מחותן האט געשריבן:
איך האב נישט געליינט די גאנצע אשכול, נאר אנגעהויבן פון ׳אינגערמאן׳ תגובה, עס איז זייער ווייטאגליך און עס קאסט א טרער.
אבער חשוב לדעת אז יעדע מעשה האט צוויי זייטען, יעצט זאל א גרושה געבן איר זייט ווי אזוי איר געוועזענע עקס האט איר געפייניקט ביזען טויט, קודם מיט סטראשאנען אז ער גייט קיינמאל נישט געבן קיין גט, איר לאזען הענגן ביז זי זעט שוין פיינעלי דעם גט, נאכן גט נישט צאלען קיין טשיילד סופארט, נישט מסודר׳דיע וויזיטעשין, אא״וו ווי אזוי גרושים קענענן אמאל זיך אויף פירען היבש רשעות׳דיג כאילו די מאמע פון די קינדער איז נישט קיין צד דא...
יעדע מעשה האט צוויי זייטען, און ווען מען הערט ווי א גרוש/סעפערעט אינגערמאן וויינט אז ער זעט נישט זיינע קינדער, דארף מען אים פרעגן אויב ער איז קארענט מיט די מינעמאלע טשיילד סופארט, אויב זיינע קינדער האבן עסן אויפן טיש, אויב ער צאפט נישט זיין ווייב׳ס בלוט על לא דבר, אא״וו
דאס וויל מען טאקע אויפקלערען פאר די אלע מענטשען אז חוץ דעם אלע איסורים וואס מען טוט אפ איז דא נאך א עוולה פון נוצען דו קינדער אלס קרבן אז מען איז זיך נוקם אין די קינדער אויך ווייל מען וויל אפטוהון די מאן
אט אזוי האט געשריבן:
פארוואס אין די וועלט צאלט די טאטע אויס די גאנצע חתונה בשעת מזויפט זיין בליט מיט אפעטיט איז ער טאקע אזא בהמה?
איך האב מיט געהאלטן אזא מעשה וואס מען האט נישט געלאזט די טאטע זען די קינדער אלע יארן פון נאך די גט, למעשה פארן קינד חתונה האט ער זייער געוואלט גייו צו די חתונה האט מען פארהאנדעלט אז די טאטע האט געמוזט אראפלייגן אפאר אלפים אין איבערגעבן נאך פאר די חתונה אז ער זאל קענען קומען צו די חתונה, אבער פארשטייט זיך נאר צו די סעודה נישט צו די חופה און נישט מצוה טאנץ. א טאטע איז דאך א טאטע
יהיה כן האט געשריבן:
יעצט צוריק צי מיין קאנקלוזשען אזא ארטיקל ודומה לו, איז בכלל מחזיק במחלוקת, און גרעניצט זיך מיטן לאו ולא יהיה כקרח ועדתו בינעך גערעכט אדער נישט?
עס איז װי משרע״ה האט זוך נישט געלאזט פון קרח אז ער זאל ח״ו װערען כהן גדול!
חכם הרזים האט געשריבן:
פון ווי נעמסטו אז די תורה האט געגעבן די וויזיטעישאן רעכטן פאר די פרוי? לכאורה איז די דעת תורה פונקט פארקערט.
רט. אװדאי האט זי נישט קיין רעכט ע״פ תורה אויף װיזעטעשען ! ואפילו להאא״ה לפי חקי המדינה האט זי נישט מער רעכטען װי אהים אויף די קינדער.
(כאטש טייל ריכטער קענען זיין מער גענויגט צו מאמע׳ס) גראדע לויטען געזעץ איז ממש כמעט נישט דא אזא זאך װי אינגאנצען צונעמען װיזיטעשיען פון איינער פון די עלטערין
יהיה כן האט געשריבן:
יעצט צוריק צי מיין קאנקלוזשען אזא ארטיקל ודומה לו, איז בכלל מחזיק במחלוקת, און גרעניצט זיך מיטן לאו ולא יהיה כקרח ועדתו בינעך גערעכט אדער נישט?
עס איז װי משרע״ה האט זוך נישט געלאזט פון קרח אז ער זאל ח״ו װערען כהן גדול!
איר ווייסט וואס דער ישמח משה האט געזאגט, אז ער איז דארט געווען בגלגול ראשון און האט נישט געוואלט נעמען א צד, איא? (עניוועי איז אייער ענטפער נישט צו די זאך, איך האב נישט גערעדט בנוגע די צדדים ווער ס'דארף זיך לאזן פון וועמען, איך האב גערעדט בנוגע עס אויסציפויקן פאר קינד און קייט)
די פוינט דא איז לענ"ד אז עס איז דא צווי צדדים למטבע, פון איין זייט איז די ווייטאג פון די לעבעדיגע יתומים און די באטראפענדע עלטערן אזוי גרויס און פעינפול אז אין לשער ואין לתאר, נישט קיין חילוק צו די מאן האלט די קינדער און לאזט נישט צו די ווייב צו זיי, אדער פארקערט, ס'איז א רשעות שאין כדוגמתה וואס מען שיסט א קויל אליין אין פוס, ווען ס'שאט פאר די קינדער מער ווי אלע אנדערע ריסק'ס וואס ס'איז דא (ווי זייער סטאבעליטי וכדו'). פון די צווייטע זייט איז קאכן אין דעם נושא, עס פאבליצייזען און ארום שרייבן די נושא אין א צייטונג איז אפשר נישט אויסגעהאלטן, וועגן די קינדער זעהן דאס, מחזיק במחלוקת, אדער נאך אנדערע סיבות וואס מענטשן האבן ארויף געברענגט דא, און זיך מתווכח געווען לכאן ולכאן. איז ליגט דא אויפן וואגשאל א השקפה שאלה, וואס מען דארף אנפרעגן דעת תורה וואס מען מעג טועהן און וויאזוי מען דארף זיך אויף פירן (איך גלייב אז יואלי האט געפרעגט איינעם פאר ער האט עס געשריבן אין די צייטונגען און עס נישט געטוהן ע"ד עצמו, און אפשר האט דער מאמענט אויך געפרעגט איינעם). נו, אונז זענען מיר דאך אלע בעל'בתים דא אויפן וועלטל, במילא איז דאך אלעס דא בגדר דעת בעלי בתים.... פון די צווייטע זייט, איז היינט א אנדערע וועלט, אמאליגע צייטן ווען ס'איז געווען אזעלכע סארט קעיסעס ה"י האט געווענליך געקענט העלפן א השפעה פון א רב אדער א רבי אדער א גדול צו משפיע זיין אויף ביידע זייטן זיך צו האלטן אין די ראמען און נישט טוהן קיין רשעות'דיגע אקט'ן. א מאן/ווייב וואס איז געווארן באטראפען פון א רשעות'דיגע התנהגות פון די צווייטע זייט האט געקענט גיין צו דין תורה, און די רבנים האבן געהאט א כח כופה צו זיין אויף די צווייטע זייט צו טוהן ע"פ דעת תורה. היינט איז אבער א וועלט וואס עקבתא דמשיחא חוצפא יסגא, און איש כל הישר בעיניו יעשה, סיי אין דיני ממונות, און סיי און די גיטין נושא, איז ליידער א מצב וואס די א"ג עסקנים טראכטן נישט איין מינוט צו מען מעג גיין צו ערכאות, אדער אפילו מען מעג טראכטן זיי נישט צו די תוצאות וואס עס וועט ארויס קומען איז אויסגעהאלטן ע"פ דעת תורה, איז במילא אז די רבנים און די דיינים קענען עניוועי נישט האבן קיין שום כח אקעגן די א"ג עסקנים און צוהעלפן די באטראטרעפנדע מיין/ווייב/קינדער, איז אפשר יא אויסגעהאלטן צונעמען דעם חנית מיד המצרי, און זיך נוצן מיט אזעלכע מיטל'ן ווי ארום שיקן א קליפ, שרייבן אין צייטונגען וכדו' וכדו', כדי צו ברענגען א תיקון צו די ווייטאגליכע מצב. עס איז א משוגענע און א אפענע וועלט היינט, און אויב וועגן דעם האבן די רבנים נישט קיין כח, זאל מען יא נוצען די אפציעס וואס די משוגענע וועלט שטעלט אונז צו, ווי למשל סאושעל מידיע וכדו', כדי צו מתקן זיין די מצב. די עצם מהלך פון א גט אדער א סעפערעישאן איז אמאל צוגעגאנגען אסאך אנדערש ווי היינט, ביודעי ומכירי קאמינא, א קאפל וואס זענען געווען ג'געט וועגן די מיין און ווייב האבן זיך נישט אדורך געקומען מאיזה סיבה שהיא, און יעדע איינציגעסטע שבת, האט די טאטע אפגעווארט די קינדער ביי די מאמע'ס הויז, די מאמע פלעגט זיי אראפטראגן און אנידער געבן צום טאט'ן, ער איז געגאנגען מיט זיי דאווענען און שוהל, און זיי אהיים געברענגט און צוריק געגעבן צום מאמען. זאל מיר איינער זאגן ווי מען קען טרעפן היינט אזא מציאות. אמאל האט מען פארשטאנען אז מען דארף זיך איינהאלטן די אייגענע אגו, און נישט קאליע לייגן די קינדער. און נאך אלעס אין מיין עניות דעתי אויך נאר א דעת בעל הבית....
איי פארוואס פונקט ביי אייך האט אזאנס פאסירט? ווייסט דער עילת כל העילות וסיבות כל הסיבות זיינע חשבונות פון שרשי נשמות און גלגולי נשמות וכו' וכו' מיר דארפן דאס נישט וויסן און נישט פארשטיין נאר בלויז אנגיין פאזיטיוו מיטן לעבן, אוועקשטיין פון מחלוקת ווי פון א לעבעדיגע באמבע זוכט אייך נישט די מצוות וואס קאנען אולי ווייטאן א איד, ס'פארהאן גענוג אנדערע מצוות וואס וואלגערן זיך אין די גאסן וכל הרוצה ליטול יבא ויטול, זייט מקבל כל אדם בספר פנים יפות און טוט גוטס פאר יעדן איד אפגעזען וואס פאר א קאפעליטש אדער בעקגראונד ער טראגט.
איי פארוואס פונקט ביי אייך האט אזאנס פאסירט? ווייסט דער עילת כל העילות וסיבות כל הסיבות זיינע חשבונות פון שרשי נשמות און גלגולי נשמות וכו' וכו' מיר דארפן דאס נישט וויסן און נישט פארשטיין נאר בלויז אנגיין פאזיטיוו מיטן לעבן, אוועקשטיין פון מחלוקת ווי פון א לעבעדיגע באמבע זוכט אייך נישט די מצוות וואס קאנען אולי ווייטאן א איד, ס'פארהאן גענוג אנדערע מצוות וואס וואלגערן זיך אין די גאסן וכל הרוצה ליטול יבא ויטול, זייט מקבל כל אדם בספר פנים יפות און טוט גוטס פאר יעדן איד אפגעזען וואס פאר א קאפעליטש אדער בעקגראונד ער טראגט.
מיינע צוויי סענט, אסאך רעדן ארום פון פעלער ווען דער טאטע האט אביוזט אדער נישט געצאלט טשיילד סופארט, איך רעד פון פעלער וואס איך האב מיטגעהאלטען וואס מ׳האט סתם אן קיין שום אנגעבליכע סיבה געפירט א שנאה, פשוט די שידוך האט נישט געשטימט פון די ערשטע מינוט, און נאך א פאר חדשים האט מען זיך גע׳גט, איז אנשטאט זיך אפציווישען די נאז מאכט זיך איינער אין די משפחה וואס האלט אן א שנאה, און אסאך מאל מכלופמרש׳ט לטובת דעם קינד, פארארבעט מען מעשים אז דאס קינד זאל נישט האבען א שייכות מיט די אנדערע זייט, מ׳דארף אפילו נישט די געלט, און די אנדערע זייט זענען נארמאלע מענטשן, נאר סתם פאר טריץ.
זיי פארגעסן אבער איין זאך. דער אייבירשטער האט אריין געבויעט אין די בריאה אז א קינד האט ליב ״זיין״ עלטערן, און ווען דאס קינד ווערט עלטער און זעלבבשטעדיג זעט ער די סעלפישקייט פון דעם מהלך, און דער בליק טוישט זיך, און דאס קינד ארבעט צוריק צו גיין צום שורש.