אהן קיין פלאגעניש נאר בנחת ובניקל, יש"כ.
teibele1 at birdlover.com
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
טייבעלע האט געשריבן: איך האב א קליינער זילבערנעם בעכערל עס גייט דארט אריין אפשר איינס אדער צוויי
טראפען, עס איז אויסגעקריצט אויף דעם קארלסבאד 1896 אזוי מיין איך, עס איז נישט
יעצט פאר מיר, שפעטער איך וועל אהיים קומען וועל איך עס אי"ה אפיר נעמען זעהן,
אבער וואס קאן דאס זיין?
יוסף שרייבער האט געשריבן: אה דאס איז א סוועניר פון די רעזארט שטעטל קארלסבאד וואס די טוריסטען האבען אהייםגענומען ,גראדע האט מען דארט פאבריצירט יודישע סווענירס אויך ווייל עס פלעגן קומען אהין אסאך יודען צו נוטצען די בעדער.
איך האב ביי מיר א קערה וואס מען האט דארט פאבריצירט מיט אזעלכע זיסע טעותים אז עס איז קענטליך אז א גוי האט דאס געמאכט. אויב איך וועל קענען וועל איך ארויפשטעלען מיין ערשטע בילד דא.