היינטיגע טאג אין היסטאריע

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

יוני 4, 1942 האט זיך אנגעפאנגען די ׳בעטעל אף מידוועי׳ איינס פון די וויכטיגסטע זיגן פון אמעריקא קעגן יאפאן ביי די צווייטע וועלט מלחמה. דורכאויס די 4 טעג - לופט און וואסער בעטעל- האבן די אוטנאמבערד ׳יו. עס. פאסיפיק פליעט׳ מצליח געווען צו חרוב מאכן 4 יאפאנעזע עירקרעפט קעריערס בשעת׳ן נאר פארלוירן איינס, די ׳יארקטאון׳, צו די ביז דעמאלטסדיגע אומבאזיגבארע יאפאנעזע נעווי.

אין די 6 חדשים פאר די בעטעל האבן די יאפאנעזער איינגענומען איין לאנד נאכן צווייטן דורכאויס די פאסיפיק, אריינגערעכנט מאלאזיע, סינגאפאור, די דאטש איסט אינדיס, די פיליפפינעס און צענדליגע אנדערע אינזלעך. אמעריקא איז אבער געווארן א וואקסענדיגע געפאר און די יאפאנעזע אדמיראל, איסראקא יאמאמאוטאו, האט געפלאנט צו חרוב לייגן די יו עס פאסיפיק פליט נאך פאר עס ווערט צו גרויס.

א טויזענט מייל צפון פון האנאלולו, איז די סטראטעגיש אינזל מידוועי געווארן די צענטער פון די פלאן וויאזוי צו צושמעטערן די אמעריקאנער. זייער פלאן איז געווען זיך צו ריקן צו אלאסקע און אויפן וועג זאל מען איינעמען מידוועי דורך א סטרייק פאורס. ווען די יו עס פאסיפיק פליט וועט קומען צו ראטעווען מידוועי וועט מען עס חרוב מאכן דורך די מעכטיגע יאפענעזע פליט וואס וועט זיין אויסבאהאלטן. דאס וועט געבן א פרייע וועג פאר יאפאן אין די סענטראל פאסיפיק.

די אמעריקאנע אינטעלידשענטס האט מצליח געווען צו צוברעכן די יאפאנעזע קאודס, און זיי האבן ערווארטעד די "סורפרייז אטאק".

ביזדערווייל, 200 מייל ארויפצירש זענען די יאפאנעזער געכאפט געווארן אין סורפרייז ווען צוויי אמעריקאנע אטטעק פליטס האבן חרוב געלייגט דריי שטארקע יאפאנעזע קערריערס און איין קרוזער. די איינציגסטע קערריער וואס האט לכתחילה איבערגעלעבט די אטאק, די היריא, האט פארלוירן אלע איר עירקרעפט מעגליכקייטן, און האט מצליח געווען צו ערענסט חרוב לייגן די אמעריקאנע קערריער יארקטאון. בערך 5:00 האבן דייוו באמבעס פון אמעריקא צוריקגעשאסן אויף די היריא, וועלכע איז גלייך חרוב געווארן.

ווען די בעטעל אף מידוועי האט זיך געענדיגט, האט יאפאן פארלוירן 4 קערריערס, א קרוזער, 292 עירקרעפט און בערך 2,500 טויטע. אמעריקא האט פארלוירן די יארקטאון, א דיסטרויער יו עס עס העממענן, 145 עירקרעפט און בערך 300 טויטע.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

הערליך אראפגעשריבן @בן נון!!

שכוח פארן מהנה זיין!!

קיפיראפ;l;p-
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח בן נון
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

שכח בן נון

אגב איז סטאנציאנירט אין סאן דיעגא א עיר קרעפט קעיריער מיטן נאמען "יו עס עס מידוועי" וואס טראגט איר נאמען אין אנדענק פין די מידוועי בעטעל

זיי האבן דאס איבערגעמאכט פאר א מיוזיעם (א שטייגער ווי די אינטרעפיד אין מאנהעטען, נאר מער ערוואקסען און ארגינעל...) און איז פיל מיט פארשטעלונגען און אינפארמאציע איבער די לעגענדארע בעטעל אוו מידוועי
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1645
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

ישר כח בן נון! מיר האבן שטארק הנאה דערפון!
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

בן נון;l;p-
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

זייער שטארק הנאה געהאט! קיפ איט קאמינג פליז.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

בן נון גאר גאר שטארק הנאה געהאט
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

בן נון שכוח פאר צוהערן אונזער געבעט, זייער שיין
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

יישר כח בן נון
זייער אינטערעסאנט צו ליינען
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א יישר כח בן נון; געשמאק אראפגעלייגט דער בעטעל אוו מידוועי. ועל הכלל כולו יצא, א דאנק אייך פאר אלעס וואס איר שרייבט און איז אונז מהנה.

ביי-דע-ועי
האסט מיר דערמאנט, אז כ'האב אמאל געהאט א בעל הבית וואס ווען ער פלעגט מיר פרעגען ווי איך האלט מיט די ארבעט, און אויב מיין ענטפער איז געווען "מידוועי", פלעגט ער צוריק ענטפערען "מידוועי איז געווען א בעטעל אין די צווייטע וועלט מלחמה".
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

ייש"כ יושע'לע, ניש געוואוסט אז דו יכול'סט.

#שטעל דיך ניש אפ.
Definition of perfect: as good as it is possible to be
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ייש"כ בן נון! כא געוויסט אז די קענסט אבער אזוי?! וואף! גיי אן, אייוועלט מיט בן נון איז א נייע וועלט! כ'ווייס נישט וואס כ'וואלט געטון אהן דיר!
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

בילדער פון די מידוועי בעטטעל
אטעטשמענטס
2016-06-06_16.02.11.jpg
2016-06-06_16.02.42.jpg
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

עס איז שווער צו באשרייבן אלע דעטאלן פון די מעכטיגע אינוואזיע וואס האט זיך אפגעשפילט אין יוני 6, 1944 וואס איז געווען די אנהויב פון די נאצי-דייטשלאנד׳ס סוף. די פלאנירונג, די טאפ-סיקרעט, די מיסטעיקס און די סוקסעס! 5,000 שיפן, 11,000 ערעפלאנען, און איבער 160,000 סאלדאטן האבן אין איין טאג געלאנדעט אויף 5 בארטנס אין נארמעדעי. אין קורצן: מען האט געדארפט אראפקומען פון די שיף, נאכדעם שווימען, לויפן און קריכן צו די בערג. אסאך פון די ערשטע סאלדאטן (נאכנישט קיין 20 יאר) זענען אריין אין וואסער, 200 יארדס פאר די יבשה, שלעפענדיג עקוויפמענט פון 80 פונט. אויף די יבשה זענען זיי באגריסט געווארן פון פיינטליך פייער. ווען אלעס האט זיך געענדיגט האבן די אליערטע פארלוירן כמעט 10,000 סאלדאטן, אריינגערעכנט 4,000 טויטע. דאך, ווערט די טאג באצייכנט אלץ א סוקסעס! אין די טאג האט זיך אנגעהויבן די דייטשע מפלה.

די צוגרייטונגען:
נאכדעם וואס דייטשלאנד האט איינגענומען רוסלאנד אין א בליץ קריג האט סטאלין אנגעהייבן לייגן גרויס פרעשור מען זאל אויפמאכן א ׳צווייטן פראנט׳ אין יוראפ. סוף מאי, 1942 האבן אמעריקא און רוסלאנד צוזאמען ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז "מיר זענען צוגעקומען צו א פולשטענדיגע פארשטענדעניש איבער די וויכטיגקייט פון אויפמאכן א צווייטע פראנט אין יוראפ, אין 1942". אבער ענגלאנדס פרעמיער מיניסטער טשורטשעל האט באוויזן צו איבערעדן די אמעריקאנע פרעזידענט רוזעוועלט צו אפשטיפן די צוגעזאגטע אינוועיזשן, ווייל אפילו מיט די הילף פון אמעריקא זענען די אליאירטע נישט געווען גרייט פאר אזא מעכטיגע אטאקע.

אנשטאט גלייך צוריקצוקומען צו פראנקרייך זענען די אליאירטע געווארן פארנומען מיט שלאכטן אין אפריקע און אין איטאליע. ביזדערווייל האבן די רוסן מצליח געווען צו צוריקשלאגן די דייטשן ביי די באקאנטע ׳בעטעל אף סטאלינגראד׳. ביי די טריידענט קאנפערענס, וואס איז פארגעקומען מאי 1943 צווישן רוזעוועלט אין טשורטשל צו אויסארבעטן מלחמה פלענער, האבן זיי באשלאסן אז עס איז שוין צייט צו אויפמאכן א צווייטע פראנט אין יוראפ. ביי די טעהראן קאנפערענס, א געהיימע קאנפערענס וואס איז פארגעקומען נאוועמבער 1943 צווישן אלע 3 וועלט פירער, האבן רוזעוועלט און טשורטשיל געלאזט וויסן סטאלין אז מען עפענט א נייע פראנט מאי 1944.

נאכן שטודירן וואו צו לאנדען האט מען אויסגעקליבן נאמענדי אלץ די פאסיגסטע פלאץ.

און אנפאנג האט מען געפלאנט די אינוואזיע אויף מאי 1, 1944.
גענעראל דווייט אייזענהאויווער פון אמעריקא איז געווארן אויפגענומען אלץ די קאמענדער פון די SHAEF סופרים העדקווארדערס אליאירטע עקספעדישינעי פארס.
גענעראל בערנארד מענטגאמארי איז געווארן די קאמענדער פון די 21סטע ארמיי גרופע, וואס האט אריינגערעכנט אלע לאנדן כוחות בשעת די אינוואזיע.

דעצעמבער 31, 1943 האבן אייזענהאויווער און מאנטגאמארי איבערגעקוקט די פלענער און גלייך פארלאנגט אז די פלענער זאלן פארגרעסערט ווערן צו 5 דיוויזיעס כדי צו קענען לאנדען שנעלער און אויף א גרעסערע שטח. דאס האט אפגעשטיפט די אינוואזיע צו יוני. צום סוף האבן 39 דיוויזיעס געדארפט אנטיילנעמען. 22 אמעריקאנע, 12 בריטישע, 3 קאנאדישע, איין פוילישע און 1 פראנצויזישע, וואס האט דערגרייכט צו איבער א מיליאן טרופן!

צומישן די דייטשן:
איינע פון די וויכטיגסטע און שווערסטע זאכן איז געווען צו מאכן זיכער אז די צייט און פלאץ פון די אינוואזיע בלייבט א געהיימעניס וואס די דייטשן האבן אויף קיין פאל נישט געמעגט וויסן. דאס צו אויספירן האט מען דורכגעפירט פארשידענע אפערעישנס צו צומישן די דייטשן. מען האט אויפגעשטעלט א פאלשע ׳ארמיי׳ מיט א ׳לוטענענט׳ וואס האבן געשיקט ׳געהיימע מעסידשעס׳ וואס ׳שפיאנען׳ האבן איבערגעגעבן אז עס גייט פארקומען אן ׳אינוואזיע׳ אין פאס דע קאלעיס. לוטענענט גענעראל דשארדש פעטאן, וואס האט אנגעפירט די אפערעישן איז געבליבן דארט ביז נאך די עכטע אינוואזיע און איינגערעדט די דייטשן אז די נארמענדעי אינוואזיע איז נישט עכט, עס איז נאר צו צומישן די דייטשן זאלן נישט זיין צוגעגרייט צו די ׳עכטע׳ אינוואזיע אויף קאלעיס....

אויסערדעם האט מען חרוב געמאכט די דייטשע ראדאר סטאנציעס אויף די פראנצויזישע בארטן, און א נאכט פאר די אינוואזיע האט מען אראפגעלאזט דאמיס, פאלשע ׳פויל׳ וואס האט צוריקגעשיקט פאלשע ראדאר סיגנאלען, און באלאנען אז עס זאל אויסקוקן ווי די אינוואזיע גייט זיין ערגעץ אנדערש.

וועטער:
ווען מען האט געמאכט פלענער אויף די טאג פון די אינוואזיע האט מען געדארפט אריינרעכנען אסאך פאקטארן, אריינגערעכנט די לבנה, די טייד און די צייט פון טאג. דאס האט איבערגעלאזט זייער ווייניג טעג אין די חודש וואס זאל זיין פאסיג פאר די אינוואזיע. אייזענהאויווער האט אויסגעקליבן יוני פאר די פאסיגע טאג. אבער יוני 4 האט מען געזעהן אז די וועטער איז נישט פאסיג פאר די אינוואזיע. שטארקע ווינטען און ווילדע וואסערן וועלן מאכן אוממעגליך צו לאנדען און די נידריגע וואלקענעס וועלן מאכן אוממעגליך פאר די ערעפלאנען צו טרעפן זייער צילן.

וועטער אנאליזטן האבן פאראויסגעזאגט אז יוני 6 וועט זיין בעסער. אייזענהויעווער האט געזעהן אז נאך יוני 6 איז די נעקסטע דאטום אוועילעבל געווען יוני 18. אזויווי די שיפן זענען שוין געווען אויפן וועג, און זיי צוריקשיקן וואלט געהאט א ריזיקע אז די דייטשן זאלן געוואויר ווערן די פלאץ פון די אינוואזיע, האט ער געפאסט א באשלוס אז די אינוואזיע וועט פארקומען יוני 6, 1944.

אינטערעסאנט איז נאר געווען אז צוליב די שווערע וועטערס האבן די דייטשע לופטוואפע באאמטע פארלאזט זייער פאזיציעס און גענומען א שטיקל וואקאציע. פיעלד מארשאל ראממעל איז צוריק צו דייטשלאנד צו אנטיילנעמען אין זיין ווייבס געבורטסטאג פארטי...

צוגרייטונגען פון די דייטשן:
נאך 2 סוקסעספולע בריטישע אטאקעס אין 1942 האט היטלער ימ"ש באפוילן צו אויפבויען א דיפענסיוו וואנט דורכאויס די גאנצע אטלאנטיק קאוסט, פון שפאניע ביז נארוועיגען צו באשיצן פון א אילאירטע אינוואזיע. ער האט געהייסן בויען 15,000 סטרוקטשערס וואס זאל ווערן באשיצט דורך 300,000 טרופן, אבער נישט האבענדיג מאטריאל, בעיקר קאנקריד און מענטשן, האט געמיינט אז רוב פון די וואנט איז קיינמאל נישט געווארן געבויט.

אזויווי די דייטשן האבן זיך געגרייט אז די אינוואזיע וועט פארקומען אין פאס דע קאלעיס  (דורך די פאלשע אינפארמאציע וואס מען האט זיי געפיטערט), האבן זיי די עיקר כוחות אהינגעלייגט. אין די נארמענדי געגענט האבן זיי געלייגט די דעפענסיוו כוחות ביי די פארטן.

ראממעל האט געגלייבט אז נארמענדי קען זיין א מעגליכע פאסיגע פלאץ פאר די אליאירטע אינוואזיע. ער האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו באשיצן די בארטענעס. ער האט אראפגעלייגט קאנקריט גאנס אויף סטראטעגישע וויכטיגע פלעצער, אויסגעשפרייט מינעס און אנטי טאנק גרובער אויף די גאנצע ביעטש. ער האט ערווארטעד אז מען וועט לאנדען היי-טייד אז מען זאל זיין ווייניגער אויסגעשטעלט צו די ביעטש, האט ער געהייסן אז אסאך פון די מינעס, בארבעד ווייער און באבי טרעפס זאל ווערן אריינגעלייגט ביי די הויכע וואסערן. וויסענדיג אז ער קען זיך נישט צופיל פארלאזן אויף די לופטוואפע וואס האט נאר געהאט 815 עירקרעפט אנטקעגן די אליאירטע 9,543, האט ער געהייסן אויסלייגן באבי טרעפס אויף סטראטעגישע פלעצער אז די ערעפלאנען זאלן נישט קענען לאנדען.

ראממעל האט געהאלטן אז די בעסטע וועג וויאזוי זיך צו באשיצן איז אז מען וועט אפהאלטן די אליאירטע ביי די ברעגענס. ער האט פארלאנגט אז טאנקען און טראקס זאל ווערן געלייגט די נענסטע צו די שאור וואס מען קען. אנדערע גענעראלען האבן געהאלטן אנדערש. זיי האבן געהאלטן אז די אינוואזיע קען נישט ווערן אפגעשטעלט ביי די ביטשעס. זיי האבן געפלאנט אז נאכדעם וואס די אליאירטע וועלן לאנדען, זאל מען צוקוקן צו ווי זיי צילן און זיי דארט אפהאלטן. זיי האבן נאכגעברענגט אז ביי די איטאליענישע ברעגענס זענען די סאלדאטן ביים ברעג גארנישט ווערד געווען נאך א בריטישע באמבאדירונג. ראממעל האט געטענה׳ט אז אזויווי די לופטוואפע איז גארנישט ווערט, דארף מען די עיקר כוחות אריינלייגן אז ווי ווייניגער טאנקען זאלן לאנדען. היטלער האט געמאכט זיין פיינעל דעסישין: 3 פאנצער דעוויזיעס וועלן גיין צו ראממעל און 3 צו די אנדערע גענעראלען. היטלער האט גענומען פאר זיך 4 דעוויזיעס.

די אינוואזיע!!
יוני 6, 1944, מיטלנאכט, האט זיך אנגעהויבן די באמבאדירונג אויף די בארטענעס פון נארמענדי. איבער 2,200 אמעריקאנע און בריטשיע ערעפלאנען האבן באמבאדירט די בארטענעס און צוגרייטונג צו קענען לאנדען. דערנאך האבן סאלדאטן אויסגערייניגט די פלאץ פון די מינעס בשעת אנדערע סאלדאטן קומען אראפ מיט פערעשאטן.

עס איז נישט געגאנגען אינגאצן ווי געפלאנט. אזויווי די ערעפלאנען האבן נישט געקענט גוט זעהן, האבן זיי נישט גוט געקענט באמבאדירן פון פאראויס, מורא האבנדיג צו אטאקירן אייגענע סאלדאטן. די שווערע וועטער האט אויך געברענגט אז די פערעשאטן זאלן נישט לאנדען אינאיינעם אויף די פאראויס-באשטימטע פלעצער. אסאך אמיונאציעס וואס מען האט ארויסגעווארפן זענען אנגעקומען אין וואסער, ברענגענדיג דערצו אז סאלדאטן זאלן שלעפן שווערע עקוויפמענט אין די פארפרוירענע וואסער אונטער פיינטליך פייער.  ביי איינע פון די בארטענעס זענען איבער 2,000 סאלדאטן אומגעקומען פון פיינטליך פייער פון די ארומיגע בערג, און פון די שלעכטע וועטער וואס האט צוריקגעשלעפט טאנקען אין וואסער און פארשווערט צו לאנדען אויף די ברעג.

למעשה, אין די ערשטע עטליכע טעג האט מען דערגרייכט אלע פון פאראויסגעפלאנטע צילן, באמבאדירענדיגע אלע בריקן און באנען, צוברעכענדיג די אפעזיציע פון די דייטשן, און אנהויבנדיג צו איינעמען פלאץ נאך פלאץ, ביז מען האט צום סוף אינגאנצן באזיגט נאצי-דייטשלאנד.

סך הכל:
די נארמענדי אינוואזיע איז געווען די גרעסטע אינוואזיע אין היסטאריע.
סאלדאטן וואס האבן אנטיילגענומען: 160,000
ביז סוף יוני: 875,000
פאראשאטן: 23,4000
טראקס: 12,500
טאנקן: 1,550
אילאירטע טויטע: 4,413
דייטשע טויטע: 1,000
ציווילע טויטע: בערך 3,000
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הערליך שיין באשריבן, א דאנק אייך!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אויסנאם קלאר און שיין. וויפיל צענדליגע פעדערס האבן זיך שוין צובראכן אויף די נארמעדי אינוואזיע..
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

עטליכע בילדער
אטעטשמענטס
2016-06-07_12.55.18.jpg
2016-06-07_12.55.41.jpg
2016-06-07_12.56.10.jpg
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

נאך
אטעטשמענטס
2016-06-07_12.53.52.jpg
2016-06-07_12.54.24.jpg
2016-06-07_12.54.51.jpg
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

און נאך
אטעטשמענטס
2016-06-07_12.53.18.jpg
2016-06-07_12.52.44.jpg
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

א בילד פון א וועטעראן און א בילד פון נאמבערס.
אטעטשמענטס
2016-06-07_12.56.40-640x500.jpg
2016-06-07_12.52.12.jpg
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איך האב אפאר קליפס. איך ווייס נישט וויאזוי צו ארויפלייגן.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זייער שיין בן נון... אזא קאמפליצירטע אקציע אראפצולייגן אזוי פשוט איז נישט אוועקצומאכן....

איך וויל צולייגן זאכן וואס דו האסט פארזען, די אמעריקאנער האבן געמאכט טאנקען וואס קענען שווימען, די פלאן איז געווען אז זיי וועלן בעקן די סאלדאטן אויפן גראונד מיטן דיסטרויען די מעכטיגע גאנס וואס די דייטשן האבן געהאט דארט, למעשה האבן זיך רוב טאנקען דערטראנקען נאך ווייט פונעם בארטן צוליב די שווערע וועטער, און אינאיינעם מיטן פאקט אז די ערעפלאנען האבן גארנישט אויפגעטון האט זיך ארויסגעשטעלט אז די סאלדאטן האבן געהאט א שווערערע שלאכט ווי געראכטן.

נאך אזא פאטאלע טעות איז געווען אז די טירן פון די שיפן מיט וואס מען איז אנגעקומען צום בארטן האבן זיך געפענט גראד צום פיסק פון לייב, אין נישט אין בעק אדער די זייט, דאס האט ערמעגליכט פאר די דייטשן צו צילן ביים טיר, און ווער עס האט נאר ארויסגעטרעטן איז געפאלן א טויטער.
דאס האט צוגעברענגט אז די סאלדאטן זאלן ארויסשפרינגען פון די זייט פון די שיפן, גראד אין וואסער אריין מיט עקסטערע וואג פון 80 ביז 100 פונט פון עקוויפמענט, פון וואס הינדערטער סאלדאטן זענען דערטראנקען געווארן נאך פאר די אקציע האט זיך געהאריג אנגעהויבן.
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

Wow Amazing
שכוח בן נון
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

שיינע ארבעט.. האלט אן
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”