ר' אשר (זיגמונד) פארסט ע"ה מיט רבי מיכאל בער זצ"ל

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א יישר כח פאר אויסקלארען.

לויט דען קומט אויס אז דער חתם סופר'ס טאכטער פלעגט קומען מיט איר מאן רבי משה טובי' לעהמאן צום כתב סופר אויף יום טוב (פסח), אדער רעדט מען גאר ביים שבט סופר און איך האב פארשטאנען ביים כתב סופר ווייל ער האט געזאגט פרעשבורג.

האבען זיי געהאט קינדער?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

קוקט אויס אז יא
viewtopic.php?p=625610#p625610
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

SPUSMN האט געשריבן: א יישר כח פאר אויסקלארען.

לויט דען קומט אויס אז דער חתם סופר'ס טאכטער פלעגט קומען מיט איר מאן רבי משה טובי' לעהמאן צום כתב סופר אויף יום טוב (פסח), אדער רעדט מען גאר ביים שבט סופר און איך האב פארשטאנען ביים כתב סופר ווייל ער האט געזאגט פרעשבורג.

האבען זיי געהאט קינדער?


פלני ? האט געשריבן:

קאוד: וועל אויס אלע

 Moshe Tuviah Lehman, Rabbi
Hebrew: משה טובי-ה לעהמאן, Rabbi
Also Known As:   "Moses Joseph Lehmann"
Birthdate:   October 5, 1816
Birthplace:   Amsterdam, Amsterdam, Noord-Holland, The Netherlands
Death:   Died August 18, 1892 in Feldkirchen in Kärnten, Feldkirchen, Carinthia, Austria
Immediate Family:   
Husband of Simcha Lehmann
Father of Rachel Preiss; Serel Groiz; Ester SPITZER; Jitl Jettchen Hillesum; Raizel Rosenthal and 2 others


גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דענמאלט, פארוואס איז זי געקומען צו פארען צום ברודער (פלומעניק) אויף יו"ט און נישט געבליבען אין דערהיים?

דער מעשה האט ער מיר עטליכע מאל דערציילט, און עס האט אויס געזעהן ווי עס איז געווען א אפטע געשע'עניש אז זי זאל קומען קיין פרעשבורג.
--
אפשר מיינט עס איין מאל א יאר איז זי געקומען אויף קברי אבות און שוין פארבליבען ביים ברודער אויף שבת ויו"ט (און דענמאלט שטימט עס אויך אז מערערע תלמידי חתם סופר האבען נאך דענמאלט געלעבט).

למעשה, איז דער נקודה דער זעלבע, נאר די אומשטענדען האביך נישט פינקטליך ארויס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

דא ברענגט הרב מסקרענטאן אז זי איז אוועק ביי די 91 [וועלכע יאר?]
שטימט עס?
אפשר אלס אלמנה איז זי געפארן צום ברודער/פלומעניק?
בילד
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זי איז ווארשיינליך געבוירען אין די תק"פ יארען (איר מאן אין תקע"ו), און זי האט געלעבט 91 יאר, איז זי דענמאלט מסתמא נפטר געווארען אין די אנהויב תר"ע יארען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

SPUSMN האט געשריבן: זי איז ווארשיינליך געבוירען אין די תק"פ יארען (איר מאן אין תקע"ו), און זי האט געלעבט 91 יאר, איז זי דענמאלט מסתמא נפטר געווארען אין די אנהויב תר"ע יארען.




שלו' יערעמיאש האט געשריבן: Died September 6, '11 in Mattersdorf

Wed, 6 September '11 = 13th of Elul, 5671
י״ג בֶּאֱלוּל תרע״א
----
דענמאלט, פארוואס איז זי געקומען צו פארען צום ברודער (פלומעניק) אויף יו"ט און נישט געבליבען אין דערהיים?

ההגה״צ מוה״ר משה טובי׳ לעהמאן זצ״ל איז געווען א סוכות ביים שבט סופר
האסט נישט געזעהן וואס איך האב מעתיק געווען ?
א) סיפר לנו שבהיותו בערך בן ט׳׳ז שנים והיו יושבים בחג הסוכות בסוכתו של אביו מרן השבט סופר זצ״ל. ובא דודו ההגה״צ מוה״ר משה טובי׳ לעהמאן זצ״ל (שהי׳ חתנו של מרן החת׳׳ם דהיינו שנשא את בתו מרת שמחה ...........

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 1&pgnum=43
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יא, אבער איך האב פארשטאנען (און אפשר עס געהערט דירעקט פון אים) אז זי פלעגט קומען צו פארען צום כתב סופר. איך בין כמעט ווי זיכער אז מען רעדט ביים כתב סופר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מען האט שוין דערמאנט דערפון ערגעץ דא, אבער וועל עס דערציילען וויאזוי כ'האב עס געהערט פון רבי אשר.

א פרייע בחור האט זיך פארגליסט חתונה האבען צו א גויטע רח"ל. זיין שוועסטער (זעהט אויס אז ער האט נישט געהאט קיין עלטערען) האט אים פרובירט אפרעדען אבער עס איז נישט געגאנגען. האט זי אים געבעטען אז ער זאל קומען מיט איר צום סאטמארער רב זצ"ל אבער ער האט נישט געוואלט. זי האט זיך אזוי לאנג איין געבעטען ביי אים אז וואס האט ער צו פארלירען און וואס הארט אים צו גיין ביז ער האט איר געזאגט גוט ער גייט.

זיי זענען אריין געקומען צום סאטמארער רב אין זי האט דערציילט וואס ער פלאנט צו טוהן. דער סאטמארער רב האט גערעדט צו אים ווי מען האט דערציילט אויבען, און עס איז נישט געגאנגען, האט דער סאטמארער רב אן געהויבען שרייען אויף אים ווי גייט ער טוהן אזא זאך רח"ל. דער בחור זאגט פאר זיין שוועסטער, זעהסט איך האב נישט געוואלט קומען, און הייבט זיך אויף און גייט ארויס.

רבי מיכאל בער איז דארט געווען אנוועזענד און לויפט ארויס און לויפט נאך דעם בחור. א גאנצע נאכט איז רבי מיכאל בער געפארען מיט אים אויפען סובוועי ארויף און אראפ (איינמאל שוין אינעם באן סיסטעם קען מען פארען ווי לאנג מען וויל ביזען ארויס קומען), אבער ליידער גארנישט געקענט פוילען ביים בחור. רבי מיכאל בער האט געזעהן אז עס גייט נישט, האט ער געבעטען דער בחור אים צוזאגען אז איידער ער גייט חתונה האבען, זאל ער אים רופען, און דער בחור האט אים צוגעזאגט. געהאפט האט ער אז אפשר וועט אים דער לעצטע מיניט געלונגען אפצורעדען דעם בחור פון טוהן אזא שרעקליכע זאך.

רבי מיכאל בער איז קראנק געווארען און נאך מערערע הארץ אטאקעס איז ער שוין געווען אין שפיטאל מיט זיין לעצטע הארץ אטאקע פון וואס ער איז שוין נישט ארויס פון שפיטאל. רבי אשר איז אים געקומען באזיכען ווי געווענליך, און רבי מיכאל בער האט דערציילט פאר רבי אשר דער גאנצע מעשה און זאגט אים אז ער האט יעצט דערהאלטען א טעלעפאן קאל פונעם בחור אז ער האלט שוין ביי חתונה האבען רח"ל; און אזוי ווי ער (רבי מיכאל בער) קען נישט אראפ גיין פון בעט, איז בעהט ער רבי אשר זאל גיין במקומו און טוהן וואס ער קען. ער האט אים געגעבען דער טעלעפאן נומער מיטען אדרעס, און רבי אשר איז געגאנגען אבער ליידער לא עלתה בידו.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

ר' אשר פארסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

SPUSMN האט געשריבן: ער האט מיר דערציילט אז ער האט געמאכט זייך ברודער רבי יונה פארסט זצ"ל פאר א גערער חסיד.

געווען איז דער אמרי אמת אין וויען, און ביים באגלייטען אים ארויף אויפען באן, איז געווען א שטיקעל שטרעקע וואס מען האט נישט געלאזט דער עולם מיט גיין (אזוי ווי היינט ביי די עירפארטס), און דער אמרי אמת איז געגאנגען אליין, שטארק פארטיפט און פארקאכט אין זיינע הייליגע מחשבות און רעיונות.

אזוי גייענדיג און זעהן'דיג די דאזיגע מראה, רופט זיך און רבי אשר צום ברודער " דאס איז א רבי"!

עס איז אזוי אריין אין די ביינער פון רבי יונה זצ"ל, אז ער איז געווארען א גערער חסיד און געפארען צום אמרי אמת קיין גער (דער שטאט גער) אויף ימים טובים.
--
אזוי, דערמאן איך זיך אז ער האט ווייטער דערציילט וויאזוי רבי יונה האט זיך געשלעפט קיין גער; פארענדיג אדער זיך מיטכאפענדיג קיין קראקא, איין שטייענדיג דארט ביי דער טשארטקעווער רבי (אויב איך געדענק גוט), און פון דארט זיך געשלעפט קיין גער. יא, דער טשארקעוער רבי האט אים פארשאפט די געלט צו פארען און נישט געהאט פאראיבעל אז ער בלייבט נישט ביי אים.


א] דער מעשה איז געשעהן מיט ר' שמעון פירסטבעהמ"ח שם משמעון ותנו כבוד לתורה, ניישט מיט ר' יונה פארסט.

ב] נישט דער טשארטקאווער רבי, נאר ר' משה'ניו מבויאןאין וויען.

ג] ר' יונה האט פארציילט אז ווען ער איז געווען אין גער, איז געווען א גרופע פון קבצנים וואס האבען געטוהן קונסען.
איינער פון זיי האט געגנב'ט ר' יונה'ס קאפליטש. נאך דעם איז אריין איינער פון זיי ביי ר' יונה אין אכסניא און געפרעגט "בתמימות" פארוואס האט ער נישט קיין קאפלוטש. האט ער געזאגט, איינער האט עס געגנב'ט, אבער זארג נישט, איך גיי באלט שלום נעמען ביים רב'ין, און איך וועל עהם בעטען צו שעלטען דעם גנב.
יענער איז ארויס, און א פאר מינוט שפעטער איז דער קאפלוטש אריינגעפלוגען דורך'ן פענסטער.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

if thats the case it is probably 2 different stories

spusmn is writing what he heard from reb usher directly
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'ווייס נישט; איך האב נאר דערציילט וואס ער האט מיר געזאגט און ווי איך האב פארשטאנען. עס קען אייביג זיין אז איך האב נישט ריכטיג פארשטאנען, אבער ער האט קיינמאל נישט גערעדט צו מיר פון קיין אנדערע ברודער ווי רבי יונה (אוודאי איז מעגליך אז ער האט געזאגט "מיין ברודער" און איך האב פארשטאנען רבי יונה; אבער כ'געדענק אבער פארט אז ער האט געזאגט רבי יונה).

צווייטענס, ר' משה'ניו מבויאן האט דאך געוואוינט אין וויען איז ווי האט ער אים געהאלפען און מיטען וועג קיין גער און נאכדערצו נישט געהאט קיין פאראיבעל אז ער בלייבט נישט דארט ביי אים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דער ר' שמעון בן ר' מרדכי פירסטאיז קיין ברידער מיט ר' אשר פארסטנישט געווען
בילד
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

SPUSMN האט געשריבן: כ'ווייס נישט; איך האב נאר דערציילט וואס ער האט מיר געזאגט און ווי איך האב פארשטאנען. עס קען אייביג זיין אז איך האב נישט ריכטיג פארשטאנען, אבער ער האט קיינמאל נישט גערעדט צו מיר פון קיין אנדערע ברודער ווי רבי יונה (אוודאי איז מעגליך אז ער האט געזאגט "מיין ברודער" און איך האב פארשטאנען רבי יונה; אבער כ'געדענק אבער פארט אז ער האט געזאגט רבי יונה).

צווייטענס, ר' משה'ניו מבויאן האט דאך געוואוינט אין וויען איז ווי האט ער אים געהאלפען און מיטען וועג קיין גער און נאכדערצו נישט געהאט קיין פאראיבעל אז ער בלייבט נישט דארט ביי אים.


א] כ'האב אויך געהערט מפי ר' אשר ז"לכמה פעמים.

ב] ר' יונה האט געווארט זיינע ידידים זאלען עהם שיקען געלט קיין וויען פאר'ן נסיעה. געקומען חוה"מ און זיי האבען נאך נישט געשיקט.
האט ער געבעטען ר' משה'ניו (אין וויען), און ער האט באלט געגעבען געלד.
און דאס האט ר' יונה טאקע געוואלט פארציילען, זיין גדלות, אז ס'האט עהם נישט געארט.
(ער האט פארציילט אז במשך דעם יאר האבען זיך געדרייט ביי ר' משה'ניו אלע מיני חסידים, געקומען יוט איז יעדער געפאהרען צו זיין רבי'ן, און געבליבען איז נאר אן אלטע יוד, מיט ר' יונה).
הנ"ל האב איך געהערט מפי ר' יונה ז"ל.
פאר אן אנדערע יוד האט ער מוסיף געווען אז תמיד ווען ער דערמאנט זיך פון דעם, שעהמט ער זיך.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

מצבת זוגתו ע"ה בבית העלמין 'בית ישראל' וואודברידש ניו דשערסי, חלקת קהל עדת יראים וויען:
אטעטשמענטס
IMG_9662.jpg
לחיים ולברכה!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פיה שמרה אמת, מכחש מאד רחקה
געווען א פאסיגע פאר.

מיט וואס פאר א כבוד און אויסטערלישע איבערגעגעבענקייט (וואס איך קען אויף דעם מעיד זיין) האט רבי אשר איר באדינט אירע לעצטע יארען וואס זי איז שוין גארנישט געווען ביכולת. געזאגט האט ער מיר אז ער לעבט נאך (ער איז געווען עלטער ווי איר מיט א פאר יאר) ווייל זי דארף אים האבען.

א מוסר ספר ווי ער האט זיך מיט איר אפגעגעבען. מוח און הרגש איז נישט די ווארט.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך פעברואר 24, 2016 6:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

זייער שיין! אדרבה פארציילט אונז מער וועגן דעם. מיר ווילן הערן.
לחיים ולברכה!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אין פרטים איז שווער אריין צו גיין, ווי כ'האב דא געשריבען
viewtopic.php?p=1159670#p1159670
אז פאר כבוד הבריות קען מען נישט אלעס ארויס שרייבען.
--
כ'ווייס אז דער עולם האט שטארק הנאה פון דעם אשכול, און איך פיל עס פאר א זכיה צו האבען אנטייל גענומען אין דעם, אבער אין היינטיגען דור וואס ווער עס וויל קען מאכען מטעמים פון א מעשה שהיה או שלא היה, מוז מען זיך זייער אכטונג געבען.

כ'זאג אלעמאל אז כ'קען דערציילען לשון הרע'ס פון הונדערט און אפילו צוויי הונדרעט יאר צוריק, אבער ווער וויל זיך שפילען מיט פייער. אין א אפענע פלאץ ווי דא ווייסט מען נישט צו וועם אלץ מען רעדט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

ממעשה ידי ר' אשר ז"ל

יוונים ווילען צווינגען א יונגעל זאל עסען חזיר

6.pdf
(113.97 KiB) געווארן דאונלאודעד 244 מאל
אטעטשמענטס
יוונים.JPG
יוונים.JPG (39.62 KiB) געזען 2482 מאל
לעצט פארראכטן דורך ישראל אברהם אום דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 4:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

Phenomenal

באטראכט יעדען פנים אין די קונסט דערין, ספעציעל ווי ער ברענגט ארויס מייסטערהאפטיג די ערענסטקייט און ערליכקייט פון דאס אידיש קינד.

דער מלך זיצט און האלט דער בארד און טראכט שטארק.

א דאנק אייך; ברענגט נאך ביטע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ישראל אברהם האט געשריבן: ממעשה ידי ר' אשר ז"ל

יוונים ווילען צווינגען א יונגעל זאל עסען חזיר

6.pdf

הפלא ופלא!! ישר כח פארן ברענגען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

נאך ממעשה ידי ר' אשר ז"ל

חד גדיא


לויט דעם פירוש אז ס'איז מרמז אויף מלכיות וואס שלינגגען אן איינער דעם צווייטען

און אלע פאניגען די יידן - שה פזורה ישראל

חד גדיא.jpg
לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאן אתה הולך »

געוואלדיג, די שוחט מיט די jump suit, אין רויטע פנים.
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

נאך

ופינו את היכלך

12.jpg
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

געוואלדיג!

אין יעדען פיקסעל (pixel) [דקות'דיגע פעינט בראש סטראק] ליגט דזיניעס. ער האט דורך געטראכט ביזען סוף יעדען קנייטש און יעדען ריער.

איך קען אים פיקטשערען טיעף טראכטען פאר יעדען פעינט בראש.

ווי שוין געשריבען איז רבי מיכאל בער געקומען צו אים אין וויען (מער ווי אכציג יאר צוריק) פאר א שער צום קיקיון דיונה, און זיך אוועק געזעצט אים אבזערווירען מאלען. ער האט גלייך דערקענט אז דער מאהלער איז נישט סתם א אשר פון גאס, און די רעסט איז היסטארי.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”