ר' אשר (זיגמונד) פארסט ע"ה מיט רבי מיכאל בער זצ"ל

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבי אשר האט אין תר"פ יארען געפירט א וויכוח מיט דער באוויסטער רבי נתן בירנבוים ע"ה
https://en.wikipedia.org/wiki/Nathan_Birnbaum
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A0%D7 ... 7%99%D7%9D
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A0%D7 ... 7%99%D7%9D
אין די אידישע צייטונגען און וויען. זיי האבען זיך מתווכח געווען וואס די שיטה פון "תורה עם דרך ארץ" פון הגאון הצדיק רבי שמשון רפאל הירש זצ"ל איז; צו עס איז א לכתחילה (און אויב אזוי איז עס פאר פוילישע און אונגארישע אידען אויך), אדער איז עס א בדיעבד.

איך האב אמאל געהערט פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל זאגען, אז פיפציג יאר נאך מענדעלסאן איז שוין האלב דייטשלאנד געווען ר"ל אסימילירט; איז געקומען רבי שמשון רפאל הירש און פרובירט מיט אלע מיטלען אפצושטעלען די פערד און וואגען פון אין גאנצען אראפ פליען די בארג. לפי זה קומט אויס אז רבי אביגדור מיללער האט געהאלטען אז עס איז געווען א "בדיעבד", און נאר כדי צו ראטעווען וואס מען קען.

הגאון רבי שמעון שוואב זצ"ל, רב פון די ברויערס קהלה אין וואשינאטאן הייטס האט אויך גענומען א צד אין דעם, אבער איך געדענק נישט וואס.

רבי אשר האט מיר געוויזען ליגען ביי אים אין דער היים די אלטע פארגעלטע צייטונגען ווי עס איז געווען געדרוקט די פולמוס.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 4:04 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

SPUSMN האט געשריבן: הגאון רבי שמעון שוואב זצ"ל, רב פון די ברויערס קהלה אין וואשינאטאן הייטס האט אויך גענומען א צד אין דעם, אבער איך געדענק נישט וואס.




אין "ברכת שמואל" איז דא א תשובה פון רבי ברוך בער געשריבן קיין אמעריקא איבער די נושא פון תורה עם דרך ארץ, זייער שארף דערקעגן, עס איז באקאנט אז די תשובה איז געשריבן געווארן צו הג"ר שמעון שוואב קיין באלטימאר, וואו ער האט משמש געווען ברבנות איידער ער איז געקומען קיין ניו יארק צו KAJ
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

נאר א פאר יאר צוריק איז געווען א טיילונג אין די מאנסי ברענטש פון KAJ טיילווייז צוליב די נושא.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פאר די אינטערנעט אדער נאך די אינטערנעט? א גרויסער נפקא מינה, ווייל דער אינטערנעט איז א געים טשעינדזער - (א גרעסערע נושא, צו די דינאמיקס האבען זיך געטוישט).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

SPUSMN האט געשריבן: פאר די אינטערנעט אדער נאך די אינטערנעט? א גרויסער נפקא מינה, ווייל דער אינטערנעט איז א געים טשעינדזער - (א גרעסערע נושא, צו די דינאמיקס האבען זיך געטוישט).

דו פרעגט מיר? עס איז געווען בערך יאר תש"ס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שוין געווען דענמאלט אינטערנעט אין גרויסען, אבער נאך פאר דער גרויסער מגיפה רח"ל.

דער נושא איז א וויכטיגע, אבער איך וויל עס נישט דא אויס שמועסען, און זיכער נישט דער וואס פירט עס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

זייער ערשטע באגעגענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך קום צוריק צו רבי אשר און רבי מיכאל בער און ווי זיי האבען זיך צוזאם געטראפען און ס'געווארען צווישען זיי אזא קשר של קיימא.

געהערט פון רבי אשר.
ווי באוויסט האט רבי מיכאל בער געדרוקט דאס ספר "קיקיון דיונה". האט ער געוואלט א שער בלאט וואס רעפרעזענטירט (captured) די תקופה פונעם קיקיון דיונה. ער האט זיך געפינען אין וויען, און דאס איז געווען אין די (אנהויב דאכט זיך מיר) תר'צדיק'ס, האט מען אים מציע געוען צו גיין צום מאהלער (ארטיסט) זיגמאנד פארסט.

רבי מיכאל בער איז אריין געקומען און רבי אשר האט געהאלטען אין מיטען עפעס מאהלען.

רבי מיכאל בער האט זיך געזעצט אין דער בעק, און גוט צוגעקוקט די הלוך ילך פון רבי אשר, און אים שטארק באטראכט און שטודירט.

רבי אשר איז דענמאלט געווען אן א בארד, און פון דרויסען האט מען נישט געקענט זעהן זיין אינערליכע נשמה, און רבי אשר האט באמערקט און געשפירט די שארפע נייגעריגע אויגען פון זיין חשוב'ן גאסט.

נאך א שטיק צייט, וואס רבי מיכאל בער האט געהאט די מעגליכקייט צו זעהן רבי אשר אין עקשען; און פארשטייט זיך אז אזא חכם מחוכם און טיעפען מח ווי רבי מיכאל בער האט אלעס ארויס געהאט; זענען זיי אריין אין א שמועס (וואס דער שמועס איז געווען, האביך קיינמאל נישט געהערט). רבי מיכאל בער האט פארגעלייגט פאר רבי אשר וואס ער וויל און רבי אשר האט עס אים צופרידען געשטעלט. די השתלשלות הדברים פונען דרוקען ווייס איך נישט פינקטלעך; עס קייינמאל נישט געשמועסט מיט רבי אשר; אבער עס איז באוויסט דער שער וואס רבי אשר האט געמאלען און די נייע אותיות (font בלע"ז) וואס רבי אשר האט געשאפען.

במשך די צייט דארטען האבען זיי געהאט דאס מעגליכקייט צו איינער דעם אנדערען קענען; און איז געווען אינסטרומענטאל אין מאלען די קול קורא'ס וואס בעטען געלט פאר רבי מיכאל בער'ס רעטונגס ארבעט; און אויך האט ער געהאלטען די אפיעלס. איך גלייב נישט אז רבי אשר מיט רבי מיכאל בער האבען געהאט א בריוו קאנטאקט צווישען זיך בשעת די מלחמה און רבי אשר וואלט מיר פשטות געזאגט ווען עס וואלט יא געווען.

נאך די מלחמה ווען רבי מיכאל בער איז אנגעקומען קיין אמעריקע, איז נפשו קשורה בנפשו; רבי אשר איז גלייך געלאפען אים זעהן, און פרובירט אים צו העלפען מיט וואס ער קען, און געווען זיין געטרייעסטע סאלדאט און נאנטסטע פריינד.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

SPUSMN האט געשריבן: אויף "מורינו" ר' יעקב שלמה שטיינפעלד ז"ל האט ידידינו הרב קיקיון גע'עפענט א אשכול, ותשוחח"ל.
viewtopic.php?f=63&t=28527

אוי איז דאס געווען טייערע לייט (ריזען) וואס האבען געגרינדעט די וויענער קהלה.

נאכען ליינען אין דער "אידישען ווארט" דער באשרייבונג אויף רבי יעקב שלמה שטיינפעלד, און ווי ער איז געווען א בן בית ביי הגאון רבי יוסף בוימגארטן זצ"ל ראב"ד פון די שיף-שוהל
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 6&pgnum=28
פארשטיי איך שוין בעסער וואס איך האב געהערט פון רבי אשר בנוגע אויף נעמען הגאון רבי יונתן שטייף זצ"ל אלץ רב אין קע"י דוויען.

פאר דער אסיפה אויף צו נעמען א רב, האט אויס געזעהן ווי הגאן רבי שלמה בוימגארטן וועט ווערען ערוועלט רב. רבי יעקב שלמה שטייפעלד איז געווען געסקעדזיולד צו נעמען דאס ווארט און מציע זיין רבי שלמה בוימגארטן. אזוי אויך (פארשטיי איך) אז רבי אשר האט אויך אזוי געהאלטען.

אבער נאכדעם וואס רבי מיכאל בער האט מסביר געווען פאר רבי אשר פארוואס הגאון רבי יונתן שטייף איז מער גע'אייניגט פאר די קהלה דא, און געבעטען רבי אשר "צו טוהן כל מה שיבכלתו" אז אזוי זאל געשעהן; איז רבי אשר אריבער געגאנגען שמועסען מיט זיין ידיד נאמן רבי יעקב שלמה און אים פרובירט צו טוישען זיין מיינד.

צום סוף האט רבי יעקב שלמה נאך געגעבען פאר רבי אשר און געזאגט אז מארגען ווען עס גייט זיין די אסיפה, ווען עס וועט קומען זיין ריי צו רעדען וועט ער "נישט" רעדען; און אנשטאטס זאל רבי אשר נעמען דאס ווארט. וכך הוה; און דער רעסט איז היסטארי.
---
אויך פונעם באשרייבונג בין איך געוואויר געווארען אז איך האב נאר געוויסט כקליפת השום פון די טעטיגקייטען פון רבי יעקב שלמה. (עפעס האב איך געוויסט, וואס איך האב שוין געשריבען און וועל נאך בל"נ שרייבען; אבער אז רבי יעקב שלמה איז ממש אריין אין לייבען גריב און געטוהון חסד אויף אזא מאסען פארנעם, דאס האב איך נישט געוויסט. טאקע לא נספד כהלכה.

אגב, רבי אשר איז אויך לא נספד כהלכה. רבי יעקב שלמה'ס הספד איז געקומען איין יאר שפעט אין שנת תשל"ה; אבער רבי אשר האט איבערגעלעבט כמעט אלע וואס האבען אים געקענט געהעריג אפשאצען און מספיד זיין! ער האט איבערגעלעבט זיין גאנצען דור.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבי אשר האט מיר דערציילט (כ'האף איך דערצייל עס ריכטיג)
אז ער איז געווען א קליין אינגעל, און פראטקאל האט געפאדערט אויס טוהן דאס היט און אויך די קאפל ווען מען איז געשטאנען פאר א מענטש מיט אוטאריטי (ווי א דשאדז). אויך מיין איך אין סקול אויך (אזוי דאכט זיך מיר האביך געהערט פון אים). אגב, שבת האבען זיי געמוזט אויך גיין אין שולע, אבער ער האט נישט געשריבען, און דער לערערין האט אים געמאכט געבראטענע צרות פאר דעם. (וואס פארשטייען מיר יעצט, ווען אידישקייט קומט אויף א זילבערנע לעפעל)

איין מאל, אלץ קליין אינגעלע, האט זיין מאמע אים געשיקט מיט א געשאכטענער הינדעלע צום רב (ראב"ד) רבי יוסף בוימגארטען פרעגען א שאלה. דאס אינגעלע קלאפט אין טיר, און רבי יוסף בוימגארטען עפענט אויף דער טיר, און דאס אינגעלע פון בהלה און רעספעקט, האט אראפ גענומען זיין קאפעל. אבער זיך באלד געכאפט און איז רויט געווארען פון בושה, ער האט זיך זייער פארשעמט.

רבי יוסף בוימגארטען האט געזעהן דאס ווייטאג פונעם קינד (און חבל, איך געדענק נישט די ווערטער), האט אים געזאגט מילין כבושין און אים געגלעט די פנים און פרובירט צו בארואיגען. די שיחות חולין פון רבי יוסף בוימגארטען איז מיר יעצט ווערט א הון רב, אבער חבל על דאבדין - חוץ אויב איינער וועט זיך טרעפען זיך אנצורופען וואס ער געדענקט.
---
יעצט קענט עטץ פארשטיין די נאנטקייט און הארץ וואס רבי אשר און רבי יעקב שלמה האבען געהאט פאר די בוימגארטען'ס, און פונדעסטוועגען האבען זיי מבטל געווען זייער דעת, רבי אשר פאר רבי מיכאל בער, און רבי יעקב שלמה פאר רבי אשר.

אוי זענען דאס געווען מענטשען, ווי נעמט מען אזעליכע
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבי אשר האט אויך אנטייל גענומען אין דער כנסיה הגדולה אין וויען, ער האט אבער צופיל מיט מיר נישט גערעט איבער דעם, איז ווייס איך נישט.

די ארטווערק (ווי למשל דער סימבאל פון די כנסיה הגדולה פון די דריי עמודים, תורה עבודה, וגמילות חסדים) האט רבי אשר געמאלען; און אזוי אויך די אנדערע ארטווערק.

אויך האבען זיי דענמאלט ארויס געגעבען סטעמפס מיט בילדער פון די גדולי ישראל וואס האבען זיך באטייליגט (נישט אלע). עס איז דא איינס פונעם נייטרא רב.

נאכען ליינען די באשרייבונג אויף רבי יעקב שלמה, פארשטיי איך אז רבי אשר האט מיט די אלע זאכען צאם גע'ארבעט מיט רבי יעקב שלמה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'דערמאן מיך אזוי.
רבי אשר האט מיר דערציילט אז אין תש"ב איז געווארען א 1000 יאר פון די פטירה פון רבינו סעדיה גאון. איז האט מען געמאכט א גרויסער צוזאם קונפט לכבוד דעם און רבי יאזשע בער פון באסטאן האט געהאלטען א דרשה אין אידיש. דאס איז געווען אין א גרויסער זאל (אדער שוהל) לעבען וויליאמסבורג.

דארט ביים צוזאמען-קומפט זענען געלאדען געווארען אלע גרויסע פראפעסארים, היסטאריקער, וכו' וכו'.

רבי יאזשע בער האט געטאדעלט די פראפעסארען אז וואס פאר א גוט יאר זענען זיי אהער געקומען? וואס פארע שייכות האבען זיי (די פושעי ישראל) מיט רבינו סעדיה גאון! רבי אשר האט מיר דערצייט אז רבי יאזשע בער האט געהאלטען א זייער קנאישע דרשה.

ווער עס קען טרעפען דער דרשה, זאל עס ביטע אהער לינקען.
---
דאכט זיך אז עס איז דער לובאוויטשער רבי וואס האט געזאגט "אז ווען נישט דאס אז דער רמב"ם איז געווען א דאקטער, וואלט זיי ווייניג אנגעגאנגען זיין גרויסקייט אין תורה". עפעס אזוי.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

מאשציסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער שטאט ווי רבי אשר'ס טאטע רבי ישראל הלוי פארסט ע"ה איז געבוירען געווארען איז דער גאליציאנער שטאט מאשציסק (דער ברודער פון הרה"ק רבי שלום מקאמינקע, הגה"ק רבי ארי' לייבוש איז דארט געווען רב מיט יארען פריער). כ'האב פארשטאנען פון רבי אשר אז די פארסט'ס זענען שוין געווען דארט דורי דורות און אז הרה"ק רבי דוד'ל מדינוב האט דארטען געלערענט ביי זיין (עלטער) זיידע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבי אשר פלעגט נאך זאגען אז רבי מיכאל בער פלעגט זיך אויסדריקען בערך בזה"ל: "איך האב ליב די תמימות (אינאסענס בלע"ז) פון קינדער, ווייל קאמפלאצירט בין איך!!" ודו"ק כי עמוק הוא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

[ביטע נישט פאליטיזירען די פאלגענדע, דא איז זיכער נישט די פלאץ; אבער אז מען דערציילט וועל איך בל"נ דערציילען אלעס וואס מען קען (מעג) דערציילען - כ'דארף זיך נאר דערמאנען און עס דארף אויך זיין אינטרעסאנט]

רבי אשר האט מיר דערציילט אז ער האט געמאלען דער ציור פונען עירוב פאר רבי מיכאל בער וואס האט געוואלט מאכען א עירוב ארום וויליאמסבורג.

ווי באוויסט האט זיך דער סאטמארער רב זי"ע קעגען געשטעלט, און רבי מיכאל בער האט נאך געגעבען; אבער אנדערש ווי טייל דערציילען אין גאס, האט רבי אשר מיר געזאגט אז רבי מיכאל בער האט נישט מסכים געווען מיט דער סאטמארער רב אין דעם, נאר נאך געגעבען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

דאס קויפען "Brewster estate" אין מאונט קיסטקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבי אשר האט מיר דערציילט אז ווען רבי מיכאל בער האט געקויפט די איסטעיט אין מאונט קיסטקא פאר דער ישיבה, האבען זיך די שכינים אקעגען געשטעלט.

רבי אשר איז געגאנגען מיט רבי מיכאל בער רעדען מיט די שכינים. איין איינוואויער דארט איז געווען זייער א וויכטיגע פרוי; דער ווייב פונעם ניו יארק טיימס מלחמה קארעספאנדענט "Major Baldwin" (מעידזאר איז זיין מיליטערישע טיטעל). רבי מיכאל בער מיט רבי אשר (זיין ווארט זאגער) האבען זייער אויס גענומען ביי די אינטילעקטיואלען אין שטאט, אז ביי א טאון האל מיטינג פונעם שטאט האט זי (מיסעס באלדווין) אויסגעמוסר'ט אלע פאזאמלטע, אז אנשטאטס אויף צו נעמען די מלחמה געליטענע, לייגט מען זיי שטרויכעלונגען אין וועג. זי האט אויך געשיקט א בריוו "א לעטער טו דע עדיטאר" צו דער ניו יארק טיימס ווי זי נעמט זיך אן פאר דער ישיבה.

דא איז א לינק צו איר מאן'ס וויקיפעדיע פעידז, ווי איר גוטען טאט איז באשריבען.
https://en.wikipedia.org/wiki/Hanson_W._Baldwin

דער באשעפער איז איר נישט שילדיג געבליבען; זי האט געלעבט 87 יאר, און איר מאן (אפשר האט איר געהאלפען דערצו) 88.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

רבי אשר'ס ארטיקלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'האב דא
viewtopic.php?p=1132354#p1132354
געברענגט א ליסטע פון 9 ארטיקלען אין עננליש וואס רבי אשר האט געשריבען. די 9 זענען נאר א טייל פון וואס ער האט געשריבען. געשריבען האט ער נישט נאר פאר צייטונגען, מאגאזינען, נאר אויך פאר ענסייקלעפידיעס (אזוי שטייט דארטען) און אנדערע פלעצער. זיינע אייניקלעך האבען צוזאמען גענומען די 9 וואס זיי האבען געהאלטען זענען די בעסטע מאיזה סיבה און זיי פראוועזאריש געדריקט און געבינדען פאר די משפחה. איינס ווי פריער געשריבען האט ער מיר געגעבען.

אויך האביך געזעהן ביי אים א קונטרס וואס זיי האבען געמאכט פאר אים (זעהט אויס, נאר איינס פאר אים) ווי זיי האבען צאם גענומען 90 פנינים פון זיינע חדושים על התורה און זיי אים געגעבען אויף זיין 90'סטע געבורטסטאג אלץ א מתנה. איך האב נישט קיין קאפי, ווייל ווען יא וואלט איך דא געברענגט וויפיל איך קען. (אפשר די "ניין" אין ענגליש איז געווען לכבוד די "ניין-ציג", ווייל קיין 90 אין ענגליש גלייב איך נישט אז ער האט געשריבען)


כ'האב בדעה צו איבערזעצען אין אידיש כאטש א צוויי פון זיינע ארטיקלען; איינס זיין באשרייבונג אויף רבי מיכאל בער, און נאך איינס אדער צוויי אנדערע. אבער פאר מען טוהט דאס מוז מען מאכען א הקדמה:

מורי ורבי, דער גרעסטע מומחה אינעם דור אינעם דע מה להשיב, הגאון הצדיק רבי אביגדור מיללער זי"ע (וואס פארע זכותים ער האט; רבים השיב מעון איז געזאגט געווארען אויף אים; טויזעטער אידען האט ער מחנך געווען און איז נאך אלץ מחנך!) האט דערציילט (כ'האב עס נישט געהערט דירעקט פון אים, אבער עס געהערט בשמו בחייו) אז זיין רבי "דער אלטער פון סלאבאדקע" זצ"ל האט אים געזאגט אז ער זאל לערנען די בר"ח כדי צו קענען אפענטעפערען אלע מיסיאנערען למיניהם.

יארען שפעטער האט אים איינער געפרעגט צו ער מעג אויך לערנען די בר"ח צו וויסען וואס צו ענטפערען; האט אים רבי אביגדור מיללער גע'ענטפערט אז "אויב דיין רבי גיבט דיר רשות עס צו לערענען קענסטו עס לערענען"). האט יענער געפרעגט "און ווער האט דעם רבי געגעבען רשות עס צו לערענען"? האט רבי אביגדור מיללער אים גע'ענטפערט אז זיין רבי "דער אלטער פון סלאבאדקע האט מיר עס געהייסען לערענען".

לעניינו: רבי אשר ברוחב בינתו, ובגודל יראת חטאו, האט אויס געליינט און פארשטאנען אלע פילאזאפען, און אלע רעליגיעס פון די וועלט (ארויס געהאט אלעס). און שפעטער האט עס אלעס גענוצט קעגען די מסיתיס ומדיחים פון כלל ישראל, ווי מען זעהט אין זיינע ארטיקעלע ווי ער שיסט זיי מיט זייער געווער אין טרעפט אין פינטעל.

אבער מען דארף צו וויסען אז די דבר המסוכן איז נאר מותר פאר יחודי סגולה פינעם דור [אדער מיט רשות פון זייער רבי]; וואס זענען גרייט זיך מקריב צו זיין לטהר את הטמאים, ולטמא את הטהורים, ותוצאותיו מי ישורנו.

רבי אשר אליין האט מיר געזאגט ווען איך האב אים געפרעגט וועגען ראגעטשאווער גאון וואס ער האט געזעהן אין וויען; וואס ער האט צו זאגען וועגען אים? האט ער מיר גע'ענטפערט אז ווען מען גייט אין סירקעס, און מען זעהט איינעם וואקען אויף שטריק, וועט איינער טראכטען "איך קען אויך וואקען אויף שטריק"? כן הדבר הזה, דער ראגעטשאווער גאון האט געהאט עטליכע איינשטיין קעפ אין איינעם, און געווען צו אים בבחינת איינער וואס וואקט אויף שטריק, א אויסטערלישען קונצען מאכער; אבער א דורך שניטלעכער מענטש קען אים נישט נאך טוהן.

דאס זעלבע זאג איך דא; וואס רבי אשר האט געקענט, קען איך נישט; און וואלט זיך נישט דערווייגט נאך צו טוהן. אזא מח זעהט מען נישט אפט; איך האב עס נישט געזעהן נאר אויף איין מענטש, אויף רבי אשר. צו רעדען מיט אים האט מען געקענט באקומען עפעס א מושג אינעם מח פון רבי מיכאל בער.

מיט דער הקדמה וועט עטץ פארשטיין וואס עטץ ליינט פון רבי אשר'ס שרייבונגען אין ענגליש, ווי ער האט געשריבען זייער טיעף און אין זייער א הויכען ענגליש (פון ווי ער האט דאס געקענט, ווייס איך נישט; ווייל ביי די 35 האט ער נאך גאנץ ווייניג געקענט ענגליש).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
SPUSMN האט געשריבן: [ביטע נישט פאליטיזירען די פאלגענדע, דא איז זיכער נישט די פלאץ; אבער אז מען דערציילט וועל איך בל"נ דערציילען אלעס וואס מען קען (מעג) דערציילען - כ'דארף זיך נאר דערמאנען און עס דארף אויך זיין אינטרעסאנט]
ווי באוויסט האט זיך דער סאטמארער רב זי"ע קעגען געשטעלט, און רבי מיכאל בער האט נאך געגעבען; אבער אנדערש ווי טייל דערציילען אין גאס, האט רבי אשר מיר געזאגט אז רבי מיכאל בער האט נישט מסכים געווען מיט דער סאטמארער רב אין דעם, נאר נאך געגעבען.

נעוואדא אזוי, ווי געשריבן אין "איש חמודות." רבי מיכאל בער האט זיך געטענה'ט מיט'ן רבי'ן זי"ע אויף א תוספות, וואס דער רבי האט געדרינגען דערפון אז מ'קען נישט מאכן קיין עירוב און רבי מיכאל בער האט געזאגט אז פשוט פשט אין תוספות איז מ'קען יא מאכן דעם עירוב. זיי האבן זיך גע'טענה'ט שעות אויף שעות במשך די נאכט, ביז דער רבי האט געזאגט, אז מען קען נישט מאכן קיין עירוב אין וומ"ס און דער פשט אין תוס' שטימט צו דערצו. טייטש, רצונו הק' איז געווען נישט צו מאכן קיין עירוב, און מען האט געקענט לערנען פשט אין תוס' צו גיין אויף דעם מהלך. דעמאלט האט רבי מיכאל בער אויפגעגעבן צום רבי'ן, זעהנדיג אז דאס איז דער רצון צדיק און ער האט עס מקבל געווען.
דאס איז וועגן דעם עירוב - אבער דער הויפט לימוד דא איז אויף רבי מיכאל בער - ווער האט זיך געקענט טענה'ן מיט'ן רבי'ן אויף א פשט אין תוספות א גאנצע נאכט?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected] .
לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאן אתה הולך »

SPUSMN האט געשריבן: רבי אשר האט מיר דערציילט אז ווען רבי מיכאל בער האט געקויפט די איסטעיט אין מאונט קיסטקא פאר דער ישיבה, האבען זיך די שכינים אקעגען געשטעלט.

רבי אשר איז געגאנגען מיט רבי מיכאל בער רעדען מיט די שכינים. איין איינוואויער דארט איז געווען זייער א וויכטיגע פרוי; דער ווייב פונעם ניו יארק טיימס מלחמה קארעספאנדענט "Major Baldwin" (מעידזאר איז זיין מיליטערישע טיטעל). רבי מיכאל בער מיט רבי אשר (זיין ווארט זאגער) האבען זייער אויס גענומען ביי די אינטילעקטיואלען אין שטאט, אז ביי א טאון האל מיטינג פונעם שטאט האט זי (מיסעס באלדווין) אויסגעמוסר'ט אלע פאזאמלטע, אז אנשטאטס אויף צו נעמען די מלחמה געליטענע, לייגט מען זיי שטרויכעלונגען אין וועג. זי האט אויך געשיקט א בריוו "א לעטער טו דע עדיטאר" צו דער ניו יארק טיימס ווי זי נעמט זיך אן פאר דער ישיבה.

דא איז א לינק צו איר מאן'ס וויקיפעדיע פעידז, ווי איר גוטען טאט איז באשריבען.
https://en.wikipedia.org/wiki/Hanson_W._Baldwin

דער באשעפער איז איר נישט שילדיג געבליבען; זי האט געלעבט 87 יאר, און איר מאן (אפשר האט איר געהאלפען דערצו) 88.


אין the unheeded cry פון פוקס, איז דא א קאפי פון די ני טיימס פון דעמאלטס מיט די קעפל, Refugee Orphans to Farm and Study On Million Dollar Estate אינעם ארטיקעל A Westchester estate with tennis courts and swimming pool will soon become the testing ground for a pattern of life drawn from the old testament

# שנאת עולם לעם עולם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח הרב השומר, יעדעס ווארט א דיאמאנט, געשליפן ביי דעם איינעם איינציגען מחבורתינו הרב שפושמ"נ שליט"א, שרייבט און שרייבט מיר לעקן אפ די פינגערס.

אז מ'רעדט פון ר' אשר און די נייטרא ישיבה אין מט. קיסקא, עס איז מיין השערה אז דעם דרוקסארט האט ר' אשר געמאלן, שטימט?
אטעטשמענטס
Nitra.png
Nitra.png (141.29 KiB) געזען 2758 מאל
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער סארט געמאלעכץ זאגט אז עס איז רבי אשר'ס; "Out of the darkness"
און ווי ער לייגט עס אראפ, איז טיפיקעל רבי אשר.

וועגען רבי אשר'ס מאלעריי איז דא א סאך צו רעדען; איך בין נישט קיין עקספערט איבער מאלעריי, אבער אז ער האט געהאט א אויסטערלישען טאלאנט צו מאלען דאס זעהט יעדער, אבער וואס נישט יעדער איינער ווייסט איז אז אין יעדען בילד וואס רבי אשר האט געמאלען ליגט א חכמה נפלאה אין די וועג ווי ער ברענגט ארויס א נקודה; ער האט געלייגט זייער א גרויסע דגוש איבער די עקספרעשען'ס פון די פנים'ער.

א דוגמא איז ווי ער האט געמאלען די וויכוח רמב"ן

נאך א דוגמא איז זיין לעצטע בילד וואס ער האט געמאלען (ביי כמעט 92) און נישט פארענדיגט, און דאס איז ווי משיח קומט און דער וועלט איז כולו חייב! יא, ער איז געווען א פעסעמיסט.

אינעם בילד זעהט מען שדים ורוחות רעות, און משיח פארדעקט זיין פנים און קען עס נישט צוזעהן...

עס וואלט געווען כדי צו שטודערען זיינע בילדער אחת אחת, און האפענטליך וועט מען צוקומען דערצו; אבער צודעם פאדערט זיך אונזערע ארט עקספערטען אויף אייוועלט. איך גיב ענק נאר דער שליסעל מיט ארויס ברענגען דער נשמה פונעם ארטיסט. (כ'האף איך טוה א גוטען דזאב און רבי אשר איז נישט ברוגז אויף מיר בעולם העליון)
---
א דאנק אייך הרב מיללער פאר אייער הארציגע ווערטער. עס מוטיגט צו גיין ווייטער; אבער ווי רבי אשר האט געזאגט אז "איך האב נישט געוויסט איך וועל לעבען לאנג און מען וועט מיר פרעגען" (ווען מען האט אים געפרעגט איבער געוויסע גדולי ישראל צו ער האט זיי געקענט). דאס זעלבע זאג איך, אז איך האב נישט געוויסט אז איין טאג וועל איך שרייבען אויף אייוועלט און זיין די איינציגסטע דא (לכאורה) וואס ווייסט איבערצוגעבען וואס ער האט געהערט פון אים.

אונז האבען גערעדט פון אלץ און אלעם; כמעט נישט געווען א נושא וואס מען האט נישט בארירט אין משך פון זיינע לעצטע 10 יאר. זיך איבער געזאגט חדושי תורה, אפילו געלערענט מיט אים און זיין איידעם הרב ישראל ארלאנסקי שליט"א צוזאם א בלאט גמרא; און גערעדט מיט אים וועגען צענדליגע גדולי ישראל פון אונזער דור און פון די פריערדיגע דורות; און וועגע אלע מאורעות אין כלל ישראל. עס איז ביי אים געווען אפען שבילי דנהרדעא און שבילי דרקיע; פון איינשטיין און פרויד ביז די ספליט אין חסידות'ן היינטיגע צייטען. אפילו וואס איז קאמפיוטערס, און וואס דאס מיינט פאר דער מענטשטהייט און פאר כל ישראל האט ער אויך געוואלט וויסען.

ער האט מיט געהאלטען מיט אלעס וואס גייט פאר אויף דער אידישער גאס, ממש אלעס! (שטעלט ענק פאר א איד פון 100 יאר אלט און עס אינטערסירט אים אלעס און האט א געשמאק אין לעבען). א גאנצע וואך האט ער געהערט טעיפס (תורה טעיפס און אזעליכע טעיפס ווי פון רבי בערל וויען). ער איז דאך געווען ליגעלי בליינד איז האט ער נישט געקענט אויף מאכען א גמרא און געמוזט זיך באגניגענען מיט הערען טעיפס. אבער שבת איז ער אראפ פון זינען; דעריבער פלעגען אינגגעלייט ארויף גיין צו אים, צו אים קיפען קאמפעני; איך בין געווען איינע פון די אינגעלייט. פון קומען שבת איז שוין געווארען קומען דא און דארט אין דער וואכען אויך (מיין פרוי פלעגט מיר שיקען און געוואלט האבען א חלק אין דער מצוה). אזוי, איז ער געווען א פארשלאסענע מענטש, נישט צופיל גערעדט; אבער צו מיר האט ער זיך אויף געמאכט, און עס איז געווען א טו וועי סטריט. וואס איך האב קונה געווען פון אים קען איך מיט ווערטער נישט באשרייבען. I got the better of the deal
---
וועגען דער ספר איש חמודות וויל איך זאגען אז כ'האב עס נישט געליינט און פלאן עס נאך צו ליינען. ווי לאנג כ'קען נאך שרייבען פון זכרון נאטירליך וויל איך עס נאך נישט ליינען. אויב, וועל שוין נישט האבען צופיל צו שרייבען, דענמאלט וואלט געווען א גוטע עצה עס צו ליינען, אפשר וועט עס מיר דערמאנען וואס ער האט מיר געזאגט איבער די ענינים וואס שטייט דארט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3085
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

SPUSMN האט געשריבן:
נאך א דוגמא איז זיין לעצטע בילד וואס ער האט געמאלען (ביי כמעט 92) און נישט פארענדיגט, און דאס איז ווי משיח קומט און דער וועלט איז כולו חייב! יא, ער איז געווען א פעסעמיסט.



טיפיקל אויבערלענדישער איד... דאס דארף צו זיין אינטערסאנט דאס בילד, וואו קעמען עס זען?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'זעה עס נישט אין זיין קעטעלאג.

כ'געדענק עפעס אז מען האט עס פארקויפט אין א אקשען (לאחר פטירתו); אפשר די קעסטענבוים אקשען האוז.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאן אתה הולך »

די גמרא זאגט דאך אז משיח העט קומען אדער בדור שכולו חייב אדער כולו זכאי, כולו זכאי זעה איך נישט וויאזוי סמעגליך מוז מען זאגן...

עניוועי א גרויסען שכח הרב ספוזמאן, ווי וואנט מאר

דאכצעך אז זיי גייען יעצט איבערדריקן די איש חמודות מיט אסאך הוספות אזויווי די אידישע, ווייסט איינער מער אינפא ?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

רבי דוד הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דא אין דער קעטעלאג
http://www.yumuseum.org/publications/si ... nd-letters

דא קען מען זעהן די אינהאלט פונעם קעטעלאג, די פרטים פונעם אויסשטעלונג (נישט צו קלאר)
http://access.cjh.org/home.php?type=extid&term=971233#1

קליק "view item" און אויפען נעקסטען סקרין קליק "continue"

מישט אויף צו פעידז 22 (און אויך אין exhibition checklist, פעידז 59)

וועט עטץ זעהן א בילד פון רבי אשר'ס א ידיד "רבי דוד הי"ד" (איך געדענק שוין נישט זיין לעצטע נאמען).

רבי אשר האט מיר דערציילט אז רבי דוד איז געווען א גרויסע תלמיד חכם, און געוואוינט (אוי דער זכרון דינט מיר נישט, דאכט זיך מיר) אין קראקא. ער איז געווען א אלמן (צו ער האט געהאט קינדער ווייס איך נישט), און איז אנגעקומען קיין וויען.

אין וויען, איז רבי דוד, א בלוטיגע ארימאן, א צובראכענע איד, געווען א אפטע גאסט ביי רבי אשר צו עסען און פארברענגען. איין מאל האט ער איין געדרימעלט ביים טיש, איז רבי אשר געגאנגען, געברענגט א פאפיר וואס ער האט געטראפען דאס ערשטע אין שטיב. דאס פאפיער איז געווען אזעליכע וואס מען פאקט איין פיש אין דעם, און ער האט געמאלען (מיט charcoal) ווי זיין גאסט און פריינד דרימעלט.

דאס בילד האט ער געמאלען אין שנת תרצ"ז און איז געהאנגען אין רבי אשר'ס הויז. יא, יו געסט רייט; אין זיין דיינינג רום הארט ביים טיש איז עס געהאנגען, אז רבי אשר זאל אים קענען זעהן און געדענקען.

רבי אשר האט זייער חשוב גערעדט פון אים, און א סאך מאל גערעדט צו מיר וועגען אים, ביז דער רבי דוד האט שוין פארנומען א פלאץ אין מיין הארץ אויך.

וואס איז געווארען מיט רבי דוד? פאר, רבי אשר איז געפארען קיין אמעריקע איז ער געגאנגען מיט אים מאכען פאפירען צו פארען קיין אנטווערפען, דאס איינציגסטע פלאץ ווי ער האט געקענט גיין. די פאפירען האט ער ערלעדיגט (ווי פריער געשריבען) אין די ראטשילד פאלאצען ווי די דייטשען ימח שמם האבען געהאט זייערע אפיסיס. רבי דוד איז געשטאנען און געציטערט נעבעך ווי א פיש שטייענדיג מיט רבי אשר א גאנצע טאג (אדער גאר טעג) אין ליין.

רבי דוד איז אריין אין א וואגאן דוקא פיל מיט פרויען, ווייל ער איז געווען א גרויסע פחדן, און מורא געהאט אז אין א וואגען מיט מער מענער וועט מען אים צאם שלאגען ווייל ער איז א איד. ער האט געזאגט פאר רבי אשר אז אין א וואגאן מער מיט פרויען (דייטשען) וועלען זיי אפשר רחמנות האבען אויף אים און אים צורוה לאזען.

צום סוף איז ער געהארגעט געווארען אויף קידוש השם אין בעלגיע (איך שטעל זיך פאר אין אנטווערעפען).

השם ינקום דמו!

אויב עס איז דא איין בילד וואס איך וויל, איז עס דאס. אבער פארשטייט זיך אז אזא בילד איז געבליבען בייי זיינע קינדער (ווי עס באלאנגט) וואס האלטען עס זייער חשוב און ווייסען די חשיבות מיט וואס רבי אשר האט עס געהאלטען.

(אז איך וועל טרעפען מיין קעטעלאג וועליך בל"נ ארויף לייגען דאס בילד)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

דער ווינער "תורה עם דרך ארץ".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

SPUSMN האט געשריבן: רבי אשר האט אין תר"פ יארען געפירט א וויכוח מיט דער באוויסטער רבי נתן בירנבוים ע"ה
https://en.wikipedia.org/wiki/Nathan_Birnbaum
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A0%D7 ... 7%99%D7%9D
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A0%D7 ... 7%99%D7%9D
אין די אידישע צייטונגען און וויען. זיי האבען זיך מתווכח געווען וואס די שיטה פון "תורה עם דרך ארץ" פון הגאון הצדיק רבי שמשון רפאל הירש זצ"ל איז; צו עס איז א לכתחילה (און אויב אזוי איז עס פאר פוילישע און אונגארישע אידען אויך), אדער איז עס א בדיעבד.

איך האב אמאל געהערט פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל זאגען, אז פיפציג יאר נאך מענדעלסאן איז שוין האלב דייטשלאנד געווען ר"ל אסימילירט; איז געקומען רבי שמשון רפאל הירש און פרובירט מיט אלע מיטלען אפצושטעלען די פערד און וואגען פון אין גאנצען אראפ פליען די בארג. לפי זה קומט אויס אז רבי אביגדור מיללער האט געהאלטען אז עס איז געווען א "בדיעבד", און נאר כדי צו ראטעווען וואס מען קען.

הגאון רבי שמעון שוואב זצ"ל, רב פון די ברויערס קהלה אין וואשינאטאן הייטס האט אויך גענומען א צד אין דעם, אבער איך געדענק נישט וואס.

רבי אשר האט מיר געוויזען ליגען ביי אים אין דער היים די אלטע פארגעלטע צייטונגען ווי עס איז געווען געדרוקט די פולמוס.

א קליינער באמערקונג פון ר' קלמן ריכטער איבער "תורה עם דרך ארץ" ביי די וויענער אידן פון די שיף-שול, ער ברענגט ארויס אז ס'געווען א חילוק צווישען וויען און דייטשלאנד, און ער רופט דא דער "ווינער תורה עם דרך ארץ".
אטעטשמענטס
ווינער-תורה-עם-דרך-ארץ.jpg
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”