זכרונות - ת"ת ישיבה תו"י ד'סאטמאר 110 טרופ עוו.

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע:נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

ווי קען מען פארגעסן דעם אראדער רב'ס באסאווע דונערדיגע שטימע ביי יעדע הויכע שמונה עשרה "קינדערלעך נאך איין אמן געבליבן וכו'

און וויזוי הייסט ער נאר דער פרינצעפל מיט די רויטע בארד?
לעצט פארראכטן דורך תמהואומר אום דינסטאג מארטש 01, 2016 12:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע:נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

און אז מ'רעדט שוין דערמאנט מען זיך

דאמבלאו, וואס איך האב אמאל געפאקט אז יא! איך האב אליין געזען ער האט תפלין...

און דער טיטשער וואס האט זיך אמאל אנגערופן - נאכדעם וואס א קינד האט זיך צושריגן "חילול השם" - יא יא איך פארשטעי, ס'איז א חילול השם...
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
מייקל סעוועדזש
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 8:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקל סעוועדזש »

הערץ פרענקל
צייכן מיינע ווערטער: טראמפ און קרוז גייען קיינמאל נישט זיין פרעזידענט!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27065
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מייקל סעוועדזש האט געשריבן: הערץ פרענקל

נע, ער מיינט ראביי סעבאו
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6077
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

מיללער האט געשריבן:
מייקל סעוועדזש האט געשריבן: הערץ פרענקל

נע, ער מיינט ראביי סעבאו

ער איז היינט מנהל אדער וואס אין תורה ודעת דוכציך..
אויב קומט אהין א סאטמארער תלמיד ווערט מען געכאפט אין סורפרייז...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פליגל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
מייקל סעוועדזש האט געשריבן: הערץ פרענקל

נע, ער מיינט ראביי סעבאו

ער איז היינט מנהל אדער וואס אין תורה ודעת דוכציך..
אויב קומט אהין א סאטמארער תלמיד ווערט מען געכאפט אין סורפרייז...

ער דארף שוין צו זיין אן עלטערער יוד כהיום

ר' יאסל רייך דער קעכער לעבט נאך ערגעץ? אויב יא איז ער שוין ווארשיינליך א ישיש לאויש"ט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27065
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די מעשה מיטן הויף איז געווען אזוי, אין די ערשטע צייטן איז דער הויף געווען צוטיילט אין עטליכע חלקים מיט גרויסע געיטס טיילט אפ בן עדר לעדר, צוויי קליינע הויפן האט אפיציעל באלאנגט פאר די חדר, דאס זענען די ערשטע הויפן באלד ווי מ'קומט ארויס פון די צוויי לאנטש-רומס די טירן וואס פירן צום אונטערן בנין, די צווייי הויפן האבן פארמאגט אויסער די געווענליגע געיטס, אזעלכע בלעכן וואס פארשטעלט אז מ'זאל נישט קענען ארויסקוקען, און די חלקים האט מען פארשפארט איינמאל די קינדער זענען אריינגעקומען נאך מיטאג.

אינעוייניג איז געווען די הויפט הויף, וואס ביי איין זייט האט די וואנט פונעם בנין געדינט אלס גרעניץ, יענע וואנט איז געווען אנגעפארבט - איך געדענקט נישט פונקטליך צו אלע יארן די זעלבע אבער א לאנגע צייט זיכער איז געווען דערויף א ריזיגער בילד פון א ערל וואס האט געפ'גר'ט אין א מאטארביציקל עקסידענט מיט ריזיגע ווערטער "רעסט אין פיעס" העכער דאם, הפנים, עס איז געווען א געדענקמאל פאר עפעס א בייקער, מיר קינדער האבן גענוצט יענעם וואנט געווענליך צו שפילן "א.ב. האפינג", זאל איך מסביר זיין וויאזוי די געים גייט? איך געדענק נישט גענוי, יעדער שטעלט זיך בערך צוואנציג פיס אוועק פונעם וואנט און דער שמש רופט אויס "אלף" לדוגמא, ווער עס האט אן א' אין זיין נאמען קען געבן איין שפרינג פאראויס צום וואנט, אויב האט ער צוויי אלפ'ס קען ער געבן צוויי שפרינגס וכו', דער וואס קומט די ערשטע אן צום וואנט איז דער געוואונער, נו גיי דערצייל אז די גאנצע חדר האט געהייסן "יואל" האט דער שמש בכוונה אויסגעלאזט די פאר אותיות, און נאר דער מיט א לאנגע משפחה נאמען אדער מיט מערערע ערשטע נעמען דער האט געווינען אלעמאל.

איבערן גרויסן הויף האט מען אויך געשפילט די לויפענדיגע געימס ווי קעטש, פאליס-גנבים, און יא די אלעמען באקאנטע "טרופ געים" טשעין-קעטש, דאס איז געווען א ספעציעלער געים ווי מ'האט געדארפט לויפן אנגעכאפט מיט א שותף, צומאל פער-דריי, ביז יעדער איז געווארן גע'טאפ'ט, איי איז געווען אן אפקומעניש אויב א הויכער-דארער אינגל איז אויסעגקומען צו לויפן בחברותה מיט א פעשן אינגל מיט הויזן-טראגער... יו א שאד איך קען נישט דא איבער'חזר'ן די נעמען פון די רחמנות קינדער וואס זענען געלאפן אויף א שטייטען ספיד און זענען אלעמאל געווען די קרבנות צו ווערן גע'טא'פט די ערשטע און נאכדעם ארומלויפן אנגעפאטערהייט פאר די רעשט פונעם מיטאג.

דערנאך איז געקומען א רינדעכיגע צוים אויף די לינקע זייט מיטן פנים צום הויף, דאס האט געפירט צו א מער אנגעלייגטע הויף, דארט זענען געווען אזעלכע ציגל ארייינגעגראבן אין די ערד; אריינגעבויעטע צעמענטענע טישען מיט א שאך-ברעטל אויסגעמאלן דערויף, צוויי הילצערנע בענק ביי די זייטן, אויך איז געווען דארט א רויטע בנין מיט בית הכסא'ת, איך געדענק נישט אז עס זאל זיין אפן פארן באנוץ, אינדרויסן איז געווען א פאונטעין, און ממש ביים עק איז געווען אזא כמו סווימינג-פול ארומגענומען מיט א שווארצן צוים און אזעלכע שפריצערס, פארשטייט זיך אז די אלע זאכן זענען געווען שיריים פון אמאל אבער האבן נישט געהאט קיין נוצן.

פארנט, לינקס איז געווען איין "בעסקעט באלל" סעקשאן, צוויי בעסקעטס איינע קעגן די אנדערע, זונטאגס זענען אסאך מאל געקומען מחנות גוים שפילן דארט, רוב מאל האט ר' שלמה הערש נישט ארויסגעלאזט די קינדער אויב איז געווען דארט אזא געים, אבער צומאל איז יא געלונגען צו זיין דארט, דעמאלס האט מען זיך פונדערווייטנס צוגעקוקט ווי די בני חם שפרינגען די צעהן פוסיגע שפרינגס און מאכן אזאלכע "מאווס" פארנט און ארום דעם באלי, איי האט ר' יחזקאל יואל זיך געבעטן אז מ'זאל נישט אהינקוקען עס ברענגט נישט קיין יראת שמים, ביז ענדליך האט מען אנגעצינדען דעם אלארם אויפן האנט-מייק, און מיט יאמערליכע קולות האט מען אנגעהויבן אריינטרייבן די קינדער. נישט איינמאל האבן איגנטליכע גוים זיך פרובירט צו רייצן מיט די אינגלעך אין הויף, דעמאלס פלעגן די קאלעמענטי און ווהייט פלעיס קינדער האבן עקספיריענס, און געוואוסט וועלכע ווערטער מ'דארף צוריקשרייען.......

ווידער אויף די רעכטע זייט איז געווען אן ארומגעצוימטע חלק מיט א הויכען צעמענטענעם וואנט אינמיטן, דארט האבן די גוים געשפילט אן אנדער סארט באלל-געים, מיט אזא קליינעם בלויען גומינעם באלי וואס מ'פראסקעט צוריק צום וואנט מיט אן אימפעט, פון זשאן צו זשאו וחוזר חלילה, אויך דאס האבן די קינדער געגלייכט צו באטראכטן, דאס איז געווען מער אן איינגעהאלטענעם געים נישט צולאזט.

טיף קעגן איבער דארט זענען צוויי סווינגס אפטיילונגען, כאפן א סווינג האט מען געדארפט קענען לויפן, ווייל נאכדעם איז שוין געווען לאחר יאוש, די כאפערס האבן עס געהאט פאר א גאנץ לאנטש אדער האבן זיי עס איבערגעגעבן פאר זיינע גוטע חברים, און גאנץ לאנטש האבן אינגלעך דארט געסווינגען ארויף ביזן הימל, א שרעק געווען צו קוקען ווען אינגלעך האבן געסווינגען שטייענדיג, סכנת נפשות.

-

המשך יבוא
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הרב מיללער, זייט וויסן אלעס שטייט נאך כהיום, פונקטליך אזוי ווי די דעטאלירסט עס אין די זכרונות...., כאפט א שפאציר אויף בארטלעט סט. ... (כהיום איז עס אין 'ניי וויליאמסבורג'...), די זונטאג דיגע גרינע אייער שפיייז פו ר' יאסל רייך העט דיר ארויף קומען..
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6077
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יוש! די הויף מיט אלע קליפערלעך!
אינגאנצען פארגעסן דערפון...

די קליינע עפענונג צווישן די צוויי גרויסע הויפן, נענטער צו די סווינגס..
די קליינע הויף אויף בארטלעטט זייט מיט די טישן, געווען אפן צו די גאס מ'אט נישט אלעמאל געמעגט אהינגיין..
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27065
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יהיה כן האט געשריבן: הרב מיללער, זייט וויסן אלעס שטייט נאך כהיום, פונקטליך אזוי ווי די דעטאלירסט עס אין די זכרונות...., כאפט א שפאציר אויף בארטלעט סט. ... (כהיום איז עס אין 'ניי וויליאמסבורג'...), די זונטאג דיגע גרינע אייער שפיייז פו ר' יאסל רייך העט דיר ארויף קומען..

לאו דוקא

-

בערך בשנת תשנ"א-ב האט די שטאט אונטערגענומען א ריזיגען פראיעקט איבערצובויען דעם הויף, יענעם יאר האבן די קינדער געשפילט אויף בארטלעט עוו. נעבן ווי געלב פלעגט פאררעכטן די באסעס, די פעך אויף די גאס איז געווען פון א געמיינעם קוואליטעט, א הייסן טאג איז די שיך געווארן פארשמירט פון פעך און די ביר-דעקליך וואס די ערלים םלעגן נוצן פאר זייער טשעקערס געימס ביי די קליינע טישלעך פלעגן איינזינקען אין די גאס. דארט איז "מלך" געווען דער הויפט-שפיל, מ'לייגט אזאנע פאסיקעס און צווייגלעך אויף דר'ערד און דער מלך באווייזט.... אויך געווען אן אפקומעניש פון א געים פאר די קורץ-געוואקסענע וואס ביים דריטן שאט איז ער שוין געווען "אויט" און נאר געקענט מיטהאלטן די טענות ומענות צו די שיך פונעם מלך האט יא אדער נישט אנגערירט דעם פאסיק און צו מ'רעכנט עס פאר א סטעפ צווישן די צוויי פאסיקעס.

נאכן איבערבויען, איז די הויף געווען ניי, מער נישט געווען די דערמאנטע סווימינג-פול פלאץ, נייעס ביימער און גראז און אסאך אנדערע שפילצייגן.

נאך א געים פארן הויף איז געווען "א.ב. קאלער" איין אינגל שטייט אינמיטן מיט א פאסיק אין די האנט וואס ער האלט אויפן אייזן (חס ושלום נישט קיין גע'אסר'טע באקל-פאסיק, א פלעינע פאסיק וואס די אלטע מלמדים פלעגן האבן אויסגעצויגן און אראפהענגדיג ביז צו די קניען, און אנשטאט דער צינגל האט מען געהאט דארט א שליסל אלס שבת-עצה... גיי זאג היינט אז יעדער איד אין ראדני איז געווען אנגעבינדן מיט א טאש-טיכל וואס מ'האט אזוי קינסטליך פארדרייעט ארום דאס האלז, און געבלאזן די נאניע פון איין זייט צום אנדערן מיט אזא תקיעה-סטיל גערודער וואס מ'האט געהערט ביז צום פאליש) מ'פלעגט זיך שטעלן ארום דעם פאסיק און דאס באשיצט פונעם צד שכנגד, מ'האט גערופען צוויי אינגלעך צו פורבירען צו כאפן דעם פאסיק און אריינלויפן אין יענעמס קאורט.. איי ווען איך זאל אלו מציאות אזוי געדענקען... מצא מחרוזות של דגים, שנירלעך פון פיש, שנירלעך?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27065
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לעצטיגער בילד - גוגל מאפעס - פונעם בנין האדיר

ווערט געזען לינקס די טמא'נע קירכע, עפעס א סקול איז אויך געווען אין יענע געגנט, די ערלים פלעגן קומען דארט מיט אוניפארמס
אטעטשמענטס
Throop 1.png
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

אוי מיללער מיללער! אזוי אראפצולייגען;l;p-
דער נאכשלעפער ביי טשעין קעטש, און די פאסיק ביי מלך;l;p-
אגב איך זעה די געדענקסט פיין וואס די האסט געלערנט אין כיתה ה'..... מחרוזת של דגים...

וואט אבאוט מען שפילט איבער די גאנצע זאך פאר איין טאג?
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

מיללער האט געשריבן: לעצטיגער בילד - גוגל מאפעס - פונעם בנין האדיר

ווערט געזען לינקס די טמא'נע קירכע, עפעס א סקול איז אויך געווען אין יענע געגנט, די ערלים פלעגן קומען דארט מיט אוניפארמס

נע! דעס איז א שוין א מאדערענע בילדינג מיט שיינע פענסטערס,
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27065
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א בליק פון ווהיפל סט.
אטעטשמענטס
Thrroop2..png
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27065
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פון בארטלעט עוו. זייט
אטעטשמענטס
Thrroop3.png
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27065
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א בליק אריין אינעם הויף פון בארטלעט סטריט - ווערט געזען דעם צעמענטענעם וואנט וואס 'מהאמיר פריער דערמאנט
אטעטשמענטס
Throop 4.png
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27065
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א בליק אינעם הויף פון ווהיפל סט. - באמערקט די ביהכ"ס שטיבל - די אלע נייע שפילצייגן לינקס איז צוגעקומען נאכן איבערבויען
אטעטשמענטס
Throop 5.png
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דארט ווי די סווינגס זענען לינקס, איז געווען דער פארלאזטער סווימינג פול הנזכר (מיט די שפריצערס)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27065
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יהיה כן האט געשריבן: דארט ווי די סווינגס זענען לינקס, איז געווען דער פארלאזטער סווימינג פול הנזכר (מיט די שפריצערס)


יא יא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27065
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ידידי ר' פישל האט אפירגעטראפן אן אלט היסטאריש בילד פון שנת תש"כ - די הוויף פונעם טרופ בנין! אזוי האט עס אויסעגעזען ביז ביילייפיג תשנ"ב
http://nycma.lunaimaging.com/luna/servl ... 5:rfw_0095
אטעטשמענטס
Throopold1.png
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35709
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אטעטשמענטס
Throop.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35709
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27065
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן: א שיין בילד:

בילד

הערליך! יישר כח
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
מיללער האט געשריבן: ידידי ר' פישל האט אפירגעטראפן אן אלט היסטאריש בילד פון שנת תש"כ - די הוויף פונעם טרופ בנין! אזוי האט עס אויסעגעזען ביז ביילייפיג תשנ"ב
http://nycma.lunaimaging.com/luna/servl ... 5:rfw_0095

די רינדעכיגע אויסשטעל פונעם הויף האט עס געמאכט אזוי גוט פאר "קעפטשור די פלעג..." כי כי כי האבן זיך די קינדער צולאכט... אזוי שיף-רינדעכיג איז מען געגאנגען שטילערהייט ביז מען האט געכאפט די ליידיגע עפל-דזשוס-דרינק וואס איז געווען די "פלעג." און ס'איז געווען יום טוב אין דער וואכן.

אגב, אז מ'רעדט שוין, קען איך מעיד זיין וויפיל פון די ווילדסטע יונגלעך, וואס זענען ארויף פון הויף "פארשוויצט פוירפל" פון זייערע "ווילדע שאול יצחק שטיק" אין הויף, זענען היינט דיינים מפורסמים שליט"א אויפ'ן מזרח וואנט פון כלל ישראל, אדער ערנסטע בעלי בתים פני הקהלה.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected] .
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6077
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

און ווער רעדט ווען די קאנטעינאר פירמע נאכן הויף איז געקומען נעמען/אראפלייגן א קאנטעינער.. הוי איז דאס געווען א ספעקטאקל...
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”