אויב מיין ווייב לאזט
פארשטיין טיף האט געשריבן: די ביסט אזוי זכער. באמת עפשער איז דא עפעס א סלשען איך זיך טאקער אן אייצע
סעלושען פאר וואס? פאר ספעלינג? עס וועט נעמען אסאך צייט אוודאי אבער אויב דו פרובירט צו זען וויאזוי אנדערע שרייבן און שרייבן די זעלבע, און אפשר אביסל ליינען דא https://www.ivelt.com/forum/viewforum.php?f=17 וועסטו צום סוף קענען. דער ערשטער זאך וואס עס קוקט אויס פעלט דיר איז דער יסוד אז אלעס אין אידיש גייט מיט vowels במקום וואס אין לשה"ק וואלט ווען געווען ניקוד. סאו "זכער" האט נישט קיין חירוק זי"ן נאר א יו"ד "זיכער", "סלשען" מוז האבן אן עי"ן אנשטאט דער סגול סמ"ך "סעלושען" וכדו'.
פאר דאס וואס דו זאגסט וועגן קליפס איז פשוט ארוכה מני ים און איז נישט עכט מעגליך, יעדער איינציגסטע מענטש האט אנדערע זאכן וואס ער דארף און עס איז דא אזויפיל סארט קורסן וויפיל האר דו האסט אדער מער... פאר מוזיק (וואס אסאך דארפן) איז טאקע יא דא אידישע זייטלעך מיט אלע קליפס.