לאמיר קלאר מאכן צוויי זאכן, דברים שיש בהם משום קצת חידוש קצת:
1) העכערקייט מיט "הרגש", האבן נישט קיין עכטע שייכות, דהיינו, יעקב אבינו איז געווען אויפן הר המורי' און נישט געשפירט גארנישט!
הרגש איז א מתנה פונעם אייבערשטן וואס דער אייבערשטער געט אסאך מאל פאר אונז פשוטע אידעלעך, ווייל דאס געט אונז די ברען ווייטער צו גיין. אבער במציאות קען זיין, אז א מענטש זאל אריבערגיין א נעילה און שפירן אייז קאלט, און דאך האט מען גע'פועל'ט אלדאס גוטס. און ביי די טשולענט שבת פילן עפעס אויסטערליש הויך, און ס'איז כל כולו גשם!
כ'ווייס אז דאס סאונד אינטרעסאנט, אבער כ'גיי נישט יעצט אריינגיין דערין, ס'איז א שמועס פאר זיך אליין.
קומט אויס אז די שפירעריי אין א"י איז למעשה שטותים והבלים, ס'האט נישט מיט גארנישט, און ס'בכלל נישט קיין מעסטער צו א"י איז העכער אדער ח"ו חו"ל [עפ"ל].
2) היות דאס זעהן די אנדערשקייט פון א"י צו להבדיל חו"ל איז נישט תלוי אין שפירעראציע, כדלעיל, ע"כ איז זייער שווער דאס צו זעהן אין א קורצע באזוך, חוץ איינער וואס ווייסט וואס צו זוכן, אדער אן ערליכע איד מיט א ריינע בליק.
געדענק איך ווען כ'בין דאס ערשטע מאל געפארן קיין א"י אלס ישיב"ג בחור, האבענדיג געליינט די דריי בענדער ירושלים של מעלה פון מנחם מענדל, האב איך געוואוסט און פארשטאנען, אז אין א"י בכלל, און אין ירושלים בפרט, און אין מאה שערים בפרטי פרטית, דרייען זיך גארנישט קיין מעטשן נאר מלאכים... אזוינע מיט פליגלען, נאר זיי נוצען דאס נישט ווייל זיי זענען דאך ענוה שבתוך ענוה...
וואו וואס ווען, כ'קום אן, מ'זעהט די עקעלדיגע ציוניסטישע פענער הענגען איבעראל ארויס פון די עירפארט.. מ'זעהט מיאוסע בילדער נאך מיט מיט אידישע אותיות דערנעבן. פוי! פוי! הזאת נעמי?? דאס איז א"י??
אנגעקומען בינעך קיין אשדוד צו מיין פעטער, די געסלעך סרוכען זאלסט מיר מוחל זיין (קרעדיט: טאלנע רבי), ביימער אינמיטן די סיידוואלק, די קארס מאכן אזא אינטרעסאנטע סארט גערודער, די פייפערס לעכערן די אויערן... יוי געוואלד! צו וואס בין איך דא אנגעקומען פאר א גוט יאר?... וואו איז די העכערקייט??
בקיצור, איך זוך די מלאכים, לא מיני' ולא מקצתי', כ'זעה מענטשן מיט גרויסע בייכער, מענטשן וואס דרייען זיך ארויף און אראפ די גאס, זיי גייען אהין פשוט זיי זאלן האבן פון וואו צוריקצוקומען... פרעס געשעפטן אין אלע זייטן, פיצה ניו יארק, מיצי אורי, פאלאפעל ברוקלין, מיט נאך אותיות צאמגעשטעלט וואס כ'האב אפילו נישט געקענט ארויסליינען, ס'האט דאך נישט קיין נקודות...
מיין החלטה איז געבליבן, אז ס'איז א סקעם, פערטיג, די גאנצע מעשה הייבט זיך נישט אן, נישטא קיין העכערקייט, נישטא קיין ירושלים של מעלה, שטותים והבלים, די גאנצע מעשה הייבט זיך נישט אן...
אבער, צוריק גייט א קאזע, כ'בין דא יעצט אויף לכה"פ איין זמן, און דערנאך עלמיר זעהן ווייטער.
כ'וועל נישט דורכגיין די גאנצע השתלשלות פון זיך צוגעוואוינען פון די מקוה אן א פילטער, מענטשן אנע שאויערס, מילך (ווייסע וואסער) אין בעגס, קאווע - דארט ווי מ'געט שוין - געמאכט לכאורה פון עפר א"י, וואס מ'געט צו טרינקען אין גלעזער וואס מ'דארף וואשן, טרעפיק לייטס וואס ארבעטן אן קיין שום חשבון, קענען בכלל אויפכאפן די סדר פון די גאסן, ס'איז נישט רעלעוואנט, א עיקר, מ'פארט קיין ירושלים אין ישיבה אריין.
אינעווייניג אין הארץ האב איך פארשטאנען, אז טאקע אין אשדוד טרעפט מען נישט אט די עיליענס, אבער אין ירושלים! יאאאא, דארט וואלגערן זיי זיך אונטער די בענק... כ'מיין מנחם מענדל גייט נישט אויפמאכן ממש זאכן וואס האט נישט קיין שום האפט...
כ'דארף נישט שרייבן דא מיין אנטוישונג, אלע נעזער זענען געווען גענוי אויפן זעלבן מקום ווי די אמעריקאנע... טייל האבן גלעזער און טייל נישט... מענטשן לערנען און מענטשן דרייען זיך ליידיג, מענטשן קומען אן צו ברוך שאמר פונקט ווי אין ראדני, פאוני באלויני!
אבער אפשר דאך. אפשר דאך אין מאה שערים איז אנדערש. כ'טרוי מיך צו זאגן פאר א חבר וואס איז שוין דארט געווען א זמן פריער, אז כ'וואלט געוואלט זעהן מאה שערים, און כ'פרעג אזוי שעמעוודיג צו ס'טאקע דא אזעלכע וואס גייען מיט זעבראס (געשטרייפטע בעקיטשעס), מיינענדיג עכט צו פרעגן צו אונטער די שטרייפן איז בהאלטען עפעס אויסערגעווענליכס...
דער חבר זאגט מיר אז אי"ה ליל ששי, וואס איז א נאציאנאלע חאגע אין אלע ישיבות, די ישיבות פארמאכן זיך ביז זונטאג, דעמאלס וועלמיר זיך אריבערכאפן... וואאאאאאס????? וואס איז ליל שישי פאר א גוט יאר??
אה, מ'גייט צו חבורות, יעדער וואס רופט זיך חסידיש באלאנגט צו "ערגעץ", נישטא דארט אזא זאך כמעט ווי כ'באלאנג נישט אין ערגעץ - כ'דאווען אין פאיע און פארטיג, ניין ניין, מ'באלאנגט. און אז מ'באלאנגט האט מען דאך א חבורה. און היות אונז באלאנג מיר דאך נישט עכט, גיימיר גיין קיין מאה שערים.
וואו גייט מען? אה, דא איז דא א רעסטאראן ר' שלמה. א רעסטעראנט? כ'בין קיינמאל נישט געווען אין אזאנס?! דער חבר שמייכעלט זיך אונטער מיט אזא חוזק, יא יא, כ'האב אויך אזוי געזאגט מיין ערשטע וואך...
מיין אנטוישונג איז געוואקסן פון מינוט צו מינוט, כ'גיי שוין נישט מאריך זיין מער אין די אנטוישונג חלק, די שטריקעס, די שבתים וואס טשאביגאוס דרייען זיך פראנק און פריי. יא, דא דארט געזעהן חידושים, אבער נישט אויף דעם האב איך זיך געראכטן.
למעשה האב איך שלום געמאכט מיט די מצב, כ'האמיך אויפגעוועקט פון מיין זיסע חלום, פארפאלן, סדנא דערעא חד הוא, גן עדן התחתון איז פונקט אזוי פארהוילן ווי גן עדן העליון, און נאר נאך די מאה ועשרים קען מען אפשר אפשר זוכה זיין דערצו, חבל!
שטאטלעך שטאלעך האב איך אנגעהויבן צו באמערקן אז ס'איז דא נאך א צד צו די מטבע.
כ'האב אנטגעטראפן א אידל, וואס קוקט נישט אויס עפעס עקסטער, זיין גאנצע שייכות מיט מיר איז ווייל איך בין דער גליקליכער "מעחיקאנער"... וואס וואקסט אויף אין בעטן פון גאלד, עסט אין זילבערנע שיסלען, די סיידוואלקס זענען געמאכט פון שטייעדיגע צוואנציגערס, נו, אידאךא גליק צו קענען אזא בחור... דער האט פארפירט א שמועס מיט מיר, און כ'האב געזעהן טאקע פון דעם תוכן השמועס אז דער איז גארנישט ספעציעל, סתם א אידל.
איין טאג, נאך א טאג, אין רעדענדיג מיט איהם זעה איך ער קען געדעכט לערנען. ער דערציילט מיר תוך הדברים כ'קען איהם פארהערן וועלכע מסכת איך וויל מסדר נשים נזיקין אויפן לשון! טאקע?? WOW!! ביי אונז וואלסטע שוין געווען א מגי"ש אדער א רב ערגעץ, אדער כאטש וואלט יעדער געוואוסט פון דיר, וואס איז פשט אז קיינער ווייסט נישט פון דיר צו זאגן? ער שמייכעלט זיך אונטער, אז ער איז למעשה אן עם הארץ, פון רוב פון זיינע חברים וואס זענען געבליבן בני תורה קען ער די ווייניגסטע..
כ'זעה עפעס א אידל אין ביהמ"ד, קוקט נישט אויס עפעס עקסטער, כסדר גייען צו אידן צו איהם, וואס אידאס? אה, ער? איהם קענסטע אנפרעגן בכל התורה כולה..
כ'דארף טוישן געלט, וואו גיי איך? גיי קיין טשעבין, דארט איז דא איינער קרויזער, אן עלטערע איד טוישט געלט. כ'קום אן אהין, עפעס אן -זיי מעך מוחל (קרעדיט טאלנער רבי הנ"ל) - אפגעריסענער אלטער איד, קוקט אויס ארויס פון שומר שבת בעיסמענט, דאס איז ר' זונדל קרויזער! דער נאמען מיינט עפעס? עה! גארנישט. עפעס זאגט מען אויף איהם אז דער בית ישראל פלעגט גיין הערן זיין תיקון חצות.. קוקט נישט אויס בכלל. מאכט זיך משוגע, מאכט קארני דזשאוקס.. אבער דאס האט מיר געדויערט א שיינע פאר חדשים געוואר צו ווערן ווער דער קדוש וטהור איז!
כ'בין אריין אין א געשעפט, שטייט דער געשעפטסמאן און רעדט מיטן קונה אין א סוגיא!
דא בין איך אריין אין א ביהמ"ד, זעה איך א איד וואס טרעט נישט ארויס פון ביהמ"ד מן הבוקר עד הערב, פשוטו כמשמעו!
צעביסלעך צעביסלעך, האב איך אנגעהויבן טרעפן אזעלכע דמויות וואס כ'קען פאר קיין געלט נישט געפונען דאהי! אידן וואס האבן מיט עוה"ז קיין שייכות וואט סאו עווער! אידן וואס לעבן אין א שבת, לעבן אין א יו"ט.
כ'האב געטראפן צענדליגע אידן! נאכאמאל צענדליגע אידן! וואס מ'קען רעדן מיט זיי אין רוב חלקי התורה! און די חידוש איז, אז זיי זענען דארט פשוטע מענטשן! גארנישט קיין ספעשל טיטלען אדער מעמדים.
אסאך צייט האט דאס גענומען, ביז כ'האב אנגעהויבן צו כאפן די חילוק פון די צוויי מקומות.
ווער דאווענט ותיקון אין אמעריקא? אפאר משוגעים? אמת? דארט איז די לופט הייליג ביי ותיקין שעות. אידן גייען אין די גאס מיט טלית ותפילין, טאקע נישט משלנו, בעיקר ספרדישע און ליטווישע, אבער דאס ברענגט אריין א התרוממות אין די לופט.
ס'דא אזעלכע ספרדישע תמימים, כ'לאך פון זיי, נאך ביז היינט, אבער דאס תמימות און ערליכקייט וואס דאס ברענגט אריין איז אומבאשרייבבאר.
ס'קומט פאר א יו"ט, לאמיר כאפן א שפאציר אין בארא פארק, מ'קען באקומען שטריימלעך פאר ביליג, די קלאודינג סטארס האבן סעילס, ס'דא צו באקומען שלאקן (נד"וו...), וכו' וכו'.
אין ירושלים זעהט מען אנדערע צעטלעך, נהר שלום מאכט א תיקון פאר ראש השנה, ר' יצחק משה גייט זאגן שיעור הכנה לסליחות, ר' צבי מאיר גייט רעדן וועגן די הייליגע פייערדיגע לעכטיגע קאכעדיגע ברענעדיגע פלאקערדיגע סליחות, ר' איטשע מאיר גייט זאגן תיקון חצות, אין שטיבלאך גייט מען אויסזאגן תהלים דריי מעל"ע אין א צו...
וואט עי דיפרענס!
ווי מצומצם ס'הערט זיך נאר, א קול קורא איז א קול קורא! א גזירה פון אן ערליכע איד איז א גזירה! א חסיד פון א רבי איז א חסיד!
יא, ס'דא לצים ביז איבערן קאפ, און ווען *******ער רבי [וכדומה] קומט פירן טיש, האהוי איז לעבעדיג, אין אמעריקא וואלט מען זיך דאס נישט דערוואגט... אבער זענען זיי דען נישט גערעכט?...
לאמיר אריינגיין עשי"ת אין ביהמ"ד דא, וועלכע אבינו מלכינו זעהט מען די מערסטע התלהבות? ניין, כ'על נישט זאגן אז ביי כתבינו בספר פרנסה וכלכלה, ס'פאסט פשוט נישט... אבער די עיקר כח גייט אריין ביי שלח רפואה שלימה, גארנישט ראנג, באמת נישט.
אבער לאמיר אריין אין ביהמ"ד אין ירושלים, וואו גייט קולות? וואו הערט מען מענטשן שרייען טאטע? וועלכע אבינו מלכינו נעמט דאס לענגסטע?
נישט צוגעטראפן? כ'על דיר זאגן, החזירינו, אוי אוי אוי טאטע החזירינו, בתשובה שלימה לפניך!
וואט עי דיפרענס!
די אטעם, די אויר, די לופט, תורה, עבודה, העכערקייט.
אוודאי ווער ס'זוכט אנדערש, איז דא לרחצה, אפילו דער וואס גייט נאר אויף דיפאלט, וועט אויך ביי דיפאלט אריינפאלן צו זיין געוואוינהייט. אבער ווען מ'זוכט העכערס, האהוי איז דא צו געפונען! און ניין, נישט אין מירון ל"ג בעומר, און נישט אין צפת אין די מסעדה, אבער זוך עס וועסטע טרעפן.
[וויכטיגע הוספה, בחורים וואס גייען לערנען קיין א"י אן קיין געהעריגע השגחה, קענען זיך דערקייקלען צו אזא מין טיפע תהום ח"ו וואס ס'איז שווער זיך צוריקצוכאפן פון דארט, אבער נישט דאס איז די נושא יעצט].