נוטיגע הילף געזוכט פאר ספרינט גיליטענע.....
אוןו מיר האט מען איינגערעדט אז אויב וועל איך קאלן ספרינט און סטראשען און זיי ארויף ווארפן א שרעק........אז איך האק אפ מיין פלען וועלן זיי מיר עפענען די טויערן און באלד שיקן הילף.......
בין איך געגאנגען נאך יענעם טאג און אנגערופן ר' ספרינט אוןו מסביר געווען פאר די פאר'תמ'טע שיקסע אז איך וויל קוויטען מיט זייער קאמפאני...זאגט מיר די רשענ'טה (מיט א טאן פול מיט ביטול.....) IM GLAD TO HELP YOU OUT WITH THAT JUST GIVE ME A MOMENT און געווארט האב איך כמעט א גאנץ לאנטש אויפן טעלעפאן.........און זי האט הארציג אנגענומען מיין בקשה אפצושפארן מיין פלען....אן קיין פרעגן קיין צוויי...האב איך גענייגט מיין קליינעם פינגער און געדרוקט END נאך דאס פעלט מיר אויס??? זאלן זיי מיר אפשפארן מיין פעלעפאן??..וואססססס??
משוגע ! וואס טוט מען דא ווייטער ??
איך האב מיר דערזעהן אין א דידזש מיט ספרינט.... איך האלט מען דארף זיי אונטערברענגן...איידער זיי שפארן טאקע אפ מיין פלען....
נו האט איינער אן עצה וויאזוי צו מסדר זיין מיין "קראכעדיגן פעלעפאן"??
און איינוועגס אן עצה וויאזוי צו מסדר זיין ספרררינט!!!...
איך זאג אייך איך האב געהאט צוטוען מיט א געלערנטן מרשעת....רח"ל
זי האט געוואלט אויספירן איר ביליגן רצון.....און ליידער אפשפארן מיין ליין....
אבער מה עשה הקב"ה מסבב כל הסיבות...און מען האט מיר אריינגעבלאזן פון הימל דעם ריכטיגן דעת...
עס איז מיר בייגעפאלן אז אין איין רגע קען איך אפשטעלן די טעראר (פון וועלן אפשפארן מייין ליין...) איך האב געגעבן אזא קוועטש דעם END עד כדי כך...אז די BUTTON איז ממש געבליבן ארפגעדריקט...
אבער ב"ה אז איר ביליגע רצון איז נישט געווארן אויסגעפירט....
נא וואס זאך איך וויטער טוען אידישע קינדער???????
דער פעלעפאן קראכט און קראכט און באלד ווער איך שוין צוקראכט.....!!!!