דירות פרייזן אין מאנסי והגלילות
א טייל פון מיינע ידידים זאגן מיר האסט די געלט כאפ און קויף, אנדערע טענה'ן איך זאל צו ווארטן ווייל די פרייזן גייען פאלן.
אמת פון ווען איך האב אנגעהויבן קוקן ביז יעצט האבן זיך אסאך זאכן געטוישט, די זעלבע דיוועלעפערס אפערן בעסערע באדינונגען.
פארוואס פאלן/זאלן-פאלן די פרייזן ?
תירוץ: די ברוקלינער קומען אסאך וויינגער.
פארוואס?
(וואו שוין א חלק ערוועינט און א אנדערע אשכול)
1) די מוסדות נעמען נישט אן. זאל זיין פון די בעסטע שטובער העלפט גארנישט. (איך האב פערזענדליך מיטגעהאלטן אזעלכע פעלער, עס האט געקאסט אסאך עגמ"נ דמים תרתי משמי)
2) מאנסי איז היינט נישט די עקסלוסיוו פלאץ וואו א ברוקלינער קען זיך ארויס ציען.
מען קען גיין קיין: זשערסי סיטי, סטעטן איילענד, לעיקוואד, בלומינבערג, און אזוי ווייטער
3) די פרייזן זענען מער נישט אזוי ביליג.
איך וויל נישט פארקריכען אבער אפאר קורצע נקודות. ווען א שטאטישער מופט אויף מאנסי קומט צו הוצאת. למשל ליעסן א קאר, קאסט אן ערך פון $500 א חודש.
פארן צו די ארבעט אין שטאט $300 א חודש.
פאר די $800 א חודש קען ער שוין בלייבן אין וויליאמסבורג.