וויאזוי פארבארגט מען געלט?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3241
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

וויאזוי פארבארגט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

עס האט מיר אנגערופן א חבר מיינער, אז ער וויל בארגן פון מיר אפאר דוללער צו קענען ענדיגן אפקויפן א הויז, דערווייל האב איך אים געלייגט אויף האלד.
האט איינער (כ'גלייב אז פיל) עקספיריענס וואס מען נעמט זיך אויס מיט יענעם? וועלכע תנאים? וויאזוי קען איך ארויסשמעקן פון יענעם א פלאן דאס אויסצוצאלן.
תודה מראש
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

פארריכט די קעפל צו: וויאזוי "פארבארגט" מען געלט.
כרם
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע:ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

אויב איז ער א געסעטעלטע מענטש מיט אחריות וואלט איך עם געבארגט פאר קויפן א הויז און חתונה מאכן א קינד, אויב איז עס א גרעסערע סכום זאל ער ברענגען א ערב וואס די קענסט ( אמת ס'דא מענטשען וואס באצאלן נישט, אבער איך מיין אז רוב באצאלן יא)
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7057
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

איך מאך די טעקס ריטוירן אן אפוטיקי בדר"כ.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

מאכט נאר זיכער צו רעדן מיט די ערב פון פריער ציווישין פיר אויגן. ער זאל האבן די מעגליכקייט זיך אפצושאקלן פון דעם לוה בדרכי נועם.
אמאל איז דא אן עצה מ'זאל געבען די הלואה דארך א גמ"ח וואס זיי וועלען זיך נישט שעמען צו מאנען פון דעם לוה און פן דעם ערב.
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3241
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

מער פרטים: דער איד איז אן ארינטליכער מענטש, נישט קיין גרויסער פארדינער, איך וואלט אים געטראסט מיט מיין געלט, פשוט ווייל איך ווייס אז ער גייט נישט בעטן אויב לפי זיין אינקאום קען ער עס נישט באצאלן, אבער איך מיין אז דאס וואס ער וויל בארגן איז היפש מער ווי סאך ער קען זיך עס ערלויבן צו באצאלן און די קומענדיגע פאר יאר.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

פיטום האט געשריבן: מער פרטים: דער איד איז אן ארינטליכער מענטש, נישט קיין גרויסער פארדינער, איך וואלט אים געטראסט מיט מיין געלט, פשוט ווייל איך ווייס אז ער גייט נישט בעטן אויב לפי זיין אינקאום קען ער עס נישט באצאלן, אבער איך מיין אז דאס וואס ער וויל בארגן איז היפש מער ווי סאך ער קען זיך עס ערלויבן צו באצאלן און די קומענדיגע פאר יאר.

דיינע ווערטער זענען זיך סותר!
דו ווייסט אז ער גייט נישט בעטן מער ווי זיין אינקאם, אבער דו מיינסט אז ס'איז היפש מער ווי סאך ער ער קען זיך ערלויבן צו באצאלן?
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3241
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

איש חמודות האט געשריבן:

איך קען אעם אלס אזא מענטש, כ'מיין צו זאגן אז ער איז טראסטבאר, אבער דאס מאל קוקט מיר עס אויס אנדערש, און טאקע דערפאר פרעג איך
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

פרעג אים אפן: ר' איד טייערער איך וויל הערן אייער פלאן וויאזוי איר פלאנט צו באצאלן, און נאכדעם בעט עטליכע טעג זיך איבערצוטראכטן צו זיין פלאן איז אויסגעהאלטן.

און נאך אלעמען נעם א שטר מיט ערבים, קיינמאל קיינמאל נישט בארגן אן א שטר, אפילו דער טראסטבארסטער מענטש.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אויב איז דאס צו חתונה מאכן אדער צו קויפן א הויז האט א פשט צו בארגן און ס'איז גאר א חשובע זאך ארויסהעלפן א איד אבער אויב איז דאס פאר א אינוועסטמענט איז זייער שווער צו זאגן אויב מען ווייסט נישט די פרטים וויזוי ער וועט באצאלען אויב ס'פאלט דורך

איך וואלט געטראכט צוויי מאל פאר איך טו דאס וויבאלד איז האלט שוין נאך אזא מעשה ווי ס'האט אויסגעקוקט זייער שיין פארן בארגן און ס'האט נישט געטויגט ביים באצאלען און מען האט מיר געהאט געווארנט אז איך זאל טראכטן וואס איך טו
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

איש חמודות האט געשריבן: און נאך אלעמען נעם א שטר מיט ערבים, קיינמאל קיינמאל נישט בארגן אן א שטר, אפילו דער טראסטבארסטער מענטש.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

אויסגערעכנט האט געשריבן: אויב איז דאס צו חתונה מאכן אדער צו קויפן א הויז האט א פשט צו בארגן און ס'איז גאר א חשובע זאך ארויסהעלפן א איד אבער אויב איז דאס פאר א אינוועסטמענט איז זייער שווער צו זאגן אויב מען ווייסט נישט די פרטים וויזוי ער וועט באצאלען אויב ס'פאלט דורך

איך וואלט געטראכט צוויי מאל פאר איך טו דאס וויבאלד איז האלט שוין נאך אזא מעשה ווי ס'האט אויסגעקוקט זייער שיין פארן בארגן און ס'האט נישט געטויגט ביים באצאלען און מען האט מיר געהאט געווארנט אז איך זאל טראכטן וואס איך טו

ווארשיינליך האט דאס פאסירט ווען דו ביסט נאכנישט געווען אויסגערעכנט
לעצט פארראכטן דורך וועלטניק אום דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כרם
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע:ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

אסאך מענטשן וואס בארגן גרעסערע סכומים און באצאלן נישט איז ווייל די ביסל וואס זיי ווילן יא באצאלן איז גארנישט קעגן די סכום וואס ער איז שילדיג און ער זעהט זיך נישט ארויס פון די חוב עניוועי, סאו וואס איך האב אמאל געטוהן איז, למשל די פארבארגסט 20 אלפים,  שרייב 5 שטרות פאר 5 אלפים, אזוי וועט איהם זיין גרינגער צו באצאלן קלענערע אמאונטס, ס'האט געהאלפן
דאס איז אויב די ווילסט איהם העלפן
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

דעמאלס האב איך געמיינט אז איך בין אויסגערעכנט אבער היינט בין איך שוין אמת'דיג אויסגערעכנט
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3241
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

דאס איז וואס עקספיריענס ברענגט...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13901
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

איש חמודות האט געשריבן: פרעג אים אפן: ר' איד טייערער איך וויל הערן אייער פלאן וויאזוי איר פלאנט צו באצאלן, און נאכדעם בעט עטליכע טעג זיך איבערצוטראכטן צו זיין פלאן איז אויסגעהאלטן.

און נאך אלעמען נעם א שטר מיט ערבים, קיינמאל קיינמאל נישט בארגן אן א שטר, אפילו דער טראסטבארסטער מענטש.

און אויב סאיז א גרעסערע סכום נעם א משכון, אדער העד טשעקס אדער קרעדיט קארד וכדומה
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

פיטום האט געשריבן: עס האט מיר אנגערופן א חבר מיינער, אז ער וויל בארגן פון מיר אפאר דוללער צו קענען ענדיגן אפקויפן א הויז, דערווייל האב איך אים געלייגט אויף האלד.
האט איינער (כ'גלייב אז פיל) עקספיריענס וואס מען נעמט זיך אויס מיט יענעם? וועלכע תנאים? וויאזוי קען איך ארויסשמעקן פון יענעם א פלאן דאס אויסצוצאלן.
תודה מראש

אפשר בארגסטי מיר אויך?
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

פאטאקי08 האט געשריבן: און אויב סאיז א גרעסערע סכום נעם א משכון, אדער העד טשעקסאדער קרעדיט קארד וכדומה

א העד טשעק איז נישט קיין עכטע אויפטוה, ווייל די טשעקס קענען גיין פייפן, און דו קענסט נאך דערלייגן מער געלט דורך די פי'ס פון די באנק פאר די געקראכטע טשעקס.
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע:אונטערן מאמע'ס פארטוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

לייען פארדעם דורך די "מאמענט" פון אפאר וואכן צוריק די אינטערוויא מיט די בארימטע טוען "הרב גרוס" מיט נוצליכע עצות וויאזוי צו פארבארגן געלט
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20187
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: וויאזוי פארבארגט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

ס'איז דא נאך א פראבלעם.

ס'איז א שווערע שווערע ארבעט צו נאכלויפן צו צוריק זעהן מיין געלט.
ספעציעל ווען מ'פארבארגט אפאר טויזענט פאר דעם און אפאר טויזענט פאר דעם.

ס'איז ליידער דא מענטשן וואס מאכן די מלווה פילן ווי א פארברעכער בשעת ער בעהט צוריק זיין געלט,
אפילו אז די זמן הפירעון איז שוין לאנג אריבער.

-

מיין חבר האט פארבארגט פאר איינער $7,000 צו העלפן קענען חתונה מאכן די ערשטע קינד,
און געחתמט צו ווערן צוריקגעצאלט ר''ח כסלו תשפ''ב.
די ערשטע 12 טעג פון כסלו האט די לווה דווקא איגנארירט די פאון קאלס פונם מלווה.
למעשה חנוכה האט מען געמאכט א אפמאך אז ער גייט צוריק צאלן שטייטלעך $300 א וואך.
זעענדיג אז די לווה קומט נישט צו ברענגן די $300, פארט די מלוה יעדער מאנטאג בלית ברירה צום לווה, צו נעמען זיין נארישע $300.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

אל תדאג האט געשריבן: לייען פארדעם דורך די "מאמענט" פון אפאר וואכן צוריק די אינטערוויא מיט די בארימטע טוען "הרב גרוס" מיט נוצליכע עצות וויאזוי צו פארבארגן געלט

איך האב נישט געליינט די מאמענט - איך וויל בלויז שרייבן עטליכע ווערטער:

קודם דארף מען וויסן אז בארגן געלט פאר יענעם איז א מצות עשה מה"ת, און וועגן דעם האט הלל מתקן געווען א פרוזבול.

אבער היות ס'איז פארהאן מענטשן וואס זענען אין די בחינה פון לוה ... ולא ישלם, וואס צדיקים האבן מסביר געווען אז דער לווה דארף האבן א פונקליכע חשבון פון ווי צו באצאלן, און ליידער זייער פיל פון די מענטשן וואס דארפן בארגן בימינו האבן נישט קיין חשבון, נאר בארגן מחמת הכרח.

וואלט איך פארגעשלאגן אז ווען איינער קומט צו צו אייך פרעגן צו איר קענט אים בארגן, זאלט איר אים מייעץ זיין ער זאל ענדערש פארשאפן די געלט דורך גיין צו אפאר חבירים, ידידים, סתם נגידים, אדער זיך ווענדן צו א עסקן אדער חבר ער זאל אים פארשאפן - און זאגן ברחל בתך הקטנה, איך נויטיג מיר און געלט (איך ארבעט און פארדין כדי חיונה, אבער יעצט האט זיך געמאכט א עקסטערע הוצאה) און איך וויל נישט בארגן ווייל איך וועל נישט האבן פון ווי צו באצאלן וכדומה.

און אים געבען שטארקע חיזוק דאס צו טוהן (ס'איז א שטארקע בושה, אבער ס'וועט זיין גרעסערע בושות און עגמת נפש, ווען זיין חבר וועט צוקריגט ווערן מיט אים און ער וועט דארפו אריבערקראסן ווען ער זעהט אים וכו'.)
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: וויאזוי פארבארגט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

נאך א זאך:
זייער פיל מענטשן חובות'ן זיך אן פאר יענעם... צו העלפן זייער חבר... זייער ברידער, טאטע... וכו'.
איך מיין אז אין אזא מצב דארף מען שטארק אפרעדן יענעם ער זאל דאס נישט טוהן, און מסביר זיין אז ער פירט נישט די וועלט, ער זאל נאר טוהן די נארמאלע השתדלות פון מעורר זיין חברים וידידים ועסקנים צו העלפן זיין חבר/קרוב
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: וויאזוי פארבארגט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

בארגן איז א גרויסע מצוה אבער נאר אויב מאיז באמת אין מצב זיך צו קענען געזעגענען פון דאס געלט, אנערשווייז ביסטו אויכעט א נצרך און חייך קודמין, אזוי האבן מיר קלוגע אידן געזאגט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5685
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי פארבארגט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

דער וויזשניץ מאנסי רבי ז"ל פלעגט געבן מעשר פון געלט וואס איז צירוק געקומען פון א הלוואה, ווייל ס'איז אלץ געווען מער על דעת ער וועט נישט צירוק זעהן דאס געלט. און האט גערעכנט די געלט אלץ ניי פארדינט געלט.

בעסטער מהלך צי פארבארגן איז בפשטות דורך א גמח, דהיינו שיק יענעם צום גמח צי באקומען פון דיר געלט, איך מיין אז די גמחים זענען בעסער אויסגעארבעט און זיי ארבעטן מיט מיט דיר אלץ מלוה, דהיינו ניצן דיין געלט פאר די גרעסערע הלוואה
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: וויאזוי פארבארגט מען געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

shimon7323 האט געשריבן: דער וויזשניץ מאנסי רבי ז"ל פלעגט געבן מעשר פון געלט וואס איז צירוק געקומען פון א הלוואה, ווייל ס'איז אלץ געווען מער על דעת ער וועט נישט צירוק זעהן דאס געלט. און האט גערעכנט די געלט אלץ ניי פארדינט געלט.

בעסטער מהלך צי פארבארגן איז בפשטות דורך א גמח, דהיינו שיק יענעם צום גמח צי באקומען פון דיר געלט, איך מיין אז די גמחים זענען בעסער אויסגעארבעט און זיי ארבעטן מיט מיט דיר אלץ מלוה, דהיינו ניצן דיין געלט פאר די גרעסערע הלוואה

בארגן דורך א גמ"ח מיינט:
אז אזא איינער וואס האט נישט קיין עפראוועל אין די גמ"ח אדער האט יא, אבער ער וויל בארגען מער ווי די גמ"ח אפראווט,

גייט דער מלוה צום גמ"ח און לייגט אריין געלט אין זיין גמ"ח אקאונט צו פארבארגן פאר יענעם, און די לוה באצאלט די הלואה צו די גמ"ח מיט די געהעריגע גמ"ח סיסטעם, מיט ערבים,
און ח"ו אויב דער לוה באצאלט נישט, פארלירט ער די קרעדיט צו בארגען פון יענע גמ"ח, וואס דאס גיבט 95% אז די חוב ווערט באצאלט אדער דורך די לוה אדער דורך זיינע ערבים, אויב איז די לוה א מענטש וואס ווייל הייסן ארנטליך בעיני אלקים ואדם
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”