בן נון האט געשריבן: קומט אויס אז איינמאל די זייטיגע ווייען גייען אוועק קומט צוריק די עיקר זאך וואס האט אנגעפאנגען די שפיל.
אמאל קען עס זיין סטרעס, אבער עס קען אויך זיין טראמא און אנדערע זאכן. טוען זיי העלפן אויך אויף דעם?
קאלטס און ווארעמס האט געשריבן: הרב סארנא: עס וואלט געווען א געוואלדיגע זאך צו שרייבן ווייאזוי צו באהאנדלען די אלע געפילן וואס קומען ארויס ווען מען טוט די מעטהאד... דר סארנא רעדט נישט צופיל דערפון אין זיין ביכל...
די אופן צו באהאנדלן די אלע געפילן איז נישט גלייך ביי יעדן, דאס פארלאנגט ביי אסאך מענטשן פולע טעראפי, און ביי אנדערע נאר טיילווייזע טעראפי אדער קאונסילטעישאן (מוז נישט זיין באצאלטע, אבער עס מוז זיין א קלוגער איד וואס זאל דיר קענען אנווייזן וואס צו טון), דר. סארנא האט געהאט א שטאב מיט טעראפיסטן מיט וועמען ער האט געארבעט, און זיי האבן געטון די חלק. עס איז אויך פארהאן אסאך (אפשר דער רוב מענטשן) וואס וועלן נישט דארפן קיין טעראפי בכלל, און זיי וועלן זיך קענען אליינס אן עצה געבן מיט די געפילן.
דער חלק האט אבער גארנישט מיט די עצם מעטאד.
היימישער אינגערמאן האט געשריבן: עס איז דא צוויי מיני ביכער, עס איז דא א בוך וואס קאפיט סך הכל סארנא פון ענגליש צו אידיש... זייער א חשובע זאך.
דערנאך איז דא א בוך וואס דער שרייבער שרייבט זיינע אייגענע עקספיריענס, מלקט מיינונגען וכולי.
צוויי אנדערע סארט זאכן. די שאלה איז וואסערע סארט בוך אונזער שרייבער וויל שרייבן.
עס איז נאך מוטל בספק, לכאורה וועט דאס זיין א צוזאמענשטעל פון ביידע, די סדר הדברים וועט זיין באזירט אויף איינע פון דר. סארנא'ס ביכלעך, און די תוכן וועט זיין מער היימיש (כאטשיג אויף אזויפיל אז מען זאל נישט דארפן אפקויפן די קאפירייט'ס...)
עס העלפט אויף אן א שיעור זאכן, עס איז כמעט אוממעגליך אויסצורעכענען אלעס אויף וואס עס קען העלפן (עס העלפט אויף טינעידזש פימפל'ס און אלערדזשיעס און צוקראכטע הענט אין די ווינטער, לאך נישט, עס העלפט ווירקליך, איך וויל נישט זאגן זיכער אז פאר יעדן, אבער איך ווייס פון אסאך וואס עס האט שוין געהאלפן).היימישער אינגערמאן האט געשריבן: זייער שטארק. ווי עס זעט מיר אויס אז פאר די וואס ליידן פון lower back pain, ארבעט עס גאר פיין. וואס טועט זיך מיט אנדערע זאכן?
וויכטיג מאכער האט געשריבן: איך זוך נישט אריינצורעדן אין זאכן וואס איך פארשטיי נישט, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז די "סארנא" מעטאד א וועג ארויסצונעמען סטרעסס - ענקזייעטי וכד'... און רוב מאל האבן לאוער בעק פעין און פארשידענע מאגן פראבלעמען שייכות מיט סטרעסס... שטומט?
לויט דעם איז די מעטאד בעיקר גוט פאר די סארט זאכן, נישט פאר צובראכענע ביינער, אדער עני אנדערע מחלה וואס האט נישט קיין שייכות מיט סטרעסס... רייט?
דער מעטאד איז נישט וויאזוי ארויסצונעמען די סטרעס, נאר וויאזוי צו מאכן אז דער מוח זאל נישט "שאפן" קיין ווייטאג וכדו', אפי' מען האט סטרעס (נאר אויב די סטרעס איז זייער שטארק, וועט מען צומאל "אויך" דארפן עפעס טון לויזער צו מאכן די סטרעס כדי דער מעטאד זאל קענען ארבעטן).
אבער דאס איז ריכטיג אז עס העלפט נאר אויף אזעלכע זאכן וואס קומען צוליב סטרעס, דו קענסט זיך אבער נישט פארשטעלן וויפיל זאכן קומען אלץ פון סטרעס, און קענען באהאנדלט ווערן דורך די סארנא מעטאד (אדער דורך זיך באפרייען פון די סטרעס...).
דער פלאן איז גראדע יא צו שרייבן א לאנגע בוך, אבער אפשר וועט מען מאכן אין קורצן א סך הכל צום סוף פון יעדן קאפיטל, אדער סוף ביכל, אז מען זאל זיך קענען צוזאמקלויבן דערין.שוועמל האט געשריבן: א קורצע בוך איז א גוטע זאך אבער נישט קיין לאנגע ווייל מען פארלירט פאקוס.
ווי עס זעהט אויס וועט עס נאך נעמען עטליכע טעג, ביז מען וועט אויסשטעלן דעם סדר הדברים וויאזוי דער ביכל וועט לויפן, און דערנאך דארף מען זיך הערשט נעמען צו די ריכטיגע ארבעט פון שרייבן.