באקומען אזוי געלט?
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

דל, וואס מען האט דיר געפסקנט למעשה? די פראבלעמען ווייס מיר אויך.
.
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: דל, וואס מען האט דיר געפסקנט למעשה? די פראבלעמען ווייס מיר אויך.

אז מען טאר נישט
דלנעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאהדאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

קנאפער ידען האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן: הרב דל, מיש נישט אויס גניבת עכו"ם פון קלאר גיין אויסנארן און באשווינדלען א גוי, ווען מען רעדט פון טעות עכו"ם און דער שאלה איז נאר צו עס איז דא א פראבלעם לגבי די אידישע שערהאלדערס. עס איז כמובן בכלל נישט גלייך.

איך האב קלאר געשריבן אז די פראבלעים ביי די רעסיט איז געווען אז סאיז דא אינוועסמענוס פון די אידן דהיינו די סטאקס ,בכלל נישט וועגן גניבת עכום וואס אויף דעים קען מען זיך אפשר דינגן למעשה , איז אבער דא די פראבלעים פון יודן וואס דאס איז שוין יא אסור , אין דעי פראבלעים איז דא ביי דעי מעשה אויך ווייל למעשה איז טעות ישראל אסור אין ביי וואלמארט איז דאך לכאורה דא אידן

איך פארשטיי אז דו האסט אזוי געשריבן, אבער איך האב דערויף געשריבן אז עס איז פשוט אז עס איז נישט אזויווי דו זאגסט. וואס איז א גרעסערע גניבה פון גיין טוישן א רעסיט און באקומען אזוי געלט?

באט לגבי טעות וגניבת ישראל כאפט נישט קיין חילוק, סאו מיט דעי פרט זענען ביידע די זעלבע אז לאמיר זאגן ביי די מעשה פון וואלמארט איז טעות עכום מותר אבער קען זיין א פראבלעים פון טעות ישראל איז די זעלבע זאך ביי מיין מעשה וואס לאמיר זאגן אז גניבת עכום מותר אויף די געוויסע ציור איז אבער דא א פראבלעים פון גניבת ישראל . נישט אזוי ?
אין אויב ביי מיין מעשה איז אסור וועגן אידישע סטאקס דארף לכאורה אויך ביי די מעשה פון וואלמארט זיין אסור וועגן אידישע אזוי ממיין איך
לעצט פארראכטן דורך דל גאה אום מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דלנעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאהדאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33133
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

דאס יא. איך זאג נאר אז דיין מעשה איז אסאך ערגער ווייל עס האט מיט טעות גארנישט.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

קנאפער ידען האט געשריבן: דאס יא. איך זאג נאר אז דיין מעשה איז אסאך ערגער ווייל עס האט מיט טעות גארנישט.

אמת איך רעד נאר לגבי די חלק פון אידישע סטאקס והבן
דלנעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאהדאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

מקען אפשר זאגן אז למעשה פון דעי דרייסיג דאללער וואס ליגט ביי מיר אלץ טעות, גייט למעשה פאר קיין איין יוד לכאורה נישט צוגענומען ווערן א שוה פרוטה , איז לכתחילה איז אפשר נישט אויסגעהאלטן אבער יעצט אז עס ליגט שוין ביי דיר קען זיין אז אלס דעים פראבלעים איז מותר צו בלייבן מיט דעים
דלנעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאהדאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
כרם
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע:ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

איך האב געהאט א ענליכע מעשה, איך האב געשיקט א שאינו יודע ( נד"נ) צו טשעיס מיט עטליכע הונדרעט דולער אויף טוישן פאר קליין געלט סינגעלס, קואדערס, אא"וו מיט  פונקטלעכע געשריבענע אינסטראקשנס
ער איז צוריק געקומען מיט די אינסטראקשנס, די קליין געלט פלאס די ארגינעלע געלט
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

קנאפער ידען האט געשריבן: הרב דל, מיש נישט אויס גניבת עכו"ם פון קלאר גיין אויסנארן און באשווינדעלן א גוי, ווען מען רעדט פון טעות עכו"ם און דער שאלה איז נאר צו עס איז דא א פראבלעם לגבי די אידישע שערהאלדערס. עס איז כמובן בכלל נישט גלייך.

יעצט לאמיר נאר זאגן סתם אזוי , אז אזא ציור פון א רעסיט הייסט נישט גיין אויסנארן אין באשוואנדלן א גוי סווערט אנגערופן אין די פוסקים מטעה בידים אין נישט גניבת עכום.

גניבת עכום איז א ציור ווען איך גיי אריין צו אים אין סטאר אין איך גאנבע אבער ווען איך בין אים מטעה דהיינו איך רעד אים איין אז איך האב עס נאך געקויפט אין די יאר ווער אנגערופן מטעה בידים , אין די גמרא איז נאך דן אויף דעי שאלה.

למעשה אין מחבר ברענגט די מחבר צוויי שיטות א באקאנטע מרדכי סקומט לכאורה אויס אז מטאר נישט
דלנעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאהדאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

כרם האט געשריבן: איך האב געהאט א ענליכע מעשה, איך האב געשיקט א שאינו יודע ( נד"נ) צו טשעיס מיט עטליכע הונדרעט דולער אויף טוישן פאר קליין געלט סינגעלס, קואדערס, אא"וו מיט  פונקטלעכע געשריבענע אינסטראקשנס
ער איז צוריק געקומען מיט די אינסטראקשנס, די קליין געלט פלאס די ארגינעלע געלט

מה זה נדנ ? סתם פאר נייגעריקייט
דלנעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאהדאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33133
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

דל גאה האט געשריבן:
כרם האט געשריבן: איך האב געהאט א ענליכע מעשה, איך האב געשיקט א שאינו יודע ( נד"נ) צו טשעיס מיט עטליכע הונדרעט דולער אויף טוישן פאר קליין געלט סינגעלס, קואדערס, אא"וו מיט  פונקטלעכע געשריבענע אינסטראקשנס
ער איז צוריק געקומען מיט די אינסטראקשנס, די קליין געלט פלאס די ארגינעלע געלט

מה זה נדנ ? סתם פאר נייגעריקייט

נ'ישט ד'ער נ'יק
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך האב אמאל געגנב'ט עפעס פון האום דיפאו (איך האב דאס בארעכטיגט צוליב זייער שרעקליכע סערוויס פון וואס איך האב אמאל געליטן שאדן(עביד אינש דינא לנפשיה)).
למעשה האב איך נאך אפאר יאר באשלאסן צוריקצוצאלן, האב איך געקויפט עפעס אין די ווערט פון די גניבה, באצאלט געהעריג און דערנאך עס צוריקגעלייגט אויפן שעלף.

פוטער,
דארפסט נישט גיין צו וואלמארט קאסטומער סערוויס מסביר זיין די גאנצע מעשה. גיי פשוט אריין ווען דו האסט אפאר מינוט, קויף נאך אזא סקוטער און אנשטאט אהיימגיין דערמיט, שטעל עס צוירק אויפן שעלף.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12479
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לגבי די חלק פון טעות עכו"ם וואס באמת איז דאך עס מותר, נאר ידוע דברי הבאר הגולה, מ"מ ראה בתשובות והנהגות כרך ה סימן שעט, שמחלק בין אדם פרטי לפירמה, דבפירמה אין כאן קידוש השם ואין מצוה לחזור, ואדרבה ראוי לחשוש שאסור להחזירו כמו באבידת עכו"ם שאסור ועונשו חמור. ורק אם יקדש השם ממש אז ראוי להחזיר עיי"ש.
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

למעלה משבעים האט געשריבן: לגבי די חלק פון טעות עכו"ם וואס באמת איז דאך עס מותר, נאר ידוע דברי הבאר הגולה, מ"מ ראה בתשובות והנהגות כרך ה סימן שעט, שמחלק בין אדם פרטי לפירמה, דבפירמה אין כאן קידוש השם ואין מצוה לחזור, ואדרבה ראוי לחשוש שאסור להחזירו כמו באבידת עכו"ם שאסור ועונשו חמור. ורק אם יקדש השם ממש אז ראוי להחזיר עיי"ש.

זייער שיין , אבער דא רעדט מען אלס די פראבלעים אז סאיז לכאורה טעות ישראל אויך
אין די שאלה איז אויך וואס איז די גדר פון ורק אם יקדש השם ממש
דלנעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאהדאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”